☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאסע גראנדא אריזאנא

קאסע גראנדא אריזאנא

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15329
בלאט: 1 2 3

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 12:25 am

· #510435
מערסט געפרעגטע קשיות
ערשטענס צו די מערסט געפרעגטע קשיא וויפיל משפחות וואוינען שוין דאהי. די ענטפער איז 32 קביעותדיג נאך עטליכע קומען פאר לענגערע תקופות ביז זיי ווערן קאמפארטעביל. די חיידר באשטייט פון קינדערגארטן. כיתה ב'. כיתה ג'. כיתה ד'. כיתה ה'. ו. ז' און ח' מיט איבער 20 יונגלעך כ"י און די סקוהל באשטייט מיט אלע קלאסן ביז 13 יעריגע מיידלעך מיט נאנט צו 40 קינדער קע"ה.
די קהילה פארמאגט 2 שבת שוהלן. איין וואכן ביהמ"ד און קאמיוניטי סענטער. מען ענדיגט יעצט בויען 2 מקואות. חיידר. מיידל שולע. כולל. א גראסערי וואס פארמאגט א זשודעיקא אפטיילונג. א רב מיט טובי קהל וועלעכע זענען געווארן אויסגעוועלט מיט בחירות על פי הלכה און על פי תקנת בעל תרומות הדשן. פארשטייט זיך עס זענען דא עטליכע וועלעכע ווילן נישט אננעמען און ספעציעל דרויסענדיגע אינוועסטירער וועלעכע מיינען אז זיי דארפן נאכלויפן די איינוואוינער און זיין שטערן פון טרעפן א מקום מנוחה און זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט דריי אינגעלייט (צען פראצענט) וועלעכע זענען נעבעך נישט צופרידן מיט די רעזאלטאטן וואס די עולם האט געשטימט און שפירן אז מען שטערט זיי פון מאכן געלט על חשבון חביריהם. ספעציעל נאכדעם וואס איין דרויסענדיגע אינוועסטאר האט זיי אנגערייצט צוזאגענדיג זיי צו שטיצן אבי אינטערצוברענגן די נייע פרישע קהל.

די ועד איז געשטעלט צו היטן אויף די פרייזן און סדר ווער עס קויפט הייזער. די סדר איז ווי פאלגענד, א מלמד אדער טישטער האט די ערשטע דין קדימה, א תושב האט א דין קדימה פון א אינוועסטירער,
יעדער דארף זיך איינשרייבן ביי די וועד כדאי ארויפצוגיין אויף די וועיטינג ליסט און ווען עס קומט אן זיין רייע און די וועד שפירט אז עס איז דא א הויז צוגעפאסט לשביעת רצונו וועט אים די וועד זאגן וואס זיי שאצן די הויז איז ווערד און וויפיל ער קען שיקן זיין הצעה (אפפער),
די וועד רעכענט נישט קיין שום געלט פאר די סערוויס און די דריי איינגעשטעלטע ווערן אויסגעוועלט יעדעס יאר דורך די תושבים. ווען איינער קומט זיין רייע צו קויפן א הויז דארף יענער ערשט חתמ'ן די תקנות הקהלה וואס פארמאגט נישט קיין שום תקנה אויסער תקנות וואס זענען נוגע זיך צו היטן פון מייקרי השער אדער פון די וועלעכע ווילן אויסשפילן די מייקרי השער תקנות.

פארשטייט זיך אז עס זענען פארהאן אויבער חכמים וועלעכע קוקן אן יעדע נארמאלע זאך כאילו מען קאנטראוילט זיי. און זיי האבן געקויפט הייזער פאר טייער אדער צוגעכאפט פון אנדערע אידן און מצער געווען א שיינע פאר אידן. דערפאר טוט די וועד קאנטראלירן (נאר אזעלעכע מחוצפים) און יעדער וואס קומט צו זייער דירה ווערט נישט ערלויבט צו ניצן גארנישט פון קהל. מה עשו? איז געגאנגן איינע פון די מייקרי השער און געמאכט א יד אחת מיט די אויבענדערמאנטע אומצופרידענע תושבים און שטיצט זיי צו ניצן א שוהל און מאכן א גראסערי וואס וועט ווערן באניצט נאר דורך מייקרי השער שטיצער וכדו'. א ווייטוגליכע פרקט אז איינע פון די דריי אנגעווייטאגטע אויבענדערמאטע אידן איז געווען א ארבייטער פאר קהל און געמענעזשט מטעם קהל די הייזער וועלעכע די ערליכע אינוועסטירער האבן געקויפט און יעצט נאכן ווערן אנגערייצט פון א דרויסענדיגע מייקרי השער אז ער גייט אים געבן הייזער צו מענעזשן און ער וועט נישט זיין משועבד צו קהל האט ער זיך געלאזט איבעררעדן און אנגעהויבן מענעזשן יענעם'ס הייזער קעגן תקנות הקהל און פארשטייט זיך קעגן די רצון פון רוב כלל ישראל און די תושבים. קהל האט פראבירט מיט יענעם צו עפעס אויסארבייטן אז ער זאל צוריקציען אבער נאך צוויי חודשים וואס אינדערמיטן האט יענער געטוהן אסאך היזק פאר קהל האט קהל בלית ברירה אים אפגעזאגט פון זיין אמט אלץ מענעזשער פון קהל'ס הייזער.
קהל איז בכלל נישט געווען גרייט צו איבערנעמען די מענעזשמענט אבער האט בלית ברירה געמוזט טוהן וואס איז ריכטיג צו פראטעקטן די תקנה קעגן מייקרי השער און קהל האט צוגעמאכט די וועבסייט פאר עטליכע טעג ווילאנג קהל האט זיך אויפגעסעט צו מענעזשן די וואקאציע הייזער. אלע ערליכע הויז אייגענטומער האבן איבערגעחתמ'ט מיט קהל. אבער דער יעניגער האט שנעל מצליח געווען צו קאפיען דאס געבוי פון קהל וועבזייטל און האט נאכגעמאכט א נייע וואס זאל אויסזעהן ענליך אויך האט יענער געטוישט די טעל נומער אינטער זיין נאמען אזוי ארום צו צומישן מענטשן. אלעס נאר כדאי אינטערצוברענגן און צו שטערן.

למעשה ב"ה אלעס פארט ווייטער און עס גייט מן הסתם זיין א דין תורה ווייל יענער טענה'ט אז קהל האט נישט קיין רעכט צו מענעזשן (גיי ווייס זיינע טענות).

למעשה קהל לאזט יעדעם איינעם מענעזשן וויאזוי יעדער וויל און מען קען עס ליסטן אויף וועלעכע וועבזייטל מען וויל (אויסער א מייקר שער וועבזייטל) און וויכטיג צו אנמערקן אז בעפאר איינער וויל דינגן א דירה וואוסענדיג אז עס איז מאושר מטעם קהל האט קהל צוגעשטעלט א עקטערע אפטיילונג (גייט צו "באזוכט אונז" אויף די מעין פעיזש https://khalchasidimcg.com/ און פון דארט גייט צו "פאר טוריסטן") ווי עס גייט ווערן געלינקט יעדע וועבזייטל וואס האט א הויז וואס איז מאושר צו דינגן מטעם קהל.

צום שלוס ב"ה די פלאץ בליהט שיין און ווי פארשטענדליך וועלן אלץ זיין אויבער חכמים אדער ווער עס גייט נישט זיין צופרידן פון דאס אדער יענץ און פארשטייט זיך אויך שטערערס. אבער ב"ה די עיקר שטער פון א שווערע לעבן מיט די גרויסע קאסטן אדער מצומצם'דיגע דירות אדער שוואכע חינוך סיסטעם וכו' וכו' איז נישטא און אויסער די איינגעשטעלטע טובי קהל איז די טאג טעגליכע לעבן אסאך רואיגער און געשמאקער פון עניווער אין ניו יארק אדער ניו זשערזי. לאמיר האפן אז בשם השם נעשה ונצליח והכל על מקומו יבוא בשלום

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 12:37 am

· #510437
קאסא גראנדע
צום שלוס, ב"ה די פלאץ בליהט שיין און ווי פארשטענדליך וועלן אלץ זיין אויבער חכמים אדער ווער עס גייט נישט זיין צופרידן פון דאס אדער יענץ און פארשטייט זיך אויך שטערערס, אבער ב"ה די עיקר שטער פון א שווערע לעבן מיט די גרויסע קאסטן אדער מצומצם'דיגע דירות אדער שוואכע חינוך סיסטעם וכו' וכו' איז נישטא, און אויסער די איינגעשטעלטע טובי קהל איז די טאג טעגליכע לעבן אסאך רואיגער און געשמאקער פון עניווער אין ניו יארק אדער ניו זשערזי. לאמיר האפן אז בשם השם נעשה ונצליח והכל על מקומו יבוא בשלום
און מיר האפן אז וועם עס געפעלט נישט וואס אונזער קהל טוט אדער וויאזוי זיי אפערעיטן איז וועלקאם צו גיין צו די נעקסטע שטעטל 10 מינוט אוועק און בויען וויאזוי אים געפעלט. פארוואס דארף ער זיצן דא און שטערן נאך איידער עס איז שוין פעסט געבויעט

מתבודד » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 2:00 am

· #510442
שכ’ח פאר אריינקומען מיט פאקטן, אזוי האט מען (עט-ליסט) האלב פון די מעשה...

@ננח, ניין. כ’קען נישט קיין סאך פאקטן אבער איך מיין אז יותר ממה שכתב @ק’ג לא כתוב כאן....

העמיר מאכן אי”ה ריסערטש.

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 5:23 am

· #510445
יין שרף
[ציטאט אראפגענומען]
ווער האט אויפגענומען ר' יחיאל שטיינמעץ?
עס איז דא א קאנסעס וואס רוב תושבי העיר האבן אינטערגעשריבן אין אויפצונעמען אלץ שטאט'ס רב (17 פון די 23 דעמאלטיגע תושבים בזמן אסיפת החתימות)
ווען הרב רובין האט אין אלול תשע"ט אדווערטייזט די געדאנק פון זיך ציען קיין אריזאנע האבן זיך איינגעשריבן עטליכע אידן. און נאך עטליכע זיצונגן שוקל זיין ווער וועט זיין די פאסיגע קאנדידאט אלץ רב זענען אין חשוון תש"פ. אריבער א משלחת פון עטליכע איינגעשריבענע אידן בראש פון הרב רובין אינאיינעם מיט מענדיל גאלדבערגער און רבי חיים מאיר פרייליך און נאך. צו פארבעטן דעם רב הרב שטיינמעץ צו ווערן די רב הקהילה. נאך עטליכע זיצונגן האט דער רב עס אנגענומען מיטן תנאי אז ווילאנג עס וואוינען נאכנישט קיין קביעותדיגע 20 משפחות וועט ער בלייבן אין ניו יורק ומצודתו תהיה פרוסה על קאסא גראנדע און ער וועט קומען פון צייט צו צייט וכך הוה.
דערנאך ווען אין שבט פארגאנגענע יאר תשפ"ב איז שוין געווען ארום צוואנציג משפחות און מען האט איבערגעפרעגט דעם נייע עולם און צוזאמגענומען חתימות און נאכן האבן האלב פון די ציבור'ס חתימות (עטעטשט די ערשטע האלב עולם'ס חתימות) האט מען מאשר געווען און באשטימט דאס אז די רב שליט"א וועט זיך למעשה אריבער.

די עולם ווינדערט זיך אין די ווייטערדיגע תגובות און די עולם דא ווייסט שוין אז למעשה האט רבי מענדיל גאלדבערגער צוריקגעצויגן אין די לעצטע מינוט און נישט געחתמ'ט און אנשטאט האט ער אויפגעהאנגן אויף זיין טיהר די צעטיל עטעטשט דא ווי ער בכבודו ובעצמו האט זיך אויפגענומען פאר רב. מיטן אויסרייד אז ער איז גענוג גוט צו זיין שטאט'ס רב און עס איז מער וויכטיג צו האבן א מער קנאי'שע רב. עס האט נישט געהאלפן קיין שום הסברים אז די עולם וויל אים נישט און די עולם האט געחתמ'ט פארן רב שליט"א און נישט פאר גאלדבערגער אבער ער האט אפגעמאכט אז הרב רובין האט געשטיפט דעם עולם צו חתמ'ן פארן רב קעגן אים. למעשה איז ער איינגערעדט אז די 4 סאטמאר משפחות (פון צווישן איבער 30) וואלטן אים געוואלט פאר רב איי עס זענען געווען 16 נישט סאטמאר משפחות און פון די סאטמארע האבן געוואלט הרב שטיינמעץ. ער איז געבליבן ביי זיינעם און אפגעמאכט אז הרב רובין איז אין א קאמף מיט אים. (דאס איז נאכדעם וואס הרב רובין האט אין אויפגעבויעט זיין שוהל און עס אויסגעהאלטן און אלע נדרים ונדבות איז געגאנגן צו הרב גאלדבערגער אלץ הכנסה)

תכלית רבי מענדיל גאלדבערגער וואוינט אפילו נישט אין קאסא גראנדע שוין זינט סוכות תשפ"א (ער איז ס"ה דא געווען אזוי ווי אסאך קאוויד אנטלאפענע פון חודש אב תש"פ ביז סוכות תשפ"א) דריי חודשים וואקאציע און גלייך דערנאך צוריקגעפארן אהיים קיין ניו יורק. און די קומענדיגע מאל וואס ער האט באזוכט קאסא גראנדע איז געווען א יאר און דריי חודשים דערויף (טבת תשפ"ב) טוען ער האט געהערט אז די רב הרב שטיינמעץ קומט טאקע האט ער געוואלט פראבירן זיין מזל אין אפצוהאלטן פון קומען (די ריכטיגע סיבה קען מען הערן אויף די ריקורדינג פון די גענעראל פארזאמלונג סיוון תשפ"ב זאגט ער אז ער וויל די געגענט זאל זיין א וואקאציע געגענט אזוי וועלן קומען רייכע יודן צו זיין שוהל וועט ער האבן פרנסה פון די נדבות). למעשה ב"ה מעשה שטן לא הצליח און רב גאלדבערגער איז צוריקגעפארן אהיים קיין וויליאמסבורג צו טראכטן זיינע נעקסטע סטעפס
📎 Screenshot_20221021-021800~2.png 📎 Screenshot_20221021-021325~3.png

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 5:35 am

· #510446
עצי שטים
Nanach
[ציטאט אראפגענומען]
דאס האב איך דארט געזען.
וויבאלד איך האב געטראכט ערנסט פון אהינמאפן איז מיר אינטערסאנט מער פרטים
און איך וויל זעהן צו עס איז א אבן הגולל אויפן ישוב אדער עס האט נאך א נארמאלע פיוטשער
עס איז נאר דא דארטן בערך צוועלף משפחות,
אויב ציסטו דיך אהין, איז דא א ערענסטע חשש גלוי...
די נויז איז ס"ה א עניין פון מחזק זיין די יסודות קעגן מייקרי השער און וועם עס טוט וויי די עניין דער האט גרר הנאה פון די הויז ווייל דאס שוואכט אסאך אפ די מייקרי השער. און דערפאר רוב תושבים וועלכע ציען זיך יעצט אריבער (כולל 5 די קומענדיגע וואלה אליין בס"ד) האבן זיך אויסגעדריקט אז א שטארקע חלק פון זייער החלטה איז געווען געווידמעט נאכן זעהן אז קהל איז טאקע דא און שטעלט זיך פאר זיי. נישט סתם אז מענטשן זאגן צו גאלדענע גליקן און גיבן דערנאך גארנישט.
און טאקע די מענטשן וועלכע שפירן אז מען טאהר זיך נישט שלאגן קעגן די מייקרי השער. די מענטשן זאלן טאקע האבן טענות אויף אונז און זאלן טאקע נישט קומען דא וואוינען. עס וועט אונז זיין אסאך רואיגער.

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 5:49 am

· #510447
טעות געשיקט דאפעלט

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 6:00 am

· #510448
נייגעריגע אינגערמאן
איך האב א נאנטע חבר וואס וואוינט אין קאסא גראנדע, און נאכן זעהן וואס דא גייט פאר בין איך אויך געווארן נייגעריג און אויפגעהויבן א טעלעפאן צו אים און געפרעגט וואס דא גייט פאר.
נאכ'ן רעדן צו אים איבער א שעה און מברר זיין ווי ווייט איך קען זאכן ביי מענטשן וואס איך קען איז מיר ארויסגעקומען א שטיקל בילד וואס דארט גייט פאר.
איך וועל פרובירן די מערסטע אראפ צולייגן ביידע צדדים אבדשזעקטיוו, אויב איינער פון די תושבים ליינט דא און פילט זיך געטראפן אדער האט עפעס מעורר צו זיין איז אדרבה לאז זיך הערן.

לאמיר אנהייבן מיט בעקגראונד:

עס האט זיך אנגעהויבן מיט 3 אידן
1) יהושע רובין א אייניקל פון דינוב מאנסי זצ”ל א נעפיו פון די ממלא מקום
2) ר’ מנדל גאלדבערגער אב”ד רימנוב פון וויליאמסבורג א איידעם ביי ר’ אברהם לייטנער זצ”ל אב”ד מאנטיווידעי
3) אהרן גראסמאן, פון די בעלזע גראסמאנס אין מאנסי

ר’ מענדל גאלדבערגער איז אלץ געווען שטארק בעד די אלע נייע ישובים, אבער ער האט זיך אלץ אפגערעדט אז אויב מען גייט שוין אנהייבן בויען אינפראסטרוקטער פון דאסניי, פארוואס נישט עס מאכן אין א ווארעמע פלאץ (הרב גאלדבערגער פאר זיך פארנעמט נישט קיין קעלט),
יהושע רובין איז די לעצטע פאר יאר אריין אין ריעל עסטעיט, אין ער האט געוואלט אריין גיין אין א פראדזשעקט פון בויען א נייע ישוב, האט ער אריין געלייגט א עד צו עס דא פאראינטערסירטע אין א ישוב אין די ווארעמע פלעצער. גאלדבערגער האט געזעהן די עד, און ער האט אריין גערופן, אזוי האבן זיך די 2 צוזאם געטראפען.
שיע רובין ווען ער האט געוואלט אריין אין ריעל עסטעיט האט ער נישט געהאט קיין געלט (דא אין מאנסי ווען איך האב מיר נאכגעפרעגט ביי מענטשן וואס קענען אים האט מען מיר געזאגט אז ער איז געווען פאר דעם אינוואלווד אין דער בליק אדער מאמענט און געענדיגט צוקריגט, עס פעלט מיר פרטים לגבי דעם), האט ער אנגעהויבן מיט סינדיקעישאנס וכדו’. דעמאלטס האט ער געהאט עפעס א דיעל וואס ער האט געוואלט נעמען אהרן גראסמאן אלץ אינוועסטער. דארט האבן זיי זיך באקענט.

און אויף דעם איז אנגעקומען קאוויד ,

איך האב פארגעסען פריער צו שרייבן אז גאלדבערגער איז פאר פרנסה געווען א מלמד (איך ווייס נישט צו ער איז יעצט נאכאלץ).
היות מען האט צוגעמאכט די מוסדות, און גאלדבערגער האט געהאט א פרי וועקעישען האט ער געזוכט א ווארעמע פלאץ פאר ווינטער איז ער געפארן קיין טוסאן אריזאנע צו בראנער’ס ישוב.
יהושע רובין האט געהאט קודם געטראכט צו עפענען אין פיניקס אריזאנע, האט ער אויך געמאכט א חשבון אז יעצט איז א גוטע געלעגענהייט צו פראבירן אין ער איז געפארן קיין פיניקס, ווען ער איז געווען אין פיניקס האט ער געדארפט א מלמד פאר זיינע קינדער האט ער אנגערופן גאלדבערגער צו ער קען זיין מלמד, למעשה האט מען זיך דערזען אז ווי קומט אן איינער צום צווייטן (איך מיין אז פון פיניקס צו טוסאן איז 3-4 שעה צו פארן) האבן זיי אפגעמאכט די בתי מדרשים זענען ממילא פארמאכט, לאמיר זיך טרעפן אינמיטן וועג אין א שטעטל קאסא גראנדע און לאמיר דארט מאכן די ישוב פון וואס מען האט שוין לאנג גערעדט. און אויף געלט צו אנהייבן האט שיע געברענגט אהרן גראסמאן וואס האט געקויפט די ערשטע פאר הייזער.
הרב גאלדבערגער איז אריבערגעגאנגען קיין קאסא גראנדא, ער האט אפגעקויפט א הויז פון אהרן גראסמאן און געפענט אין גאראדזש א ביהמ"ד און אזוי איז געבוירן די התחלה פון די נייע ישוב

איך וועל ממשיך זיין בעזהשי”ת אין די נעקסטע תגובה ווייטער. איך וויל נאך מברר זיין אפאר פרטים.
ווי אויך לגבי די חלק ביז אהער האט מיר נאך געפעלט אסאך פרטים נאכן רעדן מיט מיין חבר, די איבעריגע האב איך פרובירט צו מברר זיין דא אין מאנסי (יהושע רובין קומט פון מאנסי), און פון חברים פון ישיבה וואס וואוינען היינט אין וויליאמסבורג און קענען הרב גאלדבערגער, און דאס איז די פיקטשער וואס איך האב צוזאמגעשטעלט.
אדרבה אז די עולם קען דא אויסקלארן פאקטן וועט עס אביסל שטילן מיין נייגער.
מעשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. פראיעקט איז יהושע רובין'ס איידיע. החלטה (שוין בעארבייט די באדן אין קאסא גראנדע 9 חודשים איידער הרב גאלדבערגער איז געקומען קיין אריזאנע און 6 חודשים איידערן זיך באקענען מיט גראסמאן). זיין טאטע האדמו"ר מדינוב איז געווען די ערשטע תושב און האט אפילו געלערנט מיט יהושע רובין'ס זוהן (אין קאסא גראנדע) 2 חודשים בעפאר גאלדבערגער האט אהין געמופט (עטעטשט בילדער מיט דאטוםס אשר יוכיחו).
גראסמאן איז ס"ה איינער וועם יהושע רובין האט געהאפט און געחלום'ט אז ער גייט זיין א שותף לדבר מצוה אבער האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם ער איז נאך געווארן א מייקר השער (כנהוג אצל פריצי עשורי ישראל).

למעשה זיצט הרב רובין און בויעט מיט די אייגענע פינגער און זיצט שוין מיט נאנט צו צעהן מילאן דאלער אויפבויענדיג און אויסהאלטענדיג די מוסדות. בתי מדרשים. מקוואות. גמ"ח'ן. ארגאניזאציעס. גראסערי און נאך. ב"ה איך האב באקומען די זכיה דעם סיוון צו ווערן זיין העלפער אין די הייליגע ארבייט. הלואי שירבו כמותו בישראל
📎 Screenshot_20220617-084405~2.png 📎 Screenshot_20220617-084430~2.png 📎 זילאוי זאגט אויס ווען גאלדבערגער האט געקויפט זיין הויז (אסאך שפעטער פון רובין) {אויב עס מאכט בכלל אויס}.jpg 📎 באמת האט ער אבער שוין אריינגעמופט פריער עטליכע טעג נאכן קלאויזן 7.2.21 (אויך א חודש נאך הרב רובין).jpg

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 6:06 am

· #510449
וואלווי
אינטערסאנט, צו פיל קענערס און איינערס. צו פול מענטשען קומען ארויף אלס "קענערס" פון "איינער" וואס וואוינט אין קאסא גראנדע. ס'איז אדער אסאך ניקס וואס קענען איינעם, אדער איין ניק וואס קען א יעדען.

אזוי פול מענטשען האבן נאך נישט איבערגעטרעטן דאס פלאץ. ניטאמאל הוה אמינא'ס איז דא אזוי פול. מער מסתבר ס'איז איין "קענער" און "איינער" צוזאמען...
גוט געזאגט. פארדעם זאג איך נישט נאך פון קיין חבר. נאר איך אליין בין דא און איך זעה זאכן פונדערנאנט אהן קיין נגיעות. און איך האב די ברירה זיך צו שטעלן אויף וואס איך האלט איז ריכטיג און איך שרייב וואס איך האלט לויט וואס איך האלט מיט לעבעדיג אלע דעטאלן

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 6:11 am

· #510450
שעצונג
די היימען מארקעט אין אריזאנע האט זיך אנגעהויבן אביסל צו סטאביליזירן אין די לעצטע צוויי מאָנאַטן
מען רעדט ב"ה פון פרייזן טראסקענען אין גרויסן. וואס האט שוין געקאסט $450 טויזענט קאסט שוין יעצט $360,000 און גייט לכאורה ווייטער טראסקענען ווילאנג אינטערעסט ראטע פארט ארויף.

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 6:13 am

· #510451
סמבטיון
וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
אויב מען שלאגט נישט אפ די רויבער בלייבט נישט אויף וואס זיך צו שלאגן. אשאהד טאקע אז די אלע מייקרי השער וועקן זיך נישט אויף און הייבן אן טראכטן אביסל מיטצופילן מיט יענעם.

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 6:18 am

· #510452
בְּתוֹךְ עַמִּי
סמבטיון
וואס איז פשט אז מען ציקריגט זיך אין די אלע נייע פלעצער? עס נעמט דאך אועק די אפעטיט פון וועלן אהין מאפן, גאנצע שטעט און הערליכע רעיונות גייט שלאפן א דאנק אפאר נארישע מינדערוויכטיגע קריגערייען, א שאד א שאד.. איך האף נאר אז לעיקפראנט וועט עס דורך שוויצן און עס וועט מצליח זיין זיך אוועק צושטעלן און אויפבליען מיט הינדערטע היימישע איינוואוינער.
בדרך כלל די קליינע נייע ישובים באשטייט פון ׳קלוגערע׳ מענטשן וואס פארשטייען אז די סיסטעם איז קאראפט און ווילן זיך מסדר זיין באופן הנראה להם... אבער קוקט אויס אז דער געדאנק אז ׳אלע׳ דארפן זיך פירן אייניג האבן זיי בטעות מיטגעשלעפט מיטן מאווינג טראק....
אדרבה זאגסט דאך אזוי גוט. עס זענען געקומען אויפגעקלערטע מענטשן און ווילן נישט ווערן קאנטראוילט פון די זעלבע מייקרי השער פון מאנסי אדער וויליאמסבורג. און דא פלוצלינג קומען די מייקרי השער פון ניו יורק און פראבירן צו צושטערן די רואיגקייט און זיי צוריקשלעפן צו די אטמאספערע פון ניו יורק. און ס"ה די תושבים טוהן סעלף פראטעקשן און פראבירן צו אפהאלטן די אלימי ניו יורק פון אונז שטערן.

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 21, 2022 6:22 am

· #510453
ראזשינקע
איך האב געהאט א געוואלדיגע הנאה פראוונדיג א הערליכן סוף וואך (וויק ענד בלע''ז) אין קאסא גראנדע אריזאנע, עס איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב באגעגענט א פלאץ וואס איז אזוי ווארעם און געשמאק צו יעדעם צוגלייך, א פלאץ אן קיין פרעשור און לחץ בנוגע סמארטפאון, אינטערנעט, פאליטיק, און דאס גלייכן, א פלאץ ווי יעדער באקומט די נויטיגע רעספעקט, א פלאץ יעדער האלט זיך צוזאמען, נישט קיין חילוק צו סאטמאר, בעלזא, סקווירא, ברסלב, א.א.וו.

בנוגע די פאליטיק וואס גייט דארט פאר, אנע זאגן קיין נעמען, איז פארהאן א פאמיליע דארט וועלכע האט פרובירט אנצוזייען כאאס און צושטערן די רואיגקייט דארט, מיטן אנפאנגן אריינברענגען אייגענע פאליטישע סיבות אויפצוטרייסלען די געשמאקע רואיגקייט דארט, פאר די עסקנים וועלכע האבן געארבעט מיט בלוט אויפצובויען דאס פלאץ און מאכן פאר א רואיגן געשמאקן ווינקל, האט דאס גאר שטארק געבאדערט, און זיי האבן אים געבעטן שיין ער זאל זיך בארואיגן, ווען ער האט נישט געהאלטן דערביי, האבן זיי אים געבעטן צוריקצומופן צו ניו יארק, אבער ער האט ווידער רעפיוזירט, האט די קהילה אפגעמאכט צו פרובירן ווי מעגליך צו איגנארירן זיינע שטיק...

עס איז דא אסאך מער דעטאלן און אנטוויקלונגען בנוגע די פאסירונג דארט, נישט אלעס פיל איך איז פאסיג ארויסצולייגן דא אין פובליק, אי''ה עוד חזון למועד.
א דאנק פארן זיך ריכטיג אינטרעסירן. יאפס די ווייטאג איז גרויס. שווער צו גלייבן ווי ווייט מענטשן זענען גרייט זיך צו פארקויפן פאר אפאר ביליגע פיאסטער אפילו פאר ממש ווייניג געלט פארגעסט מען אינגאנצן פון מענטשליכקייט

צפת » זונטאג אקטאבער 23, 2022 5:10 pm

· #510523
וויפיל קאסט א הייזקע אין קאסא-גראנדא?

קאסא גראנדע » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 11:09 am

· #510573
צפת
וויפיל קאסט א הייזקע אין קאסא-גראנדא?
וואס איך שרייב יעצט מוז נישט זיין אז עס וועט בלייבן. עס זעהט ענדערש אויס ווי פרייזן נידערן נאך און נאך. יעדע טאג זעהט מען פרישע פרייז שניטן ביי די הייזער וואס זיצן אויפן מארקעט שוין אזוי לאנג און ווארטן אויף א גואל. אבער למעשה אויף די מינוט די רעינזש לויפט צווישן די היי $200 טויזענט ארויף כמעט ביז $400 טויזענט, ווענדט זיך אויף די סייז און נאך פעקטארס.

אבער אויב איינער האלט ביים קויפן זאל ער פשוט זיך איינשרייבן ביים וועד, אדער אריבערקומען און די וועד וועט אייך באגלייטן און מאכן זיכער אז איר צאהלט נישט מער פון וואס איר דארפט באצאלן. די סערוויס איז בחינם און עקסטער געטריי פאר יעדעם איינעם.

קאסא גראנדע » דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:19 am

· #510623
דאנק בריוו פון קאסא גראנדע איינוואוינער
צו פארשטיין ווער עס גיבט זיך איבער און ווער עס בויעט די פלאץ צו רובין אדער גאלדבערגער און גראסמאן. אדרבה יעדער קען רופן וועם עס איז פון די תושבים און קען עס מברר זיין
📎 אריזאנע בריוו10-6 (1).pdf 📎 בריוו.jpg

נחום הסופר » דינסטאג אקטאבער 25, 2022 10:30 am

· #510630
כהאב געליינט דעם הארציגן בריוו אינעם מאמענט'ס נפשי מאגאזין.

חזק ואמץ ר' יהושע, כקען דיך נישט, אבער כבין דיך מחזק מריחוק מקום - און האלט אן דעם 'וועד' קעגן די מייקרי השער מיט אייזערנע פויסטן לשמחת לב אחב'י וואס זוכן א דאך איבערן קאפ

קאסא גראנדע » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 4:07 am

· #510730
די מיידל שולע
📎 PXL_20221026_073418558.jpg 📎 PXL_20221026_181037235.jpg 📎 PXL_20221026_073437014.jpg 📎 PXL_20221026_181026220.jpg 📎 PXL_20221026_073357925.jpg

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 8:32 am

· #510734
ווי געשריבן אין מיין ערשטע תגובה האב איך מיר דא איינגעשריבן כדי צו לאזן הערן וואס די תושבי קאסא גראנדא (אדער געוועזענע תושבים) זאגן.
און ארויברענגן די צווחיטע זייט מטבע.
נישט אלץ האב איך די צייט צו רעאגירן איך וועל שרייבן לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:24 am

· #510738
קאסא גראנדע
ערשטענס צו די מערסט געפרעגטע קשיא וויפיל משפחות וואוינען שוין דאהי. די ענטפער איז 32 קביעותדיג נאך עטליכע קומען פאר לענגערע תקופות ביז זיי ווערן קאמפארטעביל. די חיידר באשטייט פון קינדערגארטן. כיתה ב'. כיתה ג'. כיתה ד'. כיתה ה'. ו. ז' און ח' מיט איבער 20 יונגלעך כ"י און די סקוהל באשטייט מיט אלע קלאסן ביז 13 יעריגע מיידלעך מיט נאנט צו 40 קינדער קע"ה.
די קהילה פארמאגט 2 שבת שוהלן. איין וואכן ביהמ"ד און קאמיוניטי סענטער. מען ענדיגט יעצט בויען 2 מקואות. חיידר. מיידל שולע. כולל. א גראסערי וואס פארמאגט א זשודעיקא אפטיילונג. א רב מיט טובי קהל וועלעכע זענען געווארן אויסגעוועלט מיט בחירות על פי הלכה און על פי תקנת בעל תרומות הדשן. פארשטייט זיך עס זענען דא עטליכע וועלעכע ווילן נישט אננעמען און ספעציעל דרויסענדיגע אינוועסטירער וועלעכע מיינען אז זיי דארפן נאכלויפן די איינוואוינער און זיין שטערן פון טרעפן א מקום מנוחה און זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט דריי אינגעלייט (צען פראצענט) וועלעכע זענען נעבעך נישט צופרידן מיט די רעזאלטאטן וואס די עולם האט געשטימט און שפירן אז מען שטערט זיי פון מאכן געלט על חשבון חביריהם. ספעציעל נאכדעם וואס איין דרויסענדיגע אינוועסטאר האט זיי אנגערייצט צוזאגענדיג זיי צו שטיצן אבי אינטערצוברענגן די נייע פרישע קהל.
לאמיר אנהייבן מיט א חלק פון די מציאות הדברים די איבריגע וועט נאכפאלגן
ע”פ תקנות המקום וועל איך פראבירן נישט שרייבן קיין נעמען פון פריוואטע מענטשן, אויב שרייב איך בטעות ביטע אויפמערקן
ובזה החלי
ער איז דא פרנומען א גאנצן צייט מיט קהל.
לאמיר צונעמען פון וואספארא קהל מען רעדט.
עס איז דא א איד וואס האט א תאוות שררה (יש אומרים אז ער איז נעבעך נישט שילדיג ער איז פשוט א נארסעסיסט) וואס איז געווען א שותף צו בויען די שטאט, און ער איז א משתלט על הציבור.
ארויס צוברענגן זיין מהות די ערשטע 3 מענטשן זענען געקומען פאר 2 יאר צוריק, יעצט 2 יאר שפעטער איז ער שוין צוקריגט מיט 2 פון די ערשטע 3, משך די יאר זענען געקומען נאך 5 משפחות (חוץ פון זיין משפחה וואס ער האט ארויס געברענגט) וואס ער איז שוין צוקריגט מיט 3, ס”ה פון די ערשטע 7 משפחות צו קומען וואוינען האט ער זיך צוקריגט מיט 4.
אויף תשפ”ב האט ער געברענגט א כולל, און ער האטזיך שוין צוקריגט מיט די ראש הכולל דאס איז אין א נאט שעל זיין מהות.
די וועד פון וואס מען רעדט איז איין טאג האט זיך דער איד אופגעוועקט אז ער מאכט א וועד, איז קודם די וועד באשטאנען פון אים אליינס נאך וואס גוטע פריינד האבן אים געזאגט אז עס מאכט נישט קיין סענס האט ער צוגלייגט 2 נעמען וואס האט זיך געטוישט 3 מאל.
איין טאג איז ער ארויס מיט א חרם אויף א הויז (נאךוואס יענער האט אים נישט געפרעגט פארן קויפן), אז ווער עס שטייט דארט איין וועט מען ארויס ווארפן פון אלע בתי מדרשים, און ער איז געקומען אין רימאנוב עס הענגען (רימאנוב איז דעמאלטס געווען די איינציגסטע ביהמ”ד אין שטאט, וואס די רימאנובע רב האט געקויפט מיט זיין אייגן געלט) האט אים די רימאנובע רב געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל קיין איד נישט ארויס געווארפן פון  זיין ביהמ”ד (אין וויליאמסבורג) ממילא ער גייט נישט ארויס ווארפן, און לגבי די צעטל שרייבט מען נישט חרם אז די ווילסט שרייבן אן איסור דארט צו איינשטיין אן די לשון חרם וועל איך עס לאזן הענגען (און אינפארסירן אין דיינע פראפערטיס) אבער אויב א צווייטער וועט עס וועלן רייססן וועל איך אים אויך לאזן.
פון דא און ווייטער האט דער איד (איך וועל שרייבן מיט ראשי תיבות איך האף אז עס איז אויסגעהאלטן מיט די תקנות) י”ר אנגעהויבן צו רודף’ן רימנוב בעקיפין ובישורין.
איינער פון די זאכן איז געווען אז די וועד (דהיינו י”ר) האט נישט געגעבן קיין רשות פאר קיינעם צו קויפן קיין הייזער און רימנוב געגענט מיט כל מיני תירוצים.

נאך אינמיטן ווינטער ווען רימנוב איז געווען די איינציגסטע ביהמ”ד איז געווען זייער א פולע שבת וואס עס איז נישט געווען קיין פלאץ זיך צו רירן אין רימנוב, דעמאלטס האט רימנובע רב צוליב דעם און נאך סיבות אנגעהויבן צו ארבעטן אויף צו קויפן א צווייטע הויז אין געגנט כדי צו קענען געבן זיין ביז יעצטיגע הויז פאר די ביהמ”ד (ביז דעמאלטס איז געווען האלב זיין הויז און האלב ביהמ”ד) אבער ווען ער איז געווען גרייט צו קויפן און נאך וואס ער האט געזעהן וואס י”ר טוט אים. האט ער געוויסט אז ער האט נישט וואס צו פרעגן און ער איז עס געגאנגען אליינס קויפן.
יעצט האט שוין י”ר געהאט א תירוץ פון מייקר השער אויף וואס צו רייטן, ער האט געמאכט א גענעראל פארזאמלונג און געזאגט יעדער זאל רעדן און זאגן וואס ער האט צו זאגן און פארשטייט זיך ווער עס האט געזאגט אנדערש ווי אים איז געווארן פארשריגן און פאררופן וואלן פאר א וועד.
די וואלן איז געווארן אנגעפירט ביי זיין איירבעטארער און מיסטריעז איז געוואנען י”ר די ארבעטארער וואס האט געציילט די וואלן און איינער וואס האט ביי די אסיפה גערעדט פונקט וואס י”ר האט געוואלט הערן.
די פעלשערייען וואס זענען דארט פארגעגאנגען לעיני השמש איז א שמועס פאר זיך ועוד חזון

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:24 am

· #510739
קאסא גראנדע
ספעציעל נאכדעם וואס איין דרויסענדיגע אינוועסטאר האט זיי אנגערייצט צוזאגענדיג זיי צו שטיצן אבי אינטערצוברענגן די נייע פרישע קהל.
כדי אנצומערקן אז די אינוועסטער (וואס ער רעדט זיך איין אז ער האט עס אנגעדרייט, בשעת ווען ער כאפט נישט אז ער איז די פראבלעם אז מענטשן צוקריגן זיך מיט אים) איז די זעלבע אינוועסטער וואס האט געלייגט די ערשטע פונדאמענטן פאר די פלאץ וואס אן אים וואלט גארנישט געווען

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:32 am

· #510740
קאסא גראנדע
ערשטענס צו די מערסט געפרעגטע קשיא וויפיל משפחות וואוינען שוין דאהי. די ענטפער איז 32 קביעותדיג נאך עטליכע קומען פאר לענגערע תקופות ביז זיי ווערן קאמפארטעביל. די חיידר באשטייט פון קינדערגארטן. כיתה ב'. כיתה ג'. כיתה ד'. כיתה ה'. ו. ז' און ח' מיט איבער 20 יונגלעך כ"י און די סקוהל באשטייט מיט אלע קלאסן ביז 13 יעריגע מיידלעך מיט נאנט צו 40 קינדער קע"ה.
די קהילה פארמאגט 2 שבת שוהלן. איין וואכן ביהמ"ד און קאמיוניטי סענטער. מען ענדיגט יעצט בויען 2 מקואות. חיידר. מיידל שולע. כולל. א גראסערי וואס פארמאגט א זשודעיקא אפטיילונג. א רב מיט טובי קהל וועלעכע זענען געווארן אויסגעוועלט מיט בחירות על פי הלכה און על פי תקנת בעל תרומות הדשן. פארשטייט זיך עס זענען דא עטליכע וועלעכע ווילן נישט אננעמען און ספעציעל דרויסענדיגע אינוועסטירער וועלעכע מיינען אז זיי דארפן נאכלויפן די איינוואוינער און זיין שטערן פון טרעפן א מקום מנוחה און זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט דריי אינגעלייט (צען פראצענט) וועלעכע זענען נעבעך נישט צופרידן מיט די רעזאלטאטן וואס די עולם האט געשטימט און שפירן אז מען שטערט זיי פון מאכן געלט על חשבון חביריהם. ספעציעל נאכדעם וואס איין דרויסענדיגע אינוועסטאר האט זיי אנגערייצט צוזאגענדיג זיי צו שטיצן אבי אינטערצוברענגן די נייע פרישע קהל.

די ועד איז געשטעלט צו היטן אויף די פרייזן און סדר ווער עס קויפט הייזער. די סדר איז ווי פאלגענד, א מלמד אדער טישטער האט די ערשטע דין קדימה, א תושב האט א דין קדימה פון א אינוועסטירער,
יעדער דארף זיך איינשרייבן ביי די וועד כדאי ארויפצוגיין אויף די וועיטינג ליסט און ווען עס קומט אן זיין רייע און די וועד שפירט אז עס איז דא א הויז צוגעפאסט לשביעת רצונו וועט אים די וועד זאגן וואס זיי שאצן די הויז איז ווערד און וויפיל ער קען שיקן זיין הצעה (אפפער),
די וועד רעכענט נישט קיין שום געלט פאר די סערוויס און די דריי איינגעשטעלטע ווערן אויסגעוועלט יעדעס יאר דורך די תושבים. ווען איינער קומט זיין רייע צו קויפן א הויז דארף יענער ערשט חתמ'ן די תקנות הקהלה וואס פארמאגט נישט קיין שום תקנה אויסער תקנות וואס זענען נוגע זיך צו היטן פון מייקרי השער אדער פון די וועלעכע ווילן אויסשפילן די מייקרי השער תקנות.

פארשטייט זיך אז עס זענען פארהאן אויבער חכמים וועלעכע קוקן אן יעדע נארמאלע זאך כאילו מען קאנטראוילט זיי. און זיי האבן געקויפט הייזער פאר טייער אדער צוגעכאפט פון אנדערע אידן און מצער געווען א שיינע פאר אידן. דערפאר טוט די וועד קאנטראלירן (נאר אזעלעכע מחוצפים) און יעדער וואס קומט צו זייער דירה ווערט נישט ערלויבט צו ניצן גארנישט פון קהל. מה עשו? איז געגאנגן איינע פון די מייקרי השער און געמאכט א יד אחת מיט די אויבענדערמאנטע אומצופרידענע תושבים און שטיצט זיי צו ניצן א שוהל און מאכן א גראסערי וואס וועט ווערן באניצט נאר דורך מייקרי השער שטיצער וכדו'. א ווייטוגליכע פרקט אז איינע פון די דריי אנגעווייטאגטע אויבענדערמאטע אידן איז געווען א ארבייטער פאר קהל און געמענעזשט מטעם קהל די הייזער וועלעכע די ערליכע אינוועסטירער האבן געקויפט און יעצט נאכן ווערן אנגערייצט פון א דרויסענדיגע מייקרי השער אז ער גייט אים געבן הייזער צו מענעזשן און ער וועט נישט זיין משועבד צו קהל האט ער זיך געלאזט איבעררעדן און אנגעהויבן מענעזשן יענעם'ס הייזער קעגן תקנות הקהל און פארשטייט זיך קעגן די רצון פון רוב כלל ישראל און די תושבים. קהל האט פראבירט מיט יענעם צו עפעס אויסארבייטן אז ער זאל צוריקציען אבער נאך צוויי חודשים וואס אינדערמיטן האט יענער געטוהן אסאך היזק פאר קהל האט קהל בלית ברירה אים אפגעזאגט פון זיין אמט אלץ מענעזשער פון קהל'ס הייזער.
קהל איז בכלל נישט געווען גרייט צו איבערנעמען די מענעזשמענט אבער האט בלית ברירה געמוזט טוהן וואס איז ריכטיג צו פראטעקטן די תקנה קעגן מייקרי השער און קהל האט צוגעמאכט די וועבסייט פאר עטליכע טעג ווילאנג קהל האט זיך אויפגעסעט צו מענעזשן די וואקאציע הייזער. אלע ערליכע הויז אייגענטומער האבן איבערגעחתמ'ט מיט קהל. אבער דער יעניגער האט שנעל מצליח געווען צו קאפיען דאס געבוי פון קהל וועבזייטל און האט נאכגעמאכט א נייע וואס זאל אויסזעהן ענליך אויך האט יענער געטוישט די טעל נומער אינטער זיין נאמען אזוי ארום צו צומישן מענטשן. אלעס נאר כדאי אינטערצוברענגן און צו שטערן.

למעשה ב"ה אלעס פארט ווייטער און עס גייט מן הסתם זיין א דין תורה ווייל יענער טענה'ט אז קהל האט נישט קיין רעכט צו מענעזשן (גיי ווייס זיינע טענות).

למעשה קהל לאזט יעדעם איינעם מענעזשן וויאזוי יעדער וויל און מען קען עס ליסטן אויף וועלעכע וועבזייטל מען וויל (אויסער א מייקר שער וועבזייטל) און וויכטיג צו אנמערקן אז בעפאר איינער וויל דינגן א דירה וואוסענדיג אז עס איז מאושר מטעם קהל האט קהל צוגעשטעלט א עקטערע אפטיילונג (גייט צו "באזוכט אונז" אויף די מעין פעיזש https://khalchasidimcg.com/ און פון דארט גייט צו "פאר טוריסטן") ווי עס גייט ווערן געלינקט יעדע וועבזייטל וואס האט א הויז וואס איז מאושר צו דינגן מטעם קהל.

צום שלוס ב"ה די פלאץ בליהט שיין און ווי פארשטענדליך וועלן אלץ זיין אויבער חכמים אדער ווער עס גייט נישט זיין צופרידן פון דאס אדער יענץ און פארשטייט זיך אויך שטערערס. אבער ב"ה די עיקר שטער פון א שווערע לעבן מיט די גרויסע קאסטן אדער מצומצם'דיגע דירות אדער שוואכע חינוך סיסטעם וכו' וכו' איז נישטא און אויסער די איינגעשטעלטע טובי קהל איז די טאג טעגליכע לעבן אסאך רואיגער און געשמאקער פון עניווער אין ניו יארק אדער ניו זשערזי. לאמיר האפן אז בשם השם נעשה ונצליח והכל על מקומו יבוא בשלום
די איבריגע תגובות לגבי די עצם וועד וועל איך אי”ה רעאגירן א צווייטע מאל מפני חוסר הפנאי

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:36 am

· #510741
קאסא גראנדע
קאסא גראנדע
צום שלוס, ב"ה די פלאץ בליהט שיין און ווי פארשטענדליך וועלן אלץ זיין אויבער חכמים אדער ווער עס גייט נישט זיין צופרידן פון דאס אדער יענץ און פארשטייט זיך אויך שטערערס, אבער ב"ה די עיקר שטער פון א שווערע לעבן מיט די גרויסע קאסטן אדער מצומצם'דיגע דירות אדער שוואכע חינוך סיסטעם וכו' וכו' איז נישטא, און אויסער די איינגעשטעלטע טובי קהל איז די טאג טעגליכע לעבן אסאך רואיגער און געשמאקער פון עניווער אין ניו יארק אדער ניו זשערזי. לאמיר האפן אז בשם השם נעשה ונצליח והכל על מקומו יבוא בשלום
און מיר האפן אז וועם עס געפעלט נישט וואס אונזער קהל טוט אדער וויאזוי זיי אפערעיטן איז וועלקאם צו גיין צו די נעקסטע שטעטל 10 מינוט אוועק און בויען וויאזוי אים געפעלט. פארוואס דארף ער זיצן דא און שטערן נאך איידער עס איז שוין פעסט געבויעט
אזוי ווי די אינקוויזיציה האט געזאגט אין שפאניע "אונז ווילן א 100% קריסטליך לאנד וועם עס געפעלט נישט זאל גיין" און פארשטייט זיך מען וועט רודפן עד חרמה.
הגם בעצם איז עס דא ערגער ווייל דארט איז געווען א רעגירונג און דא רעדט מען פון סתם א משתלט על הציבור

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:44 am

· #510742
קאסא גראנדע
יין שרף
[ציטאט אראפגענומען]
ווער האט אויפגענומען ר' יחיאל שטיינמעץ?
עס איז דא א קאנסעס וואס רוב תושבי העיר האבן אינטערגעשריבן אין אויפצונעמען אלץ שטאט'ס רב (17 פון די 23 דעמאלטיגע תושבים בזמן אסיפת החתימות)
ווען הרב רובין האט אין אלול תשע"ט אדווערטייזט די געדאנק פון זיך ציען קיין אריזאנע האבן זיך איינגעשריבן עטליכע אידן. און נאך עטליכע זיצונגן שוקל זיין ווער וועט זיין די פאסיגע קאנדידאט אלץ רב זענען אין חשוון תש"פ. אריבער א משלחת פון עטליכע איינגעשריבענע אידן בראש פון הרב רובין אינאיינעם מיט מענדיל גאלדבערגער און רבי חיים מאיר פרייליך און נאך. צו פארבעטן דעם רב הרב שטיינמעץ צו ווערן די רב הקהילה. נאך עטליכע זיצונגן האט דער רב עס אנגענומען מיטן תנאי אז ווילאנג עס וואוינען נאכנישט קיין קביעותדיגע 20 משפחות וועט ער בלייבן אין ניו יורק ומצודתו תהיה פרוסה על קאסא גראנדע און ער וועט קומען פון צייט צו צייט וכך הוה.
דערנאך ווען אין שבט פארגאנגענע יאר תשפ"ב איז שוין געווען ארום צוואנציג משפחות און מען האט איבערגעפרעגט דעם נייע עולם און צוזאמגענומען חתימות און נאכן האבן האלב פון די ציבור'ס חתימות (עטעטשט די ערשטע האלב עולם'ס חתימות) האט מען מאשר געווען און באשטימט דאס אז די רב שליט"א וועט זיך למעשה אריבער.

די עולם ווינדערט זיך אין די ווייטערדיגע תגובות און די עולם דא ווייסט שוין אז למעשה האט רבי מענדיל גאלדבערגער צוריקגעצויגן אין די לעצטע מינוט און נישט געחתמ'ט און אנשטאט האט ער אויפגעהאנגן אויף זיין טיהר די צעטיל עטעטשט דא ווי ער בכבודו ובעצמו האט זיך אויפגענומען פאר רב. מיטן אויסרייד אז ער איז גענוג גוט צו זיין שטאט'ס רב און עס איז מער וויכטיג צו האבן א מער קנאי'שע רב. עס האט נישט געהאלפן קיין שום הסברים אז די עולם וויל אים נישט און די עולם האט געחתמ'ט פארן רב שליט"א און נישט פאר גאלדבערגער אבער ער האט אפגעמאכט אז הרב רובין האט געשטיפט דעם עולם צו חתמ'ן פארן רב קעגן אים. למעשה איז ער איינגערעדט אז די 4 סאטמאר משפחות (פון צווישן איבער 30) וואלטן אים געוואלט פאר רב איי עס זענען געווען 16 נישט סאטמאר משפחות און פון די סאטמארע האבן געוואלט הרב שטיינמעץ. ער איז געבליבן ביי זיינעם און אפגעמאכט אז הרב רובין איז אין א קאמף מיט אים. (דאס איז נאכדעם וואס הרב רובין האט אין אויפגעבויעט זיין שוהל און עס אויסגעהאלטן און אלע נדרים ונדבות איז געגאנגן צו הרב גאלדבערגער אלץ הכנסה)

תכלית רבי מענדיל גאלדבערגער וואוינט אפילו נישט אין קאסא גראנדע שוין זינט סוכות תשפ"א (ער איז ס"ה דא געווען אזוי ווי אסאך קאוויד אנטלאפענע פון חודש אב תש"פ ביז סוכות תשפ"א) דריי חודשים וואקאציע און גלייך דערנאך צוריקגעפארן אהיים קיין ניו יורק. און די קומענדיגע מאל וואס ער האט באזוכט קאסא גראנדע איז געווען א יאר און דריי חודשים דערויף (טבת תשפ"ב) טוען ער האט געהערט אז די רב הרב שטיינמעץ קומט טאקע האט ער געוואלט פראבירן זיין מזל אין אפצוהאלטן פון קומען (די ריכטיגע סיבה קען מען הערן אויף די ריקורדינג פון די גענעראל פארזאמלונג סיוון תשפ"ב זאגט ער אז ער וויל די געגענט זאל זיין א וואקאציע געגענט אזוי וועלן קומען רייכע יודן צו זיין שוהל וועט ער האבן פרנסה פון די נדבות). למעשה ב"ה מעשה שטן לא הצליח און רב גאלדבערגער איז צוריקגעפארן אהיים קיין וויליאמסבורג צו טראכטן זיינע נעקסטע סטעפס
אי”ה עוד חזון לגבי די גאנצע תגובה אבער נאר איבער צוגיין די "קאנסעס"
עס איז דא 12 חתימות איינער האט קיינמאל נישט געוואוינט אין קאסא גראנדא ער קומט אין גייט צוליב א שותפות וואס ער האט מיט י”ר 2 פון די איבריגע 11 וואוינען שוין נישט דארט און איינער איז א בחור י”ר ברודער (געווענדליך איז נישט אנגענומען 2 חתימות א האוזהאלד, לפי ידיעתי)

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:47 am

· #510744
קאסא גראנדע
וואלווי
אינטערסאנט, צו פיל קענערס און איינערס. צו פול מענטשען קומען ארויף אלס "קענערס" פון "איינער" וואס וואוינט אין קאסא גראנדע. ס'איז אדער אסאך ניקס וואס קענען איינעם, אדער איין ניק וואס קען א יעדען.

אזוי פול מענטשען האבן נאך נישט איבערגעטרעטן דאס פלאץ. ניטאמאל הוה אמינא'ס איז דא אזוי פול. מער מסתבר ס'איז איין "קענער" און "איינער" צוזאמען...
גוט געזאגט. פארדעם זאג איך נישט נאך פון קיין חבר. נאר איך אליין בין דא און איך זעה זאכן פונדערנאנט אהן קיין נגיעות. און איך האב די ברירה זיך צו שטעלן אויף וואס איך האלט איז ריכטיג און איך שרייב וואס איך האלט לויט וואס איך האלט מיט לעבעדיג אלע דעטאלן
און טאקע וועגן דעם קום איך דא אויך שרייבן וואס איך האב אליינס געזעהן אז איבער 80 פראצענט פון די שמועות דא אין דעם אשכול זענען אמת (אדער ערגער )

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:03 am

· #510745
קאסא גראנדע
צו פארשטיין ווער עס גיבט זיך איבער און ווער עס בויעט די פלאץ צו רובין אדער גאלדבערגער און גראסמאן. אדרבה יעדער קען רופן וועם עס איז פון די תושבים און קען עס מברר זיין
איך מיין אז יעדער פארשטייט וואספארא פנים די בריוו האט, אזוי ווי ווען די מנהל המוסד מאכט חתונה און די מוסד שיקט א מזל טוב וואס די מנהל האט באשטעלט
און אדרבה ווער עס האט א באקאנטע אין קאסא גראנדע וואס איז נישט איינגעשטעלט ביי דעם משתלט זאל טאקע אנרופן פרעגן און הערן די פרטים

תושב ק.ג. » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:04 am

· #510746
איך דארף שוין גיין און עס איז נאך דא אסאך פרטים צו רעדן. אי”ה עוד חזון למועד

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 11:36 am

· #510749
ס'איז מיינד באגעלינג וויאזוי אונזער עולם אפערירט, קוים וואס צוואנציג מענטשן וואוינען אין א ווייטן צושטיפטן געגנט, מען האלט נאך אינמיטן אוועקשטעלן די יסודות פון די פלאץ, און שוין טוט זיך לעבעדיג. דער שרייט מיקרי השער, דער שרייט תאוות השררה... מען קען נישט לעבן קיין צוויי מינוט אהן קיין פייט. ס'איז פון די עסענשול זאכן וואס א חרדישע איד דארף האבן.

פאר מען מאפט צו א נייע שטאט מוז מען זיכער מאכן אז עס האט א ביהמ"ד, מקוה, מוסדות התורה, און א מחלוקת...

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:14 pm

· #510750
עצי שטים
ס'איז מיינד באגעלינג וויאזוי אונזער עולם אפערירט, קוים וואס צוואנציג מענטשן וואוינען אין א ווייטן צושטיפטן געגנט, מען האלט נאך אינמיטן אוועקשטעלן די יסודות פון די פלאץ, און שוין טוט זיך לעבעדיג. דער שרייט מיקרי השער, דער שרייט תאוות השררה... מען קען נישט לעבן קיין צוויי מינוט אהן קיין פייט. ס'איז פון די עסענשול זאכן וואס א חרדישע איד דארף האבן.

פאר מען מאפט צו א נייע שטאט מוז מען זיכער מאכן אז עס האט א ביהמ"ד, מקוה, מוסדות התורה, און א מחלוקת...
דערמאנטסט מיר א joke.
א יוד איז געגאנגען וואוינען קיין הרי אררט, און ער האט געבויעט 2 בתי מדרשים, איינס אויף צים דאווענען און די אנדערע וואס ער וועט בשום אופן נישט אריינטרעיטען דארט......

חדשים » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:23 pm

· #510751
עצי שטים
ס'איז מיינד באגעלינג וויאזוי אונזער עולם אפערירט, קוים וואס צוואנציג מענטשן וואוינען אין א ווייטן צושטיפטן געגנט, מען האלט נאך אינמיטן אוועקשטעלן די יסודות פון די פלאץ, און שוין טוט זיך לעבעדיג. דער שרייט מיקרי השער, דער שרייט תאוות השררה... מען קען נישט לעבן קיין צוויי מינוט אהן קיין פייט. ס'איז פון די עסענשול זאכן וואס א חרדישע איד דארף האבן.

פאר מען מאפט צו א נייע שטאט מוז מען זיכער מאכן אז עס האט א ביהמ"ד, מקוה, מוסדות התורה, און א מחלוקת...
פאר די מענטשן אין די זייט איז עס א געבענטשטע זאך. קאמפעטישאן איז געזונט פאר אידן און גוים צוגלייך. יעדער וועט צושטעלן די בעסטע וואס ער קען.

שמן למאור » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:31 pm

· #510753
חדשים
עצי שטים
ס'איז מיינד באגעלינג וויאזוי אונזער עולם אפערירט, קוים וואס צוואנציג מענטשן וואוינען אין א ווייטן צושטיפטן געגנט, מען האלט נאך אינמיטן אוועקשטעלן די יסודות פון די פלאץ, און שוין טוט זיך לעבעדיג. דער שרייט מיקרי השער, דער שרייט תאוות השררה... מען קען נישט לעבן קיין צוויי מינוט אהן קיין פייט. ס'איז פון די עסענשול זאכן וואס א חרדישע איד דארף האבן.

פאר מען מאפט צו א נייע שטאט מוז מען זיכער מאכן אז עס האט א ביהמ"ד, מקוה, מוסדות התורה, און א מחלוקת...
פאר די מענטשן אין די זייט איז עס א געבענטשטע זאך. קאמפעטישאן איז געזונט פאר אידן און גוים צוגלייך. יעדער וועט צושטעלן די בעסטע וואס ער קען.
ערנסט גערעדט, קאמפעטישן איז טאקע א גוטע זאך, אבער אז עס גייט צו מיט מחלוקת און רדיפות, נעמט עס אוועק די גאנצע טעם.

פרנס החודש » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 1:46 pm

· #510756
Re: קאסע גראנדא אריזאנא
קאמפעטישן אויף א מהלך ווי די קאמפאניס זוכן אונטערצוברענגען איינע די אנדערע בויעט נישט גארנישט.

קאסא גראנדע » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 5:03 pm

· #510764
תושב ק.ג.
קאסא גראנדע
ערשטענס צו די מערסט געפרעגטע קשיא וויפיל משפחות וואוינען שוין דאהי. די ענטפער איז 32 קביעותדיג נאך עטליכע קומען פאר לענגערע תקופות ביז זיי ווערן קאמפארטעביל. די חיידר באשטייט פון קינדערגארטן. כיתה ב'. כיתה ג'. כיתה ד'. כיתה ה'. ו. ז' און ח' מיט איבער 20 יונגלעך כ"י און די סקוהל באשטייט מיט אלע קלאסן ביז 13 יעריגע מיידלעך מיט נאנט צו 40 קינדער קע"ה.
די קהילה פארמאגט 2 שבת שוהלן. איין וואכן ביהמ"ד און קאמיוניטי סענטער. מען ענדיגט יעצט בויען 2 מקואות. חיידר. מיידל שולע. כולל. א גראסערי וואס פארמאגט א זשודעיקא אפטיילונג. א רב מיט טובי קהל וועלעכע זענען געווארן אויסגעוועלט מיט בחירות על פי הלכה און על פי תקנת בעל תרומות הדשן. פארשטייט זיך עס זענען דא עטליכע וועלעכע ווילן נישט אננעמען און ספעציעל דרויסענדיגע אינוועסטירער וועלעכע מיינען אז זיי דארפן נאכלויפן די איינוואוינער און זיין שטערן פון טרעפן א מקום מנוחה און זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט דריי אינגעלייט (צען פראצענט) וועלעכע זענען נעבעך נישט צופרידן מיט די רעזאלטאטן וואס די עולם האט געשטימט און שפירן אז מען שטערט זיי פון מאכן געלט על חשבון חביריהם. ספעציעל נאכדעם וואס איין דרויסענדיגע אינוועסטאר האט זיי אנגערייצט צוזאגענדיג זיי צו שטיצן אבי אינטערצוברענגן די נייע פרישע קהל.
לאמיר אנהייבן מיט א חלק פון די מציאות הדברים די איבריגע וועט נאכפאלגן
ע”פ תקנות המקום וועל איך פראבירן נישט שרייבן קיין נעמען פון פריוואטע מענטשן, אויב שרייב איך בטעות ביטע אויפמערקן
ובזה החלי
ער איז דא פרנומען א גאנצן צייט מיט קהל.
לאמיר צונעמען פון וואספארא קהל מען רעדט.
עס איז דא א איד וואס האט א תאוות שררה (יש אומרים אז ער איז נעבעך נישט שילדיג ער איז פשוט א נארסעסיסט) וואס איז געווען א שותף צו בויען די שטאט, און ער איז א משתלט על הציבור.
ארויס צוברענגן זיין מהות די ערשטע 3 מענטשן זענען געקומען פאר 2 יאר צוריק, יעצט 2 יאר שפעטער איז ער שוין צוקריגט מיט 2 פון די ערשטע 3, משך די יאר זענען געקומען נאך 5 משפחות (חוץ פון זיין משפחה וואס ער האט ארויס געברענגט) וואס ער איז שוין צוקריגט מיט 3, ס”ה פון די ערשטע 7 משפחות צו קומען וואוינען האט ער זיך צוקריגט מיט 4.
אויף תשפ”ב האט ער געברענגט א כולל, און ער האטזיך שוין צוקריגט מיט די ראש הכולל דאס איז אין א נאט שעל זיין מהות.
די וועד פון וואס מען רעדט איז איין טאג האט זיך דער איד אופגעוועקט אז ער מאכט א וועד, איז קודם די וועד באשטאנען פון אים אליינס נאך וואס גוטע פריינד האבן אים געזאגט אז עס מאכט נישט קיין סענס האט ער צוגלייגט 2 נעמען וואס האט זיך געטוישט 3 מאל.
איין טאג איז ער ארויס מיט א חרם אויף א הויז (נאךוואס יענער האט אים נישט געפרעגט פארן קויפן), אז ווער עס שטייט דארט איין וועט מען ארויס ווארפן פון אלע בתי מדרשים, און ער איז געקומען אין רימאנוב עס הענגען (רימאנוב איז דעמאלטס געווען די איינציגסטע ביהמ”ד אין שטאט, וואס די רימאנובע רב האט געקויפט מיט זיין אייגן געלט) האט אים די רימאנובע רב געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל קיין איד נישט ארויס געווארפן פון  זיין ביהמ”ד (אין וויליאמסבורג) ממילא ער גייט נישט ארויס ווארפן, און לגבי די צעטל שרייבט מען נישט חרם אז די ווילסט שרייבן אן איסור דארט צו איינשטיין אן די לשון חרם וועל איך עס לאזן הענגען (און אינפארסירן אין דיינע פראפערטיס) אבער אויב א צווייטער וועט עס וועלן רייססן וועל איך אים אויך לאזן.
פון דא און ווייטער האט דער איד (איך וועל שרייבן מיט ראשי תיבות איך האף אז עס איז אויסגעהאלטן מיט די תקנות) י”ר אנגעהויבן צו רודף’ן רימנוב בעקיפין ובישורין.
איינער פון די זאכן איז געווען אז די וועד (דהיינו י”ר) האט נישט געגעבן קיין רשות פאר קיינעם צו קויפן קיין הייזער און רימנוב געגענט מיט כל מיני תירוצים.

נאך אינמיטן ווינטער ווען רימנוב איז געווען די איינציגסטע ביהמ”ד איז געווען זייער א פולע שבת וואס עס איז נישט געווען קיין פלאץ זיך צו רירן אין רימנוב, דעמאלטס האט רימנובע רב צוליב דעם און נאך סיבות אנגעהויבן צו ארבעטן אויף צו קויפן א צווייטע הויז אין געגנט כדי צו קענען געבן זיין ביז יעצטיגע הויז פאר די ביהמ”ד (ביז דעמאלטס איז געווען האלב זיין הויז און האלב ביהמ”ד) אבער ווען ער איז געווען גרייט צו קויפן און נאך וואס ער האט געזעהן וואס י”ר טוט אים. האט ער געוויסט אז ער האט נישט וואס צו פרעגן און ער איז עס געגאנגען אליינס קויפן.
יעצט האט שוין י”ר געהאט א תירוץ פון מייקר השער אויף וואס צו רייטן, ער האט געמאכט א גענעראל פארזאמלונג און געזאגט יעדער זאל רעדן און זאגן וואס ער האט צו זאגן און פארשטייט זיך ווער עס האט געזאגט אנדערש ווי אים איז געווארן פארשריגן און פאררופן וואלן פאר א וועד.
די וואלן איז געווארן אנגעפירט ביי זיין איירבעטארער און מיסטריעז איז געוואנען י”ר די ארבעטארער וואס האט געציילט די וואלן און איינער וואס האט ביי די אסיפה גערעדט פונקט וואס י”ר האט געוואלט הערן.
די פעלשערייען וואס זענען דארט פארגעגאנגען לעיני השמש איז א שמועס פאר זיך ועוד חזון
שלום לך ק.ג. תושב
די כלל איז אז אין החי מכחיש את המת, און עס איז זייער לייכט צו געבן א שמיר אן איינעם פאר א קאנטראוילער אדער פאר א נארסיסט. ביטע טוה די זעלבע וואס איך האב געטוהן אין ברענג עני באווייז. נישט סתם זאגן אז מיין חבר האט געזאגט אדער זאגן ליגענט אז איר וואוינט אין קאסא גראנדע. וויאזוי ווייזט איר דאס אויף אפשר זענט איר סתם א העצער פון וועלעכע כלל ישראל האט ב"ה גענוג. אדער אפשר זענט איר גאר א אינוועסטאר וועלעכע האט אדער פראבירט נאכאלץ צו זיין א מייקר השער און רעגט זיך אויף הרב רובין און אויפן וועד הקהל און אויפן רב פארן אייך שטערן פון אינוועסטירן אין א פלאץ וואס איר קלערט אז עס איז א גוטע מקום צו אריינלייגן געלט. ביטע מיר אלע ווייסן אייער ענטפער וועט זיין אז איר זענט נישט קיין אינוועסטאר נאר איר פראבירט צו זאגן אייער אפעניען פארן עולם וואס וויל הערן. אבער אונז אלע דא זעמיר גרייט צו גיין איינ'ס קעגן איינ'ס אבער ביטע זאגט נאר עפעס וואס איר קענט אויפווייזןנישט נאר אז מען דארף אייך גלייבן ווייל עס איז א געשמאקע לשון הרע.
ביזדערווייל האב איך געברענגט (קוקט צוריק מיינע תגובות) דאטום'ס מיט ראיות צו יעדעס ווארט וואס דאס פרעגט אפ יעדעס ווארט וואס איר האט דא געשריבן און נישט ווייל איר האט עס געשריבן נאכדעם און איר שרייבט קלאר ווערט די ראיה אפגעפרעגט!
אויף די נייע אפענס פון אייך לגבי דעם ראש הכולל וואס איר זאגט אז ער האט זיך צוקריגט מיט אים ביטע יעדער קען גיין רופן צו הרב אליעזר זוסיא גורעלניק און פרעגן צו ער האט אוועקגעמופט וועגן די מייקרי השער האבן אים שווער געמאכט אדער וועגן הרב רובין והאמת יוכיח. דא איז זיין טעל נומער ער לאזט מען זאל אים רופן 3472245574.

קאסא גראנדע » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 5:13 pm

· #510766
פעקט טשעק
דא https://drive.google.com/drive/folders/1DZbIErVrSLsqwOrfzwcoz1vitU37Yf5x?usp=sharing קען די עולם הערן די רעקארדירונג פון די גענעראל פארזאמלונג ווי דאס גאנצע שטעיטל האט זיך צוזאמגענומען אפילו די דריי אידן מצד שכנגד. און יעדער האט געהאט דעם זכות הדיבור ווילאנג ער האט געוואלט ווי מען קען הערן וואו די צד נגד הקהלה טרעטן אויף מיט דרשות. מען האט אפילו געהאט א לייוו האקופ פון מענדיל גאלדבערגער פון ניו יארק. און דא קען מען הערן וויאזוי דער עולם מאכט אפ די רעגולאציעס פון די וואלן וכדו'
סאו דא איז באווייז אויף די וועד'ס עקזיסטענץ. און נישט ווי ק.ג. תושב שרייבט. נאר דער עולם וויל עס ענדליך זענען דא נארמאלע מענטשן וואס ווילן א נארמאלע קהלה וואס איז נישט קראפטירט און נישט ווען מען מאלט אראפ מענטש/ן אלץ נארסיסט/ן ווערט/ן זיי דאס וואס יענער האט געשריבן
ביטע נישט סתם האקן איןקאפ אז די וואלן זענען געווען קאראפטעט נאר ביטע ברענגט א באווייז (אפילו א שוואכע אבער נישט א ליצנות'דיגע)

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 6:36 pm

· #510768
איך האב מיר געוואלט אנרופן מען זאל ארויפשיקן די פאפקארן, און איך בין גרייט צו ענזשויען די שאו. למעשה זע איך עס איז צו אן ערנסטע ענין, מיט היפש ווייטאג אינעם עבר. וועל איך פשוט באדאנקען די חשוב'ע אידן וואס האבן זיך ספעציעל איינגעשריבן מיט ניקים צו מסביר זיין זייער מיינונג פאר כלל ישראל.

אמאל איז געווען א צייט ווען עסקנים האבן געטון זאכן, און זיי האבן עס געהאלטן שטיל, און דער עולם האט זיי רעספעקטירט. היינט ארבעט עס שוין נישט, פארוואס עס איז אזוי איז א שמועס פאר זיך, אבער דאס איז די מציאות. אשע"כ, איז באגריסנד ווען עסקנים נעמען זיך די מי צו מסביר זיין זייער שטעלונג פארן פאבליק.

א ספעציעלן דאנק פאר די רעקארדירונגען וואס קאסא גראנדע האט ארויפגעלייגט. א טענה וואס קומט מיט סיי וואספארא דעקונג, איז אסאך מער ווערט.

קאסא גראנדע » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 2:43 pm

· #510810
אפיציעלע מודעה
איך וויל דא מודיע זיין, אז די וועד האט מיך אריבערגערופן, זיי שפירן אז עס איז נישט לפי כבודם אז מען זאל קומען דא אויף א וועבזייטל און זיך אויס'טענה'ן מיט יעדן וואס האט צוטריט צו א קיבארד.

די וועד איז א געהעריגע קערפערשאפט פון מענטשן מיט נעמען, וועלכע זענען ערוועלט געווארן דורך די תושבי העיר צו פארפיגן מיט די געברויכן פון די שטאט. זיי זענען גרייט צו ענטפערן פאר יעדן וואס האט סיי וועלכע געברויך צו וויסן וואס גייט פאר אין שטאט, אבער נישט זיך ארום דינגען דא.

די וועד האט געגרינדעט א ספעציעלער וועבזייטל פאר דעם ישוב, מיט פיל אינפארמאציע אויף דעם ישוב, און דורך וועלכן מען קען זיך פארבונדן מיט זיי און אנפרעגן סיי וועלכע פראגעס אנבאלאנגט דעם ישוב, און זיי וועלן בעז"ה געבן צופרידנשטעלנדע ענטפערס.

דער אדרעס פון דעם וועבזייטל איז: https://khalchasidimcg.com/

זיך צו פארבונדן דירעקט מיט'ן וועד: info@khalchasidimcg.com

היות זיי זענען די אפיציעלע קערפערשאפט וואס האט א רעכט צו רעדן בשם די שטאט, וועל איך בלי נדר מער נישט שרייבן דא גארנישט איבער קאסא גראנדע.

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 7:56 pm

· #510822

[emoji1787][emoji1787]https://uploads.tapatalk-cdn.com/20221029/472e7c3aca5471382c2c841282d5901c.jpg

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 7:57 pm

· #510823
Re: קאסע גראנדא אריזאנא
דער גאלדענער אדלער

פונעם וועבזייטל![emoji1787]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

פרנס החודש » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 9:01 pm

· #510833
Re: קאסע גראנדא אריזאנא
קאסא גראנדע
איך וויל דא מודיע זיין, אז די וועד האט מיך אריבערגערופן, זיי שפירן אז עס איז נישט לפי כבודם אז מען זאל קומען דא אויף א וועבזייטל און זיך אויס'טענה'ן מיט יעדן וואס האט צוטריט צו א קיבארד.

די וועד איז א געהעריגע קערפערשאפט פון מענטשן מיט נעמען, וועלכע זענען ערוועלט געווארן דורך די תושבי העיר צו פארפיגן מיט די געברויכן פון די שטאט. זיי זענען גרייט צו ענטפערן פאר יעדן וואס האט סיי וועלכע געברויך צו וויסן וואס גייט פאר אין שטאט, אבער נישט זיך ארום דינגען דא.

די וועד האט געגרינדעט א ספעציעלער וועבזייטל פאר דעם ישוב, מיט פיל אינפארמאציע אויף דעם ישוב, און דורך וועלכן מען קען זיך פארבונדן מיט זיי און אנפרעגן סיי וועלכע פראגעס אנבאלאנגט דעם ישוב, און זיי וועלן בעז"ה געבן צופרידנשטעלנדע ענטפערס.

דער אדרעס פון דעם וועבזייטל איז: https://khalchasidimcg.com/

זיך צו פארבונדן דירעקט מיט'ן וועד: info@khalchasidimcg.com

היות זיי זענען די אפיציעלע קערפערשאפט וואס האט א רעכט צו רעדן בשם די שטאט, וועל איך בלי נדר מער נישט שרייבן דא גארנישט איבער קאסא גראנדע.
די רגע ס׳איז דא א ניק פון די צווייטע צד גיט מען אויף?

אינטערסאנטער » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 9:20 pm

· #511102
איך האב היינט גערעדט צו א אינגערמאן וואס זיינס א חבר וואוינט דארט. לויט ווי ער זאגט שפירט מען דארט נישט קיין מחלוקה, ווען ער וויל וויסן נייעס איבער עפעס א מחלוקה דארט רופט ער קיין ניו יארק....

תושב ק.ג. » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 3:38 pm

· #511209
קאסא גראנדע
תושב ק.ג.
קאסא גראנדע
ערשטענס צו די מערסט געפרעגטע קשיא וויפיל משפחות וואוינען שוין דאהי. די ענטפער איז 32 קביעותדיג נאך עטליכע קומען פאר לענגערע תקופות ביז זיי ווערן קאמפארטעביל. די חיידר באשטייט פון קינדערגארטן. כיתה ב'. כיתה ג'. כיתה ד'. כיתה ה'. ו. ז' און ח' מיט איבער 20 יונגלעך כ"י און די סקוהל באשטייט מיט אלע קלאסן ביז 13 יעריגע מיידלעך מיט נאנט צו 40 קינדער קע"ה.
די קהילה פארמאגט 2 שבת שוהלן. איין וואכן ביהמ"ד און קאמיוניטי סענטער. מען ענדיגט יעצט בויען 2 מקואות. חיידר. מיידל שולע. כולל. א גראסערי וואס פארמאגט א זשודעיקא אפטיילונג. א רב מיט טובי קהל וועלעכע זענען געווארן אויסגעוועלט מיט בחירות על פי הלכה און על פי תקנת בעל תרומות הדשן. פארשטייט זיך עס זענען דא עטליכע וועלעכע ווילן נישט אננעמען און ספעציעל דרויסענדיגע אינוועסטירער וועלעכע מיינען אז זיי דארפן נאכלויפן די איינוואוינער און זיין שטערן פון טרעפן א מקום מנוחה און זיי האבן געמאכט א יד אחת מיט דריי אינגעלייט (צען פראצענט) וועלעכע זענען נעבעך נישט צופרידן מיט די רעזאלטאטן וואס די עולם האט געשטימט און שפירן אז מען שטערט זיי פון מאכן געלט על חשבון חביריהם. ספעציעל נאכדעם וואס איין דרויסענדיגע אינוועסטאר האט זיי אנגערייצט צוזאגענדיג זיי צו שטיצן אבי אינטערצוברענגן די נייע פרישע קהל.
לאמיר אנהייבן מיט א חלק פון די מציאות הדברים די איבריגע וועט נאכפאלגן
ע”פ תקנות המקום וועל איך פראבירן נישט שרייבן קיין נעמען פון פריוואטע מענטשן, אויב שרייב איך בטעות ביטע אויפמערקן
ובזה החלי
ער איז דא פרנומען א גאנצן צייט מיט קהל.
לאמיר צונעמען פון וואספארא קהל מען רעדט.
עס איז דא א איד וואס האט א תאוות שררה (יש אומרים אז ער איז נעבעך נישט שילדיג ער איז פשוט א נארסעסיסט) וואס איז געווען א שותף צו בויען די שטאט, און ער איז א משתלט על הציבור.
ארויס צוברענגן זיין מהות די ערשטע 3 מענטשן זענען געקומען פאר 2 יאר צוריק, יעצט 2 יאר שפעטער איז ער שוין צוקריגט מיט 2 פון די ערשטע 3, משך די יאר זענען געקומען נאך 5 משפחות (חוץ פון זיין משפחה וואס ער האט ארויס געברענגט) וואס ער איז שוין צוקריגט מיט 3, ס”ה פון די ערשטע 7 משפחות צו קומען וואוינען האט ער זיך צוקריגט מיט 4.
אויף תשפ”ב האט ער געברענגט א כולל, און ער האטזיך שוין צוקריגט מיט די ראש הכולל דאס איז אין א נאט שעל זיין מהות.
די וועד פון וואס מען רעדט איז איין טאג האט זיך דער איד אופגעוועקט אז ער מאכט א וועד, איז קודם די וועד באשטאנען פון אים אליינס נאך וואס גוטע פריינד האבן אים געזאגט אז עס מאכט נישט קיין סענס האט ער צוגלייגט 2 נעמען וואס האט זיך געטוישט 3 מאל.
איין טאג איז ער ארויס מיט א חרם אויף א הויז (נאךוואס יענער האט אים נישט געפרעגט פארן קויפן), אז ווער עס שטייט דארט איין וועט מען ארויס ווארפן פון אלע בתי מדרשים, און ער איז געקומען אין רימאנוב עס הענגען (רימאנוב איז דעמאלטס געווען די איינציגסטע ביהמ”ד אין שטאט, וואס די רימאנובע רב האט געקויפט מיט זיין אייגן געלט) האט אים די רימאנובע רב געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל קיין איד נישט ארויס געווארפן פון  זיין ביהמ”ד (אין וויליאמסבורג) ממילא ער גייט נישט ארויס ווארפן, און לגבי די צעטל שרייבט מען נישט חרם אז די ווילסט שרייבן אן איסור דארט צו איינשטיין אן די לשון חרם וועל איך עס לאזן הענגען (און אינפארסירן אין דיינע פראפערטיס) אבער אויב א צווייטער וועט עס וועלן רייססן וועל איך אים אויך לאזן.
פון דא און ווייטער האט דער איד (איך וועל שרייבן מיט ראשי תיבות איך האף אז עס איז אויסגעהאלטן מיט די תקנות) י”ר אנגעהויבן צו רודף’ן רימנוב בעקיפין ובישורין.
איינער פון די זאכן איז געווען אז די וועד (דהיינו י”ר) האט נישט געגעבן קיין רשות פאר קיינעם צו קויפן קיין הייזער און רימנוב געגענט מיט כל מיני תירוצים.

נאך אינמיטן ווינטער ווען רימנוב איז געווען די איינציגסטע ביהמ”ד איז געווען זייער א פולע שבת וואס עס איז נישט געווען קיין פלאץ זיך צו רירן אין רימנוב, דעמאלטס האט רימנובע רב צוליב דעם און נאך סיבות אנגעהויבן צו ארבעטן אויף צו קויפן א צווייטע הויז אין געגנט כדי צו קענען געבן זיין ביז יעצטיגע הויז פאר די ביהמ”ד (ביז דעמאלטס איז געווען האלב זיין הויז און האלב ביהמ”ד) אבער ווען ער איז געווען גרייט צו קויפן און נאך וואס ער האט געזעהן וואס י”ר טוט אים. האט ער געוויסט אז ער האט נישט וואס צו פרעגן און ער איז עס געגאנגען אליינס קויפן.
יעצט האט שוין י”ר געהאט א תירוץ פון מייקר השער אויף וואס צו רייטן, ער האט געמאכט א גענעראל פארזאמלונג און געזאגט יעדער זאל רעדן און זאגן וואס ער האט צו זאגן און פארשטייט זיך ווער עס האט געזאגט אנדערש ווי אים איז געווארן פארשריגן און פאררופן וואלן פאר א וועד.
די וואלן איז געווארן אנגעפירט ביי זיין איירבעטארער און מיסטריעז איז געוואנען י”ר די ארבעטארער וואס האט געציילט די וואלן און איינער וואס האט ביי די אסיפה גערעדט פונקט וואס י”ר האט געוואלט הערן.
די פעלשערייען וואס זענען דארט פארגעגאנגען לעיני השמש איז א שמועס פאר זיך ועוד חזון
שלום לך ק.ג. תושב
די כלל איז אז אין החי מכחיש את המת, און עס איז זייער לייכט צו געבן א שמיר אן איינעם פאר א קאנטראוילער אדער פאר א נארסיסט. ביטע טוה די זעלבע וואס איך האב געטוהן אין ברענג עני באווייז. נישט סתם זאגן אז מיין חבר האט געזאגט אדער זאגן ליגענט אז איר וואוינט אין קאסא גראנדע. וויאזוי ווייזט איר דאס אויף אפשר זענט איר סתם א העצער פון וועלעכע כלל ישראל האט ב"ה גענוג. אדער אפשר זענט איר גאר א אינוועסטאר וועלעכע האט אדער פראבירט נאכאלץ צו זיין א מייקר השער און רעגט זיך אויף הרב רובין און אויפן וועד הקהל און אויפן רב פארן אייך שטערן פון אינוועסטירן אין א פלאץ וואס איר קלערט אז עס איז א גוטע מקום צו אריינלייגן געלט. ביטע מיר אלע ווייסן אייער ענטפער וועט זיין אז איר זענט נישט קיין אינוועסטאר נאר איר פראבירט צו זאגן אייער אפעניען פארן עולם וואס וויל הערן. אבער אונז אלע דא זעמיר גרייט צו גיין איינ'ס קעגן איינ'ס אבער ביטע זאגט נאר עפעס וואס איר קענט אויפווייזןנישט נאר אז מען דארף אייך גלייבן ווייל עס איז א געשמאקע לשון הרע.
ביזדערווייל האב איך געברענגט (קוקט צוריק מיינע תגובות) דאטום'ס מיט ראיות צו יעדעס ווארט וואס דאס פרעגט אפ יעדעס ווארט וואס איר האט דא געשריבן און נישט ווייל איר האט עס געשריבן נאכדעם און איר שרייבט קלאר ווערט די ראיה אפגעפרעגט!
אויף די נייע אפענס פון אייך לגבי דעם ראש הכולל וואס איר זאגט אז ער האט זיך צוקריגט מיט אים ביטע יעדער קען גיין רופן צו הרב אליעזר זוסיא גורעלניק און פרעגן צו ער האט אוועקגעמופט וועגן די מייקרי השער האבן אים שווער געמאכט אדער וועגן הרב רובין והאמת יוכיח. דא איז זיין טעל נומער ער לאזט מען זאל אים רופן 3472245574.
אזוי ווי איך האב יעצט אפאר מינוט איז קודם לגבי די געוועזענע ראש הכולל וואס האסט ארויס געלייגט זיין נאמבער איז כמנהגך זאגסטו א ליגנט מיטן חשבון אז קיינער וועט עס נישט מברר זיין.
אבער איך בין עס יא געגאנגען מברר זיין און ער זאגט קלאר ער האט דיר קיינמאל נישט געגעבן קיין רשות צו מפרסם זיין זיין נאמבער און אויב איינער דא איז אינטערעסירט אין די אמת אדרבה רופטס אים פרעגן וועט ער ענק דערציילן וואס דא גייט פאר.
נאר היות ער איז א חשובע אינגערמאן וואס וועט נישט רעדן סתם לשון הרע נאר לתועלת, אז איר וועט אים זאגן אז עס נוגע פאר איינעם וואס וויל אהער מאפן וועט ער פינקטליך זאגן און אדרבה אז איינער דא רעדט צו אים לייגטס ארויף וואס ער האט געענטפערט

תושב ק.ג. » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 3:54 pm

· #511210
המשך פון פריעדיגע תגובה
דאס וואס דו זאגסט אפשר בין איך סתם א העצער.
וואס מיינט דאס סתם א העצער? וואס פינקטלעך זאל זיין מיין נגיעה דא צו זאגן ליגנט? אויב בין איך א אינוועסטאר וועל איך אראפרייסן די פלאץ און נאכדעם וועט עס נישט זיין קיין אידישע געגענט, וואס וועל איך האבן פון מיין אינוועסטמענט? אויב אינוועסטן פאר גויים קען איך יעצט אויך. איז נישט דא קיין סיבה איך זאל זיין פארווייטאגט
ברענג ארויס א סיבה פארוואס א מענטש זאל זיין אינטערסירט דא קומען עס אראפ רייסן אויב איז עס נישט אמת.
ס”ה בין איך געקומען דא מיטן חשבון אז עס גייט זיין א גוטע עתיד פאר מיר און מיינע קינדער און נאכן זיך פילן אונטער א דיקטאטורשאפט וואס מען דארף א מקווה קארטל אריין צוגיין אין ביהמ”ד, און אויב איינער וואגט זיך צו זאגן א מיינונג אנדערש ווי דיר סטראשעסטו איך וועל דיר ארויסווארפן אזוי ווי משפחת ג. און פ. און פ. וכו’ וויל איך נישט אז נאך אידן זאלן אריין פאלען אזוי ווי איך בין אריין געפאלן, זיך אויפהייבן יעצט און נאכאמאל מופן איז נישט אזוי גרינג איך בין שוין דא סטאק אויף דערווייל אין ביהמ”ד קען איך נישט אפילו ארויס ווייזן אז איך האלט אנדערש דא יא.
מיט די אויבערשטענס הילף האף איך אז ביז פסח וועל איך מיר א עצה געבען אדער די טעראר פון די משתלט זאל אינטערגיין (כרגע זעט ענדערש אויס אז די פלאץ וועט אינטערגיין פארדעם) אדער זאל איך קענען אוועק מאפען

תושב ק.ג. » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 4:03 pm

· #511215
קאסא גראנדע
דא https://drive.google.com/drive/folders/1DZbIErVrSLsqwOrfzwcoz1vitU37Yf5x?usp=sharing קען די עולם הערן די רעקארדירונג פון די גענעראל פארזאמלונג ווי דאס גאנצע שטעיטל האט זיך צוזאמגענומען אפילו די דריי אידן מצד שכנגד. און יעדער האט געהאט דעם זכות הדיבור ווילאנג ער האט געוואלט ווי מען קען הערן וואו די צד נגד הקהלה טרעטן אויף מיט דרשות. מען האט אפילו געהאט א לייוו האקופ פון מענדיל גאלדבערגער פון ניו יארק. און דא קען מען הערן וויאזוי דער עולם מאכט אפ די רעגולאציעס פון די וואלן וכדו'
סאו דא איז באווייז אויף די וועד'ס עקזיסטענץ. און נישט ווי ק.ג. תושב שרייבט. נאר דער עולם וויל עס ענדליך זענען דא נארמאלע מענטשן וואס ווילן א נארמאלע קהלה וואס איז נישט קראפטירט און נישט ווען מען מאלט אראפ מענטש/ן אלץ נארסיסט/ן ווערט/ן זיי דאס וואס יענער האט געשריבן
ביטע נישט סתם האקן איןקאפ אז די וואלן זענען געווען קאראפטעט נאר ביטע ברענגט א באווייז (אפילו א שוואכע אבער נישט א ליצנות'דיגע)
אזוי ווי זיין מנהג ברענגט ער "ראיות" מיטן חשבון אז מען גייט אים נישט נאכקוקן דערויף.
אדרבה הערטס אויס די רעקארדירינג וועטס עטס זעהן אז עס פעלט שטיקליך איינער באצוהט זיך דארט צו ווערטער וואס יחזקאל האט געזאגט וואס פארשטייט זיך אז דאס האט ער נישט ארויפגעלייגט. חוץ מזה קענט עטץ זעהן וויאזוי אלע וואס רעדן לצידו האט ער זיכער געמאכט מען זאל הערן קלאר משא”כ די וואס זאגען א אנדערע דעה חוץ מזה וואס ביי די עצם אסיפה שרייט מען אריין און מען לאזט נישט קומען צום ווארט דער וואס זאגט עפעס אנדערש זיכער מאכענדיג די צווייטע זייט זאל נישט קענען ארויס ברענגען זייערע טענות, איז די ביסל וואס איז יא דא איז זיכער געמאכט אז אויף די רעקארדינג זאל מען עס נישט הערן קלאר עס זאל ווערן שטיל יעדע פאר מינוט

תושב ק.ג. » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 4:20 pm

· #511217
המשך פון פריעדיגע תגובה
לגבי די וואלען איך וועל דערציילן די דברים כהווייתן וואס איז מילתא דעבידו לגלויי די גאנצע שטאט האט עס מיטגעהאלטן. און מאכט אליינס אפ צו די וואלן האבן האפט
נאך די אסיפה (נוסח פוטין ראלי) האט מען אויסגעריפן מען גייט מאכן וואלן. יעצט אנשטאט צו נעמען צוויי מענטשן פון ביידע זייטן וואס זאלן עס איבערקוקן האט מען עס איבערגעגעבן פאר א אינגערמאן י”ג וואס האט פונקט 2 חדשים פארדעם אנגעהויבן ארבעטן פאר י”ר און מען האט זייער קלארגעמאכט אז די דעדליין אריין צו געבן די וואוטס איז די נעקסטע טאג 5 מיטאג. היות א גרויסע חלק שטאט האט געוואלט אז די מחלוקת זאל זיך אפשטעלן איז געווען א שטארקע מאמענטום אז מען זאל אריין וועלן כאטש איינעם פון די צווייטע זייט. עס איז געקומען די נעקסטע טאג 5 מיטאג און ווען מען האט געפרעגט ווער איז גווינען האט מען געענטפערט אז מען האט נאכנישט געענדיגט ציילן (ארום 25 וואוטס) די נעקסטע טאג אינדערפרי איז ארויס געקומען א צעטיל אז די געווינער זענען אימגלויבליך י”ר דער משתלט י”ג וואס האט צוזאמגענומען די וואלען און מא”ב וואס האט זיך אויפגעשטעלט ביי די אסיפה רעדן בשבח י”ר.
יעצט אויב דאס צינדט נישט אן רויטע לעמפלעך ווייס איך נישט וואס יא. ווען אינגעלייט זענען געגאנגען בעטן אז זיי ווילן זעהן די וואוטס צו זעהן אז עס איז נישט געפעלטשט האבן י”ג און י”ר געזאגט אז מען האט געשיקט די צעטלעך פארמאכטערהייט צו הרב רויזמאן רב פון פיניקס. אבער דא האט ער נאכאמאל געמאכט זיין אלטע מיסטעיק, אז ווען ער וועט רעדן מיט קאנפידענס וועט מען נישט נאכקוקן זיינע ראיות, למעשה האבן אינגעלייט געפרעגט פון הרב רבי מאן צו עס אמת, און סורפרייז סורפרייז! ער האט אפילו נישט געוויסט אז עס איז געווען וואלן

תושב ק.ג. » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 4:25 pm

· #511218
המשך
און חוץ פון דעם וואס הרב ש. וואס איז אימפלויעד ביי י”ר איז ארום געגאנגען אין כולל טעראזירן פאר וועם מען זאל יא און נישט וואוטן, א אינגערמאן וואס האט אריין געמופט ליטערלי יענע טאג איז מען געקומען צו אים ער זאל וואוטען האט ער געזאגט אז ער קען נישט קיינעם פון די נעמען איז מען געקומען צו אים מיט א צעטיל מיט 3 נעמען אז די רב האט געהייסן ער אל וואוטען פאר די 3 נעמען

תושב ק.ג. » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 4:34 pm

· #511219
קאסא גראנדע
איך וויל דא מודיע זיין, אז די וועד האט מיך אריבערגערופן, זיי שפירן אז עס איז נישט לפי כבודם אז מען זאל קומען דא אויף א וועבזייטל און זיך אויס'טענה'ן מיט יעדן וואס האט צוטריט צו א קיבארד.

די וועד איז א געהעריגע קערפערשאפט פון מענטשן מיט נעמען, וועלכע זענען ערוועלט געווארן דורך די תושבי העיר צו פארפיגן מיט די געברויכן פון די שטאט. זיי זענען גרייט צו ענטפערן פאר יעדן וואס האט סיי וועלכע געברויך צו וויסן וואס גייט פאר אין שטאט, אבער נישט זיך ארום דינגען דא.

די וועד האט געגרינדעט א ספעציעלער וועבזייטל פאר דעם ישוב, מיט פיל אינפארמאציע אויף דעם ישוב, און דורך וועלכן מען קען זיך פארבונדן מיט זיי און אנפרעגן סיי וועלכע פראגעס אנבאלאנגט דעם ישוב, און זיי וועלן בעז"ה געבן צופרידנשטעלנדע ענטפערס.

דער אדרעס פון דעם וועבזייטל איז: https://khalchasidimcg.com/

זיך צו פארבונדן דירעקט מיט'ן וועד: info@khalchasidimcg.com

היות זיי זענען די אפיציעלע קערפערשאפט וואס האט א רעכט צו רעדן בשם די שטאט, וועל איך בלי נדר מער נישט שרייבן דא גארנישט איבער קאסא גראנדע.
לאמיר עס איבערטייטשן אויף פלענע אידיש
אזוי ווי איך האב מורא אז מען וועט דא גיין אהין און צוריק וועט מען זעהן אז איך בין נישט גערעכט, און אויך כדי עס זאל נישט אויסזעהן ווי איך בין א יחיד נאר עס זאל מאכן א אימפרעשען ווי א גאנצע ערנסטע קהילה און וועד, וועל איך מיך נישט טענה'ן דא ווי עס איז דא מענטשן וואס קענען די פאקטן. נאר קומט ארויף אויף מיין וועבזייטל ווי נאר איך קען שרייבן מיין זייט, אדער רופט מיר פערזענדליך אן ווי איך וועל אראפלייגן פאקטן וואס איך וויל און אויב עטס ווייסט שוין עפעס וועל איך עס טוויסטן און עס וועט נישט זיין ווער עס זאל עס אפפרעגן.
און דא זאל עס מאכן אן אימפרעשען ווי איך האב זייער גוטע טענות צוריק צו ענטפערן, פשוט איך ענטפער נישט

איך האב פאר דיר נייעס כלל ישראל איז נישט דיין נער
מען קען פאפען אסאך מענטשן אביסל צייט אביסל מענטשן אסאך צייט אבער נישט אסאך מענטשן אסאך צייט

מתבודד » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 5:15 pm

· #511221
.

היסטאריע » פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 5:22 pm

· #511222
.

קלוגע יודל » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 2:14 pm

· #512167
געהערט אז די וואך איז געוועהן א שידוך ציווישן א קאסא גראנדא איינוויוינער מיט אן אפטע באזוכער אין שטאט, א היימשן שידוך פון 2 קאסא גראנדע יודן

אינטערסאנטער » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 4:06 pm

· #512178
אינטערסאנטער
איך האב היינט גערעדט צו א אינגערמאן וואס זיינס א חבר וואוינט דארט. לויט ווי ער זאגט שפירט מען דארט נישט קיין מחלוקה, ווען ער וויל וויסן נייעס איבער עפעס א מחלוקה דארט רופט ער קיין ניו יארק....
איך האב נאכאמאל גערעדט באריכות מיט אים, ער האט מיר אראפגעלייגט די גאנצע פרשה בפרטי פרטים, און ער האט געלאכט ווען איך האב עס אנגערופן א "פרשה". לויט די אלע אינפארמאציע איז פשוט געווען איין משפחה וואס האט געוואלט זיין בעל הבית, און למעשה האבן זיי שוין אוועקגעמופט פון דארט, שליסנדיג דערמיט די גאנצע מחלוקה.

היינט צוטאג'ס - נאך וואס יענע משפחה האט אוועקגעמופט - איז די גאנצע קהילה שיין פאראייניגט, יעדער האלט זיך באחדות, און ר' יושע רובין וואס האט שוין אינוועסטירט מיליאנען אין די נייע שטעטל ועוד ידו נטוי', איז באליבט ביי יעדן איינעם ווייל יעדער איז איבעצייגט אז ער האט געמיינט דא די טובה פונעם שטעטל מיט יענעם פארשיקן כדי אז עס זאל נישט זיין קיין ייקור השער. און למעשה בליעט די שטעטל זייער שיין צוזאמאן אן קיין מחלוקת.

נייגעריגע אינגערמאן » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 5:04 pm

· #512181
אינטערסאנטער
מיט יענעם פארשיקן כדי אז עס זאל נישט זיין קיין ייקור השער.
א שידוך גאר? פרשה'ס? די נייגער פארט ארויף, מוז מען אויך גיין מברר זיין וואס סגייט פאר.

אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס @ אינטערסאנטער, ווייל לויט ווי מען ווייסט האט נאר איין משפחה דערווייל אוועקגעמופט, וואס ער איז געווען דער ראש כולל. זיי האבן געקויפט א הויז פון י. רובין אליין. סוי עפעס מאכט נישט קיין סענס דא:

די שידוך איז לויט ווי מען דערציילט, מיט א אלטע בחור וואס וואוינט דארט, און די טאכטער פון מ. א. ברוין.
בלאט: 1 2 3