מתבודדע פיזישע אביוז וואס קומט אנגעבליך פאר ביי חסידישע מוסדות, א זאך וואס איז קרוב צו אויסגעראטן געווארן די לעצטע -לכה”פ- צען פופצן יאר???
אלא מאי אז ס’רעגנט, גיסט שוין. אפי’ ס’לגמרי נישט אינעם נושא און קרוב לשקר גיט עס אבער צו זאפטיגע מטעמים צום שלעכטן פנים זיי ווילן אראפמאלן די חסידים. און דאכט זיך ס’איז נישט ס’איינציגע אזא דוגמא פונעם ארטיקל.
אויב אזוי איז נישט מער ווי רעכט פאר די חסידישע ווארטזאגערס (?) אריינווארפן א ווארט וועגן די ריזיגע חילוק פון סועסייד און דראג ראטעס בין חסידים לאלגעמיינע ניו יארקע באפעלקערונג. דאס האט די פסוק געמיינט עם עקש תתפתל.
דריי נישט קיין קאפ אז די ני”ט וואלט געדארפט רעדן פון אליעזר קעסטנבוים, סתם געווארפן זאמד אין די אויגן.
אנלעס די האלסט אז די ני”ט האט געשריבן אן קיין בייעס, יאפ. דאן ביסטו גערעכט. אבער זע צו בעסער אפלערנען די היסטאריע פון דעם ’קעניג אין זשורנאליזם’.
וואס פונקטליך מיינט "קרוב צו אויסגעראטן?... אויב אז א פובליק שולע שלאגט נישט, איז דאס די בעסטע דיפענס וואס דו קענסט טראכטן? עפפ.. מאך עס נישט מער ווי ס'איז! ...
פארוואס זאל מען נישט רעדן פון קעסטענבוים? ווען דאס איז די איינציגסטע (קאנפירמעישן בייעס פון די 1% סוקסעס און איגנארירן די 99%) סארט פובליסטי וואס א חסיד איז גרייט אויפצונעמען מיט אפענע ארעמעס? און אויף אלעס אנדערש איז די קאווער אפ באלד אנטסימיט? אוי... ווען די הינט בילט...
ס'זעהט מיר אויס פון דיין געדאנקענגאנג אז דו האסט נישט ארויס די דזשאנער פון אינוועסטיגעטיוו דזשורנאליזם. די רעפארטערס האבן גענומען אזא אפראוטש פון אויפדעקן געוויסע אומרעכטן און אביוז וואס שפילט זיך אפ בין כותלי תלמיד תורות אין די לעצטערע יארן, צו ס'איז פיזיש צו ס'איז גייסטיש, דאס איז זייער אין די נושא פון די קלאסרום, אויב דו געדענקסט אמאל עפעס א געלן ביכל פון א בארימטע שרייבער אין ק"ש איבער דעם גאנצן פאלעמיק, האט ער דארט אויך געפינען פאר וויכטיג צו בארירן דעם קריוודע, און איך האב דיך נישט עפעס געהערט שרייען דעמאלטס אז ס'קומט נישט אריין... און אפילו אויב ס'איז שוין נאך סטעשו אף לימיטעישן זאל מען נאך אלס רעדן דערפון און נישט שווייגן נאך צוואנציג יאר... יעדן דריטן טאג קומט ארויס באריכטן און דאקומענטריס אויף אלטע עבירות אין פארשידענע סעקטעס. זיכער איז דאס פוסטע סענסעשעליזם...
אויב דו ווילסט נישט קיין דעקונג, סימפלי זעה ס'זאל נישט זיין וואס צו דעקן. טוה נישט קיין עוולות, און זיכער נישט קיין עוולות וואס קען גרינג פארמישט ווערן מיט אנטיסעמיטיזם חלילה.
די קריים און דראגס ארגומענט איז די זאמד אין די אויגן אויב קענסטו נאך עטוואס ארויסקוקן פון צווישן די זאמד...