☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי

סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10578

מור וקציעה » פרייטאג יוני 3, 2016 8:04 pm

· #336390
סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
ווי באקאנט פרובירט שוין עטליכע יאר ר' אפרים לייכטאג וואס געט די הכשר אויף סאטמר-מהר''א פלייש אין ב.פ. אז סאטמר זאל אוועק גיין פון די וויינשטאק'ס/עללי און אריבער גיין צו פישל'ס/סאלאמאן,

ער האט שוין אפילו געמאכט בלו פרינטס מיט פילע חשבונות פארוואס סאיז בעסער, ר' אהרן האט קיינמאל נישט געוואלט הערן דערפון,
הגם ר' אהרן האט א פולן בויך מיט טענות אויף עללי/מיעל מארט ווייל ער האט געהאלטען אז די הכשר קומט זיך פאר אים צוליב ירושה, זיין טאטע האט געגעבען די הכשר דארט אסאך יאר און ער אליין האט אסאך געארבעט פאר די פירמע במשך די יארן ובפרט ביי די חלב פרשה, אויסער דעם האט זיין פעטער עטליכע מאל ארויסגעבעילט די וויינשטאקס, ממילא האט ער געהאלטען אז די השגחה פון מיעל מארט באלאנגט צו סאטמר כלומר משפחת התמרים,

למעשה, לא די וואס די וויינשטאקס האבען געשטיצט דעם ברודער אויכעט, האבען זיי זיך נישט געהעריג צוגעשטעלט צו זיינע לעצטיגע קאפריזן פון מונחת און שטיין-זאלץ וכו' ,

מיעל מארט האט שטייצעך געהאלטען ר' חיים שלמה פישר אויפן פעיראלל כמקדמת דנא אזוי ווי זיי האבען געהאלטען ר' עזריאל גליק אויפן פעיראל צו מאכען זיכער אז אלעס קלאפט,
הרב לייכטאג איז געפלויגן ווי א הינט יעדעס מאל ער האט פרובירט צו בעאיינפלוסן ר' אהרן, חיים שלמה האט אים נישט געלאזט קומען צום ווארט און אוודאי נישט געלאזט רעדען צווישן 4 אויגען, ר' אהרן האלט אז ר' לייכטאג איז א קיצוני און די באן איז געפארען ווייטער,
טייל אהרונים זאגען אז מהר''א עסט נישט קיין בקר לעצטענס, איך ווייס נישט אויב סאיז אמת,

ועל של עתה באתי, צוליב דעם וואס מיעל מארט קען נישט נאכקומען די מונחת פארלאנג [אויף שטיין זאלץ האבען זיי שוין לאנג מוותר געווען] דא אין די סטעיטס, מוז מהר''א נעמען פון מעקסיקא ווי סאיז נישטא קיין אנגוס פלייש, יעצט הייסט עס אז מהר''א גייט אריבער צו פישל'ס, ר' אברהם הערש ואזנר מרבני קהילת מהר''א האט נעכטען באזוכט דארט און געגעבן די OK

גאנצל » מוצ"ש יוני 4, 2016 10:27 pm

· #336395
גוטע נייעס

שמערל » מוצ"ש יוני 4, 2016 11:28 pm

· #336401
Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
ר' אהרן עסט שטענדיג נאר קעלבערנע פלייש וואס א שוחט שעכט פריוואט פאר אים

קנאקעדיג » מוצ"ש יוני 4, 2016 11:41 pm

· #336403
איך ווייס נישט ווי אלע חסידים מהר''א קויפן אבער ווען איך בין געווען לעצטע וואך אין די מרזל בוטשער אין קרית יואל האב איך געזען דארט איינקויפן מער ארונים ווי זאלוינים ! פשט?

מור וקציעה » זונטאג יוני 5, 2016 12:31 am

· #336421
קנאקעדיג
איך ווייס נישט ווי אלע חסידים מהר''א קויפן אבער ווען איך בין געווען לעצטע וואך אין די מרזל בוטשער אין קרית יואל האב איך געזען דארט איינקויפן מער ארונים ווי זאלוינים ! פשט?

אזוי ווי איך האב פריער געזאגט, ר' אהרן האט שוין נישט געשחטען קיין אמעריקאנער פלייש זייט פאר פסח ווען די מינוסוטה פלענט האט זיך פארמאכט, די איינציגסטע ארונישע בוטשער וואס האט אמעריקאנער פלייש איז משה מנחם רעטעק וואס האט זיך געמוזט אנסטאקען מיט פלייש ווייל הרב לייכטאג האט נישט געוואלט נעמען פון מעקסיקא, (גראדע איז לייכטאג לעצטע וואך די ערשטע מאל געפארען קיין מעקסיקא, כנראה אז ווייס האט אים נישט מודיע געווען, מטעמים מובנים, אז ער פארט קיין נעברעסקא מיט ר' אברהם הערש)

די מעקסיקאנע פלייש איז גאר שוואכע סחורה, ר' אהרן האט פראבירט בכל הכוחות צו באקומען די באלטימאר פלענט פאר צוויי טאג א וואך, ווי עללי און סטאר קעי שערן די פלענט, און דארט איינשטעלן די מונחת מאשין, וואס ער האט געוואלט ברענגען פון מינסוטע, סטאר קעי האט אבער נישט געוואלט בשום אופן, איז ר' אהרן געבליבען מיט די זיבורית פון מעקסיקא, באין ברירה זוכט ער צו גיין קיין סאלאמאן

מור וקציעה » דינסטאג יולי 12, 2016 11:21 am

· #341631
למעשה האט קהילת מהר''א געלאנדעט אין פוסטוויל [בחסות עללי פראסעסינג]

מהר''א איז אנגעקומען היינט אידערפרי צוזאמען מיט הרב מנחם מאיר ווייסמנדל קיין אגרי

סאלאמאן'ס האט זיך נישט אויסגעארבעט אין די ענדע נאכדעם וואס די מער באזעצענע האבען איבערצייגט מהר''א אז די שחיטת עופות פון מאנראו וועט פארלירען זייער גרעסטע אקאונט עללי וואס קויפט זייערע טאפ'ס [די היימישע מארקעט קויפט בעיקר באטטאמס, מיעל מארט קויפט זייערע טאפ'ס פאר פראסעסינג] די שוחטים זענען שוין געווען אין עירפארט קיין סאלאמאן/פישל'ס ווען מהר''א האט זיי צוריקגערופען

לעצטע וואך האט קהילת מהר''א געשחטן אין אורוגוויי ווי די USDA לאזט נישט אריין נאר פלייש אׇן ביינער און נאך פארשידענע רעסטריקשאנס, מהר''א האט זיך ככל הנראה פארלאזט אויף די תשובות המתירים [הגר''י בלסקי זצ''ל] לגבי די כרסים וואס לפי זיין גדול הדור הרב שטרנבוך איז עס טריפה, אלעס פאר די הידור המדומה פון מונחת, והעיקר מזאל קענען פיטערען דעם עולם מיט נערישע חומרות, בכל אופן איז אורוגוויי נישט קיין תחליף פאר אנגוס [פון ארגענטינא האט דאך די USDA פארבאטאן אלע ביעף קעטטעל] איז מען געצווינגען צו גיין קיין פוסטוויל למורת רוחו פונם באטערער

ווער סהאט בילדער פון מהר''א אין פוסטוויל אדער די ברוכים הבאים סיינס פאר מהר''א זאל פאוסטען

גאנצל » דינסטאג יולי 12, 2016 12:09 pm

· #341646
מור וקציעה



נאכדעם וואס די מער באזעצענע האבען איבערצייגט מהר''א אז די שחיטת עופות פון מאנראו וועט פארלירען זייער גרעסטע אקאונט עללי וואס קויפט זייערע טאפ'ס


איז מען געצווינגען צו גיין קיין פוסטוויל למורת רוחו פונם באטערער


זענען די צוויי שורות נישט קיין סתירה ?

און ביי די וועי דעס גיין קיין פוסטוויל איז נישט מער 100 פראצענטיג ווי סאלמאןס די אלע זאכן איז א קייט פון שווערע פעולות פון אנקומען צו א שלימותדיגע מהודרדיגע שחיטה ברוחניות ובגשמיות צום צופרידנהייט פון יעדעם איינעם אשריך סאטמאר אז איר האט א מנהיג וואס וועט טון פאר אייך אלעס אויף די וועלט איר זאלט האבן פון די בעסטע און שענסטע אין כשרות

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 12, 2016 12:16 pm

· #341648
ס'דערמאנט מיר פון די שדכן וואס איז צוגעגאנגען צו א מלמד זאגענדיג "איך האב א שידוך פאר אייער זוהן. דער טאכטער פון ראטהשילד". זאגט דער מלמד "נעוואדע!". "אקעי, יעצט מוז איך גייען רעדען מיט ראטהשילד'ן"....

פישל'ס\סאלאמאנ'ס קען נישט נאכקומען דער פארלאנג פון גאנץ סאטמאר, ער האט מער קאסטומער'ס ווי ער האט פלייש. ער פארקויפט זיין נישט גלאט קין א"י פאר די רבנות, זיין טרפות איז אויך א חלק פון זיין ריוח. ער דארף נישט און ער וויל נישט נאך אזא גרויסע קאסטומער.

מור וקציעה » דינסטאג יולי 12, 2016 12:40 pm

· #341654
דער באטערער מיט וויינשטאק'ס האבען אנדערע אינטערעסן, באטערער איז אבסעסד מיט זיין קינדערישע כבוד אז נאר ער איז חסידישע שחיטה וכו'

וויינשטאק'ס איז נאר ביזנעס חשבונות, סאלאמאנ'ס איז א קאמפעטישאן וואס שלאגט זיך פאר זיין מארקעט שעיר, אגרי נישט,
אויסער דעם איז אגרי אויפן וועג אראפ ווען סאלאמאן'ס איז אויפן וועג ארויף

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 12, 2016 12:54 pm

· #341659
Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
סאלאמאנ'ס טענה'ט אז זיי זענען מחמיר אויף ניקור כפי די א"י'דיקע חומרות, און דאס האלטען מ"מ/באטור אלס א הוצאת לעז אויף זייער טאטע'ס

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

מור וקציעה » מיטוואך יולי 13, 2016 12:35 am

· #341808
קושיצקי ארבעט היינט אין עללי ווי ער איז דער הויפט מנקר אין מעספאט

עללי מאכט היינט די זעלבע ניקור ווי אין א''י אויף די אלע חלקי בהמה וואס ספרדים קויפן אויך [דהיינו אלעס חוץ די פלעיט]

גאנצל » מיטוואך יולי 13, 2016 1:29 pm

· #341865
הרב @מור

איך זעי ביסט אביסל בתוך הענין לאמיר הערן ס'האט געדארפט צו הייסן ווען סאקמיר רב האט אנאנסט וועגן הידורים אין גסות שחיטה אז בעיקר שטעלט ער זיך אויף דריי זאכן 1 -והוא העיקר לכוארה- שחיטה מונחת 2 אופן הניקור -ס'האט געדארפט צו הייסן אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אז ער גייט מאכן אזא ניקור וואס די קאשוי רב ר' רפאל זצ"ל וואלט געווען צופרידן- 3 אופן בדיקת החלף פון דעם האט ער אמאל גערעדט ברבים

למעשה זעהט אויס אז ער שטעלט זיך די מערסטע אויף מונחת און ער וועט נישט נאכגעבן אויף דעם וואס טוט זיך מיט די אנדערע צוויי איז טאקע דא ביי זיין פלייש אנדערע ניקור איז דא ביי זיין פלייש אנדערע אופני בדיקת חלף ?

ירח בן יומו » מיטוואך יולי 13, 2016 1:36 pm

· #341867


ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 13, 2016 2:09 pm

· #341869
Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
מ'האט געטוישט דער משפחה נאמען פון ט"ב אויף 'מהודרת'

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

א איד » מיטוואך יולי 13, 2016 3:51 pm

· #341881
Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
ירח בן יומו



די סאטמאר טוויטער אקקאונט HQsatmar שרייבט אז עס איז געווען א סורפרייז וויזיט, און דא זעה איך א ברוכים הבאים צעטיל אויפן טיר.

מור וקציעה » מיטוואך יולי 13, 2016 9:43 pm

· #341965
גאנצל
@מור

למעשה זעהט אויס אז ער שטעלט זיך די מערסטע אויף מונחת און ער וועט נישט נאכגעבן אויף דעם וואס טוט זיך מיט די אנדערע צוויי איז טאקע דא ביי זיין פלייש אנדערע ניקור איז דא ביי זיין פלייש אנדערע אופני בדיקת חלף ?


ביידע סאטמר'ס נעמען נישט די גאנצע פלעיט חלק [כהוראת ריח''מ פרידמן שליט''א ובהסכמת הברך משה מסאטמר בתנאי שלא יתהדרו בזה] און זיי נעמען אויך נישט די פלייש ביי די צוועלעפטע צלע (רח''ד כ''ץ פון 82 פארלאנגט אפילו אז מזאל עס אוועקשניידען פארן זאלצען, בד''וו ווען ר' אהרן איז געווען אין שיקאגא, ווי 82 נעמט זייער פלייש, און ער האט געהערט פון דעם דאס ערשטע מאל האט ער עס משבח געווען, איך ווייס אבער נישט צו ער האט אדאפטירט דעם משוגעת אויכעט, איך דארף פרעגען) מילא איז לויט קיינעם נישטא קיין נדנוד חלב, אפילו לויט די ע''ה הר' שמחה ישראל בלום והר' ש''י גראס [הגם ס'פאסט זיי אפשר נישט מודה צו זיין]

(לחרפתינו איז נישטא קיין 100 מענטשען וואס קענען ניקור, מילא איז א שאד יעדעס ווארט אין דעם ענין, קיינער וועט מילא נישט פארשטיין וואס מרעדט

די אידישע קהילה אין איראן האט פאר אפאר וואכען צוריק זיך פארבינדען מיט די סטאר קעי און געבעטען הילף צו טרעפען א מנקר וואס זאל זיי אוועקשטעלען א סיסטעם פון ניקור אחוריים, היות אין איראן טאר נישט אריינקומען קיין ישראל'ישע בירגער ווי ניקור אחוריים ווערט פראקטיצירט ביי די רבנות הראשות, האבן זיי געזוכט פאר גרויס געלט א מנקר מארצות הגולה, לבושתינו הגדולה איז נישט דא צו געפונען קיין איין איינציגע מנקר אין חו''ל פאר קיין שום פרייז,

די גרויסע בית השחיטות בארה''ב היברו-נעשונאל/רלב''ג אין מישיגען און עללי פראסעסיננג אין שיקאגא זענען נישט מנקר אחוריים

ומטעמא זה הנהיג הגר''י בלסקי זצ''ל שלא לתת השגחה על ניקור אחוריים, כידוע שפעל בזה הרבה, על אף התשובה באגרות משה [כמדומה ביו''ד ח''א] שאין כאן בית מיחוש לנקר האחוריים, ופלא שלא שם לב על התשובה המפורסמת של הגרח''ע זצ''ל שהחמיר בזה)


צוריק צום ענין,
מהר''א'ס הלכה'דיגע חומרות זענען בעיקר לגבי די סירכות [אויף וואס קהילת מהרז''ל איז אויך מחמיר] און שטיינזאלץ
דאן האט ער הידורים, ווי טריקענע [און נאסע] בדיקת הסכינים, מונחת, און א עקסטערע משגיח,
שטייצעך בנוסף צו די אנדערע משוגעת'ן פון מקוה [איך רעד נישט פון טבילת עזרא], שערן טריפל זעראו, ברייטע היטען, טעקסט מעסעזשעס וכו'

די צוויי זאכען וואס קומען אׇן שווערער זענען מונחת און שטיינזאלץ, אויף שטיינזאלץ איז ער תיכף מוותר, מהר''א נוצט שוין לאנג נישט קיין שטיינזאלץ, פרעג ר' משה פרידמן שליט''א דער בעל מכשיר

מיט מונחת מוטשעט ער זיך,
הג''ר ישראל בלסקי ויבלחט''א הג''ר מנחם גנק, וואס איז דער אנדערער בעל מכשיר פון קר''י שחיטה, זענען דעמאלטס ווען ר' אהרן האט אנגעהויבען מאכן פלענער פאר מונחת, ספעציעל אראפגעקומען קיין וויליאמסבורג לביתו נאוה קודש אויף יוז און פראבירט מסביר זיין פארוואס דאס קען נישט ארבעטען אויב מהאט נישט קיין אייגענע בית השחיטה [אזוי ווי רובאשקין, ושגם שם עלה להם ביוקר] , ער האט זיך אבער ג'עקשן'ט , הרב בלסקי מיט הרב גנק זענען נישט ארויסגעגאנגען פון דארט מיט קיין התפעלות בלשון המעטה
, ר' מנחם זאגט אז ער איז געווען שאקירט ווי אומצוגעגרייט ר' אהרן איז געווען און ווי ווייניג ער האט געוויסט וואס ער וויל, ר' מנחם זאגט אז ער איז בכלל נישט געווען אריינגעטון אין די סוגיות אפגערעדט אין די רמב''ם'ס
ר' מנחם האט אים דעמאלטס געזאגט: איר זוכט חומרות? איך קען אייך געבען א שענערע חומרא וואס שטייט שוין אין רמב''ם,
חדש !
מזאל אין סאטמר אנהויבן מקפיד זיין אויף חדש

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יולי 13, 2016 10:33 pm

· #341973
Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
מור וקציעה, איך ווייס נישט וואס איז דער בושה נישט צו קענען ניקור האחוריים ווען ס'איז אונז נישט נוגע. נאר ס'זעט אויס אז איהר קענט אביסל ניקור. קום אריין אינ'ם אשכול דערפון און באטייליגט פון אייער וויסענשאפטען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

הדד בן בדד » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:11 am

· #341999
איך קען א איד דא בארצות הברית וועלכער קען ניקור אחוריים

מור וקציעה » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:25 am

· #342001
הדד בן בדד
איך קען א איד דא בארצות הברית וועלכער קען ניקור אחוריים


אדרבה, אויב ער קען טאקע, און איז מוכן צו פארן קיין איראן פאר אפאר וואכען קאן ער לייזען א גאר שיינעם אפותיקי, מרעדט דא פון ערענסטע סכומים

ער זאל מאכן קאנטאקט
<!-- e --><a href="mailto:star-k@star-k.org">star-k@star-k.org</a><!-- e -->

מור וקציעה » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:51 am

· #342054
ליטוואק פון בודאפעסט
מור וקציעה, איך ווייס נישט וואס איז דער בושה נישט צו קענען ניקור האחוריים ווען ס'איז אונז נישט נוגע. נאר ס'זעט אויס אז איהר קענט אביסל ניקור. קום אריין אינ'ם אשכול דערפון און באטייליגט פון אייער וויסענשאפטען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


דאס נישט קענען ניקור מיסודו פון שו''ע ברענגט אלע פראבלעמען, דאס נישט קענען ניקור אחוריים מאכט אז אלעס זאל זיין דיטעטשט און דיבעיסד פון די פוסקים און אלעס ווערט געבעיסד אויף שטותים פון אלטע און נייע ע''ה, אזעלכע נערישקייטען ווי צלע יב ווערט גאר חלב דאורייתא אא''וו

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:03 am

· #342056
מיין תגובה האט נישט קיין דירעקטן שייכות צו די נושא האשכול: מ'מוז קאמפלימענטירן מהר"א מ'סאטמאר שליט"א. ער זיצט נישט אויף זיין חלק אחוריים מיט פארלייגטע הענט און שרייט פוי, שייגעץ. נאר ער פארט ארום, סייווי צו אדורכפיהרן זיינע פלענער (רוף עס אגענדא) לטובת הציבור הסרים למשמעתו. זאלל עס זיין אריזאנא ווייץ אדער שחיטת בהמה למהדרין. אדער סיי וועלכע אנדערע ענין. דער מהרז"ל שליט"א האט נישט געטון א צענטל פאר זיין ציבור, חוץ פארן קיין ארץ ישראל מיט בליצענדע לעמפלעך, סיי ביציאתו און סיי בחזרתו. אדער אפילו צו א לאקאלע חתונה, קען ער אנדערש נישט פארן נאר מיט די בליצערלעך און סירענעס. משא"כ דער מהר"א ווען ר'איז געווען אין א"י איז נישט געווען קיין איינציגער מעמד מיט לעמפעלעך... 😛 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:08 am

· #342059
Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
הייסט'ס ס'איז א סימן אז ס'איז נישט געבויט אויף תורה לערנען, נאר טעכנישע וויסענשאפטען, אזוי פיהל כשרות בקיאים, צו קידוה"ח, הל' גיטין ועוד.
הונדרעט פערצענט גערעכט

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

גאנצל » דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:50 pm

· #342116
הרב מור קודם א דאנק פאר דיין טירחא אפצושרייבן די פאר שורות

סאו לגבי סירכות זענען ביידע די זעלבע -אגב ווי זוי איז ביי די אנדערע שחיטות זענען זיי מיקל אין סירכות ?-
איך גיי מיך נאך פרעגן אויף דעם און אויך אויף שטיין זאלץ ווייל איך זעי אז אין קר"י בית השחיטה איז ער נישט מותר אויף דעם

סאו די ווארט איז נאר בדיקות און די משגיח וואס האט רח"ץ כ"ץ אקעגן די צוויי זאכן ?

יעצט לגבי מונחת אויב איר קענט קלארער ארויסברענגען די מוטשעניש פון מונחת דערווייל איז זיין איינציגע פראבלעים מיט דעם אז ער קען נישט טרעפן א געהעריגע פלענט דורך מיעל מארט וואס איז דאס גרייט צו אקצעפטירן אויך זעי איך אז מיעל מארט שטעלט זיך היבש און די לענג און די ברייט אז דאס זאל אויף עפעס א וועג געלעזט ווערן סאו פשט איז אז מיט אביסל/אסאך שוועריקייטן וועט דאס איה צושטאנד קומען

(דעס אז הר' בעלסקי האט נישט געהאלטן פון זיך אריינלייגן אזוי שטארק דערין איז נישט קיין קשיא לגבי סאטמאר וואס האט אלס זיך מער געשטעלט און מער געקשנט אויף חומרות און הידורים ר' אהרן האלט קלאר -קענסט מחולק זיין אויף אים- אז ווען ס'וואלט געווען א מעגליכקייט אינעם דברי יואלס צייטן צו האבן מונחת וואלט ער נישט צוגעלאזט קיין שחיטה תלוי' מילא איז פשוט פארשטענדליך אז ר' אהרן איז גרייט צו נעמען אויף זיך די שוועריקייטן)

יישר כח למפרע

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 14, 2016 3:17 pm

· #342122
Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
ניין, מ'האלט אז מונחת איז נישט קיין חומרא און זיכער נישט ווערט די פרייז פון מוותר זיין אויף עכטע הידורים

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

מור וקציעה » דאנערשטאג יולי 14, 2016 9:52 pm

· #342183
גאנצל
הרב מור קודם א דאנק פאר דיין טירחא אפצושרייבן די פאר שורות

סאו לגבי סירכות זענען ביידע די זעלבע -אגב ווי זוי איז ביי די אנדערע שחיטות זענען זיי מקיל אין סירכות ?

די שיטות אויף סירכות איז פארפלאנטערט נישט ווייניגער ווי זמן צאה''כ צו סוזק''ש וכדומה, אבער אויפן שפיץ גאפל איז דא דריי עיקר מהלכים (אנדערע וואלטען עס מעגליך כאראקטאראזירט אביסעל אנדערש) בעניני סירכות [פארשטייט זיך סווענדט זיך צו סאיז בין אונה לאונה או בין אונה לאומה, צו איך לערן ווי רש''י אז יעדע אמת'ע סירכא מיינט אז ס'געווען א לאך צו איך האלט ווי תוס' אז סירכות זענען גורם לעכער ווייל עס שלעפט די לונג און סאיז טריפה על שם העתיד]

א דעת מרן המחבר ע''פ הרשב''א ורוב הראשונים אז עס טאר נישט האבען קיין שום סירכא

ב דעת רבינו הרמ''א וגדולי אשכנז אז מ'מעג ממעך וממשמש זיין, אבער נישט רייסן

ג שיטת הגאון רא''ז בבית אפרים ומורינו רבי צדוק הכהן בתפארת צבי ועוד שמותר לקלוף את הסירכות דאס טייטש מ'מעג עס אראפרייסען נאר מ'זאל עס בודק זיין נאכדעם מיט וואסער אויב ס'מאכט באבעלס ווען מ'בלאזט עס אויף

טייל פון די גרעסטע גאונים ופוסקים זענען ארויסגעקומען קעגען די קולות וביניהם הנו''ב החת''ס [שכתב: ושומר נפשו ירחק מכל אלה] הגר''ח מוולוזין,
אבער דער מנהג איז געווען לקולא כמבואר בערוה''ש ועוד ובפרט אין די קאלטע לענדער ווי אלע בהמות האבען סירכות צוליב די וועטער (ווייל ווען איין זייט לונג איז בערך הונדרעט דעגרי פון די אינערליכע היץ און די אנדערע זייט שעפט ער אריין סוב זעראו קעלט ווערט פון דעם רירין וסירכות אזוי ווי פענסטערס וואס ווערען נאס אין ווינטער)
חוץ ביי דקות (לעמב וויעל) ווי קיינער איז נישט מיקל

עללי און היברו-נעשונאל זענען זיך סומך אויפן בית אפרים הנ''ל [הגם עללי וועט עס נישט מודה זיין]

אלע בהמות וואס זענען כשר אויך לשיטת הרמ''א אדער ב''י ווערט אוועקגעלייגט פאר פאלאטשעק/אורבאך, סאטמאר, חשאל/ספרדים וכו'

פונקט ווי יעדער קען האבען אן אנדערע מיינונג איבער דעם זעלבען לולב אדער אתרוג צו ס'הייהסט א הימנק אדער חזזית, וועט יעדער בודק האבען אן אנדער מיינונג איבער דעם זעלבען סירכא אפילו אויב זיי גייען מיט די זעלבע פוסקים

אגב, אין רמ''א אליין איז דא מחלוקת וואס ער מיינט,
באופן כללי איז 82 מער מחמיר אויף די סירכות ווי מאנראו אבער ביידע זענען לכל היותר נאר מחמיר אויף שיטת הרמ''א שכאמור שנויה במחלוקת בין הפרמ''ג המיקל והתבוא''ש שמחמיר, ועוד


איך גיי מיך נאך פרעגן אויף דעם און אויך אויף שטיין זאלץ ווייל איך זעי אז אין קר"י בית השחיטה איז ער נישט מותר אויף דעם


די פארשטייסט אליין אז שטיין זאלץ איז נישט קיין ארטיקעל אין די גואישע מארקעט אין עס איז כמעט נישטא צו באקומען, אין מאנראו קען מען נאך אויסארבעטען עפעס מקען באשטעלען ריזיגע שיפמענטס ווען עס איז אוועיליבעל און אוועקלייגען אין אייגענע סטאורעזש , משא''כ ווען מגייט קיין מעקסיקא אדער אורוגוויי איז עס כמעט אומעגליך, מהר''א'ס בשר בהמה זענען שוין לאנג נישט שטיינזאלץ,
82 נוצט שטיינזאלץ נאר פאר קעלבער גלאט, אבער סתם אזוי זענען זיי נישט מקפיד, דער ברך משה האט אויך נישט מחמיר געווען אויף דעם


סאו די ווארט איז נאר בדיקות און די משגיח וואס האט רח"ץ כ"ץ אקעגן די צוויי זאכן ?


רח''ד כ''ץ האט אויך א עקסטערע משגיח הרב רוטנברג, טרוקענע בדיקות מאכן אנדערע אויך, הרב ווייסמנדל זאגט אז ביי דעיוויד עליאט מאכט מען אויכעט אזוי

יעצט לגבי מונחת אויב איר קענט קלארער ארויסברענגען די מוטשעניש פון מונחת דערווייל איז זיין איינציגע פראבלעים מיט דעם אז ער קען נישט טרעפן א געהעריגע פלענט דורך מיעל מארט וואס איז דאס גרייט צו אקצעפטירן אויך זעי איך אז מיעל מארט שטעלט זיך היבש און די לענג און די ברייט אז דאס זאל אויף עפעס א וועג געלעזט ווערן סאו פשט איז אז מיט אביסל/אסאך שוועריקייטן וועט דאס איה צושטאנד קומען

קיין איין גוי'אישע פלענט וויל נישט מונחת משום ארגוני צעב''ח (כגון פיט''א) שמפעילים הרבה לחץ, עללי האט נישט קיין אייגענע פלענט, ממילא קענען זיי נישט טרעפן קיינעם

(דעס אז הר' בעלסקי האט נישט געהאלטן פון זיך אריינלייגן אזוי שטארק דערין איז נישט קיין קשיא לגבי סאטמאר וואס האט אלס זיך מער געשטעלט און מער געקשנט אויף חומרות און הידורים ר' אהרן האלט קלאר -קענסט מחולק זיין אויף אים- אז ווען ס'וואלט געווען א מעגליכקייט אינעם דברי יואלס צייטן צו האבן מונחת וואלט ער נישט צוגעלאזט קיין שחיטה תלוי' מילא איז פשוט פארשטענדליך אז ר' אהרן איז גרייט צו נעמען אויף זיך די שוועריקייטן)

לאו דוקא, עמפייער, דעיוויד עליאט זענען לענ''ד נאך אזוי מהודר ווי די שחיטה מהודרת אין מאנראו

עללי און אנדערע שחט אין א ספעציעלע באקס, וואס האלט די בהמה זאל זיך נישט רירען, דעס איז נישט תלויה, וואס אפילו יענטס האט ר' משה מתיר געווען


יישר כח למפרע

כל הכבוד

גאנצל » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:29 pm

· #342189
קודם נאכאמאל א דאנק זעהר קלאר און שיין אראפגעשריבען

ווי עס ווייזט אויס לויט דיינע שורות אז מאאר עלעסס איז סאקמיר רב נישט אויפגעקומען מיט נייע חומרות נאר ער וויל צוזאם נעמען אלע חומרות לפונדק אחד און ס'זאל זיין א שחיטה וואס האט אין זיך אלע חומרות והידורים

(נאך איין זאך אויב דו קענסט פארשטיין געבן וואס איז געווען די וויי געשריי פון קאשוי רב ר' רפאל ז"ל ?)

צווייטנס זעי איך אז ר' אהרן וועט סוכ"ס מוזן אוועק גיין פון מיעל מארט און זיך טרעפן אנדערע פלענטס ווי מ'קען יא האבן מונחת

אגב סאלמאנס/פישלס וואס זיי שחט'ן אויך מונחת , וווי שחט'ן זיי ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:52 pm

· #342191
זיי האבען אן אייגענעם פלענט אין נעבראסקא

גאנצל » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:54 pm

· #342193
פארוואס האבן רואשקין און סאלמאנס אייגענע פלענטס מה שאין כן ביי מיעל מארט ?

מור וקציעה » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:05 pm

· #342197
גאנצל
קודם נאכאמאל א דאנק זעהר קלאר און שיין אראפגעשריבען

ווי עס ווייזט אויס לויט דיינע שורות אז מאאר עלעסס איז סאקמיר רב נישט אויפגעקומען מיט נייע חומרות נאר ער וויל צוזאם נעמען אלע חומרות לפונדק אחד און ס'זאל זיין א שחיטה וואס האט אין זיך אלע חומרות והידורים
אה''נ
(נאך איין זאך אויב דו קענסט פארשטיין געבן וואס איז געווען די וויי געשריי פון קאשוי רב ר' רפאל ז"ל ?)

אויף דעם איז דאך שוין דא א באזונדערע אשכול, עס איז נישט פאר מיינע כוחות, איך האב אויסגעמיטען יענע אשכול בכוונה,

זיין זון שמחה ישראל האט אים פארפירט, אין דער ברך משה האט אויך נישט געהאנדעלט ריכטיג, ווייל פון א ת''ח דארף מען אביסעל ליידען, הגם איך פארשטיי גוט זיין פראסטרעשאן און איך אליין וואלט נישט געהאנדעלט בעסער, עקספעקט איך אבער פון א רבן של ישראל מער איינגעהאלטענקייט, ודי בזה


צווייטנס זעי איך אז ר' אהרן וועט סוכ"ס מוזן אוועק גיין פון מיעל מארט און זיך טרעפן אנדערע פלענטס ווי מ'קען יא האבן מונחת

איך מיין אז ר' אהרן וועט קיינמאל נישט אוועקגיין, עללי איז זיין גרעסטע קאסטימער,

בכלל האט ער יעצט הכרת הטוב, ווייל ער זעהט אז די וויינשטאק'ס טוען אלעס וואס זיי קענען אים העלפען,און פארגעס נישט, חיים שלמה ווערט געשמירט 😉


אויב די USDA וועט אנהויבען אריינלאזען ביעף פון ארגענטינא וועט ער אפשר אהינגיין, ה' יודע

אגב סאלמאנס/פישלס וואס זיי שחט'ן אויך מונחת , וווי שחט'ן זיי ?

Nebraska

גאנצל » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:15 pm

· #342201
פון גיין צו אגרי פארלירט ער נישט מיעל מארט ווייל מיעל מארט גייט דעסטריביוטן די פלייש כפי השמועה

איך מיין אז חיים שלמה'ס פעיראל איז סתם א שאד פאר מיעל מארט........... ווייל מיעל מארט ארבעט זייער שווער צופרידן צו שטעלן ר' אהרן.........

אגב דער ברך משה האט דעס -און אסאך אזעלכע זאכן- אנגעקוקט ווי פרעזענליכע אטאקע פון וועלן אונטערברענגן סאטמאר'ס כח נאכן פטירה פונעם דברי יואל צו ער איז געווען גערעכט צו נישט ? אסאך האלטן אז יא וגם אני

מור וקציעה » דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:21 pm

· #342204
נישט נאר די דיסטריביושען נאר די גאנצע שחיטה אין פאוסטוויל איז געווען דורך עללי, ווער מיינסטו האט געשחטען? און קער גענומען פון לאג'יסטיקס?

מר. קלונימוס » פרייטאג יולי 15, 2016 1:04 am

· #342252
berlbalaguleh
מיין תגובה האט נישט קיין דירעקטן שייכות צו די נושא האשכול: מ'מוז קאמפלימענטירן מהר"א מ'סאטמאר שליט"א. ער זיצט נישט אויף זיין חלק אחוריים מיט פארלייגטע הענט און שרייט פוי, שייגעץ. נאר ער פארט ארום, סייווי צו אדורכפיהרן זיינע פלענער (רוף עס אגענדא) לטובת הציבור הסרים למשמעתו. זאלל עס זיין אריזאנא ווייץ אדער שחיטת בהמה למהדרין. אדער סיי וועלכע אנדערע ענין. דער מהרז"ל שליט"א האט נישט געטון א צענטל פאר זיין ציבור, חוץ פארן קיין ארץ ישראל מיט בליצענדע לעמפלעך, סיי ביציאתו און סיי בחזרתו. אדער אפילו צו א לאקאלע חתונה, קען ער אנדערש נישט פארן נאר מיט די בליצערלעך און סירענעס. משא"כ דער מהר"א ווען ר'איז געווען אין א"י איז נישט געווען קיין איינציגער מעמד מיט לעמפעלעך... 😛 😮

וועם ווילסטו א קאפ דרייען מיט דיינע שקרים? דא האט איר דיין העיליגן רבי'ן אהרן מיט אלע בליצענדע לעלאאס קומען צו א חתונה אין בארא פארק א חודש צוויי צוריק
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=C-1TLjMFhlU&feature=youtu.be">https://www.youtube.com/watch?v=C-1TLjM ... e=youtu.be</a>

ביליג » פרייטאג יולי 15, 2016 3:20 am

· #342275
Re: סאטמאר מהר"א פאנגט אן קויפן פלייש ביי פישל'ס אנשטאט עללי
יישר כח @מור וקציעה פאר די שיינע הסברים און @גאנצל שאלת חכם חצי תשובה
עס איז זייער איפארמאטיוו!
אז מען רעדט שוין, האט סאטמאר נאך א פראבלעם מיט אוועקגיין פון וויינשטאק, ווייל ער קויפט אפ כמעט אלע אויבערשטע חלקים פון די עופות פון קרית יואל שחיטה. (ער ניצט עס פאר קאלד קאטס)
און ער זאגט אז אויב מען לאזט אים אפ מיט די בהמה, וועט ער אפהאקן די דיעל מיט די עופות.
כך שמעתי ממקור ראשון ונאמן לי

גאנצל » פרייטאג יולי 15, 2016 10:45 am

· #342295
מור וקציעה
נישט נאר די דיסטריביושען נאר די גאנצע שחיטה אין פאוסטוויל איז געווען דורך עללי, ווער מיינסטו האט געשחטען? און קער גענומען פון לאג'יסטיקס?


איז דאך אויב אזוי ר' אהרן האלב געהאלפן ווייל ער וועט שחטן מונחת ביי רובאשקין

גאנצל » פרייטאג יולי 15, 2016 10:47 am

· #342296
[ציטאט אראפגענומען]


איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער קאשוי האט קיינמאל געגליכען די סאטמארע כח דאס איז איינס

צווייטנס ווען סאקמיר רב ז"ל איז אוועק האבן אסאך קהלות און אנדערע זייער שטארק געוואלט אז די סאקמירע שטארקייט זאל אריבער גיין צו זיי

איך גיי נישט אנווארטן אין דעם אשכול אויף דעם ענין מער

מור וקציעה » פרייטאג יולי 15, 2016 12:53 pm

· #342338
גאנצל
מור וקציעה
נישט נאר די דיסטריביושען נאר די גאנצע שחיטה אין פאוסטוויל איז געווען דורך עללי, ווער מיינסטו האט געשחטען? און קער גענומען פון לאג'יסטיקס?


איז דאך אויב אזוי ר' אהרן האלב געהאלפן ווייל ער וועט שחטן מונחת ביי רובאשקין

אגרי איז א קראנקע בעט און איז גרויסע שוועריקייטן, זיי שחטן א חודש וואס עללי שחט א טאג, עללי דערלייגט אויך די הויזן דארט, צו לאנג קען עס נישט אנהאלטען

קנאק-יענקל » פרייטאג יולי 15, 2016 2:55 pm

· #342358
מור וקציעה
דער ברך משה האט אויך נישט מחמיר געווען אויף דעם


אויף וואס יא?....

דו לץ איינער.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 15, 2016 3:05 pm

· #342360
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: וואס קאשוי'ער רב זצ"ל האט געטון בתורת קנאות האט ער קיינמאל נישט געשפיעלט פאליטיק. ר'איז געווען א גרויסער ירא שמים. צו ר'איז געווען גערעכט צו נישט קענמען זיך דינגען. אבער פאליטיק איז זיכער נישט געקומען ביי איהם אין חשבון. ביי דעם היינטיגן רבי הגה"צ מוהר"ר אליעזר חיים שליט"א, זיכער יא...!

Nanach » מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:20 pm

· #493007
מור וקציעה
גאנצל
קודם נאכאמאל א דאנק זעהר קלאר און שיין אראפגעשריבען

ווי עס ווייזט אויס לויט דיינע שורות אז מאאר עלעסס איז סאקמיר רב נישט אויפגעקומען מיט נייע חומרות נאר ער וויל צוזאם נעמען אלע חומרות לפונדק אחד און ס'זאל זיין א שחיטה וואס האט אין זיך אלע חומרות והידורים
אה''נ
(נאך איין זאך אויב דו קענסט פארשטיין געבן וואס איז געווען די וויי געשריי פון קאשוי רב ר' רפאל ז"ל ?)

אויף דעם איז דאך שוין דא א באזונדערע אשכול, עס איז נישט פאר מיינע כוחות, איך האב אויסגעמיטען יענע אשכול בכוונה,

זיין זון שמחה ישראל האט אים פארפירט, אין דער ברך משה האט אויך נישט געהאנדעלט ריכטיג, ווייל פון א ת''ח דארף מען אביסעל ליידען, הגם איך פארשטיי גוט זיין פראסטרעשאן און איך אליין וואלט נישט געהאנדעלט בעסער, עקספעקט איך אבער פון א רבן של ישראל מער איינגעהאלטענקייט, ודי בזה


צווייטנס זעי איך אז ר' אהרן וועט סוכ"ס מוזן אוועק גיין פון מיעל מארט און זיך טרעפן אנדערע פלענטס ווי מ'קען יא האבן מונחת

איך מיין אז ר' אהרן וועט קיינמאל נישט אוועקגיין, עללי איז זיין גרעסטע קאסטימער,

בכלל האט ער יעצט הכרת הטוב, ווייל ער זעהט אז די וויינשטאק'ס טוען אלעס וואס זיי קענען אים העלפען,און פארגעס נישט, חיים שלמה ווערט געשמירט 😉


אויב די USDA וועט אנהויבען אריינלאזען ביעף פון ארגענטינא וועט ער אפשר אהינגיין, ה' יודע

אגב סאלמאנס/פישלס וואס זיי שחט'ן אויך מונחת , וווי שחט'ן זיי ?

Nebraska

ווי איז די אשכול וואס רעדט פון די ניקור פרשה?