☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פארוואס איך בין א מעריץ פונעם פריערדיגן דאבשינע רבי זי''ע

פארוואס איך בין א מעריץ פונעם פריערדיגן דאבשינע רבי זי''ע

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15442

קרעפלעך » זונטאג יולי 31, 2022 6:46 pm

· #505436
פארוואס איך בין א מעריץ פונעם פריערדיגן דאבשינע רבי זי''ע
פאר איך הייב אן מוז איך קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין ''דאבשינער'', מיין משפחה איז נישט דאבשין, איך צייל זיך נישט פון חסידי דאבשינע, כ'האב קיינמאל נישט געפראוועט ביים היינטיגן דאבשינע רבי'ן שליט''א (און איך פלאן נישט אין צונקופט)

דאך בין איך א שטארקע מעריץ פון להבבחל''ח דעם פריערדיגן דאבשינע רבי'ן זי''ע און דאס איז בעיקר ווייל ער איז געווען אן עניו און פארשטאנען אז ער איז נישט ראוי לאותו איצטלא בכלל, וואס דערפאר האט ער טאקע דעם רביס'טעווע נישט אנגענומען און עס האט נישט עקזיסטירט.

איך גלייב אז דער עולם וועט מסכים זיין אז ס'קומט אזא איינעם עפעס אנערקענונג נאך אזויפיל יארן. און כ'לאז טאקע איבער פארן עולם וואס באלאנגען יא אין יענעם לאגער צו שרייבן וויאזוי זען דאס. כ'שרייב דאס נאר לע''ד כזאג נישט קבלה דעתי און זאל יעדער רעאגירן בדרך כבוד.

אלץ ווייזער » זונטאג יולי 31, 2022 6:50 pm

· #505437
😂

מי אני » זונטאג יולי 31, 2022 6:52 pm

· #505438
זיס! א parody פון מיין אשכול און חתימה ביינאזאם.

😃

קהל'ס נער » זונטאג יולי 31, 2022 6:56 pm

· #505439
אחרי מות קדושים, נאכן שטארבן ווערט ער הייליג, אינז געדעינק מיר אלע ווי ער האט זיך געשלאגן מיט זיין ברידער די הייליגע שטינקעווער, און ער האט זיך אויסגעדריקט אויף עים.... שוין שארפע לשונות העל איך נישט זאגן.

באהעלפער » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 6:28 am

· #505481
אפשר קומט עס פארקערט.
פארוואס דער שרף פון דאבשעניע איז א מעריץ פון מיר...