☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » ווער איז גרעסער?

ווער איז גרעסער?

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15479
בלאט: 1 2 3

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 4:03 pm

· #506819
היסטאריע
דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
איך ווייס נישט וועגן צאנזער רב (יתכן אז אין גאליציע איז אזוי געווען) אבער די הוספה וועגן נצרות איז איגנארנס עט בעסט, די קריסטן גלייבן טאקע אין די תנ"ך אבער זיי האלטן אז די פרושים האבן עס אינגאנצן פארדרייט עד שפנים חדשות באו לכאן.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 4:36 pm

· #506826
ווי לאנג די בעלזא טענה'ן אז בעלזער רב איז גרעסער, און סאטמאר חסידים טענה'ן אז סאטמאר רב איז געווען גרעסער, איז דער אשכול ווערדלאז, א שאד יעדע רגע צו ליינען דא.

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 5:01 pm

· #506828
איך בין דווקא א סאטמארער, און איך שרייב בלויז די אמת מיט וואס איך ווייס היינט, מער ווי מ'האט מיר געשטאפט אין חדר, צוזאמען מיט איבריגע נאנסענס.

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 5:04 pm

· #506829
א שטייגער, אזא יוד ווי דער מונקאטשער רב, פעלט נאר דעם ציבור - דהיינו פלייש... אבער אזוי איז ער באיכות טריפעלט מער ווי עטליכע נעמען וואס מ'האט דערמאנט.

ער שטעקט נישט די נאז אין יענעמס טאפ, ער האט נישט קיין חשבונות וועמען ער רעדט נישט.
ס'דא נאך עטליכע גרויסע רבי'ס אזויווי עהם, און פון זיי איז מען ביזי חוזק מאכן.

מיליאנער » פרייטאג אוגוסט 19, 2022 6:04 pm

· #506837
באהעלפער
איך בין דווקא א סאטמארער, און איך שרייב בלויז די אמת מיט וואס איך ווייס היינט, מער ווי מ'האט מיר געשטאפט אין חדר, צוזאמען מיט איבריגע נאנסענס.
דו ביזט א סאטמארער און דו האלסט אז די היינטיגע בעלזער איז הייליגער פון סאטמאר רב ז''ל??

זיי מוחל רעדט איין א צווייטן.

חוץ אויב דו האסט גאר גאר א דורכגעפאלענע לעבן אז דו מוזט גיין צו די עקסטרעם פארקערטע זייט וואס דו ביזט אויפגעוואקסן...

חדשים » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:05 am

· #506858
מענין לענין, אנטשולדיגט פאר’ן אביסל פארדרייען דעם שמועס. עס איז מיר געווען אינטערסאנט, אז די וואך איז געווען געדרוקט אין די גליון עלים לתרופה און אין די גליון זקינך ויאמרו לך א מעשה מיט א איד ר’ יושע דוד באכנער ע”ה וואס איז געווארן אויסגעהיילט פון א קרענק אן דארפן אריבערגיין אן אפעראציע. אין עלים לתרופה איז דאס געווען פארבינדן מיט א מופת פון דעם בעלזער רב, און אין זקינך איז דאס געווען פארבינדן מיט א מופת פון דעם סאטמאר רב.
יש ליישבו בכמה מהלכים אבער די צופאל איז גאר אינטערסאנט. איך האב גראדע א שיינע פאר מאל פארברענגט מיט דעם איד אבלחט”א, אבער איך האב נישט קיין שייכות מיט זיין משפחה צו מברר זיין ווער עס איז גערעכט דא.

זע די בייגעלייגטע.
📎 Screenshot_20220821-025254_Drive.jpg 📎 Screenshot_20220821-025022_Samsung Internet.jpg

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 7:17 am

· #506875
איטערעסאנט איז אז ביידע האבן מקורות.
סאטמאר ברענגט עס נאך פון זיין ברודער,
און בעלזא ברענגט עס פון א קובץ וואס ר' יושע דוד איז אליינס דער מקור.
אין עלים לתרופה שטייט נאך שליט"א

חדשים » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:16 am

· #506878
מרדכי מרדכי
איטערעסאנט איז אז ביידע האבן מקורות.
סאטמאר ברענגט עס נאך פון זיין ברודער,
און בעלזא ברענגט עס פון א קובץ וואס ר' יושע דוד איז אליינס דער מקור.
אין עלים לתרופה שטייט נאך שליט"א
עלים לתרופה האט איבערגעלייגט מעשיות וואס איז געווארן געדרוקט בערך צען יאר צוריק, וועגן דעם שטייט נאך שליט”א.
יא, ביידע קלעימן צו האבן גוטע מקורות. גראדע, זקינך איז א שטיקל מודה במקצת אז זיי האבן ארומגעפאטשקעט מיט די מעשה און צוגעלייגט פרטים וואס זיי האבן געהערט פון א זון.

בת קול » זונטאג אוגוסט 21, 2022 10:04 am

· #506880
חב''ד הויזן
דעי אשכול ברענגט אראפ די ניווא פון קאווע שטיבל. דעיס פאסט פאר כתה ט'.
די אנדערע אשכולות מיט פאליטיק צווישן היינטיגע סאטמאר און ווער נישט, איז פונקט אזוי קינדעריש.

איך זעה עפעס אינטערעסאנט אין די פארומס ווי מען ברענגט מקורות פון זאכן וואס פארמינערן סאטמארס גרויסקייט, אנשטאט ברענגען חומר, פרובירן זיי אפשטעלן די שמועס.

אויף די פאפולערן פרויען וועבזייטל זעהט מען די זעלבע מהלך.

—-
מיין מיינוג- עס איז נאריש צו פארגלייכן א מלאך מיט א בשר ודם.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:15 pm

· #506892
מ'טאר נישט פארגעטערן קיין שום בשר ודם. און זאגן אויף איהם/איהר אז ער/זי איז א מלאך. מ'קען עס אפשר זאגן פאר א מליצה. אבער עכט גלייבן איז נישט ריכטיג. ס'גרעניצט זיך מיט עבודה זרה...!

סמבטיון » זונטאג אוגוסט 21, 2022 12:50 pm

· #506897
איינע פון די סיבות פארוואס מען הערט אזויפיהל מעשיות פון בעלזע רב ז"ל אויפן סאטמערן רבי ז"ל , איז ווייל ביידע יאהרצייטן געפאלן אויס אפאר טעג געריקט איינס פון צווייטן, און דער עולם מישט אויס וואס מען הערט ביי איין יארצייט סעודה מיט די צווייטע, איך געדענק איך בין געוועהן איין יאהר אין אראזה אין שווייץ האט מען געפראווועט א כ"ו אב סעודה צום יאהרצייט פון סאטמערן רבי ז"ל האט זיך א יוד עלטערע יוד אויפגעשטעלט און מיט א תמימות דערציילט די מעשה - מיט די לעבער וואס די מאמע האט געשיקט פארן בעלזע רב ז"ל און ער האט עס נישט געגעסן און מען איז שפעטער געוואר געווארן וכו' - אויפן סאטמערן רב, גראדע איז געזיצן דארט הגאון ר' שמאי גראס שליט"א און האט אים שיינערהייט פארציילט די ארגענעילע מעשה , איך האב שוין אויך געהערט אז סאטמערע רב ז"ל האט זיך געקראצט אלטס בעיבי מיט די ארבעל און נישט מיט די הענט אויך איינע פון די באקאנטע מעשיות אויפ בעלזע רב ז"ל וואס מען האט ארויפגעלייגט אויפן סאטמערן רב, נישט צו מאכן חס ושלום סאטמערע רבי ז"ל א טראפ קלענער, אבער עס קומט צו לאכן ווי מען נעמט א מעשה פון איין צדיק און מען לייגט עס ארויף אויפן צווייטן, כאילו עס פעלט אייגנארטיגע צדקות ביים סאטמערן רבי ז"ל.

היסטאריע » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:44 pm

· #506905
רביה''ק זי''ע
היסטאריע
דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
איך ווייס נישט וועגן צאנזער רב (יתכן אז אין גאליציע איז אזוי געווען) אבער די הוספה וועגן נצרות איז איגנארנס עט בעסט, די קריסטן גלייבן טאקע אין די תנ"ך אבער זיי האלטן אז די פרושים האבן עס אינגאנצן פארדרייט עד שפנים חדשות באו לכאן.
דאס איז מער דיין טענה, ווי די טענה פין די קריסטען

היסטאריע » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:49 pm

· #506906
חדשים
מענין לענין, אנטשולדיגט פאר’ן אביסל פארדרייען דעם שמועס. עס איז מיר געווען אינטערסאנט, אז די וואך איז געווען געדרוקט אין די גליון עלים לתרופה און אין די גליון זקינך ויאמרו לך א מעשה מיט א איד ר’ יושע דוד באכנער ע”ה וואס איז געווארן אויסגעהיילט פון א קרענק אן דארפן אריבערגיין אן אפעראציע. אין עלים לתרופה איז דאס געווען פארבינדן מיט א מופת פון דעם בעלזער רב, און אין זקינך איז דאס געווען פארבינדן מיט א מופת פון דעם סאטמאר רב.
יש ליישבו בכמה מהלכים אבער די צופאל איז גאר אינטערסאנט. איך האב גראדע א שיינע פאר מאל פארברענגט מיט דעם איד אבלחט”א, אבער איך האב נישט קיין שייכות מיט זיין משפחה צו מברר זיין ווער עס איז גערעכט דא.

זע די בייגעלייגטע.
ר' שלום באכנער לעבט, קענסט אים אליין פרעגן.

חוץ פין וואס מען רעדט פין צוויי מעשיות, איינס איז געוועהן באלט נאך דער קריג און איינס וואס איז געוועהן תש"ל אדער שפעטער

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:53 pm

· #506908
היסטאריע
רביה''ק זי''ע
היסטאריע
דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
איך ווייס נישט וועגן צאנזער רב (יתכן אז אין גאליציע איז אזוי געווען) אבער די הוספה וועגן נצרות איז איגנארנס עט בעסט, די קריסטן גלייבן טאקע אין די תנ"ך אבער זיי האלטן אז די פרושים האבן עס אינגאנצן פארדרייט עד שפנים חדשות באו לכאן.
דאס איז מער דיין טענה, ווי די טענה פין די קריסטען
https://en.wikipedia.org/wiki/Woes_of_the_Pharisees

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:55 pm

· #506935
באר מים
וויכטיג אנצומערקן אז סאטמאר רב ז"ל האט זיך געהאלטן פאר א חסיד פון בעלזער רב ז"ל
אז ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד האט ער דאך נישט געמעגט רעדן קעגן עהם? אפשר פון ר' ישכר דוב האט ער זיך געהאלטן א תלמיד. אבער דאס אויך נישט, ווייל זיינע שיטות שטימען בכלל נישט מיט די דרך החסידות.

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 3:12 am

· #507027
באהעלפער
בעלזער רב האט געמאכט א תמ'עוואטע פנים כאילו ער זעט נישט און הערט נישט, און האט געוואוסט, אבער געוואוסט אלעס ארום זעך. ער האט געצויגען ווי א מאגנעט אנע דרשות, בלויז מיט אהבת ישראל תמימה. [וואס שאץ אפ וויפיל קומען היינט צו זיין ציון כ''א אב, און וויפיל כוא''ב, און זאג מיר דעמאלטס ווער איז דער רשכבה''ג.]

ער האט מיט די אויגן אראפ, געפירט טויזענטער יודנ'ס פריוואטע הצלחה אין פרנסה, שידוכים, שלום בית, חינוך, אנע רעדן אסאך.
א עכטע מנהיג וואס א וואונק, א אויסדרוק, שאקעלט וועלטן, אז יעדער וויל הערן האט דער רב געזאגט יא, צו עה... צו בלויז געשאקעלט...

בעלזע לומדים בכמות ובאיכות טרעפט מען ווייט נישט אין ראדני. במחילת כבוד בעלי בתים עם ידים על העליונה...
איך האב נאר אנגעהויבן, און כ'לאז א צווייטן ציען די ליסטע.
וויפיל מענטשן קומען צום ציון, געשאקלט וועלטן, בעלזע לומדים וכו'. בקיצור סתם ארום גע'חושט.

yn.NY » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 pm

· #507077
שמעון וואלף
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו ווייל איך האב זיי ביידע נישט געקענט.
אויף סאטמאר רב ז"ל האט איך געהערט אז ער איז געווען א געלונגענע ארגענאזירער און געשטאנען בראש פון אסאך פראיעקטן אויפצובויען די אינפראסטרוקטר פון יהדות החרדית נאכ'ן קריג. אויך איז ער געווען א שיינע בעל מחדש און א תלמיד חכם. וואס נאך? אה, ער האט זיך ארויסגעשטעלט מלחמה האלטן מיט די וועלט בנוגע ציונות כאטש ס'געווען זייער אומפאפולער, ווייל לשוטתו איז דאס געווען די רצון השם.

יעצט בין איך מכבד ווער ס'קען שרייבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל. נאר ביטע שרייבט נישט אז ער איז געווען א מלאך אלוקים וכדומה, ווערטער וואס מ'פארשטייט נישט.
סאטמאר רב איז געווען זייער גרויס אבער ווען סאיז גקומען צו די נושא פון ציונות איז ער משוגע געווארן (בבחינת מתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים עליו) און ראדיקאליזירט זיין עולם אין די נושא פאר אייביג, ביז משיח קומט גייען אונז ליידען פון צינות ווייל נאר די הייליגע רבי זכותו יגן עלינו קען אויסזאגן ווען די קליפה גייט זיך ענדיגן. לעומת זה בעלזא רב וואס איז געווען גאר א שטארקע לוחם קעגן ציונות, האט נאכן קריג געהאט די ברייטקייט און שטארקייט צו דערקלערן אז יעצט איז א גרעסערע תועלת פאר כלל ישראל אויב מ'וועט גיין אין א צווייטע דירעקציע (און אזוי זענען טאקע 90 פראצענט גדולי ישראל מיטגעגאנגען - און ס'פעלט זייערע מענטשן נישט גארנישט).

כ'נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו (א שורה וואס מ'שרייבט מ'זאל נישט חושד זיין אז מ'באלאנגט צו איינע פון די קרייזען 😂 )

פרנס החודש » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:55 pm

· #507078
Re: ווער איז גרעסער?
ציונות איז שוין געווען פון זיינע געזונטע משוגעת׳ן
זיינע אבסעסיעס מיט קדושה און שווארץ מאכן די פרויען וכו׳ האט געהאט א פיל טיפערע אפעקט אויף זיינע נאכפאלגערס ווי עפעס א פאליטישע שטעלונג איבער ארץ ישראל וואס מיר וואוינען ממילא נישט דארט.

מתבודד » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 9:19 pm

· #507090
פרנס החודש
ציונות איז שוין געווען פון זיינע געזונטע משוגעת׳ן
המממ
אביסל דרך ארץ און רעספעקט וואלט נישט געשאדט. ער איז דאך געווען עלטער פאר דיר.

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 11:21 pm

· #507099
מתבודד
פרנס החודש
ציונות איז שוין געווען פון זיינע געזונטע משוגעת׳ן
המממ
אביסל דרך ארץ און רעספעקט וואלט נישט געשאדט. ער איז דאך געווען עלטער פאר דיר.
עלטער מיינט נישט גארנישט. ס'דא חיות וואס זענען עלטער ווי דיין עלטער באבע אויך...

מיליאנער » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 11:37 pm

· #507102
באהעלפער דו ביזט אקעי? בארואיג דיך.

סאטמארע רבי איז נישט דיין לעוועל.

פרנס החודש » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 1:00 am

· #507113
Re: ווער איז גרעסער?
לשיטתי איז די נושא דא אזוי:
בעלזער רב איז געווען א פרוש און האט זיך מסגף געווען.
סאטמאר רב האט מסגף געווען זיך, זיין דור, און די קומענדיגע דורות
נו ווער איז גרעסער?

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 3:13 am

· #507114
מיליאנער
באהעלפער דו ביזט אקעי? בארואיג דיך.

סאטמארע רבי איז נישט דיין לעוועל.
דאס האסטו פארשטאנען? איך האב געזאגט בכללות איז עלטער נישט קיין מעלה ומוריד.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:19 am

· #507119
רביה''ק זי''ע
היסטאריע
דער זעלבער קינדערישע חשבון שטייט אין חמדה גנוזה אויף צאנזער רב, און מיט א הוספה, אז אידישקייט איז גרעסער פין קריסטענוזים (אמאהל האט מען געליטען אויף דעם אויך) ווייל אפילו די קריסטען זענען אויך מודה אין דער אלטער טעסטאמענט.
איך ווייס נישט וועגן צאנזער רב (יתכן אז אין גאליציע איז אזוי געווען) אבער די הוספה וועגן נצרות איז איגנארנס עט בעסט, די קריסטן גלייבן טאקע אין די תנ"ך אבער זיי האלטן אז די פרושים האבן עס אינגאנצן פארדרייט עד שפנים חדשות באו לכאן.
די קריסטן פון די אלטע צייטן (די תלמידים און חסידים פון יאשקע) האבן געהאלטן אז די פרושים, די חכמי התלמוד זענען זייערע גרעסטע שונאים. דאס איז איינס פון די יסודות פון קריסטענטום צו פיינט האבן און שעלטן די ..."פאריסיעס". די פרושים! בכלל. די קריסטליכע רעליגיע האט זיך געטוישט פון ווען יאשקע האט אנגעהויבן צו פרעדיגן זיין..."תורה"...ווייל אין אנהויב האט ער געהאלטן אז זיין גרופ איז א טייל פן אידישן פאלק. (ר' סענדער וואלט שוין געזאגט. עפרא לפומיה.). נאר שפעטער ווען זיינע תלמידים, ספעציעל שאול פון תרשיש (סט. פאול) האבן געזעהן אז פאר די אידן האבן זיי גארנישט צו פארקויפן איז ער געגאנגען צו די גויים. די געצנדיענערס. און פאר זיי פארקויפט זיינע תורה'ס. ואכמ"ל.

דאס איז נישט מיך » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 8:08 am

· #507328
איך (נישט זייענדיג א סאטמארע חסיד) ווייס נישט ווער ס'איז געווען גרעסער
אבער איך קוק נישט אהן סאטמאר רב ז''ל אזוי ווי די וואס זענען אויפגעוואקסן אקעגן עם
ווען סאטמאר רב ז''ל לעבט היינט וואלט איך מיך אינגאנצן מבטל געווען צי עם און איך וואלט געווארען א סאטמארע צי זיין זיינס א חסיד
בדורו זעה איך נישט איינער וואס איז געווען גרעסער פון עם אפילו מיין הייליגע רבי ז''ל וואס איך קאך מיך אין עם און איך גיי אויף זיינע וועגען ווי ווייט מעגליך קומט נישט צו צי די גרויסקייט פון סאטמאר רב ז''ל ס'איז א שאד אז די סאטמארער חסידים ווייסן עם נישט ווי אזוי אפצישאצן און האלטן נאר פון עם ווייל זיי זענען סאטמארער
יא און רוב אנדערע חסידות'ן האט מען איינגעבאקן אז נאך זייער רבי קומט די בעלזא רב ז''ל און פשוט ווייל מ'האט פיינט געהאט סאטמאר ביי אונז טאקע מ'האט אויכעט פיינט געהאט סאטמאר אבער כלפי רבי'ס האט מען קיינמאל גערעדט אלס קינד האב איך קיינמאָל געהערט פון ביידע מ'האט גערעדט פון אינזערע צדיקים
אבער ארויסגייענדיג אויף די וועלט האב געזעהן אז אסאך נישט סאטמארע שעצן נישט די סאטמאר רב ז''ל אבער קוקענדיג טיפער האב איך געזעהן אז עס קומט פון קנאה סוף כל סוף איז ער געווען ממש די גדול הדור סיי מיט זיין תורה און סיי מיט זיין צדקות און הייליגקייט
איך האב געהערט געוויסע אראפּ רייסין מיט ממש שקרים געזאגט אויף אנדערע רבי'ס אז זיי האבן געקענט בעסער לערנען ווען ס'איז ממש שקר איך פלעג נישט האלטן אזוי פון סאטמאר רב ז''ל אבער נאכן זיך אריין לייגן אין דעם און הערן ווי אזוי אנדערע רעדן האב איך מיך געטוישט
נאכאמאל ווער ס'איז געווען גרעסער ווייס איך נישט אבער ווען די שאלה וואלט געווען ווי שטארק האלטסו פון סאטמאר רב ז''ל וואלט איך גענפערט די גרעסטע בדורו
ווען סאטמאר רב ז''ל וואלט נישט אויגעשטעלט מוסדות און וואלט נישט געטוהן אזוי פיל פאר יודנ'ס וועגן און נישט געפירט די מלחמה לה' בעמלק וואלט מען אסאך מער געהאלטן פון עם אין די וועלט מ'וואלט נאר גערעדט פון זיין תורה פון זיין קדושה וצידקית וואלטן אלע געהאלטן פון אלס א קדוש ונורא
נאר חוץ זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע צידקית האט ער אויכעט אויפגעטוהן פאר כלל ישראל א געוואלד און לוחם געווען ווען ס'איז געווען די רצון ה' און נישט געקוקט ווי אזוי די וועלט גייט עם אנקוקען נאר בלתי לה' לבדו בלייבט אבער זיין קדושה וצידקית אויכט און אין מיינע אויגן איז ער געווען ממש די גרעסטע

בן-עולם-הבא » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 1:51 pm

· #507344
מיין טאטע ע"ה פלעגט פארן צום בעלזער רב אויף שבתים און ימים טובים נאך דער מלחמה. ער פלעגט דערציילן עובדות און מופתים און זאגן אז ער איז נישט געווען א מענטש נאר א מלאך.

מיר אבער איז שווער צו באנעמען און אראפשלינגען די באוויסטע דרשה וועלכע זיין ברודער האט געהאלטן פאר די אומגליקליכע אידן אין בודאפעשט אין 16סטן ינואר 1944 און צוגעזאגט אין נאמען פונעם בעלזער רב "ואך טוב וחסד ירדוף וישיג את אחינו בית ישראל במדינה זו"...

טמיר » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 8:42 pm

· #507365
Re: ווער איז גרעסער?
מען זאגט אז יעדער וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה האט איבערגעלעבט די קריג

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:32 pm

· #507370
בן-עולם-הבא
ער פלעגט דערציילן עובדות און מופתים און זאגן אז ער איז נישט געווען א מענטש נאר א מלאך.
זאלסט מיר אנטשולדיגן, בעלזער רב איז אויך נישט געווען קיין מלאך. ער איז געווען א בשר ודם. אויך משה רבינו איז געווען א בשר ודם...

יהודי פשוט » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 3:39 am

· #507386
Re: ווער איז גרעסער?
באהעלפער
אויך משה רבינו איז געווען א בשר ודם...
משה איש האלקים (דברים ל"ג, א)

ד"א מהו "איש האלהים"? א"ר אבין: מחציו ולמטה "איש", מחציו ולמעלה "האלהים" (דברים רבה, י"א, ד)

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 8:33 am

· #507401
יהודי פשוט
באהעלפער
אויך משה רבינו איז געווען א בשר ודם...
משה איש האלקים (דברים ל"ג, א)

ד"א מהו "איש האלהים"? א"ר אבין: מחציו ולמטה "איש", מחציו ולמעלה "האלהים" (דברים רבה, י"א, ד)
נו דאס איז יעדע רוחניות'דיגע פירער. און כ'וויל נישט נאכאמאל דארפן איבערקייען, אז דער רבי זי''ע מסאטמאר האט דאך אפגעלאכט דערפון.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 9:52 pm

· #507455
טמיר
מען זאגט אז יעדער וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה האט איבערגעלעבט די קריג
???

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:52 pm

· #507635
yn.NY
שמעון וואלף
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו ווייל איך האב זיי ביידע נישט געקענט.
אויף סאטמאר רב ז"ל האט איך געהערט אז ער איז געווען א געלונגענע ארגענאזירער און געשטאנען בראש פון אסאך פראיעקטן אויפצובויען די אינפראסטרוקטר פון יהדות החרדית נאכ'ן קריג. אויך איז ער געווען א שיינע בעל מחדש און א תלמיד חכם. וואס נאך? אה, ער האט זיך ארויסגעשטעלט מלחמה האלטן מיט די וועלט בנוגע ציונות כאטש ס'געווען זייער אומפאפולער, ווייל לשוטתו איז דאס געווען די רצון השם.

יעצט בין איך מכבד ווער ס'קען שרייבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל. נאר ביטע שרייבט נישט אז ער איז געווען א מלאך אלוקים וכדומה, ווערטער וואס מ'פארשטייט נישט.
סאטמאר רב איז געווען זייער גרויס אבער ווען סאיז גקומען צו די נושא פון ציונות איז ער משוגה געווארן (בבחינת מתיקות ועריבות טוב התורה היו משתגעים עליו) און ראדיקיליזירט זיין עולם אין די נושא פאר אייביג, ביז משיח קומט גייען אונז ליידען פון צינות ווייל נאר די הייליגע רבי זכותו יגן עליונ קען אויסזאגן ווען די קליפה גייט זיך ענדיגן. לעומת זה בעלזא רב וואס איז געווען גאר א שטארקע לוחם קעגן צינות, האט נאכן קריג געהאט די ברייטקייט און שטארקייט צו דעקלערן אז יעצט איז א גרעסערע תועלת פאר כלל ישראל אויב מוועט גיין אוין א צווייטע דירעקציע, (און אזוי זענען טאקע 90 פראצענט גדולי ישראל מיטגעגאנגן - און ספעלט זייערע מענטשן נישט גארנישט)

כנעם נישט קיין שטעלונג אין די אישו (א שורה וואס משרייבט מזאל נישט חושד זיין אז ערמבאלאנגט צו איין פון די קרייזען 😂 )
סאטמאר רב ז"ל האט געהאט זיינע שוואכקייטן און איז נישט געווען פערפעקט. אבער לאמיר שוין הערן די גרויסקייט פון בעלזע רב ז"ל. די ברייטקייט און שטארקייט פון וואס די רעדסט האט מיין זיידע אויך געהאט. ער האט געשטאמט פון אן אנטי ציוניסטישע חדר און נאך די מלחמה איז ער אויך געגאנגן אין זעלבע דירעקציע ווי בעלזע רב לגבי די מדינה, און מיט א שמיץ אריבער.

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:58 pm

· #507637
berlbalaguleh
טמיר
מען זאגט אז יעדער וואס איז דארט געשטאנען בשעת מעשה האט איבערגעלעבט די קריג
???
בערל, כ'על דער מסביר זיין. מ'האלט אכציג יאר שפעטער און מ'זאגט. יעצט גיי פרעג מיך אפ.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 9:59 pm

· #507638
שמעון וואלף: מער ווי בערל בעל עגלה? ביזסט זיכער?

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 10:02 pm

· #507639
פרנס החודש
ציונות איז שוין געווען פון זיינע געזונטע משוגעת׳ן
זיינע אבסעסיעס מיט קדושה און שווארץ מאכן די פרויען וכו׳ האט געהאט א פיל טיפערע אפעקט אויף זיינע נאכפאלגערס ווי עפעס א פאליטישע שטעלונג איבער ארץ ישראל וואס מיר וואוינען ממילא נישט דארט.
שווארץ מאכן פרויען? די סאטמערע פרויען זענען גארנישט אינטערשטעליג פון אנדערע חסידותן. אפשר פארקערט.

הקטן » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 11:13 pm

· #507646
באהעלפער
זאלסט מיר אנטשולדיגען, בעלזער רב איז אויך נישט געווען קיין מלאך. ער איז געווען א בשר ודם. אויך משה רבינו איז געווען א בשר ודם...
נו שוין, אם הרב דומה למלאך ה' - יעצט איז בעסער?

תרמב » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 2:42 am

· #507677
בעלזא האט פאר יארן געהאט א מעכטיגע טעראר מאשין וואס האט זיכער געמאכט אז אלע רבנים אין די געגנטער ארום זאלן קומען צו פארן און זיך מכניע זיין, און וויסן ווער איז גדול הדור, די רבי'ס זענען טאקע געווען צדיקים אבער די יושבים ארום האבן גוט פארשטאנען צו טעראר, שינאווא רב האט געכאפט פון די מחוצפים דארט ווען ער האט געטאנצן מיט רבי ישכר דוב צו לעבעדיג פאר זייער טעיסט, אפילו סאטמארע רבי האט געכאפט פון זיי, ס'איז באקאנט די מעשה אז ער איז נישט געקומען מיט קיין פעלץ ווייל ער האט מורא געהאט, און בעלזא רב האט אים געגעבן זיין פעלץ וכו', די חברה דארט האבן געוויסט וויאזוי צו קאנטראלירן די דעת הקהל, רבי ישכר דוב האט געהייסן צדיק הדור וכו' וכו' רבי אהרעלע בעלזער איז שוין געווארן א מלאך אלוקים צבקות, עד כדי כך אז די אלע חברה דא וואס גלייכן נישט סאטמארע רבי זענען ביזי שרייען וואס פארגלייכסטו א צדיק צו א מלאך....

וואס מלאך? וויאזוי ווערט מען א מלאך? ווי האסטו עס געזעהן? ער האט געמאכט מופתים אזוי ווי אלע צדיקים בדורו, און געדאוונט שנעל, וואס מלאך? ער האט געזאגט פייערדיגע דרשות אזוי ווי סאטמארע רבי? ער האט געשריבן תשובות אזוי ווי די מנחת אלעזר? ער האט פארשפרייט אידישקייט אזוי ווי ליבאוויטשע רבי איבער די וועלט? פון ווי קומט די מלאכות'שאפט? ווייל רבי יענקעלע וואס האט זיך געהאלטן פאר א בעלזא חסיד האט געזאגט אזא הפלגה ווערט עס שוין א פאקט? איך קלער אזוי צו מיר אז ווען אונז זאלן נאך ווען וואינען אין איירופא וואלטן לכאורה די בעלזא יושבים געווען די יושבים בקופה אזוי סאטמאר אין אמעריקא און די אלע חברה דא וואס האקן אויף סאטמארע רבי ווייל זיי האבן פיינט די סיסטעם וואס סאטמאר איז אסאך שולדיג דערין זיי וואלטן נישט גערעדט פון בעלזא רב'ס מלאך'שאפט...

(אגב איך האלט מיך נישט פאר קיין סאטמארע חסיד, אבער ס'איז נישט קיין חילוק די פוינט איז די זעלבע)

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:59 am

· #507684
זאגט די הייליגע משנה; כל המכבד את הבריות גופו מכובד.
דער בעלזער רב האט געהאלטן יעדע יוד - אויך א עבריין פאר א צדיק, איז ער פאר'רעכענט אלץ צדיק.
וחילופיהן בגולם

מרדכי מרדכי » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 5:40 am

· #507687
תרמב: מסתמא רעדסטו פון די בעלזא יושבים נישט געווען קיין טעראר מאשין
איך וואלט סך הכל געזאגט אז צווישן זיי איז געווען עזות פנימ'ער וואס האבן זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט ווען עס איז געקומען צי די כבוד פון זייער רבי'ן
איך געדענק א מעשה ווי איינער איז געווארן געשאלטן אז ער זאל נישט מוציא שנתו זיין אין דער בעלזא רב האט עס ממתיק געווען און פון דעמאלט האט ער נישט געקענט אויסשלאפן די נאכט

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:53 am

· #507698
די פוינט איז בכל נישט די זעלבע. בדרך אגב..
בכל אופן דע אויסדריק אז בעלזער רב איז געוועהן ווי א מלאך האט מען געהערט פון ר' יענקלע פון ר' איציקל און פון קלויזנבורגע רב זצ"ל, און טשעבינע רב און נאך און נאך, כגלייב אז פאר זיי האבן גיזאגט אזא סטעיטמענט האבן זיי אויך געוויסט פון די פייערדיגע סאטמערע רביס דרשות און פון דעם מונקאטשערס תשובות..
אמת עס איז מסתמא געוועהן טעראר אויך ביי די יושבים איך גיי עס נישט לייקענן, אבער דאס האט נישט אראפ גענימען פון די גרויסקייט פון די בעלזע רעבעס וואס האבן געפירט יהדות החרדות פארן קריג אין גאליציע, און זענען געווען פון די שטערקסטע און רעספעקטירטע רעבעס און זייערע דור ווי צענדליגע רבנים און ריזיגע רעבעס פון אנדערע הויפן זענען געקומען צו פארן אויף שבתים און ימים טובים.

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 3:07 pm

· #507723
סמבטיון

א רבי וואס האט נישט געזען קיין שלעכטס אויף קיין יוד, און יעדער האט ביי עהם פארנומען פלאץ, איז א נשמה כוללת, וואס איז כאטש גרעסער ווי א מלאך וואס איז א עומד.
ס'נישטא איינער וואס האט עהם נישט געהאלטן אלץ דער גרעסטער אין דור, דעריבער איז ער אטאמאטיש דער סימבאל פונעם היימישער כלל בימים ההם.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 6:05 pm

· #507737
מרדכי מרדכי
תרמב: מסתמא רעדסטו פון די בעלזא יושבים נישט געווען קיין טעראר מאשין
איך וואלט סך הכל געזאגט אז צווישן זיי איז געווען עזות פנימ'ער וואס האבן זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט ווען עס איז געקומען צי די כבוד פון זייער רבי'ן
איך געדענק א מעשה ווי איינער איז געווארן געשאלטן אז ער זאל נישט מוציא שנתו זיין אין דער בעלזא רב האט עס ממתיק געווען און פון דעמאלט האט ער נישט געקענט אויסשלאפן די נאכט
מרדכי מרדכי: איך האב געהערט א מעשה מיט אן אנדער'ן טוויסט. איינער האטציך אמאל פארטשעפעט מיט א רבי. דער רבי האט איהם פארשלאטן אז ער זאלל נישט מוציא שנתו זיין. דער איד האט זיך זייער שטארק דערשראקן. איז ער געפארן צו א צווייטן רבי זיך מזכיר זיין. די רבי האט איהם געפרעגט אויב די חסידים האבן געהערט (ווען די ערשטע רבי האט איהם פארשאלטן.) האט ער געזאגט..."ניין"...האט איהם די רבי געזאגט. דו דארפסט נישט מורא האבן...!.

נאכדעים איז דא נאך א מעשה. ווען א קרעטשניפ'ער אייניקל איז געקומען צו הרה"צ ר' יאנקעלע פשעווארסקער זי"ע. און ער האט זיך בארימט אז זיין זיידע ר' לייזער וואלף מ'קרעטשניף האט אנגעפולט דעם האלבן בית החיים. אז ער האט פארשאלטן מענטשן וועלכע האבן זיך געטשעפעט מיט איהם. האט ר' יאנקעלע געזאגט...דאמאלס איז ער דאך (געווען) א מאסן מערדער...!

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:36 pm

· #507762
מ'וועט ארויסקומען אין די הימל בוידעם, און זען דער ראצפערטער פון דעווישאן עוועניו אויבנאן... כ'מיין דער עולם דא וועט צוריקפאלן...

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 11:11 pm

· #507764
מ'האלט שוין ביים פערדן בלאט און קיינער האט נאך נישט געשריבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל.

דערהויבענע איד » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 12:56 am

· #507770
שמעון וואלף
מ'האלט שוין ביים פערדן בלאט און קיינער האט נאך נישט געשריבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל.
אזוי אויך נישט די גדלות פון רבי'ן זי''ע האט מען נישט גערעדט. נאר פון זיינע כיטרישקייט און טאלאנטען.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 3:09 am

· #507776
באהעלפער
מ'וועט ארויסקומען אין די הימל בוידעם, און זען דער ראצפערטער פון דעווישאן עוועניו אויבנאן... כ'מיין דער עולם דא וועט צוריקפאלן...
ס'איז א גמ'. (מס. פסחים ובבא מציעא.) ..."עולם הפוך ראיתי. עליונים למטה ותחתונים למעלה"...!

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 4:57 pm

· #507820
berlbalaguleh
באהעלפער
מ'וועט ארויסקומען אין די הימל בוידעם, און זען דער ראצפערטער פון דעווישאן עוועניו אויבנאן... כ'מיין דער עולם דא וועט צוריקפאלן...
ס'איז א גמ'. (מס. פסחים ובבא מציעא.) ..."עולם הפוך ראיתי. עליונים למטה ותחתונים למעלה"...!
די תחתונים למעלה האב איך זוכה געווען צו זען און הערן ברעדזשענען יעדע שובבים און שאנע ראבע ביז שפעט נאכמיטאג.

[אגב, ווער געדענק די 'שטילע' סטארי וואס מ'האט געמאכט סקילה פאר'ן קינד וואס האט אינטערגעשטיפט די פיס ווען רבינו הק' האט געטאנצט הקפות.

שמעון וואלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 1, 2022 12:57 am

· #507867
דערהויבענע איד
שמעון וואלף
מ'האלט שוין ביים פערדן בלאט און קיינער האט נאך נישט געשריבן די גדלות פון בעלזע רב ז"ל.
אזוי אויך נישט די גדלות פון רבי'ן זי''ע האט מען נישט גערעדט. נאר פון זיינע כיטרישקייט און טאלאנטען.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=506699#p506699

באהעלפער » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 2:19 pm

· #509494
בנוגע ר' אהרן און ר' זלמן לייב, וואלט איך נוטה געווען צו ר' זלמן לייב מער. ווייל ער איז נישט קיין הפכפך.

סבא דבהתא » דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 1:45 pm

· #514577
באהעלפער
בנוגע ר' אהרן און ר' זלמן לייב, וואלט איך נוטה געווען צו ר' זלמן לייב מער. ווייל ער איז נישט קיין הפכפך.
ר’ אהרן איז מער אן איי קיו סארט, ער איז א ווילדער מח און האט מער א ברייטערע שליטה אין ידיעות, ’בוק סמארט’.
לעומת זה ר’ זלמן לייב איז מער א אי קיו סארט, באזעצן, דורכגעטראכט, און קומט זיך בעסער אויס מיט מענטשן, ’פיפל סמארט’.
בלאט: 1 2 3