עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים
80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15544
עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים
לכבוד המערכת אנ"ש דחסידי סקווירא שיחי'
כ'האב באמערקט וויאזוי איר טוט אויסרעכענען ווי אדמורי"ם רבנים וואס זענען געקומען מנחם אבל זיין כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א ל"ע, האב איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז אז ווען איר האט אויסגערעכנט מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א האב איך באמערקט אז איר האט געשריבן אויף אים "הגה"צ אב"ד ליסקא שליט"א, האב איך געוואלט וויסן אייער מהלך criteria ווי אזוי איר קומט צו דער מסקנה ווער עס איז א אדמו"ר, א גאב"ד, אדער א אבד"ק?
איך האב איך באמערקט אז אז איר האט געשריבן דעם טיטול "כ"ק" אויף געוויסע רבי'ס און אויף געוויסע רבי'ס האט איר אויסגעלאזט דעם טיטול. וואלט איך געוואלט פארשטיין ווי אזוי איר קומט צו פארשטיין וועלכע געהערט צו וועם.
אויב אייער טיטול'ן ווענט זיך אויף די צאל און מספר פון די חסידים אדער מוסדות, אדער גרויסקייט פון זיין בית המדרש, דאן האב איך נישט וואס מער צוצולייגן. אויב האט דאס מער מיט א מסורה'דיגע א היסטורישע באצואונג וואלט איך אייך געוואלט אופמערקזאם מאכן אז דער ליסקא דינאסטיע האט א גאר שטארקע שייכות צו חסידות בכלל, און פאר חסידות אונגארן בפרט. לדוגמא הרה"ק המפורסם בעל אך פרי תבואה זי"ע, באקאנט אין די וועלט אלץ רבי הירש'עלע ליסקא איז געווען דער וואס האט פארשפרייט חסידות און אונגארן און אסאך פון די אויסגערעכנטע וואס איר האט באטיטול'ט אונטרן טיטול 'אדמו"ר' זענען זייערע זיידעס געפארן קיין ליסקא.
איך ברענגט דאס ארויס צוליב עטליכע סיבות:
איר שרייבט אויף פאפא, וויען, אלץ אדמו"ר, פרעזענטליך האב איך נישט קיין פראבלעם אז איר באטיטולט זיי כ"ק אדמו"ר", אבער עס איז איראניש אלס היסטוריש גערעדט האבן זיין בכלל נישט פירגורירט אלס א חסידות בכלל. אויב וועט איר מיר זאגן אז היינט צו טאג שפילן זיין יא בדרך החסידות טוט איר זייער גוט אז שרייבט אויף זיי "כ"ק אדמו"ר".
אבער, למעשה גערעדט, אויס צו לאזן דעם טיטול פון "אדמו"ר" אויף מיין טאטע, וועלכע איז פאקטיש דער נאכפאלגער פינעף דורות, בן אחר בן, וואס טראגט דעם נאמען פונעם פארשפרייטער פון חסידות און אונגארן, ווייזט דאס מיך אז ליידער איז היינט דא נאר איין זאך ווי אזוי חסידות ווערט געמאסטן, וואס דאס איז לויט די מספר החסידים, בניני מוסדות, א.ד.ג.
ווייל אויב וואלט מען געמאסטן דעם טיטול לויט דער יחוס, מסורה, ערליכקייט, תלמיד חכם'שאפט, וואס מיין טאטע פארקערפערט אין זיך, וואלט איר אים זייער גערן בא'טיטולט "כ"ק אדמו"ר", וויבאלד ער איז א רבי וואס איז פאר'דבק'ט אין זיינע אבות, זעצט פאר ווייטער דער מסורה פון דער הייליגע גזע וואס ציט זיך שוין צוויי הונדערט יאר, ביז צום היינטיגן טאג רעכענען זיך א גרעסע צאל אידן טוהן אנערקענען אז עס איז דא א ליסקא רבי וואס איז ממשיך דער שלשלת הקודש עד ביאת גואל צדק בב"א.
דרך אגב, איז זייער וויכטיג צו דערמאנען, מענין לענין באותו ענין, א עובדא וואס ברענגט שטארק ארויס מיין נקודה. מיין טאטע אלס בחור איז עטליכע מאל געפארן קיין סקווירא בימי חיותו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זי"ע, איינמאל האט מיין טאטע בימי בחרותו געוואלט איבער געבן א קוויטל פאר דער רבי ז"ל, האט דאס דער סקיווירא רבי ז"ל צוריק געוויסן אז ער וול נישט נעמען דעם קוויטל, זאגענדיג "אונז האבן געהאט די זעלבע זיידעס", ע"כ העובדא.
אויב דער מעשה ברענגט נישט ארויס – היינט צו טאג - דעם זעלבן אנערקענונג צו א חסידישע גזע ווי אזוי דער סקווירא רבי ז"ל האט עס אנגעקוקט, האב איך איך אייך ווייטער גארנישט מער וואס צוצולייגן.
אמת, היינט צו טאג, מעסט מען דעם טיטול לויט די צאל בנינים/חסידים, אויב אזוי וויל איך ענדיקן אזוי ווי איך האב אנגעהויבן, זאלט איר לייגן קאטעגאריעס אויף ליסטעס אזוי: "גרויסע רבי'ס", "קליינע רבי'ס, און "גאר קליינע רבי'לעך", אזוי ווי מ'שרייבט עס היינט בלשון לע"ז.
צום שלוס, וויל איך באטוינען אז דעם טיטול "אב"ד", איז נישט א באליידיגונג, נאר אויב מ'וויל זיך האלטן אמת'דיג צו מסורה אזוי ווי סקווירא באגערט, וואלט איר ווען געשריבן "כ"ק אדמו"ר" און צוגאב צו דעם טיטול "אבד"ק".
נאך א באמערקונג איידער איך ענדיג מיינע ווערטער, איך האב באמערקט אז ביי די שבעה ל"ע זענען געווען איינס צו צוויי גרויסע רבי'שע בענקלעך, וואס דערויף האט מען מכבד געווען צו זיצן נאר די וואס ווערן היינט אויסגערעכט לשיטתכם גרויסע רבי'ס. אבער אזא עלטערע רבי ווי מיין טאטע ווען ער קומט אריין וועט מען אים נישט מכבד זיין זיצן דערויף, כאטש ער איז קרובן לבן שמונים לאוי"ט, כאטש ער פארמאגט א געוואלדיגע רבי'שע יחוס, און איז א גאון עצום און א שטארקע מתמיד. נאר פאר דעם איינעם עבירה אז ער האט נישט קיין ריזיגע בנין/בנינים אדער פארמאגט נישט חסידים, זעצט מען איהם אוועק אויף א רעגלמעסיגע בענקל.
אגב איינע פון די רבי'שע בענקל איז נישט געווען באנוצט בשעת ער איז דארט געווען. אבער ווען עס וועט אריינקומען א רבי פופציג יאר יונגער ווי מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א וועט מען אים יא געבן זיך צו זעצן אויף דעם רבי'שן בענקל.
אפשר איז דאס נישט פון די גרעסטע פראבלעמען ביי כלל ישראל, אבער ווען דער יוגענט קוקט דאס צו, שיקט דאס א מעסעדזש אז מזאל אנדערש אנקוקן און זיך אויפירן צו אדמורי"ם רבנים וכיוצ"ב נאר לויט זייערע גשמיות'דיגע חיצוניות'דיגע ווירדן און נישט לויט זייערע עלטער אדער רוחניות'דיגע פארקערפערונג, וכיוצ"ב.
בכבוד רב,
פנחס עזרא פריעדלאנדער
פון וואו קומט דאס?
כל הבורח מן הכבוד הכבוד בורח אחריו, וחילופיהן בגולם...
באמת איז זיך ליסקא אליינס שולדיג פארוואס מ'גיט זיי נישט אפ דעם ריכטיגן כבוד (כפי דעתם)
ליסקא וואלט געקענט אסאך מער אויפטון פאזיטיוו, אפילו אן קיין בנינים, מוסדות, און אפילו אן קיין חסידים.
ביז היינט האט חצה"ק ליסקא גאנץ ווייניג אינוועסטירט אין בויען זייער פרעסטיזש און אימעזש אויף א רעספעקטפולע וועג. דורך ארויסגעבן די ספרים (לעצטנס אביסל), תולדות חייהם, מכתבים, מנהגים, ניגונים, נסיעות צו די קברים, וכו' וכו' וואס א חצר קען אלס צושטעלן צו בויען זייער נאמען און דרך.
מיט אזעלכע וויינעדיגע בריוו, און נארישע פאמפלעטן וואס גלייכן צו דעם טל חיים זצ"ל צו הג"ר חיים קנייבסקי זצ"ל (חיים חיים לגז"ש!), אדער איז מסביר ווי ליסקא איז די עכטע ממשיכים פון ישמח משה (נישט ווי סאטמאר וואס עסט מצות פסח!) אדער מודעות וועגן די איבערגעדרייטע פיש טעלער, וכו' וכו', ברענגט נישט צו קיין מענטשן, און לאמיר האפן אז ס'דערווייטערט נישט.
אויב וואלטן זיי געהאט ארום זיך אפאר געלונגענע יונגעלייט צו ארויסלייגן ריכטיגע חומר, אין בויען א אמת'ע הערצה צו די צדיקים נבג"מ פון די גזע, וואלטן זיי זיך איינגעשפארט די אלע נערישקייטן. וחבל.
ווער זאגט אז דאס איז א אמתע בריוו
וואס איז די צווייטע זייט פון די מטבע?
מר. קלונימוסווער זאגט אז דאס איז א אמתע בריוו
כ'ווייס נישט פארוואס ס'דא וואס מיינען אז ס'איז אמת.
לאו דוקא אז דאס איז א אמת'ע בריוו,
אבער פאר א סיבה האט איינער ארויפגעשמירט די בריוו אויף זיי
די סארט קריטיק עטיטוד בלאזט פון דארט אסאך.
אז עזרא האט געפילט פאר וויכטיג צו שלעפן זיין טאטן צו מנחם אבל זיין א רבי'לע וואס זיין גאנצע יחוס עצמו איז אז ער האט טויזנטער חסידים מיט קהלות און מוסדות, קען ער נישט האבן קיין טענות אז מ'האט אים געטריט מיט דעם מעסטער.
באהעלפערכל הבורח מן הכבוד הכבוד בורח אחריו, וחילופיהן בגולם...
דו קענסט טאקע גוט אטאקירן. נאר. ערשטנס זאג נאך א מאמר חז"ל פונקטליך. צו-הארגע עס נישט. צוועיטנס (בלשון סקווירא). דער גאנצער בריוו אנגעבליך געשריבן דורך עזרא פריעדלאנדער איז נישט אויטענטיש. ס'איז נישט מער ווי א פראוואקאציע. עזרא שרייבט נישט אזא עם הארץ-ישן אידיש. אויך דער אינהאלט איז נישט געשריבן דורך אזא אדורכגעטראכטן מענטש ווי ער...! ס'איז פעיק, פאוני, פראוד...!
ועוד: פאר דעם פעלשער. עזרא פריעדלאנדער שרייבט נישט זין נאמען אזוי ווי דו האסט געשריבן. ס'איז גוט דו זאלסט וויסן פאר דעם נעקסטן מאל. איידער דו גייסט פעלשן א בריוו אדער א סטעיטמענט (אדער א טשעק) מאך זיכער אז אלע פרטים שטימען...אנישט 'עט מען דיך כאפן און מגלה קלונך זיין (אויספראקן) ברבים...!
דער בריוו מאכט מער חוזק פין סקווירא ווי ליסקא.
באהעלפערכל הבורח מן הכבוד הכבוד בורח אחריו, וחילופיהן בגולם...
נאך איין מזל סקווירא האט א קארעספאדאנט אויף ק”ש.
אבער ווען איך בין ווען סקווירא וואלט איך געמאכט א בעסערע טשויס...כ'מיין ס'וואלט געווען מער געראטן צו שרייבן ווער און וועלכע רעבעלע איז 'נישט' געקומען זיך לעקן און טרייסטן.
און מיט א שנעלע קאלקולאציע האב איך אפילו שוין א ליסטע...
באהעלפערכ'מיין ס'וואלט געווען מער געראטן צו שרייבן ווער און וועלכע רעבעלע איז 'נישט' געקומען זיך לעקן און טרייסטן.
און מיט א שנעלע קאלקולאציע האב איך אפילו שוין א ליסטע...
פין א בעל מדות האט מען מורא.
היסטאריע באהעלפערכ'מיין ס'וואלט געווען מער געראטן צו שרייבן ווער און וועלכע רעבעלע איז 'נישט' געקומען זיך לעקן און טרייסטן.
און מיט א שנעלע קאלקולאציע האב איך אפילו שוין א ליסטע...
פין א בעל מדות האט מען מורא.
ערקלער דיך בבקשה
לויט די אי-מעילס זעהט מיר אויס ווי דאס האט עזרא יא געשיקט, אבער נישט דאס איז מיין נקודה פון מיין יעצטיגע שרייבן, אויך איז מיר נישט דער נפק"מ לגבי ליסקא בפרטיות.
מיר איז אינטרעסאנט זיין 'אינהאלט', בבחינת קבל הדברים ממי שאמרם, באופן כללי האט ער זייער א שטארקע נקודה לגבי ווי אזוי אונז קוקן אן 'צדיקים' דהיינו אז דער צדיק מוז זיין איינגעהילט אין א פעלץ מאכן פאקסען מיט אויגן וכו' וכו'. און בלויז אויף דעם אופן זאגט מען "אה! ער איז א צדיק!".
איך מיין דער ענין איז אסאך מער טיפער ווי עזרא לייגט עס אראפ, נאר ער האט א פרעזענטליכע נגיעה, אבער אויסגעלאזט זיין נגיעה, זעהט מען א געוויסע פארפוילקייט אינעם היינטיגן מהלך פון דער אזוי גערופענע 'דרך חסידות'.
דער סקווירא מהלך בפרט איז "וואס האב איך דערפון?" אדער בעסער געזאגט ביי יעדע וועלטליכע אידישע מאורע פרעגן די העומדים בראש דארט "ווי אזוי קען סקווירא ארויס קעשן פון דעם געשעניש?" (עי' ערך רובאשקין, ל"ג הדלקה, טעכנעלאגיע, בילדער, די וואך, דער בליק, ועוד ועוד). פון א גרויסע רבי האבן זיי פראפאגאנדע מאטעריאל, לדוגמא רוב צדיקי דורנו אחר פטירתם ווערן אוטומאטיש א סקווירא חסיד למפרע (עי' ערך ערלוי, וואזער, פאפא ז"ל, סקולען ז"ל, ר' יחזקאל מערץ, ר' טוביה ווייס, וכו' וכו').
עכ"פ חסידות האט בכלל נישט מיט פנימיות, עס איז ווי אזוי דער גשמיות'דיגע אימעדזש זעהט אויס. און סקווירא לערנט מען נישט אידישקייט (אדער כמעט סיי וועלכע אנדערע חסיות בכלל), מען לערנט אויס ווי אזוי זאלסט דינען יענעם פארטיי.
ועוד לדלות ולהשקות אי"ה
סביב העולםאז עזרא האט געפילט פאר וויכטיג צו שלעפן זיין טאטן צו מנחם אבל זיין א רבי'לע וואס זיין גאנצע יחוס עצמו איז אז ער האט טויזנטער חסידים מיט קהלות און מוסדות, קען ער נישט האבן קיין טענות אז מ'האט אים געטריט מיט דעם מעסטער.
שוין לאנג נישט געזעהן אזא גוטס!
👍 👍 👍
דורך דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:48 pm
ווי געשריבן אמאל אין א אנדערע אשכול, אז דער סקווירא-ספרינגוועלי רעבע שליט"א האט גארנישט וואס צו פארקויפען אויסער דער "איך, זיך, און מיך". עס ווערט פארקערפערט אין זיין התנהגות פון דורכאויס דער יאר און פון זיין נסיעה קיין ארץ ישראל, אלעס מוז זיין אויף א סטעידזש, (וכקפעידוס תמונות יוכיח).
מים שלנו - סטעידש
תשליך - סטעידזש
ברכת אילנות - סטעידזש
רעדט צו קינדער - סטעידזש
רעדט צו בחורים - סטעידזש
קרישמע ליינען - סטעידזש
שריפת חמץ - סטעידזש
מצות באקן - סטעידזש
התרת נדרים - סטעידזש
קידוש לבנה - סטעידזש
כתיבת אות בס"ת - סטעידזש
כפרות - סטעידזש
נענועים - סטעידזש
מחצית השקל - סטעידזש
קבר רחל - סטעידזש
מערת המכפלה - סטעידזש
כותל המערבי - סטעידזש!!!!
קבר מהר"א מבעלזא - סטעידזש
קבר רבי מאיר בעל הנס - סטעידזש
יעצט קומט צו א פרישע רינגעלע צום שלשלת הגאוה...
שבעה זיצן (ניחום אבלים) - סטעידזש! כ'ווייס שוין וואס עהם שטערט
כ'האב מיך נישט געפוילט, און אנגעקלונגען מיין מחותן וואס קען די אינסייד סטאריס.
עזרא האט דארט ארויסגענומען ברבים זיין 'סמארטפאהן' און מ'האט עהם געציצקעט... און פינעף מינוט שפעטער האט ער זיך געשטעלט מאכן א קליפ ווי זיין טאטע רעדט מיט די אבלים, און מ'האט אנגעהויבן ווידער ציצקענען, ביז איינער דארט האט זיך הויעך אנגערופען, אראפ מיט'ן כלי...
לכאורה דא האט ער זיך געשוואוירן נקמה.
נו האט עזרא געמיינט אז יעדער איז זיינס, איז ער געוואויר געווארן אז נישט 'ממש' יעדער.
סביב העולםאז עזרא האט געפילט פאר וויכטיג צו שלעפן זיין טאטן צו מנחם אבל זיין א רבי'לע וואס זיין גאנצע יחוס עצמו איז אז ער האט טויזנטער חסידים מיט קהלות און מוסדות, קען ער נישט האבן קיין טענות אז מ'האט אים געטריט מיט דעם מעסטער.
וואס איז טאקע פשט אז יעדער לויפט אהין?
געפעלט מיר ווי תובע זיין בפה מלא (פארשטייטצעך, לכבוד בית אבא)
איז שוין געווארן א פרעסטיזשפולע זאך.
צו די בריעף איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער עימעצער האט עס זיכער געשריבן
דולה ומשקה: דו האסט א שטארקע נקודה. נאר ס'איז דא נאך א פינטל וואס דרוקט. מילא אז סקווירא זענען זעלבסט פאקוסירט און אבזארבירט אין זיך אליין איז נאך א האלבע צרה. אבער פארוואס פארגינען זיי נישט דעם עלעמענטאר'ן כבוד פאר א צווייטן איד אויך. דער ליסקא רבי האט זיך מטריח געווען און געקומען ביז סקווירא (פון בארא פארק) געב איהם כאטש אפ דעם כבוד הראוי. ווייז ארויס (א ביסל) אן הכרת הטוב.
ועוד. פון וואס קען דען דער העיליגער רבי שמועסן מיט א גאסט א באזוכער?! ביי וועלכע סוגיא ער לערנט יעצט. אדער וועלכע סימנים אין שו"ע ער האט לעצטנס (אדער ערשטנס) אדורכגעלערנט. נאך א מזל ער האט געהאט א טאאטע. ווייל ער זאגט איבער נאכאמאל און ווידעאמאל...דער טאאטע...ער וועט טאקע האבן א סאך שכר בעוה"ב פאר די מצות כיבוד אב...אבער ער קען דאך (ליידער) נישט עפעס אנדערש. ווען ער וואלט געווען א אידענע וואלט ער געקענט איבערשמועסן ס'ארא גוטן טעם די פאטעיטא קוגל אדער די (געזאלצענע) לאקשן קוגל האט געהאט...אזוי ווי די סקווירא חסידות'טעס די נשים צדקניות זענען זיך נוהג צו טון...!
כ'האב געזען אז דער מונקאטשער רב איז דארט געווען.
וואס האט ער מיט סקווער?
ס'העיס טוואס? זיין טאאטע איז נאך געפארן קיין סקווירא אינדערהעים אין פארציווא...!
באהעלפערכ'מיין ס'וואלט געווען מער געראטן צו שרייבן ווער און וועלכע רעבעלע איז 'נישט' געקומען זיך לעקן און טרייסטן.
און מיט א שנעלע קאלקולאציע האב איך אפילו שוין א ליסטע...
וואס טאקע פשט? פון זייער ליסטע קוקט אויס ממש ווי יעדע רבי פון ניו יארק איז געקומען. (אויסער קאסאן הילקרעסט און ניקלושבורג)
די גאנצע ליסטע קומט צו יעדעם
היכי דמי: און נאדי פאלי אויכעט נישט. כ'וועיס נישט אויב דו קענסט דעם (העיליגן) נאדי פאלי'ער רבי'ן שליט"א. ער דרייווט א באס. אמאל אין בארא פארק. היינט אין מאנסי עיר הטעירעה והחסידות...!
פאלי יאנער איז דאכט זעך אויפ'ן ליסטע
פאלי יאנער אפשר יא. אבער נישט נאדי פאלי. אויב דו ביסט א חוקר חסידות והיסטוריה דארפסטו צו וויסן דעם יחוס פון נאדי פאלי. דעם השתלשלות הדורות. פון דעם ערשטן נאדי פאלי'ער רב (היינט אדמו"ד). ביז נאכדעים וואס ער איז נפטר געווארן און ווער ס'איז געווען זיין ממלא מקום און האט חתונה געהאט מיט מיין עלטער-עלטער באבע ע"ה
נ.ב.: ווער סאיז אינטרעסירט איבער דעם מקור און שורש פון דעם נאמען (מסתמא קיינער) קען איך מסביר זיין בטוטו"ד.
עזרא זעט זיך שוין אלץ 'ממשיך' פונעם גאלדענעם אפגעריסענעם קייטל, און ווארשיינליך דאס ברויזט איהם געפערליך.
אויב פאר'ן פאטער געבט מען בלויז אב''ד, וואס וועט ער ירשנ'ן...
Re: עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים
באהעלפערכ'האב געזען אז דער מונקאטשער רב איז דארט געווען.
וואס האט ער מיט סקווער?
פאר די זעלבע סיבה וואס דער סקווירא רבי איז שוין געווען אין מונקאטש עטליכע מאל אויף ניחום אבלים
יהודי פשוט באהעלפערכ'האב געזען אז דער מונקאטשער רב איז דארט געווען.
וואס האט ער מיט סקווער?
פאר די זעלבע סיבה וואס דער סקווירא רבי איז שוין געווען אין מונקאטש עטליכע מאל אויף ניחום אבלים
ביים טאטן און מאמען?
באהעלפער יהודי פשוט באהעלפערכ'האב געזען אז דער מונקאטשער רב איז דארט געווען.
וואס האט ער מיט סקווער?
פאר די זעלבע סיבה וואס דער סקווירא רבי איז שוין געווען אין מונקאטש עטליכע מאל אויף ניחום אבלים
ביים טאטן און מאמען?
ביים טאטע און ברידער.
איך ווייס נישט עפעס א ספעציעלע שייכות צווישן זיי נאר דאס געדענק איך ווען ס'געווען די אינוועסטיגעישאנס איבער די פראגראמן, לערך 30 יא צוריק, זענען ביידע געווען אין א שווערע פעקל און האבן געארבעט נאנט. למעשה האט סקווירא גענומען אן אנדערע מהלך פון מונקאטש און די רעשט איז היסטארי.
למעשה איז מונקאטש'ע רב א רבי פון יארן צוריק, ווען ס'נאכנישט געווען אזא שפע פון רבי'ס ווי מ'זעמיר היינט געבענטשט געווארן. קען זיין פון דעמאלטס איז געווארן עפעס א באקאנטשאפט.
פארוואס זענען אלע געקומען צו לויפן. למשל ר' חיים פלאר
באהעלפערפארוואס זענען אלע געקומען צו לויפן. למשל ר' חיים פלאר
זיי זענען געקומען צום זוועילע רבי שליט''א.
היכי דמי באהעלפערכ'מיין ס'וואלט געווען מער געראטן צו שרייבן ווער און וועלכע רעבעלע איז 'נישט' געקומען זיך לעקן און טרייסטן.
און מיט א שנעלע קאלקולאציע האב איך אפילו שוין א ליסטע...
וואס טאקע פשט? פון זייער ליסטע קוקט אויס ממש ווי יעדע רבי פון ניו יארק איז געקומען. (אויסער קאסאן הילקרעסט און ניקלושבורג)
ווער נישט...
אפילו די ינוקא מסאדיגורה האט ארויסגעשיקט זיין זון מיט א בעיבי-סיטער צו מנחם אבל זיין האדמו״ר מסקווירא.
אפאר פונקטן- די ערשטע נאכט איז געווען א שטיקל צומישעניש. ווען ער קומט ווען א נאכט שפעטער וואלט ער רוהיג באקומען א בענקל.
צווייטנס, זייער שיין אז זיין טאטע האט יחוס, (ווער האט דען נישט עפעס יחוס היינט,) אבער פונקטלעך וואס האט ער שוין צוגעגעבן צו סאסייעטי אז ער מאנט א טיטל?
דריטנס, עזרא האט ארויס גענומען זיין סמארטפאון גראד אין פארנט פון רבין׳ס פנים צו כאפן א ווידיא, און מען האט זיך גענומען ציצקינען און ווינקען ער זאל אוועקלייגן.
(100% געזיכט א פייט, איך האב זיך ניטאמאל געוואגט אריין צו וואקן מיט מיין פאון ביי די פרויען זייט.)
איי געס דאס איז זיין נקמה אקציע.
בת קולאפאר פונקטן- די ערשטע נאכט איז געווען א שטיקל צומישעניש. ווען ער קומט ווען א נאכט שפעטער וואלט ער רוהיג באקומען א בענקל.
צווייטנס, זייער שיין אז זיין טאטע האט יחוס, (ווער האט דען נישט עפעס יחוס היינט,) אבער פונקטלעך וואס האט ער שוין צוגעגעבן צו סאסייעטי אז ער מאנט א טיטל?
דריטנס, עזרא האט ארויס גענומען זיין סמארטפאון גראד אין פארנט פון רבין׳ס פנים צו כאפן א ווידיא, און מען האט זיך גענומען ציצקינען און ווינקען ער זאל אוועקלייגן.
(100% געזיכט א פייט, איך האב זיך ניטאמאל געוואגט אריין צו וואקן מיט מיין פאון ביי די פרויען זייט.)
איי געס דאס איז זיין נקמה אקציע.
איך האב דאס אויך געהערט פון איינער וואס איז באקאנט דארט, אז עזרא האט זיך באליידיגט ווייל מ'האט עהם באשריגן וועגן די סמארטפאן, גארנישט וועגן רב \ אדמו''ר.
ס'קוקט אויס אז עזרא וועט נאך זיין אויפ'ן שפעט ברעטל אלץ רעבעלע וואס ער קוקט ארויס דערויף.
לאז אפ וואס עזרא האט יא אדער נישט געטון.
קבל האמת ממי שאמרו, זאל עס זיין עזרא צו סתם א לץ איז ער הונדערט פראצענט גערעכט!
די אנקאקעניש וואס טוט זיך כהיום אין יעדע חסידות איז א זעיר אנפין פון די פארפוילטע געדאנקנגאנג וואס ווערט געפילעוועט אין סקווירא שוין יארן לאנג, ס’האט זילטש מיט אידישקייט און נאך ווייניגער מיט ”חסידות”. דאכט זיך די ריכטיגערע term פאר דעם וואלט געווען עפעס אזוי ווי ’כבוד’ פראפעגאנדע’ אדער ’דיקטאטורשאפט’.
אוועקמאכן במחי יד די תוכן פון אזא צעטיל ווייל ’’ער זוכט נקמה’’, זאל עס אפילו זיין אמת איז עס אוועקגעדרייט דעם פנים פון א ביטערע מציאות. איגנארענץ אין אידיש.
איגנארענץ- דער באהאלטענע מייסטער וואפן וואס ארבעט וואונדערליך קעגן אלע פראבלעמען די היימישע ציבור האט נאר אנגעטראפן די לעצטע פופציג יאר.
יחי סקווירא יחי! און יעדער אנדערש זאל גיין קאקן אינעם שווארצן ים.
פוי. סארא גרויל.
אויפ'ן אנדערן האנט, איז ליסקער רבי דען א בר הכי?
ועוד, אויב איך וועל זיין א בן אחר בן פון ר' אלימלך מליזשענסק, דארף מען שרייבן אויף מיר לישענסקער רבי?
און טאמער האט מען געשריבן לישענסקער רב, איז עס גרויל? פוי?...
דאס אז אסאך רבי'ס זענען געקומען איז נישט קיין שום גרויסע גדולה עטליכע חסידים זענען געשטאנען אין געמאכט רופן צו גדולי ישראל און די רעשט איז היסטאריע...
יעצט בנוגע ליסקא איך וואלט אים ניטאמאל צוגעגליכן צו די סקווירא רבי נישט אז סקווירא איז עפעס א עם הארץ אבער ליסקא רבי זיצט ביי זיך אינדערהיים ער דינט דעם באשפער ווען בשעת דעם איז מען אין סקווירא פארנומען צו רודפ'ן אידן קאסאן ניקאלשבורג יוכיח וואס צופיל נחת רוח פארן בורא ברענגט עס נישט ...
דער וואס וויל גיין צו אן ערליכע איד זיך צו קוויטל'ן וואלט איך אים ענדערש געשיקט קיין ליסקא...
מלעבט אין א פאלשע וועלט א עולם השקר פאר וועלכע ריזן זאל מען נישט מכבד זיין א גדול בישראל וואס איז נאך צו די זייט א בן שמונים כאטש די זעלבע ווי די שרף פון ספינקא מאנסי ... ס'איז עקעלדיג ווי אזוי רעביסטעווע גייט צו היינט און דעם וועם מ'דארף שעצן און מכבד זיין שרייבט מען נאך אויף אים אב"ד אבער קאסאן פארשעי אדמו"ר די ליצנות איז פי כמה אויף סקווירא ווי אויף ליסקא
יאפס! דער ליסקער ''רבי'' איז ממש א לשם שמים יוד, ער זיצט יומם ולילה על התורה ועל העבודה. און די אלע אדווערטייזמענטס יעדע וואך אין די 'אידישע חרדישע נייעס', פון עהם, איז בלויז א פונק פון זיין ענוות רוח און תמימות.
זיין זון עזרא איז אויך גארנישט סתם איינער.
רבי ר' עזרא שליט''א איז נישט קיין קליינע ת''ח, און זיצט אויך צוזאמען מיט זיין טאטע על התורה ועבודה, יומם כלילה, ולא פסיק פומי' מגירסא.
די חטא פון זיי אזוי באשמוצען און רופען ליסקע רב - אנשטאט אדמו''ר, ווען ער איז דאך ממש א גראדע ליניע ביז'ן הייליגער ליסקער - דער ערשטער! איז זייער געפארפול און קען זיך פארוואנדלען אין א עקלדיגע קטרוג אין די הייליגע טעג הבעל''ט.
ס'ממש א גרויל וויאזוי מ'קען אזוי מבזה זיין דעם ליסקער, ווען ער שטייגט איבער סיי וועלכער גדול בישראל נישט נאר פון היינט נאר פון סיי ווען.
כ'מיין אז חסידי סקווער זאלן גיין מקבל נזיפה זיין פון עהם, אולי אכפרה פניו במנחה.
באהעלפעריאפס! דער ליסקער ''רבי'' איז ממש א לשם שמים יוד, ער זיצט יומם ולילה על התורה ועל העבודה. און די אלע אדווערטייזמענטס יעדע וואך אין די 'אידישע חרדישע נייעס', פון עהם, איז בלויז א פונק פון זיין ענוות רוח און תמימות.
זיין זון עזרא איז אויך גארנישט סתם איינער.
רבי ר' עזרא שליט''א איז נישט קיין קליינע ת''ח, און זיצט אויך צוזאמען מיט זיין טאטע על התורה ועבודה, יומם כלילה, ולא פסיק פומי' מגירסא.
די חטא פון זיי אזוי באשמוצען און רופען ליסקע רב - אנשטאט אדמו''ר, ווען ער איז דאך ממש א גראדע ליניע ביז'ן הייליגער ליסקער - דער ערשטער! איז זייער געפארפול און קען זיך פארוואנדלען אין א עקלדיגע קטרוג אין די הייליגע טעג הבעל''ט.
ס'ממש א גרויל וויאזוי מ'קען אזוי מבזה זיין דעם ליסקער, ווען ער שטייגט איבער סיי וועלכער גדול בישראל נישט נאר פון היינט נאר פון סיי ווען.
כ'מיין אז חסידי סקווער זאלן גיין מקבל נזיפה זיין פון עהם, אולי אכפרה פניו במנחה.
שטעלט אייך ווען א צייטונג שרייבט אויף סקווירא אב"ד סקווירא אדער מ'געבט אים א נערמאלע נישט רעבישע בענקל אויף וועם וואלט מען געווארפן שטיינער ? וועם וואלט מען פארברענט?? ליסקא רבי איז נישט שילדיג אז זיין טאטע האט נישט געבויט א שטעטל.. אין ליסקא פארברענט מען נישט קיין מענטשן און אזוי אויך קען מען האבן א שול אדער א דירה אין די מייל פון ליסקא די וועג אזוי חסידות גייט היינט צו איז א עקעל
דא קען מען זען די דברי חכמה פון חצר ליסקא ביים זיך לעקן נאכאנאנדער אין שטוב פונעם סקווערער רב, וואס פראבירט אפגעבן וויפיל ס'שייך די פאסיגע כבוד פאר'ן הייליגער ליסקער ובנו הגאון הגדול לממשלת הכבוד ר''ר עזרא הנשיא מארצות שלומים
https://www.youtube.com/watch?v=kPQMYAKvyrw
https://www.youtube.com/watch?v=hXqWo37elCI בעל דרשן באהעלפעריאפס! דער ליסקער ''רבי'' איז ממש א לשם שמים יוד, ער זיצט יומם ולילה על התורה ועל העבודה. און די אלע אדווערטייזמענטס יעדע וואך אין די 'אידישע חרדישע נייעס', פון עהם, איז בלויז א פונק פון זיין ענוות רוח און תמימות.
זיין זון עזרא איז אויך גארנישט סתם איינער.
רבי ר' עזרא שליט''א איז נישט קיין קליינע ת''ח, און זיצט אויך צוזאמען מיט זיין טאטע על התורה ועבודה, יומם כלילה, ולא פסיק פומי' מגירסא.
די חטא פון זיי אזוי באשמוצען און רופען ליסקע רב - אנשטאט אדמו''ר, ווען ער איז דאך ממש א גראדע ליניע ביז'ן הייליגער ליסקער - דער ערשטער! איז זייער געפארפול און קען זיך פארוואנדלען אין א עקלדיגע קטרוג אין די הייליגע טעג הבעל''ט.
ס'ממש א גרויל וויאזוי מ'קען אזוי מבזה זיין דעם ליסקער, ווען ער שטייגט איבער סיי וועלכער גדול בישראל נישט נאר פון היינט נאר פון סיי ווען.
כ'מיין אז חסידי סקווער זאלן גיין מקבל נזיפה זיין פון עהם, אולי אכפרה פניו במנחה.
שטעלט אייך ווען א צייטונג שרייבט אויף סקווירא אב"ד סקווירא אדער מ'געבט אים א נערמאלע נישט רעבישע בענקל אויף וועם וואלט מען געווארפן שטיינער ? וועם וואלט מען פארברענט?? ליסקא רבי איז נישט שילדיג אז זיין טאטע האט נישט געבויט א שטעטל.. אין ליסקא פארברענט מען נישט קיין מענטשן און אזוי אויך קען מען האבן א שול אדער א דירה אין די מייל פון ליסקא די וועג אזוי חסידות גייט היינט צו איז א עקעל
זיך בעטן פאר א שיינע טיטל איז אויך א עקל. א מין קארופטירטע מהלך המחשבה דאס, די גרויסקייט פון דיין טאטע ווענדט זיך צו סקווירא שרייבט יא אדמו"ר אדער נישט
yn.NY
זיך בעטן פאר א שיינע טיטל איז אויך א עקל. א מין קארופטירטע מהלך המחשבה דאס, די גרויסקייט פון דיין טאטע ווענדט זיך צו סקווירא שרייבט יא אדמו"ר אדער נישט
קוקט אויס אז יא!
מענטשן לויפן... צו באקומען א נאמען, צו ווערן דערמאנט ביי סקווער אין די בלעטער.
yn.NY בעל דרשן באהעלפעריאפס! דער ליסקער ''רבי'' איז ממש א לשם שמים יוד, ער זיצט יומם ולילה על התורה ועל העבודה. און די אלע אדווערטייזמענטס יעדע וואך אין די 'אידישע חרדישע נייעס', פון עהם, איז בלויז א פונק פון זיין ענוות רוח און תמימות.
זיין זון עזרא איז אויך גארנישט סתם איינער.
רבי ר' עזרא שליט''א איז נישט קיין קליינע ת''ח, און זיצט אויך צוזאמען מיט זיין טאטע על התורה ועבודה, יומם כלילה, ולא פסיק פומי' מגירסא.
די חטא פון זיי אזוי באשמוצען און רופען ליסקע רב - אנשטאט אדמו''ר, ווען ער איז דאך ממש א גראדע ליניע ביז'ן הייליגער ליסקער - דער ערשטער! איז זייער געפארפול און קען זיך פארוואנדלען אין א עקלדיגע קטרוג אין די הייליגע טעג הבעל''ט.
ס'ממש א גרויל וויאזוי מ'קען אזוי מבזה זיין דעם ליסקער, ווען ער שטייגט איבער סיי וועלכער גדול בישראל נישט נאר פון היינט נאר פון סיי ווען.
כ'מיין אז חסידי סקווער זאלן גיין מקבל נזיפה זיין פון עהם, אולי אכפרה פניו במנחה.
שטעלט אייך ווען א צייטונג שרייבט אויף סקווירא אב"ד סקווירא אדער מ'געבט אים א נערמאלע נישט רעבישע בענקל אויף וועם וואלט מען געווארפן שטיינער ? וועם וואלט מען פארברענט?? ליסקא רבי איז נישט שילדיג אז זיין טאטע האט נישט געבויט א שטעטל.. אין ליסקא פארברענט מען נישט קיין מענטשן און אזוי אויך קען מען האבן א שול אדער א דירה אין די מייל פון ליסקא די וועג אזוי חסידות גייט היינט צו איז א עקעל
זיך בעטן פאר א שיינע טיטל איז אויך א עקל. א מין קארופטירטע מהלך המחשבה דאס, די גרויסקייט פון דיין טאטע ווענדט זיך צו סקווירא שרייבט יא אדמו"ר אדער נישט
און די גרויסקייט פונעם סקווירא'רס טאטע ווענד זיך טאמער ס'וועט זיין נאך א שול אין די מייל. וואס פארשטיי מיר אונז און די פארשידענע דרכים אין עבודת השם?
📎 unnamed.png
📎 0aa89745-1bd9-454a-a58a-d57580161c5d.jpg
קוקט אויס ס'נישטא קיין פלאץ פאר עזרא בן האדמו''ר אינעם זאל, בלויז אוידיאו
דער סקווירא מהלך בפרט איז "וואס האב איך דערפון?" אדער בעסער געזאגט ביי יעדע וועלטליכע אידישע מאורע פרעגן די העומדים בראש דארט "ווי אזוי קען סקווירא ארויס קעשן פון דעם געשעניש?" (עי' ערך רובאשקין, ל"ג הדלקה, טעכנעלאגיע, בילדער, די וואך, דער בליק, ועוד ועוד). פון א גרויסע רבי האבן זיי פראפאגאנדע מאטעריאל, לדוגמא רוב צדיקי דורנו אחר פטירתם ווערן אוטומאטיש א סקווירא חסיד למפרע (עי' ערך ערלוי, וואזער, פאפא ז"ל, סקולען ז"ל, ר' יחזקאל מערץ, ר' טוביה ווייס, וכו' וכו').
סתם אבי גע'רעדט