☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות

ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות

105 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15543
בלאט: 1 2 3

סאנטיאגא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:22 pm

· #509523
עצי שטים
איין זאך פארשטיי איך נישט קלאר. מען פאקט צוזאמען "אלע" חסידישע ישיבות אינטער איין שירעם פון "גיבן נישט קיין עדיקעישן"
איך מיין אז עס איז הימל אין ערד וועליכע מוסד מען רעדט פון. כמעט יעדער וואס קומט ארויס פון סאטמאר קרית יואל קען נישט רעדן קיין געהעריגע ענגליש, וואס דאס קען טאקע שאטן פאר אסאך פרנסה געלעגנהייטן. אבער איך מיין אז איינער וואס לערנט אין באבוב אין בארא פארק קען גאנץ א פיינע ענגליש.
לויט וועם? אין קאנטראסט צו משה דוד נידערמאן'ס ענגליש? צו וועם פונקטליך גלייכסטו זיך צו? אוודאי איז דא שוואכערע און בעסערע פון צווישן די ערגסטע, אבער הצד השווה שבהן צייגן די אינוועסטיגעשנס אז זיי זענען אלע פאראייניגט מיטן נישט נאכקומען די גיידליינס.

דו קענסט האבן די פעדער און די האנט און שרייבן צען טויזנט שורות, און נישט האבן די כללים פון שרייבן. פונקט ווי אונז קען מיר אלע דא די שפראך אידיש און לאו דוקא די גראמאטישע כללים וואס ווי ווייט איך ווייס לערנט מען נישט אין קיין איין חסידישע חדר.

וואס דו האסט געלערנט ווייס איך נישט, האסטו אבער נישט געלערנט קיין סאציאלע שטודיעס, אדער ליטעראטור וואס דאס מיינט אז דו קענסט נישט אזוי גוט שרייבן ווי דו שטעלסט דיך פאר. קענסט שרייבן, אבער די סטאנדארטן פון שרייבן אין א נארמאלע שולע איז פיל העכער ווי וואס די היימישע גאס רופט שרייבן.. און דעריבער וועסטו אפט זעהן/הערן די טענה אז די היימישע חינוך איז נישט בעסיק עדוקאציע נאר זייער ווייט דערפון. אוטש.

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:32 pm

· #509525
איך רעד וויפיל עס איז נוגע צו קענען פירן א געהעריגע געשפרעך, אויסטוישן אימעילס, און האבן א געהעריגע פרנסה.
סאציאלע שטודיעס און היסטאריע פעלט זיך ממש נישט אויס צו קענען האבן א פרנסה.

אויב איז די טענה אז חסידישע אידן זענען נישט מעורב בין הבריאות.. זיי זענען אנדערש פון די נארמאלע גוי, האבן א מאדנע אקצענט, מיט מאדנע קליידונג און מען מוז דאס זען אויסצירייסן דאן הער איך די טענה.

אבער די טענה אז מען לערנט ממש נישט אויס געניג ענגליש צו קענען האבן נארמאלע פרנסה איז אפשר אמת אין מאנדערוי, אבער אין בארא פארק און בפרט אין לעיקוואד (אפילו חסידישע מוסדות) און אפגערעדט חב"ד, מיין איך אז מען לערנט דארטן געניג א פיינע ענגליש זיך צו באגיין מיט גוים אין ביזנעס. און איך רעד אפילו אהן דעם וואס איינער לערנט זיך עפעס ספעציעל צו.

סאנטיאגא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:33 pm

· #509526
דא ברענגט איינער זייער ריכטיג ארויס מיין נקודה. 1:20

רוב עולם ביי אונז באגרייפט דאס ניטאמאל.
https://youtu.be/Oo8zJuHWZUQ

סאנטיאגא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 8:36 pm

· #509528
עצי שטים
איך רעד וויפיל עס איז נוגע צו קענען פירן א געהעריגע געשפרעך, אויסטוישן אימעילס, און האבן א געהעריגע פרנסה.
סאציאלע שטודיעס און היסטאריע פעלט זיך ממש נישט אויס צו קענען האבן א פרנסה.

אויב איז די טענה אז חסידישע אידן זענען נישט מעורב בין הבריאות.. זיי זענען אנדערש פון די נארמאלע גוי, האבן א מאדנע אקצענט, מיט מאדנע קליידונג און מען מוז דאס זען אויסצירייסן דאן הער איך די טענה.

אבער די טענה אז מען לערנט ממש נישט אויס געניג ענגליש צו קענען האבן נארמאלע פרנסה איז אפשר אמת אין מאנדערוי, אבער אין בארא פארק און בפרט אין לעיקוואד (אפילו חסידישע מוסדות) און אפגערעדט חב"ד, מיין איך אז מען לערנט דארטן געניג א פיינע ענגליש זיך צו באגיין מיט גוים אין ביזנעס. און איך רעד אפילו אהן דעם וואס איינער לערנט זיך עפעס ספעציעל צו.
זאג, דו האסט א קאר? איך האלט ס'פעלט נישט אויס. מ'קען אנקומען גענוג וועגן אן אליינס קענען דרייוון. גענוג געבן זיך א עצה אן דעם. טא, וואס פעלט עס אויס?

לאמיר זעהן צו דו וועסט צוטרעפן די ריכטיגע תירוץ..

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:01 pm

· #509534
די תשובה איז אויף דעם אז עס איז טאקע נישט אזוי וויכטיג פאר יעדעם צו האבן א קאר. גאר אסאך מענטשן אין וויליאמסבורג אדער אין מאנהעטן האבן טאקע נישט קיין קאר. אדרבה די קאר מאכט זיי נאר פראבלעמען מיט פארקינג, און צו דער ארבייט קומען זיי אהן שנעלער מיט די באנען אדער באסעס.

אבער בכלל איז די צושטעל נישט קיין גוטע. האסט סתם געשאסן א קאר וואס איז טאקע א וויכטיגע זאך פאר רוב מענטשן און עס ציגעשטעלט צו ענגליש.

אפשר איז אונזער ענגליש דומה צו א געהעריגע קאר, און די מאס ענגליש וואס די פארלאנגסט איז דומה צו א טעסלא? עס איז טאקע היבש באקוועמער און געשמאקער.. אבער צו דען איז עס אזוי וויכטיג פאר יעדעם צו האבן?
מען קען רואיג אנקומען צו ווי מען דארף מיט א געהעריגע קאר. אפילו א אלטע געניצטע קאר טוט אויך דעם דזשאב.

מיין פוינט איז אז ווען די חברה שרייבן אז מען לערנט נישט "קיין שום ענגליש" ביי אונז איז עס א פלעינע שקר. אפשר לערנט מען נישט די העכסטע לעוול וואס מען דארף. אבער אסאך מוסדות לערנען יא געניג זיך צו קענען אכ"פ באגיין געהעריג אין די סעקולארע וועלט.

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:22 pm

· #509536
סאנטיאגא
דא ברענגט איינער זייער ריכטיג ארויס מיין נקודה. 1:20

רוב עולם ביי אונז באגרייפט דאס ניטאמאל.
https://youtu.be/Oo8zJuHWZUQ
איך מיין אז ער רעדט דארטן פון רעכענען וואס מען לערנט אין קאלידזש נישט אין פאבליק סקול.

גיין צו קאלידזש איז שוין עפעס וואס איז נישט קיין געזעץ.

סאנטיאגא » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:28 pm

· #509537
עצי שטים
די תשובה איז אויף דעם אז עס איז טאקע נישט אזוי וויכטיג פאר יעדעם צו האבן א קאר. גאר אסאך מענטשן אין וויליאמסבורג אדער אין מאנהעטן האבן טאקע נישט קיין קאר. אדרבה די קאר מאכט זיי נאר פראבלעמען מיט פארקינג, און צו דער ארבייט קומען זיי אהן שנעלער מיט די באנען אדער באסעס.

אבער בכלל איז די צושטעל נישט קיין גוטע. האסט סתם געשאסן א קאר וואס איז טאקע א וויכטיגע זאך פאר רוב מענטשן און עס ציגעשטעלט צו ענגליש.

אפשר איז אונזער ענגליש דומה צו א געהעריגע קאר, און די מאס ענגליש וואס די פארלאנגסט איז דומה צו א טעסלא? עס איז טאקע היבש באקוועמער און געשמאקער.. אבער צו דען איז עס אזוי וויכטיג פאר יעדעם צו האבן?
מען קען רואיג אנקומען צו ווי מען דארף מיט א געהעריגע קאר. אפילו א אלטע געניצטע קאר טוט אויך דעם דזשאב.

מיין פוינט איז אז ווען די חברה שרייבן אז מען לערנט נישט "קיין שום ענגליש" ביי אונז איז עס א פלעינע שקר. אפשר לערנט מען נישט די העכסטע לעוול וואס מען דארף. אבער אסאך מוסדות לערנען יא געניג צו קענען אכ"פ באגיין געהעריג אין די סעקולארע וועלט.
די ריכטיגע תירוץ אויף מיין שאלה איז: ווייל ס'איז גרינגער צו לעבן מיט די טעכנאלאגיע פון א קאר, סא פארוואס דען נישט? אפגעזעהן פון וויפיל ס'האבן נישט, וועסטו נישט מוותר זיין דערויף אויב ס'איז נישט דא עפעס א פינאנציעלע זייטיגע סיבה צו פשוט ס'איז דיר נישט גענוג א צורך. די פאקט אז מאנכע מענעדזשן אנעדעם מיינט נישט ס'איז איידיעל און קאנווינענט פאר די רבים. די זעלבע איז מיט ענגליש. ס'קוקט אויס ווי ס'ארבעט וויאזוי ס'איז, גאט אין הימל געוואלד, ס'ארבעט דאך אבער נישט...

אדרבה ואדרבה ברענג א ליסטע פון מוסדות מיט די ליסטע פון סוביעקטן, און אויך די דורכשניטליכע סקאורס וואס אירע תלמידים געבן ארויס און יראה הקהל וישפט צו דאס קלאסיפיצירט אלס ענגליש צו א בעביסיטינג סערוויס וואס גראדע רעדט מען אין אן אנדערע שפראך...

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 10:37 pm

· #509540
די שאלה איז נישט צו ס'איז בעסער צו קענען א העכערע ענגליש. דאס איז בכלל נישט קיין ספק. די שאלה איז אויב וואס מען לערנט איז ממש נישט בעיסיק און עס שטערט די עולם פאר פרנסה געלעגנהייטן און אויב אזוי מוז זיך די גאווערמענט אריינמישן.

האסט עס מדמה געווען צו דרייוון.. הכל מודים אז דרייוון איז א גוטע איידיעל זאך. אבער צו דען זאל די גאווערמענט זיך אריינמישן אין די אמיש חינוך און אסר'ן די עלטערן אויסצולערנען פאר די קינדער אז מען טאר נישט דרייוון?
זיכער נישט, ווילאנג זיי דארפן עס נישט אויף צום לעבן.. פאר זייער פארם ארבייט איז די פערד און וואגן פינקט געניג, דאן פארוואס זאל מען זיך אריינמישן? און אויב איינער וויל דארטן דוקה א קאר קען ער זיך גיין מאכן א לייסנס..

די זעלבע דא.. (איך רעד נישט פון וויליאמסבורג אדער מאנרא ווי קינדער קענען טאקע גארנישט. און עס קומען אריין חסידישע אינגעלייט לערנען ענגליש... איך רעד פון אסאך בארא פארקע מוסדות אינקלודינג באבוב ווי ליטווישע צו אמאל גוים קומען לערנען ענגליש) קען זיין אז א העכערע לעוול וואלט געווען בעסער. אבער ווילאנג זיי לערנען בעיסיק רעכענען און קענען שרייבן, ליינען און רעדן, פארוואס זאל זיך די גאווערמענט אריינמישן. פרנסה קענען זיי שוין מאכן, און אז איינער וויל זיך עקסטער בעסער עדזשוקעיטן קען ער דאס אויך טון.

פרעג מיר ביטע נישט פאר קיין סטאטיסטיקס, ווייל איך ווייס נישט אויב ס'איז בכלל דא. אבער איך האב אפאר באבובע חברים פון בארא פארק.. זיי קענען גאנץ א פיינע ענגליש.. און נישט פון זיך עקסטער לערנען.
און וואו איך האב געלערט האט מען אויך געלערנט א פיינע ענגליש מיט ליטווישע און מאדערענע טיטשערס.. אבער אלטס חשש גלוי קען מען נישט מגלה זיין מער...

צוזאמגעדרייט » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 10:42 pm

· #509542
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
עצי שטים
צו דען זאל די גאווערמענט זיך אריינמישן אין די אמיש חינוך און אסר'ן די עלטערן אויסצולערנען פאר די קינדער אז מען טאר נישט דרייוון?
100 פראצענט!

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 10:50 pm

· #509544
צוזאמגעדרייט
עצי שטים
צו דען זאל די גאווערמענט זיך אריינמישן אין די אמיש חינוך און אסר'ן די עלטערן אויסצולערנען פאר די קינדער אז מען טאר נישט דרייוון?
100 פראצענט!
אויב אזוי דאן ביסטו גערעכט... די גאווערמענט זאל עוקר מן השורש זיין די חסידישע חינוך..

סאנטיאגא » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:23 am

· #509555
עצי שטים
האסט עס מדמה געווען צו דרייוון.. הכל מודים אז דרייוון איז א גוטע איידיעל זאך. אבער צו דען זאל די גאווערמענט זיך אריינמישן אין די אמיש חינוך און אסר'ן די עלטערן אויסצולערנען פאר די קינדער אז מען טאר נישט דרייוון?
זיכער נישט, ווילאנג זיי דארפן עס נישט אויף צום לעבן.. פאר זייער פארם ארבייט איז די פערד און וואגן פינקט גענוג, דאן פארוואס זאל מען זיך אריינמישן? און אויב איינער וויל דארטן דוקא א קאר קען ער זיך גיין מאכן א לייסענס...
דו פארשטייסט נישט וואס איך וויל מיט דעם. אונז זעמיר איינשטימיג אז דא פעלט אויס אן ערנסטע טוישונג. און אונז, און אונזערע חברים קענען ווערן דערקענט מיט אונזער ארימע ענגליש, ממש ווי אימיגראנטן [עפעס וואס איז נאר שכיח אין אונזערע קרייזן און נישט ערגעץ אנדערש.] איך ציל מיט דעם משל צו דיין בליק אויף וויפיל ס'העלפט און פארבעסערט דאס לעבן צו נישט. איך צונעם די זאך און איך ברענג דיר ארויס א פוינט, אז פונקט ווי א קאר, א סעלפאון, און א פרידזשידער איז נישט לעבנסוויכטיג. אבער דו ביזט נישט מוותר אויף דעם, ווייל אויב ביזטו א מענטש וואס לעבט אין די איין צוואנציגסטן יאר הונדערט, פארשטייסטו די תועלת פון די אלע זאכן, און די שפעקולירסט נישט אזויפיל צו ס'איז דיר א בענעפיט צו נישט, דו פארסט מיט דערמיט, ווייל ס'ארבעט! דו וועסט נישט מיטשלעפן מיט זיך קוואדערס צו נוצן א פובליק פאון, אנשטאטס האבן דיין אייגנס, קאכן דיין וואסער אויפן פייער, ווען א מאשין קען עס דיר טוהן שנעלער, אדער האלטן דיין זופ אין א פעסל אייז אויפן טאראסע. דו גייסט מיט די ווינט. אבער דו וואג דיר מיר צו זאגן אז מ'קען נישט אזוי.. ווייל ס'איז דא וואס לעבן אזוי...

ענליך דארפסטו אנקוקן א גוטע חינוך קאריקוילום, ס'זאל זיין אויסגעשטעלט צו פראדוצירן פארגעשריטענע מענטשן אין די איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט, וואס קענען זיך עקספאוזירן צו א רייע פון טאלאנטן, פאכן, און סוביעקטן, קענען קאמיוניקירן מיט אנדערע ווען ס'קומט צו ביזנעס אדער א פארמעסיסט, קענען וועלטליכע זאכן, אויף אן אופן וואס ס'איז נישט בושות צווישן דעם חסיד, דעם אזיאנער, און דעם קריסט. טאקע אויף די בעסטע אופן וואס שייך! ווייל פארוואס סעטלען פאר ווייניגער ווען ס'איז נישט קיין שום פראבלעם? ווען ס'איז אמונה וואס שטייט אין וועג שוין, אבער קיינער קען דאס נישט אויפווייזן, מ'קען עס אויסלאזן און דאס דארף נישט קומען אויף די פרייז פון סייענס.

וואס איז די underachievement ניגון ווען ס'קומט צו דעם? מאך עס בעסער און זיי נישט אזוי מדקדק. האסט נאך ניטאמאל געטרייט! מ'קען מיינען מ'האט פרובירט און זיך מיאוס אפגעבריט... געב שוין א טשענס פאר א זיס יאר..

סאנטיאגא » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:55 am

· #509556
עצי שטים
די שאלה איז אויב וואס מען לערנט איז ממש נישט בעיסיק און עס שטערט די עולם פאר פרנסה געלעגנהייטן און אויב אזוי מוז זיך די גאווערמענט אריינמישן.
כלל נישט נוגע. די רעגירונג איז געצווינגען זיך אריינצומישן אפגעזעהן פון וויפיל ריעלעסטעיט מיר פליפן, דו מיינסט טאקע אז דער פאליציי גיט דיר א בילעט ווייל אן דעם וואס ער זאל דיר אפשטעלן וואלסטו נישט איבערגעלעבט דעם ספידינג? ס'קומט נישט אריין די אבסטעקל, ווען מ'רעדט פון דעם פוינט. די מציאות איז אז דו האסט נישט געפאלגט די געזעץ מישט ער זיך אריין ווייל דאס איז די תוצאה ווען מ'פאלגט נישט געווענליך. ופשוט הוא. די גאווערמענט איז נאר די שטעקן וואס דארף האלטן די פאלק אין די ראמען. אויב לאזן זיי דאס לויפן טוען זיי נישט זייער דזשאב.
האסט עס מדמה געווען צו דרייוון.. הכל מודים אז דרייוון איז א גוטע איידיעל זאך. אבער צו דען זאל די גאווערמענט זיך אריינמישן אין די אמיש חינוך און אסר'ן די עלטערן אויסצולערנען פאר די קינדער אז מען טאר נישט דרייוון?..
זיכער אזוי. בפרט אין די קעיס פון מענטשן רעכט פארלעצונגען. אבער פארגעס נישט אז דא איז נישט אמיש.. דא איז ליבעראלע ניו יארק - פון די מערסט ליבעראלע מדינות איבער די גאנצע וועלט - וואס קינד און קייט שטרעבט צו קומען דא פארוויילן נאר צו כאפן א בליק אויף טיימס-סקווער, פארזוכן א יוגאסלאווישע פארציע און אהיימפארן. דא קומט מען זיך באזעצן פון די גאנצע וועלט צו האבן א פרייע און מאדערנע לעבנסשטייגער, וואוינען אין שיינע - אבער קליינע כאטקעס אין גרינפוינט פאר 7 אלפים א חודש, און נאכגיין ענדלאזע טרוימען און צאללאזע קאריערעס וואס איז נישט מעגליך אין נעבראסקא צו מיזורי, ווייל דא שפרודלט מיט פראגרעס. און אין די זעלבע סיטי וואוינען אויך אפאר צוהיצטע געמיינדע'ס וואס האבן דא געפינען פאר וויכטיג צו האלטן 1930 אונגארן וואך... דו האסט אוודאי יעדע רעכט! אבער קום מיר נישט זאגן אז מ'לאזט דיך נישט פונקט מנוחה ווי דער אמיש, ווען דא איז נישט אמישלאנד. ווייל דאס איז א פלאץ ווי מ'שעצט חינוך טראץ וואס מיר שעצן עס נישט. ס'איז דא געזעצן, נישט פון היינט, און נישט פון נעכטן. פארפאלן מנהג המקום.

רעדנדיג פון די אמישע:
ס'איז שוין געווען קאורט קעיסעס אויף זיי אויך, און זיי האבן גראדע געווינען, און איך בין טאקע קעגן דעם. ווייל זיי לערנען שרעקליך ווייניג, און אויך נישט אלע יארן וואס מ'דארף, און זיי מאכן עס קלאר אז ס'איז א סתירה מיט זייער לעבנסשטייגער און זיי האלטן דאס נישט ביים נאכגעבן - אזוי ווי פילע חסידים - זעען זיי דאס קענען די נעמען פון די פרעזידענטן אלס א threat פאר די טריפה'נע גאס. כאטש האבן זיי געקענט אויפווייזן אז זיי געבן vocational training מיטן לערנען די קינדער פארמינג וכו'.

למעשה, זענען זייערע טענות זיך סותר מיני וביה, דא זאגן זיי אז ס'ברעכט זייערע רעליגיעזע רעכטן אז די סטעיט זאל זיי מעגן איינטיילן צו לערנען לענגער ווי זיי לערנען, און שפעטער לאזן זיי די קינדער ארויס צו זעהן די וועלט? יא א סתירה אדער נישט א סתירה?

אויך קען מען זעהן ביי די צווייטע סעיף ווי די סופרים קאורט דריקט אויף מיין טענה, און די טענה פון פילע סופארטער פון רעפארם. מ'קען נישט אבי שרייען רילידזשען און אן אינפרינדזשמענט ווערט באשאפן, מ'דארף קענען אויפווייזן פונקטליך וואו און וואס פארהאנקערט זיך מיט די ערשטע אמענדמענט. און אין די פערדע סעיף ברענגען זיי ארויס אז זיי האבן נישט קיין אויפווייזן אז די אמיש זענען אן עול אויף דזשענערל סאסייעטי צוליב דעם וואס זיי מאכן זיך זייער לעבן, שטייען קיינעם נישט אין וועג, און נעמען נישט קיין וועלפעיר good luck אבי שיק דאס אויפצווייזן לגבי חסידים...

קיצור, אונז זעמיר ווי אמיש, אבער קולטוריש נישט.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 8:11 am

· #509558
סאנטיאגא
אין די פערדע סעיף ברענגען זיי ארויס אז זיי האבן נישט קיין אויפווייזן אז די אמיש זענען אן עול אויף דזשענערל סאסייעטי צוליב דעם וואס זיי מאכן זיך זייער לעבן, שטייען קיינעם נישט אין וועג, און נעמען נישט קיין וועלפעיר.

good luck אבי שיק דאס אויפצווייזן לגבי חסידים...

קיצור, אונז זעמיר ווי אמיש, אבער קולטוריש נישט.
פארגעס נישט אז זיי צאלן נישט קיין טעקס פאר די רעגירונג! ווי קענסט זיי מדמה זיין צו חסידים.

אלע צוזאמען » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 9:01 am

· #509565
סאנטיאגא
עצי שטים
האסט עס מדמה געווען צו דרייוון.. הכל מודים אז דרייוון איז א גוטע איידיעל זאך. אבער צו דען זאל די גאווערמענט זיך אריינמישן אין די אמיש חינוך און אסר'ן די עלטערן אויסצולערנען פאר די קינדער אז מען טאר נישט דרייוון?
זיכער נישט, ווילאנג זיי דארפן עס נישט אויף צום לעבן.. פאר זייער פארם ארבייט איז די פערד און וואגן פינקט גענוג, דאן פארוואס זאל מען זיך אריינמישן? און אויב איינער וויל דארטן דוקא א קאר קען ער זיך גיין מאכן א לייסענס...
דו פארשטייסט נישט וואס איך וויל מיט דעם. אונז זעמיר איינשטימיג אז דא פעלט אויס אן ערנסטע טוישונג. און אונז, און אונזערע חברים קענען ווערן דערקענט מיט אונזער ארימע ענגליש, ממש ווי אימיגראנטן [עפעס וואס איז נאר שכיח אין אונזערע קרייזן און נישט ערגעץ אנדערש.] איך ציל מיט דעם משל צו דיין בליק אויף וויפיל ס'העלפט און פארבעסערט דאס לעבן צו נישט. איך צונעם די זאך און איך ברענג דיר ארויס א פוינט, אז פונקט ווי א קאר, א סעלפאון, און א פרידזשידער איז נישט לעבנסוויכטיג. אבער דו ביזט נישט מוותר אויף דעם, ווייל אויב ביזטו א מענטש וואס לעבט אין די איין צוואנציגסטן יאר הונדערט, פארשטייסטו די תועלת פון די אלע זאכן, און די שפעקולירסט נישט אזויפיל צו ס'איז דיר א בענעפיט צו נישט, דו פארסט מיט דערמיט, ווייל ס'ארבעט! דו וועסט נישט מיטשלעפן מיט זיך קוואדערס צו נוצן א פובליק פאון, אנשטאטס האבן דיין אייגנס, קאכן דיין וואסער אויפן פייער, ווען א מאשין קען עס דיר טוהן שנעלער, אדער האלטן דיין זופ אין א פעסל אייז אויפן טאראסע. דו גייסט מיט די ווינט. אבער דו וואג דיר מיר צו זאגן אז מ'קען נישט אזוי.. ווייל ס'איז דא וואס לעבן אזוי...

ענליך דארפסטו אנקוקן א גוטע חינוך קאריקוילום, ס'זאל זיין אויסגעשטעלט צו פראדוצירן פארגעשריטענע מענטשן אין די איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט, וואס קענען זיך עקספאוזירן צו א רייע פון טאלאנטן, פאכן, און סוביעקטן, קענען קאמיוניקירן מיט אנדערע ווען ס'קומט צו ביזנעס אדער א פארמעסיסט, קענען וועלטליכע זאכן, אויף אן אופן וואס ס'איז נישט בושות צווישן דעם חסיד, דעם אזיאנער, און דעם קריסט. טאקע אויף די בעסטע אופן וואס שייך! ווייל פארוואס סעטלען פאר ווייניגער ווען ס'איז נישט קיין שום פראבלעם? ווען ס'איז אמונה וואס שטייט אין וועג שוין, אבער קיינער קען דאס נישט אויפווייזן, מ'קען עס אויסלאזן און דאס דארף נישט קומען אויף די פרייז פון סייענס.

וואס איז די underachievement ניגון ווען ס'קומט צו דעם? מאך עס בעסער און זיי נישט אזוי מדקדק. האסט נאך ניטאמאל געטרייט! מ'קען מיינען מ'האט פרובירט און זיך מיאוס אפגעבריט... געב שוין א טשענס פאר א זיס יאר..
אנטשולדיגט, אבער סאציאלע שטודיעס פעלן נישט אויס קיין איין מאל אין לעבן.
און, האסטו אמאל געארבעט מיט א ספאנישער? ווייל פולע פון זיי קענען נישט קיין איין ווארט ענגליש, מ'דארף רעדן מיט זיי דורך גוגעל טרענסעלעיט, 'פאר ענגליש דריקט נומער איינס, פאר ספאניש נומער צוויי' איז היינט די נארמאל אין יעדע גאווערמענט אגענטור, אלזא פיקס גרעסערע פראבלעם'ן פאר די גייסט צו די קליינע.

חדשים » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 5:58 pm

· #509604
איך טראכט אז אפשר ווייסטו נישט וואס מען לערנט זיך אויס אין סאציאלע שטודיעס. דא האסטו פון וויקיפידיע די 10 בעיסיק themes וואס איז אריינגערעכענט אין די סאציאלע שטודיעס לערנונגען. יעצט זאג מיר וועלכע פון די אלע נוצט מען נישט כאטשיג איינמאל אין לעבן... איך קען הערן אז מען קען זיך עס אויסלערנען אויף אנדערע וועגן און מען דארף עס נישט לערנען וויאזוי זיי פארלאנגען, דאס מיינט אבער אז דו לערנסט סאציאלע שטודיעס נאר מיט א טוויסט...
Ten themes of social studie
Edit
According to the National Council for the Social Studies, there are ten themes that represent the standards about human experience that is constituted in the effectiveness of social studies as a subject study from pre-K through 12th grade.[13]

Culture
Edit
The study of culture and diversity allows learners to experience culture through all stages from learning to adaptation, shaping their respective lives and society itself.[13] This social studies theme includes the principles of multiculturalism, a field of study in its own right that aims to achieve greater understanding between culturally diverse groups of students as well as including the experiences of culturally diverse learners in the curriculum.[3]

Time, continuity, and change
Edit
Learners examine the past and the history of events that lead to the development of the current world. Ultimately, the learners will examine the beliefs and values of the past to apply them to the present. Learners build their inquiry skills in the study of history.[13]

People, places, and environment
Edit
Learners will understand who they are and the environment and places that surround them. It gives spatial views and perspectives of the world to the learner.[13] This theme is largely contained in the field of geography, which includes the study of humanity's connections with resources, instruction in reading maps and techniques and perspectives in analyzing information about human populations and the Earth's systems.[14]

Individual development and identity
Edit
Learners will understand their own personal identity, development, and actions. Through this, they will be able to understand the influences that surround them.[13]

Individuals, groups, and institutions
Edit
Learners will understand how groups and institutions influence people's everyday lives. They will be able to understand how groups and institutions are formed, maintained, and changed.[13]

Power, authority, and governance
Edit
Learners will understand the forms of power, authority, and governance from historical to contemporary times. They will become familiar with the purpose of power, and with the limits that power has on society.[13]

Production, distribution, and consumption
Edit
Learners will understand the organization of goods and services, ultimately preparing the learner for the study of greater economic issues.[13] The study of economic issues, and with it, financial literacy, is intended to increase students' knowledge and skills when it comes to participating in the economy as workers, producers, and consumers.[15]

Science, technology, and society
Edit
Learners will understand the relationship between science, technology, and society, understanding the advancement through the years and the impacts they have had.[13]

Global connections
Edit
Learners will understand the interactive environment of global interdependence and will understand the global connections that shape the everyday world.[13]

Civic ideals and practices
Edit
Learners will understand the rights and responsibilities of citizens and learn to grow in their appreciation of active citizenship. Ultimately, this helps their growth as full participants in society.[13] Some of the values that civics courses strive to teach are an understanding of the right to privacy, an appreciation for diversity in American society, and a disposition to work through democratic procedures. One of the curricular tools used in the field of civics education is a simulated congressional hearing.[16] Social studies educators and scholars distinguish between different levels of civic engagement, from the minimal engagement or non-engagement of the legal citizen to the most active and responsible level of the transformative citizen. Within social studies, the field of civics aims to educate and develop learners into transformative citizens who not only participate in a democracy, but challenge the status quo in the interest of social justice.[3]

סאנטיאגא » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 6:25 pm

· #509607
אלע צוזאמען

דער עקוואדאריען וואס האט אימיגרירט ביי די צוועלף? צו די דאמינקאנער וואס האט דא געלאנדעט ביי די איין און צוואנציג? דו ביזט א געבוירענער אמעריקאנער!

איין פראבלעם מאכט נישט קלענער א צווייטע. דאס רענקן פראבלעמען ביי importance איז זייער א שוואכע צוגאנג, ווייל געווענליך איז עס א תירוץ אבי זיך אוועקצובייגן פון די ספאטלייט..

סאנטיאגא » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 6:33 pm

· #509611
חדשים
איך טראכט אז אפשר ווייסטו נישט וואס מען לערנט זיך אויס אין סאציאלע שטודיעס. דא האסטו פון וויקיפידיע די 10 בעיסיק themes וואס איז אריינגערעכענט אין די סאציאלע שטודיעס לערנונגען. יעצט זאג מיר וועלכע פון די אלע נוצט מען נישט כאטשיג איינמאל אין לעבן... איך קען הערן אז מען קען זיך עס אויסלערנען אויף אנדערע וועגן און מען דארף עס נישט לערנען וויאזוי זיי פארלאנגען, דאס מיינט אבער אז דו לערנסט סאציאלע שטודיעס נאר מיט א טוויסט...
Ten themes of social studie
Edit
According to the National Council for the Social Studies, there are ten themes that represent the standards about human experience that is constituted in the effectiveness of social studies as a subject study from pre-K through 12th grade.[13]

Culture
Edit
The study of culture and diversity allows learners to experience culture through all stages from learning to adaptation, shaping their respective lives and society itself.[13] This social studies theme includes the principles of multiculturalism, a field of study in its own right that aims to achieve greater understanding between culturally diverse groups of students as well as including the experiences of culturally diverse learners in the curriculum.[3]

Time, continuity, and change
Edit
Learners examine the past and the history of events that lead to the development of the current world. Ultimately, the learners will examine the beliefs and values of the past to apply them to the present. Learners build their inquiry skills in the study of history.[13]

People, places, and environment
Edit
Learners will understand who they are and the environment and places that surround them. It gives spatial views and perspectives of the world to the learner.[13] This theme is largely contained in the field of geography, which includes the study of humanity's connections with resources, instruction in reading maps and techniques and perspectives in analyzing information about human populations and the Earth's systems.[14]

Individual development and identity
Edit
Learners will understand their own personal identity, development, and actions. Through this, they will be able to understand the influences that surround them.[13]

Individuals, groups, and institutions
Edit
Learners will understand how groups and institutions influence people's everyday lives. They will be able to understand how groups and institutions are formed, maintained, and changed.[13]

Power, authority, and governance
Edit
Learners will understand the forms of power, authority, and governance from historical to contemporary times. They will become familiar with the purpose of power, and with the limits that power has on society.[13]

Production, distribution, and consumption
Edit
Learners will understand the organization of goods and services, ultimately preparing the learner for the study of greater economic issues.[13] The study of economic issues, and with it, financial literacy, is intended to increase students' knowledge and skills when it comes to participating in the economy as workers, producers, and consumers.[15]

Science, technology, and society
Edit
Learners will understand the relationship between science, technology, and society, understanding the advancement through the years and the impacts they have had.[13]

Global connections
Edit
Learners will understand the interactive environment of global interdependence and will understand the global connections that shape the everyday world.[13]

Civic ideals and practices
Edit
Learners will understand the rights and responsibilities of citizens and learn to grow in their appreciation of active citizenship. Ultimately, this helps their growth as full participants in society.[13] Some of the values that civics courses strive to teach are an understanding of the right to privacy, an appreciation for diversity in American society, and a disposition to work through democratic procedures. One of the curricular tools used in the field of civics education is a simulated congressional hearing.[16] Social studies educators and scholars distinguish between different levels of civic engagement, from the minimal engagement or non-engagement of the legal citizen to the most active and responsible level of the transformative citizen. Within social studies, the field of civics aims to educate and develop learners into transformative citizens who not only participate in a democracy, but challenge the status quo in the interest of social justice.[3]
פאר א גוט יאר ווער ברויך מוזיק טרעינינג ווען ס'איז דא גענוג גוטע שפילערס וואס רייסן געלטער?

ווער ברויך physical education ווען ס'איז דא גענוג כשר'ע גימנעזיעמס? מ'מוז צווינגען קינדער צו דעם? ס'פעלט צייט נאך די חתונה צו ארבעטן אויף די קערפער? ענדארפינס שמארפינס... איך זאג דיר די משוגעת'ן שטעלן זיך נישט אפ!
אקראבאטן? ווער דארף דאס? כ'ווייס נישט פונקטליך אבער ס'איז זיכער דא א סיבה פארוואס א היימישע איד טוט עס נישט..!
פוטבאל טשאמפיאנען? האלא, עפן א עמעזאן ביזנעס און מאך דריי מאל וואס זיי מאכן.
מאטאר סקילס? איך מאך נישט קיין קארס so I'm good

אלימפיקס? וואס איז דאס? זיכער נישט נוגע ווייל "איך" האב פון דעם קיינמאל נישט געהערט אין קיין איין ביהמ"ד

truth be told
ס'איז נישט מעגליך במציאות אז איינעם זאל עפעס פעלן מיט די סטאטוס קווא פון וואו "איך" זעה וואס א גוטע חינוך מיינט! ערגא: נישט דא וואס בעסער צו מאכן. ס'איז נישט דא!

סאנטיאגא » זונטאג אקטאבער 2, 2022 1:11 am

· #509912
עצי שטים
ברוך פערלאוויץ מיט א ווידיא אין דיפענס פאר די ישיבה עדיקעישן
https://t.me/YidInfo/27772
עטליכע פאלאשיסישע פראבלעמען מיט ברוך פערלאוויטץ'ס ריספאנס: איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן...

לאגישע פאלאסיס 101:

א פאלאסי איז א פעלערדיגע מהלך פון טראכטן וואס צופראסקעט א סטרוקטור פון א טענה אדער א קלעים.

רויטע הערינג עסט מען ביים קידוש, אבער אין א לאגישע שמועס/דעבאטע ווען מ'נוצט פוינטערס וואס הייבט נישט אן אריינצוקומען אין די נושא אויפן האנט אין ארדער צו פארפירן דעם מוח הייסט דאס א רעד-הערינג פאלאסי, און דעריבער א ראנג וועג פון נוצן לאגיק. קענסט עס רופן אנדערע זאכן. דאס האט מיט ראציאנאלע דיבורים קיין שייכות ס'איז פונקט ווי דו האסט געזאגט 1+1 = חלה דעקל (יעצט איר הרב פערלאוויץ וואס איך האף איר ליינט דאס, האט דאך אזא גוטע עדזשוקעישן אז איך דארף עס אייך ניטאמאל מסביר זיין סא איך רעד דא סתם איבריג.)

יעדער וואס קען אביסל קריטיקל טינקינג ווייסט אז מ'רעדט קיינמאל נישט פון פערזענליכע עקספירענס צו מאכן אן ארגומענט שטערקער. ווייל דאס הייסט אנאקדאטישע באווייז, ס'איז אזוי ווי זאגן: מיין טאטע האט גערויכערט צוויי פושקעס א טאג און געלעבט ביז די פינף און ניינציג, אשר על כן איז רויכערן נישט קיין סכנה. נישט שלעכט הא? פונקט ווי ביי ראסיזם פארשטייט מען אז די אווערגענערעלעזאציע פון די טאהטן פון א יחיד איז א ראנג וועג פון דן זיין א רבים, די זעלבע דארף מען פארשטיין אז דא טויג דאס אויך אויף כפרות; מיין ביזנעס סוקסעס און די סוקסעס פון מיינע קליענטן זאגט גארנישט אויף מיין געמיינדע. גאר - נישט!!! קענסט דאך שוין פאר די געלט א ראיה ברענגען אויף די בליענדע שפרודל'דיגע עקנאמיע פון צפון קארעא נאר פון כאפן א בליק אויף קים דזשאנג אן'ס 250 פיסיגע יאכט, און זיין מעיבעך? פליז. די חברה האקן א לעבן דארט, והא ראיה קים דזשאנג אן האקט.

גיימיר ווייטער, איר מאכט דעם טעות וואס אסאך אפאלאגיסטן מאכן און פארפירן דעם נאראטיוו ווי גלייך די רעדע איז אויסדריקליך אבאוט א post secondary education וואס מ'לערנט אין קאלעדזש ווען די רעדע איז בעיקר איבער פארבעסערן elementary middle און high school איז כ'וויל דיר פרעגן פאר די גייסט אזוי דיסקרעדיטן דאס גאנצע קאלעדזש סיסטעם, זאל נישט די מוסד קודם ערלויבן א קינד צו גראדואירן? אונז האלט מיר נאך אסאך פאר קאלעדזש...

שפעטער גייט ער אן וועגן פאמיליע לעבן און שבת, ווייטער א רויטן הערינג, וויאזוי אין די שאול תחתית קומט דאס דא אריין?? איך ווייס וואו! אין די מיינד פון א מענטש וואס דארף זיך דיפענדן אויף עפעס וואס לויט זיין פארשטאנד איז דאס וואס איז יעצט די חובת השעה, ווייל די מידיא איז דא געקומען אטאקירן מיין גאנצע קולטור, מיין לעבנסשטייגער, און מיין גאנצע ביאינג! איך האב עס שוין געזאגט בנוגע דעם עדיטאריעל פון איד וואס איינער האט געלייגט דא, ווען איינער זאגט מיר דראגס און טיק טאק ווייס איך פונקטליך וויפיל יענער פארשטייט צו די סעקולערע וועלט say no more אויב איז דאס וויפיל דו פארשטייסט, ערווארט איך טאקע נישט קיין סאך פון דיר...

יעצט צו זיין מעכטיגע פילם מאכער טיטל: איך ווייס אז ער האט אויסגענוצט מענטשן פאר קלענערע ראלעס פאר זיין פילם און זיך אויסגענומען אז ס'איז נישט פאר באצאלט, און ער איז נישט דער איינציגסטער. סתם, איך ווארף עס אריין פאר איינער איז זיך טועה אז דא רעדט מען פון סטיוון ספילבערג אליין, ניין ער קומט נאך צו צו טובות, און דאס איז דאך די גאנצע שיינקייט פון אונזער חינוך. איינער אין האליוואד ארבעט פאר פרי? קיינמאל!

און אויב איז אמת וואס ער זאגט אז ריעל עסטעיט איז אזוי שכיח ביי אונזערע אנ-עדזשוקעיטעד חסידישע ברודער, הלמאי לערנסטו נישט אויס ישיבה בחורים וואס קוועטשן אפ די בענק טאג איין און טאג אויס די כללים פון מולטי פעמילי פראפערטיס און 1031 עקסטשעינדזשעס און אזוי ארום וועט צוקומען פרישע טויזנטער סוקסעס סטאריס צו די דאזיגע אינדוסטרי?!

אפילו אויב OJBA מאלט אן אנדערע בילד. ס'איז נישט קיין נייעס אז רובא דרובא סטראגלען, און נישט אומזינסט דארף מען זיך קאנצענטרירן אויף די flashy סוקסעס פון דעם און יענעם און איגנארירן אויסגעמעקסטע קרעדיט קארדס אלע טשעקס וואס קומען צוריק, איגנארירן אלע נעשאנעל גריד אקאונטס וואס האבן נישט צו באצאלן ווייל זיי לעבן פעי טשעק צו פעי טשעק, יא לאמיר נישט מאכן אן עסק פון דעם, ווייל אויף דעם איז דאך דא אזויפיל צדקה וחסד עניוועי....

מורטל ביעטש.. ווואאאס?

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 2, 2022 1:52 am

· #509914
מאכסט עס כאילו די צד שכנגד ניצט נישט די אלע (אפגעפרעגטע) מעטאדן. אז עס איז גוט פאר די טיימס איז עס גוט פאר פערלאוויץ אויך.

סאנטיאגא » זונטאג אקטאבער 2, 2022 2:01 am

· #509915
יא יא, צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט. יאלא ברענגען א קוואוט און לינקן צו א פאלאסי קענסטו אויך?

איך דארף מיך למשל דערשרעקן ווייל דו האסט "געזאגט" אז זיי נוצן די "אלע" מעטאדן?

החוקר » זונטאג אקטאבער 2, 2022 2:08 am

· #509916
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
סאנטיאגא
יעצט צו זיין מעכטיגע פילם מאכער טיטל: איך ווייס אז ער האט אויסגענוצט מענטשן פאר קלענערע ראלעס פאר זיין פילם און זיך אויסגענומען אז ס'איז נישט פאר באצאלט, און ער איז נישט דער איינציגסטער. סתם, איך ווארף עס אריין פאר איינער איז זיך טועה אז דא רעדט מען פון סטיוון ספילבערג אליין, ניין ער קומט נאך צו צו טובות, און דאס איז דאך די גאנצע שיינקייט פון אונזער חינוך. איינער אין האליוואד ארבעט פאר פרי? קיינמאל!
וויאזוי רופט מען עס נאר....? [emoji848]

אה, יא, א רויטן הערינג. די מאטיאש סארט.

סאנטיאגא » זונטאג אקטאבער 2, 2022 2:32 am

· #509918
החוקר
אה, יא, א רויטן הערינג. די מאטיאש סארט.
ער רעדט פון זיין קאריערע אין דעם קליפ (עכ"פ וויאזוי איך פארטייטש עס צו דעמאנסטרירן וואו ווייט ער איז אנגעקומען מיט זיין לימיטיד עדזשוקעישן) אדרעסיר איך דאס אין ריספאנס, איך זעה נישט די פראבלעם. מאטיאש איז נישט מיין פעוואריט.

מונטסורי » זונטאג אקטאבער 2, 2022 11:31 am

· #509928
סאנטיאגא
מאטאר סקילס? איך מאך נישט קיין קארס so I'm good
😂
S-x: every Tuesday and Friday

היסטאריע » זונטאג אקטאבער 2, 2022 11:44 am

· #509930
פין עצי שטים
די זעלבע דא.. (איך רעד נישט פון וויליאמסבורג אדער מאנרא ווי קינדער קענען טאקע גארנישט. און עס קומען אריין חסידישע אינגעלייט לערנען ענגליש... איך רעד פון אסאך בארא פארקע מוסדות אינקלודינג באבוב ווי ליטווישע צו אמאל גוים קומען לערנען ענגליש) קען זיין אז א העכערע לעוול וואלט געווען בעסער. אבער ווילאנג זיי לערנען בעיסיק רעכענען און קענען שרייבן, ליינען און רעדן, פארוואס זאל זיך די גאווערמענט אריינמישן. פרנסה קענען זיי שוין מאכן, און אז איינער וויל זיך עקסטער בעסער עדזשוקעיטן קען ער דאס אויך טון.

פרעג מיר ביטע נישט פאר קיין סטאטיסטיקס, ווייל איך ווייס נישט אויב ס'איז בכלל דא. אבער איך האב אפאר באבובע חברים פון בארא פארק.. זיי קענען גאנץ א פיינע ענגליש.. און נישט פון זיך עקסטער לערנען.
ביסט גערעכט. האב איך געפרעגט א באבאווער וואס גייט דא פאר, זאגט ער מיר אז דער רב האט א טשיפ אויף זיינע שאלדערס, און וויל הייסען א חאניאקישע מוסדות, לייגט ער זיך צוזאמען מיט אלע אנדערע וואס לערנען ווייניג, ווייל עס פאסט אים נישט אז באבוב זאל הייסען א מוסד וואס לערנען גענוג ענגליש לויט ווי דער גאווערנמענט הייסט.

שמן למאור » זונטאג אקטאבער 2, 2022 12:23 pm

· #509938
סאנטיאגא
עצי שטים
ברוך פערלאוויץ מיט א ווידיא אין דיפענס פאר די ישיבה עדיקעישן
https://t.me/YidInfo/27772
יעדער וואס קען אביסל קריטיקל טינקינג ווייסט אז מ'רעדט קיינמאל נישט פון פערזענליכע עקספירענס צו מאכן אן ארגומענט שטערקער. ווייל דאס הייסט אנאקדאטישע באווייז, ס'איז אזוי ווי זאגן: מיין טאטע האט גערויכערט צוויי פושקעס א טאג און געלעבט ביז די פינף און ניינציג, אשר על כן איז רויכערן נישט קיין סכנה. נישט שלעכט הא? פונקט ווי ביי ראסיזם פארשטייט מען אז די אווערגענערעלעזאציע פון די טאהטן פון א יחיד איז א ראנג וועג פון דן זיין א רבים, די זעלבע דארף מען פארשטיין אז דא טויג דאס אויך אויף כפרות; מיין ביזנעס סוקסעס און די סוקסעס פון מיינע קליענטן זאגט גארנישט אויף מיין געמיינדע. גאר - נישט!!! קענסט דאך שוין פאר די געלט א ראיה ברענגען אויף די בליענדע שפרודל'דיגע עקנאמיע פון צפון קארעא נאר פון כאפן א בליק אויף קים דזשאנג אן'ס 250 פיסיגע יאכט, און זיין מעיבעך? פליז. די חברה האקן א לעבן דארט, והא ראיה קים דזשאנג אן האקט.
די פראבלעם איז אז דו ברענגסט אויך נישט קיין נומערן...

די טענה איז דא אז חסיד'ישע עדיוקעישן גרייט נישט אהן די קינדער צו קענען האבן געהעריגע פרנסות. אויף דעם ברענגט פערלאוויטש זיין אייגענע עקספיריענס און פון אסאך אנדערע, אז ער פארדינט יא גאר שיין און גאר אסאך מאכן פיין פרנסה אין די היימישע קאמיוניטי. ער ברענגט טאקע נישט קיין נומערן מיט סטאטיסטיקס ווייל כ'ווייס נישט צו ס'איז דא. יא, נומערן אז מען קען נישט אזא גוטע ענגליש איז טאקע דא, ווי די ני"ט האט שוין געברענגט, אבער ווער זאגט אז דאס אפעקטירט ביזנעס? קודם כל איז דא אהן א שיעור אפערטונעטיס אין די קאמיוניטי וואס פאר דעם מוז מען טאקע נישט קענען קיין ענגליש. למשל, מלמדים, קאר סערוויס דרייווערס, באס דרייווערס, איינגעשטעלטע אין געשעפטן, ועוד ועוד.

און אז איינער וויל דווקא טון עפעס וואס ער מוז יא קענען ענגליש דערפאר, איז אים גארנישט אזוי שווער זיך שנעל צוצולערנען.. אזוי ווי גאר אסאך טוען טאקע.
דו קענסט גאנץ א גוטע ענגליש, סאנטיאגא.. אין וועלכע פאבליק סקול האסטו געלערנט?
פארשטייט זיך אז אויב א יוקל ווי יוסף קרויס טאנצט ארויס פון קרית יואל גראד אריין קיין מעקדאנעלדס צו ווערן א סערווירער, וועט עס נישט ארבייטן. ער ווייסט נישט וואס מען רעדט צו אים. אבער דאס זענען בלויז יחידים.. און מען קען דאך נישט ברענעגען קיין ראיות פון יחידים.

איך זאג נישט אז עס איז אזוי.. אבער קיין נומערן האסטו אויך נישט.

די עוורידזש פארדינער אין אמעריקע פארדינט צווישן 40k און 60k יערליך עיין כאן
דאס ווייסט יעדער קלאר אז ווער עס זוכט נאר א פרנסה אין די היימישע געגנט מאכט אזוי פיל. אפילו מלמדים מאכן בערך דאס, און מלמדים הייסן די אונטערגעצאלטע.

נאר וואס דען? פאר א חסיד וואס האט צען קינדער און זיין ווייב ארבייט נישט (אנדערש ווי אין די סעקולארע וועלט ווי זיי האבן איינס-צוויי קינדער, און די ווייב ארבייט על פי רוב אויך) איז 60k יא יאר נישט גענוג. ובפרט אז עס קומט צו די אידישע עקספענסעס וואס דער גוי האט נישט, און מען דארף אויך א גרעסערע הויז פאר די אלע קינדער. אטאמאטיש נעמט מען פוד סטעמפס מיט די אנדערע פראגראמען, וואס דאס מאכט צייגן אז די היימישע געגנטער זענען "ארעמעלייט".

אבער איך זוך אויך די נומערן.. אדרבה ברענג סטאטיסטיקס צו איז דא ביי אונז פארצענטואל מער אדער ווייניגער עשירים ווי אין אנדערע קאמיניטיס.
יא, ענגליש קענען אונז ווייניגער ווי די פאבליק סקול דאון די בלאק. אבער קאמפעיר אויך די פארדינסטן פון די צוויי גרופעס... האסט נומערן?
איך קען פינקט אזוי זען אז די ענד ריזאלט זאל זיין בערך די זעלבע. אפאר פראצענט ארעמע רוב מיטל פארדינער און א קליינע פראצענט עשירים.

די פוינט וואס זיי ברענגען וועגן ווי געקניפט און געבינדן די קאמיוניטי איז, מיינען זיי צו אפשלאגן מיט דעם דעם געדאנק אז מען דארף אויפלעזן די חסידים. יא, כ'ווייס אז דו קוקסט עס נאר אהן ווי די סטעיט וויל פשוט געבן פאר די חסידים אביסל מער עדיוקעישן.. אבער זיי קוקן עס נישט אהן אזוי. זיי זעהען בלויז ווי די גאווערמענט זוכט זיך אריינצומישן און זיי מאכן פאר אויס. היום אומר לו עשה כך ומחר.. זיי טראכטן שוין פון די סע*ס עד מיט טרענס אדילאגיעס וואס מען וועט באלד באצווינגען צו לערנען.

די טענה איז אזוי, האסט א קאמיוניטי וואס שטערט נישט די מענטשהייט, זיי פאלן דיר נישט איבער אין די גאסן מיט גאנס, זיי קלאפן נישט אראפ ענקערע קאפס אין די גאסן, מער-ווייניגער ארבייט פיין די סיסטעם הפרנסה פאר רוב עולם, א"כ ליוו ענד לעט ליוו. נישט דאס איז די פראבלעם פון ניו יארק סיטי, אז עס זענען פארהאנען חסידים. ווען די גרעסערע פראבלעמען וועלן ווערן געלעזט קענסטו זיך נעמען צו אונז... און דאס אז דו זוכסט דוקא דעם חסיד פון ווילי, דאס ווייזט אז נישט עפעס ענגליש מיט רעכענען שטערט ענק, נאר וואס שטערט ענק באמת איז די שטריימל און בעקיטשע... (און צווישן מיר און דיר געפעלט עס זיי טאקע נישט.. וואס טויג זיי אלטע פאנאטישע מאדנע געקליידעטע חסידים אין הארץ פון ניו יארק סיטי) אבער טאקע דאס האלטן די חסידים נישט ביים אויפגעבן.
איך ווייס אז די קוקסט עס אהן ווי א פייט פאר אביסל מער ענגליש.. אבער זיי קוקן עס בכלל נישט אהן אזוי.

מרדכי מרדכי » דינסטאג אקטאבער 4, 2022 5:04 pm

· #510041
ווען אונז הייב מיר אן לערנען א בעסערע ענגליש און מעטה אד"ג וואלטן אונז נישט געהאט מער גבירים אדער 0 ארימעלייט.
עס וואלט נאר געגעבן א בעסערע אפארטיוניטי פאר די וואס ווילן ווערן דאקטוירים, לאויערס, אקאונטענטס, און נאך אסאך.
היינט איינער וואס וויל דאס טוהן פאר פרנסה דארף ארבעטן אסאך שווערער צוקומען דערצו אדער געבן זיי אויף נאך פארן אנהייבן.
דאס וואס ער זאגט אז מיר זענען נישט קיין שלעגער מיינט ער צו זאגן אז א יעדע גוי שלאגט יא?
איך קען גענוג שלעגערס פון אונזער קאמיוניטי און זייער אסאך מאל ווערט עס אויך א קהילה פון שלעגערס ווען מען פארלייגט זיך אויף א צווייטע,
ע"ע שלאגן הקפות
גור ווס. ר' שאול
און נאך אסאך אנדערע.

סאנטיאגא » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2022 9:51 pm

· #510079
עצי שטים
די פראבלעם איז אז די ברענגסט אויך נישט קיין נומערן..
אז דו ווילסט דוקא נאדיר די דאטא פון קרית יואל און פון סקווירא דאס איז נישט נארמאל. אפילו אויב זאל די poverty לעוול שטיין ביי 25% איז דאס נאך אלס זייער אסאך מענטשן וואס ווערן געפעילט פון דעם צולעכערטן סיסטעים. אין די קעיס פון ק"י האט מען גערעדט פון ממש בזינות, הגם די ניו יארק טיימס באריכט אויף קרית יואל איז עלף יאר אלט, בליק'נדיג אויפן לעצטן צענזוס האבן זיך די ציפערן נישט עפעס דראסטיש געהויבן. דעמאלטס זענען טיפישע קרית יואלאא געווען עניים ואביונים, און יעצט זענען זיי בלויז אביונים...

וועסטו זיך אוודאי ארויפכאפן אויף דעם און זאגן הא הא אבער פון פאפא שטעטל, יוניאן סיטי און קענזינגטאן האסטו נישט, און דעריבער איז נישט מעגליך שבעולם צו האבן אן איידיע וואס דארטן טוט זיך פונקט... ענטפער איך אני הקטן מ'דארף נישט נעמען קיין ווילדע געס וויפיל אנדערש די ציפערן זענען אין דורכשניט, אין אנדערע סעקטעס וואס האבן מער ווייניגער די זעלבע לעבנסשטייגער און די זעלבע שוואכע ענגליש עדזשקעישן אביסל ארויף אביסל אראפ, דהיינו אין ב"פ פיר מאל שוואכער ווי די נידריגסטע סטאנדארט און אין באנדרא זעקס מאל שוואכער... ווייל די בעסטע חסידישע מוסד איז היבש אפגערוקט פון עקוויליענסי. אבער שאר, מ'טאר נאכנישט לויפן צו קאנקלוזיעס חלילה און מ'דארף ווארטן אויף סייענס, ווייל דעמאלטס גייסט עס אוודאי גלייבן... ווייל אונזערע וואוילטעיטיגע סייענס דינייערס זוכן דאך נאר דעם אמת...
עצי שטים
די טענה איז דא אז חסידישע עדוקעישן גרייט נישט אהן די קינדער צו קענען האבן געהעריגע פרנסות.

דאס איז איינע פון די טענות, נאך א טענה איז, אז עס פעלט אין גרייטקייט צו זיין א נארמאלע מענטש צווישן מענטשן, א נארמאלע מענטש מיינט, אן עטוואס געבילדעטער פערזאן אויסגעקאכט כאטשיג אין די ערשטע 3 פאזעס פון די גאנצע זיבן דרגות פון עדוקאציע, דעפינירט דורך די יו. ען. 'ס אינטערנאצינאלע סטאנדארט קלאסיפיצירונג פון עדוקאציע (א סטאנדארט וואס ווערט נאכקאפירט אין איבער 180 מדינות און שטאטן איבער די גארער וועלט) א נארמאלע מענטש מיינט איינער וואס קען רעדן די שפראך אין די לאנד ווי ער וואוינט, קענען צאמרעכענען חשבונות אן קיין רעכענערס, קענען ליינען בריוון אן א ווייב, קענען פירן לענגערע געשפרעכן מיט אגענטורן אין א פליסיגן ענגליש אנע שטאלפערונגען, קענען אויסשטעלן און שרייבן אן אייגן געמאכטע טעקסט אדער אימעיל אן קיין טייפאוס אדער גראמאטישע ערארס, און אן זיך דארפן פארלאזן אויף ספעלטשעק (א זאך וואס כ'האב מיך אנגעהויבן אפצוגעוויינען דערפון) און פאר א נויט קענען אונטערשרייבן ס'אייגענעם נאמען אין סקריפט, האבן אן אלף בית אהנונג פון סטע"ם, קענען די אלף בית פון פאליטיק צו קענען שטימען אויף די אייגענע מיינונג און פארשטאנד און נישט ווייל עפעס א שילד אין די גאסן פאדערט אויף צו שטימען מיט א בלאק וואוט, וויסן וואס מיינט ווערטיקל און וואס מיינט ענגלס, וואס איז א דיימענשן און וואס איז א פערימיטער - נישט ווייל איין טאג גייט ער אויסשטייגן אן ארכיטעקט, נאר פשוט ווייל ס'העלפט צו צום לעבן דאס צו קענען סתם צו פארשטיין וויאזוי די וועלט ארבעט (ניין, נישט פון קיין עפפ אויף א טעלעפאן, נאר טאקע פון זיך אליין ווייל די ברעין איז נאך די בעסטע עפפ) פונקט ווי מ'לערנט אסטראנאמיע צו פארשטיין די ליכו חמה און ווען ס'איז א שנת העיבור, גארנישט מיט געלט זאכן. סתם אומשולדיגע פרומע ידיעות פון די אינטערסאנטע וועלט. בנוגע פרנסות, מ'קען דאך נישט אלעס פארזעהן וויאזוי איטליכער סטודענט'ס לעבן גייט אויסקוקן אויף די האר, פאר דעם דארף מען טאקע לערנען מער און אוודאי נישט ווייניגער צו פארזיכערן ס'זאל זיין א דבר השוה לכל נפש. ס'איז דא נאך צענדליגע זאכן וואס איך קען דא צולייגן איך בין שוין פשוט מיד פון עס איבערקייען אין יעדע תגובה... ווייל דער וואס וויל עס שטארק וויסן, ווייסט עס שוין, און ווער נישט וועט זיך ווייטער מאכן טעמיש...
עצי שטים
אויף דעם ברענגט פערלאוויטש זיין אייגענע עקספיריענס און פון אסאך אנדערע, אז ער פארדינט יא גאר שיין און גאר אסאך מאכן פיין פרנסה אין די היימישע קאמיוניטי.
פיין, אבער וואס האסטו פון דעם? האסט דאס נישט געוויסט ביז יעצט? איך פארשטיי נישט. לאמיר דיר אזוי פרעגן: איזי ענגלענדער לעבט אויף פוד סטעמפס? און זיינע נאנטע פריינט און קליענטן יא? איז דען פון דעם געדרינגען וואס די דורכשניטליכער אינגערמאן וואס הארעוועט אין משנת יונה מאכט א יאר? הענס מיין משל פון קים דזשאנג אן.. אז מ'קוקט אויף אים איז דאך געדרינגען אז יעדער אין זיין לאנד האט וואס ער האט, אזוי סאונדט פערלאוויטש. טשעריפיקן אינפאו יו קוק ווי רייך הערשל שרייבער איז, איז נישט קיין חכמה און אויסער א נפחה לייגט עס גארנישט צו.
עצי שטים
ער ברענגט טאקע נישט קיין נומערן מיט סטאטיסטיקס ווייל כ'ווייס נישט צו ס'איז דא.
אזוי זאגסטו, און איך זאג, די סיבה איז אז א מענטש וואס איז נישט דא צו האבן אן אויפריכטיגע וויכוח נאר צו נפחה'ען פראפאגאנדע מיט איינזייטיגע טאלקינג פוינטס, דארף נישט קיין פאקטן, ווייל בייעס קומט מיט מיט יעדע מוח, און דעריבער קען איך אים קומען אפפרעגן ווייל כ'האב שוין ברוך השם דורכגעטוהן פאלאסיס און קאגניטיווע בייעסעס און איך רוף אים אויס אויף דעם פאר א סיבה. ווייל כ'ווייס אז נישט אזוי געווינט מען א דיבעיט. אז מ'קען די כללים פון לאגיק - וואס איז כדאי צו לערנען מיט יעדן קינד אין חדר און אין שולע - ווייסט מען פארוואס זיינע ווערטער ארבעט נישט מיט אביעקטיוויטי. און אז מ'קען עס ניט, קוקן זיינע ווערטער אויס ווי א האום-ראן וואס די מאסן ציצקען זיך מיט באגייסטערונג, און זאגן נאך מיט א צוועלף אוינציגע תמימות.
עצי שטים
און אז איינער וויל דוקה טון עפעס וואס ער מוז יא קענען ענגליש דערפאר, איז אים גארנישט אזוי שווער זיך שנעל ציצולערנען.. אזוי ווי גאר אסאך טוען טאקע.
די קענסט גאנץ א גוטע ענגליש סאנטיאגא.. אין וועליכע פאבליק סקול האסטו געלערנט?
פארוואס זיך צולערנען ווען מ'קען בלויז לערנען? ביזט א גוטער אויף יענעמ'ס חשבון זאג?

how about רייס אויס דעם גאנצן ענגליש פונעם סדר היום און די נעבעכדיגע ביסל וואס מ'גיט געב אויך נישט ווייל ס'איז דאך גאר גרינג שפעטער?

טאקע מיינסטעס נישט ערנסט? אסאך טוען טאקע אזוי? ווי ביי קאופ אינסטיטוט? פאר בלוטיגע שווערע אלפים רייך צו מאכן דוד צוויבל דער פאר'סם'טן היפאקריט וואס איז אליינס געווען אין קאלידזש און יעצט וויל ער העלפן די חרדי'שע מוסדות אפצוהאלטן זייערע קינדער פון האבן אזא אפציע בכלל? און וואס איז מיט די ווייניג וואס טוען עס נישט? זיי קומען טאקע נישט אן און מוטשענען זיך ווי אלע אנדערע עמך אידן? צו זיי זענען גאר די לענדלארדס?
דו ווייסט וואס נאך ס'איז גרינגער שפעטער? פארשטיין קאסמאלאגיע, פיזיקס, און בריאת העולם, אבער דאס האט נישט קיין צייט צו ווארטן ביז שפעטער שוין דארף מען דאס לערנען גאר קליין...

נישט אז ס'שמעקט מיר נישט די קאמפלימענט, אבער איך ווארף עס אפ ווייל ווען דו זאלסט ווען ריאליזירן וואס גוטע בעסיק עדזשוקעישן "קען" זיין וואלסטו מיר דאס נאכנישט פארגינט, באמת. מ'רעדט דא פון שטותים... הער אויס פאדקעסטס , ליין ביכער, קוק יוטוב, געוואלד! וויפיל אינהאלטסרייכע און וויכטיגע אינפארמאציע מיר פארפעלן. געוואלד!
עצי שטים

פארשטייט זיך אז אויב א יוקל ווי יוסף קרויס טאנצט ארויס פון קרית יואל גראד אריין קיין מוקדאנעלדס צו ווערן א סערווירער, וועט עס נישט ארבייטן. ער ווייסט נישט וואס מען רעדט צו אים. אבער דאס זענען בלויז יחידים.. און מען קען דאך נישט ברענעגען קיין ראיות פון יחידים.
און דאס איז נאך זיין שולד אויך? טויזנט פראצענט אז די חינוך וואס מ'גיט אין היימישע חדרים איז נישט דיזיינט (יעצט) צו פראדוצירן פראדוקטן וואס קענען א פערפעקט ענגליש. און דאס איז אים צו בלעימען?
ביזט אזוי פאני, דו שטייסט און פארטרעטס דעם ווידיא ווי איינער טשעריפיקט אינפארמאציע אויפצובלאזן ווי רייך אונזער געמיינדע איז באמת, און מיטאמאל קען מען נישט ברענגען קיין ראיות פון יחידים? איך בין שיכור אדער עפעס? איך ווייס נישט וויפיל מענטשן איז ביי דיר גערעכנט אלס א רבים, (א מינאריטי קען אויך זיין א רוב. רוב = אסאך) באט צענדליגע מענטשן וואס פארלאזן ארטאדאקסישע שיכטן און קרייזן פון איבעראל פון טענה'ן שוין פאר לאנגע יארן אז די מאנגל אין א בעסיק עדוקאציע שטייט זיי ווי א דארן אין אויג און מאכט זיי נישט גרינגער דאס לעבן. פארגעס פון יעדע סוביעקט וואס איך פארפיר דערוועגן. נאר פאר וואוקעבילערי אליינס קומט זיך זיי מכת מרדות. האסט א השגה וואו ווייניג ענגלישע ווערטער א חסידישע אינגל קען? האסט א אהנונג וואו ארים נאר די איינע סוביעקט איז?? ס'איז נישט קיין דזשאוק. אבער דאס איז דאך אפאר אומגעזונטע מענטשן וואס האבן אביסל ווייטאג סא זיי זענען לכאורה שולדיג אין דעם..
עצי שטים
די עוורידזש פארדינער אין אמעריקע פארדינט צעווישן 40k און 60k יערליך עיין כאן
דאס ווייסט יעדער קלאר אז ווער עס זיכט נאר א פרנסה אין די היימישע געגנט מאכט אזוי פיל. אפילו מלמדים מאכן בערך דאס, און מלמדים הייסן די אינטערגעצאלטע.
WOW
מיט די שטערבליכאויפגעבלאזענע סוקסעסן וואס חרדים גרויסן זיך, גלייכסטו זיך פלוצים צו צום עוורידזש? לויט די נעראטיוו וואס דו קויפסט אפ ביזט דו דאך אן עבאוו עוורידזש! נישט אזוי האב מיר געשמועסט? עדזשוקעישן = טענענט חרדישע-עדזשוקעישן = לענדלארד
איך בעט דיר, דו סעטלסט מיר פאר 60 טויזנט דאלער סיריעסלי? דיינע פינגער שפירן די ווערטער וואס זיי טייפן?
עצי שטים
אבער איך זיך אויך די נומערן.. אדרבה ברענג סטאטיסטיקס צו איז דא ביי אונז פארצענטואל מער אדער ווייניגער עשירים ווי און אנדערע קאמיניטיס.
איך ווייס נישט וואס מיינט "אנדערע קאמיוניטיס" ווילסט טאקע איך זאל טרעפן א געטאאישע געמיינדע אזוי אפגעזונדערט פון די וועלט סאציאליש, און עלעקטעראניש, סמעק אינמיטן ניו יארק מיט אזא הויעכע געבורט ראטע? ווי טרעפט מען דאס אזאנס? דאס איז נישט דא דא, דארפסטו אפרייזן קיין סאלט לעיק סיטי.
עצי שטים
יא, ענגליש קענען אונז ווייניגער ווי די פאבליק סקול דאון די בלאק. אבער קאמפעיר אויך די פארדינסטן פון די צוויי גרופעס... האסט נומערן?
ס'איז א שאד מ'קען נאך נישט לייגן קיין דזשיפס אהער, יוטובער'ס געבן אמאל אזא ווארף אריין א קורצע אויסצוג פון א מאווי ווייל ס'קומט אריין..כאפט מיר אן א תאווה'לע צו שטעלן דא א שטיקל פון מרדכי הערש הערשקאוויטש אויף די אלטע נייט יוניט קליפ, "האלא נומבערס! נישט דיין נאמען, וואס איז דיין יוניט נומבער?"

נומערן קען מען דורכטוהן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, קלוגער וועט עס אונזערע קינדער נישט מאכן...
עצי שטים
די פוינט וואס זיי ברענגען וועגן ווי געקניפט און געבינדן די קאמיוניטי איז, מיינען זיי צו אפשלאגן מיט דעם דעם געדאנק אז מען דארף אויפלעזן די חסידים. יא, כ'ווייס אז די קוקסט עס נאר אהן ווי די סטעיט וויל פשוט געבן פאר די חסידים אביסל מער עדיוקעישן.. אבער זיי קוקן עס נישט אהן אזוי. זיי זעהן בלויז ווי די גאווערמענט זיכט זיך אריינצימישן און זיי מאכן פאר אויס. היום אמר לו עשה כך ומחר..
I'm glad you asked סא היום אמר לא עשה כך איז פון די ערשטע פאלאסיס אין דע בוך וואס יעדער ידען אין פאליטיק האט שוין געהערט דאס הייסט the slippery slope דאס מיינט, מ'קען נישט - נישט טוהן עפעס מחמת מורא אז יענע זאך וועט גורם זיין נאך א זאך, וואס וועט ווארשיינליך גורם זיין א דריטע זאך, און א אכטע זאך. און אזוי ביייייזז ס=קס טרענס וכל מילי דמיטב. סטאפ איט, ווען מ'עט האלטן דארט וועט מען זעהן דאן! אין הלכה ארבעט עס טאקע אנדערש, אז אפילו אויב א באלב איז נישט פייער, אבער פון דעם וועט קומען א ציגערעטל און אזוי א נעטפליקס, ==== ביז מ'שמד'ט זיך שוין אינגאנצן, נישט נאר זיך! נאר די קינדער מיט די רינדער נאך אינעם זעלבן שבת... איך מיין דו פארשטייסט אליינס אז דאס איז קלעציג ביז גאר. די גוטע נייעס איז: נישט אזוי מאכט מען געזעצן, און די רעגירונג זוכט זיך נישט דאס.
עצי שטים
זיי טראכטן שוין פון די סע*ס עד מיט טרענס אדילאגיעס וואס מען וועט באלד באצווינגען צו לערנען. די טענה איז אזוי, האסט א קאמיוניטי וואס שטערט נישט די מענטשהייט, זיי פאלן דיר נישט איבער אין די גאסן מיט גאנס,

דאס זענען די איינציגסטע וועגן וויאזוי מ'שטערט די מענטשהייט הייסט? כ'האב נישט געוויסט. מאלעסטעישן און דאס אונטערדריקן פרויען און אויך בחורי חמד, איז נישט אזוי געפערליך ווי א נארישע העיטקריים? וואס וועט זיין מיט די מענטשן רעכט פארלעצונג פון די רייט טו עדזשוקעשן?
עצי שטים
זיי קלאפן נישט אראפ ענקער קעפס אין די גאסן, מער ווייניגער ארבייט פיין די סיסטעם הפרנסה פאר רוב
עולם, א"כ ליוו ענד לעט ליוו. נישט דאס איז די פראבלעם פון ניו יארק סיטי, אז עס זענען פארהאנען חסידים. ווען די גרעסערע פראבלעמען וועלן ווערן געלעזט קענסטו זיך נעמען צו אונז...
פון two wrongs don't make one right האט איר שוין אמאל געהערט?

מ'נעמט זיך נישט צו דיר, אנפארטשענטלי זענען דא באנדיטן, מוסרים ומלשינים רעים, מזרע ישראל שש"י וואס האבן אויסגעזאגט העכסט געהיימע סודות וואס האט בעצם געזאלט בלייבן א געהיים לעולמי עד אבער איז למעשה ארויסגערינען, איינמאל דאס האט דערגרייכט די פעיק ניוז פעלינג מידיא, איז שוין געווען כלו כל הקיצין, און מ'האט ענדליך אנגעהויבן מאכן סדר, אבער עטס האטס ענק גענומען צו זיך אליין... סארי אבאוט דעט.
עצי שטים
און דאס אז די זיכסט דוקה דעם חסיד פון ווילי, דאס ווייזט אז נישט עפעס ענגליש מיט רעכענען שטערט ענק, נאר וואס שטערט ענק באמת איז די שטריימל און בעקיטשע...
קענסט אונז ביטע ערקלערן גאר קראנט, וויאזוי גייט די שטריימל קרוין קלענער ווערן מיטן צולייגן מער שעה אין טאג צו לימודים איבער קאלקיולעס, היסטאריע, אדער סאציאלע וויסנשאפטן?

פאליטיקאנט » פרייטאג אקטאבער 7, 2022 5:41 am

· #510081
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
דער סאנטיאגא איז פיין! א גוטן קאפ אויפן פלאץ און אביסל איבעריגע צייט....

איי לאוו דיינע תגובות.

היסטאריע » פרייטאג אקטאבער 7, 2022 9:57 am

· #510084
מרדכי מרדכי
ווען אונז הייב מיר אן לערנען א בעסערע ענגליש און מעטה אד"ג וואלטן אונז נישט געהאט מער גבירים אדער 0 ארימעלייט.
עס וואלט נאר געגעבן א בעסערע אפארטיוניטי פאר די וואס ווילן ווערן דאקטוירים, לאויערס, אקאונטענטס, און נאך אסאך.
היינט איינער וואס וויל דאס טוהן פאר פרנסה דארף ארבעטן אסאך שווערער צוקומען דערצו אדער געבן זיי אויף נאך פארן אנהייבן.
דאס וואס ער זאגט אז מיר זענען נישט קיין שלעגער מיינט ער צו זאגן אז א יעדע גוי שלאגט יא?
איך קען גענוג שלעגערס פון אונזער קאמיוניטי און זייער אסאך מאל ווערט עס אויך א קהילה פון שלעגערס ווען מען פארלייגט זיך אויף א צווייטע,
ע"ע שלאגן הקפות
גור ווס. ר' שאול
און נאך אסאך אנדערע.
און נאך ווי אזוי.

גיי אין עני בית המדרש, און הייב אהן זאגן אז דו האלטסט דער טיימס איז גערעכט, און דו גייסט ארויס בשן ועין.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 9, 2022 10:13 am

· #510127
פאליטיקאנט
דער סאנטיאגא איז פיין! א גוטן קאפ אויפן פלאץ און אביסל איבעריגע צייט....

איי לאוו דיינע תגובות.
דיסעגרי.
געווענליך גלייך איך שטארק דעם סאנטיאגא, דא האלט איך אז ער רעדט ערנסט פאר היץ, צוליב זיין לינקע בייעס.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין, אבער דאס וועט שוין נישט פאסירן בעפאר יו"ט.

שמן למאור » זונטאג אקטאבער 9, 2022 12:07 pm

· #510128
שמעקעדיג
פאליטיקאנט
דער סאנטיאגא איז פיין! א גוטן קאפ אויפן פלאץ און אביסל איבעריגע צייט....

איי לאוו דיינע תגובות.
דיסעגרי.
געווענליך גלייך איך שטארק דעם סאנטיאגא, דא האלט איך אז ער רעדט ערנסט פאר היץ, צוליב זיין לינקע בייעס.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין, אבער דאס וועט שוין נישט פאסירן בעפאר יו"ט.
איך וואלט אויך געענטפערט מיט א לענגערס, אבער ער וועט מיר נאר צירוק ענטפערן מיט נאך א לענגערס כדרכו, ואין הזמן מספיק כעת.
אבער כאטש אפאר ווערטער צום ענין.
זיין "דאטא" באשטייט פון דעם אז די עוורידזש פארדינסט אין סקווירא איז בערך 23k א יאר...
און איבער 60% זענען אנעמפלויד...
New York: New Square
• Median household income: $23,924 (state: $62,765)
• Poverty rate: 64.4% (state: 15.1%)
• Median home value: $338,200 (state: $293,000)
• Population: 7,995
מיט אזעליכע 'דאטא' ווער דארף פעיק נויז... אפשר א אינג מיידל וואס ווערט א טיטשער מאכט אזוי פיל... אבער איך ווייס נישט צו א מאן -אפילו ער פראבירט גאר שטארק- קען מאכן אזוי ווייניג. זאל ער נאר שטיין ביים רעדזשיסטער פון א גראסערי מאכט ער אסאך מער פון דעם.. יעדער ווייסט דאס, והמפורסם אין צריך ראיה. ער קומט מיט 'דאטא' פון די usa today אבער סיי ווער עס דרייט זיך דא, לאכט אין די פויסטן.

און די 64% אנעמפלוימענט.. אר יו קידינג מי... חוץ אויב זיי רעכענען די ווייבער וואס ארבייט נישט אלסט 50% דאן שטימט די נאך 14% כולל אינגעלייט (כילו האי ואולי.. אפשר דארף מען צילייגן די רבישע קינדער..) אבער אז נישט הייבן די נומערן נישט אהן צו קלעבן...

ועוד. דאס אז איינער וויל נישט ארבייטן און זיצט אין כולל איז עס זיין דעסידזשן. נישט קיין תוצאה פון א מאנגל און סעקולארע עדוקאציע וואס ערלויבט אים פשוט נישט צו ערייכן זיין וואונטש צו האבן א געהעריגע פרנסה.

סאיז אלעס ליצנות... איך זע נישט אין זיין גאנצע לאנגע תגובה וואו ער ענטפערט גוט מיין פוינט אז מען זעט נישט קיין געפערליכע 'ארעמקייט' ביי אונז מער ווי סיי וואו אנדערש. די דזשאב מארקעט איז ביי אונז די זעלבע ווי און רוב ניו יארק, אדרבה שלעפ ארויס א דזשאב ליסטינג און קוק וואס די אפערס זענען דא ווס. די אפערס אראפ די בלאק.
קען זיין אז די פארדינסטן זענען נישט געניג פאר אונז און אונז הייסן דערפאר ארעם. אבער דאס האט שוין ציטון מיט די אידישע חרדישע לעבנסשטייגער נישט מיט ענגליש. ער האט נישט אפגעענטפערט מיין דאטא וואו איך ברענג אז די עוורידזש פארדינסטן אין ניו יארק איז בערך 40k- 60k. סך הכל האט ער געמאכט אביסל ליצנות כאילו איך האב אמאל געזאגט אז אונז זענען אלע קים יאנג אן'ס מיט איזי ענגלענדערס... איך האב סך הכל געזאגט אז אונזער פארדינסטן מארדזשן איז ביילייפיג די זעלבע ווי גאנץ ניו יארק מיט זייערע הויכקלאסיגע פאבליק סקול עדיוקאציע. איבעראל איז דא עניים עשירים און מיטן קלאס פארדינער, און חרדישע אידן זענען נישט אנדערש. אכ"פ איינער וואס וויל ארבייטן און פארדינען וועט ער קענען מאכן בערך אזוי פיל וויפול ער וואלט פארדינט ווען ער גייט ווען אין פאבליק סקול. די ענגליש שטייט אים נישט אין וועג.

צו האבן אונז א העכערע פראצענט רייכע אין אונזער קאמיוניטי? יש אומרים אז יא. מען קען נעמען אונזער געמיינדע און פארגלייכן די פראצענטן פון עשירים ביי אונז און ביי אנדערע -נאך א זאך וואס ער פארהוילט צו טון- קען זיין עס איז דא מער אדער אפשר טאקע נישט..
די פוינט איז אז אונז זענען נישט געפערליכע ארעמעלייט אדאנק די לעק אוו עדיוקעישן.

איך דינג זיך גראדע נישט מיט די פוינט אז עס וואלט געווען א גוטע זאך צו קענען א בעסערע ענגליש. אבער קריטיש וויכטיג איז דאס נישט, און אז די גאווערמענט שטעקט זיך אריין זייער נאז ווי עס פעלט נישט אויס מאכן זיי נאר מער שאדן. אזוי איז עס געווענטליך און וויירשיינליך איז דא אויך אזוי די קעיס.

און ער לאכט אפ פונעם היום אמר לו עשה כך.... בשעת זיי האלטן שוין "יעצט" אינמיטן פרעדיגן אין די פאבליק סקולס פאר קטנים שלא טעמו טעם חטא, וועגן געי און טרענס. און געוויסע סטעיטס מעג מען שוין אין די סקול אנפאנגען צו גיבן פיובערטי בלאקערס פאר מיינערס אהן די וויסן פון די עלטערן, און ער זאגט אז די סטעיט וויל בלויז ענגליש... יא יא.. זיי מיינען נאר אונזער גוטס... im from the government and im here to help... בשעת די גאנצע מידיא האט זיך איבערגעדרייט פונעם אזוי געריפענעם dont say gay ביל אין פלארידא. ווען די גאנצע סקאנדאל איז סך הכל באשטאנען פון אסר'ן סקול'ס צו לערנען די זאכן פאר קליינע פיצי קינדערלעך..
און ער לאכט פונעם היום אמר לו עשה כך...

ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך מער מאריך זיין.

מתבודד » דינסטאג אקטאבער 11, 2022 4:32 pm

· #510134
דאס איז זיכער אז רובא דמינכר פון אינגעלייט וואס האבן נישט קיין געהעריגע אינקאם איז אדער ווייל זיי זענען פויל צו גיין ארבעטן נארמאל אדער ווייל זיי האבן בוחר געווען צו בלייבן ביים לערנען (...) אנשטאט גיין ארבעטן.

אבער נישט מכח א לעק אין עדיוקעישן, אויב עפעס א לעק אין פארשטיין די וויכטיגקייט פון מפרנס זיין די משפחה. (אנטשולדיגט פאר די ארימע לשון ”וויכטיג”..)

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:21 am

· #510156
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
עצי שטים
שמעקעדיג
פאליטיקאנט
דער סאנטיאגא איז פיין! א גוטן קאפ אויפן פלאץ און אביסל איבעריגע צייט....

איי לאוו דיינע תגובות.
דיסעגרי.
געווענליך גלייך איך שטארק דעם סאנטיאגא, דא האלט איך אז ער רעדט ערנסט פאר היץ, צוליב זיין לינקע בייעס.

אז איך וועל האבן צייט וועל איך מאריך זיין, אבער דאס וועט שוין נישט פאסירן בעפאר יו"ט.
איך וואלט אויך געענטפערט מיט א לענגערס, אבער ער וועט מיר נאר צירוק ענטפערן מיט נאך א לענגערס כדרכו, ואין הזמן מספיק כעת.
אבער כאטש אפאר ווערטער צום ענין.
זיין "דאטא" באשטייט פון דעם אז די עוורידזש פארדינסט אין סקווירא איז בערך 23k א יאר...
און איבער 60% זענען אנעמפלויד...
New York: New Square
• Median household income: $23,924 (state: $62,765)
• Poverty rate: 64.4% (state: 15.1%)
• Median home value: $338,200 (state: $293,000)
• Population: 7,995
מיט אזעליכע 'דאטא' ווער דארף פעיק נויז... אפשר א אינג מיידל וואס ווערט א טיטשער מאכט אזוי פיל... אבער איך ווייס נישט צו א מאן -אפילו ער פראבירט גאר שטארק- קען מאכן אזוי ווייניג. זאל ער נאר שטיין ביים רעדזשיסטער פון א גראסערי מאכט ער אסאך מער פון דעם.. יעדער ווייסט דאס, והמפורסם אין צריך ראיה. ער קומט מיט 'דאטא' פון די usa today אבער סיי ווער עס דרייט זיך דא, לאכט אין די פויסטן.

און די 64% אנעמפלוימענט.. אר יו קידינג מי... חוץ אויב זיי רעכענען די ווייבער וואס ארבייט נישט אלסט 50% דאן שטימט די נאך 14% כולל אינגעלייט (כילו האי ואולי.. אפשר דארף מען צילייגן די רבישע קינדער..) אבער אז נישט הייבן די נומערן נישט אהן צו קלעבן...

ועוד. דאס אז איינער וויל נישט ארבייטן און זיצט אין כולל איז עס זיין דעסידזשן. נישט קיין תוצאה פון א מאנגל און סעקולארע עדוקאציע וואס ערלויבט אים פשוט נישט צו ערייכן זיין וואונטש צו האבן א געהעריגע פרנסה.

סאיז אלעס ליצנות... איך זע נישט אין זיין גאנצע לאנגע תגובה וואו ער ענטפערט גוט מיין פוינט אז מען זעט נישט קיין געפערליכע 'ארעמקייט' ביי אונז מער ווי סיי וואו אנדערש. די דזשאב מארקעט איז ביי אונז די זעלבע ווי און רוב ניו יארק, אדרבה שלעפ ארויס א דזשאב ליסטינג און קוק וואס די אפערס זענען דא ווס. די אפערס אראפ די בלאק.
קען זיין אז די פארדינסטן זענען נישט געניג פאר אונז און אונז הייסן דערפאר ארעם. אבער דאס האט שוין ציטון מיט די אידישע חרדישע לעבנסשטייגער נישט מיט ענגליש. ער האט נישט אפגעענטפערט מיין דאטא וואו איך ברענג אז די עוורידזש פארדינסטן אין ניו יארק איז בערך 40k- 60k. סך הכל האט ער געמאכט אביסל ליצנות כאילו איך האב אמאל געזאגט אז אונז זענען אלע קים יאנג אן'ס מיט איזי ענגלענדערס... איך האב סך הכל געזאגט אז אונזער פארדינסטן מארדזשן איז ביילייפיג די זעלבע ווי גאנץ ניו יארק מיט זייערע הויכקלאסיגע פאבליק סקול עדיוקאציע. איבעראל איז דא עניים עשירים און מיטן קלאס פארדינער, און חרדישע אידן זענען נישט אנדערש. אכ"פ איינער וואס וויל ארבייטן און פארדינען וועט ער קענען מאכן בערך אזוי פיל וויפול ער וואלט פארדינט ווען ער גייט ווען אין פאבליק סקול. די ענגליש שטייט אים נישט אין וועג.

צו האבן אונז א העכערע פראצענט רייכע אין אונזער קאמיוניטי? יש אומרים אז יא. מען קען נעמען אונזער געמיינדע און פארגלייכן די פראצענטן פון עשירים ביי אונז און ביי אנדערע -נאך א זאך וואס ער פארהוילט צו טון- קען זיין עס איז דא מער אדער אפשר טאקע נישט..
די פוינט איז אז אונז זענען נישט געפערליכע ארעמעלייט אדאנק די לעק אוו עדיוקעישן.

איך דינג זיך גראדע נישט מיט די פוינט אז עס וואלט געווען א גוטע זאך צו קענען א בעסערע ענגליש. אבער קריטיש וויכטיג איז דאס נישט, און אז די גאווערמענט שטעקט זיך אריין זייער נאז ווי עס פעלט נישט אויס מאכן זיי נאר מער שאדן. אזוי איז עס געווענטליך און וויירשיינליך איז דא אויך אזוי די קעיס.

און ער לאכט אפ פונעם היום אמר לו עשה כך.... בשעת זיי האלטן שוין "יעצט" אינמיטן פרעדיגן אין די פאבליק סקולס פאר קטנים שלא טעמו טעם חטא, וועגן געי און טרענס. און געוויסע סטעיטס מעג מען שוין אין די סקול אנפאנגען צו גיבן פיובערטי בלאקערס פאר מיינערס אהן די וויסן פון די עלטערן, און ער זאגט אז די סטעיט וויל בלויז ענגליש... יא יא.. זיי מיינען נאר אונזער גוטס... im from the government and im here to help... בשעת די גאנצע מידיא האט זיך איבערגעדרייט פונעם אזוי געריפענעם dont say gay ביל אין פלארידא. ווען די גאנצע סקאנדאל איז סך הכל באשטאנען פון אסר'ן סקול'ס צו לערנען די זאכן פאר קליינע פיצי קינדערלעך..
און ער לאכט פונעם היום אמר לו עשה כך...

ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך מער מאריך זיין.
ניין כ'האב נישט גערעדט פון קיין דאטא און כ'האלט נישט אז אונז האמער רעדן ארימקייט, אויך בין איך נישט איבעריג צופרידן אז די גאווערמענט איז דער וואס גייט מאכן די טויש.
אבער דאס איז בלויז צוויי נקודות, סאנטיאגא האט ארויסגעברענגט פילפאכיג בעסערע, שטערקערע און מערערע נקודות וואס דו האסט פשוט נישט געענטפערט.

פרנס החודש » מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:05 pm

· #510167
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
אין די נייעס היינט אז ניו יארק סטעיט האט געפונען ישיבה ערוגת הבושם צעהלים נישט צו זיין אין איינקלאנג מיט די סטעיט פארשריפטן איבער עדיוקעישן סטארדארטן. דאס קומט נאך א אנקלאגע פון יאפפעד פארזיצערין ביעטריס וועבער וואס האט עטליכע קינדער אין די מוסד. נאך עטליכע יארן וואס די אויספארשונג האט זיך געשלעפט, האט לעצטע חודש א ריכטער פארארדנט די סטעיט צוצוענדיגן די אויספארשונג. די מוסד האט זעכציג טעג צו אריינשיקן א פלאן ווי אזוי זיי גייען פארבעסערן די מצב, כדי נישט צו פארלירן זייער שטאנד אלס סקול.

פרנס החודש » מיטוואך אקטאבער 12, 2022 6:00 pm

· #510168
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
היינט איז אריינגעגעבן געווארן אן אנקלאגע געגן די ני״ס גיידליינס איבער פריוואטע סקולס דורך פיערל״ס. די עיקר דגוש איז איבער די פאקט אז די סטעיט לאזט צו אינסטרוקציע אין אנדערע שפראכן אין פובליק שולעס אבער נישט אין ישיבות. די איבריגע איז בעיקר איבער פרייהייט פון רעליגיע, אויסשפראך, און יושר׳דיגע פראצעדור .
מיין מיינונג איז אז זיי וועלן געווינען איבער די שפראך פון אינסטרוקציע, עס איז א שטארקע קעיס. די איבריגע זאכן איז נאר אריינגעלייגט געווארן פאר ווען עס וועט גרייכן די פעדעראלע סופרים קאורט לוינט זיך צו פרובירן זען אויב מען קען פארזיכערן מער רעכטן פאר פריוואטע שולעס, זיי האבן אבער שוואכע שאנסן איבער דעם.
מיין מיינוג איז אז די קאורט וועט נאר ארויסווארפן די שפראך פון אינסטרוקציע טייל פון די גיידענס און לאזן די איבריגע אין קראפט.

אפילו אויב די קאורט ווארפט ארויס די פולע גיידענס גייט עס נישט אפעקטירן די פראבלעמען פון צעהלימער ישיבה, ווייל די צעהלימער פרשה איז נישט געבויט אויף די נייע גיידענס נאר אויף אלטע סטעיט געזעץ.

סאנטיאגא » מיטוואך אקטאבער 12, 2022 6:03 pm

· #510169
עצי שטים
איך וואלט אויך געענטפערט מיט א לענגערס, אבער ער וועט מיר נאר צירוק ענטפערן מיט נאך א לענגערס כדרכו, ואין הזמן מספיק כעת.
אבער כאטש אפאר ווערטער צום ענין.
זיין "דאטא" באשטייט פון דעם אז די עוורידזש פארדינסט אין סקווירא איז בערך 23k א יאר...
און איבער 60% זענען אנעמפלויד...
א שיינעם דאנק פארן פאדרייען מיינע ווערטער נאך אין די צווייטע שורה פון דיין ריפליי. (fallacy: strawman)

דו קענסט ענגליש? אנעמפלוימענט מיינט ארבעטסלאזיגקייט. דארט שטייט א צווייטע זאך אינגאנצן. די באריכט רעדט פון די פאווערטי לעוול אין יעדע סיטי וואס זיי ברענגען צו. זיי טייטלען אן אויף די ארימסטע סיטיס/טאונס באזירט אויף די מעטריק פון וויפיל פון אירע איינוואוינער פאלן ארויס פון די אפיציעלע פאווערטי ליין ד.מ. אין layman's terms - פאר ווער ס' פארשטייט נישט - די פעדעראלע threshold (שוועל) - אדער ווי אונז זאג מיר די גרעניץ - צו מעסטן ארימקייט. דער וואס איז אריבער די גרעניץ איז א מידל קלעס, און דער וואס איז פארן גרעניץ איז א לעגאלער ארימאן. קאפיש?
(עצה טובה: גוגל וואס די FPL איז פאר דו רופסט דיך אן, אדער נישט? ווייל ווער איז די רעגירונג מיר איינצוטיילן וואס ארים מיינט בכלל?) דאס מיינט צו זאגן אין אנדערע ווערטער: ס'איז דא א מינימאלע אינקאם וואס א מענטש דארף פארדינען פער פאמיליע מיטגליד אדער spouse יא אדער נישט צו הייסן אן עני. דאס מיינט אז אויב א מענטש וואוינט אליין און יענער מאכט אונטער $13,590 א יאר הייסט יענער א בלויטיגער ארימאן, אויב האט ער א פאמיליע פון צוויי דארף יענער פארדינען מער ווי $18,310 יעצט לייג צו נאך $4,720 פאר יעדע צוגעקומענע שטוב מענטש ווייב/מאן/קינד פאר די דאזיגע פאמיליע ווייטער צו פאלן אין די ארימעלייט קאטעגאריע. אזוי לויפט די חשבון, און ס'טוישט זיך אביסל לויט די עקאנאמיע וואוקס פון יאר צו יאר, אויב הועווער ס'איז די breadwinner (דאס מיינט די מענטש צו מענטשן וואס לייגן ברויט אויפן טיש זיך צו שפייזן און יעדער וואס איז אנגעוויזן אין זיי, נישט א מענטש וואס געווינט ברויט, איך טריי צו רעדן גענוג קלאר פאר דיר) פון דעם הויז פארדינט נישט כאטש $4,721 מער פער קינד פער יאר הייסט אזא פאמיליע ארימעלייט. אין אנדערע ווערטער אז א עמיצער אין סיי וועלכע שטאט מיט 7 נפשות פארדינט אונטער פופציג אלפים הייסט נאך אלס א עני ואביון לעגאל! נישט ווייל ער קען זיך נישט ערלויבן זיבן חתונות א יאר א חילוק פון די פריערדיגע, נאר ווייל דאס הייסט אן ארימער אמעריקאנער בירגער בלויז אויף אינקאם, אפי' אויב מ'האט נאר צוויי קינדער און א הינטל, א פולע שטוב פון 7-10 אוודאי און אוודאי...

די באריכט טענה'ט אז אין יענע יאר זענען די צאל די ארימעלייט אין שטעטל סקווער געווען אויף די העכסטע שטאפל אין לאנד און אין די שטאט. ארגער פון די ארימסטע דארף אין ארקענסא אדער ווירדזשיניע ווי פוד סטעמפס ראטעס זענען היבש הויעך און יעדער דריטער וועם דו טרעפסט איז א טראק דרייווער, א קעשיר, א שעלף סטאקער, אדער א קוילן גראבער.

אבער דו האסט שוין פראקלאמירט מיט איין שמחה אז דאס איז פעיק ניוז. איי געס א שאד יעדע ווארט..

יעצט נאך דיין עטטעמפט צו דיסקרעדיטירן די דאטא פון יו עס עי טודעי וואס איך ברענג, די ווייניגסטע וואס איך ערווארט פון דיר איז ארויפצושטעלן דאטא ווי אויף די וועלט א קעשיר ארבעטער מאכט "סאאך מער" ווי 25-30 טויזנט, זאגן כ'קען איינעם וואס האט א שוויגער וואס האט א גראסערי הייסט נישט קיין דאטא.

=======
איך דערשרעק מיך נישט פון לאנגע דרשות, רעד ווילאנג דו ווילסט. אבער רעד אויף די ליניעס וואו די שמועס פארט 'צום ענין' וויאזוי דו ביזט עס מגדיר, נישט וואס ראן דיסענטעס טענה'ט וועגן עפעס א ביל אין א צווייטע סטעיט, אויף א צווייטע אישאו וואס קומט נישט דא אריין, האלט דיך דא אין די געגנט

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2022 11:38 pm

· #510213
אודה ולא אבוש, כ'האב געמאכט א טעות. אם סארי סאנטיאגא, כ'האב נישט געטרייט צו פארדרייען דיינע ווערטער אדער בויען שטרוימאן ארגומענטן, כ'האב פשוט פארזען אז מען רעדט דא פון פאווערטי און עס פארטוישט אויף אנעמפלוימענט. אזא פנים האט עס ווען מען שרייבט א תגובה געיאגטערהייט ערב יו"ט.

זארג דיך נישט.. איך דארף נישט גאגעלען וואס פאווערטי מיינט.. איך שטיי און רעכן עס אויס יעדע אנהויב יאר, זיכער צו מאכן וויפיל מיין בעלעבאס זאל צאלן ווייס כדי צו קענען געניסן פון די אלע בענעפיטן וואס נאר די 'ארעמע' קענען געניסן דערפון...

אבער אז מען רעדט שוין, אין דיין שיינע הסברה "פאווערטי פאר דאמיס" האסטו גראדע געמאכט גאנץ א שטארקע קעיס פארוואס די פאווערטי נומערן ביי חסידים זענען מיסלידינג און ווייזט נישט אויף א שוואכערע אינקאם ווי אנדערע קאמיוניטיס. עס איז פשוט אז אונז האבן אסאך מער קינדער און צוליב דעם הייבט זיך די פאווערטי לעוול אפילו אונז מאכן די זעלבע ווי אנדערע קאמיניטיס מיט ווייניגער קינדער.

א גויאשע משפחה וואס האבן נאכנישט קיין קינדער, וואס דאס איז די פאל געווענטליך ביז זיי ווערן אביסל עלטער, דארף בלויז מאכן 18,310 א יאר צו ארויסגיין פונעם פאווערטי לעוול. און ווען זיי האבן שוין 2 קינדער דארפן זיי בלויז מאכן 27,750.
משא"כ די חסידישע אינגערמאן פון סקווירא מיט 10 קינדער וואס מאכט 56,000 א יאר איז נאכאלץ אינטער די פאווערטי לעוועל! ער איז ליגאל ארעם נישט ווייל ער האט באקומען א שוואכערע עדיוקאציע, נאר ווייל ער האט צען קינדער אנשטאט צוויי דריי.

דא ביסטו זיך אביסל סותר אין דיינע אייגענע ווערטער.
אין אנדערע ווערטער אז א עמיצער אין סיי וועלכע שטאט מיט 7 נפשות פארדינט אונטער פופציג אלפים הייסט נאך אלס א עני ואביון לעגאל! נישט ווייל ער קען זיך נישט ערלויבן זיבן חתונות א יאר א חילוק פון די פריערדיגע, נאר ווייל דאס הייסט אן ארימער אמעריקאנער בירגער בלויז אויף אינקאם ,(אפי' אויב מ'האט נאר צוויי קינדער און א הינטל), א פולע שטוב פון 7-10 אוודאי און אוודאי...
אבער איך מיין אז די ביסט מודה אז עס האט מיט די קינדער, האסט פשוט נישט מדייק געווען דיינע ווערטער. אגב די פאווערטי לעוועל פאר א משפחה פון 7 נפשות איז 41,910, חוץ אויב די רעדסט פון קינדער "פלאס" די עלטערן וואס דאן איז עס טאקע העכער 50 אלפים.

אגב, די כאפסט זיך ארויף אויף קעשיר'ס.. איך ווייס טאקע נישט די ראטעס אין די היימישע געשעפטן, אבער א קעשיר אין קאסקא קען מאכן מער ווי 30k א יאר, נישט קיין סקווירא 23k... ועוד, איינער וואס קוואלעפיצירט נאר צו ווערן א קעשיר ביי א היימישע געשעפט, וואלט נישט אנגעקומען ציפול ווייטער מיט פאבליק סקול עדיוקאציע... אבער לאמיר נישט פארפארן.. די ווילסט דאך איך זאל בלייבן דאהי אין די געגנט...

(ואגב סאיז זייער שטארק אריינגעקומען אינעם שמועס, צו צייגן אז דעם "היום אומר לו עשה כך" וואס די מאכסט אזוי אוועק בשתי ידים איז גאר אן ערענסטער חשש. שוין איינמאל געווען צום ענין...)

שמן למאור » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 9:17 am

· #510250
איך זע אז מיין פרירעדיגע תגובה איז שיין רעדאגירט געווארן אהן מיין וויסן. דאס איז די ערשטע מאל וואס איך באמערק אזא זאך אין מיינע תגובות. האבן עס אנדערע אויך? איז דאס אן אפטע זאך דא אין שטיבל?
אפשר קען די @אנאנים אויסקלארן.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 12:49 pm

· #510264
עצי שיטים: אזוי האט זיך עס אנגעהויבן אין הייד פארק. און נאכדעם אין איי-וועלט. איינמאל מ'גייט אריבער די רויטע ליניע האט עס נישט קיין גבול. די מאטיווירונג קען זיין די בעסטע. א סאך פון מיינע תגובות זענען געמעקט געווארן אדער רעדאגירט מיט תירוצים שונים. ..."שלא מן העניין"...וכדומה. אבער די אונטערשטע שורה איז אידעאלאגיע. ווען א תגובה אדער קאמענטאר איז נישט אין איינקלאנג מיט די אפיציעלע ליניע ווערט עס געמעקט אדער רעדאגירט. 😈

שמן למאור » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 12:26 pm

· #510334
[ציטאט אראפגענומען]
@טאמבל סאס די ביסט עס?

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 9:29 pm

· #510352
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
[ציטאט אראפגענומען]
יא יא, אזוי הייבט זיך עס אן. אלס איז די מטרה לויטער און ריין פאר יענעם'ס / יעדעם'ס טובה אבער עס ענדיגט זיך געווענליך ווייט.
אויך קען די 'מגיה' שלעכט אויסטייטשן די ווערטער פון שרייבער און מיט'ן 'פאררעכטן' גאר פארדרייען וואס יענער שרייבט.

לכל הפחות זאל שטיין פון אונטן אז די תגובה איז רעדאגירט געווארן.

מיין קליינטשיגע מוח איז קעגן מעקן, פינטל (תקנות איז תקנות). טו מיר נישט קיין טובות.

מתבודד » מיטוואך אקטאבער 19, 2022 10:36 pm

· #510359
פאליטיקאנט

לכל הפחות זאל שטיין פון אונטן אז די תגובה איז רעדאגירט געווארן.

מיין קליינטשיגע מוח איז קעגן מעקן, פינטל (תקנות איז תקנות). טו מיר נישט קיין טובות.
מעקן מאן דכר שמי’? לכל היותר מגיה זיין.
אויב ביז היינט האט קיינער נישט באמערקט, אדער לכה”פ פארפירט אויפן מגיה זיין, איז עס די גרעסטע ראי’ אז די גבאי (טאמבל?) טוט א גאר גוטע זשאב.
לגבי פארדרייען כוונת הכותב, לפעמים דארף מען זיך ברעכן קאפ צו פארשטיין וואס איינער שרייבט, אלזא דארף מען מכיר טוב זיין אז מ’קלארט עס כאטש אויס אביסל..

גראדע לכשעצמי האלט איך אויך אז מ’זאל צושרייבן אז ס’איז רעדאגירט. (פשוט יענער זאל נעקסטע מאל אריינלייגן אביסל מער מחשבה אינעם תגובה פארן ארויסשיקן, צו מאכן זיכער אז ס’איז readable)
שוין, באלד וועט נאך @אנאנים שרייען אז מ’פארדרייט די אשכול...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:03 pm

· #510777
ייש"כ ר' חשוב'ער מנהל פאר מיך נישט אויסשפארן ווען ס'וואלט זיך מיר (שוין פון לאנג) געקומען. נאר.לפי האמת הטהורה, איז געווען זייער א סאך מאל וואס מ'האט געמעקט מיין תגובה אדער מאמר מיט די באמערקונג אז ס'איז שלא מן העניין. אדער א נישט פאסיגע שפראך. ווען אין אמת'ן איז די הויפט (און אפשר) איינציגע סיבה געווען די אידעאלאגיע וואס איז נישט עולה בקנה אחד מיט די אפיציעלע ליניע.

ועוד: ס'איז דא א זייער חשוב'ער ניק (אפשר אויך בעיני עצמו) וועלכער האט אנגעהויבן אלס זייער געשמאקער שרייבער. מיט א ביסל תבלין פון (בייסיגע) הומאר. און דער מצב האט זיך דערקייקלט ביז צו אפענע און צומאל, שעדליכע סארקאזם. און אט דער חשוב'ער ניק האט שוין מער ווי איינמאל אראפגעפיהרט איינס פון מיינע אשכולות פון די רעלסן. מיט א שטיק ליצנות און סארקאזם. און ס'איז גארנישט געטון געווארן מצד די חשוב'ע חברי הנהלה שליט"א. ואין צורך לפורטם ...!

איך וואלט זייער שטארק געוואלט וויסן אויב ס'איז דא אן..."איפה ואיפה". אבן קטנה וגדולה...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:37 pm

· #510779
נאר לזיכרון בעלמא: איך האב אויפגעמאכט אן אשכול אנצופרעגן ביי דעם עולם וועלכע פון די 2 גרויסע חסידיש-באוואוינטע שטעט איז גרעסער. בארא פארק אדער מאנסי. האט איינער, א געוויסער (חשוב'ער) ניק אריינגעווארפן א שטיק ליצנות (וואס גרעניצט זיך זיכער מיט נישט איידלקייט). און דער גאנצער אשכול איז אראפגעפארן פון די רעלסן. און ס'האט זיך דערקייקלט צו א שטיק ליצנות.

ווען איך וואלט אינזין געהאט די ליצנות פון די זאך וואלט איך עס (אפשר) געשריבן אין די שמייכל אפטיילונג.

סאנטיאגא » מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 5:24 pm

· #512620
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין נישט מסכים צו דעם, סתם פאטשקענען מיט יענעמ'ס תגובות אומגעבעטן? פיקסן גראמאטיק איז לדעתי נישט די הנהלה'ס דזשאב. אבער אפשר מעג איך נישט רעדן הויעך.

אז איינער פארדרייט אן אשכול (ספעם) איז עפעס אנדערש.

שטולענע אייער » דאנערשטאג יולי 4, 2024 12:19 pm

· #567198
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
איינער קען אריינקומן מיט א לינק צו אדער א הסבר אויף די לעצטע פסק פונם קאורט בנוגע די נושא? פשוט די תוכן הדברים ווי זאכן האלטן איצט.

סאנטיאגא » זונטאג יולי 14, 2024 12:36 am

· #567970
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
שטולענע אייער #
איינער קען אריינקומן מיט א לינק צו אדער א הסבר אויף די לעצטע פסק פונם קאורט בנוגע די נושא? פשוט די תוכן הדברים ווי זאכן האלטן איצט.
https://www.shtetl.org/article/new-york-state-court-rules-that-government-can-withdraw-aid-from-failing-yeshivas
אין איין ווארט:
די אפעלאט קארט האט ארויסגעווארפן די קלאגעס פון די ישיבות און געפסקענט קעגן פערל"ס אז די סטעיט מעג דיפאנדן די ישיבות פון ערליכע שטייערצאלערַ געלטער אין פאל ישיבות שטעלן זיך נישט צו צום געזעץ, דאס וואס מ'האט פארפירט זיי זאלן טוהן פאר מער 10 יאר.

עט דיס פוינט האט שוין נישט קיין פשט צוריק צו טענה'ן, ווייל לעצטע מאל מ'האט פרובירט האט זיך עס אויסגעלאזט מיט מאכן שטרענגער פאר עלטערן, אבי מ'זאל נישט צושפארן קיין ישיבה, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען אין פלאן אדער א ניטאמאל סטראשע - פשוט קאנסיסטענט מיט א fear mongering אגענדע פון ספעציעלע אינטערעסן... מ'האט נאר אזוי פארפירט אין אלע גאסן און אין אלע בלעטלעך אז ממש א גזירת השמד פון די 1490'ס הענגט איבער די אידישע פאלק... און צו בארוהיגן די געמיטער האט מען סעלעברעטעיד א געווינס ביים לעצטן פסק ווי ס'איז נישט געווען.

שוין יעצט גייט אהרן ווייטער בלעימען אבי שיק פאר זיין "דורכפאל" ער וואלט דאך אליין געדארפט זיין די לויער, משה דוד נידערמאן גייט מאכן א פאון קאל צו אלבעני, פערל"ס דארף זיך צאמזעצן אויסטראכטן א נייע שעיר לעזאזל וואס צו לייגן אויף די נעקסטע באמפער סטיקער ווען ס'איז שוין קלאר אז די עלטערן'ס "רעכטן צו וועלן" איז שוין מסודר, אנטיסעמיטיזם איז ערווארטעט צו שטייגן, און פרישע תירוצים קעגן מענטשנרעכטן ווערן געזוכט. עולם כמנהגו נוהג...

סאנטיאגא » דינסטאג יולי 16, 2024 10:40 am

· #568159
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
געזעהן דאס ארומגעפארן אויף די וואצעפפ גרופעס
📎 YAFFED.png

איך אויך » דינסטאג יולי 16, 2024 10:52 am

· #568162
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
רבש"ע ווי טרעפט מען אזא מיעסע נאמען ביעטשריס ?

שמן למאור » דינסטאג יולי 16, 2024 6:03 pm

· #568200
Re: ברעיקינג: נייע NYSE רעגולאציעס אקעגן ישיבות
איך אויך #
רבש"ע ווי טרעפט מען אזא מיעסע נאמען ביעטשריס ?
שוין געהערט אזאנס. וואס זאגסטו צו שפרינצע, קריינטשע, אדער בריינדל?
בלאט: 1 2 3