☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאסע גראנדא אריזאנא

קאסע גראנדא אריזאנא

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15329
בלאט: 1 2 3

Nanach » דינסטאג מאי 31, 2022 6:53 pm

· #501354
קאסע גראנדא אריזאנא
שוין די לעצטע יאר הער איך וועגן די נייע ישוב אין קאסא גראנדא אריזאנע, איך האב היפש אריין געקוקט דערין. עס איז נאכנישט געווען גרייט פאר מיר כרגע (איך האב געוואלט זען כאטש 50 משפחות און כאטש 25 פון דעם אינדעפענדענט מיט פרנסה, נישט איינגעשטעלט אין כולל מוסדות וכדו’)
איך האב עס אבער היפש געפאלאווט נעמענדיג אין באטראכט אז עס קען זיין א גוטע אפשיען פאר מיר.
יעצט זעה איך אויף אייוועלט אז עפעס גייט דארט פאר און עס זעהט אויס ווי צוליב די צענזור פון אייוועלט קען איך נישט ארויס האבן די פיקטשער
איז איינער דא באקאנט מיט די פרטים?

יין שרף » דינסטאג מאי 31, 2022 9:21 pm

· #501371
[ציטאט אראפגענומען]
ווער האט אויפגענומען ר' יחיאל שטיינמעץ?

Nanach » דינסטאג מאי 31, 2022 9:49 pm

· #501373
יין שרף
[ציטאט אראפגענומען]
ווער האט אויפגענומען ר' יחיאל שטיינמעץ?
ווי איך האב פארשטאנען האט אים יושע רבין אויפגענומען

Nanach » דינסטאג מאי 31, 2022 9:52 pm

· #501374
[ציטאט אראפגענומען]
דאס האב איך דארט געזען.
וויבאלד איך האב געטראכט ערנסט פון אהינמאפן איז מיר אינטערסאנט מער פרטים
און איך וויל זעהן צו עס איז א אבן הגולל אויפן ישוב אדער עס האט נאך א נארמאלע פיוטשער

שמן למאור » דינסטאג מאי 31, 2022 9:54 pm

· #501375
Nanach
[ציטאט אראפגענומען]
דאס האב איך דארט געזען.
וויבאלד איך האב געטראכט ערנסט פון אהינמאפן איז מיר אינטערסאנט מער פרטים
און איך וויל זעהן צו עס איז א אבן הגולל אויפן ישוב אדער עס האט נאך א נארמאלע פיוטשער
עס איז נאר דא דארטן בערך צוועלף משפחות,
אויב ציסטו דיך אהין, איז דא א ערענסטע חשש גלוי...

Nanach » דינסטאג מאי 31, 2022 9:57 pm

· #501378
קוק אויבן, איך קאנסידער עס אויף ווען עס איז דא עטליעסט 50 משפחות, און פון דעם כאטש 25 וואס האבן פרנסה נישט פון כולל מלמד וכדומה.

Nanach » דינסטאג מאי 31, 2022 9:58 pm

· #501379
חוץ מזה איז טאקע נאר דא 12 משפחות? יושע רובין זאגט אז עס איז דא 35.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 31, 2022 11:33 pm

· #501385
עצי שטים
Nanach
[ציטאט אראפגענומען]
דאס האב איך דארט געזען.
וויבאלד איך האב געטראכט ערנסט פון אהינמאפן איז מיר אינטערסאנט מער פרטים
און איך וויל זעהן צו עס איז א אבן הגולל אויפן ישוב אדער עס האט נאך א נארמאלע פיוטשער
עס איז נאר דא דארטן בערך צוועלף משפחות,
אויב ציסטו דיך אהין, איז דא א ערענסטע חשש גלוי...
ער 'עט האבן אן אנליסטעד טעלעפאן נאמבער...!

דאס דערמאנט מיך פו דעם שפיעל ווי משה-איטשע זאגט אז די גויים האבן נישט געוויסט אז ער איז א א איד ווייל ער האט געהאט א טלית קטן מיט פסול'ע ציצית.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מיטוואך יוני 1, 2022 12:51 am

· #501390
קומט נישט דוקא דא אריין עכט. אבער אויב שוין יא מאפן, לאמיר ענדערש גרינדן אן אייגענעם ׳קאווע-שטיבל׳ ישוב... עני-באדי?

דוד שריפטליך » מיטוואך יוני 1, 2022 1:12 am

· #501393
בְּתוֹךְ עַמִּי
קומט נישט דוקא דא אריין עכט. אבער אויב שוין יא מאפן, לאמיר ענדערש גרינדן אן אייגענעם ׳קאווע-שטיבל׳ ישוב... עני-באדי?
א ודאי איך בין דער ערשטע . גראדע האב איך א חבר וואס האט זיך אהין געצויגן אויך האב איך גערעדט צו איינער וואס זיין שווער וואוינט דארט און ער פליט אהין אויף ימים טובים וכ'ו... איך האב אים געפרעגט די פראגע וואס טוט דער עולם פאר פרנסה? האט ער מיר געענטפערט קודם די וואס טוען אין e commerce ווי למשל Amazon sellers טוען דאך ממילא אלעס אויף cloud remotely וכו וכ'ו. און נאכדעם איז הענדימענס אלעקטרישאנס פלאמערס וכו. און אויך air b and b. Property management איך האב אים דאס געפרעגט ווייל איך האב געוואלט וויסן זייענדיג אונטערן רושם נאכן וויילן א וואך אין L.A. אין גענומען אין די כשרע געשעפטן עסן אימפארטירט פון ניו יארק ........ עס פאדערט פארדעם אן עקסטערער ארטיקל ועוד חזון למועד אדרבה אז איינער וועט אריינקומען מער קלאר מיט פראגעס וועל איך פרובירן ווי ווייט צו ערווענען פארשידענע זאכן וואס ברויכן גענומען צו ווערן אין קענטעניס

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 1, 2022 8:26 am

· #501402
בְּתוֹךְ עַמִּי
קומט נישט דוקא דא אריין עכט. אבער אויב שוין יא מאפן, לאמיר ענדערש גרינדן אן אייגענעם ׳קאווע-שטיבל׳ ישוב... עני-באדי?
אה... דערמאנסט מיר זכרונות....

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=7473

מנחם ציון » מיטוואך יוני 1, 2022 8:49 am

· #501403
בְּתוֹךְ עַמִּי
קומט נישט דוקא דא אריין עכט. אבער אויב שוין יא מאפן, לאמיר ענדערש גרינדן אן אייגענעם ׳קאווע-שטיבל׳ ישוב... עני-באדי?
לקיים מה שנאמר "בתוך עמי" אנוכי יושבת

נייגעריגע אינגערמאן » פרייטאג יוני 3, 2022 4:27 am

· #501559
איך האב א נאנטע חבר וואס וואוינט אין קאסא גראנדע, און נאכן זעהן וואס דא גייט פאר בין איך אויך געווארן נייגעריג און אויפגעהויבן א טעלעפאן צו אים און געפרעגט וואס דא גייט פאר.
נאכ'ן רעדן צו אים איבער א שעה און מברר זיין ווי ווייט איך קען זאכן ביי מענטשן וואס איך קען איז מיר ארויסגעקומען א שטיקל בילד וואס דארט גייט פאר.
איך וועל פרובירן די מערסטע אראפ צולייגן ביידע צדדים אבדשזעקטיוו, אויב איינער פון די תושבים ליינט דא און פילט זיך געטראפן אדער האט עפעס מעורר צו זיין איז אדרבה לאז זיך הערן.

לאמיר אנהייבן מיט בעקגראונד:

עס האט זיך אנגעהויבן מיט 3 אידן
1) יהושע רובין א אייניקל פון דינוב מאנסי זצ”ל א נעפיו פון די ממלא מקום
2) ר’ מנדל גאלדבערגער אב”ד רימנוב פון וויליאמסבורג א איידעם ביי ר’ אברהם לייטנער זצ”ל אב”ד מאנטיווידעי
3) אהרן גראסמאן, פון די בעלזע גראסמאנס אין מאנסי

ר’ מענדל גאלדבערגער איז אלץ געווען שטארק בעד די אלע נייע ישובים, אבער ער האט זיך אלץ אפגערעדט אז אויב מען גייט שוין אנהייבן בויען אינפראסטרוקטער פון דאסניי, פארוואס נישט עס מאכן אין א ווארעמע פלאץ (הרב גאלדבערגער פאר זיך פארנעמט נישט קיין קעלט),
יהושע רובין איז די לעצטע פאר יאר אריין אין ריעל עסטעיט, אין ער האט געוואלט אריין גיין אין א פראדזשעקט פון בויען א נייע ישוב, האט ער אריין געלייגט א עד צו עס דא פאראינטערסירטע אין א ישוב אין די ווארעמע פלעצער. גאלדבערגער האט געזעהן די עד, און ער האט אריין גערופן, אזוי האבן זיך די 2 צוזאם געטראפען.
שיע רובין ווען ער האט געוואלט אריין אין ריעל עסטעיט האט ער נישט געהאט קיין געלט (דא אין מאנסי ווען איך האב מיר נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס קענען אים האט מען מיר געזאגט אז ער איז געווען פאר דעם אינוואלווד אין דער בליק אדער מאמענט און געענדיגט צוקריגט, עס פעלט מיר פרטים לגבי דעם), האט ער אנגעהויבן מיט סינדיקעישאנס וכדו’. דעמאלטס האט ער געהאט עפעס א דיעל וואס ער האט געוואלט נעמען אהרן גראסמאן אלץ אינוועסטער. דארט האבן זיי זיך באקענט.

און אויף דעם איז אנגעקומען קאוויד ,

איך האב פארגעסען פריער צו שרייבן אז גאלדבערגער איז פאר פרנסה געווען א מלמד (איך ווייס נישט צו ער איז יעצט נאכאלץ).
היות מען האט צוגעמאכט די מוסדות, און גאלדבערגער האט געהאט א פרי וועקעישען האט ער געזוכט א ווארעמע פלאץ פאר ווינטער איז ער געפארן קיין טוסאן אריזאנע צו בראנער’ס ישוב.
יהושע רובין האט געהאט קודם געטראכט צו עפענען אין פיניקס אריזאנע, האט ער אויך געמאכט א חשבון אז יעצט איז א גוטע געלעגענהייט צו פראבירן אין ער איז געפארן קיין פיניקס, ווען ער איז געווען אין פיניקס האט ער געדארפט א מלמד פאר זיינע קינדער האט ער אנגערופן גאלדבערגער צו ער קען זיין מלמד, למעשה האט מען זיך דערזען אז ווי קומט אן איינער צום צווייטן (איך מיין אז פון פיניקס צו טוסאן איז 3-4 שעה צו פארן) האבן זיי אפגעמאכט די בתי מדרשים זענען ממילא פארמאכט, לאמיר זיך טרעפן אינמיטן וועג אין א שטעטל קאסא גראנדע און לאמיר דארט מאכן די ישוב פון וואס מען האט שוין לאנג גערעדט. און אויף געלט צו אנהייבן האט שיע געברענגט אהרן גראסמאן וואס האט געקויפט די ערשטע פאר הייזער.
הרב גאלדבערגער איז אריבערגעגאנגען קיין קאסא גראנדא, ער האט אפגעקויפט א הויז פון אהרן גראסמאן און געפענט אין גאראדזש א ביהמ"ד און אזוי איז געבוירן די התחלה פון די נייע ישוב

איך וועל ממשיך זיין בעזהשי”ת אין די נעקסטע תגובה ווייטער. איך וויל נאך מברר זיין אפאר פרטים.
ווי אויך לגבי די חלק ביז אהער האט מיר נאך געפעלט אסאך פרטים נאכן רעדן מיט מיין חבר, די איבעריגע האב איך פרובירט צו מברר זיין דא אין מאנסי (יהושע רובין קומט פון מאנסי), און פון חברים פון ישיבה וואס וואוינען היינט אין וויליאמסבורג און קענען הרב גאלדבערגער, און דאס איז די פיקטשער וואס איך האב צוזאמגעשטעלט.
אדרבה אז די עולם קען דא אויסקלארן פאקטן וועט עס אביסל שטילן מיין נייגער.

Nanach » פרייטאג יוני 3, 2022 11:00 am

· #501586
אייוועלט האט שוין גענומען א צד
און געמעקט היינט אינדערפרי אין גרויסן

מי ימצא » מיטוואך יוני 8, 2022 3:32 am

· #501706
יעצט שבועות האב איך געטראפען מיין פריינדין וואס איר שוועגערין וואוינט דארט. רעדענדיג וועגן קאסא גראנדא, דערציילט זי אז עס וואוינען 25 פאמיליעס, וואס 20 פון דעם זענען זיצן און די אנדערע 5 קומען און גיין.

קהל'ס נער » מיטוואך יוני 8, 2022 8:15 pm

· #501767
מי ימצא
יעצט שבועות האב איך געטראפען מיין פריינדין וואס איר שוועגערין וואוינט דארט. רעדענדיג וועגן קאסא גראנדא, דערציילט זי אז עס וואוינען 25 פאמיליעס, וואס 20 פון דעם זענען זיצן און די אנדערע 5 קומען און גיין.
ערשטנס א לייק פאר דיינ ניק
זיי מסביר וואס הייסט "20 זענען זיצען"

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 9, 2022 2:54 am

· #501785
קהל'ס נער
זיי מסביר וואס הייסט "20 זענען זיצן"
ער (זי?) האט געוואלט פארטייטשן "תושבים".... האט ער געקוקט אין בית יהודה חומש....

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 9, 2022 3:09 am

· #501787
שמעקעדיג
ער (זי?) ....... האט ער
פארוואס איז אזוי שווער אנצינעמען אז פרויען קענען שרייבן אין שטיבל? יעדער וואס שטעלט זיך נאר פאר אלטס א פרוי ווערט גלייך אנגעקוקט מיט א פארדאכט אז... "אפשר" איז זי/ער גאר א מאן וואס "מאכט זיך" (חס ושלום) ווי א פרוי, און "ריידט" אויף די עולם!!!!!

אפשר זאל מען נאכקוקן יעדער וואס פארציילט איבער זיינע "ישיבה יארן" מיט א פארגרעסערונג גלאז צו זען אויב איז ער/זי נישט קיין באהאלטענע פרוי???

עס שמעק(עדיג)ט פון ראסיזם אדער סעקסיזם...

איך בלעים דיר נישט, ביסט דאך פונעם אלטן דור... אבער ס'איז נייע צייטן הרב שמעקעדיג...

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 9, 2022 7:23 am

· #501788
עס איז בכלל נישט שווער אנצונעמען. אין פאקט ווייס איך פון לכה"פ 2 פרויען וואס האבן געשריבן אין שטיבל פאר א שטיק צייט.

איך האב גראדע קודם געשריבן מיין תגובה אז 'ער האט געוואלט', נאכדעם האב איך געכאפט אז איך באציה זיך אויף א תגובה פון מעגליך די אנדערע ג'ענדער, האב איך עס גע'עדיט און צוגעלייגט איינגערינגלט "זי.."

והוי דן את כל האדם לכף זכות.

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 9, 2022 11:50 am

· #501794
שוואכע תירוץ,
אז דו כאפסט זיך אז דו באציהסט זיך צו איינער וואס אידענטיפייד זיך אלס א פרוי, דאן טויש עס אינגאנצן צו זי, און מעק אויס די "ער"
ובפרט אז דו פירסט אויס א רגע שפעטער, האט "ער" געקוקט...

אויף טוויטער וואלט מען דיר געקענסלט, מיט אזעלכע פוילע תירוצים...

וואלווי » דאנערשטאג יוני 9, 2022 1:56 pm

· #501813
אינטערסאנט, צו פיל קענערס און איינערס. צו פול מענטשען קומען ארויף אלס "קענערס" פון "איינער" וואס וואוינט אין קאסא גראנדע. ס'איז אדער אסאך ניקס וואס קענען איינעם, אדער איין ניק וואס קען א יעדען.

אזוי פול מענטשען האבן נאך נישט איבערגעטרעטן דאס פלאץ. ניטאמאל הוה אמינא'ס איז דא אזוי פול. מער מסתבר ס'איז איין "קענער" און "איינער" צוזאמען...

איך אויך » דאנערשטאג יוני 9, 2022 9:54 pm

· #501860
1800-who-cares.

דוד שריפטליך » פרייטאג יוני 10, 2022 1:47 am

· #501879
שמעקעדיג
עס איז בכלל נישט שווער אנצונעמען. אין פאקט ווייס איך פון לכה"פ 2 פרויען וואס האבן געשריבן אין שטיבל פאר א שטיק צייט.

איך האב גראדע קודם געשריבן מיין תגובה אז 'ער האט געוואלט', נאכדעם האב איך געכאפט אז איך באציה זיך אויף א תגובה פון מעגליך די אנדערע ג'ענדער, האב איך עס גע'עדיט און צוגעלייגט איינגערינגלט "זי.."

והוי דן את כל האדם לכף זכות.
דא קען מען שרייבן וויאזוי מען וויל און זיך אידענטיפיצירן וויאזוי מען וויל נא דזשאדזשמענט פלעיס......

מי ימצא » מאנטאג יוני 13, 2022 3:12 am

· #502019
זיי מסביר וואס הייסט "20 זענען זיצען"
-
אנטשולדיגט איך האב נישט געוואוסט אז דא judge'ט מען יעדע ווארט.
= 20 זיצן.
שמעקעדיג
ער (זי?) האט געוואלט פארטייטשן "תושבים".... האט ער געקוקט אין בית יהודה חומש....
אזוי שווער איז צו גלייבן אז איך בין א פרוי פון גאטס באשאף אליין?!
וואלווי
אינטערסאנט, צו פיל קענערס און איינערס. צו פול מענטשען קומען ארויף אלס "קענערס" פון "איינער" וואס וואוינט אין קאסא גראנדע. ס'איז אדער אסאך ניקס וואס קענען איינעם, אדער איין ניק וואס קען א יעדען.
איך האב א פריינדין וואס וואוינט אין מאנסי,( א פרוי) וואס איר שוועגערין(אויך א פרוי) וואוינט אין קאסא גראנדא. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
אזוי פול מענטשען האבן נאך נישט איבערגעטרעטן דאס פלאץ. ניטאמאל הוה אמינא'ס איז דא אזוי פול. מער מסתבר ס'איז איין "קענער" און "איינער" צוזאמען...
גראדע בין איך געווען דארטן פאר א וואקאציע עס איז זייער א שיינע פלאץ. אויף צו וואוינען וויל איך נישט אריינרעדן, און ביטע פרעגטס מיך נישט. ווער עס איז זייער נייגעריג אדער טראכט פון זיך אהינציען, דארף אליין זעהן שטעטל.

דוד שריפטליך » מאנטאג יוני 13, 2022 3:55 am

· #502022
איין זאך ברויך גענומען ווערן אין באטראכט בעפאר מען קלערט זיך אריבער צו צוען צו א נייע יושב. אויב דארט וועט אויך אנגיין די זעלבע טעראר פון תקנות מוסדות פעיר פרעשור סמארטפון משוגע מאכן וכ'ו וכ'ו...... איז שוין בעסער צו בלייבן אין די ביז יעצטיגע פלאץ......

תרמב » מאנטאג יוני 13, 2022 4:13 pm

· #502068

Nanach » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:44 pm

· #509266
איך הער אז עס איז שוין ווייטער לעבעדיג דארט.
פאריגע מאל איך האב געטשעקט איז נישט געווען קיין 20 משפחות.
ווייסט איינער מער פרטים?
איך האב געוואלט גיין אהין אויף סוכות אבער די וועבסייט צו בוקען דירות מאכט עפעס פראבלעמען

צוזאמגעדרייט » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:46 pm

· #509267
Re: קאסע גראנדא אריזאנא
Nanach
איך הער אז עס איז שוין ווייטער לעבעדיג דארט.
פאריגע מאל איך האב געטשעקט איז נישט געווען קיין 20 משפחות.
ווייסט איינער מער פרטים?
איך האב געוואלט גיין אהין אויף סוכות אבער די וועבסייט צו בוקען דירות מאכט עפעס פראבלעמען
כ'ווייס נישט פון וועלכע וועבסייט דו רעדסט, אבער אויב דו מיינסט די קאמפעני וואס האט געהאט לעצטענס אן אינטערוויו אויף Latesttalks ביי זיי דארף מען רופן, מ'קען נישט בוקן אן-ליין.

Nanach » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:47 pm

· #509268
איך האב מיר נאכגעפרעגט וואס גייט פאר, האב איך געהערט אז עפעס קריגט מען זיך אבער איך האב נישט געקענט אנקומען צו קיין קאנקרעטע פרטים (איך האב געטראכט פון א מעגליכקייט אהין צו מופן ווען עס איז דא 50-100 משפחות, כרגע זעט עס אויס אראפ פון טיש)

Nanach » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:49 pm

· #509270
צוזאמגעדרייט
Nanach
איך הער אז עס איז שוין ווייטער לעבעדיג דארט.
פאריגע מאל איך האב געטשעקט איז נישט געווען קיין 20 משפחות.
ווייסט איינער מער פרטים?
איך האב געוואלט גיין אהין אויף סוכות אבער די וועבסייט צו בוקען דירות מאכט עפעס פראבלעמען
כ'ווייס נישט פון וועלכע וועבסייט דו רעדסט, אבער אויב דו מיינסט די קאמפעני וואס האט געהאט לעצטענס אן אינטערוויו אויף Latesttalks ביי זיי דארף מען רופן, מ'קען נישט בוקן אן-ליין.
ניין זיי האבן אין סקאטסדעיל, איך רעד עס איז דא פון א קאמפאני פון איינעם פירטה איך האב געבוקט ביי אים פאריגע ווינטער און זייער הנאה געהאט, איך מיין ער האט נאר אין קאסא גראנדע

שעצונג » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:58 pm

· #509271
די היימען מארקעט אין אריזאנע האט זיך אנגעהויבן אביסל צו סטאביליזירן אין די לעצטע צוויי מאָנאַטן

Nanach » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:09 pm

· #509273
שעצונג
די היימען מארקעט האט זיך אנגעהויבן אביסל צו סטאביליזירן אין די לעצטע צוויי מאָנאַטן
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

סמבטיון » זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 10:07 pm

· #509288
וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.

היסטאריע » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 8:26 am

· #509309
לעיקפראנט
ווי איז דאס?

קהל'ס נער » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 8:35 am

· #509310
היסטאריע
לעיקפראנט
ווי איז דאס?
okeechobee florida

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:22 am

· #509325
סמבטיון
וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
בדרך כלל די קליינע נייע ישובים באשטייט פון ׳קלוגערע׳ מענטשן וואס פארשטייען אז די סיסטעם איז קאראפט און ווילן זיך מסדר זיין באופן הנראה להם... אבער קוקט אויס אז דער געדאנק אז ׳אלע׳ דארפן זיך פירן אייניג האבן זיי בטעות מיטגעשלעפט מיטן מאווינג טראק....

רביה''ק זי''ע » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 12:55 pm

· #509329
איך ווייס נישט צו דער עולם דא גייט מיך פארשטיין (ס'האט מיך געדויערט אפאר יאר וואוינען אינדרויסן עס צו באמערקן) אבער חרדים האבן א געוויסע דיפעקט וואס איך ווייס נישט וויאזוי דאס מגדיר צו זיין, איך ווייס נישט צו ס'איז אוממענטשליכקייט, אומערצויגנקייט, צופלויגענקייט, פארמאכטקייט, קינדערישקייט, אדער סתם א נאכגעלאזטע חינוך, you name it. איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען איך רעד מיט חברה פונעם געטאו (לאו דווקא וואס געפינען זיך נאך בפועל דארט אבער דאס קולטשורעל געפ האבן זיי נאכנישט מצליח געווען אנצופילן) פיל איך אסאך מאל ווי איך רעד מיט קינדערגארטן קינדער, זיי קענען אפילו זיין עלטער, קלוגער, און מער אויפגעקלערט פון מיר, אבער עפעס א מעטשוריטי האט דער דורכשניטליכער אמעריקאנער וואס זיי האבן נישט. מילא ווילאנג זיי בלייבן אין זייער וויליאמסבורג זענען זיי מחויב צו וויליאמסבורג און דאס האלט זיי ווי נישט ווי, אבער די טעקסאס/פלארידע/קאנארסי/האנאלולו חסידים האבן דאך געוויזן א מיטלסטע פינגער פאר וויליאמסבורג זענען זיי געבליבן קרח מכאן וקרח מכאן, they totally lost it (אמאל פלעגט מען עס זאגן אויף מענטשן וואס האבן זיך געצויגן קיין מאנסי...) איך זאג נישט אז אלע חברה פון די נייע יישובים זענען אזוי אבער ס'איז א חלק הניכר פון זיי, און דערפאר קוקט עס אזוי אויס.

מי ימצא » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 1:13 pm

· #509330
רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט צו דער עולם דא גייט מיך פארשטיין (ס'האט מיך געדויערט אפאר יאר וואוינען אינדרויסן עס צו באמערקן) אבער חרדים האבן א געוויסע דיפעקט וואס איך ווייס נישט וויאזוי דאס מגדיר צו זיין, איך ווייס נישט צו ס'איז אוממענטשליכקייט, אומערצויגנקייט, צופלויגענקייט, פארמאכטקייט, קינדערישקייט, אדער סתם א נאכגעלאזטע חינוך, you name it. איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען איך רעד מיט חברה פון "דארט" פיל איך אסאך מאל ווי איך רעד מיט קינדערגארטן קינדער, זיי קענען אפילו זיין עלטער, קלוגער, און מער אויפגעקלערט פון מיר, אבער עפעס א מעטשוריטי האט דער דורכשניטליכער אמעריקאנער וואס זיי האבן נישט. מילא ווילאנג זיי בלייבן אין זייער וויליאמסבורג זענען זיי מחויב צו וויליאמסבורג און דאס האלט זיי ווי נישט ווי, אבער די מענטשן האבן דאך געוויזן א מיטלסטע פינגער פאר וויליאמסבורג זענען זיי געבליבן קרח מכאן וקרח מכאן, they totally lost it (אמאל פלעגט מען עס זאגן אויף מענטשן וואס האבן זיך געצויגן קיין מאנסי...) איך זאג נישט אז אלע חברה פון די נייע יישובים זענען אזוי אבער ס'איז א חלק הניכר פון זיי, און דערפאר קוקט עס אזוי אויס.
איר מיינט צו זאגן פעיר פרעשור?

ווען איך בין געווען דארט פאר וואקעישען האב איך עס באמערקט מער אויף א וועג , ווי לאז דיך אפ פון די משגעת 'ן. די פרויען דארטן וועלן נישט גיין טאקע מיט זייערע שייטלען איינקויפן, אבער וועם שטערט אז זיי גייען מיט סנודס? מיין געפיהל איז געווען דארט וואו קאנטרי אזא געדאנק. אויב גיין מיטן שטריימל אגאנץ שבת מיינט ערצויגן, און צאמגענומען, און ערוואקסענקייט גוי עהעד.
( חוץ אויב איך האב נישט פארשטאנען וואס איר מיינט איז סארי פון פאראויס.)

ראזשינקע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 9:27 am

· #509568
איך האב געהאט א געוואלדיגע הנאה פראוונדיג א הערליכן סוף וואך (וויק ענד בלע''ז) אין קאסא גראנדע אריזאנע, עס איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב באגעגענט א פלאץ וואס איז אזוי ווארעם און געשמאק צו יעדעם צוגלייך, א פלאץ אן קיין פרעשור און לחץ בנוגע סמארטפאון, אינטערנעט, פאליטיק, און דאס גלייכן, א פלאץ ווי יעדער באקומט די נויטיגע רעספעקט, א פלאץ יעדער האלט זיך צוזאמען, נישט קיין חילוק צו סאטמאר, בעלזא, סקווירא, ברסלב, א.א.וו.

בנוגע די פאליטיק וואס גייט דארט פאר, אנע זאגן קיין נעמען, איז פארהאן א פאמיליע דארט וועלכע האט פרובירט אנצוזייען כאאס און צושטערן די רואיגקייט דארט, מיטן אנפאנגן אריינברענגען אייגענע פאליטישע סיבות אויפצוטרייסלען די געשמאקע רואיגקייט דארט, פאר די עסקנים וועלכע האבן געארבעט מיט בלוט אויפצובויען דאס פלאץ און מאכן פאר א רואיגן געשמאקן ווינקל, האט דאס גאר שטארק געבאדערט, און זיי האבן אים געבעטן שיין ער זאל זיך בארואיגן, ווען ער האט נישט געהאלטן דערביי, האבן זיי אים געבעטן צוריקצומופן צו ניו יארק, אבער ער האט ווידער רעפיוזירט, האט די קהילה אפגעמאכט צו פרובירן ווי מעגליך צו איגנארירן זיינע שטיק...

עס איז דא אסאך מער דעטאלן און אנטוויקלונגען בנוגע די פאסירונג דארט, נישט אלעס פיל איך איז פאסיג ארויסצולייגן דא אין פובליק, אי''ה עוד חזון למועד.

נייגעריגע אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 4:02 pm

· #509591
ראזשינקע

בנוגע די פאליטיק וואס גייט דארט פאר, אנע זאגן קיין נעמען, איז פארהאן א פאמיליע דארט וועלכע האט פרובירט אנצוזייען כאאס און צושטערן די רואיגקייט דארט, מיטן אנפאנגן אריינברענגען אייגענע פאליטישע סיבות אויפצוטרייסלען די געשמאקע רואיגקייט דארט, פאר די עסקנים וועלכע האבן געארבעט מיט בלוט אויפצובויען דאס פלאץ און מאכן פאר א רואיגן געשמאקן ווינקל, האט דאס גאר שטארק געבאדערט, און זיי האבן אים געבעטן שיין ער זאל זיך בארואיגן, ווען ער האט נישט געהאלטן דערביי, האבן זיי אים געבעטן צוריקצומופן צו ניו יארק, אבער ער האט ווידער רעפיוזירט, האט די קהילה אפגעמאכט צו פרובירן ווי מעגליך צו איגנארירן זיינע שטיק...
.
עפעס מאכט נישט קיין סענס דא, פארוואס זאל א משפחה אפלאזן אלעס און מאפן נאר צו אנזייען כאאס, און צושטערן די רואיגקייט?
לכאורה איז מער אזא זאך ווי מיספארשטענדענישן, אדער ווי בתוך עמי האט געשריבן :
בְּתוֹךְ עַמִּי
סמבטיון
וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
בדרך כלל די קליינע נייע ישובים באשטייט פון ׳קלוגערע׳ מענטשן וואס פארשטייען אז די סיסטעם איז קאראפט און ווילן זיך מסדר זיין באופן הנראה להם... אבער קוקט אויס אז דער געדאנק אז ׳אלע׳ דארפן זיך פירן אייניג האבן זיי בטעות מיטגעשלעפט מיטן מאווינג טראק....
סקען פלעין זיין געווענדליך דעי וואס מאפן פון ניו יארק, זוכן נישט די סיסטעם, ווי סאיז משמע פון דעי וואס קומען צוריק פון וואקעישענען דארט, איז עס גאנץ א קאנטרילירטע פלאץ, קען זיין אז מענטשן האבן ליב פרידעם.

פרנס החודש » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 4:07 pm

· #509593
מען קריגט זיך איבער וועלכע פאמיליע זייעט אן די כאאס….

קאסא גראנדע » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 4:33 pm

· #510405
אפיציעלע רעפרעזענטעטיוו
שלום וברכה צו חשובע קאווע שטיבל ליינער און שרייבער כל אחד בשמו הטוב יבורך בשם ה'.

איך בין נישט דוקא א שרייבער אדער קאמענטירער אבער ההכרח לא יגונה ב"ה עס איז געפאלן אויף מיר די אחריות צו זיין א חלק פון די וואס טוען אויפשטעלן און מנהל זיין די נייע ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע און איך וואוין דא פאר איבער א יאר ב"ה או איך זעה דער עולם איז נייגעריג צו הערן איבער אלע שמועות וכדו' בין איך דא אייך צו ענטפערן (בפומבי אדער אין אישי) אויף אלע אייערע פראגן בנוגע די נייע ישוב. (ביטע פארשטייט אמאל ווען איך טשעק נישטא אריין פאר א טאג אדער צוויי), פון מיר וועט איר באקומען אפיציעלע ענטפערס נישט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר וואס וואוינט אדער וואוינט נישט דאהי נאר ערשטהאנטיג.

צום אלעם ערשטן וועל איך פראבירן צו דורכגיין אלע פריערדיגע תגובות און זעהן צו פאררעכטן אדער אריינקומען קלאר מיט אלעם וואס איך זעה אז דער עולם איז געווארן נישט ריכטיג אינפארמירט. מיין אינפארציע איז גראד פון קהל חסידים בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל שטיינמעץ גאב"ד קאסא גראנדע שליט"א

אונזער ציהל איז נישט צו געבן אומריכטיגע אינפארמאציע (אפילו אויב מאכט זך געוויסע אומפארגינער וועלעכע וועלן שטענדיג פראבירן צו זאגן אנדערש) נאר מיר פראבירן יעדעס מאל צו זיין אויפריכטיג און האנדלען ריכטיג מיט יעדע סענסיטיווע אינפארציע. ביטע פון יעדער וואס וויל עפעס וויסן צו קומען און פרעגן אדער זאגן עצות. אונז זעמיר דא צו סערווירן דעם עולם בס"ד.

ווי אויך קען זיין נוגע צו באזוכן די קהלות נייע וועבזייטל וואס האלט אינמיטן ווערן אויפגעשטעלט אבער איז שוין געווארן פאבליצירט פארן פאבליק (פארשטייט אז עס איז נאך ווייט פון פארטיג און מאטש מאר טו קאם ב"ה) וויכטיג צו באטאנען אז אויף קהל'ס וועבזייטל קענט איר אלעמאל טרעפן די לעצטע אינפארמאציע אויף יעדע זאך וואס איז אייך נוגע אפילו אויב איר ווילט נאר קומען באזוכן קענט איר מאכן זיכער איר דינגט א דירה פון א ערליכע נישט מייקרי השער וואס איז אפראווד פון קהל. אויך טרעפן די תקנת המוסדות והקהלה אדרעסן פון שוהלן און זמני תפלה, גראסערי. און ארטיקלן בנוגע אריזאנע און קאסא גראנדע און נאך פיל. און פיל מער צו קומען ב"ה
https://khalchasidimcg.com/

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:31 pm

· #510416
א גיט יאר ערעב קאסע.
איך זעה אויף דיין וועבסייט א די ישוב איז אינטער א HOA, פארוואס?
אויב זענט איר צווישן די ביי אונז וועלכע האלטן זיך פאר רעפאבליקאנער אדער דעמאקראטן, און איר האט מורא אז א פרעזידענט פון דעם אנדערן פארטיי וועט פארכאפן די מאכט און חרוב מאכן דאס לאנד, און אפשר גאר שלעכטס טון פאר די אידן, דאן איז קאסא גראנדע א גוטער מקום פאר אייך. עס געפונט זיך נישט ווייט פון דעם גרעניץ מיט מעקסיקא, און אין א שווערע מינוט, קענט איר זיך אריבערשווערצן דעם גרעניץ און אנטלויפן קיין מעקסיקא.
א גיטן סענס אוו הומאר האסטו, פאר דעעם אליין לוינט זיך שוין ציקימען.

מתבודד » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:44 pm

· #510418
איינער האט מיר פונקט היינט דערציילט אז די פאליטיק דארט לעיטלי איז עפעס נעקסט לעוועל.

עני אינפא @קאסא גראנדע?

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 6:48 pm

· #510419
מתבודד
איינער האט מיר פונקט היינט דערציילט אז די פאליטיק דארט לעיטלי איז עפעס נעקסט לעוועל.

עני אינפא @קאסא גראנדע?
די סטארי איז אז די וועד דארט נעמט נישט אן אין די מוסד, איינער וואס קויפט א הויז אן דורך גיין די וועד.
גראדע פארשטיי איך עס, ווייל די תקנה איז לטובת הכלל, צי האלטן די פרייזן נידריג אזוי וועט זיך די שטאט בויען, און אז איינער רעכנט זיך נישט מיטן ציבור דארף די ציבור זיך נישט רעכענען מיט עים.

נחום הסופר » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 7:15 pm

· #510423

Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 7:34 pm

· #510427
קאסא גראנדע
שלום וברכה צו חשובע קאווע שטיבל ליינער און שרייבער כל אחד בשמו הטוב יבורך בשם ה'.

איך בין נישט דוקא א שרייבער אדער קאמענטירער אבער ההכרח לא יגונה ב"ה עס איז געפאלן אויף מיר די אחריות צו זיין א חלק פון די וואס טוען אויפשטעלן און מנהל זיין די נייע ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע און איך וואוין דא פאר איבער א יאר ב"ה או איך זעה דער עולם איז נייגעריג צו הערן איבער אלע שמועות וכדו' בין איך דא אייך צו ענטפערן (בפומבי אדער אין אישי) אויף אלע אייערע פראגן בנוגע די נייע ישוב. (ביטע פארשטייט אמאל ווען איך טשעק נישטא אריין פאר א טאג אדער צוויי), פון מיר וועט איר באקומען אפיציעלע ענטפערס נישט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר וואס וואוינט אדער וואוינט נישט דאהי נאר ערשטהאנטיג.

צום אלעם ערשטן וועל איך פראבירן צו דורכגיין אלע פריערדיגע תגובות און זעהן צו פאררעכטן אדער אריינקומען קלאר מיט אלעם וואס איך זעה אז דער עולם איז געווארן נישט ריכטיג אינפארמירט. מיין אינפארציע איז גראד פון קהל חסידים בנשיאות הגה"צ רבי יחיאל שטיינמעץ גאב"ד קאסא גראנדע שליט"א

אונזער ציהל איז נישט צו געבן אומריכטיגע אינפארמאציע (אפילו אויב מאכט זך געוויסע אומפארגינער וועלעכע וועלן שטענדיג פראבירן צו זאגן אנדערש) נאר מיר פראבירן יעדעס מאל צו זיין אויפריכטיג און האנדלען ריכטיג מיט יעדע סענסיטיווע אינפארציע. ביטע פון יעדער וואס וויל עפעס וויסן צו קומען און פרעגן אדער זאגן עצות. אונז זעמיר דא צו סערווירן דעם עולם בס"ד.

ווי אויך קען זיין נוגע צו באזוכן די קהלות נייע וועבזייטל וואס האלט אינמיטן ווערן אויפגעשטעלט אבער איז שוין געווארן פאבליצירט פארן פאבליק (פארשטייט אז עס איז נאך ווייט פון פארטיג און מאטש מאר טו קאם ב"ה) וויכטיג צו באטאנען אז אויף קהל'ס וועבזייטל קענט איר אלעמאל טרעפן די לעצטע אינפארמאציע אויף יעדע זאך וואס איז אייך נוגע אפילו אויב איר ווילט נאר קומען באזוכן קענט איר מאכן זיכער איר דינגט א דירה פון א ערליכע נישט מייקרי השער וואס איז אפראווד פון קהל. אויך טרעפן די תקנת המוסדות והקהלה אדרעסן פון שוהלן און זמני תפלה, גראסערי. און ארטיקלן בנוגע אריזאנע און קאסא גראנדע און נאך פיל. און פיל מער צו קומען ב"ה
https://khalchasidimcg.com/
ברוך הבא
ענדליך איינער מיט ערשט האנטיגע אינפארמאציע
וויפיל משפחות וואוינען שוין דארט?
וואספארא סארט? איז דא דארט תקנות (סמארט פאון, וועד הצניעות וכדו’)?
לעצטנס הער איך אסאך צומישטע שמועות וואס עס גייט דארט פאר. וואס האט מיר געמאכט עס אראפלייגן פון טיש דערווייל ווילאנג זאכן ווערן קלאר, אדער עס קומט ארויס עפעס מער פאסיג.
איך האב געהאט דארט א חבר (נישט עקסטער נאנט אבער גענוג צו קענען פרעגן) אבער לעצטנס ווען איך פרעג אים דרייט ער זיך ארויס.
ווי געשריבן אויבן האב איך עס געוואלט אויסטשעקן תשרי, אבער די וועבסייט האט געמאכט פראבלעמען ווען איך האב געוואלט בוקען. און למעשה האב איך מיר מסדר געווען אין די קאנטרי

Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 7:42 pm

· #510428
נייגעריגע אינגערמאן
איך האב א נאנטע חבר וואס וואוינט אין קאסא גראנדע, און נאכן זעהן וואס דא גייט פאר בין איך אויך געווארן נייגעריג און אויפגעהויבן א טעלעפאן צו אים און געפרעגט וואס דא גייט פאר.
נאכ'ן רעדן צו אים איבער א שעה און מברר זיין ווי ווייט איך קען זאכן ביי מענטשן וואס איך קען איז מיר ארויסגעקומען א שטיקל בילד וואס דארט גייט פאר.
איך וועל פרובירן די מערסטע אראפ צולייגן ביידע צדדים אבדשזעקטיוו, אויב איינער פון די תושבים ליינט דא און פילט זיך געטראפן אדער האט עפעס מעורר צו זיין איז אדרבה לאז זיך הערן.

לאמיר אנהייבן מיט בעקגראונד:

עס האט זיך אנגעהויבן מיט 3 אידן
1) יהושע רובין א אייניקל פון דינוב מאנסי זצ”ל א נעפיו פון די ממלא מקום
2) ר’ מנדל גאלדבערגער אב”ד רימנוב פון וויליאמסבורג א איידעם ביי ר’ אברהם לייטנער זצ”ל אב”ד מאנטיווידעי
3) אהרן גראסמאן, פון די בעלזע גראסמאנס אין מאנסי

ר’ מענדל גאלדבערגער איז אלץ געווען שטארק בעד די אלע נייע ישובים, אבער ער האט זיך אלץ אפגערעדט אז אויב מען גייט שוין אנהייבן בויען אינפראסטרוקטער פון דאסניי, פארוואס נישט עס מאכן אין א ווארעמע פלאץ (הרב גאלדבערגער פאר זיך פארנעמט נישט קיין קעלט),
יהושע רובין איז די לעצטע פאר יאר אריין אין ריעל עסטעיט, אין ער האט געוואלט אריין גיין אין א פראדזשעקט פון בויען א נייע ישוב, האט ער אריין געלייגט א עד צו עס דא פאראינטערסירטע אין א ישוב אין די ווארעמע פלעצער. גאלדבערגער האט געזעהן די עד, און ער האט אריין גערופן, אזוי האבן זיך די 2 צוזאם געטראפען.
שיע רובין ווען ער האט געוואלט אריין אין ריעל עסטעיט האט ער נישט געהאט קיין געלט (דא אין מאנסי ווען איך האב מיר נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס קענען אים האט מען מיר געזאגט אז ער איז געווען פאר דעם אינוואלווד אין דער בליק אדער מאמענט און געענדיגט צוקריגט, עס פעלט מיר פרטים לגבי דעם), האט ער אנגעהויבן מיט סינדיקעישאנס וכדו’. דעמאלטס האט ער געהאט עפעס א דיעל וואס ער האט געוואלט נעמען אהרן גראסמאן אלץ אינוועסטער. דארט האבן זיי זיך באקענט.

און אויף דעם איז אנגעקומען קאוויד ,

איך האב פארגעסען פריער צו שרייבן אז גאלדבערגער איז פאר פרנסה געווען א מלמד (איך ווייס נישט צו ער איז יעצט נאכאלץ).
היות מען האט צוגעמאכט די מוסדות, און גאלדבערגער האט געהאט א פרי וועקעישען האט ער געזוכט א ווארעמע פלאץ פאר ווינטער איז ער געפארן קיין טוסאן אריזאנע צו בראנער’ס ישוב.
יהושע רובין האט געהאט קודם געטראכט צו עפענען אין פיניקס אריזאנע, האט ער אויך געמאכט א חשבון אז יעצט איז א גוטע געלעגענהייט צו פראבירן אין ער איז געפארן קיין פיניקס, ווען ער איז געווען אין פיניקס האט ער געדארפט א מלמד פאר זיינע קינדער האט ער אנגערופן גאלדבערגער צו ער קען זיין מלמד, למעשה האט מען זיך דערזען אז ווי קומט אן איינער צום צווייטן (איך מיין אז פון פיניקס צו טוסאן איז 3-4 שעה צו פארן) האבן זיי אפגעמאכט די בתי מדרשים זענען ממילא פארמאכט, לאמיר זיך טרעפן אינמיטן וועג אין א שטעטל קאסא גראנדע און לאמיר דארט מאכן די ישוב פון וואס מען האט שוין לאנג גערעדט. און אויף געלט צו אנהייבן האט שיע געברענגט אהרן גראסמאן וואס האט געקויפט די ערשטע פאר הייזער.
הרב גאלדבערגער איז אריבערגעגאנגען קיין קאסא גראנדא, ער האט אפגעקויפט א הויז פון אהרן גראסמאן און געפענט אין גאראדזש א ביהמ"ד און אזוי איז געבוירן די התחלה פון די נייע ישוב

איך וועל ממשיך זיין בעזהשי”ת אין די נעקסטע תגובה ווייטער. איך וויל נאך מברר זיין אפאר פרטים.
ווי אויך לגבי די חלק ביז אהער האט מיר נאך געפעלט אסאך פרטים נאכן רעדן מיט מיין חבר, די איבעריגע האב איך פרובירט צו מברר זיין דא אין מאנסי (יהושע רובין קומט פון מאנסי), און פון חברים פון ישיבה וואס וואוינען היינט אין וויליאמסבורג און קענען הרב גאלדבערגער, און דאס איז די פיקטשער וואס איך האב צוזאמגעשטעלט.
אדרבה אז די עולם קען דא אויסקלארן פאקטן וועט עס אביסל שטילן מיין נייגער.
אפשר ענדיגסטו יעצט די מעשה אז מיר האבן דא @קאסא גראנדע וועט מען באקומען א קלארערע פיקטשער

מתבודד » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 7:45 pm

· #510430
קהל'ס נער
מתבודד
איינער האט מיר פונקט היינט דערציילט אז די פאליטיק דארט לעיטלי איז עפעס נעקסט לעוועל.

עני אינפא @קאסא גראנדע?
די סטארי איז אז די וועד דארט נעמט נישט אן אין די מוסד, איינער וואס קויפט א הויז אן דורך גיין די וועד.
גראדע פארשטיי איך עס, ווייל די תקנה איז לטובת הכלל, צי האלטן די פרייזן נידריג אזוי וועט זיך די שטאט בויען, און אז איינער רעכנט זיך נישט מיטן ציבור דארף די ציבור זיך נישט רעכענען מיט עים.
ביסט זיכער צומישסט זיך נישט מיט לינדען?

אידער וועי איז דעיס נישט ”די” סטארי. אפשר א חלק קטן אינעם גרעסערן פיקטשער.

Nanach » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 7:52 pm

· #510431

דו ווייסט וואס גייט פאר? קום אריין מיט פרטים
בלאט: 1 2 3