☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » בעל דברי יואל אדער בעל ויואל משה

בעל דברי יואל אדער בעל ויואל משה

137 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1554
בלאט: 1 2 3

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:31 pm

· #37309
בעל דברי יואל אדער בעל ויואל משה
אין ליכט פון דעם שמועס אין אנדערן אשכול וויל איך אויסשמועסן דאס ענין, און הערן אייער מיינונג

ביז ווען דער ברך משה זצ״ל האט געלעבט האט יעדער געשריבן רביה״ק/דער רבי/האדמו״ר מסאטמאר זצ״ל,

(דאס וואס דער איד שרייבט אז די פרעמדע גאס האט אים אייביג גערופן דברי יואל איז סתם שקר)

נאך זיין פטירה, ווען אין פאקט איז שוין דא צוויי סאטמארער רבי׳ס "זצ״ל" דארף מען זיי רופן ע״ש ספרם כמנהג העולם, האבן חסידי מהר״א באשלאסן צו רופן בעל דברי יואל צוליב עטליכע סיבות
1) ווייל דאס איז געווען זיין רצון ווי ער שרייבט זה זכרי
2) געווענליך רופט מען נאך די עיקר ספר עה״ת, למשל ישמח משה, נישט השיב משה, ייטב לב נישט אבני צדק,
3) הרה״ג ר״א לייטנער ז״ל אין אפאר בריוון שרייבט ער בעל דבר״י, אזוי אויך הגריח״מ פר״מ דומ״צ סאטמאר ראדני, ואין אחר דבריהם כלום
4) עס איז זיי נאך געלעגן אין די ביינער די טענות וואס די ״עכטע״ חסידים האבן געהאט אויפ׳ן ברך משה זצ״ל פאר׳ן רופן די ת״ת אין וומ״ס ויואל משה זאגענדיג אז לכבוד עצמו הוא דורש, איז כדי צו פארמיידן מחלוקות רופן זיי דברי יואל

דאגעגן חסידי מהרז״ל רופן בעל ויואל משה צוליב צוויי סיבות (וואס איך ווייס, אפשר איז דא מער)
1) ווייל מהר״א רופט דברי יואל, דארף מען זאגן פארקערט
2) אזוי קען מען פארקויפען אז נאר זיי זענן ממשיך דעם דרך הקנאות פינעם סה״ק ויו״מ, דערנאך קען מען גיין אין בגצ, צוברעכן די חומת התבדלות ווען עס לוינט זיך וכו׳

איין קליינע עקזעמפל, חסידי מהר״א האבן א נאמען געגעבן זייער קאנטרי קרית ויואל משה, חסידי מהרז״ל האבן עס קיינמאל נישט אנערקענט, נאר גערופן איחוד קאנטרי, אבער זייער קעמפ האבן זיי א נאמען געגעבן דברי יואל, דאס אלעס איז געווען ווען דער ב״מ האט נאך געלעבט

אדרבה זאגטס אייער מיינונג

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:34 pm

· #37310
אריין און צימעס

chasid » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:36 pm

· #37311
און איך זאג אז די נושא ברענגט זייער גוט ארויס די איי-קיו לעוועל פון די גאנצע מחלוקת.

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:14 pm

· #37318
chasid
און איך זאג אז די נושא ברענגט זייער גוט ארויס די איי-קיו לעוועל פון די גאנצע מחלוקת.


מיינס צו זאגען פון צד מהרז״ל?

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:17 pm

· #37319
ווי קומט אהער חודש אדר? (עיין בקעפל)

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:23 pm

· #37322
היסטאריקער זאגסט דאך אייזן, אלע יארן האבן מהרז"ל’ס חסידים פראבירט צו ווייזן מער קנאות, סתם פאר אינטערסאנטקייט וויל איך דיר זאגן, עס פאר עס איי נאו, איז דא אין אלע ישיבות פון מהר"א שיעורים אין ספה"ק ויואל משה, און ביי מהרז"ל ווייס איך נישט אז ס’זאל זיין אזא זאך, יא, אין קווינס איז דא עפעס א שיעור וואס ווערט פארגעלערנט דורך ר’ לייבוש טייטעלבוים, וואס ביי דעם שיעור איז א קבוצה פון גאנצע זיבן (!) בחורים, אין א ישיבה ווי ס’דא 875......

blauvelt » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:25 pm

· #37324
היסטאריקער
chasid
און איך זאג אז די נושא ברענגט זייער גוט ארויס די איי-קיו לעוועל פון די גאנצע מחלוקת.


מיינס צו זאגען פון צד מהרז״ל?

i would say both

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:35 pm

· #37328
במציאות גייט צד מהר״א אויף א מהלך פון טון וואס זיי פארשטייען איז גוט, נישט וואס צד השני זאגט, (נישט אייביג זענן זיי גערעכט)

משא״כ צד מהרז״ל קוקט אייביג, און טוט פארקערט ווי צד מהר״א

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:46 pm

· #37333
שמואל הלוי
ווי קומט אהער חודש אדר? (עיין בקעפל)

ייש"כ פארן מתקן זיין

פיינע קאווע » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:54 pm

· #37337
דער סאטמאר רבי זצ"ל האט אין זיין ספר דברי יואל געשריבן א הקדמה פון עטליכע שורות. דארט שרייבט ער קלאר בכי"ק אז ער רופט עס דברי יואל "לשמי ולזכרי"
דערפון האט מהר"א געלערנט פשט אז זיין כוונה איז געווען ער וויל בלייבן פאראייביגט מיטן נאמען דברי יואל. אזוי ווי דער דברי חיים און אנדערע צדיקים וואס האבן אזוי געטון
פארשטייט זיך אז ווי נאר דער בלאט האט אדאפטירט דעם מהלך האט דער איד אויטאמאטיש געמיזט טוען פארקערט מיט אדער אן א הסבר.
איידער מהר"א האט אזוי געצה'ט זיינע חסידים האבן אסאך תלמידי רבינו אים אזוי גערופן. ווי געשמועסט דער דיין ריח"מ און הרב לייטנער ז"ל ועוד

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:05 pm

· #37343
פיינע קאווע
איידער מהר"א האט אזוי געצה'ט זיינע חסידים האבן אסאך תלמידי רבינו אים אזוי גערופן. ווי געשמועסט דער דיין ריח"מ און הרב לייטנער ז"ל ועוד

באמת אבער האט זיך עס אנגעפאנגען נאכדעם וואס דער ברך משה איז אוועק, פארדעם האט מען געזאגט "דער רבי ז"ל" אדער "דער רבי זי"ע".

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:08 pm

· #37345
דאס האב איך געשריבן אויבן

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:13 pm

· #37348
היסטאריקער
דאס האב איך געשריבן אויבן

סארי נישט באמערקט.

איך האב אבער בעיקר געמיינט צו זאגן דערמיט אז דאס וואס פיינע קאווע שרייבט אז מהר"א האט אינזין געהאט מיט דעם לשמי ולזכרי, ווייס איך נישט וויפיל אמת ס'ליגט דערין, ווייל פארוואס איז די לזכרי געווארן דייקא נאכן פטירת הברך משה.

און בכלל לויט ווי ס'זעט מיר אויס איז די נאמען "בעל דברי יואל" איז נישט געגעבן געווארן דורך מהר"א, אדער "בעל ויואל משה" דורך מהרז"ל, נאר לויט ווי ס'קוקט אויס איז די נאמען געשאפן געווארן דורך די שרייבער פון "דער איד" און די שרייבער פון "דער בלאט".

אויס מענטש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:33 pm

· #37364
שמואל הלוי

איך האב אבער בעיקר געמיינט צו זאגן דערמיט אז דאס וואס פיינע קאווע שרייבט אז מהר"א האט אינזין געהאט מיט דעם לשמי ולזכרי, ווייס איך נישט וויפיל אמת ס'ליגט דערין, ווייל פארוואס איז די לזכרי געווארן דייקא נאכן פטירת הברך משה.

למען הפונקליכקייט איז כדאי צו פארציילען אז די גאנצע פייט איז געשעהן ביים שרייבן די מציבה פון מרן הברך משה, א יונגעמאן -אהרוני -רייכמאן האט דאס געשריבן און מען האט דאס געשיקט פאר ביידע זייטן ווען עס איז געקומען צו שרייבן א טיטל אויף מרן רביה"ק האט מהר"א געזאגט די אויבערדערמאנטע סברה פון לשמי ולזכרי און די צווייטע צד [נישט האדמו"ר מהרז"ל] האט געזאגט פונקט פארקערט, {בנוסף צו נאך עטליכע זאכן ווי למשל, שרייבן אז ער האט געמאכט די קרי' ויואל משה אין אר"י וכו' }
די פייט ברענגט זייער גוט ארויס ווי אזוי די מחלוקת גייט צו דער זאגט בום זאגט דער צווייטער בים אין דיחסידים נעמען אן אלעס מיט א הייליגקייט און מען בויט אויף בנינים אויף בנינים

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:35 pm

· #37368
יישר כח 'אויס מענטש' פארן אויספונקטליכן.

גאלד » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 3:48 pm

· #37375
1. איך מיין אז פנימי אין סאטמאר רופט מען נאך דער רבי דער רבי, און דער ברך משה דער ברך משה,

2. דער "בעל" ווייסעך נישט למאי אתי?

3. דאס איז ברור אז עס האט זערא מיט קנאות אדער כבוד רבינו, דער שכל הישר וואלט געדארפט זאגן אז דברי יואל בלי שום מענה, נאר אז יענער זאגט גרין מוז איז זאגן רויט, וזה פשוט

פיינע קאווע » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:21 pm

· #37384
ווילאנג דער ברך משה האט געלעבט איז דער דברי יואל / ויוא"מ געווען "דער רבי זי"ע" ממילא איז נישט געווען א נושא
באלד ווי דער ברך משה איז אוועק האט דער בלאט מיט אנדערע חסידים געפרעגט דעם מהר"א האט ער מייעץ געווען דברי יואל. לכן האט הגז"ל גפסק'ט פארקערט
זייער פשוט

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:28 pm

· #37405
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/25953">viewtopic.php?p=25953#p25953</a><!-- l -->

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:37 pm

· #37460
דער אמת איז אז פאר די אדמורי"ם איז עס נישט אזוי שייך.
מהר"א זאגט אויפן מהר"י ט"ב, "די פעטער זכרונו לברכה", און שרייבט "כ"ק מרן דודי הגה"ק זי"ע" און אויפן מהר"ם ט"ב "די טאטע זכרונו לברכה" און שרייבט "כ"ק אבא מארי הגה"ק זי"ע".
ווידעראום מהרז"ל זאגט אויפן מהר"י ט"ב "די רבי זכרונו לברכה" און שרייבט "כק"ד רבינו הגה"ק זי"ע". און אויפן מהר"ם ט"ב "די טאטע זכרונו לברכה" און שרייבט "כ"ק מרן אאמו"ר זי"ע".
(פאדערט זיך אן עקסטערע אשכול [אויב איינעם אינטערסירט...] צו די אדמורי"ם זאלן זאגן פעטער צו רבי...)

די עיקר חילוק איז נאר ביי די חסידים. די גאנצע שאלה איז פערצופאל אויסגעקומען ווען איינער האט געפרעגט מרן מהר"א שליט"א ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין טאטע ז"ל. און דארט האט טאקע די רבי געזאגט אז ס'וואלט ווען פאסיג געווען אז מ'זאל רופן דעם רבי'ן "דער דברי יואל" אלץ די "לשמי וזכרי". די מצבה איז שוין געווען א טאג צוויי נאכדעם, און מהר"א האט למעשה טאקע נאכגעגעבן אז מ'זאל שרייבן "בעל ויואל משה" (אויב געדענק איך גוט האט ער עס נאכגעגעבן אלעס אז מ'זאל נישט שרייבן די לעצטע נאמען) נא רוב מענטשן ביי מהר"א זאגן טאקע דברי יואל, און ביי מהרז"ל זאגן ויואל משה אויך נישט... זיי זאגן רבי ז"ל!

יעצט למעשה האבן ביידע צדדים ויואל משה'ס און דברי יואל'ס אויף זייערע מוסדות און כוללים.
מהר"א האט נאך די פטירה פונעם ברך משה ז"ל מיינעך נאר געגעבן נעמען פאר מוסדות וכוללים אדער "דברי יואל" (כולל בארא פארק, כולל בית שמש) אדער "ברך משה" (קרית ברך משה - עלעדין/וואודבארן, קרית ברך משה - קאנאדא, שכונת ברך משה - ק"י, שכונת ברך משה - מאנסי, כולל מאנסי,) איין פלאץ ווי מ'האט געגעבן פאר יעדעם איז אין די מבצר הישיבות אין ק"י דארט איז דא אלע דריי... (סניף דברי יואל, סניף ויואל משה און סניף ברך משה)

מהרז"ל האט זיך מיינעך יא געהאלטן דוקא מיט מהר"י ט"ב. און ווי איך געדענק נאכנישט געגעבן נאכן ברך משה.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:13 pm

· #37480
וואס וועט מהר"א טוהן נאך די 120 פון זיין (עכטע) פעטער ר' מאטעלע וויזניצער?
ווען ער וועט זאגן "דער פעטער ז"ל" עלעך נישט וויסן פון וועם ער רעדט.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:26 pm

· #37503
שעפטל
מהרז"ל האט זיך מיינעך יא געהאלטן דוקא מיט מהר"י ט"ב. און ווי איך געדענק נאכנישט געגעבן נאכן ברך משה.

גראדע האט ער טאקע א נאמען געגעבן די ישיבה על שמו בשם" ישיבה ברך משה ד'סאטמאר" ביים חנוכת הבית פון די ישיבה, אבער ס'איז תיכף אנטשטאנען א שטורעם דערקעגן, און ער האט געמוזט נאכגעבן היות דער הויפט נדבן ר' משה שמואל זופניק איז געווען גאר שארף דערקעגן.

גאלד » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:43 pm

· #37521
זר זהב
וואס וועט מהר"א טוהן נאך די 120 פון זיין (עכטע) פעטער ר' מאטעלע וויזניצער?
ווען ער וועט זאגן "דער פעטער ז"ל" עלעך נישט וויסן פון וועם ער רעדט.


כפאשטיי נישט וואסי די שאלה?

אויב זיין "עכטע" פעטער איז ר' מאטעלע העט ער אוואדי מיינען ר' מאטעלע

און מהיכי תיתי ער מיינט נישט "יעצט" ר' מאטעלע

לפי האמת מיינט ער זיכער דער באטערער פעטער

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:45 pm

· #37524
יעצט קען ער נישט מיינען אים ווייל ער לעבט דאך נאך, און מהר"א זאגט "זכרונו לברכה"

גאלד » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:46 pm

· #37525
קען זיין ער מיינט דער באטערער

גאלד » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:53 pm

· #37530
ווען מהרז"ל זאגט דער רבי, ביסטו אזוי זיכער ער מיינט סאטמאר רבי? ער האט אלס ביי זיין טאטע אין שטוב און צו זיינע קינדער גערופן "פעטער", דאס איז קיינער נישט מחולק, מיינטאך דאס ווען ער זאגט "רבי" האט ער אינזין אינגאנצן אנאנדערע מענטש,

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:59 pm

· #37533
וואס ער האט געזאגט ביינעם פריוואט אין שטוב דארף איך דאך נישט וויסן!?!

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:47 am

· #37785
ואס וועט מהר"א טוהן נאך די 120 פון זיין (עכטע) פעטער ר' מאטעלע וויזניצער?
ווען ער וועט זאגן "דער פעטער ז"ל" עלעך נישט וויסן פון וועם ער רעדט.



א נארישע קשיא

מהר״א איז מכבד זיין ר׳ מאטעלע אלס פעטער, אבער בכלל נישט קיין חסיד פון אים, און אוודאי נישט נאכזאגן פון אים
די גרויס מאכן אים ווי הגה״ק, כי גדול מרדכי בבית המלך פאסט פאר צד מהרז״ל

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:53 am

· #37788
מ'שרייבט שוין אויף אים הגה"ק א לענגערע צייט. ער איז פון די זקני צדיקי דורינו.
צו שרייבן הגה"ק אויף א אינגען רבי'ן איז א גרויל, און דאס זעהט מען טאקע נאר ביי מהר"א.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:01 pm

· #37791
שמואל הלוי
שעפטל
מהרז"ל האט זיך מיינעך יא געהאלטן דוקא מיט מהר"י ט"ב. און ווי איך געדענק נאכנישט געגעבן נאכן ברך משה.

גראדע האט ער טאקע א נאמען געגעבן די ישיבה על שמו בשם" ישיבה ברך משה ד'סאטמאר" ביים חנוכת הבית פון די ישיבה, אבער ס'איז תיכף אנטשטאנען א שטורעם דערקעגן, און ער האט געמוזט נאכגעבן היות דער הויפט נדבן ר' משה שמואל זופניק איז געווען גאר שארף דערקעגן.

כ'האב אין דעם נישט געוואלט אריינגיין....

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:02 pm

· #37792
היסטאריקער
ואס וועט מהר"א טוהן נאך די 120 פון זיין (עכטע) פעטער ר' מאטעלע וויזניצער?
ווען ער וועט זאגן "דער פעטער ז"ל" עלעך נישט וויסן פון וועם ער רעדט.



א נארישע קשיא

מהר״א איז מכבד זיין ר׳ מאטעלע אלס פעטער, אבער בכלל נישט קיין חסיד פון אים, און אוודאי נישט נאכזאגן פון אים
די גרויס מאכן אים ווי הגה״ק, כי גדול מרדכי בבית המלך פאסט פאר צד מהרז״ל

פערצופאל מיטן הגה"ק האט אים דער בלאט באטיטעלט

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:04 pm

· #37793
זר זהב
מ'שרייבט שוין אויף אים הגה"ק א לענגערע צייט. ער איז פון די זקני צדיקי דורינו.
צו שרייבן הגה"ק אויף א אינגען רבי'ן איז א גרויל, און דאס זעהט מען טאקע נאר ביי מהר"א.

מ'האט דעם בעל על הגאולה (ווי דו רופסט אים) ז"ל שוין אויך אזוי גערופן ווען ער איז געווען אזוי אלט ווי די נעפיו

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:11 pm

· #37799
ביי וויפיל יאר ווערט מען א קדוש?

איה״נ עס איז א גרויל, אזוי ווי די חנופה לעצטענס צום " זקן צדיקי דורינו" טראץ וד״ל

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:11 pm

· #37800
ווייל רבינו יואל איז געווען א קדוש.
אויב וועסטע ענטפערן אז היינו הך די ארוינים האלטן טאקע מהר"א פאר אזא קדוש. דארף מען נאך עפעס צולייגן?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:13 pm

· #37801
היסטאריקער
ביי וויפיל יאר ווערט מען א קדוש?

איה״נ עס איז א גרויל, אזוי ווי די חנופה לעצטענס צום " זקן צדיקי דורינו" טראץ וד״ל

גלייך נישט צו א אינגען רבי'ן צו א עלטער'ן פרי-האלאקאסט רבי.
פליז!

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:21 pm

· #37804
פרי-האלאקאסט רבי?

ווי איז ער געווען רבי פאר די קריג?

און נאך די קריג קען מען שוין נישט ווערן א קדוש?

זיין ברודער ר׳ משה ז״ל איז נישט קיין "פריע-האלאקאסט רבי"?

וואס איז מיט'ן קלויזנבערגער ז״ל, ער האט נאך א טשענס צו ווערן א "פריע-האלאקאסט רבי"?
קאם אן

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:29 pm

· #37809
געמיינט צו זאגן איינער וואס האט דורכגעמאכט דעם קריג.

זיין ברודער האב מען בכלל נישט באשריבן ווייל ער איז גאר ווייט פון די סאטמארע שיטה.

איך ווייס נישט וועגן דעם קלויזענבארגין, וויאזוי מ'האט אים באשריבן 20 יאר צוריק, אויב בכלל.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:29 pm

· #37810
היסטאריקער
זיין ברודער ר׳ משה ז״ל איז נישט קיין "פריע-האלאקאסט רבי"?

וועמענס ברודער?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:31 pm

· #37812
שמואל הלוי
היסטאריקער
זיין ברודער ר׳ משה ז״ל איז נישט קיין "פריע-האלאקאסט רבי"?

וועמענס ברודער?

ער מיינט מהר"א'ס שווער

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:32 pm

· #37814
אהא... איך האב געמיינט אז ער מיינט מהרא"ס טאטע.

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:44 pm

· #37820
זר זהב


זיין ברודער האב מען בכלל נישט באשריבן ווייל ער איז גאר ווייט פון די סאטמארע שיטה.

.


ער איז יא מיט די שיטה?
עיני ראו ולא זר ארויסלויפן פון א פראטעסט ווייל מ׳ האט גערעדט אויף די אגודה

זיינע מוסדות אין אר״י נעמן געלט פון די ממשלה

ווען ער וואינט ווען דארט גייט ער ווען צו די בחירות

וכבודו במקומו מונח

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:49 pm

· #37824
ער איז זייער קנאי'ש געשטימט אויף אסאך פראנטן.

גאלד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:54 pm

· #37832
יענער לץ האט אמאל געזאגט:

"איך מאך חלילה קיינמאל לצנות פון קיין ערליכע אידן, קודם מאך איך איהם אויס ערליכע איד און הערשט נאכדעם טרייב איך שפייס פון איהם"

דאס זעלביגע קודם מאכט מען ר' אהרן פאר א ראצער א גרויל נאכער איז הותרה הרצועה

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:59 pm

· #37836
ער איז נישט קיין ראצער, אבער ווען איך זעה געשריבען אויף אים הגה"ק רופט עס ביי מיר ארויס אן אפשיי. אויב זאלן די זאליס שרייבן הגה"ק אויף מהרי"י וואלט איך געהאקט אויף די הויכע פענסטער ביי די זאלוינים זיי איינצומעלן וואס פארא גרויליגע זאך זיי טוהן.
סארי פאר'ן דיר זאגן מיינע פילינגס.
איי קענט העלפ איט.

גאלד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:02 pm

· #37838
דארפסט נישט זיין דיפענסיוו מיט די פילינג, די טיילסט מיט די פילינג פון 99% סאטמארער זאלי/אנטי ר' אהרן/נייטראלער, יו נעים איט,

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:04 pm

· #37839
ס'וואלט נישט געדארפט זיין אן אנטי אהרן זאך נישט צו גלייכן איבערגעטריבענע טיטלען.

גאלד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:16 pm

· #37843
אויך גערעכט, אבער איך האלט אז אלס בעסער ווי איבערטרייבן מיט נעגאטיווע טיטלען, ווי למשל מאכן א מענטש פאר א שבתי צבי, א נעאלאג, א מסית ומדיח, א עובד ע"ז, וכדומה

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:25 pm

· #37857
זר זהב
ער איז זייער קנאי'ש געשטימט אויף אסאך פראנטן.


א סטעטמענט אן בעקינג

ווי שטעקט זיין קנאות?

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:27 pm

· #37859
דער סיום דף היומי עפיזאד איז איין שטארקער עקזעמפל.

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:15 pm

· #37888
דאס מיינט אז ער איז קעגן מזרחי/ראבינאט, אדער קעגן די לאו משפחה ווי שוין באריכטעט, נישט קעגן די אגו״י

ער איז מכבד חברי הכנסת ברבים, אזוי אויך הרב שטיינמאן וכו׳

נישט קיין נפק״מ צו מ׳ מעג, אבער אויף קנאות ווייזט עס נישט

צורק צום נושא

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:16 pm

· #37889
מיט קנאות מיין איך נישט דוקא די ציונות אישו. ער איז א פרומער רבי אין איינקלאנג מיט סאטמאר ווי למשל ביי די עירוב.
בלאט: 1 2 3