☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15398

קהל'ס נער » דאנערשטאג יולי 7, 2022 9:04 pm

· #503825
א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם
אין די לעצטערע יארן איז געווארן א אויפוואכונג איבער מסרבי גט אדער גט ריפיוזער'ס בלע"ז, ס'נישטא קיין עכטע עצה דערצו, אמאל פרובירט מען מיט גוטן אמאל מיט שלעכטן, אבער צופיל פייניגן קען מען אויך נישט ווייל דערנאך קען עס זיין א גט מעושה.
איז מיר היינט איינגעפאלן א פשוטע עצה, כדלהלן,

רב וואזנער האט דאך גע'פסק'נט אז איינער מיט א סמארטפון איז פסול לעדות, מילא זאל מען צוריקגיין קוקן ווער די עדי קידושין זענען געווען, און אויב איינער פון זיי האט א סמארטפון האט די קידושין קיינמאל נישט חל געווען, און די פרוי איז מותר להינשא לשוק.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 7, 2022 9:47 pm

· #503834
קהל'ס נער: ס'איז נאר דא איין פראבלעם. איך האב דורכגענישטערט אין די אלע שו"ת ספרים פון הרב וואזנער זצוקללה"ה, און איך האב נישט געטראפן אז ער זאל פסק'נען אז איינער וואס האט א סמארטפאון איז פסול צו געבן צדקה, אדער אז מ'זאל נישט נעמען ביי איהם געלט. איך האב געטראפן תשובות אז איינער וואס האט א סמארטפאון איז נישט באגלייבט אויף כשרות, מ'טאר נישט עסן ביי איהם אין שטוב, אבער אז מ'טאר נישט נעמען געלט ביי איינעם וואס האט א סמארטפאון, אזא תשובה האביך נאכנישט געטראפן. אויך אז די עדי קידושין וועלכע פארמאגן א סמארטפאון (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) זענען פסול'ע עדים, און די קידושין זענען נישט תופס.

ס'נאר א שאד אז ביי די פרשה פון די לאנגער ממזרים וואס האטציך אפגעשפיעלט אין ארץ ישראל מיט ארום פערציג יאר צוריק און הרב שלמה גורן ז"ל האט געניצט א קאמפליצירטן, אבער אמת'ן, היתר, דורך מפקיע זיין די קידושין פון דעם ערשטן מאן. א שאד. ער וואלט געקענט נוצן דעם היתר פון קהל'ס נער, אדער רב וואזנער...!

יאסל ראקאווער » פרייטאג יולי 8, 2022 1:10 am

· #503859
איך האב א בעסערע עצה. די רבנים קענען מפקיר זיין די מאנ'ס נכסים ועני חשוב כמת מילא איז זי שוין נישט קיין חתונה געהאטע פרוי.

ער איז פסול פאר עדות מיינט אזויווי מ'זאל זאגען אויף איינעם א עכטע גוי. קיינמאל נישט געווען א עכטע גוי וואס איז נישט א איד. בערך אזויווי סאטמאר רב האט געזאגט אויף איינעם אפיקורס אדער רבי משה פיינשטיין זאל זאגען אויף איינעם עם הארץ. סאיז א גוזמא צו זאגן ווי ווייניג ער איז כלפי א צווייטע איד וואס האט נישט א סמארטפאן.

פסולַ לעדות איז א אויסדריק ווי א בעל תפילה דארף זיין זקנו מגודל און א אתרוג מיט א בלאט פלעק. ס'איז א עדות מיט א פסול אבער נישט געניג צו פטרן די פרוי פון דארפן א גט.

גראדע רוב מענטשען וועלן ענדערש נישט געווען קיין עד קידושין א גאנץ לעבן ווי איידער אויפצוגעבן די עדיקשאן פון סמארט פאון.

דוד שריפטליך » פרייטאג יולי 8, 2022 1:39 am

· #503860
דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך

היסטאריע » פרייטאג יולי 8, 2022 8:01 am

· #503873
מען דארף נעמען דער מסרב גט, מאכן פאר א גוי גמור זעלבסט, ממילא איז אויס קדושין. ער איז מן הסתם טאקע א גוי גמור. איי א גוי גמור איז געוועהנליך א איד? אבער זיין קדושין איז דאך נישט חל.

היסטאריע » פרייטאג יולי 8, 2022 8:03 am

· #503874
דוד שריפטליך
דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.

פערינא » פרייטאג יולי 8, 2022 8:41 am

· #503877
היסטאריע
דוד שריפטליך
דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
שאנטאזשירן די רבנים צו טרעפן היתירם האט בעסערע אויסזיכטן

היסטאריע » פרייטאג יולי 8, 2022 8:53 am

· #503878
פערינא
היסטאריע
דוד שריפטליך
דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
שאנטאזשירן די רבנים צו טרעפן היתירם האט בעסערע אויסזיכטן
פאר רבנים איז גרינגער זיך אנצונעמען פאר דער מסרב גט.

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 8, 2022 3:27 pm

· #503893
היסטאריע
מען דארף נעמען דער מסרב גט, מאכן פאר א גוי גמור זעלבסט, ממילא איז אויס קדושין. ער איז מן הסתם טאקע א גוי גמור. איי א גוי גמור איז געוועהנליך א איד? אבער זיין קדושין איז דאך נישט חל.
אבער מ'קען ווייטער פשט'ל'ן. בשעת די קידושין איז ער דאך נישט געווען קיין מסרב גט. ממילא איז ער דאך נישט געווען קיין גוי. גמור או לא.ממילא איז דאך די קידושין חל געווען דעריבער דארף זיין ווייב א גט. מוז מען בעל כרחך אנקומען צו דעם היתר פון הרב קהל'ס נער. און הרב וואזנער זצוקללה"ה...!

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 8, 2022 5:54 pm

· #503895
היסטאריע
דוד שריפטליך
דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
גאר א גוטע מהלך, נעמען און איינשפארן אוןַ אריין שמייסען מלקות נוסח לב טהור ארבעט די בעסטע צו די רשעים.
דאס האט מען שוין פרובירט, און די שלעגער זענען געווארן ארעסטירט.

איך האב די בעסטע עצה, עס וועט זיכער העלפן פאר לכה"פ 90% פעלער: די פרויען (און זייערע סופפארטערס) זאלן נישט פייניגן, באשמוצן, טעראריזירן זייערע מענער, זיי געבן יושר'דיגע וויזיטעישאן מיט די קינדער, און אלעס וועט זיין גוט בעז"ה. די מענער וועלן פלוצלינג ווערן אויס "רשעים".

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 8, 2022 5:58 pm

· #503896
berlbalaguleh
איך האב דורכגענישטערט אין די אלע שו"ת ספרים פון הרב וואזנער זצוקללה"ה, און איך האב נישט געטראפן אז ער זאל פסק'נען
פשיהא רבותי, מיר האבן דא בתוכינו אן ערנסטן ת"ח! לאמיר זעהן אביסל רעספעקט פאר כבוד התורה!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 8, 2022 6:19 pm

· #503898
😃

שמעקעדיג » זונטאג יולי 10, 2022 2:36 am

· #503919
אמת, איך בין טאקע נישט באקאנט מיט 90% אבער יא מיט א גרויסע פראצענט. איך בין אויך מודה צו דיר אז די קליקע הנ"ל טוט אסאך שאדן (הגם נישט אלץ), אבער אין זייער אסאך פעלער זענען די מענער נישט רשעים סתם אזוי, נאר ווען די ווייבער זענען רשע'נטעס. עס גייט עין תחת עין, רגל תחת רגל. דער פראבלעם איז נאר אז היינט איז א פעמיניסטישע וועלט און רוב מענטשן נעמען זיך אן פאר די "צעבראכענע" פרויען, און גלייבן נישט וואספארא שוידערליכע אביוזער'ס פרויען קענען זיין צו זייערע מענער.

די עיקר וואס איך פרוביר ארויסצוברענגען, שוין נישט די ערשטע מאל, אז מען דארף זיין באלאנסירט, גענוי ווי אין יעדע נושא. נישט יעדע מאל א מאן גיבט נישט קיין גט איז ער א רשע (כאטש אפאר חברה דא אין שטיבל האלטן נישט ווי מיר...). מען דארף דן זיין יעדע קעיס באזונדער, און נישט יעדער מאן דהוא פון גאס קען אריינרעדן, כאטש זיי מיינען אז זיי ווייסן פונקטליך וואס עס גייט פאר.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2022 12:07 pm

· #503928
שמעקעדיג: קוק ווער ס'געט דיר אלץ לייקס (דערווייל). אז דו זאגסט א זאך וואס איז שווה לכל נפש. איז (כמעט) א יעדער צופרידן...!

מרדכי מרדכי » דינסטאג יולי 12, 2022 12:55 pm

· #504022
דוד שריפטליך
דאס ארויסצווינגען גיטין איז אויך נישט קיין מהלך
דאס נישט געבן קיין גיטין איז נישט קיין מהלך

יין שרף » דינסטאג יולי 12, 2022 2:02 pm

· #504029
שמעקעדיג
אמת, איך בין טאקע נישט באקאנט מיט 90% אבער יא מיט א גרויסע פראצענט. איך בין אויך מודה צו דיר אז די קליקע הנ"ל טוט אסאך שאדן (הגם נישט אלץ), אבער אין זייער אסאך פעלער זענען די מענער נישט רשעים סתם אזוי, נאר ווען די ווייבער זענען רשע'נטעס. עס גייט עין תחת עין, רגל תחת רגל. דער פראבלעם איז נאר אז היינט איז א פעמיניסטישע וועלט און רוב מענטשן נעמען זיך אן פאר די "צעבראכענע" פרויען, און גלייבן נישט וואספארא שוידערליכע אביוזער'ס פרויען קענען זיין צו זייערע מענער.

די עיקר וואס איך פרוביר ארויסצוברענגען, שוין נישט די ערשטע מאל, אז מען דארף זיין באלאנסירט, גענוי ווי אין יעדע נושא. נישט יעדע מאל א מאן גיבט נישט קיין גט איז ער א רשע (כאטש אפאר חברה דא אין שטיבל האלטן נישט ווי מיר...). מען דארף דן זיין יעדע קעיס באזונדער, און נישט יעדער מאן דהוא פון גאס קען אריינרעדן, כאטש זיי מיינען אז זיי ווייסן פונקטליך וואס עס גייט פאר.
דא האסטו א screenshot פון א טוענת לעניני גיטין (מן הסתם די איינציגסטע היימישע טוענת דא וואס קומט אפעציעל אין בי"ד. זי איז א פרוי, און געווענליך נעמט זי זיך אן פאר די פרויען רעכטן)
📎 20220712_135742.jpg

יין שרף » דינסטאג יולי 12, 2022 2:03 pm

· #504030
ועוד
📎 Screenshot_20220711-094539_Instagram.jpg

מרדכי מרדכי » דינסטאג יולי 12, 2022 3:37 pm

· #504032
איך האב געהערט א אינטערוויו מיט איר אויף א פאדקעסט
זי זאגט אז זי האט אסאך מענער קלייענטס

קידוש » מיטוואך יולי 13, 2022 11:26 pm

· #504114
מרדכי מרדכי
איך האב געהערט א אינטערוויו מיט איר אויף א פאדקעסט
זי זאגט אז זי האט אסאך מענער קלייענטס
ווי קען מען הערען די אינטערוויא / פאדקעסט?

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 1, 2024 1:53 am

· #557012
Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם
[ציטאט אראפגענומען]

איך ברענג ארויף דעם אלטן אשכול נאך קרוב צו 2 יאר וואס עס שלאפט שוין, פשוט אלס דברים העומדים על הפרק.
איך האב יעצט געהערט א קליפ פון הצדיק ר' יונתן שווארץ, ווי ער זאגט אז לויט זיין אינפארמאציע זענען 90% פון די פערענטל איליענעישאן פעלער מצד די פרוי!

די גאס דרייעט זיך איבער נאך די שוידערליכע מעשה וואס א יונג בחור'ל האט געטון נאך די מחלוקת פון די עלטערן, און הערנדיג צוביסלעך מער און מער וואס געוויסע פרויען טוען פאר זייערע מענער מיט איליענעישאן און בלבולים וכו' וכו'.

איך בין שוין ממש מיד געווארן פון שרייען דא אין שטיבל אז רוב פעלער פון "נישט געבן א גט" קען מען פארמיידן ווען מען מאכט א יושר'דיגע אגריעמענט און ביידע רעספעקטירן דעם צד השני. נישט וויבאלד מען מוז זיך ליידער גט'ן דארף מען זיך יעצט רצח'ענען ביי יעדע סטעפ-אף-די-וועי ווי מאנסטערס. אז מען גייט מיט יושר און רעספעקט, קומט מען אן פיל ווייטער און פיל געזונטער.

אמת, די פרידריך/לעפקאוויטש קליקע קומט זיך אויך גוטע רבי געלט, ווייל קיין איין עקסטריעם איז נישט ריכטיג, אזוי ווי איך טענה שוין לאנגע יארן. אבער דאס מיינט נישט אז די וואס נעמען זיך אלץ אן פאר די פרויען זענען יא גערעכט. זיי זענען גארנישט בעסער, אפשר גאר געמיינער.

ליידער ברענג איך מיר א ראי' פון אזא ביטערע מעשה. הלואי וואלט דאס נישט פאסירט. אבער השתא דאתית להכי, לאמיר הערן די וויי געשריי פון הונדערטער טאטעס וואס קענען נישט זעהן זייערע קינדער פאר לאנגע יארן, אן קיין שום סיבה! דאס איז א שרעקליכע פארברעכן און טאר נישט פאסירן בשום אופן שבעולם! עס איז גארנישט ווייניגער (אויב נישט נאך ערגער) ווי נישט געבן א גט פאר א ווייב, אזא קינד וואקסט נעבעך אויף צומישט און צע'מזיק'ט, קען קיינמאל נישט חתונה האבן נארמאל און האבן א פרייליך לעבן, זיין לעבן איז אים חרוב ונחרב, פיזיש און גייסטיש!

יעצט נאך די ביטערע פאסירונג קומט ארויס די דערשטיקטע וויי געשריי פון אזויפיל משפחות. די שערים האבן זיך פלוצים געעפנט, עס פליסט איין מעשה נאכ'ן צווייטן!! די קינדער ווערן באשיינפערליך חרוב דורך זייערע "מאמעס", ידי נשים (רחמניות?) בשלו ילדיהן, במלא מובן המלה!

ווער עס האט נאכנישט געהערט, זאל ביטע אויסהערן די אלע קליפס פון ר' יונתן זינט שבת. די הארץ קען צושפאלטן ווערן...
כ'וועל אויספירן מיט יונתנ'ס ווערטער: "אידן, וועקטס אייך אויף"!

סבא דבהתא » מאנטאג אפריל 1, 2024 2:32 am

· #557021
Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם
ווי קען מען הערן זיינע קליפס?

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 1, 2024 2:48 am

· #557022
Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם
אויב האסטו וואטסעפפ קענסט זיך סובסקרייבן דערצו.
און בכלל זיינע קליפס פארן ארום.

לאכעדיג » מאנטאג אפריל 1, 2024 3:18 am

· #557025
Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם
סבא דבהתא #
ווי קען מען הערן זיינע קליפס?
https://t.me/yonasenshwartzchannel

פתחו לי » דינסטאג אפריל 2, 2024 1:41 am

· #557232
Re: א מוח-שטורעם לעזונג צום מסרבי גט פראבלעם
שמעקעדיג #
[ציטאט אראפגענומען]

איך ברענג ארויף דעם אלטן אשכול נאך קרוב צו 2 יאר וואס עס שלאפט שוין, פשוט אלס דברים העומדים על הפרק.
איך האב יעצט געהערט א קליפ פון הצדיק ר' יונתן שווארץ, ווי ער זאגט אז לויט זיין אינפארמאציע זענען 90% פון די פערענטל איליענעישאן פעלער מצד די פרוי!

די גאס דרייעט זיך איבער נאך די שוידערליכע מעשה וואס א יונג בחור'ל האט געטון נאך די מחלוקת פון די עלטערן, און הערנדיג צוביסלעך מער און מער וואס געוויסע פרויען טוען פאר זייערע מענער מיט איליענעישאן און בלבולים וכו' וכו'.

איך בין שוין ממש מיד געווארן פון שרייען דא אין שטיבל אז רוב פעלער פון "נישט געבן א גט" קען מען פארמיידן ווען מען מאכט א יושר'דיגע אגריעמענט און ביידע רעספעקטירן דעם צד השני. נישט וויבאלד מען מוז זיך ליידער גט'ן דארף מען זיך יעצט רצח'ענען ביי יעדע סטעפ-אף-די-וועי ווי מאנסטערס. אז מען גייט מיט יושר און רעספעקט, קומט מען אן פיל ווייטער און פיל געזונטער.

אמת, די פרידריך/לעפקאוויטש קליקע קומט זיך אויך גוטע רבי געלט, ווייל קיין איין עקסטריעם איז נישט ריכטיג, אזוי ווי איך טענה שוין לאנגע יארן. אבער דאס מיינט נישט אז די וואס נעמען זיך אלץ אן פאר די פרויען זענען יא גערעכט. זיי זענען גארנישט בעסער, אפשר גאר געמיינער.

ליידער ברענג איך מיר א ראי' פון אזא ביטערע מעשה. הלואי וואלט דאס נישט פאסירט. אבער השתא דאתית להכי, לאמיר הערן די וויי געשריי פון הונדערטער טאטעס וואס קענען נישט זעהן זייערע קינדער פאר לאנגע יארן, אן קיין שום סיבה! דאס איז א שרעקליכע פארברעכן און טאר נישט פאסירן בשום אופן שבעולם! עס איז גארנישט ווייניגער (אויב נישט נאך ערגער) ווי נישט געבן א גט פאר א ווייב, אזא קינד וואקסט נעבעך אויף צומישט און צע'מזיק'ט, קען קיינמאל נישט חתונה האבן נארמאל און האבן א פרייליך לעבן, זיין לעבן איז אים חרוב ונחרב, פיזיש און גייסטיש!

יעצט נאך די ביטערע פאסירונג קומט ארויס די דערשטיקטע וויי געשריי פון אזויפיל משפחות. די שערים האבן זיך פלוצים געעפנט, עס פליסט איין מעשה נאכ'ן צווייטן!! די קינדער ווערן באשיינפערליך חרוב דורך זייערע "מאמעס", ידי נשים (רחמניות?) בשלו ילדיהן, במלא מובן המלה!

ווער עס האט נאכנישט געהערט, זאל ביטע אויסהערן די אלע קליפס פון ר' יונתן זינט שבת. די הארץ קען צושפאלטן ווערן...
כ'וועל אויספירן מיט יונתנ'ס ווערטער: "אידן, וועקטס אייך אויף"!
וואס איז די שאלה.

רשעים איז דא סיי ביי מענער און סיי ביי די ווייבער.
יעדער זייט מחיצה האט פון אלע מינים.

אבער רשעות ווערט געפראוועט דורך דער וואס איז שטערקער, און זעהט און האפט ווי ער/זי קען דעם צווייטען אינטערדריקען ביזן סוף.

ווען א מאן און פרוי טיילן זיך, פעלט פאר יעדעם א זאך וואס זיי האבן ביז יעצט יא געהאט.
ער האט נישט ווער עס זאל איהם קאכן, וואשען וועש, רייניגען, אויפנעמען, פרעגן זיין געלונגענע חוות דעת וכו'
זי האט נישט ווער ס'זאל איהר אויסהערן, פארשטיין, קאמענטירן אויף איהר'ע שטוב ארבייט, האבן מיט וועמען זיך צו אדורך רעדן וכו'.
ביידע ווערן גוט צוקלאפט, ביידע זענען נישט מער ווי א פלג גופא.
אבער, זי בלייבט מיט די קינדער, דער נחת, דער גליק פון א שטוב, און בכלליות א שטוב.
אויב האבן ביידע גוטע אידן וואס העלפן ארויס מיט א גוט ווארט, מיט אן אויער, אויסצוהערן וואס זיי קרעכצן, קומט אויס אז זי האט שוין כמעט אלעס, אבער ער גייט ווייטער אהיים צו זיין ליידיגע 4 ווענט, מיט די כלים נאך אין סינק פון צוויי וואכן צוריק (טראכט פון ווען ביסט אין שטאט, ווען די משפחה איז אין קאנטרי).
ממילא בלייבט ער לעכצענען אויף עפעס, און זי שטארקט זיך יעצט.
ער קען שוין נישט ריכטיג ארבייטן, האט שוין נישט קיין עכטע געדולד, זעהט שוין נישט קיין ליכטיגקייט אין גארנישט, זי מוטשעט זיך בעיקר נאר פאר א דזשאב, וואס זי דארף אליין דעקן.
ער ווערט מער געקלאפט, זי ווערט נאר מער בעסער.

יעצט פונקט קומען אריין זיינע ידידים און עסקנים, פראבירן נאך דאס לעצטע ביסל איהם צו מחזק זיין פאר זיי גיבן אויף.
און איהר'ע ידידים און עסקנים זעהן יעצט א געלונגענע געלעגנהייט איהם אינגאנצען צו מחנך זיין, און זיכער מאכן אז ער גיבט זיך אונטער (אונטער צו וואס? ווילאנג מ'פרעגט נישט איז גוט.)

און דאס איז רוב מאל דער גרעסטער גורם , פארדעם איז רוב מאל זי דער מרשעת. הגם, אז רוב מאל קען זי זיין א צדיקת פון א פרוי, אבער די געלונגענע עסקנים פירן דעם רעדל, און זי ווערט א חלק פון דעם.

יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, אסאך מאל איז ער שוין נישט קיין מענטש האך פאר אלעס געשעהט, איך רעד נאר פון רוב פעלער וואס איך האב מיטגעהאלטן.