☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פאליא קעיס אין ראקלענד קאונטי

פאליא קעיס אין ראקלענד קאונטי

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15424

כלבאשבוע » דאנערשטאג יולי 21, 2022 4:45 pm

· #504706
פאליא קעיס אין ראקלענד קאונטי
צום ערשטן מאל אין אמעריקא נאך איבער פערציג יאר, איז היינט קאנפירמט געווארן א קעיס פונעם שרעקליכן פאליא וירוס אין איינער וואס האט זיך נישט וואקסינירט

די אידענטיטי פונעם פאציענט איז נישט פובליק נאר אז עס איז פארגעקומען אין ראקלענד קאונטי, אויב שטעלט זיך ארויס אז דער פאציענט איז טאקע משלנו (סשמעקט שטארק אזוי) וועט דאס זיין א חילול השם איום ונורא!

און צו די אלע וואס גלייבן נישט אינעם רשות לרופא לרפאות און זענען מסכן די מענטשהייט, מוז מען אויסשרייען: ידיכם דמם מלאו! וה״י

A case of polio has been identified outside New York City and confirmed by federal health officials, the New York State Health Department said on Thursday in what would be the nation's first known case of the disease in at least thirty years.

The CDC, which confirmed the case, has said no cases of polio have originated in the U.S. since 1979. However, the virus has been brought into the country by travelers with polio. The last time this happened was in 1993, it said.

Testing suggested the Rockland County case of the highly contagious virus may have originated outside of the United States, the department said in statement.

כלבאשבוע » דאנערשטאג יולי 21, 2022 4:59 pm

· #504707

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:00 pm

· #504708
די וואשינגטאן פאוסט שרייבט עס איז א 20 יעריגער מאן וואס האט געהאט באזוכט פוילן און אונגארן, און אז יעצט איז ער שוין אינדערהיים און ער קען נישט געהעריג גיין. אויך ברענגן זיי פון א פאבליק העלט אפישעל אז דער פאציענט קומט פון א קאמיוניטי וואס איז אלס געווען שוואך וואקסינירט, און איז געווען די צענטער פון א מיזעלס אויסברוך אין 2019.

בקיצור, מען גייט יעצט ליידן פון שנאת ישראל, לאמיר נאר האפן די וויירוס וועט זיך נישט פארשפרייטן מער.

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:20 pm

· #504713
וואסיז שייך פארשפרייטן מער, אויב רוב עולם איז יא וואקסינירט און אומיונד דערצו?

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:28 pm

· #504716
בְּתוֹךְ עַמִּי
וואסיז שייך פארשפרייטן מער, אויב רוב עולם איז יא וואקסינירט און אומיונד דערצו?
וויפיל מענטשן האבן באקומען די וואקסין אקעגן מיזעלס און עס באקומען איך קען עטליכע
נ.ב. דער פאליא וואקסין איז ווייניגער עפעקטיוו ווי די קאוויד וואקסין

כלבאשבוע » דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:27 pm

· #504722
די שונאי ישראל טאנצן שוין, פון James Skoufis
📎 5B076F94-649E-4E69-88D4-DA364EDDE283.jpeg

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:56 pm

· #504726
מרדכי מרדכי
בְּתוֹךְ עַמִּי
וואסיז שייך פארשפרייטן מער, אויב רוב עולם איז יא וואקסינירט און אומיונד דערצו?
וויפיל מענטשן האבן באקומען די וואקסין אקעגן מיזעלס און עס באקומען איך קען עטליכע
נ.ב. דער פאליא וואקסין איז ווייניגער עפעקטיוו ווי די קאוויד וואקסין
מרדכי מרדכי: נישט ריכטיג. דער פאליא וואקסין איז (ב"ה) זייער שטארק עפעקטיוו. א ראיה איז אז דאס איז דער ערשטער קעיס אין 40 יאר. משא"כ דער קאוויד וואקסין. מ'האט שוין רוב אמעריקע און ארץ ישראל וואקסינירט.מ'האט אויך געגעבן עטליכע בוסטער שאטס. און דאך באקומען עס זייער א סאך מענטשן סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל. די דאקטוירים וועלכע האבן זייער שטארק אדוואקטירט די שאטס, קומען אויף מיט נייע תירוצים חדשים לבקרים. אז ס'איז אזא מין וואריאנט. אדער אנ'אנדער וואריאנט. זיי ווייסן שוין נישט וואס צו זאגן...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 21, 2022 7:14 pm

· #504730
כלבא שבוע: איך זעה גארנישט אנטיסעמיטיש מיט דעם (סקאופיס) רעפארט. דער משל פון רבינו יונה איז דאך באקאנט מיט דעם שוטה וואס האט געמאכט א לאך אין זיין צימער אויף די שיף.ווען מענטשן האבן איהם פארגעהאלטן האט ער געזאגט...,וואס איז ענק א חילוק וואס איך טוה אין מיין צימער. האבן זיי איהם געענטפערט...אבער מיט דעם וועסטו איינזינקען די גאנצע שיף...!

די רבנים וצדיקים וואלטן געדארפט האקן אקעגן די אנטי-וואקסערס לכה"פ אזוי שטארק ווי זיי האקן אויף סמארטפאונס און טעכנאלאגיע...!

זייגערל » דאנערשטאג יולי 21, 2022 7:50 pm

· #504733
berlbalaguleh
דער פאליא וואקסין איז (ב"ה) זייער שטארק עפעקטיוו. א ראיה איז אז דאס איז דער ערשטער קעיס אין 40 יאר, משא"כ דער קאוויד וואקסין. מ'האט שוין רוב אמעריקע און ארץ ישראל וואקסינירט, מ'האט אויך געגעבן עטליכע בוסטער שאטס, און דאך באקומען עס זייער א סאך מענטשן סיי אין אמעריקע און סיי אין ארץ ישראל. די דאקטוירים וועלכע האבן זייער שטארק אדוואקטירט די שאטס, קומען אויף מיט נייע תירוצים חדשים לבקרים, ס'איז אזא מין וואריאנט אדער אנ'אנדער וואריאנט, זיי ווייסן שוין נישט וואס צו זאגן...!
גראדע אז דו וועסט נאכקוקן וועסטו זעהן אז ס'האט גענומען א שיינע פאר יאר מיט די פאליא וואקסין אויסצוראטן פאליא אינגאנצן וואס כ'גלייב אז מיט קאוויד וועט זיין די זעלבע זאך אין אין אפאר יאר העט מען שוין נישט וויסן אז ס'האט אמאל עקזעסטירט אין קאוויד העט מסתמא אויך נישט צוריקקומען פאר כאטשיג 50-100 יאר, סא דעיס איז נישט ממש קיין ראיה אויף איר שטארקייט.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 9:06 pm

· #504743
בערל: איך מיין אז פאליא האט נישט געהאט אזוי פיל ווערסיעס ווי קאוויד
איך האב דיר געגעבן א לייק ווייל איך האב דיך ליב

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 21, 2022 9:09 pm

· #504744
מרדכי מרדכי: ייש"כ. מיט די ווערסיעס פון קאוויד זענען די דאקטוירים (אזוי ווי פאוטשי) אויפגעקומען נאר נאכדעים וואס די וואקסין האט נישט געארבעט. האבן זיי געזוכט און געפונען גוטע תירוצים פארוואס די וואקסין און די בוסטערס ארבעטן נישט אייביג. זענען די וואריאנטן א גוטער תירוץ...!
...!

היסטאריע » פרייטאג יולי 22, 2022 12:04 am

· #504767
משל פון רבינו יונה איז דאך באקאנט מיט דעם שוטה וואס האט געמאכט א לאך אין זיין צימער אויף די שיף.ווען מענטשן האבן איהם פארגעהאלטן האט ער געזאגט...,וואס איז ענק א חילוק וואס איך טוה אין מיין צימער. האבן זיי איהם געענטפערט...אבער מיט דעם וועסטו איינזינקען די גאנצע שיף...!
עס איז א מדרש

מתבודד » פרייטאג יולי 22, 2022 2:37 pm

· #504817
און צו די אלע וואס גלייבן נישט אינעם רשות לרופא לרפאות און זענען מסכן די מענטשהייט, מוז מען אויסשרייען: ידיכם דמם מלאו!
די רשות פון וואס דו רעדסט איז ’’לרפאות’’, אויסהיילן. נישט פרעווענשן. (וואס די וואקסין טוט..)

אן אריינגיין אין די אויסגעדראשענע וואקסין דעבאטע, קומט דער פסוק נישט אריין.

טראכטכמוני » פרייטאג יולי 22, 2022 4:59 pm

· #504831
ס'איז זיכער אז דאס ברענגט נישט קיין כבוד פאר אונזער קאמיוניטי אבער ווייזט אויס ס'איז קלאר אז דאס איז אריינגעברענגט געווארן פון א צווייטע מדינה,

די לעצטע אזא סארט קעיס איז געווען סך הכל אין 2013 נישט פערציג יאר צוריק

https://uploads.tapatalk-cdn.com/20220722/2ab2dce7d758ec3cf43b6465d2ef82b6.jpghttps://uploads.tapatalk-cdn.com/20220722/29aa44c24641fa6633f19cdf02d97a40.jpg

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2022 1:18 pm

· #504890
היסטאריע
משל פון רבינו יונה איז דאך באקאנט מיט דעם שוטה וואס האט געמאכט א לאך אין זיין צימער אויף די שיף.ווען מענטשן האבן איהם פארגעהאלטן האט ער געזאגט...,וואס איז ענק א חילוק וואס איך טוה אין מיין צימער. האבן זיי איהם געענטפערט...אבער מיט דעם וועסטו איינזינקען די גאנצע שיף...!
עס איז א מדרש
ס'קען זיין. מיין רבי האט עס פארגעלערנט פון שערי תשובה לרבינו יונה...!

וואסער » זונטאג יולי 24, 2022 1:45 pm

· #504892
מענין לענין באותו ענין.
אין ק"י איז ליידער פארגעקומען צוויי וואכן צוריק א שרעקליכע מעשה פון א קינד וואס האט נישט איבערגעלעבט היים לידה.
ווען וועט מען זיך שוין אויפוועקן אז זיין א אובער חכם איז נישט קיין קינדער שפיל. ואכמ"ל וד"ל

מתבודד » זונטאג יולי 24, 2022 2:01 pm

· #504893
נעבעך. אין מאנסי האט א קינד ליידער נישט דורכגעלעבט שפיטאל לידה. ה’ ירחם

היסטאריע » זונטאג יולי 24, 2022 5:20 pm

· #504908

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2022 9:14 pm

· #504927
מתבודד
און צו די אלע וואס גלייבן נישט אינעם רשות לרופא לרפאות און זענען מסכן די מענטשהייט, מוז מען אויסשרייען: ידיכם דמם מלאו!
די רשות פון וואס דו רעדסט איז ’’לרפאות’’, אויסהיילן. נישט פרעווענשן. (וואס די וואקסין טוט..)

אן אריינגיין אין די אויסגעדראשענע וואקסין דעבאטע, קומט דער פסוק נישט אריין.
מתבודד: דער פסוק קומט יא דא אריין. ווייל פריווענשן איז אויך לרפאות. ס'איז נאך מער לרפאות ווי אויסהיילן נאך וואס מ'ווערט קראנק...!

מתבודד » זונטאג יולי 24, 2022 11:33 pm

· #504935
ר’ בערל, וויט אלל דא רעספעקט פאר אזא טעם זקנים שרייבער ווי אייך, די דעפענישן פון לרפאות איז: אויסהיילן איינער וואס איז קראנק, פינטל. פרעווענטן א קראנקהייט פון א געזונטן איז אפשר א גוטע זאך, אדער אפשר גאר א גוטע זאך אבער ס’איז נישט אוסהיילן. ואין המקרא יוצא מידי פשוטו.
אינטרעסאנט איז וואס כ’האב געהערט אז אין בריסק גיבט מען נישט קיין וואקסינען טאקע ווייל ס’איז נישט דא קיין רשות אויף פרעווענשען....
כ’ווייס נאר נישט אויב ס’איז נאך א זשאוק לבית בריסק, אדער ס’איז א אמת’ע זאך ביי זיי... גיי ווייס מיט די בריסקע

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2022 12:00 am

· #504938
מתבודד: ייש"כ. אז מ'רעדט שוין פון די בריסק'ער. האביך געהערט אזא דזשאוק אז א בריסקער איד האטציך אראפגעווארפן פון אלע סטעפס. (עטליכע מאל). וויילע ער האט חושש געווען אז אפשר איז ער מזרע עמלק.

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 12:21 am

· #504940
😂 מן הסתם דער זעלבער בריסקער איז אהיימגעקומען י’’ז בתמוז נאכ’ן דאווענען, און ער בעט ס’ווייב זאל אים צוגרייטן א פרישטאג כיד המלך.
זאגט זי היתכן? ס’דאך א תענית! זאגט ער, נא דו ווייסט נישט אז אין בריסק האט מען זייער מחמיר געווען אויפ’ן ’’ונשמרתם’’, במילא פאסט מען נישט...
למעשה אינמיטן אריינבייסן אין זיין סענדוויטש זעט ער ווי זי גרייט זיך אויך אן א סעודה פאר זיך,
שרייט ער נא! מ’פאסט!.. זאגט זי, יא אבער בריסק...
נע, איז ער מסביר. אין בריסק האט מען נישט באמוטשעט די פרויען מיט חומרות.....

עזריאל רוטנברג » מאנטאג יולי 25, 2022 5:27 am

· #504947
לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.

היסטאריע » מאנטאג יולי 25, 2022 6:08 am

· #504948
לויט ווי איך פארשטיי איז דער שיטה אין בריסק אז א רפואה וואס האט א שטיקעל סכנה איז נאר מותר צוליב ניתנה רשות וכו'. ממילא טאר מען נישט טוהן א אפעראציע וואס פארלאנגט איינשלאפן וכדומה, ווייל איינשלעפען האט א סכנה צו זיך, און אויף דער סכנה איז דאך שוין נישטא קיין ניתנה רשות, ווייל עס איז נישט א חלק פין דער רפואה.
וואקסינס, היות מען גיבט זיך אריין א חלק פין דער מחלה, איז אויך נישט דער היתר.
אבער דער וואקסינאציע פאר קאוויד וואלט לכאורה געדארפט זיין מותר אפילו פאר זיי ווייל עס האט נישט קיין שום חלק פין דער מחלה בכלל.

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 11:16 am

· #504954
עזריאל רוטנברג
לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.
ניין. די רמב"ם האט נישט געקענט די בריסקע חומרות ווייל אלעס איז געבויעט אויף זיינע ווערטער...

די דאקטער האט 2 זשאבס, זיכער מאכן אז מ’ווערט נישט קראנק, און אויסהיילן ווען מ’ווערט יא. מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות גיט רשות פאר
די צווייטע און נישט פאר די ערשטע. ס’איז זייער סימפל

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 11:19 am

· #504955
היסטאריע
לויט ווי איך פארשטיי איז דער שיטה אין בריסק אז א רפואה וואס האט א שטיקעל סכנה איז נאר מותר צוליב ניתנה רשות וכו'. ממילא טאר מען נישט טוהן א אפעראציע וואס פארלאנגט איינשלאפן וכדומה,
אין בריסק האט מען נישט געמאכט קיין אפעראציעס וואס מען דארף איינשלעפן??
קיינמאל נישט געוואוסט...

מצפצף » מאנטאג יולי 25, 2022 4:27 pm

· #504969
מתבודד
עזריאל רוטנברג
לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.
ניין. די רמב"ם האט נישט געקענט די בריסקע חומרות ווייל אלעס איז געבויעט אויף זיינע ווערטער...

די דאקטער האט 2 זשאבס, זיכער מאכן אז מ’ווערט נישט קראנק, און אויסהיילן ווען מ’ווערט יא. מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות גיט רשות פאר
די צווייטע און נישט פאר די ערשטע. ס’איז זייער סימפל
עס שטײט לרפאות חולה??
עס שטײט לרפאות סתם.

היסטאריע » מאנטאג יולי 25, 2022 5:02 pm

· #504972
מתבודד
עזריאל רוטנברג
לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.
ניין. די רמב"ם האט נישט געקענט די בריסקע חומרות ווייל אלעס איז געבויעט אויף זיינע ווערטער...

די דאקטער האט 2 זשאבס, זיכער מאכן אז מ’ווערט נישט קראנק, און אויסהיילן ווען מ’ווערט יא. מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות גיט רשות פאר
די צווייטע און נישט פאר די ערשטע. ס’איז זייער סימפל
פארוואס איז אזוי סימפעל? מען האט אייביג געוויסט אז דער אויבערשטער שיקט דער רפואה פאר דער מכה.

היסטאריע » מאנטאג יולי 25, 2022 5:03 pm

· #504973
מתבודד
היסטאריע
לויט ווי איך פארשטיי איז דער שיטה אין בריסק אז א רפואה וואס האט א שטיקעל סכנה איז נאר מותר צוליב ניתנה רשות וכו'. ממילא טאר מען נישט טוהן א אפעראציע וואס פארלאנגט איינשלאפן וכדומה,
אין בריסק האט מען נישט געמאכט קיין אפעראציעס וואס מען דארף איינשלעפן??
קיינמאל נישט געוואוסט...
עס שטייט אין מנהגי בריסק דף נג

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יולי 25, 2022 6:17 pm

· #504982
בריסקע שיטה ווייסעך נישט, אבער דער רמב״ם האט געווידמענט א גאנצע פרק אין הלכות דעות פאר רפואה און רעדט דארט ׳בלויז׳ פון די פריווענשען חלק...

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 6:19 pm

· #504983
היסטאריע
מתבודד
עזריאל רוטנברג
לא אשים עליך כי אני ה' רופאך, און א גוטע דאקטער מאכט זיכער דער פאציענט זאל נישט ווערן קראנק מתחילה ווי דער רמב"ם זאגט.
אבער אפשר האט דער רמב"ם נאכנישט געקענט אלע בריסקע חומרות.
ניין. די רמב"ם האט נישט געקענט די בריסקע חומרות ווייל אלעס איז געבויעט אויף זיינע ווערטער...

די דאקטער האט 2 זשאבס, זיכער מאכן אז מ’ווערט נישט קראנק, און אויסהיילן ווען מ’ווערט יא. מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות גיט רשות פאר
די צווייטע און נישט פאר די ערשטע. ס’איז זייער סימפל
פארוואס איז אזוי סימפעל? מען האט אייביג געוויסט אז דער אויבערשטער שיקט דער רפואה פאר דער מכה.

איך ווייס נישט צו די מאכסט ליצנות אדער די כאפסט טאקע נישט. די באשעפער באשאפט די רפואה פאר א קראנקהייט, פאר ער באשאפט די מכה אליינס. ס’האט גארנישט מיט פרעווענטן א מחלה.
בדרך משל ווען איך בין נערוועז געווארן פון דיין, במחילת כבוד תורתך, נארישע תגובה, האט די אויבערשטער שוין פון פארדעם אנגעגרייט פאר מיר א פושקע צוגארעטליך זיך צו בארואיגן...

נאך דעם איז א צווייטער מצפצף אז ס’שטייט לרפאות סתם, און נישט דווקא א קראנקן. אינטרעסאנט טאקע אז די תורה שרייבט נישט ’’לא תרצח את החי’’ פון ווי זאל איך וויסן אז די תורה לאזט נישט הרג’ענן דווקא א לעבעדיגן, אפשר רעדט מען פון א טויטן?...
די ווארט לרפאות-אויסהיילן, האט א דעפענישן: אויסהיילן א קראנקע מענטש!

מצפצף » מאנטאג יולי 25, 2022 6:30 pm

· #504986
רציחה ביי דעפיניציע מיינט א לעבעדיגע מענטש (און נישט א עובר)
רפואה ביי דעפיניציע מיינט ביידע.

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 6:39 pm

· #504987
בְּתוֹךְ עַמִּי
בריסקע שיטה ווייסעך נישט, אבער דער רמב״ם האט געווידמענט א גאנצע פרק אין הלכות דעות פאר רפואה און רעדט דארט ׳בלויז׳ פון די פריווענשען חלק...
איך גיי נישט מיט גראדע האלבע פיאות און איך טראג גלעזער אויך ווען ס’נישט דא קיין עירוב...
כ’בין נישט קיין בריסקע און כ’בין נישט דא צו מסביר זיין אדער דעפענדן זייער שיטה.

די רמב’’ם פון וואס די רעדסט רעדט נישט פון רפואות סטייל זאכן צו פרעווענטן מחלות, א שטייגער ווי וואקסינען, נאר ענדערש פון וועלכע הנהגות וועלן העלפן מ’זאל נישט קראנק ווערן.
למשל גיין אין זשים און עסן געזונטע סעודות וכו’וכו’
אויב מאך איך א טעות בעט איך דיך פון פארדעם איבער. רמב’’ם איז נישט עכט מיין ליין...

היסטאריע » מאנטאג יולי 25, 2022 6:40 pm

· #504988
אויף דעם וואס מתבודד שרייבט דא
דער רפואה פאר די מכה איז געוועהן צו טעסטען דיין אינטעליגענץ, האסט שטיקעל געפעסד. (ווען איך בין דיר, מיט דיין מדרגה אין אינטעליגענץ, שרייב איך נישט מיט אזא גאות).

לגבי רפואה אין שבת שטייט א היתר אז א רפואה פאר דער מחלה כדי דער מחלה זאל נישט חל זיין, האבן די חכמים נישט גע'אסרט צו טוהן אין שבת, ווייל עס הייסט נישט רפואה.

וואלסטו זיך לכאורה געפרייט אויף דעם כמוצא שלל רב, קומט דאך אויס אז עס שטייט בפירוש אז עס הייסט נישט קיין רפואה. אבער משם ראי' להיפוך, נישט נאר אין דער וואכען מעג מען, נאר אפילו שבת.

דער גאנצע ניתנה רשות לרופא לרפאות קומט נישט אריין, טאקע ווייל עס הייסט נישט קיין רפואה. משל למה"ד, ווען דער שונא קומט, און מען באהאלט זיך אין א מבצר כדי נישט צו זיין עקספאזט צום שונא. והיינו הך, מען נעמט די וואקסין כדי די מחלה זאל נישט חל זיין, ממילא איז עס מעיקרא נישט קיין שאלה.

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 25, 2022 7:23 pm

· #504999
מתבודד: לאמיר נעמען דיין (בריסקער) ארגומענט צו אן אבסורדאלן לעוול (שטאפל). די תורה און כביכול דער אייבישטער לאזט נישט אייננעמען וואקסינען כדי צו פארמיידן א מחלה. אבער ווען דער מענטש ווערט שוין (ח"ו) קראנק, דאמאלס קומט אריין דער פסוק ורפא ירפא כדי צו געבן רשות פאר'ן דאקטער צו היילן.

דער גאנצער בריסקער מהות האט (במחכת"ה) מער צו טון מיט או.סי.די. ווי מיט סיי וואס אנדערש...!

כלבאשבוע » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 2:19 pm

· #505571

כלבאשבוע » זונטאג אוגוסט 7, 2022 4:32 pm

· #505913
New York Health Department says hundreds of people may be infected with polio virus
https://www.cbsnews.com/news/polio-virus-hundreds-of-infections-possible-new-york-health-department/

כלבאשבוע » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 12:18 am

· #507652
In July, a young man in the New York are was diagnosed with polio – how did a disease America snuffed out in the 70s rebound?
https://www.theguardian.com/us-news/2022/aug/29/polio-us-vaccines-new-york-rockland-county

דאנקבאר » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 12:32 am

· #507653
ערעבּ יענקעלע כהן שרייט חי וקים אז פּאליאו הייבט זיך נישט אָן און לאזט זיך נישט אויס!

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 12:42 am

· #507655
דאנקבאר
ערעבּ יענקעלע כהן שרייט חי וקים אז פּאליאו הייבט זיך נישט אָן און לאזט זיך נישט אויס!
און אלעקס דזשאונס שרייט חי וקיים אז בוש האט אראפגעברענגט די צווילינג געביידעס...

מתבודד » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 12:50 am

· #507657
וואס קומסטו דא אריין מיט דעם קרומען קאפ זשאונס?
אונז רעד מיר דאך פון י ע נ ק ע ל ע כ ה ן !
---
למעשה נאכן דאס שרייבן (סארקאסטיש) האבעך דורכגעליינט דעם ארטיקל אין גארדיען, זע איך אז ס’איז טאקע נישט די זעלבע פאליא פון אמאל נאר דווקא א וועריענט וואס עמערזשט פונעם וואקסין זעלבסט.
(ולשבחם ייאמר אז הגם זיי האבן געמוזט צוצייכענען אז א ריזיגע היימישע עולם וואקסינירט נישט לייגן זיי צו אז די אידישע מנהיגים הייסן יא צו וואקסינירן.)
But paradoxically, most polio cases that emerge nowadays – including the one infecting the man from Rockland – are derived from the vaccine itself.

היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:29 pm

· #507729
וואס מיינט דאס? אז אפילו אויב ער וואלט וואקסינירט וואלט עס נישט געהאלפען?

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:42 pm

· #507731
היסטאריע
וואס מיינט דאס? אז אפילו אויב ער וואלט וואקסינירט וואלט עס נישט געהאלפען?
ניין, דאס מיינט אז ער האט אריבערגעכאפט דעם ווירוס פון איינער וואס האט באקומען דעם לעבעדיגע סארט וואקסין (די סארט וואס מען גיבט נישט אין אמעריקע)
אויב וואלט ער יא געווען וואקסענירט וואלט ער עס מעגליך נישט אריבערגעכאפט.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 30, 2022 5:50 pm

· #507735
דאנקבאר
ערעבּ יענקעלע כהן שרייט חי וקים אז פּאליאו הייבט זיך נישט אָן און לאזט זיך נישט אויס!
זאלל ער גיין זעהן די צענדליגער טויזנטער דערוואקסענע מענטשן וועלכע זענען געווען קינדער מיט עטליכע פופציג יאר צוריק. זיי זענען נעבעך האלב אדער אינגאנצן פארקריפלט. ער איז מכחיש השמש בצהריים.

דאנקבאר » מיטוואך אוגוסט 31, 2022 5:11 pm

· #507821
berlbalaguleh
דאנקבאר
ערעבּ יענקעלע כהן שרייט חי וקים אז פּאליאו הייבט זיך נישט אָן און לאזט זיך נישט אויס!
זאלל ער גיין זעהן די צענדליגער טויזנטער דערוואקסענע מענטשן וועלכע זענען געווען קינדער מיט עטליכע פופציג יאר צוריק. זיי זענען נעבעך האלב אדער אינגאנצן פארקריפלט. ער איז מכחיש השמש בצהריים.
יענקעלע זאגט נישט אז פאליאו איז אומשעדליך, יענקעלע כהן זאגט: דער איד וואס אנגעבליך האט ער פּאליאו, איז נישט וואר! יענקעלע און נאך אסאך האבן גערעדט מיט דעם מענטש און טעהנעט אז די רעזאלטאטן ווייזן קלאר אז עס איז עפעס אנדערש (וואס מען כאפט נישט איבער) און די גאנצע פּאליאו איבערדרייעניש איז נאר וואקסין פראפארגאנדע!