Re: ניין! ניין! האלט עס אליין! מיר האבן אן אנדערע מיין!
ער זאגט עס אבער נישט מיט באקציין. ער וואלט זיך נישט גאוואגט ארויסצוזאגן אז די תלמוד האט געטוישט פון די משנה און די משנה פון די תורה שבכתב, הגם ער האלט קלאר אזוי, וויל ער עס נישט ארויס זאגן ווייל עס גייט זויער מאכן זיין סאלאט, ער וויל ענדערש לעבן אין א באבל ווי כאילו ער לעבט מיט די פארשריפטן פון סיני, טאקע וויבאלד ער וויל נישט אפענדיגן ווי די רעפארם וואס האט פארלוירן די גאנצע זאפט. טא וויאזוי ערווארט ער אז איינער זאל אים נאך אויסהערן?
א שיטה וואס אירע פארשפרייטער שעמען זיך מיט איר…
ער זאגט עס זייער קלאר ארויס. ער זאגט אז אין אלע דורות האט מען געטוישט לויט די סטאנדארטן ע"פ הלכה. ער זאגט עס ארויס מיט באקציין בשם רב קוק אז מען קען מתיר זיין די מותר, הגם מען האט עס נישט געטון ביז היינט. און דאס איז טאקע די פארשריפטן פון סיני.
די רעפארם זענען מתיר די אסור, ער וויל סך הכל מתיר זיין די מותר.
עצי שטיםאיך ווייס וואס עס טוט זיך דארט,
רוב מאל איז עס בלויז "אונזער" וועג וויאזוי אפצוטייטשן דעם להתרחק אדער צניעות וואס זיי פארלעצן
די חסידים למשל זענען שומר נגיעה ביי די אייגענע ווייבער אפילו אין די ריינע טעג, בעת ביי די מער מאדערענע נישט........
אפשר פון דעם רעדסטו?
אויפגעפרישט לכבוד דעם באפארשטייענדע יו"ט שבועות, א צייט וואס מיר דארפן פון פריש מקבל זיין די תורה, כמבואר אין אלע חסידישע ספרים.