☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » למעשה #5: גיין אין קאלעדזש

למעשה #5: גיין אין קאלעדזש

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7499

מצטמק ויפה » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 4:13 pm

· #232252
למעשה #5: גיין אין קאלעדזש
אה שמואל וואס טוט זיך? שוין לאנג נישט געזעהן, וואס מאכסטו עפעס גוטס? דאס מרה שחורה אויף מיין חבר'ס פנים האט מיר שוין אלעס פארציילט איך האב שוין פון איהם גארנישט געדארפט הערן. וואס איז? פשוט נישטא קיין געלט, די ווייב מאנט, די לענלארד שרייט, די חדר פארפירט, די גראסערי וויינט, אבער הילד איננו. נו, פרעג איך איהם, פארוואס זעהסטו נישט עפעס צו טוען אריינצוברענגן א מקור הפרנסה אין שטוב? זאגט ער מיר, יא, ער האט שוין מחליט געווען צו גיין ארבייטן און ער האט שוין אפילו אויפגעגעבן נאכמיטאג כולל אבער ער האט נאך גארנישט געטראפן גארנישט לייטיש און צום זאך, און אזוי ביני לביני האב איך געטראפן צוויי קרעדיט קארדס פון 0% APR און אזוי שטופט מען דורך חודש נאך חודש.

ידידים יקרים, דאס איז נישט נאר מיין חבר נאר אזוי זענען דא צענדליגע און הונדערטע אינגעלייט וואס האבן פשוט נישט וואס אין מויל אריין צו נעמען, פשוט ווייל זיי קענען נישט אויפקומען מיט עפעס א לייטישע דזשאב. טייל דרייען זיך ארום ממש אן גארנישט אזוי ווי מיין אויבערדערמאנטן חבר, אדער איז דא וואס יעדן טאג טרעפן זיי זיך מיט א נייע בעל הבית פארנדיג אויף א רוילערקויסטער פון דזשאב צו דזשאב, מ'פאנגט אן מיט סעיל'ס נאכדעם מיט קאר סערוויס וכדו' און מ'מוטשעט זיך אן וואך נאך וואך זוכענדיג עפעס א מקום מנוחה.

און נאכדעם איז דא די אינגעלייט וואס מען רופט זיי סיזענ'על אינגעלייט, דהיינו יעדע סיזען ארבייטן זיי אויף וואס עס פעלט זיך אויס אין יענע זמן; פסח ביים מצה בעקעריי, שבועות אין שיך געשעפט, זומער אלס מדריך, סוכות אתרוגים, און אזוי פארט א גלגל החוזר. אבער דאס איז ווייט פון א נארמאלע מהלך החיים פאר א טאטע מיט א שטוב מיט קינדער.

די ווייטאגליכע מציאות איז אז רוב פון די אינגעלייט זענען באמת א בא בטענה, ווייל די האנדל'ס וועלט האט זיך געגעבן גאר א שטארקע דריי די לעצטע פאר יאר, און די אויסוואלן פאר א לייטישע דזשאב זענען באמת זייער קליין, און אפילו די וואס זענען שוין יא דא, צאלט מען פאר דעם זייער ווייניג אז עס לוינט פשוט נישט.

איז וואס יא? וואס איז די ריכטיגע מהלך און אזא עפאכע וואס מיר לעבן און עס וואלגערן זיך נישט קיין דזשאב'ס אין די גאס?

די ענטפער אויף דעם גאר פארווייטאגטע פראגע איז: "קאלעדזש". וואס?! יא, קאלעדזש. וואס הייסט? איך בין עפעס א גאסן יונג אדער וואס? וואס וועט מיין טאטע, שווער, ווייב, באבע, זאגן אויף דעם? איז קודם לאמיר אייך אויפמערקזאם מאכן אז מיר לעבן שוין נישט אין די זעכציגער יארן, נאר מיר לעבן ברוך השם אין א אכשיר דרא'דיגע דור ווי אלעס איז צוגשטעלט צוגעפאסט פארן היימישן ציבור, און יא, קאלעדזש איז אויך צוגעשטעלט פאר היימישן ציבור אויפן שענסטן פארנעם, געאייגנט פאר היימישע אינגעלייט אפגעטיילט בלויז פאר מענער, מיט פראפעסער'ס וואס זענען על פי רוב שומרי תורה ומצוות און פארשטייען אונזערע געברויכן. און ווען מיר זאגן היימיש מיינען מיר היימיש היימיש פון די שענסטע און די בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. א שטייגער פון אזא קאלעדזש איז: TTI אדער Cope וואס די ביידע איז ממש געאייגנעט פארן היימישן ציבור מיט אלע זייערע געברויכן.

פיין! אבער לאמיר זעהן וואס איז דאס קאלעדזש, וואס טוט מען דארט, און אויף וואס קען מען זיך אלס לערנען, און אויף וואס זאל מען זיך לערנען, און וואז נעמט מען דערפון ארויס למעשה?

איז אזוי בעצם יעדע מין זאך קען געלערנט ווערן אין קאלעדזש, אבער זייער אסאך זאכן קענסטו טרעפן א דזשאב אן דעם דעגרי אויך, ממילא איז א שאד די מיה און פלאג זיך צו לערנען דערפאר ווען דאס גייט גארנישט ברענגען. איז למעשה די זאכן וואס דער היימישער עולם לערנט זיך איז על פי רוב: אוקאנטינג, גרעפיקס, בוקקיפינג, ספעשיל עדזשוקעישן, ספיעטש טערעפּי, עפפ דוועלאפינג (לעצטערע געדאנק), און נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.

אלע פון די זענען באמת פיין און קענען ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן פארן ריכטיגן מענטש, אבער מיר וועלן ארום רעדן פון "ספעשל עדזושקעישן". די סיבה פארוואס מיר האבן דאס אויסגעקליבן איז ווי פאלגנד:

די שטאט ניו יארק טוט די לעצטע פאר יאר טיילן אוצרות מיט געלט פאר עדזשוקעישן אויף א אומ-נארמאלע פארנעם.
די פארלאנג פאר דעם איז זייער גרויס, צוליב די קליינע צאהל אינגעלייט וואס האבן א דעגרי.

די פרויען וואס האבן זיך דערצו צוגעכאפט בעת וואס עס איז געווען ביי זיי א גרויסע פארלאנג האבן זייער שטארק מצליח געווען. און זייענדיג לעצטענס ביי א מיטינג אין דעם פעלד, האט זיך אנגעזעהן דעם ריזן חילוק אז בעת דארט זענען געזיצן הונדערטער היימישע פרויען האב איך געקענט ציילן מיט די פינגער די היימישע מענער, מיר זענען ניטאמאל געווען פינף פראצענט.

אפילו פאר'ן ענדיגן דעם גאנצען דעגרי קענסטו שוין אנהייבן טוען געוויסע זאכן, ווי למשל Title 1 און נאך שפעטער P3 וואס דאס אלעס צאהלט זיך זייער גוט, און איז א גרויסע מעלה נישט דארפנדיג ווארטן די צוויי דריי יאר צו זעהן די פירות פון דיין ארבייט.

איז לאמיר עס אביסל צולייגן און זעהן וואס דאס איז. יעדע דעגרי וואס מען וויל נאר נעמען, נישט קיין חילוק אויף וועלכע פאך, איז איינגעטיילט אין צוויי: פאזע איינס און פאזע צוויי. פאזע איינס רופט זיך א בעדזשלור'ס דעגרי וואס דאס נעמט בערך פון א יאר ביז דריי יאר געוואנדן אין וועלכע קאלעדזש דו גייסט, פאזע צוויי איז א מעסטער'ס דעגרי וואס די צייט דערפון איז שוין געוואנדן אויף וועלכע פאך דו נעמסט דעם דעגרי.

די BA (בעדזשלור'ס) דעגרי האט בעצם נישט קיין שייכות מיט די פאך וואס דו גייסט זיך לערנען, עס איז נאר אזויפיהל אז די שטאט פארלאנגט אז יעדע געלערנטער מענטש זאל האבן א שטיקל ידיעה און וועלטליכע חכמה, ווי ענגליש, מאטעמאטיק, בייעלאגיע, וכו'. אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם ספעציפישן פאך וואס דו גייסט זיך לערנען. קומט אויס אז בעצם בשעת'ן נעמען די BA דארפט איר אפילו נישט וויסן וואו איר פלאנט זיך למעשה צו ווענדן, אבער נאך אלץ איז בעסער אז יא, ווייל אזוי קען מען שוין אריינשטופן אינעם BA די ידיעות וואס גייט דיר דארפן צוניצקומען.

כדי צו באקומען א BA דארף מען האבן 120 קרעדיט'ס, דאס באקומט מען דורך נעמען א טעסט. א געווענליכע טעסט איז 3 קרעדיטס, ס'דא וואס זענען זעקס, אזוי אויך איז דא וואס זענען 16 קרעדיט'ס. אין די קרעדיט'ס אליין איז דא העכערע לעוועל קרעדיט'ס מיט נידריגע לעוועל קרעדיט'ס, געוואנדן לויט די שוועריגקייט פונעם טעסט. א געוויסע חלק פון די קרעדיט'ס מוז פארשטייט זיך זיין פון די הויכע לעוועל קרעדיט'ס, ווי אויך דארף די קרעדיטס זיין איינגעטיילט אין געוויסע ספעציפישע ידיעות.

ווי ערווענט, קען די 120 קרעדיט'ס זיין אין סיי וועלכע וועלטליכע וויסענשאפט, דאס נעמט אויך אריין אידישע וויסענשאפט ווי חומש, גמרא, הלכה, אידיש שפראך און אידישע היסטאריע. דער פאקט פארגרינגערט זייער שטארק פאר היימישע אינגעלייט צו עררייכן גאר שנעל די 120 קרעדיטס, ווייל קודם קען מען באקומען כמעט 40 קרעדיט'ס פון די ישיבה וואו מען האט געלערנט (אויב האט מען גענומען פראגראמען), און ווי אויך איז שוין היינט צוגעשטעלט JSE טעסטס וואס זענען געמאכט אויף גמרא, חומש, חפץ חיים וכדו'. פארשטייט זיך אבער אז צו דעם אלעם דארף מען נאך אלס האבן געוויסע קרעדיט'ס פון ענגליש, מאטעמאטיק, בייאלאגיע וכדו'.

איינמאהל איר האט עררייכט אייער 120 קרעדיטס קענט איר שוין אריינגיין אין פעלד פון עדזשיקעישן מיט'ן טוען Title 1, דאס איז א שטאטישע פראגראם ארויסצוהעלפן שוואכערע קינדער וואס דארפן טיפול מיוחד, מען נעמט זיי ארויס פון קלאס און מען לערנט מיט זיי פאר 45 מינוט און מען צאלט פאר דעם צווישען 50 ביז 60 דאללער א שעה (געוואנדן אונטער וועלכע עדזשענסי דו ארבייטסט). כמעט אלע היימישע מוסדות האבן שוין היינט דעם פראגראם, און דער פארלאנג פאר היימישע אינגעלייט איז זייער גרויס.

דערנאך איז דא די מעסטערס דעגרי וואס איז געווידמעט אויף דעם ספעציפישן פאך וואס דו גייסט זיך לערנען, און איינמאל דו דערגרייכסט די פולע דעגרי קענסטו שוין טוען ספעשיל עד וואס צאלט זיך צווישען 60 ביז 90 דאללער א שעה.

אפילו נאך פארן ענדיגן די גאנצע דעגרי קענסטו נאך אכט וואכן אריין אינעם דעגרי טוען P3, וואס כאטש מען צאהלט פאר דעם ויויניגער פון וואס מען צאלט פאר Title 1, איז דאס אבער דורכן גאנצן טאג, בעת וואס Title 1 איז ספעציפיש נאר אויף די נאכמיטאג שעות.

ווי געברענגט אויבן, האבן מיר נאר אויסגעשמועסט איין זאך אויף וואס מען קען זיך לערנען, אבער די פעלד פון קאלעדזש איז זייער גרויס, און וואו איר זעהט, צאלט מען פאר איינעם מיט א דעגרי זייער זייער שיין.

צום סיום לאמיר קלארשטעלן אז מיר באציען זיך נישט דא אויף דעם קליינעם פראצענט אינגעלייט וואס זענען געבוירן געווארן אויף צו זיין בעלי בתים פון פארצווייגטע געשעפטן, און וועלן טוען כל טצדקי צו מצליח זיין אין ביזנעס. זיי זאלן טאקע זעהן צו ארבייטן אליין און וועלן מצליח זיין שענער אן א דעגרי וואס דאן זענען זיי געבינדן צו דעם ספעציפישן ארבייט אויף וואס זיי האבן א דעגרי, ווי אן א דעגרי. אבער רובא דרובא וואס זענען נישט געמאכט אויף צו האסלען זאלן אוודאי נעמען די מיה און זיך גיין לערנען עפעס א פאך וואס וועט זיי ברענגען פרנסה ברווח בעזר השם.

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 4:55 pm

· #232266
עטליכע הערות:

מצטמק ויפה
איינמאהל איר האט עררייכט אייער 120 קרעדיטס קענט איר שוין אריינגיין אין פעלד פון עדזשיקעישן מיט'ן טוען Title 1, דאס איז א שטאטישע פראגראם ארויס צו העלפן שוואכערע קינדער וואס דארפן טיפול מיוחד, מען נעמט זיי ארויס פון קלאס און מען לערנט מיט זיי פאר 45 מינוט און מען צאלט פאר דעם ציווישען 50 ביז 60 דאללער א שעה (געוואנדען אינטער וועלכע עדזשענסי דו ארבייטסט.) כמעט אלע היימישע מוסדות האבן שוין היינט דעם פראגראם און די פארלאנג איף היימישע אינגעלייט איז זייער גרויס.


די רעגירונג האט דאס יאר אנגעהויבן אנערקענען ישיבה דעגריס, און מ'קען טון title 1 אויב מען האט א first Talmudic degree (א יעדע אפיציעלע ישיבה אדער כולל קען עס אייך געבן, הגם זיי מאכן פראבלעמען אויב האט איר נישט גענומען college program . ס'איז לעצטענס עדווערטייזט אין די היימישע מארגן צעטליך אז מ'זוכט אינגעלייט דאס צו טון און זיי צאלן, ווי געשריבן, $60 פאר די ערשטע session און $50 פון די אנדערע. רופט 718-419-6237 פאר מער אינפארמאציע.

נאך א וויכטיגע הערה:

אויסער cope און TTI איז דא קורסעס פאר מענער ביינאכט אין Bramson Ort College וואו מען קען באקומען א BA אין א היימישע סביבה. (דער קאלעדזש איז געגרינדעד געווארן דורך אידן און איז ספעציעל געמאכט פאר immigrants און סטודענטן וואס דארפן הילף).
עפעס האב איך יא געהערט אז לעצטענס איז נישט געווען קיין קלאסן מפני סיבות שונות — בכ"א, פאר מער פרטים, אין אישי.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 4:57 pm

· #232267
זייער שיין מצטמק, און ריכטיג.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אויב איינער פלאנט דאס צו טון (אדער שיקן זיינע קינדער), זאל מען אנהייבן גלייך נאך די חתונה (אדער אפשר נאך אפילו אלס חתן) ווען דער מצב הפרנסה איז נאך נישט טייט, און עס איז נאך דא מער צייט, מען איז נאך נישט פאריאגט און פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה, ויפה שעה אחת קודם, ווי פריער מען לערנט זיך, אלס פריער און שנעלער קען מען אנהייבן שניידן די פירות, און מען דארף נישט אריינפאלן אין חובות.

פישלע העררינג » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 5:05 pm

· #232268
שיין צו זעהן אז דו טוהסט באטראכטן דער קאלעדזש אפציע אומאפהענגיק אין אונזער אלגעמיינע עדיוקעישאן.

#למעשה זאגסט, אז יעדע שמויגער קען פארדינען ביז דריי יאר בערך 60 דאללער א שעה אויב גייט ער זיך לערנען אביסל מאטעמאטיק, נעמט א חפץ חיים טעסט, און האט די באבע אין די אדמה.

דאס איז א שיינע רעיון, ווייל עס לאזט איבער אונזער איינגעקנעטענע סיסטעם פון לערנען אין ישיבה גפ"ת, און אין כולל הלכה וכו', וואס דאס גייט זיך דאך לכאורה נישט טוישן, און דאס איז דאך וואס מיר ווילן אלץ אידן - זיצן און לערנען, נאר דו לערענסט אויס א וועג וויאזוי צו גיין די קומענדיגע טריט אין לעבן.

נ.ב. וואס זענען די קאסטן פון גיין אין קאלעדזש? איך זעה אז דו רירסט עס אהן מיט די באהויפטונג אז נישט געדאגה'ט, די ניו יארקער גאווערנמענט לאזט זיך קאסטן דערויף. איז עס ווירקליך אזוי? זענען דא פראגראמען וואס צאלען דאס אויס גענצליך?

------
אפטע האקט.

מצטמק ויפה » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 5:07 pm

· #232270
אפטעמיסט
עטליכע הערות:



די רעגירונג האט דאס יאר אנגעהויבן אנערקענען ישיבה דעגריס, און מ'קען טון title 1 אויב מען האט א first Talmudic degree (א יעדע אפיציעלע ישיבה אדער כולל קען עס אייך געבן, הגם זיי מאכן פראבלעמען אויב האט איר נישט גענומען college program . ס'איז לעצטענס עדווערטייזט אין די היימישע מארגן צעטליך אז מ'זוכט אינגעלייט דאס צו טון און זיי צאלן, ווי געשריבן, $60 פאר די ערשטע session און $50 פון די אנדערע. רופט 718-419-6237 פאר .


שכח אפטע פארן אנמערקן.

א first talmudic degree איז נישט גענוג מען מוז האבן א BTL וואס נישט יעדע ישיבה קען דאס געבן ווי אויך דארף מען זיין ענרוילד אין א קלעדזש און אפילו אזוי מאכן זיי פראבלעמען.

מצטמק ויפה » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 5:11 pm

· #232271
פישל'ע העררינג


נ.ב. וואס זענען די קאסטן פון גיין אין קאלעדזש? איך זעה אז דו רירסט עס אהן מיט די באהויפטונג אז נישט געדאגה'ט, די ניו יארקער גאווערנמענט לאזט זיך קאסטן דערויף. איז עס ווירקליך אזוי? זענען דא פראגראמען וואס צאלען דאס אויס גענצליך?

------
אפטע האקט.


די קאסטן פאר די BA איז 10 אלפים וואס דריי דערפון באקומט מען צירוק פון די שטאט. און די מעסטערס איז בערך 17 אלפים וואס מקען דערויף נעמען א סטודענד לאון , און אויב ווערסטו א ספעשיל עד טיטשער פאר פינף יאר ווערט די גאנצע חוב אפגעווישט.

אפטעמיסט » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 5:37 pm

· #232273
מצטמק ויפה
א first talmudic degree איז נישט גענוג מען מוז האבן א BTL וואס נישט יעדע ישיבה קען דאס געבן ווי אויך דארף מען זיין ענרוילד אין א קלעדזש און אפילו אזוי מאכן זיי פראבלעמען

איך בין נישט זיכער וואס דו מיינסט צו זאגן, אבער אנגעהויבן פון די יאר איז א first Talmudic degree (כמדומה אפילו אן די transcripts) גענוג אויף צו קענען פרוקצירן title 1. יעדע ישיבה וואס קען נעמען college programs קען דיר דאס געבן.

קאסטנער » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:05 pm

· #232299
וואס איז מיט קאמפיאטער לערנען? מען דארף נישט קיין קאלידזש סהאקט נישט אפ פין תורה.
א ריזיגע חלק פין די דזאב מארקעט ווערט אוועק גענימען פין אינז וועגען מער קענען נישט קאמפיטער.
סטאקע דא וואס לערנען אויס אבער עס איז נישט אין די סיסטעם אין קיין איין אינגערמאן גייט זיך נישט לערנען פארן וויסן אז ער וועט האבן א דזאב ווי ער וועט דאס דארפן ניצן, ווייטער ווען ער גייט שוין זיכן א דזאב איז שוין די מצב גענגעט אין ער נעמט וואס איז דא, אזעלכע וואס זענען מסכים צי טרענען נייע ארבעטערס פין אלף זענען דא זייער ווייניג.

פאר די פרויען לערנט מען גרינטליך אויס קאמפיטער,הייסט מען זיי גרעפצן קינדער ביז זיי סטאפן ארבעטען, מענער ווייטער לערנט מען נישט אויס אין צום סוף דארף ער ברענגען פרנסה??

#עולם הפוך ראיתי.

ארבעס » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:09 pm

· #232337
איך פארשטיי אז tap צאהלט פאר college? אדער מאך איך א טעות

מצטמק ויפה » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:11 pm

· #232340
ארבעס
איך פארשטיי אז tap צאהלט פאר college? אדער מאך איך א טעות


יא דאס איז א חלק פון די דריי אלפים אויבן דערמאנט.

אליצפן » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 10:18 pm

· #232344
ארבעס
איך פארשטיי אז tap צאהלט פאר college? אדער מאך איך א טעות

טעפ צאלט נאר אויב גייסטו אין א געהעריגע קאלעדזש פאר פיר יאר. טאמער ווילסטו נעמען דער היימישער שארטקאט פון א יאר-18 חדשים, און עס טון עפי"ר דורך נעמען טעסטס אויף אידישע נושאים, וועט עס דיר אפקאסטן א שיינער פאר טויזענט דאלאר.

פישלע העררינג » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:21 pm

· #232362
יעצט געליינט אין בלומבערג ביזנעס וויק, אז זיי האבן געמאכט א גאר ריזיגע אנקעטע לעצטענס, און עס שטעלט זיך ארויס דאס 46! פראצענט גראדואירטע האבן א פרנסה וואס פארלאנגט בכלל נישט זייער דוגרי אדער סערטיפעקאט!

מצטמק ויפה » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 11:31 pm

· #232365
פישל'ע העררינג
יעצט געליינט אין בלומבערג ביזנעס וויק, אז זיי האבן געמאכט א גאר ריזיגע אנקעטע לעצטענס, און עס שטעלט זיך ארויס דאס 46! פראצענט גראדואירטע האבן א פרנסה וואס פארלאנגט בכלל נישט זייער דוגרי אדער סערטיפעקאט!


די אנקעטע איז לכאורה נאר גילטיג ביי די גוים וואס רוב נארמאלע גוים גייען אין קאלעדזש, און אוטעמאטיש קומט אויס אז אסאך צילן נישט געהעריג אויף א דזאב נאר אבי זיין א געלערנטער מאן און טוען וואס איז נארמאל. משא"כ ביי אונז דער וואס גייט אין קאלעדזש ווייסט וואס ער וויל און וועט זיך אריינלייגן דייקא אין די פעלד וואס ער האפט אנצוקומען.

ארבעס » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 8:33 am

· #232401
קודם כל איז דא פעדעראל עיד. Fafsa.gov
שנית די מחלוקה בנוגע שטודירין פאר א דיגרי איז א אלטע. טראמפ אין זיין ריאלעטי שאוי the apprentice האט איין סיזאן וואס ער לייגט אקעגן street smart vs book smart. למעשה האבען די book smart געוואנען.
בנוגע לענינינן. יעדער פאזיציע (חוץ גאר היימישע ) פארלאנגען א דיגרי. סימפעל. על פי רוב קענען אינז ניט אפילו שרייבען ענגליש. א דאנק אינזער חינוך. קוים ביז זיביטע קלאס.
א דיגרי וועט דיר געבן וויסענשאפט אין language finance business admin.
עס זענען אלעמאל דא מענטשען וואס קענען זיין מצליח בלי זה.
טראמפ האט נישט קיין בעטשלערז אבער ער איז געוועהן שטיק צייט אין west point צי מושטירען אלס א סאלדאט. אין צי ברענגען א ראיה פין יחידי סגולה איז נישט ריכטיג.
איך כשלעצמי איז שוין צי שפעט אבער מיין קינדער וועל איך אריינגעבן תשיקה פאר העכערע עדויקעשען

MickyMouse » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:55 pm

· #232520
פישל'ע העררינג
יעצט געליינט אין בלומבערג ביזנעס וויק, אז זיי האבן געמאכט א גאר ריזיגע אנקעטע לעצטענס, און עס שטעלט זיך ארויס דאס 46! פראצענט גראדואירטע האבן א פרנסה וואס פארלאנגט בכלל נישט זייער דוגרי אדער סערטיפעקאט!


א גרויסע חלק פון ארבעט׳ס געבער זענען וויליג צי לערנען א קוואליפיצירטע מענטש. האבן א דעגרי, אויף עניטינג, ווייזט אז דאס איז א מענטש מיט וועם מען קען גיין צום טיש און אז ער איז א ריספאנסיבל פערזאן, ווייל באקומען א דעגרי ווייזט אויף א שטארקע קאמיטמענט.

אין די היימישע עולם איז זייער שטארק די טענה אז מ׳זעט גרויסע מיליאנערן וואס זענען קיינמאל נישט געגאנגען זיך לערנען, ווי אויך זעט מען זייער אסאך וואס האבן זיך געלערנט אבער מיטשענען זיך אוועק.
למעשה איז די פעלד מער אפען פאר ווער עס האט א דעגרי, און די אפערטוניטי צי זיין מער ווי א ווערהויז מענעדזער אדער דעטע ענטרי איז אסאך בעסער.
נאך איין (וויכטיגע?) פאוינט, מען קען טאקע ניצן די ישיבה היי סקול דיפלאמע, אבער מען האט פאקטיש נישט די בעסיק סקילס וואס מען מיז האבן אנציהייבן קאלעדזש. איך קען עטליכע וואס האבן נישט געקענט מיטהאלטן וועגן דעים.
איך האלט אז עס איז א וויכטיגע ערשטע סטעפ, צו נעמען א GED. (איך האב אויך אזוי געטון).

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:29 pm

· #232524
זייער א וויכטיגע ענין און א ווייטיגליכער נושא, אבער דער גרעסטער שטער איז לכאורה היינט אז מענער האבן נישט די מינאמאלע סקול קרעדיט'ס אנציהויבן קאלעדש ווידערים די לדים האבן יא זיי האבן אלע דיפלאמע'ס, אפילו לאמיר זאגן איינער האט יא א דיפלאמע וואס ער האט איינגעהאנדעלט פון א שווארצע פאסטעך, גיבט מען אים די ערשטע טעסט פון זעקסטע גרעיד ספעלינג און אריטמעטיק, און מען דערגייט באשיינפערלעך אז ער קען ליידער נישט ספעלן די נומערען פון איינס ביז צעין,

פארוואס זאלן מיר נישט זעין קיין איין איד א יו פי עס אדער פעדעקס דרייווער
פארוואס ארבייט נישט קיין איין איד פאר קאן עדיסאן און ווערייזאן
קען א אינגערמאן נישט דרייון א סיטי באס, נאר אויב עס איז א געילע וואס האט אויסגעקריצט רץ כצבי לתלמיד תורה
אויף אלע אלגעמיינע קאנסטראקשן סייטס, זעיט מען נאר אויב ער איז דער בעל בוס אדער פארמאן איז א אנ"ש
און קיין שום אפיציעלע אפיס זעיט מען נישט קיין היימישער, אלע פארדינען שיין נאך א קארצע צייט
איך זעי אויף קאנסטראקשן סייטס פיל מיט אראבער'ס מיט שפיצלעך און בערד ווי רב אדה בר אהבה, פארדינען מסתם העפטיג
זענען מיר עפעס נישט אזוי גערוטען ווי די מאקדאנעלד פרעסענדער גוי
לעצטענס האבן מיר זיך גריידע יא ציגעכאפט צי קאר סערוויס, זעיט זיך אויס אז דער אינגערמאן קלערט אז מען וועט מיינען אז ער איז א חסד מעמבער
פארוואס נישט א יעלא טעקסי מען מיז נישט הייסן מכמוד, דעיס איז נאר א לעיגענדע
וואס איז שלעכט צי זיין א איינגעשטעלטע און א שפיטאל מיט סיי וואספארא נאמען עס פעילט אויס, מען ברויך נישט קיין קאלעדש דעגרי נאר אביסל סקול,
וויפיל וואלטן די אינגעלייט געקענט אויפטיען ווען זיי וואלטן נאר ג'ענדיגט סקול צי קענען געהעריג רעכענען און שרייבן, עס איז א שאנד און א בושה

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:38 pm

· #232527
פליקער
וואס איז שלעכט צי זיין א איינגעשטעלטע און א שפיטאל מיט סיי וואספארא נאמען עס פעילט אויס, מען ברויך נישט קיין קאלעדש דעגרי נאר אביסל סקול

אויב מיינסטו צו בעזימען דעם האלוועי ביסטו גערעכט; אבער צו טון ארבעט מיט פאציענטן פאדערט זיכער לכה"פ א שטיקל דעגרי, וע"ז ידוו הדווים, מען וואלט געקענט אסאך שיין געלט פארדינען מיט ארבעטן אין שפיטאל (אדער סיי וועלכע מעדיקל קליניק).

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:43 pm

· #232528
איך פארשטיי אז צי זיין א ראדיאליגיסט אדער פאטאלאגיסט ברויך מען זיין אין סקול, אבער צו זיין זייער אסיסטענט ברויך מען נישט, עס זענען דא ים'ם מיט ארבייטער'ס סעקראטערי'ס טריאדש פערזאנען, קאמפיוטער טעקנישן'ס איי טי ועוד

איך רעד דייקי נישט פון ברומעטאלעדזשי

אפטעמיסט » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 4:58 pm

· #232531
פליקער
דער גרעסטער שטער איז לכאורה היינט אז מענער האבן נישט די מינאמאלע סקול קרעדיט'ס אנציהויבן קאלעדזש

אין געוויסע קאלעדזשעס קען מען באקומען א GED בשעת מען ארבעט אויף די BA און אלס וואס מ'דארף האבן צו ווערן אנגענומען איז נעמען א קליינטשיקע school exam וואס אפילו דאס העלפט מען דיך זיך צוגרייטען.

מצטמק ויפה » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:14 pm

· #232539
[ציטאט אראפגענומען]


איך מיין עס איז נישט אפגעטיילט מענער און פרויען

מבקר » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:28 pm

· #232546
נאך אן אפשען וואס איז נישט צוגערורט געווארן איז די אלע קאלעדזע"ס וואס מ'קען לערנען אונליין, אזוי איז נישטא די פראבלעמען פון מיקסד

אגב איך האב געליינט לעצטענס א גוטע ביכל וואס לערנט אויס ביזנעס בעסער ווי די אלע MBA'ס אין קאלעד"ז די ביכל הייסט The Personal MBA: Master the Art of Business

ודי למבין » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 5:22 pm

· #232864
מצטמק האט שיין צונומען די נושא פון קאלידזשעס אבער ער איז אביסל צו בייעסד פאר TTI. איך קען גוט די גאנצע TTI סטעף און זיי זענען נישט דא צו העלפן זייערע קלייענטן.

די בעסטע וועג פאר קאלידזש איז צו גיין מיט SUNY. פאר ניו יארקער איינוואוינער איז דאס חנם אין כסף, פארקערט, מ'גייט נאך ארויס מיט אפאר דאלער אין טאש. עס איז אן אנליין קאלידזש, זיי רעכענען א שיין ביסל קרעדיטס פאר דזשאודעיק סטודיס (איך געדענק נישט פונקטליך די נומבער וויפיל), און זיי האבן אויך א "פרייער נאלידזש" פאונקשען, וואס דאס ערמעגליעט אז אויב דו האסט עקספיריענס אין א פיעלד, למשל, דו קענסט גוט מוזיק טיעראי, ווועט דיך דיין אינסטראקטער הייסן שרייבן אן עססעי איבער מוזיק טיעראי און דאס וועט זיין ווערט 3 קרעדיטס לכה"פ. ביי זיי קענסטו אויך נעמען די 15-קרעדיט יודיש עקזעם.

עס נעמט בערך א יאר אויב דו ארבעטסט פלייסיג. אויב דו ארבעטסט גאר פלייסיג קען עס נעמען שנעלער אויכעט.

און, אנדערש ווי די TTI קלעסעס קומט מען ארויס מיט עפעס - מ'לערענט זיך אויס זאכן, און די דעגרי איז ווערט און אנדערע קאלידזשעס.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:52 pm

· #232991
מצטמק ויפה
[ציטאט אראפגענומען]


איך מיין עס איז נישט אפגעטיילט מענער און פרויען

לפי ידיעתי איז דא באזונדערע קלאסן פאר מענער און פאר פרויען...!

אליצפן » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 12:30 am

· #232995
מצטמק ויפה
[ציטאט אראפגענומען]


איך מיין עס איז נישט אפגעטיילט מענער און פרויען

עס איז זיכער יא אפגעטיילט, נאר דארט איז דא אנדערע פראבלעם. עס נעמט גאנצע פיר יאר צו באקומען א בעטשלארס פונקט ווי א געהעריגע קאלעדזש, און פאר אסאך היימישע יונגעלייט איז דעיס צופיל יארן צו ארבעטן אויף נאר א בחור'ס דעגרי. ווי אויך האבן זיי נישט די פראגראמען פון נעמען טעסטס אויף אידישער נושאים, מילא איז עס פיל שווערער דארט צו גיין שטודירן.

אליצפן » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 12:41 am

· #232998
ודי למבין

און, אנדערש ווי די TTI קלעסעס קומט מען ארויס מיט עפעס - מ'לערענט זיך אויס זאכן, און די דעגרי איז ווערט און אנדערע קאלידזשעס.

צו שארף געשריבן אויף TTI. מ'לערנט דארא גאר אסאך. מ'מוז נעמען צוויי קלאסן אין ענגליש, צוויי אין אריטמאטיק, צוויי אין סייענס, און נאך גאר אסאך טעסטס אין סעקולארע שטודיעס. מ'לערנט זיך היבש אסאך דארט, און איך קען עטליכע היימישע יונגעלייט וואס זענען גאר ארויסגעפאלן פון דארט, ווייל זיי האבן געמיינט ס'איז עפעס א היימישע זאך, און דערווייל זענען די סעקולארע לימודים אויף גאר א הויכע ניווא, און אסאך פון אונז זענען נישט גרייט אויף דעם.

ווי אויך ביסטו נישט גערעכט וועגן גיין אין אנדערע קאלעדזשעס נאכדעם. זיי גיבן דיר א דעגרי פון א געהעריגע אנגענומענע קאלעדזש דא אין נ"י, און מיט א גענוג הויכע GPA קען מען דורך זיי אנקומען אין די פרעסטיזשפולסטע געזעץ אדער ביזנעס סקולס.

קול דודי » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 2:15 am

· #233010
דאכט זיך ס׳דא געווארן א שטיקל טשאלנט פון אלע מיני סיבות וואס מענטשן ווילן גיין אין קאלעדזש. אבער אינם דומים זה לזה, אין די עצות ווי אין וויאזוי צי גיין מיז אויך זיין אנדערש, ווענדט זיך פארוואס מ׳וויל גיין.

סיבה ראשונה: מ׳וויל גיין ווייל מ׳וויל טון א פאך וואס פארלאנגט א סערטיפיקאט אדער דעגרי אליבא ד׳גאווערמענט אדער מחמת מנהג העולם, אבער באמת ברויך מען נישט אסאך קענען כדאי צו טון דעם פאך. (נכלל אין דעם אויב מ׳וויל למשל גיין שפעטער זיך לערנען געזעץ, וואס באמת איז נישט קיין חילוק וואס פארא דעגרי מ׳האט בעפאר ווי לאנג ס׳איז עפעס א דעגרי.) אין דעם פאל איז דער עיקר אז די קאלעדזש ווי מ׳גייט איז אנגענומען ביי דעם עולם וואס טוט דעם ספעציפישן פאך וואס מ׳וויל טון, און דערנאך ווי גרינגער זיי מאכן עס איז אלטס בעסער. לערנען אנליין, געבן קרעדיטס פאר ״אידיש און תלמוד״ וכדומה. ווי גרינגער און שנעלער זיי מאכן דאס אלטס בעסער, ווילאנג זיי לערנען כאטשיג אויס די י״ג עקרים וואס מ׳דארף.

סיבה שנייה: מ׳וויל זיך לערנען א ספעציפישן פאך וואס באמת פארלאנגט נישט א דעגרי, אבער מ׳שפירט זיך נישט ביכולת צו לערנען אליינס. (למשל פראגרעמינ״ג - כאטשיג באמת, ביי אסאך ארבעטס-געבער, איז דער מנהג צי פארלאנגן א דעגרי אפילו אויף דעם.) אין דעם פאל איז דער עיקר אז דער קאלעדזש לערנט באמת גיט אויס דעם ספעציפישן פאך, אין ווי שווערער זיי מאכן דאס אלטס בעסער וועט מען קענען. די ארומיגע זאכן זענען נישט אסאך מעלה ומוריד אין דעם פאל.

סיבה שלישית: מ׳וויל באמת קענען עפעס וואס ס׳כמעט נישט מעגליך צו קענען גוט אן שימוש תלמידי חכמים. צו מ׳וויל עס קענען פאר פרנסה צו מ׳וויל עס קענען כדאי צווקומען צו ריכטיגע ידיעה ואהבת הבורא או מאיזה סיבה שהוא. למשל בייאלאדזשי, קעמיסטרי, ליטעראטור, פיזיק, מעטאמאטיק, וגם כמה ארט״ס וכדומה. און דעם פאל איז נישט גוט אנליין און אויך נישט א קאלעדזש וואס געט קרעדיטס פאר דברים של מה בכך, ווייל דעמאלטס קוקט מען אויס ווי די אלע תלמידי חכמים וואס האבן באקומען קרעדיטס פארן זאגן קרבנות אלטס קינד (יעדן טאג! פאר אסאך יארן!) און זענען דערנאך געגאנגען נאר אין אן אנליין ישיבה. ס׳איז זייער ביטער. אין דעם פאל דארף מען גיין אין א פלאטס וואס נעמט די זאכן גאר גאר ערענסט און ווי מ׳קען רעדן צו אנדערע תלמידי חכמים, וכולי האי ואולי.

סיבה הרביעית: מ׳וויל גיין אין קאלעדזש פשוט כדאי צו הייסן א געבילדעטער מענטש אין אויך קענען גרינגער טרעפן א דזשאב אין די דרויסענדיגער וועלט. און דעם פאל איז ווי מער א קאלעדזש האט א נאמען אין די וועלט אלטס בעסער. אנדערע חשבונות זענען נישט אזוי וויכטיג.

סיבה חמישית: מ׳וויל דארטן טרעפן א פאסיגן שידוך (גירלפרענד בלע״ז). און דעם פאל איז בעיקר זיך נאכפרעגן אויב ס׳דארטן דא פאסיגע ערליכע מיידלעך בנות משפחות מיוחסות וכדומה.

ס׳קען אויך זיין אז איינער וויל גיין אין קאלעדזש פאר מער ווי איין סיבה פארשטייט זיך. אין דעם פאל דארף מען זיין א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין וואס מ׳זאל זוכן.

אגב, איך פארשטיי בכלל נישט דאס געזיכעניש פאר א קאלעדזש וואס איז אפגעטיילט מענער אין פרויען. חוץ אויב מ׳פלאנט צי נעמען דענסינ״ג קלאסן, וואס איז דער הלכה׳דיגער פראבלעם? נאכמער, פאר סיבות שלישית רביעית און חמישית איז אסאך אסאך בעסער א געמישטע קאלעדזש, מפני כמה וכמה סיבות שונות ומשינות הידועים ליודעי דבר. (למשל נאר איינס פון אסאך כדאי לשבר את האוזן: גייט מען גיין ארבעטן אין די דרויסענדיגער וועלט נאר מיט מענער?) אין אפילו פאר די ערשטע צוויי סיבות איז לכאורה בעסער אזוי. פון וואנעט נעמט זיך דער פארלאנג נישט צי זיצען מיט פרויען אינטער איין דאך?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 7:20 pm

· #233136
היות עס איז פאראן א גרויסע פארלאנג דערפאר, וואלט געווען שטארק ראטזאם אויב גייט מען אין קאלעדזש זיך צו לערנען צו זיין א לייסענסד טעראפיסט, אדער סייקאיעטריסט, א.א.וו. די אלע פאכן ארויסצוהעלפן אנדערע מענטשן. עס קען זיין א גאלד גרוב. דער דימענד פאר היימישע טעראפיסטן איז גאר גרויס.

ודי למבין » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 10:48 pm

· #233178
אליצפן, מיט די אלע קלעסעס וואס מעם דארף נעמען איז עס נאך אלץ א דזשאוק. די קלעסעס זענען אזוי אוועק גשטעלט אז טשידען אויף טעסטס דארט איז א דזשאוק, דער פראפעסער העלפט דיך מיט די אסיימענטס און איך קען לכה"פ 10 יונגערלייט וועלכע זענען ארויס פון דארט מיט א דעגרי און זיי קענען נישט שרייבן קיין גראדע זאץ אין ענגליש.

שמעקעדיג, ס'נישט אזוי פשוט. דער דימענד פאר היימישע טעראפיסטן איז טאקע גרויס, אבער דער עולם איז זייער פיקי. פוק חזו אין ביקור חולים אין מאנסי ווי זיי געבן טעראפיסטן פאר פרי און מיט דעם אלעם זענען זייערע טעראפיסטן נישט פיל!

אויב איינער איז יא אינטערסירט אין די פילד איז דא יעצט זייער א גוטע סקול פאר דעם. עס קאסט נאר 35 טויזענט (אנטקעגן די 50 וואס ס'קאסט אין LIU ווי אסאך היימישע טעראפיסטן זענען געגאנגען) און עס איז אנליין.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 9:56 am

· #233487
פליקער
זייער א וויכטיגע ענין און א ווייטיגליכער נושא, אבער דער גרעסטער שטער איז לכאורה היינט אז מענער האבן נישט די מינאמאלע סקול קרעדיט'ס אנציהויבן קאלעדש ווידערים די לדים האבן יא זיי האבן אלע דיפלאמע'ס, אפילו לאמיר זאגן איינער האט יא א דיפלאמע וואס ער האט איינגעהאנדעלט פון א שווארצע פאסטעך, גיבט מען אים די ערשטע טעסט פון זעקסטע גרעיד ספעלינג און אריטמעטיק, און מען דערגייט באשיינפערלעך אז ער קען ליידער נישט ספעלן די נומערען פון איינס ביז צעין,

פארוואס זאלן מיר נישט זעין קיין איין איד א יו פי עס אדער פעדעקס דרייווער
פארוואס ארבייט נישט קיין איין איד פאר קאן עדיסאן און ווערייזאן
קען א אינגערמאן נישט דרייון א סיטי באס, נאר אויב עס איז א געילע וואס האט אויסגעקריצט רץ כצבי לתלמיד תורה
אויף אלע אלגעמיינע קאנסטראקשן סייטס, זעיט מען נאר אויב ער איז דער בעל בוס אדער פארמאן איז א אנ"ש
און קיין שום אפיציעלע אפיס זעיט מען נישט קיין היימישער, אלע פארדינען שיין נאך א קארצע צייט
איך זעי אויף קאנסטראקשן סייטס פיל מיט אראבער'ס מיט שפיצלעך און בערד ווי רב אדה בר אהבה, פארדינען מסתם העפטיג
זענען מיר עפעס נישט אזוי גערוטען ווי די מאקדאנעלד פרעסענדער גוי
לעצטענס האבן מיר זיך גריידע יא ציגעכאפט צי קאר סערוויס, זעיט זיך אויס אז דער אינגערמאן קלערט אז מען וועט מיינען אז ער איז א חסד מעמבער
פארוואס נישט א יעלא טעקסי מען מיז נישט הייסן מכמוד, דעיס איז נאר א לעיגענדע
וואס איז שלעכט צי זיין א איינגעשטעלטע און א שפיטאל מיט סיי וואספארא נאמען עס פעילט אויס, מען ברויך נישט קיין קאלעדש דעגרי נאר אביסל סקול,
וויפיל וואלטן די אינגעלייט געקענט אויפטיען ווען זיי וואלטן נאר ג'ענדיגט סקול צי קענען געהעריג רעכענען און שרייבן, עס איז א שאנד און א בושה


איך האב מורא אז דיין טענות זענען נישט למעשה'דיג. דער לעבענשטייגער פון א איד, אפילו איינער וואס האט נישט די הויכע סטאנדארדען פון א וומסב"ג היימישע איד, איז אסאך העכער ווי פון א גוי. מ'דארף האבען אסאך קינדער, מ'דארף א ביהמ"ד א חדר כשר'ע עסען וכהנה וכהנה, און דאס אן דעם וואס אונזער קולטור פאדערט א מיטל-ראנגיגע לעבען. אפילו מ'איז גרייט צו קויפען ביליגער קליידער אין וואלמאר"ט האט מען נאך אלס נישט דער אויסוואהל וואס א גוי האט צו קויפען ביליג, מחמת הלכות צניעות ועוד. דעריבער זענען די אלע דזשאב"ס נישט פראקטיש פאר א אידיש קינד. א פעד-עקס דרייווע"ר באקומט נישט גענוג צו לעבען ווי א איד.
און לויט ווי איך הער פון מענטשען, דער כלל פאר יעדער נארמאלע איד וואלט געדארפט זיין צו זוכען ארבעט צווישען אידען. איך הער מעשה'ס פון מענטשען וואס תסמר שערות הראש, און איך בין נישט קיין גרויסע פרומאק. מ'דרייט זיך מיט מענטשען וואס זענען אזוי ווייט פון אונזער פשוט'ער אנושיות ווערט מען זייער שנעל אראפ געשלעפט. איך האב לעצטענ'ס געכאפט א שמועס מיט א מענטש וואס האט א מוסד פאר (ליטווישע) בחורים וואס גליטשען אדער האבען שוין געגליטשט. ער איז א משונהדיג'ער איבערגעגעבענער מענטש א צדיק נשגב. האב איך איהם געפרעגט צו ס'איז אן עצה צו ברענגען די בחורים צו ארבעטען אין קאנסטראקשע"ן פאר אידישע בויער'ס. האט ער געזאגט אז מ'האט עס שוין פראבירט עטליכע מאל, אבער למעשה די גוים האבען א געשמא' אין אראפשלעפען די בחורים. זיי גיבען אין די הענד דראג"ס וכדו' און די בחורים פאלען נאך מער. איך האב איהם געפרעגט "ס'איז אמאל געלונגען א פראגרא"ם פאר שוואכער בחורים צו גייען ארבעטען?" האט ער געזאגט "ניין, אבער מ'קען נישט אויפגעבען. מ'דארך נאכאמאל און נאכאמאל פראבירען."
נו, פרעג איך דיר - קען מען דען ארבעטען צו פארטרייבען אזוי פיל מענטשען פון דער געזעלשאפט.
לסיומא, האב איך נאך איין עצה. ס'איז דא גבירים צווישען אונז וואס נעמען היימישע ארבעטארע'ס און גיבען אסאך געלט צו צדקה. אפשר ווען זיי וואלטען ווייניגער געגעבען צו צדקה און מער געגעבען פאר געהאלט וואלט געווען א בעסערע זאך. ס'איז נאר א הצעה, נישט קיין פאדערונג.

יין שרף » מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:20 pm

· #247616
[ציטאט אראפגענומען]
1421111596.jpg

פידלער » דינסטאג יאנואר 13, 2015 10:38 am

· #247681
Most of this Eshkol is geared toward the financial end-goals a college degree may lead to, but college is also intended to make one a well-rounded, educated person. For those interested in taking a course on basic evolution, Columbia University is now offering what seems to be an interesting course. You can take it online, too


C/P


Evolution: Darwin to DNA
Mondays, Jan. 26, Feb. 2, 9, 16, 23: 6:10-8:10PM

Available also online via EICES' Distance Learning
eices.columbia.edu/education-training/certificate/distance-learning/

After his journey in 1820 throughout the Galapagos Islands on the H.M.S. Beagle, Charles Darwin formulated the theory of evolution by natural selection, in parallel with Alfred Russell Wallace. In the mid-1800s Gregor Mendel conducted research on peas and flowers to propose the basic underlying principles of heredity, creating the beginnings of our modern science of genetics. In the late 20th century new tools allowed visualizing DNA and the discipline of Genetics gained a broad application in various fields, from experimental biology to biodiversity conservation. Explore the history of evolutionary thought and science to gain a conceptual overview of evolution. Learn how and why species change over time, why some species survive while others go extinct, how scientists are using DNA to conserve wildlife.

Martin Mendez is the Assistant Director of the Latin America and Caribbean Program at the Wildlife Conservation Society (WCS), a Visiting Researcher at the Sackler Institute for Comparative Genomics at the American Museum of Natural History, a Resource External Affiliate Faculty at the Department of Ecology, Evolution, and Environmental Biology, Columbia University, and an Adjunct Assistant Professor at the School of Continuing and Professional Studies, New York University. Dr. Mendez obtained his Ph.D. in Ecology and Evolutionary Biology at Columbia University. He is currently devoting his time to terrestrial and marine conservation initiatives in Latin America and the Caribbean, to developing relevant academic programs in biodiversity conservation, and to collaborative cetacean conservation programs around the world working alongside a diverse group of colleagues.

Interested in learning more? Contact EICES:
E-mail: <!-- e --><a href="mailto:eices@columbia.edu">eices@columbia.edu</a><!-- e -->
Phone: 212-854-0149


Evolution: Darwin to DNA is part of the Earth Institute Certificate Program in Conservation and Environmental Sustainability.

Courses may be taken on an individual basis or you may pursue the full 12-course Certificate. Course tuition is $800 for the 2014-2015 academic year.








Contact: Columbia University, 1200 Amsterdam Ave., MC 5557, Schermerhorn Extension, 10th Floor, New York, NY 10027

מור וקציעה » דאנערשטאג מאי 5, 2016 10:36 am

· #331765
איך ווייס נישט וואס און ווער עס שטייט אונטער די ''תפקיד'' ארגעניזאציע אבער דעס איז זיכער אז אזא ארגעניזאציע איז קריטיש וויכטיג פאר אונזער עולם,
אויב די הייליגע רבנים זעהן בדעת תורתם הרמה אז דע ספעציפישע אורגעניזאציע טויג נישט זאלען עפענען אן אייגענע אורגעניזאציע,
עס איז שטארק אומאחריות'דיג צו שרייבן איסורים אׇן אפערען אלטערנאטיווע ענליכע מיטלען פאר פרנסה, נישט יעדער וויל בלייבן עדיקטעד צו רעגירונג פראגראמען, בהיתר או באיסור, צו קענען סורווייווען

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 6, 2016 3:44 pm

· #332009
פון די קלארקייט פונעם בריוו ווס. די לעטערהעד [וכן דאס ארויסשרייבן דעם וועבסייט] זעהט עס אויס ווי אן אדווערטייזמענט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 6, 2016 4:16 pm

· #332017
Re: למעשה #5: גיין אין קאלעדזש
באקומען אין וואטסעפפ פון לונדון
A leaflet is being posted into our houses called Pizza to Go. It's a message 2 eat neveilos u'treifos and bosor b'cholov ch'v rachml"tz. Grab it and chuck it b4 the kids c it. Pass this message on 2 as many people as possible IMMEDIATELY!!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מי אני » דינסטאג יאנואר 26, 2021 7:13 am

· #466071
דוד פאָסטער וואַלעס האט געהאט געזאגט, ״קאלעדזש לערענט נישט נאר אויס ווי אזוי צו טראכטן. עס לערענט אויס וואס צו טראכטן וועגן.״

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 26, 2021 1:26 pm

· #466101
@קול דודי האט זייער שיין צולייגט די סיבות פארוואס קאלעדש איז א גוטע זאך, איך וואלט צוגעלייגט צום פערטן סיבה די ענין פון זעלבסשטענדיגקייט, פאר די איינפאכיגע צוועק פון זיין אומאפהעניג פון די טובות פון באקאנטע צו טרעפן דשאבס. אז דו האסט אן אפיציעלע דעגרי פון אן אנערקענטע מוסד מיט אן איינדרוקספולע רעזומעי איז נישט נאר גרינגער צו טרעפן א דשאב ס'איז אינגאנצן אן אנדערע מציאות, און אז די וויליאמסבורג-בארא פארק באס ווער דיר נמאס איין שנייעדיגן טאג קענסטו זיך עניטיים פאקן פעק צאמנעמען דיינע פאר זאכן מיט די בני בית און זיך אריבערציען קיין היפסטערוויל אן קיין קרוב וגואל און דו וועסט נאכאלץ קענען לאנדען א גוטע דשאב.

לגבי די פופטע נקודה וועגן שידוכים אין קאלעדש, אין אלע קאלעדשעס ארום די היימישע געגנטער קען מען טרעפן היימישע אידן, געוויסע מער און געוויסע ווייניגער. איך קען פערזענליך א פרומע קאפל (די פרוי גייט מיט א טיכל) וואס האבן זיך געטראפן אין קאלעדש, הגם זיי זענען בעלי תשובה, אויב ס'איז נוגע קען איך דערגיין צו דאס איז שוין געווען נאכדעם ווי זיי זענען געווארן בעלי תשובה צו נישט. ברוקלין קאלעדש צ.ב. איז א פאפולערע קאלעדש פאר די פלעבוש/ליטווישע סארט, פלעטבוש גירל למשל האט דארט געלערנט, ווי אויך ווייס איך אז עפעס א בחור צו אינגערמאן מיט פאות פלעגט זיך דארט דרייען מיט ארום צוויי יאר צוריק, הגם מן הסתם נישט א חסידיש אפשטאמיגער (כ'האף אז ער האט שוין גראדוריט זינט דאן...). אין ברוקלין קאלעדש טרעפן זיך די סארט בחורים און מיידלעך וואס גייען פשוט אהין נישט צו הייסן קיין ליידיגגייער, ס'איז א חלק פון די סיסטעם ביי זיי אז ווען מ'ענדיגט ישיבה גייט מען אין קאלעדש. נאכדעם איז דא אזעלכע מוסדות ווי hunter college און baruch college וואס זענען שוין מער אנגעזעהענע מוסדות פאר די עליטע, דארט גייען שוין די וואס זוכן עפעס "מער". און ווי קען מען רעדן וועגן קאלעדש אן דערמאנען אז דער מרא דשמעתא פון עדוקעישן, תולי מאסטער, האט געטראפן זיין באשערטע אין האנטער...

פאר אינפארמאציע איבער קאלעדש בכלליות קליק אויף די לינק אין מיין אונטערשריפט. פאר ווייטערדיגע פראגעס וועגן קאלעדש האלט אייך נישט צוריק פון פרעגן אין אישי.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 26, 2021 10:35 pm

· #466125
berlbalaguleh
מצטמק ויפה
[ציטאט אראפגענומען]


איך מיין עס איז נישט אפגעטיילט מענער און פרויען

לפי ידיעתי איז דא באזונדערע קלאסן פאר מענער און פאר פרויען...!

כ׳האב עס נישט באשטעטיגט, אבער לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי איינס צו צוויי קעמפוסעס וואס זענען אפגעטיילט אבער רוב פון זייערע קעמפוסעס זענען געמישט, משום איזה סיבה האט עס א נאמען פאר אן אפגעטיילט פלאץ, א גוטע אפציע פאר איינער וואס וויל דווקא א געמישט פלאץ אן די סטיגמע דערפון...