☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » טויגליכע היימישע vs קאלעדש גרעידאירטע

טויגליכע היימישע vs קאלעדש גרעידאירטע

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15416

קידוש » דינסטאג יולי 19, 2022 10:18 pm

· #504520
טויגליכע היימישע vs קאלעדש גרעידאירטע
איך עפען די אשכול ווייל איך ארבעט אין א פראפעשעל ביזנעס מיט אסאך געלערענטע גוים / נישט היימישע יודען וואס האבען א דעגרי,
אין איך זעה ווי אסאך פון זיי בלייבען סטאק מיט באצאלען זייערע סטודענט חובות, אדער פשוט וויבאלד זיי האבען אריינגעלייגט אזויפיל כח אינעם דעגרי פאר די ספעציפישע סקיל, קענען זיי זיך נישט נעמען צו עפעס אנדערש,
איז מיין שאלה אזוי: אוואדע דארף מען לערנען מיט די קינדער א גוטע ענגליש, אבער איז דען אזא מעלה צו גיין אין סקול פאר 2+ יאר לערנען א סקיל פארן בכלל טוען דערין?
וויאזוי ווייסטו די גייסט ליב האבען די פאך?
( איר רעד נישט פון זיך לערנען זיין א פיסכאלאג למשל ווען די ווייסט ווי דיין נפש ציעט)

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יולי 19, 2022 10:22 pm

· #504521
אפילו פסיכעלאגיע קען דיין נפש ציען, אבער ווען מ׳נעמט זיך עקטשולי טוען דערין זעט מען אז ס׳נישט פאר דיר...

סבא דבהתא » דינסטאג יולי 19, 2022 10:59 pm

· #504525
די גאנצע ענין הקאלעדזש איז איין גרויסע סקעם זיי זענען נאר דא צו קענען אויסמעלקן ווי מער געלט פון די אמעריקאנע בהמות וואס טרעפן זיך נאכדעם מיט א בארג חובות.

למשל באמת צו לערנען דאקטאריי קען וועין נעמען האלב די צייט און געלט ווען נישט זיי צווינגען אויך צו שטודירן אנדערע שטותים וואס האט נישט קיין שום שייכות צו דאקטאריי, וכן געזעץ וכדו'.
דאס איז אלץ פשוט זיי זאלן קענען בעטן ווי מער געלט סהאט נישט קיין שום אנדערע הסבר.

איך רעד פשוט פון ווייטאג ווייל סוואלטן געווען אסאך מער היימישע אין די אלע פרעסטידזשפולע ליינס ווען די גאנצע שטודירן איז נאר צו וואס סאיז נוגע.

yesiknow » מיטוואך יולי 20, 2022 11:11 am

· #504554
סבא דבהתא
די גאנצע ענין הקאלעדזש איז איין גרויסע סקעם זיי זענען נאר דא צו קענען אויסמעלקן ווי מער געלט פון די אמעריקאנע בהמות וואס טרעפן זיך נאכדעם מיט א בארג חובות.

למשל באמת צו לערנען דאקטאריי קען וועין נעמען האלב די צייט און געלט ווען נישט זיי צווינגען אויך צו שטודירן אנדערע שטותים וואס האט נישט קיין שום שייכות צו דאקטאריי, וכן געזעץ וכדו'.
דאס איז אלץ פשוט זיי זאלן קענען בעטן ווי מער געלט סהאט נישט קיין שום אנדערע הסבר.

איך רעד פשוט פון ווייטאג ווייל סוואלטן געווען אסאך מער היימישע אין די אלע פרעסטידזשפולע ליינס ווען די גאנצע שטודירן איז נאר צו וואס סאיז נוגע.
די זעלבע איז מיט פלאמבינג אין עלעקטריק אז מען האט א קעפעל אויף די פלייצע כאפסט עס אויף שנעלער בעסער אין גרינגער אהן קאליזש אהן צאלען אפאר הונדרעט טויזענט דאלאר נאר וואס דען וכו'וכו'

היסטאריע » מיטוואך יולי 20, 2022 4:37 pm

· #504586
קידוש
איך עפען די אשכול ווייל איך ארבעט אין א פראפעשעל ביזנעס מיט אסאך געלערענטע גוים / נישט היימישע יודען וואס האבען א דעגרי,
אין איך זעה ווי אסאך פון זיי בלייבען סטאק מיט באצאלען זייערע סטודענט חובות, אדער פשוט וויבאלד זיי האבען אריינגעלייגט אזויפיל כח אינעם דעגרי פאר די ספעציפישע סקיל, קענען זיי זיך נישט נעמען צו עפעס אנדערש,
איז מיין שאלה אזוי: אוואדע דארף מען לערנען מיט די קינדער א גוטע ענגליש, אבער איז דען אזא מעלה צו גיין אין סקול פאר 2+ יאר לערנען א סקיל פאר בכלל טוען דערין?
וויאזוי ווייסטו די גייסט ליב האבען די פאך?
( איר רעד נישט פון זיך לערנען זיין א פיסכאלאג למשל ווען די ווייסט ווי דיין נפש ציעט)
און ווען מען גייט אויך א דזשאב פאר צוויי יאר און מען ווייסט נישט אויב מען וועט עס ליב האבן?

בכלל איז ביי אונז אנגענומען אז מען גייט ארבעטען צו פארדינען, נישט טוהן עפעס וואס מען האט ליב. מען האט ליב צו לערנען און דאווענען און בהכרח גייט מען ארבעטען.

yn.NY » מיטוואך יולי 20, 2022 5:21 pm

· #504592
היסטאריע

וי ביי ענק? כ'בין זייער נייגעריג ווי... ביי אונז איז גראדע נישט אזוי, א נארמאלע מענטש טרעפט א דזאב וואס מהאט ליב (נישט ביי יעדעם געלונגט עס, אזוי איז עס אין די גויאישע וועלט אויך).

yn.NY » מיטוואך יולי 20, 2022 5:22 pm

· #504593
ץ

פרנס החודש » מיטוואך יולי 20, 2022 5:42 pm

· #504594
Re: טויגליכע היימישע vs קאלעדש גרעידאירטע
yn.NY

ביי אונז אין די חסידישע וועלט, און גראדע וואלט איך געזאגט אז בערך פופציג פראצענט טרעפט ארבייט וואס זיי האבן ליב. און די איבריגע…?

me smart » מיטוואך יולי 20, 2022 5:57 pm

· #504595
[ציטאט אראפגענומען]
These things don't have so much to do with collage but rather with basic education. To know how to send an email or if it's appropriate to send a love emoji to a Secretary is not something you'll learn in collage

קהל'ס נער » מיטוואך יולי 20, 2022 11:11 pm

· #504625
ס'זיכער אז ס'דא היימישע יודן וואס וואלטן געקענט מאכן סאך מער געלד ווען זיי גייען ווען אין קאלעג', בעיקר ביי די ניין טא פייוו עולם, פאר ביזנעס האבן זיי נישט די....ווי הייסט עס נאר? און ער האט נישט קיין גרויס לידערשיפ סקיללס אויף צי טרעפן אן עקזעקיוטיוו פאזיציע, מילא בלייבט ער נעבעך מיט זיין 100k פאזיציע א יאר.
אבער מען דארפט טאקע חוקר ודורש זיין פאר מען גייט שטודירן וויפיל אזא דעגרי וועט עים ווערט מאכן, ס'דא דעגריס וואס זענען טפילו נישט ווערט לצור על פי צלוחית.

פון די אנדערע זייט, איינער וואס ציט צי ביזנעס האט נישט פארוואס ציגיין אין קאלעדזש, און די זעלבע מיט איינער וואס האט די טאלאנטן צי באקימען א הויכע באצאלטע פאסטן.
די נער'ישסטע איז צי גיין אין קאלעדזש ווייל די עלטערען ווילן, איך קען א יוד וואס איז א דאקטאר, ווייל זיין מאמע האט געוואלט ער זאל זיין א דאקטער, למעשה האט ער נישט געהאט קיין טראפ נערוון פאר דאקטעריי און היינט האט ער א שיינע ביזנעס אין די קאנסטראקשען אינדעסטרי.

ס'אויך דא א דרך הממוצע, וואס ריפט זיך טרעיד סקול, מען באקימט נישט קיין לייסענס אדער א דעגרי אבער מען לערנט זיך א פאך ווי למשל מעקעניק, קאמפיוטער פראגראמער, IT, ס'ביליג און שנעל, מען לערנט נישט קיין שטותים וואס האבן נישט ציטון מיט די נושא, און מען קימט ארויס מיט א פאך און די האנט, כאטש וואס קיין עושר ווערט מען נישט פון די זאכן, דאך קען מען האבן שיין פרנסה דערפון.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:56 am

· #504663
פארדעם איז טאקע די עצה מען זאל קיינעם גארנישט אויסלערנען וועגן 2 טעמים
1. אונז גייען מילא האבן א פראצענט פון גבירים א כפרה אויף די איבריגע
2. מאטעמאטיק סייענס היסטארי אד"ג איז דאך גואישע זאכן נישט צי זאגן כפירה און קוק ווי די גויים זעהן אויס

ים רויבער » דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:02 pm

· #504693
די דזשאב מארקעט ביי די היימישע עולם קוקט אויס צו זיין אסאך בעסער ווי אין די גוי'ישע מארקעט טראצדעם (אדער אפשר גאר צוליב דעם...) וואס אונז גיימער נישט אין קיין קאלעזדשעס און רוב עולם קען ניטאמאל א פראפעסיאנעלע ענגליש.

me smart » דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:18 pm

· #504695
ים רויבער
די דזשאב מארקעט ביי די היימישע עולם קוקט אויס צו זיין אסאך בעסער ווי אין די גוי'ישע מארקעט טראצדעם (אדער אפשר גאר צוליב דעם...) וואס אונז גיימער נישט אין קיין קאלעזדשעס און רוב עולם קען ניטאמאל א פראפעסיאנעלע ענגליש.
But you also have to take into count, that Jews are generally much smarter than non-Jews. So the percent of rich yidden, would be much higher with proper education

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:13 pm

· #504720
עס איז פאן צו טראכטן פון די ענין אויף אזא אופן, און עס וואלט אוודאי געווען אינטערסאנט צו זען א שטודיע וואס זאל פארגלייכן די הצלחה פון אונזער עולם צו די קאלעזש גראדואירטע. אבער ווען מען וויל רעדן למען התכלית, איז עכט נישט נוגע וויאזוי אונז זענען אין פארגלייך צו אנדערע. מען דארף אנערקענען אז אונז האבן פראבלעמען, און זיי האבן פראבלעמען. אפילו אויב זייערע פראבלעמען זענען גרעסער ווי אונזער, דארפן אונז נאכאלס פראבירן צו פארעכטן אונזער חסרונות, און זיי זייערע.

אונזערע פראבלעמען בנוגע עדוקעישן:
  • ענגליש.
    מאטעמעטיק.
    א סטיגמע קעגן גיין אין קאלעזש (בפרט פאר טיפערע קאריערעס).
    ועוד.
זייערע פראבלעמען בנוגע עדוקעישן:
  • א פרעשור צו גיין אין קאלעזש, אפילו פאר איינער וואס וואלט נישט געוואלט, און עס וואלט געווען בעסער פאר אים/איר נישט צו גיין.
    א גרויסע חלק ווייסט נאך נישט וואס זיי ווילן טון ווען זיי הייבן אן קאלעדזש, און זיי גייען בעיקר פאר די עקספיריענס. זיי זאמלען זיך אן חובות און פארדינען נישט קיין סאך דערפון.
    ועוד.

וואלווי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 7:48 pm

· #504732
נאך א פעקטאר בנוגע קאלעדזש, איז די ברייטערע געלעגנהייטן וואס קומען מיט. חוץ וואס א שיינע חלק גראדועטס זענען טאקע מצליח אין דעם פעלד, איז אויך דא א שיינע חלק גרעדועטס וואס קומען אן צו אנדערע specialties וואס זענען נאר א נספח צו זייער major. אזוי אויך פארקערט, א מענטש וואס האט א דעגרי אין א עפעס א פעלד, ווערט שוין גענוג גוט פאר רעכענט ווי א יודע דבר אין דעם ברייטערן פעלד נישט נאר זיין ספעשיעלטי, און דאס קען עם געבן "נאך" א גאנצע דזשאב עריע מיט נאך אויסוואלן. דאס אלס איז שוין נאכדעם וואס בשעת שטודירן זענען שוין געפענט געווארן פארשידענע געלעגנהייטן צו אנהייבן פרנסה אין א פעלד וואס מ'האט שוין א חלק פון די ידיעות, און ממילא האט מען שוין פון ווי צו נעמען די ערשטע טריט. קאלעדזשעס און אנדערע אינסטיטוציעס האבן אויך עמפלוימענט סאפפארט פאר זייער סטודענטן, וואס איז א גרויסע פלאס.

ועל כולם, אין קארפארעיט אמעריקא איז א דעגרי א מינימאם פאר א דזשאב עפליקעישאן. און דאס וואס מ'טענהט אז האלב צייט איז ארויסגעווארפן אויף זייטיגע לימודים, איז אויך נישט אזוי פשוט, ווייל וואס מער א מענטש וויל מצליח זיין אין די פראפעסיאנאל וועלט דארף ער זיין זיין וואס מער גע'polished מיט זיינע סקילס, צו מאכן די ריכטיגע אימפרעשאן. ס'קומט אויס אז דורך גיין קאלעדזש עפענט מען אויף טירן און אפארטוניטיס אין א ברייטע וועג. אפי' אז נאר א חלק גראדועטס האלטן זיך ספעסיפיק צו זייער פלאן, וועלען די אנדערע נאכאלטס טרעפען פרנסה ארום דעם פעלד אזוי צו אזוי.

צו האבן פרנסה איז באשערט ווי אלעס. ס'דא וואס טענה'ן אז יודען זענען גאר קלוגער, און לייביש לעפקאוויטש האט נישט געוויסט ווי אזוי מען חתמ'ט די נאמען, אלעס פיין וואויל. אבער אויב ס'איז דא א סטעק פון רעזומעיס אויף אן עמפלויערס טיש וויל מען זיין אויבן אויף די טאפ פון די סטעק, און א קאלעדזש דעגריי העלפט אסאך צו דעם.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יולי 21, 2022 8:18 pm

· #504737
אלעס פיין און וואויל ביי קארפארעט אמעריקא, איך קען (כמעט) נישט קיין היימישע יודן וואס ארבעטען אין קארפאראט אמעריקא, ביי אונז מאכט בעיקר אויס די אימפרעשען וואס די מאכסט ביי דיין אינטערוויו, און דיין עקספיריענס.

איך בין נישט אנטי קאלעג' אבער סתם קאלעג'ען צי פאלישען די סקילס אן ארויסקימען מיט א ספעציפישע דעגרי וואס איז ידוע אז ס'צאלט שיין, גייט דיך נישט העלפן אין די היימישע עקאנאמי בכלל.

ים רויבער » דאנערשטאג יולי 21, 2022 8:33 pm

· #504738
me smart
ים רויבער
די דזשאב מארקעט ביי די היימישע עולם קוקט אויס צו זיין אסאך בעסער ווי אין די גוי'ישע מארקעט טראצדעם (אדער אפשר גאר צוליב דעם...) וואס אונז גיימער נישט אין קיין קאלעזדשעס און רוב עולם קען ניטאמאל א פראפעסיאנעלע ענגליש.
But you also have to take into count, that Jews are generally much smarter than non-Jews. So the percent of rich yidden, would be much higher with proper education
די מאדערן-ארטאדאקס וואס גייען יא אין קאלעדזש זענען עפעס רייכער ווי חסידים?

קול דודי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 9:28 pm

· #504746
קהל'ס נער
אלעס פיין און וואויל ביי קארפארעט אמעריקא, איך קען (כמעט) נישט קיין היימישע יודן וואס ארבעטען אין קארפאראט אמעריקא
אבער על זה אנן דנין, נישט אזוי? ווען מ׳וואלט געהאט א דעגרי וואלטן אסאך מער היימישע געקענט האבן דזשאבס אין קארפארעט אמעריקע מיט אסאך מער הצלחה. און פארוואס טאקע נישט?
קידוש
אוואדע דארף מען לערנען מיט די קינדער א גוטע ענגליש, אבער איז דען אזא מעלה צו גיין אין סקול פאר 2+ יאר לערנען א סקיל פארן בכלל טוען דערין?
דער ענטפער אויף דעם, ווי אויף אסאך זאכן אין לעבן, איז ״ס׳ווענדט זיך.״ ס׳ווענדט זיך ווי, פארוואס, און ווען מ׳וויל גיין אין סקול. זעי למשל דא, וי דער שמועס איז אין וועלעכן קאלעדזש מ׳זאל גיין:
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=233010#p233010

אויב וויל מען גיין אך ורק כדי צי לערנען א פאך, ווענדט זיך וועלעכע פאך. קען מען נאר זיך לערנען דעם פאך און סקול, אדער איז בכדי שיעשה זיך אליינס אויסלערנען? איז די פאך עפעס וואס מ׳קען טון נאר מיט א דעגרי? ווי זעכער איז מען אז מיוויל דעם פאך, ווי די ברענגסט ארויס? וכו׳ וכו׳

בכל אופן, די פראבלעם איז נישט אז נישט איעדער גייט אין קאלעדזש. די פראבלעם איז אז קיינער קען נישט גיין אין קאלעדזש (עכ״פ אן אויפגעבן גאר גאר אסאך), אפילו דעי פאר וועמען דאס וואלט יא אסאך געהאלפן בכמה וכמה אופנים, ווי אנדערע האבן דא ארויסגעברענגט. ועל זה דווה לבינו.
me smart
that Jews are generally much smarter than non-Jews
Funny, and sad. Don't believe everything you were told, "me smart". (And no, the (in)famous study on Ashkenazi Jewish IQ doesn't show that the average Jew, even Ashkenazi Jew, is "generally much smarter than non-Jews.") This also betrays a lack of real-life experience with either Jews OR non-Jews.

פרנס החודש » דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:45 pm

· #504755
Re: טויגליכע היימישע vs קאלעדש גרעידאירטע
ים רויבער
me smart
ים רויבער
די דזשאב מארקעט ביי די היימישע עולם קוקט אויס צו זיין אסאך בעסער ווי אין די גוי'ישע מארקעט טראצדעם (אדער אפשר גאר צוליב דעם...) וואס אונז גיימער נישט אין קיין קאלעזדשעס און רוב עולם קען ניטאמאל א פראפעסיאנעלע ענגליש.
But you also have to take into count, that Jews are generally much smarter than non-Jews. So the percent of rich yidden, would be much higher with proper education
די מאדערן-ארטאדאקס וואס גייען יא אין קאלעדזש זענען עפעס רייכער ווי חסידים?
זיי האבן ווייניגער ארימעלייט עכ״פ ביי די וואס האבן דעגריס די גרעסטע עולם ביי זיי איז מיטל קלאס פראפעסיאנאלן.
ווידער ביי די חסידים איז לכאורה דא א גרעסערע פראצענט ״רייכע״
אבער אויך א גרעסערע פראצענט ארימע.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:24 pm

· #504756
קול דודי
קהל'ס נער
אלעס פיין און וואויל ביי קארפארעט אמעריקא, איך קען (כמעט) נישט קיין היימישע יודן וואס ארבעטען אין קארפאראט אמעריקא
אבער על זה אנן דנין, נישט אזוי? ווען מ׳וואלט געהאט א דעגרי וואלטן אסאך מער היימישע געקענט האבן דזשאבס אין קארפארעט אמעריקע מיט אסאך מער הצלחה. און פארוואס טאקע נישט?

פארוואס זאל איך וועלן ארבעטען אין קארפערעט אמעריקא?
די היימישע עקאנאמיע צאלט מער, ער פארשטייט מיינע יודישע גיברויכן, זיי מסביר א וואלמארט מעניג'ער אז די (דארפסט???) ווילסט אהיים גיין 12 אזייגער אויף פרייטיג צוליב רעליגיעזע אורזאכן, אין די היימישע עקאנאמי וואקסט מען סאך שנעלער אויב מען טיט א גיטע ארבעט משא"כ אין די קארפארעט וועלט אינטערעסירט קיינעם נישט ווי גיט די ארבעטסט, ס'דא כללים נאך אזויפיל יאר ווערט מען א מענעג'ער נאך אזויפיל יאר א סופרווייזר וכן הלאה.

ים רויבער » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:29 pm

· #504758
פרנס החודש
ים רויבער
me smart
ים רויבער
די דזשאב מארקעט ביי די היימישע עולם קוקט אויס צו זיין אסאך בעסער ווי אין די גוי'ישע מארקעט טראצדעם (אדער אפשר גאר צוליב דעם...) וואס אונז גיימער נישט אין קיין קאלעזדשעס און רוב עולם קען ניטאמאל א פראפעסיאנעלע ענגליש.
But you also have to take into count, that Jews are generally much smarter than non-Jews. So the percent of rich yidden, would be much higher with proper education
די מאדערן-ארטאדאקס וואס גייען יא אין קאלעדזש זענען עפעס רייכער ווי חסידים?
זיי האבן ווייניגער ארימעלייט עכ״פ ביי די וואס האבן דעגריס די גרעסטע עולם ביי זיי איז מיטל קלאס פראפעסיאנאלן.
ווידער ביי די חסידים איז לכאורה דא א גרעסערע פראצענט ״רייכע״
אבער אויך א גרעסערע פראצענט ארימע.
די גרעסערע פערצענט ארעמע ביי חסידים איז לכאורה צוליב קולטור אישוס (כולל, קינדער געבענטשטע פאמיליעס, וואונען דייקא אין געוויסע געגנטער וואס זענען בדרך כלל זייער טייער)

וואלווי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:47 pm

· #504761
קהל'ס נער
אלעס פיין און וואויל ביי קארפארעט אמעריקא, איך קען (כמעט) נישט קיין היימישע יודן וואס ארבעטען אין קארפאראט אמעריקא, ביי אונז מאכט בעיקר אויס די אימפרעשען וואס די מאכסט ביי דיין אינטערוויו, און דיין עקספיריענס.

איך בין נישט אנטי קאלעג' אבער סתם קאלעג'ען צי פאלישען די סקילס אן ארויסקימען מיט א ספעציפישע דעגרי וואס איז ידוע אז ס'צאלט שיין, גייט דיך נישט העלפן אין די היימישע עקאנאמי בכלל.
קארפארעיט אמעריקא מיינט אויך היימישע ביזנעסער. ס'טאקע דא אז מען נעמט אויף אן ארבעטער אין בית מדרש. אבער א גרויסע חלק פון עדס פאר ארבעט אביסל גרעסערע פלעצער וועט דורך גיין די זעלבע פראסעס ווי קרפארעט אמעריקא. ביי גרעסערע אפציעלע יודישע ביזנעסער וועט דיין רעסומעי זיין אין א סטעק פון אנדערע רעזומעיס, אין פראנט פון עפעס א faceless מענעדזשער וואס גייט מאכן די דיסיזשען צו מ'זאל בכלל רעספאנדן צו דעם. דער דעפארטמענט מענעדזשער וועט ניצן די זעלבע פראסעס ווי קארפארעיט אמעריקא טוט איבעראל. מ'וועט ערשט וועגען דיין נאמען אויף פאפיר, וואס איז די קרעדינטיאלס פון די אפליקענט אויף פאפיר, וואס זענען דיינע עקספיריענס, און ווי רעלעוואנט איז די עדיוקעשאן און עקספיריענס צו די דזשאב. די אלע מעלות וואס די קאלעדזש עדיוקעישן ברענגט וועט יעצט ווערן אויפגעשפילט. ווען ס'קומט צו הייערן אן עמפלואי, אין א סיריעס ביזנעס, איז נישט גענוג אז די קאנדידאט פירט א פיינע שמועס דא אויף קאווע שטיבל, אדער מ'שמועסט אין ביהמ"ד אז דער אפליקאנט איז סחורה. ס'דארף שטימען אויף פעיפער, נישט אויך, נאר ערשט אויף פעיפער.

כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז מ'גייט אין קאלעדזש צו פאלישען די סקילס. נאר אז מ'גייט אין קאלעדזש, ווי מ'לערנט זיך א פאך, וואס גיבט צוטריט צו ארבעט, דעמאלטס קומט אריין די פאלישט סקילס. בכלל, אין די געיעג צו סעקיורן א דזשאב, דארף א מענטש אייביג אויסלייגן וואס ער קען אפילו סקילס וואס זענען בעצם נישט נוגע צום דזשאב דירעקטליך, פארוואס? ווייל די פאונט איז צו באקומען די דזשאב, און טאמער דיין רעזומעי האלט א סקיל וואס א צווייטער האט נישט גייסטו ארויף א סטעפ. די זעלבע זאך ביי אן אינטערוויו, אז די אפליקאנט איז פאלישט, גייט ער ארויף א טשענס איבער א צווייטען אינטערוויואי. די זעלבע ווען א קאמפעני דאונסייזד, וועט מען ערשט אהיים שיקען דער וואס האט ווייניגער סקילס אדער פאלישונג ווי א צווייטען. דאס איז אלס אפילו אויב ביידע זענען גלייך מיט די עצם ארבעט. ס'איז נישט א גערענטי אויף פרנסה, דאך איז א קאלעדזש עדיוקעישן א זאך ברענגט אסאך אפארטוניטי חוץ וואס מ'לערנט זיך אויס די ארבעט גופא.

צו מאכן געלט דארף זיין איינס פון דריי. אדער אינוועסט מען פיזיקעל שווערע ארבעט, אדער לערנט מען זיך, אדער האט מען פון פאראויס א קאסע פון געלט. קאלעדזש אדער היינטיגע אקרעדיטעד אנליין דעגריס, איז וואס מ'רופט "זיך געלערנט".

קול דודי » פרייטאג יולי 22, 2022 8:43 am

· #504777
קהל'ס נער
פארוואס זאל איך וועלן ארבעטען אין קארפערעט אמעריקא?
ווייל אין קארפארעט אמעריקע איז דא א גרויסע אויסוואל פין גיטע דזשאבס וואס באצאלן גוט, עכ״פ פאר די דזשאבס וואס מ׳דארף זיין שטודירט פאר דעם.
קהל'ס נער
די היימישע עקאנאמיע צאלט מער
די היימישע עקאנאמיע צאלט מער פאר עמך-אידן דזשאבס, למשל וואל-מארט מענעדזשער (אגב, נישט די סארט דזשאבס האב איך געמיינט…). ס׳איז אבער דא זייער ווייניג ״שטודירטע״ דזשאבס, ווי די מארקעט צאלט אסאך מער.
קהל'ס נער
ער פארשטייט מיינע יודישע גיברויכן […] משא"כ אין די קארפארעט וועלט אינטערעסירט קיינעם נישט ווי גיט די ארבעטסט, ס'דא כללים נאך אזויפיל יאר ווערט מען א מענעג'ער נאך אזויפיל יאר א סופרווייזר וכן הלאה.
די האסט א זייער נישט-ריכטיגען בליק ווי אזוי די קארפארעט וועלט ארבעט. מ׳פארשטייט דיין אידישע געברויכן על פי רוב (אפשר נישט אז די גייסט ארבעטן אין קענטאקי) אין די כללים וואס די זאגסט איז אפשר ריכטיג פאר נישט-שטודירטע יוניאן דזשאבס, וואס איז א מיעוטא דמעוטא פון ״קארפארעט״ דזשאבס (און די דזשאבס איז טאקע מן הסתם בעסער ביי היימישע, אז מען טרעפט), אבער רובא דרובא ארבעט נישט אזוי).

קידוש » פרייטאג יולי 22, 2022 8:49 am

· #504778
א שיינע אשכול דאס,
איך וויל נאר קלאר מאכען א נקודה, א געוויסע דזשאבס מוז מען נעמען קאורסעס אזויווי IT, PROGREMING, Accounting, פאר עטליכע וואכען/ חדשים,
אזוי אויך mantel health junior positions,
פשוט צו קענען אנפאנגען צו ארבעטען,
אבער די איידיעס בכללות פון נעמען א 2+ יאר דעגרי אויף ביזענעס מענעזמענט, פיינענס, אפיס לידערשיפ , אנעליטיקס וכו,
זעה איך פאר א פאקט ( אין מיין אידאסטרי) עס העלפט גארנישט פאר א מענטש,
וואס מען דארף יא צו וואקסען איז מאיטעוועשען, זיין לאיעל, טוהן מער ווי מ'דארף, אין אסאך סיעתא דשמיה,

אבוויסלי מען קען אלעמאל צו נעמען זייטיגע אונליין קורסעס פאר א ספעציפישע סקיל ( 4 וואכען בערך- $0 חובות )
די איידיע א יעדער דארף גיין א קאלעדש פאר סיי וועלכע נארמאלע דזשאב איז א בלויזע סקעם.

קול דודי » פרייטאג יולי 22, 2022 9:06 am

· #504781
קידוש
די איידיע א יעדער דארף גיין א קאלעדש פאר סיי וועלכע נארמאלע דזשאב איז א בלויזע סקעם.
דאס איז ריכטיג, און ווייניג זענען מחולק דאכט זיך. אבער פון דעם ביז ״קאלעדזש פעלט נישט אויס בכלליות״ איז זייער א גרויסן שפרינג. קאלעדזש איז גאר נוצבאר און אסאך פעלער (אבער און אנדערע פעלער איז עס ווייניג נוצבאר).

קול דודי » פרייטאג יולי 22, 2022 9:09 am

· #504782
איך וויל נאר צולייגן אז ס׳איז דא אנדערע סיבות צו גיין און קאלעדזש, אפגעזען פון דזשאבס. אבער די רעדטסט פון דעם ספעציפישן סיבה.

חדשים » פרייטאג יולי 22, 2022 9:22 am

· #504784
אלס איינער וואס איז דורך some kind אויף קאלעדזש וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי סענט. קאלעדזש געט דיך א ברייטע בליק אנצוקוקן א זאך. איך וואלט עס ממחיש געווען צו איינער וואס לערנט בקיאות vs. עיון. דער בקי וואס לערנט גמרא רש”י טענה’ט איך קען אלעס. איך האב אלע אינפארמעישן. איך קען אפילו יעדע גמרא אויסענווייניג. וואס פעלט אויס די אלע ראשונים וואס פארן אוועק צו אנדערע זאכן וואס גייט מיר קיינימאל נישט נוגע זיין. איך קען ענדיגן ש”ס אן זיי. משא”כ דער מבין וואס פארשטייט די טיפקייט פון לערנען בעיון און באקומען די ברייטע פיקטשער אויף די נושא. מ’קען אפילו צולייגן אז עס איז דומה צו א יושב יחידי ולומד ווס. מתאבק ברגלי ת”ח.
דאס געט דיר קאלעדזש, אויב עס איז א גוטע פארשטייט זיך. איך האב שוין געטון די ארבייט אין מיין פעלד פאר’ן גיין אין קאלעדזש. אבער קאלעדזש האט מיך אויסגעפארעמט א וועג וויאזוי מ’דארף אנקוקן די נושא. עס האט געטוישט מיין בליק. יעדע ביכל, קורס אדער אינפארמעישן וואס איך ליין/הער נאכדעם האט א אנדערע משמעות. איך פראסעס עס אנדערש. און פארשטייט זיך אז דאס איז וואס מ’זיכט אין די ליין און מיין ווערט איז אסאך מער.
תן לחכם ויחכם עוד וילמדו תועים בינה.

וואלווי » פרייטאג יולי 22, 2022 9:51 am

· #504801
חדשים

זאת ועוד, די ברייטקייט פון א פולע דעגרי ווערט זייער נוצבאר ווען ס'קומט צו זיין קריעטיוו אדער פאר פראבלעם סאלווינג ווען מ'דארף טראכטן out of the box אין דעם זעלבען אינדוסטרי.

אזוי אויך, אסאך דעגריס, דארפן לייסענסינג, חוץ פון די דעגרי, צו קענען פראקטיצירן דעם פאך למעשה. בתוכם, דאקטאר, לויער, און סי.פי.עי., וואס דאס באקומט מען געווענליך נאך למעשה'דיגע רעקווייערד אינטערשיפ וכדומה. א לייסענסונג איז דומה צו התרת הוראה. ס'איז נישט גענוג צו האבן א דעגרי און באקריגען גוטע מארקס אויף די לימודים גופא, נאר מ'דארף אויך האבן שימוש, און איינס גייט נישט אן דעם צווייטען.

למעשה'דיג גערעדט, א קאלעדזש עדיוקעישן ארבעט פארוואס ס'איז מכוון. די סיסטעם איז זייער קלוג אויסגעשטעלט. קיינער דארף נישט קיין דאקטאר וואס קען זיך נישט אויס אביסל פון אלעס. די אינטערשיפ און רעזידענסי פראגרעמס לערנען אויס פאר א דאקטאר למעשה וואס צו טוהן, און די זייטיגע קענטעניסן קומט זייער צו נוץ פאר פראבלעם סאלווינג. אפי' פסיכיאטער דארף קענען פערפארמען אן אפעראציע, וכהנה עוד רבות, ווייל די שלימות קומט טאקע פון די ברייטקייט פון ידיעות, סיי פאר פראקטישקייט, סיי פראבלעם סאלווינג. די זעלבע ביי אן אקאונטינג דעגרי. אז מ'לערנט די אקאונטינג פון סטאקס אדער פאבליק קאמפעניס, קומט דאס צו נוץ פאר אקאונטינג פון פארטנערשיפ און קעפיטאל אינוועסטמענטס אפילו פון פריוואטע קלענערע ביזנעסער.

די קאלעדזש סיסטעם ארבעט זייער פיין, בתנאי אז ס'ווערט גענוצט דורך די ריכטיגע מענטש. בלוי קאלאר און ווייט קאלאר זענען צוויי אנדערע כיוונים, א טרעילער דרייווער דארף נישט קיין מעסטערס, און א דאקטאר דארף נישט קיין CDL. א יעדע סיסטעם ארבעט פאר וועם ס'איז אינטענדעד, מ'קען נישט קאמפערען עפלעך מיט אראנדזשעס.

חדשים » פרייטאג יולי 22, 2022 10:09 am

· #504803
וואלווי

זייער שיין און קלאר אראפגעלייגט, טאקע וויאזוי וואלווי קען. די פראבלעם סאלווינג סקילס קען נאר ווערן געבויט פון די ברייטקייט וואס קאלעדזש געט.

ועפי”ז נתיישבו קושיות האשכול כמין חומר. מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי. נאטור דמר הכי ונאטור דמר הכי. עיון, ברייטקייט, קאמפליצירטע פראבלעם סאלווינג איז א סקיל וואס נישט יעדער האט. וויפעל בחורים ענדזשויען צו לערנען בעיון? אפילו ער גייט דורכגיין קאלעדזש/ישיבה גייט ער עס נישט וויסן וויאזוי צו עסן. און פון די אנדערע זייט זוכט מען ארבייטער וואס טוען מלאכתם באמונה מיט א גראדקייט, וואס דאס איז זייער שטארקייט. און פארדעם איז (אפשר) טאקע גענוג די בעיסיקס, וואס מ’דארף נישט קיין קאלעדזש דערויף. און זיי גייען אפילו ווערן שיין באצאלט לויט זייער פלייסיגקייט. מ’דארף קענען די אייגענע כשרונות. נישט פאר יעדן איז געמאכט א מצוינים ישיבה, און נישט פאר יעדן איז געמאכט יארן לאנג קאלעדזש.

איזהו חכם המכיר את מקומו.

קהל'ס נער » פרייטאג יולי 22, 2022 3:38 pm

· #504818
לאמיך זיך אליינס אויספראקן דא וועט מען אפשר פארשטיין וואס איך מיין.

פארוואס איך בין נישט אינטערעסירט צי ארבייטן אין קארפארעט אמעריקא, איך האב אנגעהויבן אלץ א פשוטע ארבייטער אין מיין ביזנעס און זייער שנעל האט מיין בהע"ב געזעהן אז איך בין א עסעט פאר זיין ביזנעס, ער האט מיך גערעיסעד צי 3 מאל מיין אריג'ינאל פעיטשעק, איך האב פולע אינדעפענדענס, ער פארלאזט זיך אויף מיר, ער עפרישיעט מיך וכו'.
יעצט אז איך וואלט געארבייט אין א קארפערעט ביזנעס וואלט איך געווארען גערעיזט מיט א דאלער יעדע יאר, (און זיך געפילט גיט צי אויסניצן א סיק דעי אפילו ווען איך בין נישט עכט קראנק), מענעג'ער'ס קריכן אויף מיין קאפ און פירן זיך צי מיר ווי א יונגל אין חדר, קיינער עפרישיעט מיך נישט, קיינער טראסט מיך נישט, מה לי ולצרה הזאת?

וואלווי » פרייטאג יולי 22, 2022 4:08 pm

· #504821
B&H וואלט געקענט זיין א גוטע קעיס סטאדי. ס'איז אויפגעסעט ווי קארפארעט אמעריקא, איז דארט דא א סיבה אויף נישט מצליח זיין? אז איינער איז אויסגעצייכנט ווערט ער נישט פראמאטעד? ער באקריגט נישט קיין לייטישע רעיזעס בעיסד אויף פערפארמענס?

כ'האב נישט קיין שייכות צו B&H, אבער לפי הנראה סיי די געשעפט און סיי די אפיסעס ווערט געפירט ווי קארפארעט אמעריקא, און אבוויוסלי קען מען פון דארט מצליח זיין. סיי די IT חברה, סיי די פלאר ארבעטערס, און אפשר גאר די ווערהאוז אויך.

קען זיין ס'איז אינטערסאנט דאס צו נוצען אלס אן עקזעמפעל פאר די דיבעיט דא.

קהל'ס נער » פרייטאג יולי 22, 2022 4:32 pm

· #504827
איך קען נישט b&h געניג גיט, אבער מען קען טאקע נעמען fabuwood א היימישע קאראפערעט ביזנעס, וואס האט טאקע די אלע חסרונות וואס איך האב אויסגערעכענט.

שאלתיאל » מוצ"ש יולי 23, 2022 4:04 pm

· #504844
מיינע דריי צענט אלץ איינער וואס שטודירט א פאך אין סאושעל סייענס. (איך באציה מיר דא בעיקר צו די סארטן פעכער) איך מיין מען דארף דא פונאנדערשיידן צווישן צוויי נקודות-
1. יעדער פאך וועלכע איז נישט קיין נאטורליכע טאלאנט (ווי ארט, מוזיק, שרייבן וכו') מוז מען לערנען ערגעץ וואו, עס פאלט נישט אריין אין קאפ גראד פון הימל. די זאכן ווערן אנטוויקלט אין לויף פון צענדליגע אויב נישט הונדערטע יארן דורך די בעסטע קעפ און ווערט אלץ מער און מער פארגעשריטן. און זאל קיינער זיך נישט איינרעדן אז ער האט עס 'נאטורליך' אין די בלוט פונקט ווי קיינער וועט נישט גיין צו א דאקטער וועלכע האט נישט קיין גראדואירט דאקטעריי נאר טענה'ט אז ''ער האט עס אין די בלוט''. עס איז דא אן אויסגעטרויטענעם וועג, עס איז דא אפציעלע שטאטוטן און באזירטע תורות וועלכע מען מוז שטודירן. אזוי איז דער דרך העולם.

2. פון דער אנדערע זייט איז אבער קלאר אז די היינטיגע אקאדעמיע איז זייער קאמפליצירט און ביראקראטיש און פול מיט אייגענע אינטערעסן. זיי זוכן בעיקר צו שטופן זייערע ריסוירטש און זייערע אגענדעס און הויפענען אומגעהויערע שטוריכלונגען אויפן איינפאכן סטודענט וועלכע זוכט בלויז ארויסצוקומען מיט א מקצוע אין הענט. עס איז א הימלגעשריי וואס א סטודענט מוז אריבערגיין היינט צוטאגס צו גראדואירן מיט א דיפלאם. מען שטופט דיר אריין זאכן וואס איין גאט ווייסט ווי עס קומט אריין.
אונטערשטע שורה איז עס אבער דער איינציגע אלטערנאטיווע און כל זמן עס איז נישט פארהאן אן אנדערע וועג איז עס דער איינציגסטע ריכטיגע וועג ארויסצוהאבן א פאך.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2022 12:56 pm

· #504888
ס'איז שוין געווען עטליכע מאל וואס איינער וואס האט געהאט א געשליפענע צינג און ער האט געקענט די שפראך וואס מ'רעדט דארט (טעכניש גערעדט). און ער האט באקומען א הויכע פאזיציע. ווען מ'האט געכאפט אז ער האט אויסגעפאפט (אפילו נאך א פאר יאר) איז ער תיכף געפלויגן...ומעשה שהיה. איינער א מאן דהוא האט זיך אנגעגעבן אז ער האט א דאקטאראט אין מיטיאראלאג'י. ער האט באקומען א פאזיציע אלס וועטער פארקעסטער. ער האט אויך אייביג מקפיד געווען מ'זאלל איהם רופן מיט דעם טיטל דאקטאר. ווען מ'האט געכאפט זיין שווינדל איז ער תיכף געפלויגן. מ'האט איהם נישט געגעבן אפילו איין טשענס...!

שטרומפ » פרייטאג אפריל 21, 2023 5:16 am

· #522031
Re: טויגליכע היימישע vs קאלעדש גרעידאירטע
כ'האב א אינטרעסאנטע באמערקונג: די קעפל פון די אשכול פארגלייכט צווי מענטשען. א "טויגליכער" היימישער מיט א "שטודירטע" פערזאן. זעהט אז ער איז מודה אז איינער וואס איז נישט טויגליך לוינט זיך זיכער צו גיין אין קאלעדזש.

הקטן » פרייטאג אפריל 21, 2023 6:17 am

· #522034
שטרומפ
כ'האב א אינטרעסאנטע באמערקונג: די קעפל פון די אשכול פארגלייכט צווי מענטשען. א "טויגליכער" היימישער מיט א "שטודירטע" פערזאן. זעהט אז ער איז מודה אז איינער וואס איז נישט טויגליך לוינט זיך זיכער צו גיין אין קאלעדזש.
און אסך פעלער וועט אים קאלעדזש אויך נישט קיין סך העלפן, א שאד די צייט און געלט.
והרבה דרכים למקום...