☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים

עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15544
בלאט: 1 2

דער עסער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 9:41 am

· #508848
בת קול
אפאר פונקטן- די ערשטע נאכט איז געווען א שטיקל צומישעניש. ווען ער קומט ווען א נאכט שפעטער וואלט ער רוהיג באקומען א בענקל.
צווייטנס, זייער שיין אז זיין טאטע האט יחוס, (ווער האט דען נישט עפעס יחוס היינט,) אבער פונקטלעך וואס האט ער שוין צוגעגעבן צו סאסייעטי אז ער מאנט א טיטל?
דריטנס, עזרא האט ארויס גענומען זיין סמארטפאון גראד אין פארנט פון רבין׳ס פנים צו כאפן א ווידיא, און מען האט זיך גענומען ציצקינען און ווינקען ער זאל אוועקלייגן.
(100% געזיכט א פייט, איך האב זיך ניטאמאל געוואגט אריין צו וואקן מיט מיין פאון ביי די פרויען זייט.)

איי געס דאס איז זיין נקמה אקציע.
אזוי איז טאקע געווען איך האב עס געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 9:51 am

· #508850
היכי דמי
באהעלפער
כ'מיין ס'וואלט געווען מער געראטן צו שרייבן ווער און וועלכע רעבעלע איז 'נישט' געקומען זיך לעקן און טרייסטן.
און מיט א שנעלע קאלקולאציע האב איך אפילו שוין א ליסטע...
וואס טאקע פשט? פון זייער ליסטע קוקט אויס ממש ווי יעדע רבי פון ניו יארק איז געקומען. (אויסער קאסאן הילקרעסט און ניקלושבורג)
דע סטישינער רבי מיין איך זע איך נישט אויפ'ן ליסט

דער עסער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 3:18 pm

· #508882
אפשר דארף מען דא אויך צו לייגן לשונות ביי האשה שרה די בעקערין???
📎 unnamed (17).jpg

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 3:23 pm

· #508884
דער עסער
אפשר דארף מען דא אויך צו לייגן לשונות ביי האשה שרה די בעקערין???
ס'משמע אז ס'דא שוין א אוהל שרה, און יעצט א אוהל לאה. וועט מען אויסווארטן און האדמו''ר הגאון הצדיק האלוקי רבי ר' עזרא פ. וועט בויען א אוהל זילפא אדער גאר 'חצר' זילפא...
על שם אדמו''ר עזרא בן ליסקא

מחצה''ק » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:50 pm

· #508902
גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:00 pm

· #508905
מחצה''ק
גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
אשר על כן?

מחצה''ק » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:03 pm

· #508907
באהעלפער
מחצה''ק
גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
אשר על כן?
מעג מען נישט חוזק מאכן פון עם

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:21 pm

· #508909
מחצה''ק
באהעלפער
מחצה''ק
גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
אשר על כן?
מעג מען נישט חוזק מאכן פון עם
קיינער האט נישט חוזק געמאכט פון עהם, נאר פון זיין זון עזרא, וואס פייגערט פאר רעבישע כבוד על לא דבר

מחצה''ק » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 7:25 pm

· #508910
באהעלפער
מחצה''ק
באהעלפער
מחצה''ק
גראדע קען איך ליסקא רבי ער איז א גרויסער ת''ח
בד''א ס'דא תשובות צי עם פון זיין שווער בזוו''ר די קאפיש'ע דיין בעל משנת יעקב
אשר על כן?
מעג מען נישט חוזק מאכן פון עם
קיינער האט נישט חוזק געמאכט פון עהם, נאר פון זיין זון עזרא, וואס פייגערט פאר רעבישע כבוד על לא דבר
פריער האט איינער חוזק געמאכט פונעם

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 8:02 pm

· #508914
ווייל ער קען לערנען איז ער נאכנישט קיין קדוש ונורא

נעקסט לעוועל » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 12:42 pm

· #508963
ששון ושמחה
לכבוד המערכת אנ"ש דחסידי סקווירא שיחי'
 
כ'האב באמערקט וויאזוי איר טוט אויסרעכענען ווי אדמורי"ם רבנים וואס זענען געקומען מנחם אבל זיין כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א ל"ע, האב איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז אז ווען איר האט אויסגערעכנט מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א האב איך באמערקט אז איר האט געשריבן אויף אים "הגה"צ אב"ד ליסקא שליט"א, האב איך געוואלט וויסן אייער מהלך criteria ווי אזוי איר קומט צו דער מסקנה ווער עס איז א אדמו"ר, א גאב"ד, אדער א אבד"ק?
 
אגב איינע פון די רבי'שע בענקל איז נישט געווען באנוצט בשעת ער איז דארט געווען. אבער ווען עס וועט אריינקומען א רבי פופציג יאר יונגער ווי מיין טאטע כ"ק אדמו"ר מליסקא שליט"א וועט מען אים יא געבן זיך צו זעצן אויף דעם רבי'שן בענקל.      
 
אפשר איז דאס נישט פון די גרעסטע פראבלעמען ביי כלל ישראל, אבער ווען דער יוגענט קוקט דאס צו, שיקט דאס א מעסעדזש אז מזאל אנדערש אנקוקן און זיך אויפירן צו אדמורי"ם רבנים וכיוצ"ב נאר לויט זייערע גשמיות'דיגע חיצוניות'דיגע ווירדן און נישט לויט זייערע עלטער אדער רוחניות'דיגע פארקערפערונג, וכיוצ"ב.
 
בכבוד רב,
פנחס עזרא פריעדלאנדער 
לכבוד המערכת פון די ניו יארק טיימס שיחי'

כ'האב באמערקט וויאזוי איר טוט אויסרעכענען ווי חשובע מוסדות התורה האבן באהאנדלט אונזערע קינדער די לעצטע צענדליגע יארן, האב איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז איר האט אויסגעלאזט איין גאר חשובע מוסד, מוסדות התורה והחינוך לבית ליסקא וואס מיין טאטע האט געגרינדעט. האב איך געוואלט וויסן אייער מהלך ווי אזוי איר קומט צו דער מסקנא ווער עס איז גענוג א גרויסע מוסד אריינצוגיין אין אייער ליסטע.

אויב אייער באשרייבן ווענדט זיך אויף די צאל און מספר פון די תלמידי המוסדות, אדער גרויסקייט פון די לאנטש רום, דאן האב איך נישט וואס מער צוצולייגן. אויב האט דאס מער מיט א מסורה'דיגע און מציאות'דיגע באציאונג וואלט איך אייך געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז די ליסקא מוסדות האט א גאר שטארקע שייכות צו עדיוקעישן בכלל, און פאר גאווערמענט פאנדינג בפרט..

איך ברענג דאס ארויס צוליב עטליכע סיבות:
איר שרייבט אויף סאטמאר, קראסנא, חב"ד, סקווירא, אלץ אן אנערקענטע מוסד. פערזענליך האב איך נישט קיין פראבלעם אז איר בא'טיטל'ט זיי, אבער עס איז איראניש אלס היסטאריש גערעדט האבן זיי בכלל נישט פיגורירט אלס א מוסד בכלל. אויב וועט איר מיר זאגן אז היינט צו טאג שפילן זיי יא בדרך מוסד טוט איר זייער גוט אז שרייבט אויף זיי".
אבער, למעשה גערעדט, אויסצולאזן די ליסקא מוסד, וועלכע איז פאקטיש דער גרעסטער אין מספר פון גאווערמענט פאנדינג אין אונגארן, ווייזט מיר אז ליידער איז היינט דא נאר איין זאך ווי אזוי מוסדות ווערט געמאסטן, וואס דאס איז לויט די מספר פון תלמידים, אדער גרויסקייט פון די לאנטש רום, א.ד.ג.


נאך א באמערקונג איידער איך ענדיג מיינע ווערטער, איך האב באמערקט אז ביי די געשיכטעס פון די ארויסגעווארפענע תלמידים זענען געווען איינס צו צוויי וועלכע מען האט געשלאגן און זיי זענען געפלויגן אונטער די טיש, וואס דערויף האט מען מכבד געווען צו זיצן נאר די וואס ווערן היינט אויסגערעכט לשיטתכם מציונים. אבער אזא מוסד ווי ליסקא וועט מען נישט דערמאנען אין די גאנצע ארטיקל, כאטש עס פארמאגט א געוואלדיגע יחוס, און גרויסע האלצערנע טישן און בענק ווי די תלמידים זענען געפלויגן. נאר פאר דעם איינעם עבירה אז ער האט נישט קיין ריזיגע בנין/בנינים אדער פארמאגט נישט קיין ארויסגעפאלנע תלמידים.

אפשר איז דאס נישט פון די גרעסטע פראבלעמען ביי די מידיע, אבער ווען דער יוגענט קוקט דאס צו, שיקט דאס א מעסעדזש אז מ'זאל אנדערש אנקוקן און זיך אויפפירן ווי חיות אנשטאט ווי נארמאלע מענטשן..

בכבוד רב,
עזרא פרידלאנדער

דער עסער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 1:12 pm

· #508967
😃 😂

באהעלפער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 2:13 pm

· #508972
משרד מנכ''ל - מלכות בית ליסקא והגלילות ~ עורך אחראי - הגה''צ ר''ר פנחס עזרא שליט''א - נשיא ויו''ר מרכז ליסקא העולמי ; בן לאותו קדוש הרבי הזקן מליסקעווע והשכנים.

מחצה''ק » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:24 pm

· #509039
באהעלפער
ווייל ער קען לערנען איז ער נאכנישט קיין קדוש ונורא
שוין איז מאך אויך חוז'ק פון סקווירא רבי

באהעלפער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 9:03 pm

· #509050
מחצה''ק
באהעלפער
ווייל ער קען לערנען איז ער נאכנישט קיין קדוש ונורא
שוין איז מאך אויך חוז'ק פון סקווירא רבי
ok

דער עסער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 9:39 am

· #509139
שוין דא האט ער
📎 unnamed.png

יעקב מעקסוועל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 11:20 am

· #509140
שמעון וואלף
באהעלפער
יהודי פשוט
באהעלפער
כ'האב געזען אז דער מונקאטשער רב איז דארט געווען.
וואס האט ער מיט סקווער?
פאר די זעלבע סיבה וואס דער סקווירא רבי איז שוין געווען אין מונקאטש עטליכע מאל אויף ניחום אבלים
ביים טאטן און מאמען?
ביים טאטע און ברידער.

איך ווייס נישט עפעס א ספעציעלע שייכות צווישן זיי נאר דאס געדענק איך ווען ס'געווען די אינוועסטיגעישאנס איבער די פראגראמן, לערך 30 יא צוריק, זענען ביידע געווען אין א שווערע פעקל און האבן געארבעט נאנט. למעשה האט סקווירא גענומען אן אנדערע מהלך פון מונקאטש און די רעשט איז היסטארי.

למעשה איז מונקאטש'ע רב א רבי פון יארן צוריק, ווען ס'נאכנישט געווען אזא שפע פון רבי'ס ווי מ'זעמיר היינט געבענטשט געווארן. קען זיין פון דעמאלטס איז געווארן עפעס א באקאנטשאפט.
קענסט אריינקומען מיט דיטעילס אויף די צוויי מהלכים?

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:35 pm

· #509149
מונקאטשער רבי האט זיך מכניע געווען און געבעטן רחמנות. און סקווער האט זיך נישט מכניע געווען, אבער אויסגעארבעט א פלאן וויאזוי צו אפשלאגן די אורטייל.

למעשה האבן די פאראורטיילטע אין מונקאטש גענומען דעם פעקל פאר זיך, ווען דער רב האט נישט גענומען קיין אחריות.
און סקווערער רבי האט יא גענומען די אחריות אויף זיך, כאטש ער האט נישט געהאט 'דירעקט' מיט די אורטייל, און זיין פלאן וואלט לכאורה געלונגען, ווען נישט איינער פון די פאראורטיילטע וואס האבן געטוישט אליינס דעם פלאן, און דאן האט זיך זאכן אראפגעקוילערט, און נאך אפאר יאר וואס זיי זענען געזעצן, האט דער סקווערער אנגעהויבן א צווייטע פלאן, וואס איז עווענטועל געלונגען.

אויב מ'רעדט פון שייכות צווישן מונקאטש און סקווער, איז דא נאך זאכן וואס די פאליטיקאנטן וועלן בעסער געדענקן.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:51 pm

· #509154
באהעלפער: וואס רעדסטו? די מעשה איז דאך געווען פונקט פארקערט. דער מונקאטשער רב שליט"א האט יא גענומען אחריות, ער האט אויסגעארבעט א פלאן פון פעימענטס, צוריק צו צאלן די געלטער וואס די ממשלה האט געפאדערט ביי זיי. לעומת אין סקווירא, האט די רבי געלאזט אז די גזירה זאל פאלן אויפ די קעפ פון זיינע חסידים וועלכע זענען טאקע געגאנגען יושב'ן. (נעבעך) איינער (מר. בערגער) איז טאקע נפטר געווארן אין דזשעיל, אדער קורץ נאכדעם, נאך וואס ער האט זיך א סאך געמוטשעט. אויך געווען אין ארץ ישראל, וואו די ממשלה האט איהם אויסגעליפערט קיין אמעריקע, און די רעבע שליט"ע האט ווייטער געפיהרט טיש כאילו לא היה...!

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:53 pm

· #509155
כ'האב דעמאלטס געוואוינט אין אנטווערפן, און אזוי האב איך דעמאלטס געהערט.
אבער דו געדענקסט די מעשה מיט'ן מונקאטשער שטעטל?

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 1:56 pm

· #509156
כ'מיין אז דו ווייסט נישט גענוי די געשיכטע וואס דארט איז געווען מיט פרטים.
ווייל באמת האט עס גארנישט געהאט מיט'ן סקווערער רבי, נאר איין זאך, אז כלומר'שט האבן עס די עסקנים גע'גנב'ט פאר די מוסדות, אבער ס'איז אנגעקומען צו פריוואטע טאשן. און טאקע נישט צו חיים בערגער'ס טאש, נאר אזעלכע וואס טריצן היינט. און זענען אפילו נישט אנגעקלאגט געווארן.
אבער מונקאטשער רב שליט''א האט זיך אונטערגענומען צו צאלן פעימענטס אבער ס'נישט געליגן אויף עהם די אחריות בכלל.

באהעלפער » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 5:09 am

· #509202
די וואך איז דא א אינטערוויו אין די שריפט, מיט עזרא בן השרף האדמו''ר, ווי ער לייגט אראפ וויאזוי עס גייט צו א סעודת שבת בחצר ליסקא.
אויב איר האט א שווערע טאג, זייט אייך משמח מיט'ן אינטערוויו...

היסטאריע » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:40 am

· #509328
באהעלפער
כ'מיין אז דו ווייסט נישט גענוי די געשיכטע וואס דארט איז געווען מיט פרטים.
ווייל באמת האט עס גארנישט געהאט מיט'ן סקווערער רבי, נאר איין זאך, אז כלומר'שט האבן עס די עסקנים גע'גנב'ט פאר די מוסדות, אבער ס'איז אנגעקומען צו פריוואטע טאשן. און טאקע נישט צו חיים בערגער'ס טאש, נאר אזעלכע וואס טריצן היינט. און זענען אפילו נישט אנגעקלאגט געווארן.
אבער מונקאטשער רב שליט''א האט זיך אונטערגענומען צו צאלן פעימענטס אבער ס'נישט געליגן אויף עהם די אחריות בכלל.
וואס ווען אחריות. ער האט נאך נישט גענומען קיין אחריות אויף גארנישט. אבער חסידים קעלבלעך זענען געגאנגען יושב'ן, זיי האבען גארנישט געטוהן אנדרעש פין קיין שום "פלאן" נישט געוועהן קיין פלאן, איין פלאן, מען זאל גנב'ן און הנאה האבען.

דער געלט איז געגאנגען צו חצר הקודש, נישט קיין שום פריוואטע טאשען.

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 4:20 pm

· #509359
ליפא איז מנחם 📎 306717152_813976032962883_1931823558568880030_n.jpg

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 4:54 pm

· #509762
איינער ווייסט ווען איז סליחות אין ליסקע???

נעקסט לעוועל » מיטוואך אקטאבער 26, 2022 8:52 pm

· #510692
Re: עזרא פריעדלענדער שרייבט א בריוו צו סקווערע חסידים
📎 IMG_0147.png געוואלד און געפליפט!

דער עסער » דינסטאג נאוועמבער 8, 2022 9:46 am

· #511462
העסקן עזרא פריעדלענדער זיך געטראפן מיטן געוועזענער פרעזידענט קלינטאן ביים שתדלן פאר די ליסקא מוסדות
📎 unnamed (14).jpg

בת קול » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:01 pm

· #512079
פרידא וויזל באזיכט ביי משפחת פריעדלענדער.
https://youtu.be/12UczsKJ0TE

דער עסער » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 4:49 pm

· #512085
בת קול
פרידא וויזל באזיכט ביי משפחת פריעדלענדער.
https://youtu.be/12UczsKJ0TE
כבוד בית ליסקא

ס'פשט אז די בחור האט מען געזעצט נעבן איר? (דאס איז ממש א כבוד)

דער עסער » מיטוואך מערץ 22, 2023 3:56 pm

· #519334
.
📎 Screenshot 2023-03-22 155546.png
בלאט: 1 2