אין
די ארטיקל איז דר. משה קראקאווסקי (נישט קיין חסיד) דן באריכות וואו די טיימס האט געדרייט די נומערן אז עס זאל אפשפיגלען מער נעגאטיוו אויף חסידים'ס/חרדים'ס עדוקעישאן. ער טענה'ט באריכות אז דאס איז בתוך די ברייטערע סעקולארע פענאמענאן, ואפילו אין אקאדעמישע סירקלען און זייערע אנטראפּאלאגישע/סאציאלאגישע פארש ארבעט איבער חרדים/חסידים, איבער נישט ריכטיג פארשטיין און רעפּרעזענטירן חרדים/חסידים. דהיינו, זיי קומען צו דערצו אך ורק מיט
זייער פּערספּעקטיוו און וואס איז אינטרעסאנט און וויכטיג פאר זיי דערין (
עטיק), ווי איידער פארשטיין און דאס פארשן ממבטם של החרדים עצמם און עפ"י חרדים'ס טערמינען (וואס זיי זענען דאך די סאבּיעקטן פונעם פארשונג) און דורך זייערע אויגן (
עמיק). די ערשטע וועג איז טאקע אויך וויכטיג, אבער טאמער וויל מען פארשן, קענען, וויסן, און פארשטיין א קולטור איז די ערשטע וועג מער חיצוניות'דיג און עס פעהלט אויס די צווייטע מהלך וואס איז מער פנימיות. ער ברענגט ארויס ווי דאס איז עלול צו מאכן מצבים
וואו די פארשערס קענען נישט קיין "מודה אני":
The previous Pew data from its survey taken from 2013–15 claimed to provide a reliable sample of Haredim but offered a picture that was absurd to anyone with even a passing knowledge of Haredi communities. Only 76 percent of the Haredim this poll described avoided handling money on the Sabbath, where the number is likely close to 100 percent. Similarly, 15 percent of the previous survey’s Haredim supposedly attended non-Jewish religious services at least a few times a year, and 1 percent of Haredim put up a Christmas tree
ווי אויך, איז דא די פראבלעם פון די preexistent קאנסעפּשאן וואס מ'האט אויף זיי און ווי אזוי דאס מאכט אז אלעס וואס מ'טרעפט נאכדעם זוכט מען אז עס זאל שטימען מיט דעם און איז דורך דעם לענס (אזא סארט
קאנפירמעישאן בּייעס); דאס איז אפילו בתוך אקאדעמישע ריסערטש אויף חרדים. ער זאגט אז דאס קומט מכח די ברייטערע קולטור מלחמה איבער וואס באדייט די "אידענטיטעט" פון אידן, און דערפאר איז דא אזא סארט שנאה כבושה פון די ליבעראלע אידן, וואס זיי זענען אין אלגעמיין די שרייבערס און פארשערס פון און איבער חרדים/חסידים, און דאס קומט דאן ארויס (עכ"פ בלא יודעים); זיי קענען נישט זיין געהעריג אביעקטיוו דערין.
ער פארציילט אז ווען ער האט געמאכט דאקומענטירטע ריסערשט אין א חסידי'שע מוסד איבער ווי אזוי איין טיטשער האט אויסגעלערענט dramatic arc דורך א בוך פון הערי פּאַטער, האבן זיינע קאלעגעס אים נישט געגלייבט און גאר געווען ברוגז אויף אים.
אגב, עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז עפ"י
נישמה ריסערטש (פּעידזש 40) איז די מידיען אינקאם פאר חסידים אין אמעריקע $102,000 א יאר (אין 2021). פאר חרדים אין אמעריקע בכלליות (פעידזש 9) איז עס $136,000. (די שאלה איז צי די סעמפּל זייערע איז גענוג רעפּריזענטעטיוו.) משא"כ די מידיען אינקאם פאר ווייסע נישט-היספאנישע אמעריקאנע בכלליות (אין 2020) איז $74,912.
(וואס מ'דארף טאקע משווה זיין מיט דעם איז ווי אזוי עס שטומט מיט דעם אז קרית יואל און סקווירא שטעטל ווערן פארעכענט פון די אָרימסטע שטעט אין אמעריקע.)