☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » חסידים לערנען נישט נ"ך

חסידים לערנען נישט נ"ך

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15356

פאר'ן דאווענען » זונטאג יוני 19, 2022 5:41 pm

· #502511
חסידים לערנען נישט נ"ך
דא האב איך געפרעגט אויב עס שוין דא אן אשכול אויף די נושא, איך האב נישט געטראפן וואו מען רעדט דערפון. אויב איז שוין דא אן אשכול דערויף ביטע צוצייכענען.

די מציאות איז אז ביי רוב חסידים לערנט מען נישט קיין נ"ך, איך ווייס נישט בנוגע די ליטווישע, אבער אין חסידישע חדרים און ישיבות לערנט מען עס נישט. איז די שאלה איז פארוואס נישט? און ווען האט זיך עס אנגעהויבן? און אויך צו איז דא א מקור דערצו? דהיינו צו און איינע פון די פריערדיגע ספרים זאלן רעדן דערוועגן און שרייבן אז מ'זאל נישט לערנען.

איך געדענק הערן צוויי סיבות פארוואס מען זאל עס נישט לערנען. איינס ווייל די משכילים האבן געמאכט דערפון אן עיקר, סיי פונעם עצם לימוד און סיי פון דקדוק, און ממילא האט מען עס נישט געלערנט כדי צו שטיין ווייט פון זיי (עפעס אזוי). וואס לפי זה איז עס היינט מער נישט נוגע, ווייל ס'איז נישט דא מער (די סארט) משכילים. און צווייטנס, ווייל עס איז דא אין נ"ך זייער אינטערעסאנטע מעשיות וואס שטימען נישט אזוי מיט שיטת החרדיזם, און ס'ברענגט צופיל קשיות פאר א חרדי, ממילא האט מען עס נישט געלערנט. און די איינציגסטע פלאץ וואו א חרידישע איד האט יא געהערט פון די אישי הנ"ך איז נאר ביי די גמרא, וואס דארט האבן שוין חז"ל עס מסדר געווען כמו "כל האומר דוד חטא וכו'" וכדומה.

איז לפי די צווייטע סיבה איז עס נאך אלס נוגע. איך גיי נישט יעצט אריין צו די סארט אידישקייט (ויקרא שמו בישראל "חרידיזם") איז ריכטיג צו נישט, און צו די פועל יוצא פון אזא סארט מהלך איז געפארפול אדער נישט, אויף דעם איז שוין דא גענוג אשכולות ווי מ'טוט עס דורך.
איך זאג נאר אז לפי שיטת החרדים איז לכאורה די צווייטע טעם נאך אלס שטארק נוגע.

וואס זאגט דער עולם? איז דא נאך סיבות? האט עס מקורות? אויב יא ביטע ברענגען.

שמן למאור » זונטאג יוני 19, 2022 6:18 pm

· #502516
די טעם איז היינו הך,
מען האט נישט געלערנט נ"ך וועגן עס ברענגט קשיות אויף חרדיזם, מילא האבן עס די משכילים דוקה יא געלערנט, האט מען שוין יעצט נאך א סיבה עס נישט צו לערנען, וועגן די משכילים לערנען עס

עיין כאן אין די אשכול, צו פארשטיין בעסער דעם ענין

berlbalaguleh » זונטאג יוני 19, 2022 6:28 pm

· #502520
וואס ווילסטו? מ'זאל לערנען מיט אונזערע קינדער די מעשה פון אמנון ותמר אדער ווי אבשלום האט געוואלט הרגנ'ען זיין טאטן דוד המלך?? אדער די עובדי עבודה זרה פון יענע צייטן..?! פון אונז פארלאנגט מען מ'זאל זיין פיין און וואויל, און ווען מ'וועט לערנען וואס די אידן האב אלץ אנגעשטעלט אין יענע צייטן וועט נישט טויגן....!

שמן למאור » זונטאג יוני 19, 2022 6:30 pm

· #502521
מיט די תורה טוט גיבט מען זיך יא גאנץ פיין א עצה, מען לאזט אויס אנהויב פרשת תזריע וכדומה, און ביי די מעשה פון די עגל און די מי מריבה וכדומה זאגט מען אז עס איז העכערע זאכן...

שמן למאור » זונטאג יוני 19, 2022 6:44 pm

· #502527

שמן למאור » זונטאג יוני 19, 2022 7:05 pm

· #502530
די אשכול איז אין שבת אחים, די קעפל איז "פארוואס ווערט נישט דערמאנט חרדי'שע אידישקייט אין תנ"ך?"

ווען איך האב מיך ארויסגעסיינט, איז אויך געשטאנען אז איך דארף מיך אריינסיינען צו קענען ליינען דעם אשכול, צו ליינען שבת אחים דארף מען האבן לכה"פ 25 תגובות דאכצעך,

איך ווייס נישט פארוואס דו האסט נישט קיין עקסעס, דו ביסט דאך א חבר ותיק, האבן נאך אידן די פראבלעם דא?

איך וועל ארויפשטעלן א לינק צו די ערשטע תגובה פון די אשכול, אנשטאט צו די אשכול אליין, אויב עס ארבייט נאכאלטס נישט וועסטו זיך מוזן ווענדן צום מנהל
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=473492#p473492

היסטאריע » זונטאג יוני 19, 2022 8:45 pm

· #502536
די פאני מעשיות זענען נאר אין יהושע שופטים שמואל מלכים.
דער רעשט, ישעיה ירמיה וכו' תהלים משלי וכו', איז גאר באלערנדע זאכן, און האט נישט קיין סיבה פארוואס מען לערנט עס נישט.

מצפצף » זונטאג יוני 19, 2022 10:28 pm

· #502546
עצי שטים
מיט די תורה טוט גיבט מען זיך יא גאנץ פיין א עצה, מען לאזט אויס אנהויב פרשת תזריע וכדומה, און ביי די מעשה פון די עגל און די מי מריבה וכדומה זאגט מען אז עס איז העכערע זאכן...
דאָס איז בוחר הרע במיעוטו, בעצם וואלטן זיי געוואלט אז ביי חסידים זאל מען קיין חומש אויך נישט לערנען.

פרנס החודש » זונטאג יוני 19, 2022 10:33 pm

· #502548
Re: חסידים לערנען נישט נ"ך
עכ״פ ביי די מיידלעך

היסטאריע » זונטאג יוני 19, 2022 11:58 pm

· #502555
מצפצף
עצי שטים
מיט די תורה טוט גיבט מען זיך יא גאנץ פיין א עצה, מען לאזט אויס אנהויב פרשת תזריע וכדומה, און ביי די מעשה פון די עגל און די מי מריבה וכדומה זאגט מען אז עס איז העכערע זאכן...
דאָס איז בוחר הרע במיעוטו, בעצם וואלטן זיי געוואלט אז ביי חסידים זאל מען קיין חומש אויך נישט לערנען.
ווער איז דאס דער "זיי"?

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 20, 2022 12:20 am

· #502556
היסטאריע
די פאני מעשיות זענען נאר אין יהושע שופטים שמואל מלכים.
דער רעשט, ישעיה ירמיה וכו' תהלים משלי וכו', איז גאר באלערנדע זאכן, און האט נישט קיין סיבה פארוואס מען לערנט עס נישט.
משלי איז פול מיט רעפרענס צו זנות וואס ווערט אסאך גענוצט אלץ משל. און אין אנדערע ספרי נ"ך אויך

היסטאריע » מאנטאג יוני 20, 2022 12:22 am

· #502557
און ביי אונז עקזיסטירט דאך נישט קיין זנות, ממילא לערנט מען עס נישט.

שמן למאור » מאנטאג יוני 20, 2022 1:22 am

· #502563
היסטאריע
די פאני מעשיות זענען נאר אין יהושע שופטים שמואל מלכים.
דער רעשט, ישעיה ירמיה וכו' תהלים משלי וכו', איז גאר באלערנדע זאכן, און האט נישט קיין סיבה פארוואס מען לערנט עס נישט.
כוויל נישט ציפול מאריך זיין דא, אבער אז מען טוט גוט דורך ספר ירמיהו, קומט ארויף ספיקות צו ער איז נישט געווען קיין נביא שקר...
ויותר אין לי רשות להאריך...

דוד שריפטליך » מאנטאג יוני 20, 2022 3:02 am

· #502565
איך האב געלערנט אין סאטמר חדר און מען האט געלערנט יהושע שופטים שמואל און מלכים סא פון וועלעכע חדרים רעדן ענק?

דוד שריפטליך » מאנטאג יוני 20, 2022 3:03 am

· #502566
היסטאריע
און ביי אונז עקזיסטירט דאך נישט קיין זנות, ממילא לערנט מען עס נישט.
😂 🙄

דוד שריפטליך » מאנטאג יוני 20, 2022 3:08 am

· #502567
איך דערמאן זיך יעצט אז עס איינמאל ביי חול המועד חדר האט מען דערציילט די מעשה פון דניאל און די חלום פון נבוכדנצר און ער האט אפגעלייגט אלע איברים פון די קערפער און עפעס האט ער געזאגט דארט בריסט קאסטן......

חדשים » מאנטאג יוני 20, 2022 12:00 pm

· #502586
די מקור איז די בני יששכר אין זיין ספר מעין גנים. 📎 HebrewBooksOrg_4742_page_119.pdf די שאלה איז זייער גוט. די פראבלעם איז אז א מנהל המוסד פרעגט נישט אזא שאלה. ווען מען טראכט ווען וואס מ’דארף טוישן און וועלכע טעם איז מער נישט שייך, וואלט נאך אנדערע זאכן אויך געווען אנדערש. עס קומט לכאורה נישט פון א שיטה, עס קען קומען פון פלעין נישט טראכטן. אויך איז נישטא קיין פארשטאנד צו די וויכטיגקייט פון עדיוקעיטן די תלמידים מיט די אידישע היסטאריע.

היסטאריע » מאנטאג יוני 20, 2022 10:04 pm

· #502634
דוד שריפטליך
איך האב געלערנט אין סאטמר חדר און מען האט געלערנט יהושע שופטים שמואל און מלכים סא פון וועלעכע חדרים רעדן ענק?
איך מיין אז היינט לערנט מען נישט מער.

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 21, 2022 12:45 am

· #502638
היסטאריע
דוד שריפטליך
איך האב געלערנט אין סאטמר חדר און מען האט געלערנט יהושע שופטים שמואל און מלכים סא פון וועלעכע חדרים רעדן ענק?
איך מיין אז היינט לערנט מען נישט מער.
וואס הייסט איך געדענק אז מען האט אפילו געלערנט אז איינער דארט האט זיך געמאכט קראנק איז געקומען איינע פון די מיידלעך און האט איר געצווינגן

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 21, 2022 12:50 am

· #502639
זיי מברר ביי די חברה צו מען לערנט טאקע נישט אין סאטמר חדר נ"ך איך רעדט פון אזוי לאנג צוריק איך רעדט פון תשס"ד -תשס"ו

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 21, 2022 12:52 am

· #502641
berlbalaguleh
וואס ווילסטו? מ'זאל לערנען מיט אונזערע קינדער די מעשה פון אמנון ותמר אדער ווי אבשלום האט געוואלט הרגנ'ען זיין טאטן דוד המלך?? אדער די עובדי עבודה זרה פון יענע צייטן..?! פון אונז פארלאנגט מען מ'זאל זיין פיין און וואויל, און ווען מ'וועט לערנען וואס די אידן האב אלץ אנגעשטעלט אין יענע צייטן וועט נישט טויגן....!
ביי אונז אין חדר האט מען דאס געהעריג פארגעלערנט. אוי איז דאס געווען שרעקעדיג.........

דוד שריפטליך » דינסטאג יוני 21, 2022 12:54 am

· #502642
אין סאטמר לכאורה לערנט מען פאר ווייל דער רעבעזיכרוינענע ליוורוכע האט געהייסן.......