☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15324
בלאט: 1 2

שמן למאור » זונטאג מאי 29, 2022 11:05 pm

· #501181
ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
געבויט אויפן באקאנטן ניגון פון ר' יו"ט ערליך ז"ל;

******

מיטן הילף פון באשעפער וועלן מיר דא ריידן
און דערציילן פון יענע פריידן

פרייט זאך אלע טאנץ און קעוועלט
עס קומט די תורה אויף דער וועלט

דער באשעפער פון דער וועלט דער גרויסער בורא
זוכט א חתן פאר זיין טאכטער די הייליגע תורה

פרייט זאך אלע טאנץ און קעוועלט
אלע חסידות'ן פון דער וועלט

דער באשעפער פרעגט ביי די חסידות'ן אלע
ווער וויל די תורה פאר א כלה

די חסידים פרעגן וואס און ווען
מען וויל נישט הערן מען וויל נישט זען

און פארוואס און פארווען
לאמיר זען וואס איז געשען

איז דער מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ געשמאק
גענומען פליען קיין בני ברק
און קיין מרכז וויזניץ געקומען איז ער
און געפרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגט מען צו אים הייליגע "שוואנצאנעס"
זאגט אונז נישט אויף דעם קיין לצנות
זאגט זיי דער מלאך דעם ערשטן געבאט
אנוכי איך בין אייער ג-ט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט באטשי וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די רעבע שיין
אז די רבי איז גאט אליין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין גור גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן גלייך ויסעו
און איז געקומען קיין ירמיהו
און די גורע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי מיר זיינען גרייט
זאגט אונז נאר וואס דארט שטייט
זאגט זיי דער מלאך לא תרצח
טויטן איז נישט קיין שיינע זאך
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט פורש וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביים וועד אליין
אז טויטן שאוליסטן דערף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
פלייכט פרובירט קיין ברסלב גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער גוט
ער איז געקומען קיין חומה השלישית
די ברלנדיסטן די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי נשאל את הרב
ער וועט אונז זאגן הן או לאו
גיט זיי דער מלאך צו פארשטיין
דער פאמיליע לעבן דארף זיין ריין
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט חולק וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אזוי ווי ביי אונז איז שיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין סאטמאר גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן ווייטער וואויל
ער איז געקומען קיין קרית יואל
און די סאטמארע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי מ'וועט עס גיבן א קלער
ווייזט נאר איין געזעץ אהער
זאגט דער מלאך ואהבת לרעך כמוך צו זיי
אלע אידן זענען גוט אפילו ס'נישט איי איי איי
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט האלא וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די טאטעס אליין
אז האסן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין סקווירא גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן דארטן ער פליט
ער איז געקומען קיין קלינטען סטריט
די סקווירא די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו אבעלן איז ווער
זאגן זיי מיטן מאור עינים
עס מוז שטימען גארנישט פארדרייען
זאגט זיי דער מלאך מיט א געבעט
זמן תפילה נישט דאווענען צו שפעט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
נאר איין שפעטע מנין עס וועט זיין
ווער עס וועט א מנין אינעם מייל מאכן
א פייער וועט פארברענען זיינע זאכן
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די בעלזא גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן און געבליבן שטיין
אין גרויסע שטיב איינער אליין
די בעלזא די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי לייג עס אויפן סקרין
מיר ווילן זען וואס צו טון
זאגט זיי דער מלאך לשון הרע ניין
בארעדן דעם מאחניווקער איז נישט שיין
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט גולם וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די טאטעס אליין
אז בארעדן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די באבובער גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן סווערט שוין שפעט
ער איז געקומען קיין פארטי עיט (48)
די באבובער די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו אבעלן איז ווער
זאגן זיי פארצייל אונז נאר די פרייז
וואספארא געבאטן אהן קיין גרייז
זאגט זיי דער מלאך מחלוקת איז שלעכט
זיך נישט קריגן קיין געפעכט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
די ווייסט נישט טייערע וואוהין צו גיין
מיר האבן געזען ביים רבין אליין
זיך שלאגן ביז צו די ציין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די סאדוגורע גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן אויף די בערג
קיין בני ברק אויפן ברעג
די סאדוגורע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי די ינוקא גיי פרעג
מיר רירן זיך נישט פונעם הייליגן וועג
זאגט זיי דער מלאך כיבוד אם
צירוקגעבן די מאמע אירע היים
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט חבר וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט בא די ינוקא אליין
אז ציברעכן דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין צאנז צו גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז דער מלאך געפלויגן מיט האראוואניע
אנגעקומען קיין נתניה
די צאנז-קלויזענבורגע די תורה ווייזט ער
און פרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגן זיי, זאג נאר יעצט
א פשעטל הויעך קלאר און פעסט
ששת ימים תעבוד זאגט ער ארויס פון מויל
גיין ארבייטן זיי נישט פויל
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט עמעהארעץ וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די רבי אליין
אז שטיפן אין כולל דארף מען וואס מיין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט צו די מאדערענע גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין

אין מיטן וועג דער מלאך שטייט
זעט ער א מאדערענע איד א פראפעסער גייט
דער טי שורט זיינע לאנג און ברייט
האט ער זיך דערפרייט
די תורה האט ער אים דערלאנגט
און דער אידל האט בעדאנקט
גארנישט ער וועט פארדרייען
ארגינעל ער וועט עס פארדייען
ווארט נאר זאגט ער היילט זיך ניט
איך גיב אייך א רעסיט

קיין גלייכע פארל האט איר נישט
ווי די תורה מיט דעם איד
ביידע זיינען די בעסטע פריינד
ווייל מען האט זיי ביידע פיינט
אין איין בורא גלויבט דער איד
און קיין שלעכטץ טאן קאן ער נישט
און כבוד טאטע מאמע גיט
און ואהבת לרעך כמוך ער היט
ווי דער מלאך האט עס דערהערט
האט ער זיך צוריקגעקערט
און געזאגט אויפן הימל דארט
אז די תורה איז אויפן בעסטן ארט

ברוינשטיין » זונטאג מאי 29, 2022 11:18 pm

· #501182
Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
זייער א שיינע שטיקל פאעזיע, כ'האב געשמייכלט דא דארט און הנאה געהאט.

אבער גיב מיר א ברעיק מיט דעם מאדערנעם איד.

ישן מלא חדש » זונטאג מאי 29, 2022 11:37 pm

· #501185
Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
שטארק הנאה געהאט אבער עס באדערט מיר פארוואס די לייגסט ארויף בערלאנד אויף ברסלב, פון די גאנצע ליסט אלע משוגעתן און מנהגים קומט פון די ראשי הקהילה אדער פון די רבי אליינס אדער זענען זיי מסכים בעיקיפון און נישט מוחה, דא אבער האט רובא דרובא ברסלב עים ארויס געשטויסן און געטהון כהלכה און מוחה געוועין איז פארוואס רופטסו די ****** אויף ברסלב?

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מאי 30, 2022 12:13 am

· #501191
Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
הא הא זייער גוט! איך האב גראדע יא הנאה פון דעם מאדערנעם איד. א פשוט'ע איד אן א פשט'לך דער קוקט אויס צו זיין אן אמעריקאנער מאדערנער ארטאדאקסישער איד

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שמעון וואלף » מאנטאג מאי 30, 2022 12:20 am

· #501196
שיינע ארבעט.
לאחר המעשה קומען אפיר אלע חכמים קריטעקירן. די געדאנק איז אייזן און מ'קען דאס בעסער באפיצן

חזק ואמץ

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 12:36 am

· #501199
ישן מלא חדש
שטארק הנאה געהאט אבער עס באדערט מיר פארוואס די לייגסט ארויף בערלאנד אויף ברסלב, פון די גאנצע ליסט אלע משוגעתן און מנהגים קומט פון די ראשי הקהילה אדער פון די רבי אליינס אדער זענען זיי מסכים בעיקיפון און נישט מוחה, דא אבער האט רובא דרובא ברסלב עים ארויס געשטויסן און געטהון כהלכה און מוחה געוועין איז פארוואס רופטסו די ****** אויף ברסלב?

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
גערעכט,
איך האב נישט געמיינט צו באזינגען גאנץ ברסלב פאר די חטאים פון בערלאנד, איך האב בלויז אינזינען געהאט דעם ספעציפישן כת אין ברסלב

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 30, 2022 2:03 am

· #501206
ברוינשטיין
זייער א שיינע שטיקל פאעזיע, כ'האב געשמייכלט דא דארט און הנאה געהאט.

אבער גיב מיר א ברעיק מיט דעם מאדערנעם איד.
ברוינשטיין: וואס ווילסטו? דו האסט שוין געהערט אז דער מאדערן ארטאדאקס פון ברענטוואוד לאנג איילענד זאלל זיך רייסן מיט דעם מ.א. פון פוירטשעיס? אז זיי זאללן זיך קריגן וויאזוי מ'טייטשט אויס די מ.או. שיטה?! אדער ווער ס'האט יא, אדער נישט געזאגט הלל אום יום העצמאות?! אדער אז דער מ.או. פון שיקאגא (אדער זיינע חסידים) האט געווארפן שטעינער אויף דעם העיליגן מ.או. פון על. עי? ביים ציון פון רש"ר הירש.

היסטאריע » מאנטאג מאי 30, 2022 8:21 am

· #501212
גאר גוט. אייזן.

און דער מאדערנער איד? געוואלדיג. די היימישע דא קענען אפילו נישט אנערקענען אז א מאדערנע איד איז דער וואס איז מקבל די תורה. אונזער תורה איז פארדרייט מיט הוספות און ווער ווייסט וואס, די איינציגע וואס נעמען די תורה כמו שהוא, אהן קיין הוספות זענען די מאדערנע ארטאדאקסיע אידן. פארפאלען, אבער א פאקט.

פרנס החודש » מאנטאג מאי 30, 2022 11:18 am

· #501226
Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
איז עס דען אזא טעות?

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 12:26 pm

· #501236
איך זע אז די עולם באדערט אביסל די פאקט אז איך האב אראפגעמאלן דעם מאדערנעם איד אלס דעם תורה טרייע איד, איז לאמיך אביסל פראבירן צו בסביר זיין מיין כוונה

פרעג נאר סיי וועליכע פשוטע חסידישע איד, וועט ער דיר זאגן אז "זיין" מהלך החיים וויאזוי ער פראקטיצירט אידישקייט, איז די "ריכטיגע" און "עכטע" ווערסיע פון די אידישע גלויבונג,
ווען משה רבינו דארף ווען היינט אראפצוקומען און טייטלען מיט די פינגער ווער זענען איז די אמת'ן אידן וואס פירן זיך די מערסטע על פי תורה, וואלט ער בלי שום ספק געקומען קיין וויליאמסבורג, קרית יואל, מאנסי און בארא פארק, און געטייטלט אויף די חסידישע אידן

די פאקט איז אבער ליידער, אז עס איז גאר ווייט פונען אמת, די חסידישע מהלך החיים, איז א קולטור וואס שטאמט טאקע פון די אידישע גלויבונג, אבער עס איז מיט גאנישט אנגעבינדן אין די תורה, בכלל נישט, די שו"ע איז בכלל נישט די מכריע אין אונזער מהלך החיים

איך וועל דא געבן דריי דגמאות, אביסל צו פארשטיין געבן וואס איך מיין,
1) דאווענען נאך זמן תפילה, א זאך וואס האט נישט קיין שום היתר אז מען זאל עס פארנאכלעסיגן סתם אזוי, און דאך זעט מען הונדרעטע היימישע חסידישע אידן, פון די סמעטענע, וואס די זאך איז אפילו נישט קיין עסק בכלל, יו"כ טוט מען אפילו נישט תשובה אויף דעם,
און הגם אינמיטן די וואך זענען אסאך יא מקפיד אויף דעם, אבער ווען עס קומט שבת איז די זאך ממש כלא היה, און די פאום האב איך עס טאקע ארויפגעלייגט אויף סקווירא וואס זיי דאווענען אפעציעל יעדע שבת 11 אזייגער, אבער ביי רוב חסידות'ן איז מען בכלל נישט מקפיד דערויף, אויזער אפאר אויפגעקלערטע "ליטוואקעס" פון די קהילה,
אלעס אהן קיין געהעריגע סיבה, חוץ פון ...אז "ביי אונז" האט מען נישט מקפיד געווען אויף דעם...
(אגב, ביי די ניגון האב איך נאר געלייגט איין עבירה ביי יעדן חסידות, ווייל אזוי גייט די ניגון, אבער אסאך פלעצער זענען געשלאגן מיט מערערע פון די אנדערע חטאים, ווי מחלוקת, לשון הרע, און רציחה, וואס איז א נחלת הכלל, ליידער)
2) שטיין בשעת'ן בענטשן, א זאך וואס איז קעגן א פשוטע הלכה אין שו"ע, אין דאך שטייען רוב ריבם פון חסידישע אידן ביים טיש, און בענטשן שטייעדיגעהייט, אפשר ווייל זיך אראפזעצן קען מפריע זיין אביסל די סדר פונעם שלחן הטהור, אזוי צו אזוי, האט עס נישט קיין שום געהעריגע היתר

3) עסן אין די סוכה ווען עס רעגנט, א זאך וואס איז קעגן די הלכה, בפרט די וואס מאכן א ברכה לבטלה, עס האט נישט קיין שום היתר, און עס שטייט קלאר אז דער וואס טוט עס איז א הדיוט,

די משלים זענען נאר אפאר פון זייער אסאך, ווי מען טרעט "אפעציעל" אויפן שו"ע מיטן באקאנטן סלאגאן "שו"ע איז געמאכט פאר גרים" מען זיכט בכלל נישט צו טון וואס די תורה הייסט, מען טוט וואס די געזעלשאפט און די קולטור פארלאנגען, אפגעזען אויב עס שטימט יא אדער נישט מיטן שו"ע

איך האב געהערט לעצטנס א ווערטל, אז ללכת גייט מאכן א נסיעה אויף שבועות צום הר סיני, ווי עס וועלן פארן א דעלעגאציע פון אפאר אידן פון יעדע חסידות, און מען וועט צירוקגעבן די תורה פארן באשעפער, באותו מקום ובאותו זמן,
ס'איז יענס געלעכטער

לא כן ביי די מאדערענע איד (מען קען אפשר זאגן א גרויס טייל ליטווישע, אבער זיי האבן אויך געוויסע משגעת'ן הגם סאך ווייניגער, די סיבה פארוואס איך האב בוחר געווען א מאדערענע איד, איז ווייל ביי די ליטווישע איז אויך גילטיג דעם פראבלעם פון "ששת ימים תעבוד")
די מאדערענע איד האט טאקע די זעלבע יצר הרע ווי די חסידים, ער קען אויך אמאל רעדן לשון הרע, אדער דאווענען נאך זמן תפילה, אבער ער ווייסט אז ער טוט אן עוולה, די שו"ע איז די מחייב ביי אים, ער ווייסט אז מען טאר נישט רעדן קיין לשון הרע, ווייל ער האט געהערט נעכטן די הארבקייט דערפון ביי א דרשה פון ר' פסח קראון אויף תורה עניטיים, אדער אויפן וועבזייטל פון די חפץ חיים העריטידזש פאונדעשען,

זיין רב האט פארגעלערנט משנה ברורה, ער ווייסט אז מען טאר נישט דאווענען נאך סוף זמן תפילה, וואס זאל ער טון, ער איז פארשלאפן, ער האט עס טאקע אינזינען ביי סלח לנו, און יו"כ וויינט ער אויף דעם

אבער איין זאך טוט ער נישט, ער רייסט נישט אויס גאנצעטע בלעטער פונעם שו"ע מיט אזא ליצנות'דיגן סלאגאן פון
"ביי חסידים האט מען נישט מקפיד געווען אויף דעם"

מיליאנער » מאנטאג מאי 30, 2022 12:52 pm

· #501237
גראדע אין די תורה שטייט אז מ'דארף אנהייבן ציילן ספירה ממחרת השבת, און די (דעמאלטסדיגע) רבנים האבן אויסגעריסן די תורה און געזאגט נאך די ערשטע טאג יום טוב! די זעלבע זאך מיט לאזן ברענען א פייער שבת.

signout » מאנטאג מאי 30, 2022 12:55 pm

· #501238
פארוואס זענען דא מענטשן וואס דוקא ביים היימישען ציבור טרעפט ער אלע עבירות (בדרך כלל האבען רוב די זעלבע עבירות מיט א צווייטע ניגון) אין ביים מאדערנעם איד זעהט ער ממש פארוועם משיח וועט געבן די תורה? ביי די מאדערנע קרייזן איז טאקע נישטו קיין מחלקות?

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 1:11 pm

· #501239
מיליאנער
גראדע אין די תורה שטייט אז מ'דארף אנהייבן ציילן ספירה ממחרת השבת, און די (דעמאלטסדיגע) רבנים האבן אויסגעריסן די תורה און געזאגט נאך די ערשטע טאג יום טוב! די זעלבע זאך מיט לאזן ברענען א פייער שבת.
די רעדסט פון א צווייטע נושא אונגאנצן
די רעדסט פון די כח וואס די חכמים און רבנים האבן אויף די תורה

איך רעד פון זאכן וואס קיין שום רב אדער רבי וועט דיר נישט זאגן הויעך אדער אפעציעל אז מען מעג אזוי טון
נאר... אזוי טוט מען... אהן קיין סיבה

אדרבה, זאג מיר איין רב וואס זאגט קלאר אז די הלכה פון זמן תפילה האט עקספייערט, און עס גייט שוין נישט אהן היינט, אדער אז עס מיינט גאר עפעס אנדערש?
אויב טרעפסטו מיר אזא איינער, דאן פיין, עס איז פינקט ווי די ממחרת השבת וואס די ברענגסט, אדער ווי לאזן א פייער ברענען
אבער איך מיין אז עס איז נישט אזוי, מען טוט און פערטיג, און ווען מען פרעגט פשט פונעם רב/רבי/דיין, דרייען זיי מיטן צינג

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 2:04 pm

· #501245
עצי שטים

איך האב נישט ריכטיג געשריבן, לאמיר עס פארעכטן

די נושא וואס "איך" האב ציגעברענגט פונעם אידישקייט ווס. סיסטעם אשכול, איז די נושא פון די כח וואס די חכמים פארמאגן, צו ערפינדן "נייע" מצות, און צוצילייגן "נייע" גזירות "אויף" די תורה, אדער גאר מבטל זיין עקזעסטירענדע מצות,
דהיינו נאך וואס די תורה מיט די תרי"ג מצות זענען שוין געגעבן געווארן, האבן די חכמים, צוגעלייגט דורכאויס די יארן נאך שבע מצות דרבנן ווי ליינען די מגילה וכדומה, זאכן וואס איז נישט געווען א חלק פון די תורה בכלל, און כלל ישראל האט זיך נישט אזוי געפירט ביז זיי האבן עס ערפינדן

די נושא וואס @"מיליאנער" ברענגט, איז גאר עפעס אנדערש,
עס איז זאכן וואס פון די פסוק זעט אויס ווי עס מיינט איין זאך, אבער די תורה שבעל פה וואס מען האט אויך מקבל געווען מסיני ביי מתן תורה צוזאמען מיט די תורה שבכתב, האט גלייך מסביר געווען די ריכטיגע וועג וויאזוי אפצוליינען דעם פסוק
נישט פשט אז פאר יארן האבן די אידן נישט געהאט קיין פייער אין שטוב שבת, ביז די חכמים האבן ערפינדן א וועג עוקר צו זיין די תורה, (אזוי ווי זיי האבן געטון מיט הסבת נחלת, לדעת רש"י) אדער אז מען האט קודם געציילט ספירה ממחרת השבת ביז די חכמים האבן עס געטוישן מדעת עצמם,
נאר מתחילה האבן אונז אזוי מקבל געווען די תורה

ביידע נושאים האבן גארנישט ציטון מיט אונזערע אייגענע עקירת התורה ע"י דעם געזעלשאפט, וואס דאס קומט פאר אהן קיין שום תורה'דיגן אטאריטעט, בלויז ווייל.... מען פירט זיך אזוי...

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 2:07 pm

· #501247
signout
פארוואס זענען דא מענטשן וואס דוקא ביים היימישען ציבור טרעפט ער אלע עבירות (בדרך כלל האבען רוב די זעלבע עבירות מיט א צווייטע ניגון) אין ביים מאדערנעם איד זעהט ער ממש פארוועם משיח וועט געבן די תורה? ביי די מאדערנע קרייזן איז טאקע נישטו קיין מחלקות?
די ניקים וואס קענען נישט פארנעמען אביסעלע ווייטאגליכע אמת און אויפריכטיגקייט, קענען צירוקגיין צו די על חרבך תחי' אשכול, אדער צו די סידור קידושין אשכול, אדער גאר גיין געוואר ווערן די נייע מהלכים וויאזוי מהרז"ל גייט שלעפן דעם עולם צו זיך אויף יו"ט...

שאלתיאל » מאנטאג מאי 30, 2022 2:26 pm

· #501249
@עצי שיטים ביסט גערעכט אז אויף געוויסע הלכות אין שו"ע איז דער מאדערנער איד מער מקפיד ווי דעם חסיד אבער אויף אנדערע הלכות איז דער חסידישע איד מער מקפיד בעת דער מאדערנער איז עס קוים גורס. דער בילד איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז מער קאמפליצירט ווי דעם. (אגב, די ליטווישע טנה'ן דאס שוין יארן אז די חסידים זענען ליידאקעס וואס קימערן זיך נישט מיטן הלכה בעת זיי זענען מקפיד על קוצו של יו"ד)

פרנס החודש » מאנטאג מאי 30, 2022 2:41 pm

· #501250
Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
שאלתיאל
@עצי שיטים ביסט גערעכט אז אויף געוויסע הלכות אין שו"ע איז דער מאדערנער איד מער מקפיד ווי דעם חסיד אבער אויף אנדערע הלכות איז דער חסידישע איד מער מקפיד בעת דער מאדערנער איז עס קוים גורס. דער בילד איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז מער קאמפליצירט ווי דעם. (אגב, די ליטווישע טנה'ן דאס שוין יארן אז די חסידים זענען ליידאקעס וואס קימערן זיך נישט מיטן הלכה בעת זיי זענען מקפיד על קוצו של יו"ד)
דו האסט עפעס א מורא׳דיגער מנהג צו ווארטן ביז יענער איז זיך מסביר בטוב טעם ודעת און דערנאך מגיב זיין ווי כאילו דו האסט נישט געליינט דעם תגובה.

טאהש'ער אייניקעל » מאנטאג מאי 30, 2022 2:41 pm

· #501251
עצי שטים
איז דער מלאך מיט די תורה פון הימל אראפ געשמאק
גענומען פליען קיין בני ברק
און קיין מרכז וויזניץ געקומען איז ער
און געפרעגט צו א בעלן איז ווער
זאגט מען צו אים הייליגע "שוואנצאנעס"
זאגט אונז נישט אויף דעם קיין לצנות
זאגט זיי דער מלאך דעם ערשטן געבאט
אנוכי איך בין אייער ג-ט
זאגן זיי ניין האלט עס אליין
איר ווייסט נישט באטשי וואוהין צו גיין
מיר האבן געלערנט ביי די רעבע שיין
אז די רבי איז גאט אליין
ניין ניין האלט עס אליין
מיר האבן אן אנדער מיין
אפשר פראווט קיין גור גיין
אפשר וועט מען אייך פארשטיין
איך וואלט געטוישט וויזשניץ אחים מיט חב"ד דאס איז קלארער אז זיי האלטען זייער רבי אלטץ גאט

כרם זית » מאנטאג מאי 30, 2022 3:07 pm

· #501253
Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!

מיליאנער » מאנטאג מאי 30, 2022 3:17 pm

· #501254
@עצי שיטים, אויב ביזטו מחולק אויף די גאנצע חסיד'ישע באוועגונג, דאן פארוואס ביזטו פארנומען מיט יעדנ'ס שוואכקייטן? אויב וואלטן זיי נישט באקומען די תורה ווייל זיי טרעטן אויפ'ן שולחן ערוך דאן וועם גייט אן אז זיי הרגענען זיך צווישן זיך.

און גראדע איז א פשוט'ע שקר די בענטשן שטייעדיג, ביי מהר''א ביים טיש זעצט זיך די גאנצע פארעטשעס אראפ ביים בענטשן.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג מאי 30, 2022 3:35 pm

· #501256
עצי שיטים

זייער שיין צו לייענען, איך וואלט דיר געגעבן א לייק ווען נישט די ווארפסט אריין דיין אגענדע נישט צו טשעפען וועם די האסט ליב

איך האב נאך אפאר הערות, אבער אשאד די טינט מיט מענטשן וואס האבן א אגענדע

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 3:46 pm

· #501257
שאלתיאל
@עצי שיטים ביסט גערעכט אז אויף געוויסע הלכות אין שו"ע איז דער מאדערנער איד מער מקפיד ווי דעם חסיד אבער אויף אנדערע הלכות איז דער חסידישע איד מער מקפיד בעת דער מאדערנער איז עס קוים גורס. דער בילד איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז מער קאמפליצירט ווי דעם. (אגב, די ליטווישע טנה'ן דאס שוין יארן אז די חסידים זענען ליידאקעס וואס קימערן זיך נישט מיטן הלכה בעת זיי זענען מקפיד על קוצו של יו"ד)
וועלעכע "הלכות" האט די מאדערענע איד ארויסגעריסן פון די שו"ע? אז זיין ווייב דרייווט, און אז זי שערט זיך נישט די האר...?

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 3:55 pm

· #501260
א חסיד פון ווילנא
עצי שיטים

זייער שיין צו לייענען, איך וואלט דיר געגעבן א לייק ווען נישט די ווארפסט אריין דיין אגענדע נישט צו טשעפען וועם די האסט ליב

איך האב נאך אפאר הערות, אבער אשאד די טינט מיט מענטשן וואס האבן א אגענדע
איך האב פראבירט צו קאווערן אלע מעגא חסידות'ן, הגם עס איז נישט געווען אזוי גרינג, למשל בעלז, וואס איך האב נישט געטראפן עפעס א ספעציעלע עבירה מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס דערמיט, לשון הרע קען מען ארויפלייגן אויף יעדעם, מען האט עס נאר געשמאלצן עס זאל שטימען מיט די געדאנק פונען ניגון
סלאנים און סטאלין קען איך נישט געניג גוט צו וויסן זייערע עבירות, אויף פאפא האב איך אויך נישט ציפול געטראפן, און עס איז נישט אזא מעגא חסידות אז מען זאל עס דארפן דערמאנען, כ'האב אויך נישט דערמאנט אנדערע קלענערע חסידות'ן ווי ראחמאסטריווקא, לעלוב, קרעטשניף, ספינקא, וכדומה וכדומה,
וויזניץ האב איך מיך באגניגט צו ברענגען איינס,
סאדוגור האב איך בלויז אריינגעלייגט ווייל איך האב געהאט א ציגעפאסטע זאך וואס צו שרייבן
אדרבה, וועמען האט מען אויסגעלאזט?

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 3:59 pm

· #501261
מיליאנער
@עצי שיטים, אויב ביזטו מחולק אויף די גאנצע חסיד'ישע באוועגונג,
אזוי גאר?? די גאנצע חסידישע באוועגונג איז צו טרעטן אויפן שו"ע? טרעף מיר איין חסידישע ספר ווי עס שטייט אז מען זאל דאווענען נאכן זמן תפילה
אין דרך פקידך פונעם בני יששכר רעדט ער גאר שארף דערקעגן

קלויזענבורגע רב האט געזאגט בנוגע די חרם פון די מתנגדים אויף די חסידים
אז זיי האבן נישט געמאכט דעם חרם אויף די אמאליגע חסידים די תלמידי בעש"ט נבג"מ, נאר זיי האבן מורא געהאט אז עס וועט פון דעם דרך ארויסוואקסן טיש לויפערס מיט קוגל פרעסערס...
ודפח"ח

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 4:07 pm

· #501262
[ציטאט אראפגענומען]
דער פארפרימטן אינגערמאן וואס דאווענט נאך זמן תפילה אין יאוואזשנא מעג זיך שאקעלען ווי א לולב אז זיין נאז זאל ממש אריינקנאקן אינעם סידור, אבער לויט רוב פוסקים איז זיין ברכת קרי"ש א ברכה לבטלה
פארוואס האט ער עפעס א שייכות מיט די תורה? ער פאלגט נישט דעם שו"ע, ער טוט וואס ער וויל, ער פאלגט אויס זיין אייגענע רעליגיע,
די טריקענע אידל וואס דאווענט ותיקין ער איז א תורה איד

2) ווי ערווענט רעדט מען נישט פון ווער עס איז "פאקטיש" מקיים די מצות, ביידע האבן די זעלבע יצר הרע, מען רעדט פון די בליק אז די תורה, און "נאר" די תורה איז מחייב
ביסט גערעכט אז די מושג פון זיך אויפרייסן און גיין באנאנעס איז מער שייך ווען א חסידישע בחור רייסט זיך אויף, אבער דאס איז א גאנצע אנדערע שמועס

שאלתיאל » מאנטאג מאי 30, 2022 4:08 pm

· #501263
עצי שטים
שאלתיאל
@עצי שיטים ביסט גערעכט אז אויף געוויסע הלכות אין שו"ע איז דער מאדערנער איד מער מקפיד ווי דעם חסיד אבער אויף אנדערע הלכות איז דער חסידישע איד מער מקפיד בעת דער מאדערנער איז עס קוים גורס. דער בילד איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז מער קאמפליצירט ווי דעם. (אגב, די ליטווישע טנה'ן דאס שוין יארן אז די חסידים זענען ליידאקעס וואס קימערן זיך נישט מיטן הלכה בעת זיי זענען מקפיד על קוצו של יו"ד)
וועלעכע "הלכות" האט די מאדערענע איד ארויסגעריסן פון די שו"ע? אז זיין ווייב דרייווט, און אז זי שערט זיך נישט די האר...?
אזא הלכה'לע ווי 'צריך אדם להתרחק מהנשים מאד מאד' און אירע פרטים ווי ס'שטייט דארט ווייטער. ווי אויך הלכות צניעות והמסתעף.
כ'האב הנאה פון דיין נאאיווע צוגאנג כאילו דער מאדערנער איד איז כולו קודש און איז דער מוסטער פון אן ערליכע איד, דער פראז 'יענעמס גראז איז שטענדיג גרינער' קען נישט מער ווי אגריען מיט דיר.

נאך א מיינונג » מאנטאג מאי 30, 2022 4:10 pm

· #501264
אלס פיין און וואויל, אבער דו האסט אויך ממציא געווען עפעס א מצוה פון 'ששת ימים תעבוד'. דאס איז אבי קרום געטייטשט די פסוק. די תורה מיינט נישט אז א מענטש מוז ארבעטן, און דער קלויזענבורגער יונגערמאן פארלעצט נישט די פסוק מיט זיין בלייבן אין כולל פאר יארן לאנג. וכן נמי לגבי דער ירושלימער, ליטוואק, אדער סיי ווער גייט אין כולל אויף לאנגע יארן.
עס איז מעגליך נישט קיין גוטע זאך, אבער מיט ששת ימים תעבוד האט עס נישט.

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 4:11 pm

· #501265
שאלתיאל
עצי שטים
שאלתיאל
@עצי שיטים ביסט גערעכט אז אויף געוויסע הלכות אין שו"ע איז דער מאדערנער איד מער מקפיד ווי דעם חסיד אבער אויף אנדערע הלכות איז דער חסידישע איד מער מקפיד בעת דער מאדערנער איז עס קוים גורס. דער בילד איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז מער קאמפליצירט ווי דעם. (אגב, די ליטווישע טנה'ן דאס שוין יארן אז די חסידים זענען ליידאקעס וואס קימערן זיך נישט מיטן הלכה בעת זיי זענען מקפיד על קוצו של יו"ד)
וועלעכע "הלכות" האט די מאדערענע איד ארויסגעריסן פון די שו"ע? אז זיין ווייב דרייווט, און אז זי שערט זיך נישט די האר...?
אזא הלכה'לה ווי 'צריך אדם להתרחק מהנשים מאד מאד' און אירע פרטים ווי ס'שטייט דארט ווייטער. ווי אויך הלכות צניעות והמסתעף.
כ'האב הנאה פון דיין נאאיווע צוגאנג כאילו דער מאדערנער איד איז כולו קודש און איז דער מוסטער פון אן ערליכע איד, דער פראז 'יענעמס גראז איז שטענדיג גרינער' קען נישט מער ווי אגריען מיט דיר.
איך ווייס וואס עס טוט זיך דארט
רוב מאל איז עס בלויז "אונזער" וועג וויאזוי אפצוטייטשן דעם להתרחק אדער צניעות וואס זיי פארלעצן

פרנס החודש » מאנטאג מאי 30, 2022 4:11 pm

· #501266
Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
א חסיד פון ווילנא
עצי שיטים

זייער שיין צו לייענען, איך וואלט דיר געגעבן א לייק ווען נישט די ווארפסט אריין דיין אגענדע נישט צו טשעפען וועם די האסט ליב

איך האב נאך אפאר הערות, אבער אשאד די טינט מיט מענטשן וואס האבן א אגענדע
דו שרייבט פיל מאל זאכן וואס שטעלט מאדערן ארטאדאקסיע אין פראגע, אין אן אנדער אשכול שרייבסטו צום ביישפיל זייער מיאוס אויף די וואס גייען דעיטן, און ווען מען בעט דיר אויסצוקלארן וואס דיין מהלך איז, ביסטו נישט צום געפונען, עצי שטים מיט דעם גרעסטן געדולד איז זיך מסביר, דיר דארף מען גלייבן אז דו האסט א מהלך ווייל דו ביסט זיך קיינמאל נישט מסביר, אפשר דאך וואלט געווען א שיינע זאך זאלסט איינמאל מסביר זיין געהעריג דיין בליק אויף מאדערן ארטאדאקסיע?

שאלתיאל » מאנטאג מאי 30, 2022 4:16 pm

· #501267
עצי שטים
שאלתיאל
עצי שטים
שאלתיאל
@עצי שיטים ביסט גערעכט אז אויף געוויסע הלכות אין שו"ע איז דער מאדערנער איד מער מקפיד ווי דעם חסיד אבער אויף אנדערע הלכות איז דער חסידישע איד מער מקפיד בעת דער מאדערנער איז עס קוים גורס. דער בילד איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז מער קאמפליצירט ווי דעם. (אגב, די ליטווישע טנה'ן דאס שוין יארן אז די חסידים זענען ליידאקעס וואס קימערן זיך נישט מיטן הלכה בעת זיי זענען מקפיד על קוצו של יו"ד)
וועלעכע "הלכות" האט די מאדערענע איד ארויסגעריסן פון די שו"ע? אז זיין ווייב דרייווט, און אז זי שערט זיך נישט די האר...?
אזא הלכה'לה ווי 'צריך אדם להתרחק מהנשים מאד מאד' און אירע פרטים ווי ס'שטייט דארט ווייטער. ווי אויך הלכות צניעות והמסתעף.
כ'האב הנאה פון דיין נאאיווע צוגאנג כאילו דער מאדערנער איד איז כולו קודש און איז דער מוסטער פון אן ערליכע איד, דער פראז 'יענעמס גראז איז שטענדיג גרינער' קען נישט מער ווי אגריען מיט דיר.
איך ווייס וואס עס טוט זיך דארט
רוב מאל איז עס בלויז "אונזער" וועג וויאזוי אפצוטייטשן דעם להתרחק אדער צניעות וואס זיי פארלעצן
איך ווייס אויך וואס טוט זיך דארט (אגב, דער טיטל 'מאדערנער איד' האט אין זיך קאלירפולע באדייטן, ס'דא אסאך לעוולעך דארט) לאמיר אראפברענגען עטליכע הלכות פון שולחן ערוך און געב דערויף וועלכן פירוש ס'געפעלט דיר:
אסור לקרוץ בידיו או ברגליו ולרמוז בעיניו לאחד מהעריות. ואסור לשחוק עמה, להקל ראשו כנגדה או להביט ביופיה.
ואסור להסתכל בבגדי צבעונים של אשה שהוא מכירה, אפילו אינם עליה
אסור לשמוע קול ערוה או לראות שערה.
אין שואלים בשלום אשה כלל, אפילו על ידי שליח, ואפילו על ידי בעלה אסור לשלוח לה דברי שלומים.

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 4:18 pm

· #501268
נאך א מיינונג
אלס פיין און וואויל, אבער דו האסט אויך ממציא געווען עפעס א מצוה פון 'ששת ימים תעבוד'. דאס איז אבי קרום געטייטשט די פסוק. די תורה מיינט נישט אז א מענטש מוז ארבעטן, און דער קלויזענבורגער יונגערמאן פארלעצט נישט די פסוק מיט זיין בלייבן אין כולל פאר יארן לאנג. וכן נמי לגבי דער ירושלימער, ליטוואק, אדער סיי ווער גייט אין כולל אויף לאנגע יארן.
עס איז מעגליך נישט קיין גוטע זאך, אבער מיט ששת ימים תעבוד האט עס נישט.
ביסט גערעכט, איך האב נישט געצילט דער וואס לערנט טאקע פלייסיג אין כולל, (הגם עס איז דא א גאנצע נושא ארים דעם, האב איך מיך נישט דא געזיכט אריינצימישן דערין)
איך האב קלאר געשריבן אז ער שטיפט אין כולל, דהיינו אז די געזעלשאפט פארלאנג אז ער זאל "זיצן" אין כולל, הגם ער לערנט נישט קיין ווארט, און דארף לכו"ע ארויסגיין מקיים זיין ד כתובה

פרנס החודש » מאנטאג מאי 30, 2022 4:24 pm

· #501269
שאלתיאל
לאמיר אראפברענגען עטליכע הלכות פון שולחן ערוך און געב דערויף וועלכן פירוש ס'געפעלט דיר:
אסור לקרוץ בידיו או ברגליו ולרמוז בעיניו לאחד מהעריות. ואסור לשחוק עמה, להקל ראשו כנגדה או להביט ביופיה.
ואסור להסתכל בבגדי צבעונים של אשה שהוא מכירה, אפילו אינם עליה
אסור לשמוע קול ערוה או לראות שערה.
אין שואלים בשלום אשה כלל, אפילו על ידי שליח, ואפילו על ידי בעלה אסור לשלוח לה דברי שלומים.
די אלע רעדט מען קלאר פון ״אשת איש״ אדער ״ערוה״
וואס אויף דעם זענען זיי שוין איינמאל מקפיד.
מאך נישט קיין קוגל און פארדריי נישט קיין קאפ.

נאך א מיינונג » מאנטאג מאי 30, 2022 4:28 pm

· #501270
עצי שטים
נאך א מיינונג
אלס פיין און וואויל, אבער דו האסט אויך ממציא געווען עפעס א מצוה פון 'ששת ימים תעבוד'. דאס איז אבי קרום געטייטשט די פסוק. די תורה מיינט נישט אז א מענטש מוז ארבעטן, און דער קלויזענבורגער יונגערמאן פארלעצט נישט די פסוק מיט זיין בלייבן אין כולל פאר יארן לאנג. וכן נמי לגבי דער ירושלימער, ליטוואק, אדער סיי ווער גייט אין כולל אויף לאנגע יארן.
עס איז מעגליך נישט קיין גוטע זאך, אבער מיט ששת ימים תעבוד האט עס נישט.
ביסט גערעכט, איך האב נישט געצילט דער וואס לערנט טאקע פלייסיג אין כולל, (הגם עס איז דא א גאנצע נושא ארים דעם, האב איך מיך נישט דא געזיכט אריינצימישן דערין)
איך האב קלאר געשריבן אז ער שטיפט אין כולל, דהיינו אז די געזעלשאפט פארלאנג אז ער זאל "זיצן" אין כולל, הגם ער לערנט נישט קיין ווארט, און דארף לכו"ע ארויסגיין מקיים זיין ד כתובה
שוואכע תירוץ
קודם, מיט ששת ימים תעבוד האט עס נישט. סה"כ איין פשט אין די כתובה, וואס איז א מחלוקת הפוסקים ווי מיר פסקנן
צווייטענס, קלויזענבורג האט נישט קיין שיטה פון שטיפן אין כולל. אפשר ירושלימ'ער און אפשר אויך אין בני ברק. אבער קלויזענבורג? דארט שטיפט מען בשיטה ווי איידער גייען ארבעטן? נישט אמת כלל וכלל. סה"כ שטופן זיי נישט אזוי שנעל ארויס פון כולל.

דאס איז אן אומגעלונגענע קויל.

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג מאי 30, 2022 4:29 pm

· #501271
עצי שטים
א חסיד פון ווילנא
עצי שיטים

זייער שיין צו לייענען, איך וואלט דיר געגעבן א לייק ווען נישט די ווארפסט אריין דיין אגענדע נישט צו טשעפען וועם די האסט ליב

איך האב נאך אפאר הערות, אבער אשאד די טינט מיט מענטשן וואס האבן א אגענדע
איך האב פראבירט צו קאווערן אלע מעגא חסידות'ן, הגם עס איז נישט געווען אזוי גרינג, למשל בעלז, וואס איך האב נישט געטראפן עפעס א ספעציעלע עבירה מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס דערמיט, לשון הרע קען מען ארויפלייגן אויף יעדעם, מען האט עס נאר געשמאלצן עס זאל שטימען מיט די געדאנק פונען ניגון
סלאנים און סטאלין קען איך נישט געניג גוט צו וויסן זייערע עבירות, אויף פאפא האב איך אויך נישט ציפול געטראפן, און עס איז נישט אזא מעגא חסידות אז מען זאל עס דארפן דערמאנען, כ'האב אויך נישט דערמאנט אנדערע קלענערע חסידות'ן ווי ראחמאסטריווקא, לעלוב, קרעטשניף, ספינקא, וכדומה וכדומה,
וויזניץ האב איך מיך באגניגט צו ברענגען איינס,
סאדוגור האב איך בלויז אריינגעלייגט ווייל איך האב געהאט א ציגעפאסטע זאך וואס צו שרייבן
אדרבה, וועמען האט מען אויסגעלאזט?
אינטערסאנט, אז סאטמאר וומסב"ג האסטו נישט דערמאנט נישט פריער און נישט יעצט צווישן די וואס די האסט נישט דערמאנט

זענן זיי אינטערשטעליג אין די העיט מיט וואס די באשולדיגסט סאטמאר מהר"א?

דרך אגב, אהבת ישראל מיינט נישט נישט מוחה זיין אויף עוולות, אהבת ישראל איז העלפןן א צוויטן איד אפילו נישט דיין היימישער, אין דעים צייכענט זיך שוין סאטמאר (ביידע) די פארגאנגענע 70 יאר

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 5:22 pm

· #501274
נאך א מיינונג
עצי שטים
נאך א מיינונג
אלס פיין און וואויל, אבער דו האסט אויך ממציא געווען עפעס א מצוה פון 'ששת ימים תעבוד'. דאס איז אבי קרום געטייטשט די פסוק. די תורה מיינט נישט אז א מענטש מוז ארבעטן, און דער קלויזענבורגער יונגערמאן פארלעצט נישט די פסוק מיט זיין בלייבן אין כולל פאר יארן לאנג. וכן נמי לגבי דער ירושלימער, ליטוואק, אדער סיי ווער גייט אין כולל אויף לאנגע יארן.
עס איז מעגליך נישט קיין גוטע זאך, אבער מיט ששת ימים תעבוד האט עס נישט.
ביסט גערעכט, איך האב נישט געצילט דער וואס לערנט טאקע פלייסיג אין כולל, (הגם עס איז דא א גאנצע נושא ארים דעם, האב איך מיך נישט דא געזיכט אריינצימישן דערין)
איך האב קלאר געשריבן אז ער שטיפט אין כולל, דהיינו אז די געזעלשאפט פארלאנג אז ער זאל "זיצן" אין כולל, הגם ער לערנט נישט קיין ווארט, און דארף לכו"ע ארויסגיין מקיים זיין ד כתובה
שוואכע תירוץ
קודם, מיט ששת ימים תעבוד האט עס נישט. סה"כ איין פשט אין די כתובה, וואס איז א מחלוקת הפוסקים ווי מיר פסקנן
צווייטענס, קלויזענבורג האט נישט קיין שיטה פון שטיפן אין כולל. אפשר ירושלימ'ער און אפשר אויך אין בני ברק. אבער קלויזענבורג? דארט שטיפט מען בשיטה ווי איידער גייען ארבעטן? נישט אמת כלל וכלל. סה"כ שטופן זיי נישט אזוי שנעל ארויס פון כולל.

דאס איז אן אומגעלונגענע קויל.
די ששת ימים תעבוד איז נאר א מליצה, אז איינער ארבייט נישט איז ער נישט עובר אויף א דאורייתא פון ששת ימים תעבוד, כמובן
די אמת איז אז איך האב געזיכט עפעס אייגענארטיג ארויפצולייגן אויף קלויזענבורג, וואס זאל מען טון אז די טיטל פון מחלוקת האט שוין באבוב פארכאפט
אז די ווילסט שטארק קענסטו פארטוישן דעם גיין ארבייטן מיט מחלוקת...

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 5:26 pm

· #501275
א חסיד פון ווילנא
עצי שטים
א חסיד פון ווילנא
עצי שיטים

זייער שיין צו לייענען, איך וואלט דיר געגעבן א לייק ווען נישט די ווארפסט אריין דיין אגענדע נישט צו טשעפען וועם די האסט ליב

איך האב נאך אפאר הערות, אבער אשאד די טינט מיט מענטשן וואס האבן א אגענדע
איך האב פראבירט צו קאווערן אלע מעגא חסידות'ן, הגם עס איז נישט געווען אזוי גרינג, למשל בעלז, וואס איך האב נישט געטראפן עפעס א ספעציעלע עבירה מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס דערמיט, לשון הרע קען מען ארויפלייגן אויף יעדעם, מען האט עס נאר געשמאלצן עס זאל שטימען מיט די געדאנק פונען ניגון
סלאנים און סטאלין קען איך נישט געניג גוט צו וויסן זייערע עבירות, אויף פאפא האב איך אויך נישט ציפול געטראפן, און עס איז נישט אזא מעגא חסידות אז מען זאל עס דארפן דערמאנען, כ'האב אויך נישט דערמאנט אנדערע קלענערע חסידות'ן ווי ראחמאסטריווקא, לעלוב, קרעטשניף, ספינקא, וכדומה וכדומה,
וויזניץ האב איך מיך באגניגט צו ברענגען איינס,
סאדוגור האב איך בלויז אריינגעלייגט ווייל איך האב געהאט א ציגעפאסטע זאך וואס צו שרייבן
אדרבה, וועמען האט מען אויסגעלאזט?
אינטערסאנט, אז סאטמאר וומסב"ג האסטו נישט דערמאנט נישט פריער און נישט יעצט צווישן די וואס די האסט נישט דערמאנט

זענן זיי אינטערשטעליג אין די העיט מיט וואס די באשולדיגסט סאטמאר מהר"א?
חחח
איך האב אפילו נישט געכאפט אויף וואס די צילסט, איך האב מיט קיין איינס פון די סאטמארס גארנישט
איך זיך וואו איך האב דערמאנט מהר"א? איך קוק איבער און כ'טרעף גארנישט.. איך האב אנגעכאפט קרית יואל ווייל עס איז א בלויזע סאטמארע שטאט, דאכצעך אז עס וואוינען דארטן אהרוינעם מיט זאלוינעם ציגלייך
איך האב ביידע אינאיינעם אינזינען געהאט

שמן למאור » מאנטאג מאי 30, 2022 5:59 pm

· #501278
שאלתיאל
איך ווייס אויך וואס טוט זיך דארט (אגב, דער טיטל 'מאדערנער איד' האט אין זיך קאלירפולע באדייטן, ס'דא אסאך לעוולעך דארט) לאמיר אראפברענגען עטליכע הלכות פון שולחן ערוך און געב דערויף וועלכן פירוש ס'געפעלט דיר:

1) אסור לקרוץ בידיו או ברגליו ולרמוז בעיניו לאחד מהעריות. ואסור לשחוק עמה, להקל ראשו כנגדה או להביט ביופיה.

2) ואסור להסתכל בבגדי צבעונים של אשה שהוא מכירה, אפילו אינם עליה

3) אסור לשמוע קול ערוה או לראות שערה.

4) אין שואלים בשלום אשה כלל, אפילו על ידי שליח, ואפילו על ידי בעלה אסור לשלוח לה דברי שלומים.
אז מען רעדט שוין יא מיט א תלמיד חכם, דאן לאמיר עס טאקע דורכטון, און זען וואס עס שטייט אין שו"ע און וואס עס באדייט:

1) וועסט באמערקן אז עס שטייט נישט קיין איסור צו "רעדן" אדער "שמועסן" מיט עריות, איך מיין אז אפילו חסידישע אידן רעדן מיט זייער שוויגער וכדומה, די אלע זאכן פון לקרוץ, לרמוז, מיינט אויף א סעקסי אופן פון פלירטן, אזוי ווי עס שטייט טאקע ווייטער לשחק, להקל ראש,
די מאדערנע זענען בדרך כלל אויך מקפיד אויף דעם, אויך בנוגע להביט ביופיה, שטייט נישט להביט עליה, נאר דוקא אויב מען האט אינזינען צו זיין א נואף בעינים, א זאך וואס נארמאלע מאדערנע אידן טוען אויך נישט,

2) איך ווייס נישט וועלכע (געזונטע) מאדערענע איד איז מסתכל אויף בגדי צבעונים,

3) לשמוע קול ערוה מיינט נישט הערן א שטימע פון א פרוי, עס איז נאר אסור צו הערן "זינגען" פון א פרוי, א זאך וואס מאדערענע אידן זענען על פי רוב אויך מקפיד דערויף,
און איך ווייס נישט וויאזוי זיי קענען זען די האר פון אנדערע ווייבער, ביי זיי גייט מען אויכעט צוגעדעקט די האר פון קאפ,

4) די בן יהוידע זאגט אין מסכת קידושין דף ע: אויף די מימרא פון שמואל וואס איז די מקור פון אט די הלכה, אז די איסור איז נאר צו א פרעמדע פרוי וואס מען האט נישט קיין שום שייכות צו איר, אבער א פרוי וואס מען קען, אדער וואס מען שטייט איין ביי איר וכדומה, איז פשוט מן הנימוס צו שואל זיין בשלום, און ער ברענגט א ראיה פון אלישע וואס האט שואל געווען בשלום פונעם אשה השונמית עיי"ש,
געווענליך שיקן מאדערענע אידן ריגארדס נאר צו פרויען וועם זיי קענען.

די תורה איז דרכיה דרכי נועם, עס פארלאנגט נישט פון א מענטש צו זיין מאדנע, דער וואס טוט זיך אויס די גלעזער ווען ער גייט אין גאס און קלאפט אריין אין שטאנגען, איז אפשר זייער הייליג, אבער ער זאל זיך נישט איינרעדן אז די שו"ע פארלאנגט עס פון אים,
די פעראנוי וואס אונז האבן פון פרויען קומט נישט פון די שו"ע, עס קומט פון די פאקט אז אין אונזער געזעלשאפט זענען זיי אזוי אפגעטיילט פון אונז, אז מען ווייסט פשוט נישט וויאזוי זיך אן עצה צו גיבן מיט אט די קאטשקעס,
בערך אזוי ווי אונז ציטערן פון א דאגי...

היסטאריע » מאנטאג מאי 30, 2022 7:21 pm

· #501289
עפעס איז אינטרעסאנט דא. חרדים און מאדערן ארטאדאקסישע אידן זענען פונקט אזוי מקפיד אויף די הלכות.

שאלתיאל » דינסטאג מאי 31, 2022 12:14 pm

· #501323
עצי שטים

די תורה איז דרכיה דרכי נועם, עס פארלאנגט נישט פון א מענטש צו זיין מאדנע, דער וואס טוט זיך אויס די גלעזער ווען ער גייט אין גאס און קלאפט אריין אין שטאנגען, איז אפשר זייער הייליג, אבער ער זאל זיך נישט איינרעדן אז די שו"ע פארלאנגט עס פון אים
די פערענאו וואס אונז האבן פון פרויען קומט נישט פון די שו"ע, עס קומט פון די פאקט אז אין אונזער געזעלשאפט זענען זיי אזוי אפגעטיילט פון אונז, אז מען ווייסט פשוט נישט וויאזוי זיך אן עצה צו גיבן מיט אט די קאטשקעס
בערך אזוי ווי אונז ציטערט פון א דאגי...
כ'גלייב נישט אז דו האלטסט באמת אז אונז האמיר א ''פערענאו'' קעגן פרויען, אדער ווי איין חכם דא האט זאגאר באשלאסן אז אונזער סאסייעטי האט ''פיינט'' פרויען...דאס זענען אדער פעמיניסטישע קאמפלעקסן אדער סתם ביליגע מאניפולאציעס מיטן ציל צו צימבלען דער קאמיוניטי. פארט וועל איך שרייבן דאס וואס יעדער פארשטייט אליין, עס איז דא א זאך וואס הייסט תאווה פון עריות, עס איז ביטער שווער נישט דורכצופאלן מיט דעם און דערפאר אידן וואס וויל זיך האלטן ערליך דערווייטערן זיך פון זיי און פראבירן זיך צו היטן היטן ווי מער מעגליך, דאס און נאר דאס איז די סיבה פאר די גדרי צניעות וואס איז איינגעפירט און במחילת כבוד די נשים צדקניות און די ''אויפגעקלערטע'' וואס קלאגן ביטערליך אויף די ''ביטערע שיקזאל'' פון די פרויען און אונזער סאסייעטי.

היסטאריע » דינסטאג מאי 31, 2022 12:47 pm

· #501330
קענסט מסביר זיין מיט שיינע תורות און הסברים פארוואס די האלסט עס איז וויכטיג, אבער מיט דער תורה און שולחן ערוך האט עס גארנישט. עס איז אלעס בל תוסיף, פונקט אזוי וויכטיג ווי די פרומע מוסלמענער וואס טוען עס.

שאלתיאל » דינסטאג מאי 31, 2022 12:49 pm

· #501331
איך ווייס נישט מיט וועלכע ספר הלכה פונקט עס האט, אבער ס'זענען בעיקר צוגעלייגטע גדרים און סייגים וואס זענען כמעט מוכרח כדי זיך צו היטן. מיט 'פארנויע' אדער 'נישט וויסן ווי זיך אן עצה צו געבן' אדער 'האס צו פרויען' האט עס זיכער נישט.

סמבטיון » דינסטאג מאי 31, 2022 1:03 pm

· #501332
די איידיע איז א געוואלדיגע, גאר שעפשעריש, שטארק הנאה געהאט, אבער די אינהאלט פון רוב וואס דו האסט געקאווערט איז סתם אנצופילן די ניגון מיט מער ליינס, עס קען ווערן אסאך בעסער בעארבעט. סעזעהט אויס ווי די זיכסט עפעס אן עבירהלע אויף יעדער חסידות בשעת וואס עס איז דא בשפע פראבלעמען ביי יעדעם איינעם.

שמן למאור » מיטוואך יוני 1, 2022 9:08 pm

· #501453
סמבטיון
די איידיע איז א געוואלדיגע, גאר שעפשעריש, שטארק הנאה געהאט, אבער די אינהאלט פון רוב וואס דו האסט געקאווערט איז סתם אנצופילן די ניגון מיט מער ליינס, עס קען ווערן אסאך בעסער בעארבעט. סעזעהט אויס ווי די זיכסט עפעס אן עבירהלע אויף יעדער חסידות בשעת וואס עס איז דא בשפע פראבלעמען ביי יעדעם איינעם.
פארפאלן אזוי גייט די ניגון, יעדער מיט זיין ספעציפישן עבירה'לע, הגם יעדער האט געניג בשפע, און אסאך האבן די זעלבע ווי א צווייטן
אדרבה, ביסט מכובד אויסצוארבייטן בעסער די ליריקס

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 2, 2022 10:18 pm

· #501544
איינער האט עס שוין שיין אויפגעטייפט,
שכח @קהל'ס נאר, פארן ציווייזן
📎 IMG_20220602_212421_171.jpg

טאהש'ער אייניקעל » פרייטאג יוני 3, 2022 11:53 am

· #501588
יעצט איז מיר איינגעפאלען א גידאנק אז מ'קען ארויפלייגען אויף סאטמאר שמור את יום השבת

תרמב » פרייטאג יוני 3, 2022 7:35 pm

· #501619
עצי שיטים ס'איז הערליך דיין ווערק!

איך קען נישט פארשטיין דעם עולם וואס זענען ביזי פרעגן און זיך טענה'ן, איינער איז געקומען און אפגעשריבן א גוטע זיסע פאעזיע, ס'איז גוט, פאני, געשמאק? לאך, געב א לייק אדער א קאמפלימענט און גיי ווייטער, ס'איז אזוי ווי א ווערטל, ס'איז גוט ס'איז פאני, געלאכט, נעקסט קעיס, פארוואס דארף מען פרעגן קלאץ קשיות אויף יעדן שורה, ס'איז נישט ממש אזוי, ס'איז נישט אהער, נישט אהין, ער וואלט געדארפט שרייבן די רבי, יענע רבי, די מצווה, יענע עבירה, וואס א חילוק די קליינע דעטאלן? דאס מאכט שוין נישט אויס, ס'איז א גוטע קאנסעפט, אז איין שורה געפעלט דיר נישט, טויש עס ביי דיר אינדערהיים ווען דו זינגסט עס מיט דיינע קינדער ביי די סעודה צווישן ברכו און כתר, טויש פון קריית יואל צו וויליאמסבורג און אלעס איז גוט....

אז מ'רעדט שוין, יהורם מיט זיין פאעזיע האט מיר געמאכט שטארק לאכן, עטס דארפטס ביידע זיך מער אריינלייגן אין פאעזיע, עטס האטס א טאלאנט, און איך וואלט געראטן זיך נישט אזויפיל פארענטפערן אויף א שטיקל פאעזיע.

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג יוני 7, 2022 11:19 am

· #501647
תרמב

true, as long as he writes according to your taste

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 3:43 pm

· #503981

פרנס החודש » מאנטאג יולי 11, 2022 4:39 pm

· #503984
זייער שיין און זייער וואויל, ער כאפט אבער נישט אז די פרומע וועלן אלץ געוואונען די ארגומענט, וויבאלד ער האט נישט מודה געווען אז עס איז נישט דא קיין "עכטע" ארטאדאקסיע, אזוי לאנג ווי ער שרייט אז ער איז די "עכטע" וועלן די פרומע געוואונען פשוט ווייל זיי קענען שרייען העכער, די איינציגסטע וועג פאר פראגמאטיסטן אזוי ווי עם צו מאכן זייער ארגומענט קלעבן איז דורך זיין אמת'דיג און רעספעקטפול צו ריאליטעט און מודה זיין אז עס זענען אלץ געווען ראדיקאלן און עקסטרעמיסטן ביי אונז, אין "אלע" תקופות, און אז עקסטרעמיסטישקייט האט זיך נישט אנגעהויבן ביים חתם סופר. דאן קען ער קומען זאגן אז עס זענען אויך אלץ געווען פראגמאטיסטן, אבער ביז ער איז דאס נישט גרייט צו טון גייען די פרומע געוואונען ווייל בלאפן קענען זיי בעסער.

שמן למאור » מאנטאג יולי 11, 2022 5:39 pm

· #503986
דאס זאגט ער טאקע, אז ער איז די עכטע טאקע וויבאלד עס איז נישטא קיין עכטע, און די עכטע האט זיך כסדר געטוישט. און דאס איז פינקט וואס ער וויל ארויסברענגען אז די וואס טוישן זענען די עכטע, און די וואס בלייבן סטאק זענען נישט עכט.
בלאט: 1 2