☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » ווער איז גרעסער?

ווער איז גרעסער?

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15479
בלאט: 1 2 3

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 7:02 pm

· #506631
ווער איז גרעסער?
ס'קוקט מיר אויס אז אונז האמיר דא א געמישטע עולם פון סאטמאר בעלז ווישניץ און שאר ירקות...
און מ'זאגט אלץ, איך בין נישט אין הימל, און כ'ווייס נישט וועמענס רבי איז גרעסער.

לכבוד די צוויי יארצייטן וואס זענען אין די טעג.
וואס האלטסטו פאר דיר, צווישן דער בעלזער רב ר' אהרן, און סאטמארע רב ר' יואל - ווער איז גרעסער אין איכות.

כ'רעדט קודם בלויז די צוויי, ווער פון זיי, איז לפי ערך אונזער קוק ווינקל, גרעסער אין ''איכות''.

ביטע שרייבן קאנס און פלאס [מיט רואיגקייט...]

me smart » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 7:16 pm

· #506632
וויפול די סאטמארע פראבירן נאר צו פראפאגאנדירן אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" פונעם בעלזער רב, מיין איך אז יעדע בר דעת פארשטייט אז מען קען בכלל נישט פארגלייכן די צוויי.
בעלזא רב איז געווען א צדיק פונעם פריערדיגע דור וואס האט זיך געדרייט מער דארטן ווי דא, ווי קומט דאס צום סאטמאר רב? וויאזוי קען מען צוזאמשטעלן די צוויי?
און פאר די וואס ווילן נישט "מעסטן קיין צדיקים" וועל איך נאר פרעגן איין שאלה..
ווער איז גרעסער די יניקא פון סדיגורא אדער כ"ק מרן האדמו"ר מאמשינאב?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:05 pm

· #506641
שעמט אייך. די אלע מעסטערס. ס'הייסט?. איין צדיק איז, לאמיר זאגן א
נאמבער..3,000. דער צווייטער צדיק. איז...
3,754
.אונז זעמיר דען אין א מצב צו פארשטיין דעם חילוק.פון אונז זענען זיי זיכער גרעסער...!

מר. קלונימוס » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:09 pm

· #506642
me smart
וויפול די סאטמארע פראבירן נאר צו פראפאגאנדירן אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" פונעם בעלזער רב
Nice try...
אבער אין סאטמאר הערט מען דאס קיינמאל נישט.. אויב עפעס איז עס אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען, נישט פארקערט.

בעל דרשן » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:13 pm

· #506643
ביידע זענען געווען גאר גרויס, העכער אונזערע קליינע השגות, אבער דאך פארשטייט יעדער אז צו די קדוש ישראל די בעלזא רב קען מען קיין איין צדיק נישט פארגלייכן
ער איז געווען א מלאך, צדיקים האבן געזאגט אויף אים די גרעסטע הפלגות, חסידים האבן אלץ געוויסט אז ווען מ'זאגט "בעלזא רב" כאפט א ציטער אין אלע ביינער. ער איז געווען א יחיד בדור!

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:21 pm

· #506644
צו ווייסט עטץ, אז אין גענוג 'היימישע' קהילות בישראל, ווען מ'זאגט סאטמארער רב, געבט מען זיך א שמייכל, ווי איינער זאגט, מהיכי תיתי, אביסל מער געלונגען ווי צעלימער און פאפא רב.
און ביים זאגן בעלזער רב, כאפט א טרייסל פון העכערקייט?

דאס איז אומגעשאצט. דאס איז וואס איך הער ביים זיך דרייען אין עטליכע היימישע בתי מדרשים.
איז די פראגע, פארוואס איז א פראגע אויב בעלזער רב איז געווען דער שפיץ פונעם שארית הפליטה, ווען מ'פרעגט אזא פראגע?
מיין ענטפער איז, ס'איז טאקע אינטערעסאנט צו הערן ווי ס'דא אזעלכע וואס ווילן נישט הערן פון א צווייטן, און זיי וועלן זיך אויך פאפען, אבי נישט צו פארשטיין, אז ס'קען גאר זיין אז דער רוב הכלל האלט אנדערש. און אויך ביי אנדערע פארגלייכן ווי - לאמיר זאגן - צווישן דער ינוקא און דער אמשינובער איז גאר דער ינוקא מער באיכות.

און מ'האט דערווייל בלויז גענומען צוויי זוגות, בעלז מיט סאטמאר, און דער ינוקא פון סאדיגער און אמשינאוו.

me smart » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:23 pm

· #506645
מר. קלונימוס
me smart
וויפול די סאטמארע פראבירן נאר צו פראפאגאנדירן אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" פונעם בעלזער רב
Nice try...
אבער אין סאטמאר הערט מען דאס קיינמאל נישט.. אויב עפעס איז עס אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען, נישט פארקערט.
😂 😂 😂
אזוי פארקויפט די פראפאגאנדע מאשין אין סאטמאר? איך האב נישט געוויסט אז זיי גייען שוין אזוי ווייט... אפאר יאר צירוק האבן זיי נאך געזינגען דעם ניגון אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" זעט אויס אז היינט קען מען שוין זאגן אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען...
Lol...

me smart » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:25 pm

· #506647
[ציטאט אראפגענומען]
אויב מען קוקט אויף די פרינציפן, דאן פאקט איין די ליבאוויטשער רבי דעם סאטמאר רב אפאר מאל..

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:29 pm

· #506648
berlbalaguleh
שעמט אייך. די אלע מעסטערס. ס'הייסט?. איין צדיק איז, לאמיר זאגן א
נאמבער..3,000. דער צווייטער צדיק. איז...
3,754
.אונז זעמיר דען אין א מצב צו פארשטיין דעם חילוק.פון אונז זענען זיי זיכער גרעסער...!
יו בי סורפרייזט, אז ווען דו וועסט צונייגען א אויער צום סערוועי וואס כלל ישראל האלט, אויסער סאטמאר, וועסטו הערן אז ס'דא א ריזן קאנטראסט צווישן ביידע, און אז צווישן זיי זענען נאך דא עטליכע אינצווישן.

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 8:32 pm

· #506649
me smart
[ציטאט אראפגענומען]
אויב מען קוקט אויף די פרינציפן, דאן פאקט איין די ליבאוויטשער רבי דעם סאטמאר רב אפאר מאל..
סוף כל סוף, איז עפעס ליובאוויטשער חסידות נישט פאר'רעכענט צווישן די ''חרדישע''. ממילא גייט נישט די פארמעסט צווישן זיי, ווען מ'רעדט פון 'היימישע'. אבער לגבי בכללות, זאגסטו א דערהער.

me smart » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:03 pm

· #506656
באהעלפער
me smart
[ציטאט אראפגענומען]
אויב מען קוקט אויף די פרינציפן, דאן פאקט איין די ליבאוויטשער רבי דעם סאטמאר רב אפאר מאל..
סוף כל סוף, איז עפעס ליובאוויטשער חסידות נישט פאר'רעכענט צווישן די ''חרדישע''. ממילא גייט נישט די פארמעסט צווישן זיי, ווען מ'רעדט פון 'היימישע'. אבער לגבי בכללות, זאגסטו א דערהער.
השתא דאתית להכי וועט דער סאטמארער זאגן אז נאר די סאטמארע עולם איז ריכטיג "חרדיש"
קען מען אויב אזוי שוין נישט מדמה זיין סאטמאר רב צום בעלזא רב, אמער ער האט דאך גע'חתמ'עט פארן בחירות.. היש לך אינו חרדי יותר מזה...?

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:11 pm

· #506660
באהעלפער
berlbalaguleh
שעמט אייך. די אלע מעסטערס. ס'הייסט?. איין צדיק איז, לאמיר זאגן א
נאמבער..3,000. דער צווייטער צדיק. איז...
3,754
.אונז זעמיר דען אין א מצב צו פארשטיין דעם חילוק.פון אונז זענען זיי זיכער גרעסער...!
יו בי סורפרייזט, אז ווען דו וועסט צונייגען א אויער צום סערוועי וואס כלל ישראל האלט, אויסער סאטמאר, וועסטו הערן אז ס'דא א ריזן קאנטראסט צווישן ביידע, און אז צווישן זיי זענען נאך דא עטליכע אינצווישן.
באהעלפער: איך מיין אז דו האסט (האפנטליך שלא בכונה) פארפאסט מיין נקודה.סך הכול וואס איך האב געזאגט איז אז אונז קענמיר נישט מעסטן. ביידע צדיקים זענען געווען צדיקי אמת. כל אחד בדרך שלו. נקודה. איך גיי נישט ווייטער פון דעם...!

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:16 pm

· #506663
אזוי זאגסטו, און היבש גרויסע האבן געזאגט אנדערש, ספעציעל נאך וואס ער האט גערעדט קעגן דעם בעלזער רב, און דעם קלויזנבורגער רב, האבן עטליכע רביים - ובתוכם דער באיאנער רבי זצוק''ל - זיך אויסגעדרוקט ווערטער וואס אפילו קאווע שטיבל איז צו חשוב עס איבערצוזאגען. [עכ''פ ברבים, אפשר אין אישי]

דערהויבענע איד » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:30 am

· #506690
[ציטאט אראפגענומען]
איך האלט נישט פון בארעדן 2 אידן וואס זענען שוין נישט מיט אונז, אבער די פותח אשכול האט נישט געמיינט צו פרעגן ווער איז מער געלונגען אדער אנדערע זאכן וואס דו רעכנסט אויס.....

אז מ'דארף שוין וואויטן פאר אנדערע זאכן ווואלט איך גענומען איינשטיין פאר גאונות, נתניהו פאר מנהיגות,....

דערהויבענע איד » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:36 am

· #506691
דאס איז אויך א אישו פארוואס אסאך סאטמערע און בעלזע פארשטייען זיך נישט, ווען מ'רעדט פון אזא נושא הייבט די סאטמערער אן צו רעדן ווי קלוג די ווערטלעך פון רבי זי''ע זענען געווען אדער ווי סאך חסד ער מיט'ן רעבעצין האט געטון, דעיס איז בכלל נישט וואס די אלגעמיינע וועלט וועט רעכענען פאר א זאך פאר זייערע רבי'ס.
שטעל דיך פאר ווען תולדות אהרן וועט אנהייבן רעדן ווי א גוטע בעל דרשן די רבי איז געווען, אדער ביים ריבניצע ציון וועט מען דערציילן ווי קלוג ער האט פארשטאנען אן עסק, דעיס איז בכלל נישט קיין נושא ביי רוב חסידות'ער.

דיסקלעימער: איך מיין נישט אוועקצומאכן אדער בארעדן קיין איינעם און איך שעץ סאטמער, מיט זייער רבי'ן.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:40 am

· #506692
Wow יעצט פארשטיי איך פארוואס פאולס קענען ניטאמאל פרעדיקטן די פרעזידענטאל עלעקשאנס..

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:50 am

· #506693
איין זאך זע איך. די סאטמארע דא פילן מער ווייניגער ניטאמאל פאר וויכטיג צו קאמענטירן אויף דעי פראגע.

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:04 am

· #506696
כ'ווייס נישט צו בעלזע צו סאטמארע מעגן אפילו אריינרעדן מטעם זייער רבי'ן, ווייל דא רעדט מען נוטראל.
אבער אגב, וואלט איך געשטעלט אויפ'ן פארמעסט, לאמיר זאגן, דער וויענער רב רבי יונתן שטייף זצוק''ל, אלץ קבלה'ליסט און אויך נגלה, האלט איינער דא אז דער דברי יואל איז 'אסאך' העכער געווען פון עהם?
פאר'ן זאגן א מיינונג, מאך אביסל מחקר אויף ר' יונתן, אז מ'רעדט דא פון א זעלטענער פיגור

היסטאריע » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:04 am

· #506697
ווען בעלזער רבי וואלט געוועהן רבי אין סאטמאר און סאטמארע רבי רבי אין בעלזא, וואלט מען אין ביידע פלעצער געהאלטען פארקערט וואס זיי האלטען יעצט. ממילא איז אלע תשובות נישט עכט.

דער איינציגסטער וואס קען ענטפערען אהן נגיעות איז א ליטוואק.

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:06 am

· #506698
היסטאריע
ווען בעלזער רבי וואלט געוועהן רבי אין סאטמאר און סאטמארע רבי רבי אין בעלזא, וואלט מען אין ביידע פלעצער געהאלטען פארקערט וואס זיי האלטען יעצט. ממילא איז אלע תשובות נישט עכט.

דער איינציגסטער וואס קען ענטפערען אהן נגיעות איז א ליטוואק.
ביסטו זיך טועה ווער איז רוב כלל ישראל, ס'דא אויסער סאטמאר און בעלז א ריזן רוב

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:09 am

· #506699
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו ווייל איך האב זיי ביידע נישט געקענט.
אויף סאטמאר רב ז"ל האט איך געהערט אז ער איז געווען א געלונגענע ארגענאזירער און געשטאנען בראש פון אסאך פראיעקטן אויפצובויען די אינפראסטרוקטר פון יהדות החרדית נאכ'ן קריג. אויך איז ער געווען א שיינע בעל מחדש און א תלמיד חכם. וואס נאך? אה, ער האט זיך ארויסגעשטעלט מלחמה האלטן מיט די וועלט בנוגע ציונות כאטש ס'געווען זייער אומפאפולער, ווייל לשוטתו איז דאס געווען די רצון השם.

יעצט בין איך מכבד ווער ס'קען שרייבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל. נאר ביטע שרייבט נישט אז ער איז געווען א מלאך אלוקים וכדומה, ווערטער וואס מ'פארשטייט נישט.

חב''ד הויזן » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:19 am

· #506700
me smart
מר. קלונימוס
me smart
וויפול די סאטמארע פראבירן נאר צו פראפאגאנדירן אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" פונעם בעלזער רב
Nice try...
אבער אין סאטמאר הערט מען דאס קיינמאל נישט.. אויב עפעס איז עס אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען, נישט פארקערט.
😂 😂 😂
אזוי פארקויפט די פראפאגאנדע מאשין אין סאטמאר? איך האב נישט געוויסט אז זיי גייען שוין אזוי ווייט... אפאר יאר צירוק האבן זיי נאך געזינגען דעם ניגון אז סאטמאר רב איז "נישט קלענער געווען" זעט אויס אז היינט קען מען שוין זאגן אז בעלזא רב איז נישט קלענער געווען...
Lol...
יאפ, שושן פורים תשע''ד האט זיך געטוישט די ניגון 😂

כ'האב הנאה פון דיין ספינעריי 😂 (איך נעם נישט קיין צד)

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:22 am

· #506701
שמעון וואלף
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו ווייל איך האב זיי ביידע נישט געקענט.
אויף סאטמאר רב ז"ל האט איך געהערט אז ער איז געווען א געלונגענע ארגענאזירער און געשטאנען בראש פון אסאך פראיעקטן אויפצובויען די אינפראסטרוקטר פון יהדות החרדית נאכ'ן קריג. אויך איז ער געווען א שיינע בעל מחדש און א תלמיד חכם. וואס נאך? אה, ער האט זיך ארויסגעשטעלט מלחמה האלטן מיט די וועלט בנוגע ציונות כאטש ס'געווען זייער אומפאפולער, ווייל לשוטתו איז דאס געווען די רצון השם.

יעצט בין איך מכבד ווער ס'קען שרייבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל. נאר ביטע שרייבט נישט אז ער איז געווען א מלאך אלוקים וכדומה, ווערטער וואס מ'פארשטייט נישט.
בעלזער רב האט געמאכט א תאמעוואטע פנים כאילו ער זעט נישט און הערט נישט, און האט געוואוסט, אבער געוואוסט אלעס ארום זעך. ער האט געצויגען ווי א מאגנעט אנע דרשות, בלויז מיט אהבת ישראל תמימה. [וואס שאץ אפ וויפיל קומען היינט צו זיין ציון כ''א אב, און וויפיל כוא''ב, און זאג מיר דעמאלטס ווער איז דער רשכבה''ג.]
ער האט מיט די אויגען אראפ, געפירט טויזענטע יודענס פריוואטע הצלחה אין פרנסה, שידוכים, שלום בית, חינוך, אנע רעדן אסאך.
א עכטע מנהיג וואס א וואונק, א אויסדרוק, שאקעלט וועלטן אז יעדער וויל הערן האט דער רב געזאגט יא, צו עה... צו בלויז געשאקעלט...
בעלזע לומדים בכמות ובאיכות טרעפט מען ווייט נישט אין ראדני. במחילת כבוד בעלי בתים עם ידים על העליונה...
איך האב נאר אנגעהויבן, און כ'לאז א צווייטן ציען די ליסטע.

סבא דבהתא » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:32 am

· #506703
באהעלפער
בעלזער רב האט געמאכט א תאמעוואטע פנים כאילו ער זעט נישט און הערט נישט, און האט געוואוסט, אבער געוואוסט אלעס ארום זעך. ער האט געצויגען ווי א מאגנעט אנע דרשות, בלויז מיט אהבת ישראל תמימה.
ער האט מיט די אויגען אראפ, געפירט טויזענטע יודענס פריוואטע הצלחה אין פרנסה, שידוכים, שלום בית, חינוך, אנע רעדן אסאך.
א עכטע מנהיג וואס א וואונק, א אויסדרוק, שאקעלט וועלטן אז יעדער וויל הערן האט דער רב געזאגט יא, צו עה... צו בלויז געשאקעלט...
דערמאנסט מיך פונעם ארטיקל אין דער Veker Anthology 2

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:21 am

· #506718
היסטאריע
ווען בעלזער רבי וואלט געוועהן רבי אין סאטמאר און סאטמארע רבי רבי אין בעלזא, וואלט מען אין ביידע פלעצער געהאלטען פארקערט וואס זיי האלטען יעצט. ממילא איז אלע תשובות נישט עכט.

דער איינציגסטער וואס קען ענטפערען אהן נגיעות איז א ליטוואק.
יואלי לעבאוויטש האט אמאל אראפגעלייגט וויאזוי עס וואלט ווען אויסגעקוקט אויב סאטמאר רבי וואלט געווען אין ליובאוויטש און פארקערט

סמבטיון » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 1:50 pm

· #506734
איך האב געהערט פון מין טאטן זז"ג א מעשה וואס ער אליין איז געשטאנען דערביי.
סעגעווען א קרעמעל וואס האט געשמועסט מיט ר' איצקל פון פשעווארסק וועגן סאטמערע רב ז"ל, מעשיות אין הנהגות וכו' און מיטן האט א יוד זיך אנגעריפן עפעס וועגן בעלזער רב ז"ל , האט ר' איציקל זיך אנגעריפן בזה הלשון "אונז רעד מיר יעצט פון צדיקים נישט פון מלאכים ושרפים" עד כאן דבריו הק'

דער עסער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 3:04 pm

· #506735
[ציטאט אראפגענומען]
פאר וועלכע חסידות'ן זענען זיי א לייכט טורעם? דאס איז אויך סאטמארע פראפעגאנדע
(דיסקלעמיר: איך וויל נישט פארפירן די נושא דא)

היסטאריע » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 3:31 pm

· #506737
מרדכי מרדכי
היסטאריע
ווען בעלזער רבי וואלט געוועהן רבי אין סאטמאר און סאטמארע רבי רבי אין בעלזא, וואלט מען אין ביידע פלעצער געהאלטען פארקערט וואס זיי האלטען יעצט. ממילא איז אלע תשובות נישט עכט.

דער איינציגסטער וואס קען ענטפערען אהן נגיעות איז א ליטוואק.
יואלי לעבאוויטש האט אמאל אראפגעלייגט וויאזוי עס וואלט ווען אויסגעקוקט אויב סאטמאר רבי וואלט געווען אין ליובאוויטש און פארקערט
איך האב עס געהערט. איז יענץ פאני

פרנס החודש » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 6:08 pm

· #506745
דער עסער
[ציטאט אראפגענומען]
פאר וועלכע חסידות'ן זענען זיי א לייכט טורעם? דאס איז אויך סאטמארע פראפעגאנדע.
(דיסקלעמיר: איך וויל נישט פארפירן די נושא דא)
פאר בעלז. מערסטנס זאכן וואס בעלז טוט כהיום, זענען סאטמארע אויסטרעפונגען.

סמבטיון » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 6:11 pm

· #506746
ווי למשל וואס?

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 7:00 pm

· #506756
[ציטאט אראפגענומען]
מי יימר אז ליובאוויטשער רבי איז נישט געווען גרעסער אין צדקות ופרישות? און וואס איז די וכולהו...?

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 7:01 pm

· #506757
וואס זאגט דער עולם צווישען דער ריבניצער און דער סקווערער ז''ל?

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 7:41 pm

· #506760
באהעלפער
[ציטאט אראפגענומען]
מי יימר אז ליובאוויטשער רבי איז נישט געווען גרעסער אין צדקות ופרישות? און וואס איז די וכולהו...?
כ'פארשטיי נישט. דו עפענסט א אשכול און דו פרעגסט ווער ס'גרעסער, זאגט איינער אז סאטמארער רב איז לדעתו גרעסער און צדקות, פרעגסטו מאן יימר? פארוואס בלויז ביי סאטמאר רבי איז דיך שווער געווארן מאן יימר?

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 8:54 pm

· #506764
ווייל מ'רעדט נישט פון הימל זאכן, מ'רעדט וואס דער עולם האט געקענט זען, און ס'דא באווייזן דערויף.

מיליאנער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 9:19 pm

· #506765
סאו האסט געדארפט עפענען די אשכול אזוי: 'איך האלט אז די בעלזער איז געווען גרעסער ווי סאטמאר, ווער עס האלט פארקערט זאל ברענגען באווייזן'.

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:03 pm

· #506768
מיליאנער
סאו האסט געדארפט עפענען די אשכול אזוי: 'איך האלט אז די בעלזער איז געווען גרעסער ווי סאטמאר, ווער עס האלט פארקערט זאל ברענגען באווייזן'.
איך האלט אז דער ריבניצער איז אויך גרעסער

מתבודד » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:13 pm

· #506770
’

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:39 pm

· #506775
דער קלויזנבורגר רבי האט איינגעפירט די מפעל הש''ס, און אוועקגעשטעלט טויזענטע בתים חרדים, אויפגעצויגן על דרכי התורה א געוואלד מיט יתומים ותלמידים.
איז דאס למשל א פארגלייך צו ריבניץ צו סקולען וואס האט נישט געהאט דעם וועג פון מוסדות ?

חב''ד הויזן » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 11:49 pm

· #506776
דעי אשכול ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. דעיס פאסט פאר כתה ט'.

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 12:00 am

· #506777
חב''ד הויזן
דעי אשכול ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. דעיס פאסט פאר כתה ט'.
ווייל מ'רעדט פון בעלזער און קלויזנבורגער רב?

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 10:35 am

· #506792
[ציטאט אראפגענומען]
זיין גאנצע ציל איז דאך געווען אנטי סאטמאר רב ז''ל.

מתבודד » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 10:52 am

· #506794
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]
זיין גאנצע ציל איז דאך געווען אנטי סאטמאר רב ז''ל.
יאפ. און ווען ער שעמט זיך ווען נישט וואלט ער געפרעגט ”ווער איז גרעסער, די היינטיגע בעלזא רב אדער די סאטמאר רב ז”ל”. עיין שם:

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=506341#p506341

ר’ באהעלפער, לא הביישן למד. פרעג די ציבור וואס מ’האלט צווישן היינטיגן בעלזער און סאטמאר רב, וועסטו וויסן.

הקטן » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 11:03 am

· #506796
חב''ד הויזן
דעי אשכול ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. דעיס פאסט פאר כתה ט'.
איך האלט אויך אזוי, איך האלט אויך דאס תגיבות כגון זה וואס דו האסט געשריבן, איז אויך נישט אין פלאץ
אבער מיין אבזערווועשן איז סאבדשעקטיוו - און איך ווייס דאס... (איז פארוואס זאג איך דאס? זאלסט וויסען!)

איך האלט, למשל, אויף אסך אנדערע אשכולת אויך, דאס עס געט נישט צי צים פלאץ - איז וואס?



-----
אני לא באתי לצער, לקנטר,
להתכבד בקלונו של החבר, לרקוד על דם דם דם,..

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 11:46 am

· #506799
הקטן
חב''ד הויזן
דעי אשכול ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. דעיס פאסט פאר כתה ט'.
איך האלט אויך אזוי, איך האלט אויך דאס תגיבות כגון זה וואס דו האסט געשריבן, איז אויך נישט אין פלאץ
אבער מיין אבזערווועשן איז סאבדשעקטיוו - און איך ווייס דאס... (איז פארוואס זאג איך דאס? זאלסט וויסען!)

איך האלט, למשל, דאס אן אשכול בנוגע רימאן זעטא געט גארנישט צי צים פלאץ - איז וואס?
און אויב איינער וועט עפענען א אשכול איבער וועמענ'ס טאטע ס'האט מער א בלוטיגע פאסיק וואס וועט דאן זיין דיין רעאקציע?

פצעי » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 12:37 pm

· #506800
ווער איז "געווען" גרעסער איז גאר א קינדערישע שאלה. רוב רובם פון אונז האבן נישט געקענט קיינעם פון די צדיקים פונעם פריערדיגן דור, עכ"פ אויף א פערזענליכע פארנעם, און מען קען דא אנפילן צענדליגע בלעטער אן קומען צו א מסקנא.

אבער די היינטיגע רבנים קענען מיר אלע גאר גוט זייערע מעלות און חסרונות, די חסידישע וועלט מאנגעלט נישט אין מחלוקת, יעדער קען די שוואכקייטן פון זייער קעגנער, ממילא דארט קענען מיר גרינגער אנאליזירן די רבי'ס.

כ'וועל מאכן א שטיקל ליסטע.

סאטמאר מהר"א/רז"ל - באבוב/באבוב 45 - בעלזא/בעלזא מאכנובקא - סאדיגורא ירושלים/סאדיגורא ב"ב - סקווער/סקווער ב"פ - גור/פני מנחם - סלאנים/סלונים - ועוד ועוד ועוד...

ד'עולם זאל נישט מאנגלען אין מעלות אויף זיין רבי און חסרונות אויף זיין קעגנער, און גלייכצייטיג וועט דאס זיין א שטיקל הילף פאר אזאנע אידן וואס גייען שאפינג פאר ערליכע אידן און וועלן דא טרעפן דעם ווינקל ווי מען דעקט אויף די אמת'דיגע פנים פון די היינטיגע מגושמ'דיגע רעבנים...

הקטן » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 12:41 pm

· #506801
מיליאנער
הקטן
חב''ד הויזן
דעי אשכול ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. דעיס פאסט פאר כתה ט'.
איך האלט אויך אזוי, איך האלט אויך דאס תגיבות כגון זה וואס דו האסט געשריבן, איז אויך נישט אין פלאץ
אבער מיין אבזערווועשן איז סאבדשעקטיוו - און איך ווייס דאס... (איז פארוואס זאג איך דאס? זאלסט וויסען!)

איך האלט, למשל, דאס אן אשכול בנוגע רימאן זעטא געט גארנישט צי צים פלאץ - איז וואס?
און אויב איינער וועט עפענען א אשכול איבער וועמענ'ס טאטע ס'האט מער א בלוטיגע פאסיק וואס וועט דאן זיין דיין רעאקציע?
נישט אריין גיין אדער מגיב זיין דארט, און לעבן און לאזען לעבן


אויב דער יעניגער וועט דאס טון אלס א טראל וועט שוין דער מנהל דילען דערמיט, נישט פארדעם ווערט ער באצאלט?!?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 1:47 pm

· #506803
טשעבינער רב האט געזאגט פון וואו ווייסט ער אז בעלזער רב איז דער גרעסטער רבי? זייער פשוט. ווייל ווען דו פרעגסט צ.ב. א גורער ווער איז דער גרעסטער רבי וועט ער זאגן גורער רבי, און ווער איז דער צווייטער? בעלזער רב. פרעג א סאטמארער ווער איז צדיק הדור וועט ער זאגן סאטמארער רב, ווער איז דער צווייטער? בעלזער רב. דער קלויזענבורגער זאגט אויך, קלויזענבורגער רב איז צדיק הדור אבער דער צווייטער איז בעלזא. זעהסטו פון דעם אז נאך די אידענטיטעט בייעס איז יעדער מודה איז בעלזער רב איז דער גרעסטער.

און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז נאר לגבי ווער ס'האט געהאט א גרעסערע כח אין הימל א.ד.ג., אין אויפטוהן פאר אידנ'ס וועגן (בעלזער סלאגאן...) האבן רבי שלמה'לע אדער רבי יאשע בער אדער זלמן שעכטער איינגעפאקט די אלע רביס טויזענט מאל.

באר מים » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 2:13 pm

· #506804
וויכטיג אנצומערקן אז סאטמאר רב ז"ל האט זיך געהאלטן פאר א חסיד פון בעלזער רב ז"ל

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 2:54 pm

· #506809
רביה''ק זי''ע
טשעבינער רב האט געזאגט פון וואו ווייסט ער אז בעלזער רב איז דער גרעסטער רבי? זייער פשוט. ווייל ווען דו פרעגסט צ.ב. א גורער ווער איז דער גרעסטער רבי וועט ער זאגן גורער רבי, און ווער איז דער צווייטער? בעלזער רב. פרעג א סאטמארער ווער איז צדיק הדור וועט ער זאגן סאטמארער רב, ווער איז דער צווייטער? בעלזער רב. דער קלויזענבורגער זאגט אויך, קלויזענבורגער רב איז צדיק הדור אבער דער צווייטער איז בעלזא. זעהסטו פון דעם אז נאך די אידענטיטעט בייעס איז יעדער מודה איז בעלזער רב איז דער גרעסטער.

און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז נאר לגבי ווער ס'האט געהאט א גרעסערע כח אין הימל א.ד.ג., אין אויפטוהן פאר אידנ'ס וועגן (בעלזער סלאגאן...) האבן רבי שלמה'לע אדער רבי יאשע בער אדער זלמן שעכטער איינגעפאקט די אלע רביס טויזענט מאל.
דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 2:55 pm

· #506810
באר מים
וויכטיג אנצומערקן אז סאטמאר רב ז"ל האט זיך געהאלטן פאר א חסיד פון בעלזער רב ז"ל
דו מישט ר' שאכער בער מיט ר' אהרן
בלאט: 1 2 3