וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15345
וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
אפגעטיילט פון
דא
וואס טוט מען אויב מען האט א צעקוועטשטע ווייב וואס לאזט זיך נישט עפענען, זי לאזט נישט קיין שום אינטערנעט אקסעס אינדערהיים? זי וויל בלייבן טיף פארפלאנטערט אונעם סיסטעם?
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
לכאורה די מערסט אפעקטירבארע מהלך איז איר צו געבן צו שפירן פון איר אייגענע מעדיצין, הייב אן שפילן פרום לאז איר נישט אטעמען, זיי מקיים אל תרבה שיחה אם האשה צום עקסטרעם, נאך דריי וואכן פון אזא טעראפי בדוק ומנוסה אז זי וועט חלש׳ן פאר אביסל נארמאלקייט[emoji48][emoji49][emoji48][emoji49][emoji48][emoji49]
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
יעצט ערנסט גערעדט, וואס טוט מען אויב די פרוי האט Borderline personality, bi-polar, OCD אדער עני אנדערע דיסארדער?
קיין איין פרוי גייט נישט בין יום ולילה טוישן איר לעבנס שטייגער, און קיינער זאל עס נישט ערווארטן. אבער אין אלגעמיין זענען פרויען reflective, און נישט עפעס מורא׳דיג Ideological, און קמעא קמעא אזוי ווי דער מאן טוישט זיך, דארף זי אויך ערגעץ ווי כאפן דעם יצר הרע. אויב דאס פאסירט נישט ביסטו אויף גרויסע צרות סתם אזוי אפילו נישט לגבי אידישקייט, א פרוי וואס פארט נישט מיט מיט איר מאן קלאפט אויס אין יעדע הינזיכט פון לעבן, די פראגע איז בכלל נישט מער מצוי אין רעליגיעזע ענינים.
זייער א וויכטיגע נושא, יישר כח פארן עפענען.
עס איז זייער א ברייטע שמועס וואס צוטיילט זיך אין אסאך ענגלס, אויב עס בלייבט אן טאפיק. כשם שפרצופיהן אינן שוות כך נשותיהן ופרצופותיהן אינן שוות. יעדער קומט פון א צווייטע סטארטינג פוינט און צילט ערגעץ אנדערש. וויאזוי איז די אפען קאמיוניקעישאן אין אנדערע זאכן. און נאך.
פאר די תועלת פון די שמועס און צו קענען ריכטיג קאמיוניקירן, שרייב ווי מער קאנקריט אינפארמעישאן. ווי האלסטו יעצט און ווי ווילסטו אנקומען. און אין וועלכע פרט ביזטו סטאק.
ויהי רצון שיתקיים מה שנאמר איש את רעהו יעזורו, ודרשינן זהו עזר כנגדו, זכה נעשית לו עזר.
ממה נפשך... אויב האסטו זיך אינגאצן באפרייט פון די סיסטעם קייטן, וואס האלט דיר צירוק פון איר דראפן?? (אקעי, קינדער אדער גט אישו פארשטייעך...) ס׳דא א וועלט אויסוואל פון פרויען, אפילו ערליכע, דאכטסעך אז ס׳דא היינט שידוכים עפפס וואס זיכט דיר ממש דיינס גלייכן.
און אויב ביזטו נאכאלץ אריינגעדרייט אינעם סיסטעם באיזה אופן שהוא, וואס ווילסטו פון איר?
אקעי, ׳זי איז אביסל מער איינגעטינקען׳, איז וואס? פאר דעם איז זי דאך פון די נשים דעתן קלות...
אלזא, איידער מ׳בלעימט איר, זאלמען זיך אליינ׳ס בודק זיין צו מ׳האט די שטארקייט צו פייפן אויפן סיסטעם.
ער פרעגט אזוי: איך וויל גיין ווי ווייט איך וויל און בלייבן מיטן סיסטעם אויף ווי ווייט עס לוינט זיך מיר. אבער זי איז פארהאקט נישט ווייל זי וויל אזוי, נאר סתם יעקישקייט לשם יעקישקייט, סיסטעם לשם סיסטעם.
יעדע געזונטע פרוי דארף זיך וועלן אביסל לעבן, נאר צומאל ווערן מענטשן פארהאקט און טראכטן ניטאמאל וואס זיי ווילן, סתם פאר פארהאקטקייט. כנראה איז נישט קיין שום מעלה צו פייפן All the way, אויב יא פארוואס ברויך די פרוי נאכטאנצן. נאר דא קומט די מאן און זאגט איך וועל פייפן ווי עס לוינט מיר און דו ווי עס לוינט דיר, זאגט די פרוי ניין! סיסטעם! דאן האט די מאן א טענה איך האב דיר גענומען פאר א פרוי און דו האסט א גרעסערע שיעבוד צו דיר אליינס און צו מיר, ווי צום סיסטעם, נארמאליזיר זיך and enjoy life
מען רעדט דא באופן כללי, עס איז דא זאכן וואס איז אין סיסטעם און נאכדעם איז דא זאכן וואס מען האט מחנך געווען וואס דאס איז שוין א שטאפל שווערער צו פועל'ן ביי א פרוי, ווי למשל א לבוש זאך וואס איז ממש חוק בלי יעבור... איך וועל געבן א דוגמא, ביי געוויסע קרייזן ברויכן אלע עלטערע מיידלעך און ווייבלעך גיין מיט א געוויסע מין שטרימפ וואס האט אזא נייאכץ פון אונטערוויילעכץ....... און די וואס ווייסן וואס איך רעד ווייסן אז דאס איז א זאך וואס איז גאר שווער צו פועל'ן צו טוישן.
חדשיםזייער א וויכטיגע נושא, יישר כח פארן עפענען.
עס איז זייער א ברייטע שמועס וואס צוטיילט זיך אין אסאך ענגלס, אויב עס בלייבט אן טאפיק. כשם שפרצופיהן אינן שוות כך נשותיהן ופרצופותיהן אינן שוות. יעדער קומט פון א צווייטע סטארטינג פוינט און צילט ערגעץ אנדערש. וויאזוי איז די אפען קאמיוניקעישאן אין אנדערע זאכן. און נאך.
פאר די תועלת פון די שמועס און צו קענען ריכטיג קאמיוניקירן, שרייב ווי מער קאנקריט אינפארמעישאן. ווי האלסטו יעצט און ווי ווילסטו אנקומען. און אין וועלכע פרט ביזטו סטאק.
ויהי רצון שיתקיים מה שנאמר איש את רעהו יעזורו, ודרשינן זהו עזר כנגדו, זכה נעשית לו עזר.
זייער גוט געזאגט פאר מען הייבט אן צו רעדן וועגן טאנצן וכ'ו. ברויך מען קודם זעען וואו עס האלט בכלליות דער מצב אין שלום בית דאס פריוואטע צוזאמענלעבן די קאמיונוקאציע די פארשטאנד די ליבשאפט. צו מען פארטראגט זיך וכ'ו וכ'ו וכ'ו.....
בְּתוֹךְ עַמִּיממה נפשך... אויב האסטו זיך אינגאצן באפרייט פון די סיסטעם קייטן, וואס האלט דיר צירוק פון איר דראפן?? (אקעי, קינדער אדער גט אישו פארשטייעך...) ס׳דא א וועלט אויסוואל פון פרויען, אפילו ערליכע, דאכטסעך אז ס׳דא היינט שידוכים עפפס וואס זיכט דיר ממש דיינס גלייכן.
און אויב ביזטו נאכאלץ אריינגעדרייט אינעם סיסטעם באיזה אופן שהוא, וואס ווילסטו פון איר?
אקעי, ׳זי איז אביסל מער איינגעטינקען׳, איז וואס? פאר דעם איז זי דאך פון די נשים דעתן קלות...
אלזא, איידער מ׳בלעימט איר, זאלמען זיך אליינ׳ס בודק זיין צו מ׳האט די שטארקייט צו פייפן אויפן סיסטעם.
יא ?????.......(!),,,,, וואו איז דא די עפפס וואס טרעפן די סארט שידוכים........ איך זיך אזאנס..........
פארוואס טראלסטו ארום?
עצי שטיםאפגעטיילט פון
דא
וואס טוט מען אויב מען האט א צעקוועטשטע ווייב וואס לאזט זיך נישט עפענען, זי לאזט נישט קיין שום אינטערנעט אקסעס אינדערהיים? זי וויל בלייבן טיף פארפלאנטערט אונעם סיסטעם?
מען טאנצט אליין.
נישטא קיין גוטע סיבות צו טאנצען צוזאמען.
בעיקר ווייל די ווייסט נישט אויב די ווילסט אייביג בלייבן נאכען טאנצען. אמאהל ווייל מען צוריק טאנצען.
און אויך, טאנצען צוזאמען איז לאוו דווקא אזוי געשמאק.
בדרך כלל וועט א געזונטע פרוי מיט טאנצן מיט דיר, אבער אך ורק בתנאי אז ווען דו טאנצט זעט זי דיר טאנצן ריקודין של שמחה... א אמת׳ער געשמאקע לעבן קען קיין שום נארמאלער מענטש נישט רעזיסטן. ס׳איז קעטשי 😛 !
די שאלה איז גאר א גוטע, וויאזוי ברענגט מען די ווייב נענטער צו וואס מען וויל. (כאטש די קעפל איז נישט די בעסטע, קיינער דארף נישט טאנצן מיט קיינעם).
די ערשטע זאך איז אויפריכטיקייט, מען קען נישט איבערצייגן א צווייטן ווען מען איז נישט אויפריכטיג מיט זיך אליין. אויב למשל רעדט מען זיך איין מען וויל עפעס, אבער באמת וויל מען עס נאר ווייל אנדערע ווילן דאס, אדער צוליב אנדערע סיבות, איז עס פאלש און מען וועט נישט אנקומען אין ערגעץ. נאר נאך א מענטש באהאלט זיך נישט פון זיך אליין, ער קוקט זיינע אינערליכע געפילן אין פנים, וועט ער זיך אליין פארשטיין בעסער, און אויך קענען מסביר זיין פאר אנדערע וואס ער וויל.
די צווייטע נקודה איז געדולד, דו קענסט נישט עקספעקטן איינער זאל זיך טוישן איבערנאכט, קיינער פון אונז טוישט זיך נישט אין איין טאג. טויש איז א לאנגע פראצעדור, וואס מען צוקייט צוביסלעך די לאגיק, און מען פראסעסט שטייטלעך די געפילן. אין די זעלבע צייט דארסטו אויך זיין אפן צו ווערן געטוישט פון איר, יעדע שמועס וואס איז א נייע חידוש, דארפסטו איר לאזן גיין איר וועג מיט געדולד, און אין די זעלבע צייט זיין אפן צו הערן אויב זי איז דיר עפעס מחדש.
נאך א נקודה (וואס איז פאר די ערשטע...) דו דארפסט זיין גרייט צו געבן כאטש אזוי סאך ווי דו ווילסט נעמען. זי דארף וויסן דו האסט איר ליב, דו רעספעקטסט איר, און דו ביסט דא פאר איר. אויף דעם דארף מען שטענדיג ארבעטן, סיי עס זאל זיין אמת, און סיי זי זאל עס שפירן. אויב שפירט זי די איינציגע סיבה וואס דו ביסט דא איז ווייל דו ביסט פשוט סטאק, גייסטו נישט אנקומען אין ערגעץ. און אויב איז דאס טאקע די סיבה, איז עס לגמרי נישט קיין סיבה...
זאלסט האבן אסאך הצלחה מיט אלעס וואס דו טוסט, איך בין זיכער אויב וועסטו אוועקגעבן צייט און כח, וועסטו אנקומען צו דיין ציל.
איך האב בעסיקלי געטוהן וואס מ'האט דא געשריבן, און איך האב געזעהן אסאך סאקסעסס
געב איר ליבשאפט, אמת'ע ליבשאפט. מאך איר שפירן אז זי איז אלעס פאר דיר און דו ביזסט אלעס פאר איר. געב איר גוטע ווערטער אן א מאס. זאג דיינע מיינונגען אן קיין מורא. עכט? אזוי האלטסטו? יא, אזוי האלט איך, דאס איז מיין מיינונג. האב נישט מורא משפיע צו זיין. צווינג נישט ארויף דיינע מיינונגען אויף איר, הייס איר נישט. אדרבה, נעם איר אריין אין דיר. דו גיי דיין וועג מיט א שטארקייט, פול מיט ליבשאפט און קעיר. צום סוף וועט זי נאך פייטן פאר דיינע אידעאלן.
אויב אין א צייט שפירסטו אז דו נעמסט שווער אז זי הערט זיך נישט צו צו דיר, דאן גיי אריין אין א שטוב און זיי זיך מסדר, קלאר זיך אויס אין דיינע הרגשים. פארשטיי אז דאס זענען 'דיינע' הרגשים, עס האט גארנישט מיט איר, זי איז נישט שולדיג דערין. מעגסט אזוי שפירן, דאס מיינט אבער נישט אז דו דארפסט איר באשולדיגן דערין.
פאר דו גיבסט ארויס דיינע מיינונגען אזוי פאר דיין פרוי, שאדט נישט אויב מען האט א גט מיט עדים גרייט אויפן פלאץ.
ס'איז דא אזא זאך אז מען גט זיך פאר'ן זאגן מיינונגען?
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
לאמיר זאגןס'איז דא אזא זאך אז מען גט זיך פאר'ן זאגן מיינונגען?
קענסט עפענען אן אשכול דערוועגן….
פארשטייסט אבער אז דו האסט פארזען צו ענטפערן מיין פראגע, איא?
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
ריכטיג
פרנס החודש לאמיר זאגןס'איז דא אזא זאך אז מען גט זיך פאר'ן זאגן מיינונגען?
קענסט עפענען אן אשכול דערוועגן….
א ודאי נישט נאר דאס איך ווייס א אינגערמאן וואס האט קלאר געזאגט וואס זיין מיינונג איז און ער האט געטוען אלע אויבנדערמאנטע זאכן........ אריינגערעכנט איר אויסהערן געבן די גוטע געפיל. און גיין בעיבי סטעפס צוביסליך...... אבער אויך געלאזט וויסן וואס ער האלט. און עס האט זיך געענדיגט מיט א גט......
לאמיר זאגןפארשטייסט אבער אז דו האסט פארזען צו ענטפערן מיין פראגע, איא?
יא. ווייל די שוועסטער אירע. איר מאנס שוועגערן האט געזאגט עס איז נישט אונזער מסורה....
לאמיר זאגןס'איז דא אזא זאך אז מען גט זיך פאר'ן זאגן מיינונגען?
עס ווענט זיך ווער די פרוי איז וואסארא חינוך זי האט באקומען ווי שטארק זעליש געזונט זי איז און ווי שטארק זי פילט צוטרוי אין איר מאן.......
אויב טוט מען די זאכן וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה, דאן שפירט די ווייב פולע צוטרוי אין דעם מאן.
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
לאמיר זאגןאויב טוט מען די זאכן וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה, דאן שפירט די ווייב פולע צוטרוי אין דעם מאן.
ווען דו ביסט ווען א פרוי און דיין מאן עפנט זיך פאר דיר און זאגט דיר צב״ש אז ער גלייבט נישט אין תורה מסיני, וואס וואלט געווען דיין רעספאנס? לאמיר זאגען אז מען רעדט אז עטס זענט פארהייראט שוין א האלבע יאר, ווי האלטסטו ענדיגט זיך אזא מעשה?
איך וואלט מציע געווען פאר אזא איינער. אנטשטאט צו זאגן די פרוי זיינע אז ער גלויבט פשוט נישט. זאל ער איר ענדערש זאגן אז ס'דא וואס האבן ספיקות וכו' אדער געוויסע ספעציפישע שאלות וואס עקזיסטירן.... אז ער זוכט א אויסגעהאלטענע מהלך וואס קען בעסער שטימען. און אזוי ארום מיט די צייט זאל ווערן די מחשבות מער אקצעפטירבאר.
פרנס החודש לאמיר זאגןאויב טוט מען די זאכן וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה, דאן שפירט די ווייב פולע צוטרוי אין דעם מאן.
ווען דו ביסט ווען א פרוי און דיין מאן עפנט זיך פאר דיר און זאגט דיר צב״ש אז ער גלייבט נישט אין תורה מסיני, וואס וואלט געווען דיין רעספאנס? לאמיר זאגען אז מען רעדט אז עטס זענט פארהייראט שוין א האלבע יאר, ווי האלטסטו ענדיגט זיך אזא מעשה?
אויב איז ער אזא מאן ווי דערמאנט, און זיי האבן זיך באמת ליב, דאן וועט זי אים נישט וועלן אפלאזן.
.
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
לאמיר זאגן פרנס החודש לאמיר זאגןאויב טוט מען די זאכן וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה, דאן שפירט די ווייב פולע צוטרוי אין דעם מאן.
ווען דו ביסט ווען א פרוי און דיין מאן עפנט זיך פאר דיר און זאגט דיר צב״ש אז ער גלייבט נישט אין תורה מסיני, וואס וואלט געווען דיין רעספאנס? לאמיר זאגען אז מען רעדט אז עטס זענט פארהייראט שוין א האלבע יאר, ווי האלטסטו ענדיגט זיך אזא מעשה?
אויב איז ער אזא מאן ווי דערמאנט, און זיי האבן זיך באמת ליב, דאן וועט זי אים נישט וועלן אפלאזן.
אה יעצט לייגסטו שוין צו ״ און זיי האבן זיך באמת ליב״
האלט מיר שוין אויף א וועג….
קורקלענדאיך וואלט מציע געווען פאר אזא איינער. אנטשטאט צו זאגן די פרוי זיינע אז גלויבט פשוט נישט. זאל ער איר ענדערש זאגן אז ס'דא וואס האבן ספיקות וכו' אדער געוויסע ספעציפישע שאלות וואס עקזיסטירן.... אז ער זוכט א אויסגעהאלטענע מהלך וואס קען בעסער שטימען. און אזוי ארום מיט די צייט זאל ווערן די מחשבות מער אקצעפטירבאר.
קורקלענד: נאר מ'דארף געדענקען אז א פרוי וואס יאז ארויסגעגאנגען פון אן ערליכן בית חינוך. און זי האט איינגעזאפט אין זיך אמונה בה', אין בריאת העולם, יציאת מצרים און תורה מסיני וועט זיין אזוי שטארק שאקירט ווען זי הערט איהר מאן רעדן אזעלכע ווערטער, אז ס'איז נישט זיכער וויאזוי זי וועט רעאגירן. אנדערש ווי א (יונגער) מאן וועלכע טרעפט זיך מיט אלערליי מענטשן און הערט אלערליי דיעות. איז ער נישט שאקירט. און ער קען עס ענדערש פארנעמען.
אז מ'האט אזא שלום בית אז די ווייב וועט איבערלאזן דעם מאן פארן האבן אנדערע מיינונגען אנדערש ווי זי איז געוואוינט, איז נישט ווערט צו בלייבן צוזאמען, ס'איז סיי ווי נישט קיין לעבן אזוי, אז מ'האט א עכטע גוטע שלום בית קען מען מיט די צייט מאכן גרויסע שינוים, מ'דארף אודאי ארבעטן מיט חכמה און שטייטעלעך נישט שפרונגען גרויסע טריט אבער צום סוף וועט מען זעהן פירות, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל קודם ארבעטן אויף די שלום בית און נאכדעם אויף די שינויים, דאן וועט עס געשעהן אן ארבעטן שווער בככל, נאך א נקודה מ'דארף זיין אפען מיט די ווייב אז מ'שפילט זיך ארום מיט איר טויג נישט, זיך אראפשטעלן אלס א צדיקל בשעת מ'איז דירעקט די פארקערטע איז א רעצעפט פאר א דעזעסטער.
אויב די פרוי איז פארביסן קען מען זיך הענגן אויף א צוקערשטריק
געדענק יעדער עסט אנדערש אהבה....
מען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
בת קולמען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
אוואדאי קען מען טוישן אנדערע (ווילאנג יענער טיט נישט פארקערט אויף להכעיס) בפרט א מאן אויף א ווייב, מען דארף עס נאר טוען מיט שכל און געדילט.
תרמבאז מ'האט אזא שלום בית אז די ווייב וועט איבערלאזן דעם מאן פארן האבן אנדערע מיינונגען אנדערש ווי זי איז געוואוינט, איז נישט ווערט צו בלייבן צוזאמען, ס'איז סיי ווי נישט קיין לעבן אזוי, אז מ'האט א עכטע גוטע שלום בית קען מען מיט די צייט מאכן גרויסע שינוים, מ'דארף אודאי ארבעטן מיט חכמה און שטייטעלעך נישט שפרונגען גרויסע טריט אבער צום סוף וועט מען זעהן פירות, איך וואלט געזאגט אז מ'זאל קודם ארבעטן אויף די שלום בית און נאכדעם אויף די שינויים, דאן וועט עס געשעהן אן ארבעט שווער בככל, נאך א נקודה מ'דארף זיין אפען מיט די ווייב אז מ'שפילט זיך ארום מיט איר טויג נישט, זיך אראפשטעלן אלס א צדיקל בשעת מ'איז דירעקט די פארקערטע איז א רעצעפט פאר א דעזעסטער.
Soדו ברענגסט ארויס דא צוויי נקודות און קורצן
1 אז מען דארף ארבעטן מיט חכמה שטייטליך וכו וכו
2 אז מען דארף זיין אפן מיט די ווייב וואס מען האלט ..... ווייל דאס איז א רעצעפט פאר א דיזעסטער
יעצט איז די פראגע אלס איינער וואס האט שוין אויספרובירט ביידע און דאך האט זיך עס געענדיגט מיט 12 שורות... וואס איז יעצט דא צו טאן אז עס זאל נישט געשען נאכאמאל?
קהל'ס נער בת קולמען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
אוואדאי קען מען טוישן אנדערע (ווילאנג יענער טיט נישט פארקערט אויף להכעיס) בפרט א מאן אויף א ווייב, מען דארף עס נאר טוען מיט שכל און געדילט.
יא קהלס נער איך האלט פונקט ווי דיר אבער זיי מסביר מער אויספירליך ביטע
דוד שריפטליך קהל'ס נער בת קולמען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
אוואדאי קען מען טוישן אנדערע (ווילאנג יענער טיט נישט פארקערט אויף להכעיס) בפרט א מאן אויף א ווייב, מען דארף עס נאר טוען מיט שכל און געדילט.
יא קהלס נער איך האלט פונקט ווי דיר אבער זיי מסביר מער אויספירליך ביטע
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=485404#p485404 קהל'ס נער בת קולמען קען נישט טוישן אנדערע. ענדערש טויש זיך אליין.
אוואדאי קען מען טוישן אנדערע (ווילאנג יענער טיט נישט פארקערט אויף להכעיס) בפרט א מאן אויף א ווייב, מען דארף עס נאר טוען מיט שכל און געדילט.
מען קען נישט טוישן א מענטש אינערלעך. אפשר וועט זי דיר פאלגן אויסערלעך אבער זי וועט דיר קיינמאל נישט מוחל זיין פאר איר צווינגען צו פאלן פאר דיינע תאוות.
וואס איז זי שולדיג אז דו ווילסט נישט ארבייטן אויף דיין יראת שמים?
זי איז איר אייגענע מענטש און האט איר אייגענע דרך.
דו מיינסט דו בוסט אויפגעקלערט און דו מוזט איר טוישן און אויפקלערן, אבער צווינגען א צווייטן צו טוישן פאר דיר איז די שפיץ פון צוריקגעשטאנענקייט.
ווער רעדט פון צווינגען?
מען רעדט פון אויפקלערן און מאכן דאס לעבן שענער בעסער און מער אמת'דיג.
איר מיינונג קען פונקט אזוי גענומען ווערן אין באטראכט, אבער ס'איז פארשטענדליך אז א מאן זאל וועלן אז זיין ווייב זאל טראכטן ברייט און אנהויבן לעבן אין ברייטקייט צוזאמען מיט אים.
ווער רעדט פון טוישן אינערליך? טוישן אינערליך מיינט נעמען א מענטש וואס איז למשל בטבע א נאטור ליבהאבער און יענעם פרובירן צו מאכן פאר א amusement park ליבהאבער,
אבער נעמען א באליבטער און אים\איר אויסברייטערן די קאפ און ווייזן נייע גוטע(?) וועגן אין לעבן, פארוואס דען נישט?
(מען גייט מיט א משל אז דער מאן וויל-זיין\איז מער אויפגעקלערט [לויט אים] ווייל אזוי שטעלט זיך עס געווענליך ארויס, אבער אין אויסנאם(?) פעלער קען דאס טאקע זיין פארקערט)
פרנס החודש
אה, יעצט לייגסטו שוין צו "און זיי האבן זיך באמת ליב",
האלט מיר שוין אויף א וועג….
אויב איז ער אזא מאן ווי דערמאנט, וועט זי אים אי"ה אויך ליב האבן.
אם ירצה השם
פאר ווער ס׳וויל נישט גיין צו ווייט... נאר פשוט ׳לויז׳ צו מאכן די סיסטעם אין שטוב, ווילעך באמערקן א פשוט׳ע פראקטישע טענה וואס דו קענסט כסדר אריינווארפן איר צו דערמאנען; ׳אין לך אשה כשרה בנשים אלא מי שעושה רצון בעלה׳.
קלער איר אויף, אז ס׳איז אזוי גרינג פאר איר צו זיין אויף די ריכטיגע אידישע רעלסן, דורך פשוט טון וואס דו ווילסט (ובפרט ווען דו ווילסט דאך זי זאל ענדזשויען לייף...). מילא פאר א מאן איז דא הלכות אויף פרט ופרט..., אבער פאר איר ❓ 😉
ענטפער. וואסערע חומרות רעדסטו פון?
וואסערע חומרות רעדסטו פון?
און וואס איז נאכן אויפקלערן די ווייב?
וואס קען מען שוין טוהן מער ווען מען גלייבט נישט?
טוישן לבוש חומרות דאס קען מען טוהן אפילו ווען מען גלייבט.
און לאמיר זאגן אז ווען מען גלייבט שוין נישט דעמאלטס קען מען שוין טוישן. קען מען דען דעמאלטס? האט מען נישט די פער פרעשור פון מענטשן?
די זאכן וואס אונז פירן זיך איז ווייל עס ליגט אין אונזער בלוט, און מען באקומט א גילטי קאנשוס אויב מען טוט עס נישט, ווי למשל תפלין אדער מחלל שבת זיין.
און אויך ווילן מיר זיך געפעלן פאר אונזער קאמיוניטי.
מען קען דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת, דורך בחירה, אן געצווינגען ווערן דורך די ווייב און שוויגער.
בְּתוֹךְ עַמִּיפאר ווער ס׳וויל נישט גיין צו ווייט... נאר פשוט ׳לויז׳ צו מאכן די סיסטעם אין שטוב, ווילעך באמערקן א פשוט׳ע פראקטישע טענה וואס דו קענסט כסדר אריינווארפן איר צו דערמאנען; ׳אין לך אשה כשרה בנשים אלא מי שעושה רצון בעלה׳.
קלער איר אויף, אז ס׳איז אזוי גרינג פאר איר צו זיין אויף די ריכטיגע אידישע רעלסן, דורך פשוט טון וואס דו ווילסט (ובפרט ווען דו ווילסט דאך זי זאל ענדזשויען לייף...). מילא פאר א מאן איז דא הלכות אויף פרט ופרט..., אבער פאר איר ❓ 😉
בקיצור מעניפיולעטן ווי עס לוינט זיך דיר. אז זי וויל נישט צווינג איר מיט מאמרי חז"ל וואס מיינען בכלל נישט דאס.
בת קול בְּתוֹךְ עַמִּיפאר ווער ס׳וויל נישט גיין צו ווייט... נאר פשוט ׳לויז׳ צו מאכן די סיסטעם אין שטוב, ווילעך באמערקן א פשוט׳ע פראקטישע טענה וואס דו קענסט כסדר אריינווארפן איר צו דערמאנען; ׳אין לך אשה כשרה בנשים אלא מי שעושה רצון בעלה׳.

די פראבלעם בעצם איז, אז דער פותח האשכול האט פארגעסן צו שרייבן אויפן קעפל: ׳בלויז פאר מענער׳. דער גאנצער אשכול דא איז דאך וויאזוי משכנע זיין די ווייב מיטצוגיין מיטן מאן... פ״וו עפעס האט פינקט מיין תגובה דיר (אייך, אויב איר זענט פון די עזרת נשים) געטריגערט?
לגופו של ענין; סיסטעם אהער סיסטעם אהין, ׳נאנ-סענס׳ איז נישט אקצעפטירבאר. אויב זי האלט אים פאָר מטעם ׳אידישקייט׳, זאל זי בעסער מעיין זיין וואס ׳אידישקייט׳ פארלאנגט פון איר און דאס איז צו טון די רצון פון איר מאן.
(פאר די פינקטליכע טייטש פון ׳רצון בעלה׳ פארלאנגט זיך אן עקסטער אשכול)
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
בת קול בְּתוֹךְ עַמִּיפאר ווער ס׳וויל נישט גיין צו ווייט... נאר פשוט ׳לויז׳ צו מאכן די סיסטעם אין שטוב, ווילעך באמערקן א פשוט׳ע פראקטישע טענה וואס דו קענסט כסדר אריינווארפן איר צו דערמאנען; ׳אין לך אשה כשרה בנשים אלא מי שעושה רצון בעלה׳.
קלער איר אויף, אז ס׳איז אזוי גרינג פאר איר צו זיין אויף די ריכטיגע אידישע רעלסן, דורך פשוט טון וואס דו ווילסט (ובפרט ווען דו ווילסט דאך זי זאל ענדזשויען לייף...). מילא פאר א מאן איז דא הלכות אויף פרט ופרט..., אבער פאר איר ❓ 😉
בקיצור מעניפיולעטן ווי עס לוינט זיך דיר. אז זי וויל נישט צווינג איר מיט מאמרי חז"ל וואס מיינען בכלל נישט דאס.
אויב א פרוי איז זייער אנגעשטרענגט מיט אנדערע זאכן וואס זי נעמט אויף א קראנקע פארנעם צום ביישפיל ארבייט אדער געזונט,
און דער מאן פרובירט איר צו טוישן וואלסטו אויך געזאגט אז דער מאן וויל איר מאניפולירן און באצווינגען?
Re: וואס טוט מען ווען די ווייב טאנצט נישט מיט?
און אויב א מאן האט א מנהג פון שיכורן אדער דאס גלייכן דארף דען נישט די פרוי פרובירן אים צו טוישן צום בעסערן לעבן?
פרנס החודש בת קול בְּתוֹךְ עַמִּיפאר ווער ס׳וויל נישט גיין צו ווייט... נאר פשוט ׳לויז׳ צו מאכן די סיסטעם אין שטוב, ווילעך באמערקן א פשוט׳ע פראקטישע טענה וואס דו קענסט כסדר אריינווארפן איר צו דערמאנען; ׳אין לך אשה כשרה בנשים אלא מי שעושה רצון בעלה׳.
קלער איר אויף, אז ס׳איז אזוי גרינג פאר איר צו זיין אויף די ריכטיגע אידישע רעלסן, דורך פשוט טון וואס דו ווילסט (ובפרט ווען דו ווילסט דאך זי זאל ענדזשויען לייף...). מילא פאר א מאן איז דא הלכות אויף פרט ופרט..., אבער פאר איר ❓ 😉
בקיצור מעניפיולעטן ווי עס לוינט זיך דיר. אז זי וויל נישט צווינג איר מיט מאמרי חז"ל וואס מיינען בכלל נישט דאס.
אויב א פרוי איז זייער אנגעשטרענגט מיט אנדערע זאכן וואס זי נעמט אויף א קראנקע פארנעם צום ביישפיל ארבייט אדער געזונט,
און דער מאן פרובירט איר צו טוישן וואלסטו אויך געזאגט אז דער מאן וויל איר מאניפולירן און באצווינגען?
אויב ער ניצט די אויבן דערמאנטן פסוק אלץ מיטל? יא.