☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » גיימער 'ערנסט' קיין אומאן?

גיימער 'ערנסט' קיין אומאן?

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15512
בלאט: 1 2

באהעלפער » מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2022 8:38 pm

· #508676
ביסט גערעכט

יאסל ראקאווער » מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2022 9:15 pm

· #508678
די אנדערע זייט
משא''כ די אידן וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות צו ברסלב, נישט דארט אויפגעוואקסן און נישט דארט געפינען די גאלדענע גליקן האבען נישט וואס צו פארן, אפגעזעהן ווי א גרויסע צדיק ר' נחמן איז געווען.

דאס יאר איז אנדערש ווייל די מלחמה פארשטייט זיך. (אויך קאראנע איז געווען אנדערש). אבער סתם א יאר פארשטייסטו נישט פארוואס אידן וואס האבן גארנישט מיט ברסלב פארן אהין? מ'האט קאראפטעד די יום-טוב ראש השנה צו א טאג פיל מיט שווערע guilt and shame פאר עמך אידן. מפארט אהין צו האבן א כשר'ן פרייליכן יום טוב ווען מ'איז ממליך המלך און נישט א ממליך א מושל ווי ביי אונז אין באראפארק.

באהעלפער » מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2022 10:39 pm

· #508687
https://www.facebook.com/watch/?v=1452229611965457&aggr_v_ids

משוגע איז ווייניג געזאגט

היסטאריע » מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2022 11:22 pm

· #508694
עס איז געוועהן אמאהל א מנין דאהי וואס הייבן אן ניין אזייגער און ענדיגט איינס אזייגער. מען דאווענט נארמאל, אן עקסטערע קרעכצען און ברעטשען פון א בעל תפילה.

מען וואלט טאקע געמעגט טוישן אביסל דער סדר התפלה. מען דאווענט געפארן, מען דארף נישט הערן א בעל תפילה זינגען און וויינען, דער גאנצע עולם איז א בעל תפילה און זינגט און װיינט צוזאמען. סיי לקל עורך דין, סיי וכל מאמינים. אזויווי מען קען אנדאווענען קרבנות פסוקי דזמרה ביז המלך אין א שעה, און עס האט אסאך מער ווערטער ווי דער רעשט דאווענען.

באהעלפער » מוצ"ש סעפטעמבער 10, 2022 11:55 pm

· #508697
בסדר, אבער נישט מאכן קיין צעלאזטע חתונה פון דאס גאנצע יום הדין.

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:31 pm

· #508876
📎 Screenshot 2022-09-12 142448.png

באהעלפער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 8:27 am

· #509134
📎 EiyPcw2XYAYY0GT.jpg

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 4:32 pm

· #509363
לייבל סורקיס אין אומאן 📎 Screenshot_2022-07-18_151613-removebg-preview (1).png

נעקסט לעוועל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 4:49 pm

· #509368
ווער איז דער אנדערער?
און פארוואס קוקט עס אויס געפאטשקעט? סקוקט אויס גע'עדיט אביסל… (קוק אויף די פוס פונעם צווייטן)
אדער איך זעה נישט גוט[emoji854]

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 4:59 pm

· #509370
איך האב עס באקומען פון איינעם.

Nanach » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 5:01 pm

· #509372
ווער איז דער לייבל סורקיס

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 5:02 pm

· #509373
Nanach
ווער איז דער לייבל סורקיס
גבאי האוהל

נעקסט לעוועל » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 6:12 pm

· #509379
גבאי האוהל אין אומאן??
אוואס ?

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:24 pm

· #509416
Nanach
ווער איז דער לייבל סורקיס
א (מלפנים?) סקווירא איד. עסקן נמרץ פאר יהדות אוקריינא די לעצטע 30 יאר.

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:29 pm

· #509419
יין שרף
Nanach
ווער איז דער לייבל סורקיס
א (מלפנים?) סקווירא איד. עסקן נמרץ פאר יהדות אוקריינא די לעצטע 30 יאר.
די זעלבע עסקן ווי נחום ראזנבערג, וואס פלעגן צענדליגע יארן 'פארברענגן' אן די ווייב אין אוקריינא און 'פארשפרייט' דארט יודישקייט בשפע...
און ביידע האבן אזוי שטארק געארבעט מיט הצנע לכת ובסתר, אז מ'ווייסט נישט גענוי וואס זיי האבן אזוי סאך געטון דארט 'אזויפיל' יארן. אבער אין הימל ווייסט מען זיכער.........

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:35 pm

· #509421
שקרן עצום. יעדע קהילה אין אוקריינע האט מיטגעהאלטן ווי ער שמוגעלט אריין טרעלערס אנגעפאקט מיט עסן, בגדים, תפילין ומזוזות וכדו' פאר די אידן דארט.
קענסט פרעגן סיי וועלכע אוקריינער בעל תשובה...

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:37 pm

· #509423
יא.... אויכעט מקוואות.... איבעראל....

פאליטיקאנט » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 9:59 pm

· #509427
דעם @באהעלפער שפריצט שנאה געמישט מיט סקווירא טיפשות אז ס'איז געוואלדיג.

יעדער איז שלעכט און דורכגעפוילט אחוץ סקווירא רבי.

אז מרעדט שוין, ער דערמאנט מיר פון אן אנדער סקווירא טראלל וועלכע האט כסדר געעפנט ניקים דא....

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:00 pm

· #509429
פאליטיקאנט
דעם @באהעלפער שפריצט שנאה געמישט מיט סקווירא טיפשות אז ס'איז געוואלדיג.

יעדער איז שלעכט און דוירכגעפוילט אחוץ סקווירא רבי.

אז מרעדט שוין, ער דערמאנט מיר פון אן אנדער סקווירא טראלל וועלכע האט כסדר געעפנט ניקים דא....
למען תדע, איך האב נישט קיין סאך מיט סקווער, אויסער אז ב' ניסן גיי איך אהין, און גראדע בין איך געווען מנחם אבל זיין יעצט, ווייל כ'בין געווען אין ניו יארק ע''פ סיבה.

באהעלפער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:03 pm

· #509430
פאליטיקאנט
דעם @באהעלפער שפריצט שנאה געמישט מיט סקווירא טיפשות אז ס'איז געוואלדיג.

יעדער איז שלעכט און דוירכגעפוילט אחוץ סקווירא רבי.

אז מרעדט שוין, ער דערמאנט מיר פון אן אנדער סקווירא טראלל וועלכע האט כסדר געעפנט ניקים דא....
פונקט פארקערט, יעדע יוד איז גוט, און רוב מנהיגים זענען צדיקים, נאר ס'דא א א קופה של שרצים וואס מ'דארף באזאלצן די מארעך, אז ס'זאל זיך נישט 'נשתכח'נען זייערע ''מעשים טובים'' ווען ס'געווען המולך מצרפת עד בעלהארבער

טאהש'ער אייניקעל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 3:48 pm

· #509796
באהעלפער
📎 EiyPcw2XYAYY0GT.jpgEiyPcw2XYAYY0GT.jpg
https://www.youtube.com/watch?v=IvCf3s3lCLU

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 8:48 pm

· #509799
באהעלפער
מפי עדות הגאון מלויאב-אומאן וואס זיינע עלטערן האבן עהם קלאר געוויזן דעם ארט.
איך האב דיר שוין אנגעפרעגט אין אישי די מקור אויף די לאנגע אנטי ברסלב מאנעפעסטא וואס די האסט אויבן געברענגט. און סך הכל איז עס עפעס א צוואה פון אן אלטער אידל אין עפעס א דערפל.
איך ווינדער זיך ווי די אלע ברסלבע מקורות מיט מעשיות מאכסטו אזוי אוועק בשתי ידים, אבער אין די זעלבע צייט קויפסטו אפ באבא מעשיות פון עפעס אן אלטע איד וואס האט פיינט געהאט ברסלב, אדער עפעס אן עדות פון הגאון מלויאב-אומאן האעווער די העק דעס איז.
אתמהה?

באהעלפער » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 8:53 pm

· #509800
רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:17 pm

· #509803
באהעלפער
רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..

מחצה''ק » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:47 pm

· #509806
עצי שטים
באהעלפער
רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..
סדא א ספר כתבי הר''י שו''ב

שמן למאור » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 9:56 pm

· #509807
מחצה''ק
עצי שטים
באהעלפער
רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..
סדא א ספר כתבי הר''י שו''ב
און אז ס'דא א ספר מיינט אז אלעס וואס שטייט דארטן איז אמת?
ס'איז אויך דא א ספר פון מעשיות פון די גולם פון פראג פון ר' יודל ראזנבערג ע"ה.

היסטאריע » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 10:02 pm

· #509808
באהעלפער
דער קדושת לוי האט געמאכט א חרם, אז אינעם שטאט בארדיטשוב טאר קיין נאכפאלגער פון דעם כת נישט אריינטרעטן.
פונקט דער בארדיטשובער האסטו געקליבן? פונקט ער איז געווען פון די גרעסטע לוחמים קעגן דעם כת.

איינס נאך עהם איז געווען ר' פינחס'ל קאריצער, וואס האט שטארק פארפירט קעגן זיי, און געזאגט אין אסאך געלעגנהייטן, אז ס'איז מוקצה מחמת מיאוס. זייענדיג עבודה זרה
ליגענט.

תרמב » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 2:44 pm

· #509840
עצי שטים
באהעלפער
רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..
אין מאחורי איז דא אסאך זאפטיגע מעשיות וואס ער ברענגט אין זיין ספר, כאפ א בליק אין די אשכול פון סיפורי צדיקים בענייני מאחורי.

הגיון » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 5:58 pm

· #509849
וואלווי
אינטערסאנטער
רוב רובם האבן "נישט" געהאלטן פון רבי נחמן אויף די שטייגער וויאזוי ער האט גערעדט פון זיך (וועגן דעם שרייבן די ברעסלאווע געפערליך מיאוס קעגן אנדערע צדיקים).
אבער אפילו פון רבי נחמן האט מען אביסל געהאלטן טראץ טענות, האט מען פון רבי נתן בכלל נישט געהאלטן, קיינער איז נישט געפארן צו אים, קיינער ברענגט נישט פון אים, דער הייליגער סאווראנער וואס איז געוועןפון די גרעסטע צדיקים בדורו האט געהאלטן אז דאס איז אן עבודה זרה (ווייל מען ווערט מתוקן בלויז מיטן קומען וכו'), די בעלזא זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די גאנצע ברעסלאווע באוועגונג, שוין אפגערעדט די טשערנאבלע גזע, די ריזשינע גזע, קיינער האט נישט געהאלטן פון רבי נתן.
רבי נתן איז געווען א וואוילער איד מיט א שטארקע תמימות, אבער מען האט קלאר נישט געהאלטן פון זיינע אלע נייע אינטערסאנטע חידושים.
א. זייט ווען מיינט אלע צדיקי דורו א סימן אויף עפעס בכלל? נעם למשל ווען התאחדות האט מחליט געווען צו באגראבן די מסית ומדיח (הוא רחום יכפר) הרב י.ד. רוקח (כלשונם השפל...) האבן זיי געהאט "אלע צדיקי הדור" מיט זיך, און זייער כרוז נישט נאר ס'נישט ווערד געווען לצור ע"פ צלוחית, נאר אנגעשמיצט איעדען צלוחית, פארעקלט כח רבנים אויף די ערגסטע וועג זייט די קריג. בעלזער רב האט ריקאווערט, אבער די געמיינע התאחדות ואביזרייהו מיט זייער קול קורא'ס זענען געווארן די מערסטע ווערדסלאזע ארגיניזאציע און ארה"ב וקאנאדא.

איך זאג דאס נישט אלס מחלוקת סאטמאר בעלז, און פליז לאמיר נישט אהין גיין. ס'דא גענוג און נאך פון די קליין הייפעלע ערליכע יודען וואס וועלן אייביג דא זיין, און ווײטער זיין פאנטרעגער פון חרדיסיזם. אבער פונקט אזוי ווי מחלוקת צאנז און סדיגורא, וועפט די קאמף אויס, דער חיה בלייבט חיה, און די וואוילע אידען כשלעצמם מאכן זיך נישט משוגע און טוען וואס זיי האבן צו טוהן.

'המפורסם' אין צריך ראיה, און די נמשל איז ר' נחמן אלס בעלזער רב, און התאחדות אלס די רוזין/טשערנאביל צד. ר' נחמן האט איינגענומען די וועלט, און מצד שני, לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז פון אסאך פון די ערליכע צדיקים פון די אנדערע רוסישע רבי'ס ווייסט מען אין די ברייטע וועלט היינט בכלל נישט צו זאגן פון זיי. פון די הונדערטע צדיקי בית טשערנאביל און רוזין ווייסט מען אויף די וועלט אפשר צוואנציג פראצענט צו זאגן ווער זיי זענען געווען אין זייער לעבן באמת, זייער השקפה און דברי תורה. פון די אנדערע איז דא ווערטליך, ספרים, עובדות און מנהגים, הייליגע ענינים, אבער אין די ברייטע וועלט פון די ארטאדאקסישע אידנטום, נעמט ר' נחמן איינע פון די טאפ סלאטס אלס משפיע צוויי הונדערט יאר לאחר פטירתו, די התנגדות פון צדיקים איז ערגעץ נישט אנגעקומען.

ב. דיין קאממענטס אויף ר' נתן צייגט אז דו האסט נישט קיין ידיעות אין היסטאריע פון ברסלב און וואס השפעת החסידות איז. די ווערטער פון ר' נתן זענען איינע פון די מערסט פארשפרייטסטע דברי תורה און די היסטאריע פון חסידות. ר' נתן איז די שרייבער פון ר' נחמן'ס תורה ובשליחתו, ער איז נישט סתם א תלמיד הכותב, נאר די עצם איבערגעבער דורך לשונו הזהב, פאר דורי דורות, חסידישע יודען, מאדערן ארטאדאקס, ספרדים, אקעדעמיקס פרייע און פרומע, א כח וואס איז זעלטן אזוי משפיע אויף כלל ישראל. ס'איז אפילו דא א מעגליכקייט צו זאגען אז ליקוטי מוהר"ן איז די מערסטע געלערנטע חסידיש ספר אויף די וועלט. דאס איז געווען ר' נתן. ער האט דעליווערד איינע פון די גרעסטע מסירת התורה אין די לעצטיגע הונדערטע יאר. די ספר ליקוטי מוהר"ן איז פון די שענסטע געשריבענע חסידישע ספרים, דאס איז די פירות פון ר' נתן, א השפעה שכמעט אין כדוגמתו.
_______________

באופן כללי, אזוי ווי אלע מחלוקת'ן איז דא אסאך פשוט'ע ענינים אין דעם חוץ פון די לשם שמים'דיגע חלק. די צדיקי טשערנאביל סיסטעם איז שוין געווען א סיסטעם דעמאלטס אויך. מ'האט זיך אויסגעשפרייט איבעראל, זיך ערלעדיגט "מגיד מישרים" פאסטענעס, איבערגענומען קהילות. ס'איז נישט קיין זלזול און די צדיקים גופא, ווייל כך הוא דרכה של תורה. די שטער איז אבער געווען אז חסידי ברסלב האבן זיך נישט געבויגן פאר די נייע סיסטעמייזד סיסטעם, האט עס נישט געקלאפט מיט די עסטעבלישמענט. די זעלבע געים ווי היינט. דאס וואס ר' נחמן שרייבט "מפורסמים" מיינט ער אונזער היינטיגע סיסטעם, וואס "רובא דרובא" (האסט ליעב מיין לשון? כ'האב עס פון דא אויפגעפיקט. ייש"כ...) פון אונז וועלן מודה זיין אז מיר ליידען היינט פון די עסטעבלישמענט סיסטעם. עכ"פ מיר זיכען אויך צו ארויסקריכן פון די סיסטעם סייד עפעקטס, און קאנשעסלי אדער סאבקאנשעסלי לעבט אין אונז די גייסט פון ר' נחמן און ר' נתן זי"ע.
@וואלווי
דו זאגסט דאס נישט אלס מחלוקת סאטמאר בעלז, און דו ערווארטסט אז קיינער זאל דאס נישט דיבאנקן? די משל איז היבש שלעכט, און למעשה גייט מען דעם ק"ק שטודירן פאר לאנגע יארן. בעלזא איז טאקע א שיינע חסידות כהיום, אבער די פירער זייערע האט א וואלקן העכער זיין קאפ. ווי הויך דו זאלסט נאר שרייען קענסטו נישט דעם וואלקן אוועקנעמען. דער ק"ק - טייל חותמים זענען טאקע מזיוף - איז למעשה גאר שטארק ווען מ'גייט דאס באטראכטן אין 100 יאר ארום.

די לעבנסשאפונג פון ר' נחמן איז זייער פארהוילן. און וויפיל עס איז נאר געשריבן געווארן געבט דאס זייער אן ענגן בליק איבער זיין באגריף. ער איז אוועק זייער יונג, ער איז געווען זייער קלוג, זייער געריבן, אבער האט זיך צו'אמפער'ט מיט אפאר גרויסע רבנים בשעתו. און נאך מער צו'אמפער'ט האט זיך זיין תלמיד מוהרנ"ת.

צו שרייבן אז ר' נחמן האט איינגענומען די וועלט איז ווי צו זאגן אז ר' מרדכי שטיינער האט איינגענומען די וועלט.

רבי פיני דונער האט מיט עטליכע יאר צוריק געגעבן א הערליכע שמועס איבער די יונגע לעבן פון רבי נחמן, די בעסטע וואס כ'האב נאר אמאל געהערט. לויט אים איז די סיבה פארוואס רבי נחמן איז אזוי קאנעקטעט מיט זיינע חסידים, וויבאלד דער רבי האט זיך פונקט אזוי געמיטשעט מיט נסיונות. אנדערש ווי אנדערע רבנים וואו די מעשה וואס די חסידים דערציילן איבער זייער רבי'ן איז אז זיי זענען געווען קדושים מבטן ומלידה, און געקענט ש"ס ביי די 9 יאר וכו' וכו', איז רבי נחמן געווען א צדיק וואס איז געווען זייער קלאר מיט זיינע נפילות און ירידות, און שטארק גערעדט איבער דעם וויאזוי זיך אויפצוהייבן, שבע יפול צדיק וקם. און דאס איז וואס האט רעזינירט אזוי שטארק מיט מענטשן.

בלייבט אבער איבער צו וויסן אויב אנדרערע רבי'ס האבן געהאט די זעלבע געשיכטע, נאר רוב פון זיי זענען אוועק אויף די עלטער, ווען די רתיחת הדמים האט שוין נאכגעלאזט. ווידער רבי נחמן איז אוועק אין די סאמע ברען פון רתיחת הדמים, און מעגליך אויב וואלט ער נסתלק געווארן שפעטער וואלט ער גערעדט פון אנדערע זאכן.

ווי שטארק די נעפל איז ארום רבי נחמן איז די נעפל נאך מער ארום רבי נתן.

אויב וואלט רבי נחמן פארמאגט נאך אזא סארט תלמיד, אפשר וואלטן ברסלבער תורות געהאט אן אנדערע מושג?

האט רבי נחמן געזאגט טאקע אלע תורות?

וויפיל פון די תורות זענען איבערגעטריבן געווארן דורך רבי נתן, אדער וויפיל זענען פארלוירן געגאנגען ביים אראפשרייבן?

מחצה''ק » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 7:10 pm

· #509856
עצי שטים
מחצה''ק
עצי שטים
באהעלפער
רוב דברים שטייט אויך אין די כתבי הגאון המפורסם ר' יאשע שו''ב זצ''ל, וואס האט עס אראפגעשריבן מפי האדמו''ר הראשון מסלאנים זי''ע.
אדער האט דער יאשע שו"ב (איינער האט אמאל געהערט פון אים??) עס אויסגע'חלומ'ט ביינאכט..
סדא א ספר כתבי הר''י שו''ב
און אז ס'דא א ספר מיינט אז אלעס וואס שטייט דארטן איז אמת?
ס'איז אויך דא א ספר פון מעשיות פון די גולם פון פראג פון ר' יודל ראזנבערג ע"ה.
פרעגטס צי מען האט געהערט פון עם איז די תירוץ יא

שמן למאור » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 10:03 pm

· #509859
מחצה''ק
פרעגטס צי מען האט געהערט פון עם איז די תירוץ יא
אודאי האט מען געהערט פון אים, @באהעלפער האט נישט אויסגעטראכט דא קיין נאמען. מיין פוינט איז אז ער איז נישט קיין מוראדיגע באקאנטע פערזענליכקייט, און לאו דוקה א פארלעסליכע מקור.

הגיון » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 9:50 pm

· #509883
A tale pf two stories
📎 1AB771DC-4FEB-4A46-ACB5-3B60F862CB90.jpeg

הגיון » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 9:50 pm

· #509884
.
📎 323B391D-AA2D-40C7-9EFE-DEF6F132D825.jpeg
בלאט: 1 2