☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סקווערער רבי פארמישט אין עקסידענט; איינער טויט

סקווערער רבי פארמישט אין עקסידענט; איינער טויט

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15475
בלאט: 1 2 3

מונטסורי » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 10:22 am

· #506716
מתבודד
מונטסורי

כמדומה ביי מהר״א מ׳סאטמאר איז נישטא קיין עסקאורטס און דאס חסידות שיינט און בליעט, וואלטען אנדערע געמעגט נאכמאכן אזא הערליכע איינפירונג, און אפשר ר׳ אהרן קומט זיך א כתב הוקרה אדער וואס.
פונקט געטראפן. ר’ אהרן אנקומענדיג צו א חתונה אין ב.פ.
https://www.youtube.com/watch?v=C-1TLjMFhlU&feature=youtu.be

דאס איז אן די לעלוס אדער מיט?
מ׳קען זיך דינגען, האסט א פרוף ס׳נישט עפעס א שווארצע גלח? 😃

סיריעסלי, כ׳צו צירוק, עפעס איז מיר געלעגען אין קאפ אז ער האט עס געהאט געסטאַפּט ברוב ענוותנותו

signout » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 6:27 pm

· #506747
מונטסורי
מתבודד
מונטסורי

כמדומה ביי מהר״א מ׳סאטמאר איז נישטא קיין עסקאורטס און דאס חסידות שיינט און בליעט, וואלטען אנדערע געמעגט נאכמאכן אזא הערליכע איינפירונג, און אפשר ר׳ אהרן קומט זיך א כתב הוקרה אדער וואס.
פונקט געטראפן. ר’ אהרן אנקומענדיג צו א חתונה אין ב.פ.
https://www.youtube.com/watch?v=C-1TLjMFhlU&feature=youtu.be

דאס איז אן די לעלוס אדער מיט?
מ׳קען זיך דינגען, האסט א פרוף ס׳נישט עפעס א שווארצע גלח? 😃

סיריעסלי, כ׳צו צירוק, עפעס איז מיר געלעגען אין קאפ אז ער האט עס געהאט געסטאַפּט ברוב ענוותנותו
די קליפ זעהט מען נישט ווער ס'איז אין וואס ס'איז, כ'קען פינקט אזוי שרייבן מ'זעהט דא עניוואן
בדרך כלל ניצט מהר''א נישט קיין עסקארטס, פינקט ער לאזט נישט הענגן קיין סיינס, מאכען קבלת פנים'ס אויף די גאס, (די וואך איז געווען א חתונה קוים וואס ס'האט געהאנגען א ליילעך אויפן ווייבער שוהל, אין אסאך מאל דאס אויך נישט) האסט געטראפען א יצא מן הכלל 'אן דעקונג', גוד פאר יו

מתבודד » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 6:44 pm

· #506749
לרבים השואלים... די מקור איז דא אין אונזער שטיבל
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=342252#p342252

הפך בה בשטיבל דכולה בה...
קיינער איז נישט מחוייב עס צו גלייבן, כ’האב עס פונקט געטראפן האבעך עס צוגעשריבן.

אז מ’רעדט שוין זאגט מיר איינער אז ר’ ישראל מוויזניץ ב”ב האט אפגעשטעלט די נאכפארן גלייך נאך ער איז געווארן רבי, כדרכו האט ער געסטראשעט יונגעלייט אז אויב מ’פארט אים נאך גייט ער אויפהערן צו פארן...
אה און אז מ’רעדט פון עסקארטס דארף מען אויך דערמאנען רב ברלנדס עסקארטס, וואס דארט גייט נאר נישט פאר... איין גאט אין הימל זאל אפהיטן ווען איינער שטייט אין די געגנט ווי ער פארט אריבער. ווער ס’האט עס געזען פארשטייט וואס איך מיין און ווער נישט קען וואטשן אביסל דראמא מאוויס צו באקומען א זעיר אנפין’דיגע בליק אויף די מצב דארט...

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 6:56 pm

· #506754
בעל דרשן
שווער צו גלייבן אז די בל שם טוב איז געפארן מיט אזא באגלייטונג..
דער הייליגער בעל שם איז געפלויגען אין לופטן, ווער האט דען געקענט באגלייטן... וועמען האט געשטערט די באגלייטן.. וועמען וואלט געשאדט די באגלייטן...

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:52 pm

· #506995
נו, אפשר זאללן די רעבעס אנהייבן פארן מיט דראונס אדער העליקאפטערס...! דאמאלס וועט ווערן א טרעפיק אין הימל...!

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:53 pm

· #507172
נעכטן ביים שבע ברכות אין סקווער האט זיך אנגעזען א פחד, ווען עטליכע קעיסעס הענגן אין די לופט.
דער ראכמסטריווקער רבי, און די זווילער רעבעצין און די סקווערע רעבעצין, און די עקסידענט לעצטע וואך, האט געשאקעלט הערצער.

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 8:48 pm

· #507282
ווי געשריבן אמאל אין א אנדערע אשכול, אז דער סקווירא-ספרינגוועלי רעבע שליט"א האט גארנישט וואס צו פארקויפען אויסער דער "איך, זיך, און מיך". עס ווערט פארקערפערט אין זיין התנהגות פון דורכאויס דער יאר און פון זיין נסיעה קיין ארץ ישראל, אלעס מוז זיין אויף א סטעידזש, (וכקפעידוס תמונות יוכיח).

מים שלנו - סטעידש
תשליך - סטעידזש
ברכת אילנות - סטעידזש
רעדט צו קינדער - סטעידזש
רעדט צו בחורים - סטעידזש
קרישמע ליינען - סטעידזש
שריפת חמץ - סטעידזש
מצות באקן - סטעידזש
התרת נדרים - סטעידזש
קידוש לבנה - סטעידזש
כתיבת אות בס"ת - סטעידזש
כפרות - סטעידזש
נענועים - סטעידזש
מחצית השקל - סטעידזש
קבר רחל - סטעידזש
מערת המכפלה - סטעידזש
כותל המערבי - סטעידזש!!!!
קבר מהר"א מבעלזא - סטעידזש
קבר רבי מאיר בעל הנס - סטעידזש

איז דען נישט א פלא אז דער "מוז" אויך האבן א עסקאורט?
ווען דער קאר וועלט געוועהן אויף א סטעידזש וואלט עס נישט געווארן אזוינ גע'טאוטעל'ט...

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 9:01 pm

· #507285
דולה ומשקה: די רעבע שליט"ע געט 50%. די אנדערע 50% געבן די חסידים. ווען די חסידים וואלטן דאס נישט פארלאנגט וואלט די רעבע נישט געהאט א סטעידזש פאר א יעדע געלעגנהייט. די חסידים ( די עובדי עבודה זרה. קולט פערסאנליטי דינערס) זעטיגן זיך מיט די רעבע'ס ערשיינען ביי א יעדע געלעגנהייט...!

בעיני ראיתי. ביי קידוש לבנה פארלעשט מען אלע לייטס. און מ'מאכט א רקידה'לע און מ'זינגט..."דויד מלך ישראל חי וקיים"... זיי מיינען נישט דויד המלך. נאר ר' דויד טווערסקי שליט"ע...!

ב"ה דער אייבישטער האט מיך געראטעוועט פון אריינפאללן אין די דאזיגע קולט. בחסדי השי"ת. ואכמ"ל...!

באהעלפער » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 11:32 pm

· #507304
ר' אהרן איז א שפיגל דערפון, נאר זיינע אזויגערופענע ארונים זענען נישט א צענטל אזוי פארגלייבט אין זיינס א ווארט.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 1:20 am

· #507320
באהעלפער
נעכטן ביים שבע ברכות אין סקווער האט זיך אנגעזען א פחד, ווען עטליכע קעיסעס הענגן אין די לופט.
דער ראכמסטריווקער רבי, און די זווילער רעבעצין און די סקווערע רעבעצין, און די עקסידענט לעצטע וואך, האט געשאקעלט הערצער.
א שאד ס'האט נישט געשאקלט הערצער דריי מינוט פארן קראסען סאליד יעלא ליינס אויף היי ספיד אין די אפעסיט לעין, ר"ל.

איינער זאל גיין מגלה זיין דארט אז אין נ"ך שטייט אז דוד מלך ישראל האט נישט געקענט בויען די בית המקדש ווייל ער האט געהאט בליטיגע הענט...

נעקסט לעוועל » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 2:51 am

· #507322
דולה ומשקה
ווי געשריבן אמאל אין א אנדערע אשכול, אז דער סקווירא-ספרינגוועלי רעבע שליט"א האט גארנישט וואס צו פארקויפען אויסער דער "איך, זיך, און מיך". עס ווערט פארקערפערט אין זיין התנהגות פון דורכאויס דער יאר און פון זיין נסיעה קיין ארץ ישראל, אלעס מוז זיין אויף א סטעידזש, (וכקפעידוס תמונות יוכיח).

מים שלנו - סטעידש
תשליך - סטעידזש
ברכת אילנות - סטעידזש
רעדט צו קינדער - סטעידזש
רעדט צו בחורים - סטעידזש
קרישמע ליינען - סטעידזש
שריפת חמץ - סטעידזש
מצות באקן - סטעידזש
התרת נדרים - סטעידזש
קידוש לבנה - סטעידזש
כתיבת אות בס"ת - סטעידזש
כפרות - סטעידזש
נענועים - סטעידזש
מחצית השקל - סטעידזש
קבר רחל - סטעידזש
מערת המכפלה - סטעידזש
כותל המערבי - סטעידזש!!!!
קבר מהר"א מבעלזא - סטעידזש
קבר רבי מאיר בעל הנס - סטעידזש

איז דען נישט א פלא אז דער "מוז" אויך האבן א עסקאורט?
ווען דער קאר וועלט געוועהן אויף א סטעידזש וואלט עס נישט געווארן אזוינ גע'טאוטעל'ט...
מה הקשר ל"איך מיך" לסטעידש ?
לאגיק אלערט

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 11:51 am

· #507336
berlbalaguleh
דולה ומשקה: די רעבע שליט"ע געט 50%. די אנדערע 50% געבן די חסידים. ווען די חסידים וואלטן דאס נישט פארלאנגט וואלט די רעבע נישט געהאט א סטעידזש פאר א יעדע געלעגנהייט. די חסידים ( די עובדי עבודה זרה. קולט פערסאנליטי דינערס) זעטיגן זיך מיט די רעבע'ס ערשיינען ביי א יעדע געלעגנהייט...!

בעיני ראיתי. ביי קידוש לבנה פארלעשט מען אלע לייטס. און מ'מאכט א רקידה'לע און מ'זינגט..."דויד מלך ישראל חי וקיים"... זיי מיינען נישט דויד המלך. נאר ר' דויד טווערסקי שליט"ע...!

ב"ה דער אייבישטער האט מיך געראטעוועט פון אריינפאללן אין די דאזיגע קולט. בחסדי השי"ת. ואכמ"ל...!
ס’הייסט אז ער’ בערל איז שוין געווען אויפן שוועל פון ווערן א מיטגליד פון די סקווירא'ער קולט?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 8:31 pm

· #507362
שמחה'לע קאפשטיק: גראדע ביניך געווען אויף א משפחה שמחה. נאר דו וועיסט נישט ווי גוט דו האסט געזאגט. בבחינת ניבא ולא ידע מה ניבא. דער עיבישטער ((נו, מ'מוז דאך רעדן א ביסל סקוועריש) האט מיך עכט געראטעוועט פון אריינפאללן אין די סקווירא'ער קולט. ס'האט אמאל שטארק געהעיסן (ווען איך בין נאך געווען א בחור) אז אונזער גאנצע משפחה געיט מופן קיין סקווירא עיר הקודש. נאר מכח איזה סיבה שאי אפשר לפרסם זעמיר נישט געפארן. ב"ה.

אז מ'רעדט שוין. איך בין אויך שולדיג א דאנק פאר'ן העיליגן באשעפער וואס ער האט מיך געראטעוועט פון אריינפאללן צו אן אנדערע גרופ פון משוגעים. די תולדות אהרון/בארעלעך. איך וואלט היינט געקענט גאנץ גרינג עוסק זיין אין צוברעכן טרעפיק לייטס, אנצינדן גארביטש קאנטעינערס און שפייען אויף פרייע גוי'טעס. און דער איד און בלאט וואלטן געשריבן איבער דעם עסקן ר' בערל בעל העגלה. וועם די רשעי הציונים האבן ארעסטירט. פאר לוחם זיין די מלחמת הקודש.

נ.ב.: דאס איז אויך דעם העיליגן רעבינ'ס ווייטער בליק. נאך דאס פעילט איהם אויס. אזעלכע חסידים ווי איך...לאל

באהעלפער » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:34 pm

· #507371
ליבי אומר לי, דער בחור גייט נישט זיצן.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:39 am

· #507390
אויב דער סופריעם קאורט פון דעם העיליגן שטעטל סקווירא, יצ"ו וועט איהם פארמשפט'ן וועט ער געין זיצן, אויבנאן נעבן דעם העיליגן רעבעה שליט"ע. און פאר די נעקסטע 3 יאר וועט ער באקומען די ערשטע שיריים פון ידי קדשו פונ'ם רעבאה שליאיטעה....!

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 8:26 am

· #507398
berlbalaguleh
אויב דער סופריעם קאורט פון דעם העיליגן שטעטל סקווירא, יצ"ו וועט איהם פארמשפט'ן וועט ער געין זיצן, אויבנאן נעבן דעם העיליגן רעבעה שליט"ע. און פאר די נעקסטע 3 יאר וועט ער באקומען די ערשטע שיריים פון ידי קדשו פונ'ם רעבאה שליאיטעה....!
האסט א מקור אויף דיינע ווערטער, אדער שטעלסט דיך פאר, פונקט ווי מיר.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:04 pm

· #507433
באהעלפער: מער פעילט נישט פאר דעם הויכגעשעצטן שופט פונ'ם סופריעם קאורט ד'שיכון ס'קווירא, יצ"ו אז ער זאלל לאזן דעם בחור ארויסגעין אויף דער פרעי, אומ-באשטראפט. נאר דער אפפיעלס געריכט ד'סקווירא האט געזאגט אז אויב ער וועט (ח"ו) נישט באקומען קיין שיריים פונ'ם העיליגן רבי'ס העיליגע הענט. דאס וועט זיין א גרעסערע שטראף. און מ'וועט באווייזן לעיני השרים והעמים אז ס'נישט קיין הפקר וועלט. און זיין לייסנס צו העלפן אנטון די (העיליגע) רעזשוואולקע פאר'ן העיליגן רעבאה וועט זיין סוספענדירט פאר די נעקסטע 3 יאר. ווי ס'שטעיט אין די מגילה...."ומלכותה יתן המלך לרעותה הטובה ממנה"...

באהעלפער » פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:53 pm

· #507438
כ'ווייס נישט וואס דו פראבירסט צו שרייבן דא. אבער לויט ווי מ'הערט דרייעט ער זיך אין שטעטל פראנק און פריי.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 9:44 pm

· #507454
נו, איך זאג אויך די זעלבע. וואסי? דו ווילסט עהם זעהן איינגעשפארט תחת מנעול ובריח!

ס'איז געווען אמאל א מעשה ביים (הייליגן) ריזשינער, וואס ער האט געהאט א גאנצע סוויטע מיט באגלייטערס, וועלכע זענען געריטן אויף פערד צו באגלעיטן דעם העיליגן רעבי'ן מיט זיין פיאקער (ענליך צו די היינטיגע לימאוס). זיי האבן אויך געהאט א הויפט, א חסיד'ישן איד. ער האט געהאט א סאך מעדאלן, אזוי ווי אן עכטער מיליטערישער פיהרער. אמאל האט זיך געמאכט אז ער האט (בשוגג) באליידיגט דעם פריץ פון די געגנט, און דער פריץ האט געווארט צו זעהן אויב מ'גייט באשטראפן דעם איד. האט די רבי געהייסן פאר זיין גבאי ער זאל איהם אריינרופן, און דער רבי האט אראפגעריסן אלע מעדאלס פון דעם (אידישן) פיהרער. אזוי ארום האט ער איהם שטארק..."באשטראפט"... און פארשעמט. ווען דער פריץ האט דאס געהערט איז ער געווען זייער שטארק צופרידן אז מ'האט באשטראפט דעם איד...!

(אזוי האביך געליינט ערגעץ.)

באהעלפער » זונטאג אוגוסט 28, 2022 1:59 am

· #507465
ביים אפטער רב איז דאס געווען.
אז דו פארגלייכסט דאס צום רוזשינער, ביסטו דאך נישט אזא פויער...

כלבאשבוע » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 8:19 pm

· #533509
Ticket dropped against driver accused of causing fatal crash involving religious leader
https://westchester.news12.com/ticket-dropped-against-driver-accused-of-causing-fatal-crash-involving-religious-leader

אינגערמאנטשיקל » מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:40 pm

· #533513
בקיצור, ער איז אפגעקומען מיט טיקעטס אנשטאט א קרימינאלע טשארדזש. און איינס פון זיינע טיקעטס איז בהשגחה פרטית אוועקגעפאלן מתוך ערראר.

חס ושלום ס'זאל נישט שאטן קיין אידן אבער די קארופציע איז עד לב השמים.

מר. קלונימוס » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 1:30 am

· #533525
הודו לה'!

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 2:45 am

· #533529
What else is new...

היכי דמי » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:25 pm

· #533563
וואס איך פארשטיי נישט איז, זיי האבן די פאוער צו אפווישן א קעיס, אבער נישט עס צו האלטן שטיל און עס באהאלטן פו די מידיע

מונטסורי » דינסטאג אוגוסט 15, 2023 8:56 pm

· #533586
היכי דמי
וואס איך פארשטיי נישט איז, זיי האבן די פאוער צו אפווישן א קעיס, אבער נישט עס צו האלטן שטיל און עס באהאלטן פו די מידיע
די דיעפ סטעיט האט ליב איבערצולאזן פינגער אפדריקען אז יעדער זאל וויסן ווי מאכטפול זיי זענען, כידוע
בלאט: 1 2 3