☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט

שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15283

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:30 pm

· #499436
שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט
מיט גרויס פרייד נעמט כלל ישראל אויף א פרישע לעזונג אין די פראבלעם פון טרעפן שידוכים צווישען דעם היימישען ציבור דורך א נייעם העכסט געלונגענעם וועב-סייט bekurov.org
וואס ערהאלט אין זיך א דאטא-באזע פון טויזענטער נעמען פונעם היימישען ציבור, און דאס פארפליכט צו זיין בעז"ה די עמעזאן פון שידוכים,
עס ארבעט אז די לייגסט אריין דיין נאמען און וואס די זוכסט און עס וועט פילטערן לויט דיין געברויך, ווי צב"ש דו לייגסט אריין אז דו זוכסט א באיאנער מיידל וואס גייט גיין א הוילע שייטל וועט ארויפקומען א רשימה פון מיידלעך וואס ענטפערן אויף דעם קראטיריע,
און ווי אויכעט וועסטו קענען אריינלייגען אין דיין shopping cart א געוויסע בחור / מיידל און דאס וועט אנקומען צום שדכן ווי ער וועט זיך פארבינדען מיט ביידע צדדים,
און ווי אויך וועט דער וועבסייט שוין וויסען וואס דו זוכסט און יעדע מאל וואס עס וועט צוקומען א פרישע נאמען וואס קען שטימען מיט דיין געברויך וועסטו באקומען א מעסעדש,

מן הסתם וועלן אלע היימישע פילטער קאמפאניס דאס דורךלאזן....

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:34 pm

· #499437
ס'גייט זיין פיקטשער'ס פון די פראדאקטס ? 😂 😂 😂

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:37 pm

· #499439
כ’האף אז יא...
אדער וועט זיין א אפציע אז דער שדכן וועט קענען שיקן צו דיין אישי דארט

בורו פארק » דאנערשטאג מאי 5, 2022 9:07 pm

· #499443
איך מיין אז ס'איז נאריש צו טראכטען אז דאס וועט זיין דער לעזונג. מיינט איר אז דער וואס זוכט א ביאנער מיידעל ווייסט נישט ווער איז אויף דער מארקעט? דער פראבלעם דא איז עפעס אנדרעש, אז מ'וויל זיך נישט משדך זיין מיט דער וואס דער שדכן איז מציע. איך מיין אז צו דעם דארף מען ארבעטען מער אויף דער גאוה פון מענטשען און אזוי אויך נישט צו קוקען אויף דער משפחה, ס'פאסט נישט פאר אונז אזא שידוך, נאר קוקען אויף חתן כלה און נאר אויף זיי.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מאי 5, 2022 9:30 pm

· #499446
@בורו פארק:
אוודאי דארף א שידוך צוגיין אז דער בחור אין מיידל זענען אויף איין פעידש אין נישט די עלטערן,
און אוודאי אסאך עגמת נפש און גיטין וואלט פארמיטן געווארן ווען די עלטערן לייגען דעם דגש אויפן ריכטיגען פלאץ,
איך קוק אן די אויפטוה פון דעם וועבסייט מער ווי א ישועה פשוט אז די עלטערן אדער בחור / מיידל זאלן בכלל וויסען אז עס עקסעסטירט בכלל דעם מענטש, און נאכדעם דארף מען זעהן צי ס’איז בכלל א מדובר,

זאת ועוד, רוב מענטשן זוכען א שידוך פון א משפחה וואס האט ענדליכע פונדאמענטן וואס דאס מאכט גרינגער פאר מאן און ווייב זיך צאם צו לעבן. וואס דאס קומט געווענליך אויס ביי מענטשן פון די זעלבע קהילה,
פארשטייט זיך אויב די גאנצע שידוך גייט צו ווייל ביידע מחותנים טראגן א שטאפענע הוט אדער ווייל ביידע מחותניסטעס נוצן פאלם-שטרימפ, אדער ווייל ביידע שטופען א "באגעבא קערידש" זאלן זיי אלע גיין צום דאקטער און זעהן אויב פילן קען נאך העלפן ביי זיי...

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 5, 2022 9:52 pm

· #499449
עס דארף זיין מיט קלארע פראפיל און א בילד פון יעדעם, מיט א דיסקריפציע וואס מען האט ליב, האביס, טאלאנטן, וכ' וכ' וכ',
און מען זאל זיך קענען אויסוועלן את שאהבה נפשי,
אז נישט איז די גאנצע זאך בלויז א סעפיסטעקירטע פארקאקטע סיסטעם

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 5, 2022 10:11 pm

· #499451
עצי שיטים: דו ביסט נאך די מערסטע צום פאינט. ווייל ס'וועללן אפירקומען אונזערע היימישע פיינשמעקערס און טרעפן א פעלער מיט דעם אדער יענעם פרט. אז ס'שאדט פאר אונזער אידישקייט.. אויך ווי די אנדערע מגיבים האבן ארויסגעברענגט אז אין א סאך פעלער האט עס צו טון בלויז מיט גאוה.. עה. ס'פאסט מיר נישט דער שידוך מיט דעים מחותן, וכו'. און די אינטרעסאנטע זאך איז. ווער זענען די בעלי גאוה?. געוויינליך די פחותי ערך. איך רעד פון ביטערע עקספיריענס. ווען איך האב געהאלטן ביי שידוכים מיט מיינע קינדער (שוין ב"ה אין די היסטאריע) האט מען מיר טיילמאל אנגעטראגן שידוכים מיט אזעלכע משפחות וואס איך וואלט מיך (לכתחילה) נישט משדך געווען. און צום סוף האבן ..."זיי" נישט געוואלט. מ'האט מיר אפילו אנגעטראגן א שידוך מיט א משפחה (וואס איך האב געקענט פון פריער, ואכמ"ל) וועלכע גייען (ל"ע) עסן סעודות ביי משביע. איך האב נישט אפגעזאגט. און צום סוף האבן "זיי" נישט געוואלט...!

ברוינשטיין » פרייטאג מאי 6, 2022 12:18 am

· #499463
Re: שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט
לויט ווי איך פארשטיי דארף מען זיין א שדכן צו קענען זעהן די "פראו פיילס"

לכאורה טוען זיי דאס כדאי דער עולם זאל זיך אריינלייגן אין שדכנות, לאל.

בורו פארק » פרייטאג מאי 6, 2022 12:29 am

· #499465
שמחהלע קאפשטיק
@בורו פארק:
אוודאי דארף א שידוך צוגיין אז דער בחור אין מיידל זענען אויף איין פעידש אין נישט די עלטערן,
און אוודאי אסאך עגמת נפש און גיטין וואלט פארמיטן געווארן ווען די עלטערן לייגען דעם דגש אויפן ריכטיגען פלאץ,
איך קוק אן די אויפטוה פון דעם וועבסייט מער ווי א ישועה פשוט אז די עלטערן אדער בחור / מיידל זאלן בכלל וויסען אז עס עקסעסטירט בכלל דעם מענטש, און נאכדעם דארף מען זעהן צי ס’איז בכלל א מדובר,

זאת ועוד, רוב מענטשן זוכען א שידוך פון א משפחה וואס האט ענדליכע פונדאמענטן וואס דאס מאכט גרינגער פאר מאן און ווייב זיך צאם צו לעבן. וואס דאס קומט געווענליך אויס ביי מענטשן פון די זעלבע קהילה,
פארשטייט זיך אויב די גאנצע שידוך גייט צו ווייל ביידע מחותנים טראגן א שטאפענע הוט אדער ווייל ביידע מחותניסטעס נוצן פאלם-שטרימפ, אדער ווייל ביידע שטופען א "באגעבא קערידש" זאלן זיי אלע גיין צום דאקטער און זעהן אויב פילן קען נאך העלפן ביי זיי...
מיין פוינט איז אז פונקט אזוי ווי דער וועבזייטעל העלפט דיר צו צו טרעפען עפעס וואס שטימט מיט דיר, דער שדכן וואס דו גייסט צו (פון דיין קהילה) טוט דער זעלבע, סאו איך פארשטיי נישט דער אויפטוה.

יאסל ראקאווער » פרייטאג מאי 6, 2022 1:10 am

· #499467
ס'איז בכלל נישט פאני די נארישע קאמאנטס וועגן "בילדער פון די פראדוקט" און כאילו די עולם וועט האבן צוטריט צו די פרא פיילס וועט עס ברענגען מער שדכנים. ס'איז באמת גרויליג צו הערן ערוואקסענע אידן זיך אזוי ווערטלען. נישט ווייל די נעבעך האלטס אזוי אז ס'איז פאני (איך האף האף אז די ביסט נישט באמת אזא פיגי). איך פיל שלעכט אז די האלטסט אז ס'איז נישט דא קיין מענטשען וואס די גייסט פאגרוילן דא מיט אזא קאמאנטס.

קויפט ענק נייע ניקין דא און טוט תשובה ווייל איר האט אייביג פארלוירן אייער ווערט דא. אבער אויף קאווע שטיבל איז מען אלץ מקבל תשובה און איר קענט אנהייבן פון אנהייב.

יאסל ראקאווער » פרייטאג מאי 6, 2022 1:12 am

· #499468
בורו פארק
, דער שדכן וואס דו גייסט צו (פון דיין קהילה) טוט דער זעלבע, סאו איך פארשטיי נישט דער אויפטוה.
ס'איז לכאורה נישט קיין אויפטו פאר ווער ס'גייט צו די "שדכן פון זיין קהילה" ס'איז געמאכט פאר אידן וואס זיי זענען זיך משדך אויך מיט אידן חוץ לקהילה.

בורו פארק » פרייטאג מאי 6, 2022 1:25 am

· #499470
יאסל ראקאווער
בורו פארק
, דער שדכן וואס דו גייסט צו (פון דיין קהילה) טוט דער זעלבע, סאו איך פארשטיי נישט דער אויפטוה.
ס'איז לכאורה נישט קיין אויפטו פאר ווער ס'גייט צו די "שדכן פון זיין קהילה" ס'איז געמאכט פאר אידן וואס זיי זענען זיך משדך אויך מיט אידן חוץ לקהילה.
און ס'איז דא שדכנים וואס טוען דאס אויך, פשוט אנשטאטס א שדכן גייט עס א וועבזייטעל טון, בוסט א מחליף פרה בחמור. גרעסערע שדכנים רעדען זיך דארך איינער מיט דער אנדערע, ממילא ווייסען זיי פון מער מענטשען. איך זעה נישט דער גרויסע לעזונג דא.

יאסל ראקאווער » פרייטאג מאי 6, 2022 1:45 am

· #499474
בורו פארק
יאסל ראקאווער
בורו פארק
, דער שדכן וואס דו גייסט צו (פון דיין קהילה) טוט דער זעלבע, סאו איך פארשטיי נישט דער אויפטוה.
ס'איז לכאורה נישט קיין אויפטו פאר ווער ס'גייט צו די "שדכן פון זיין קהילה" ס'איז געמאכט פאר אידן וואס זיי זענען זיך משדך אויך מיט אידן חוץ לקהילה.
און ס'איז דא שדכנים וואס טוען דאס אויך, פשוט אנשטאטס א שדכן גייט עס א וועבזייטעל טון, בוסט א מחליף פרה בחמור. גרעסערע שדכנים רעדען זיך דארך איינער מיט דער אנדערע, ממילא ווייסען זיי פון מער מענטשען. איך זעה נישט דער גרויסע לעזונג דא.
המחליף דיעזעל טרעקטער בחמור.

פאלגזאם » פרייטאג מאי 6, 2022 10:13 am

· #499490
יאסל ראקאווער
ס'איז בכלל נישט פאני די נארישע קאמאנטס וועגן "בילדער פון די פראדוקט" און כאילו די עולם וועט האבן צוטריט צו די פרא פיילס וועט עס ברענגען מער שדכנים. ס'איז באמת גרויליג צו הערן ערוואקסענע אידן זיך אזוי ווערטלען. נישט ווייל די נעבעך האלטס אזוי אז ס'איז פאני (איך האף האף אז די ביסט נישט באמת אזא פיגי). איך פיל שלעכט אז די האלטסט אז ס'איז נישט דא קיין מענטשען וואס די גייסט פאגרוילן דא מיט אזא קאמאנטס. איך פארשטיי אז די גלייכט דיין ראץ אבער די האלטסט נישט אז כאטש א רוב פון די עולם דא גייסטו מאכן ברעכן דערפון? מילא טוט עס נישט באשמירן ברבים. נעבעך.

קויפט ענק נייע ניקין דא און טוט תשובה ווייל איר האט אייביג פארלוירן אייער ווערט דא. אבער אויף קאווע שטיבל איז מען אלץ מקבל תשובה און איר קענט אנהייבן פון אנהייב.
דברי אמת ניכרין

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 6, 2022 4:10 pm

· #499532
יאסל ראקאווער
ס'איז בכלל נישט פאני די נארישע קאמאנטס וועגן "בילדער פון די פראדוקט" און כאילו די עולם וועט האבן צוטריט צו די פרא פיילס וועט עס ברענגען מער שדכנים. ס'איז באמת גרויליג צו הערן ערוואקסענע אידן זיך אזוי ווערטלען. נישט ווייל די נעבעך האלטס אזוי אז ס'איז פאני (איך האף האף אז די ביסט נישט באמת אזא פיגי). איך פיל שלעכט אז די האלטסט אז ס'איז נישט דא קיין מענטשען וואס די גייסט פאגרוילן דא מיט אזא קאמאנטס.

קויפט ענק נייע ניקין דא און טוט תשובה ווייל איר האט אייביג פארלוירן אייער ווערט דא. אבער אויף קאווע שטיבל איז מען אלץ מקבל תשובה און איר קענט אנהייבן פון אנהייב.
כאילו איינער זיכט זיך צי געפעלן פאר דיך,

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 6, 2022 5:10 pm

· #499538
קהל'ס נער: דו האסט מיך געמאכט ווארפן פאר געלעכטער. מיין שכן איז געקומען זעהן אויב אלעס איז אין ארדענונג. די לייק איז פאר די לשונות וואס דו ניצט.

איך האב נעקסטע וואך א דין תורה ביי די אלטע באטשי'ס פון התאחדות. איך זוך איינעם מיט א געשליפענע צינגל. איך צאל זייער גוט. קענסט מיר קאנטאקטן אין אישי (פון איי-וועלט).

פאלגזאם » פרייטאג מאי 6, 2022 6:10 pm

· #499542
קהל'ס נער
יאסל ראקאווער
ס'איז בכלל נישט פאני די נארישע קאמאנטס וועגן "בילדער פון די פראדוקט" און כאילו די עולם וועט האבן צוטריט צו די פרא פיילס וועט עס ברענגען מער שדכנים. ס'איז באמת גרויליג צו הערן ערוואקסענע אידן זיך אזוי ווערטלען. נישט ווייל די נעבעך האלטס אזוי אז ס'איז פאני (איך האף האף אז די ביסט נישט באמת אזא פיגי). איך פיל שלעכט אז די האלטסט אז ס'איז נישט דא קיין מענטשען וואס די גייסט פאגרוילן דא מיט אזא קאמאנטס.

קויפט ענק נייע ניקין דא און טוט תשובה ווייל איר האט אייביג פארלוירן אייער ווערט דא. אבער אויף קאווע שטיבל איז מען אלץ מקבל תשובה און איר קענט אנהייבן פון אנהייב.
כאילו איינער זיכט זיך צי געפעלן פאר דיך,
ער האט סך הכל געשריבן וואס רוב מענטשן דא טראכטן.
אפשר איז צייט ארויסצוקריכן פונעם נארעלע?

משה פריעדמאן » פרייטאג מאי 6, 2022 7:08 pm

· #499545
Re: שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט
האהאהא...

איך ראללללל מיר אין מיין רעשווילקע, איך שטויס אויפן פלאר לייק קרעיזי, מיינע דמיונות שוועבן און טרעוועלן אן קאנטראל, פון די אלע פילטערס וואס מען דארף מאכן.

א 3d פאטא, מיט 10-11 פיקטשערס פון פארשידענע יארן און מצבים, - ווי ער כאפט א היטש, למשל - פונעם טשאקטשיק, מיט א קורצע דיסקריפשען:

א טאהש'ער, ארבעט אין עווערגרין אין סטאריטש, א פריינטליכער, א בינוני, האט עטוואס א טאטש.

אונטן שרייבן אלעס מסודר:

א שטיקל יודע ספר, שטיל, האט ליב רעבישע טישן, אביסל ברסלב'דיג, רעד שטייט, הערט אסאך לאנגזאם, ער זאגט אסאך טענקיו האשעם, האט לייסענס באט ער דינגט נאר, ער לערנעט אפאר בלעטער דך היומי א טאג, מיט זרע שמשון. ווען מען זאגט אים א דזשאוק זאגט ער: 'שייעבערמושי -סענייעס'. ער איז אלץ לייוו ביי עקסידענט. ער וואטסעפעך אפט מיט שמילו אונגאר....

ס'קומט שבת, כעל דארפן ממשיך זיין מערצעשעם מוצאי.

ט'שבת ט'שבת...

קהל'ס נער » מוצ"ש מאי 7, 2022 10:32 pm

· #499554
משה פריעדמאן

שאלעמלעיכעם משה'לה (עפעס מיט משה גבאי?)
האסט א געשמאקן פעדער אינז ווארטן צי הערן פון דיך

החותם בדמעות שליש הק' קהל'ס

שמן למאור » זונטאג מאי 8, 2022 12:53 am

· #499558
פאלגזאם
קהל'ס נער
יאסל ראקאווער
ס'איז בכלל נישט פאני די נארישע קאמאנטס וועגן "בילדער פון די פראדוקט" און כאילו די עולם וועט האבן צוטריט צו די פרא פיילס וועט עס ברענגען מער שדכנים. ס'איז באמת גרויליג צו הערן ערוואקסענע אידן זיך אזוי ווערטלען. נישט ווייל די נעבעך האלטס אזוי אז ס'איז פאני (איך האף האף אז די ביסט נישט באמת אזא פיגי). איך פיל שלעכט אז די האלטסט אז ס'איז נישט דא קיין מענטשען וואס די גייסט פאגרוילן דא מיט אזא קאמאנטס.

קויפט ענק נייע ניקין דא און טוט תשובה ווייל איר האט אייביג פארלוירן אייער ווערט דא. אבער אויף קאווע שטיבל איז מען אלץ מקבל תשובה און איר קענט אנהייבן פון אנהייב.
כאילו איינער זיכט זיך צי געפעלן פאר דיך,
ער האט סך הכל געשריבן וואס רוב מענטשן דא טראכטן.
אפשר איז צייט ארויסצוקריכן פונעם נארעלע?
פון ווי ווייסטו וואס רוב עולם טראכט דא? האסט געמאכט א סערוועי, אדער ביסטו פשוט פון די מענטשן וואס האלטן אז רוב עולם איז אייביג מסכים מיט זייערע פארקרימטע שיטות?

און צו יאסל, קהל'ס האט דיר שוין געגעבן מנה אחת אפים ווי עס קומט זיך דיר, (א שאד אז ער האט עס פארמעקט, אפשר איז עס גאר געווען די מנהל וואס האט געמעקט)

לאמיר נאר מסביר זיין די נושא דא,

דו קוקסט (ליידער) אהן די קאמענטס אלס א דזשאוק, מצדך וואלסטו געקענט באשטיין אז די פארקרימטע שידוכים סיסטעם זאל ווייטער פארן אויפן אלטן פארקראכטן ראקעווער סיסטעם, אז מען טרעפט איין מיידל פאר מאקסימום צוויי שעה, וזהו! די בחור מוז שוין זאגן יא, ווייל... פארוואס נישט? ווייסט ער דען אויב די מיידל איז די בעסטע אדער גאר די ערגסטע פון איר קלאס פאר אים? האט ער זיך דען געטראפן מיט נאך צען צוואנציג מיידלעך צו קענען וויסן מה בין בני לבן חמי? ער ווייסט קוים וואס א מיידל איז, און ווילאנג זי גייט נישט אין א ראד שטול, און עס רינט איר נישט שפייעכטס פון די מויל, ווערט די שידוך למזל טוב או רע, אהן קיין חשבון פון ליבע, אהבה, אחוה, שלום, אדער ריעות,

ווען עס ווערט שוין יא עפעס א סיסטעם פון א וועבזייטל וואס וועט קענען עטוואס גרינגער מאכן די פראבלעם, פאלט דיר גארנישט איין אז די וואס פארלאנגען אז עס זאל האבן בילדער, מיט א פראפיל, מיינען עס גאר ערנסט,

דיין (שמוציגע?) קאפ פארט גראד אריין אין די זוהמא, סטייטש, וויאזוי קענען ערוואקסענע וועלן קוקן אויף בילדער פון מיידלעך??? כאילו איינער וואס זוכט בילדער פון פרויען האט נישט ווי צו טרעפן די בילדער בלויז אויף א שידוכים וועבזייטל? איינער וואס זיכט שמיץ קען סאך גרינגער טרעפן פ**ן זייטלעך לרחצה מיט ווייניגער קליידונג למלאות תאוותו, און אויב זיכט ער דווקא אידישע קען ער אויך זיכן איזראעלישע, און אויב דוקא פרומע איז שוין היינט דא לרחצה הונדרעטער חתן כלה בילדער פאר ווער עס זיכט די זאכן,

אבער פונקט דא האסטו זיך אויפגעוועקט, דא ליגט די הינט באגראבן? ווען עס קומט צו די וויכטיגסטע זאך ביי כלל ישראל, שידוכים, פינקט דא טאר נישט זיין קיין בילדער, און קיין אויסוואל?

אלעס דארף זיך אנהייבן מיט א מציאות חן, אדער ווי חז"ל רופן עס, "נתן עיניו בה", די מהלך פון סתם אריינזעצן א זכר מיט א נקיבה אהן קיין חשבון, און זיי אריינלאקן פאר אכציג יאר, האט שוין עקספייערט, איבערלאזנדיג א בארג פון חורבנות אונטער זיך, עס איז צייט פאר א טויש, און נישט צו זיין סטאק אין די פארגאנגענהייט צו מאכן זיכער אז אינזערע קינדער גייען נאכטון די נארישע טעותים וואס אונז האבן געמאכט.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 8, 2022 2:48 am

· #499560
מיין פראטעסט האט גארנישט מיט די מקצוע אליינס נאר מיט די locker room talk און פראסטע וויצן.

איך בין מיט דיר אויף דיינע טענות, @עצי שטים, אבער דאס מאכט נישט די מיידלעך און בחורים "א פראדוקט". ס'איז א גאר פראסטע ווארט אזוי צו אדרעסירן אונזערע קינדער.

די אנדערע -שוין אויסגעמעקטע- קאמענט האט זיך אויסגעדריקט כאילו האבן בילדער גייט ברענגען שדכנים. זיי נישט ברוגז אבער דאס איז א פראסטע רעפערענץ צו מרמז זיין כאילו ס'איז דא א גרויסע עולם וואס אויב קען מען זען די בילד וועט עס זיי ברענגען צו ווערן שדכנים, כאילו זייער נייגעריקייט צו זעען בילדער פון בנות ישראל וועט זיי דרייווען צו ווערן שדכנים. דאס איז א גרויליגע קאמענט. ועוד יותר, ס'מאכט חלילה טראכטן אידן אין שידוכים וואס שיקן ארום בילדער פון זייער קינדער, ווי ס'פירט זיך היינט, אז אפשר גאר איז דער שדכן א מנובל?

ווען ער זאגט אז ווען ס'איז דא א גרויסע עולם בחורים וואס וועלן נוצן די סייט אויב ס'איז דא בילדער פון די הייליגע בנות ישראל, פאר פארשטענדליכע סיבות, וואלסטו געווען גערעכט. אבער דער רעפערענץ איז קלאר געווען כאילו דאס איז א רייץ צו שדכנות. ביסט גערעכט, אוודאי מאכט עס נישט קיין סענס. דער האט פרובירט זיין funny, און דאס זיך אזוי צו ווערטלען איז גרויליג.

יעצט צו אדרעסירן די תוכן פון דיין טענות.
די וועבסייט איז נישט געקומען אדרעסירן די שרעקליכע פראבלעם פון arranged shadchunes. אבער ווייל ער איז נישט דא פאר יענע פראבלעם דאס מאכט נאכנישט די וועבסייט א פראבלעם. נישט יעדע "סיסטעם סעלושען" און "סיסטעם מצווה" דארף דערמאנען די טראומע.

למעשה זענען דא הונדערטע קינדער פארכאפט אין די סיסטעם און די וועבסייט וועט זיי העלפן מיט זייער פראבלעם.

משיח גייט קומען און די אינגווארג גייען נאכאמאל זיך אנטון ברילען און זיך ארומקוקן כל את שאהבה נפשם. אבער ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרינק.

די וועבסייט האט אויף זייער אינסטעגראם אקאונט געוויזן בילדער פון א עלטערע מיליאנער, א חשובע בחור שווארץ נ"י, וואס האט דורך זייער פראגראם געטראפן את שאהבה נפשו. דאס איז דאך א געוואלדיגע הצלה. מ'דארף זיי שטיצען אפילו אויב ס'איז נישט קיין solution פאר אונזער אנדערע פראבלעם פון marriage ביי חרידיזם.

לעצט, זייט מיר מוחל אבער הונדערטע עלטערן פארברענען מיט אייפער פאר זייערע באליבטע קינדער טויזענטער שעות צו וועהלן שידוכים בכובד ראש מיט זיך צוזאם רעדן מיט זייער קינדער. ס'איז טאקע פארדרייט און איך בין בכלל נישט קיין פארטיידיגער פון די arranged Shidduch אבער ס'איז סתםַ געהאקט צו זאגן "די מהלך פון סתם אריינזעצן א זכר מיט א נקיבה אהן קיין חשבון". איך ווייס נישט פון וועלכע פלאנעט איר רעדט.

אויב ס'איז דא אזוינע קראנקע עלטערן ביי אונז, דארף איך דערמאנען אז ס'איז דא מיליאנען גוים וואס פאלן אין ליבשאפט דורך סווייפען רעכטס אדער דורך זיך טרעפן אין קלאבס ווי love at first sight איז די motto. קראנק איז דא ארום די וועלט. אבער דאס אבסאלוט רעפלעקט נישט די מציאות ביי די אידן וואס איך קען. בתוך עמי אנכי יושב. איך וואוין אין בארא פארק ומצודתי פרוסה. איך ווייס ערשטהאנטיג די מציאות.

באמת נישט יושר אזוי צו רעדן.
📎 Screenshot_20220508-031613_Instagram.jpg

טאמבל סאס » זונטאג מאי 8, 2022 5:21 am

· #499562
וואס איז מיט שדכנית'טעס? ווען קאָמפּערד מיט די מענער וועט יעדער מודה זיין אז מיר האבן צו-ווייניג פון זיי. וועלן די בילדער פון די "הייליגע בחורי ישראל" וואס ערשיינען אויף די וועבסייט מוטיגן מער פרויען צו ארום שדכענען? כ'מיין נישט חלילה מנובלית'טעס.

שמן למאור » זונטאג מאי 8, 2022 11:39 am

· #499567
יאסל ראקאווער
1) מיין פראטעסט האט גארנישט מיט די מקצוע אליינס נאר מיט די locker room talk און פראסטע וויצן. גרויליג.

2) יעצט צו אדרעסירן די תוכן פון דיין טענות.
די וועבסייט איז נישט געקומען אדרעסירן די שרעקליכע פראבלעם פון arranged shadchunes. אבער ווייל ער איז נישט דא פאר יענע פראבלעם דאס מאכט נאכנישט די וועבסייט א פראבלעם. נישט יעדע "סיסטעם סעלושען" און "סיסטעם מצווה" דארף דערמאנען די טראומע.

3) לעצט, זייט מיר מוחל אבער הונדערטע עלטערן פארברענען מיט אייפער פאר זייערע באליבטע קינדער טויזענטער שעות צו וועהלן שידוכים בכובד ראש מיט זיך צוזאם רעדן מיט זייער קינדער. ס'איז טאקע פארדרייט און איך בין בכלל נישט קיין פארטיידיגער פון די arranged Shidduch אבער ס'איז סתםַ געהאקט צו זאגן "די מהלך פון סתם אריינזעצן א זכר מיט א נקיבה אהן קיין חשבון". איך ווייס נישט פון וועלכע פלאנעט איר רעדט.
באמת נישט יושר אזוי צו רעדן.
1) בנוגע דיין טענות אויף די ביליגע שפראך, הער איך דיין ווייטאג, אבער דאס איז די פרייז פארן האבן א פרי ספיעטש פלאטפארמע, יא אויב מען לאזט מענטשן שרייבן וואס מען וויל וועט אויך אריינפאלן זאכן וואס די האסט נישט אזוי ליב, און די האסט טאקע אלע רעכטן מוחה צו זיין דערויף, אבער עס איז נאכאלטס פיל בעסער ווי א פארמאכטע צענזורירטע פלאטפארמע ואכמ"ל.

2) די וועבזייטל לכשעצמו איז נישט קיין פראבלעם, פארקערט עס איז זייער א געווינטשענע זאך, און עס וועט זיכער גרינגער מאכן און ארויסהעלפן מיטן קלאוזן שידוכים אויף אונזער אלטער שטייגער, אבער דאך ווען מען מאכט שוין יא א נייע זאך, קען מען שוין טאקע יא אריינווארפן די פאר שינויים אז עס זאל זיין א דבר השלם.

איך וואלט געראטן אז עס זאל זיין א מהלך אז מען דארף זיך געהעריג איינשרייבן און ווערן וועריפייד, און נאר דער וואס ווערט וועריפייד וועט באקומען די אלע פראפילן פון די פארקערטע דזשענדער, עס זאל האבן אלע אינפארמאציע, און יא, מיט א בילד! בעסער געזאגט, בילדער! חוץ א טעלעפאן נומער, און ווען איינער איז עכט אינטערסירט אין איינעם זאל מען דאן זיך ווענדן צו אן אחראי, צו באקומען די טעלעפאן נומער פון יענעם, און לאזן די זאך לויפן פון דארט, זיך טרעפן וכו', און ווען די צוויי האלטן זיך שוין נאכן גוט קענען, און זיי האבן זיך שוין באמת ליב אהבת נפש, און זיי זענען גרייט אויפצושטעלן צוזאמען א בית נאמן בישראל, זאל מען דאן קאנטאקטן א שדכן אפצוענדיגן די זאך.

3) לאמיר דיר מסביר זיין וואס איך האב געמיינט מיטן שרייבן "אהן קיין חשבון", אודאי איז דא א חשבון, נישט נאר "א חשבון" נאר אסאך חשבונות. און טאטעס פארברענגען טאקע שעות ע"ג שעות פאר שידוכים, און זיי זוכן באמת די בעסטע פאר זייערע קינדער. די פראבלעם איז נאר אז זיי ווייסן נישט וואס זייער קינד דארף און וויל, און וואס ער האט ליב!

ווען א טאטע וויל קויפן א געשמאקע נאכטמאל פאר זיין קינד, ווייסט ער שוין פונקטליך וועלכע סארט זיין זון גלייכט, עס איז נישט קיין סוד אין שטוב צו די קינד האט ליב מילכיג אדער פליישיג, הייס אדער קאלט, זיס אדער זויער, די אלע זאכן איז מען זייער אפן מיט יעדעם, און בכלל איז עס א זאך וואס מען קען גרינג אנכאפן, און איז בכלל נישט אזוי קאמפליצירט ווי די נושא פון אהבה, וואס האט אסאך מאל נישט קיין הגיון, נאר איז פשוט א התחברות הלבבות, עפעס וואס א דרויסענדיגער וועט לאו דוקא פארשטיין וויאזוי פונקט די צוויי האבן זיך אזוי ליב.
און איך וויל אויסקלארן, איך רעד דא נישט פון די פאלשע אהבה וואס הייסט תאווה, ניין, איך רעד פון די מציאות וואס מען קען זען אפילו ביי צוויי בחורים אדער גאר גוטע חברים, אז זיי האבן פשוט עפעס א קאנעקשן, און די צוויי האבן פשוט ליב צו זיין איינער נעבן די צווייטע ווי מער אפט, צו פארברענגען און שמועסן, און לעבן אינאיינעם.

אבער היות די טאטע האט נישט קיין אנונג וואס זיין זון דארף, מאכט מען אלע אנדערע חשבונות חוץ פון די ריכטיגע.

יא, מען פארברענגט טאקע שעות ע"ג שעות צו הערן אויב איז עס א "חשוב'ע" משפחה, אויב איז נישט חלילה דא עפעס א גע'גט'ע פעטער, אויב עס איז דא "גענוג" געלט, אויב די בחור לערנט פלייסיג, מיט נאך אסאך שטותים.

יעצט אודאי מאכן זיי אויך זיכער אז די מיידל אדער בחור איז נארמאל, ער אדער זי האט גוטע מידות וכו', זאכן וואס איז טאקע באמת וויכטיג, (איך רעד שוין נישט פון א טאטע וואס טוט א שידוך וואס איז גוט פאר "אים" ענדערש ווי וואס איז גוט פאר זיין זון, א זאך וואס איז א מיעוט המצוי ליידער אין די מקומות ווי מצודתי פרוסה).

אבער ווען עס קומט צו די וויכטיגסטע זאך, דארט פרעגט מען ניטאמאל, און מען מאכט אפילו נישט קיין וועזן דערפון, און דאס איז די נושא וואס מענדל ראטה זינגט אזוי שיין, "איך וויל ליב האבן א מיידעלע"... יא, מען דארף זיך ליב האבן!

האבן זיי עפעס א התחברות? איז דא א אהבה? אחוה? ריעות? אדער איז ער פשוט א גוטע בחור, און זי א גוטע מיידל, אבער חוץ פון דעם איז נישטא קיין שום שייכות ציווישן די צוויי? זייערע נאטורן זענען אפשר פונקט קאפויער, ווען זיי זענען ווען צוויי מיידלעך אין קלאס וואלטן זיי נישט אויסגעטוישן קיין ווארט דורכ'ן טאג, זיי זענען פשוט צוויי אנדערע סארטן, ווער קוקט אפילו אויף אזא זאך היינטיגע צייטן? וועלכע טאטע פרעגט זיין זון נאכן ערשטע בעשוי, נא! דו האסט איר ליב? קיינער, און אויב יא, קען ער נישט באקומען קיין ריכטיגע תשובה, ווייל קען מען דען וויסן פון טרעפן "איין" מיידל, "איין" מאל, פאר "איין" שעה?

דאס הייסט חתונה געמאכט די קינדער אהן קיין חשבון.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 8, 2022 12:08 pm

· #499568
רבותיי: זייטס נישט ברוגז. איך פארשטיי נישט דעם גאנצן שקלא וטריא דא און דעם פלפול (של הבל), און די הוה אמינא פון די הוה אמינא, און די פארענטפערונג, און די לערנען פשט אין וואס מ'האט געקענט און געוואלט מיינען (יאסל ראקאווער, לדוגמא). א יעדער פון די מאן דאומרים איז חושש פאר מנובלים און מנובלות'טעס אלס טעם און מאטיוו פאר נישט ארויפלייגן פיקטשערס פון די בחורים און מיידלעך קאנדידאטן פאר שידוכים. דער גאנצער געדאנק איז אבסורד. ווי די גמ' פרעגט רעטאריש, "אטו בשופטני עסקינן"...? רעדט מען דען פון אומ-נארמאטיווע מענטשן? דאס גאנצע אידישקייט איז געבויעט אויף טראסט. אן ערליכער איד, א נארמאלער מענטש, האט אזויפיהל נאמנות אז ער/זי וועט טון וואס מ'דארף, און נישט חלילה פארקערט. אז די תורה האט געזאגט מ'טאר נישט עסן חזיר, וועט מען דען שטעלן שומרים אויף א יעדע גאס אז מ'זאל נישט עסן חזיר?! אדער מ'עט שטעלן שומרים אז מ'זאל היטן שבת? א יעדער מענטש פארשטייט אז ווען מ'לייגט נישט ארויף קיין פיקטשערס פון די קאנדידאטן פאר שידוכים, האט מען אוועקגענומען מער ווי 50% פון די עפעקטיווקייט פון די וועבסייט, ווייל א נארמאלער מענטש וואס זוכט א שידוך פאר זיינע קינדער וועט צוערשט זיך אינטרעסירן אויב אלע אנדערע פרטים שטימען פאר איהם, נאכדעם וויל ער זעהן צי דער מדובר אדער מדוברת איז פאסיג פאר איהם.

משה פריעדמאן » זונטאג מאי 8, 2022 12:16 pm

· #499569
Re: שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט
-

חיצמיזעַ° האלטעך איז מורא'דיג וויכטיג צוצלייגן אז יעדער זאל קענען שרייבן א ריוויא:

*** כ'קען אים פון בית מדרש, מיט אביסל העלפ האלטעך קען מען אים מאכן פאר מענטש.

* דאונט טאטש איט.

***** גאלדענע מידות [emoji93]

** נישט צו שלינגן, נישט צו אויסשפייען....

* א כלב.

***** איי נאו הים וועל, היַ איז א ווערי נייס פערזאן, טעק הים.

**** איך האב געלערנט מיט אים אין ישיבה קטנה אין קאשוי, ער פלעגט זיין א מורא'דיגע שוויצער, ער האט אנגעפירט דיַ גאנצע שבת התחזקות, כ'ווייס אבער נישט ווי ווייט ער לערנט, באט פאר א ווייב קען ער זיין גוט.....

*** כ''וואוין אין זיין געגנט, כ'בין אמאל אהיים געקומען פון א חתונה, איי קאדענט ביליוו מיי סעלף, ס'געווען דאכצעמיר 1:00 פארטאגס, און זיינע העדלייטס האבן געארבעט, כ'כ'כאניש געקענט פארשטיין וואס ער טוט דארט אזוי שפעט, בין איך געגאנגען פון בעק שטיל, און נישט מער און נישט ווייניגער זעה איך ווי ער האט א טאמענעכּיילע ראכמאנעניצלאן. אבער אזוי ווי כ'הער יעדן טאג א האטליין פון שמיראסהאלאשען, בין איך אים דן אז ער ניצט עסַ לצוירעכפארנאסע. - א אייוועלט ליינער.

** דער בחור קעניעך נישט, אבערַַַַ זייערַ שוואכעַַַ עלטערן.

° הגהת הבחור הזעצער: חוץ מזה

שמן למאור » זונטאג מאי 8, 2022 12:32 pm

· #499570
דא האט מען ברייט אויסגעשמועסט די נושא

טאמבל סאס » זונטאג מאי 8, 2022 12:56 pm

· #499573
עצי שטים
א זאך וואס איז א מיעוט המצוי ליידער אין די מקומות ווי מצודתי פרוסה
געב אובאכט ווייל אויב דיין טעריטאריע אווערלעפפד מיט ראקעווער'ס קען נאך אויסברעכן א טעריטאריעל פייט צווישן ענק. ס'וועט זיין גרויליג.. [emoji38]

berlbalaguleh » זונטאג מאי 8, 2022 1:17 pm

· #499575
משה פריעדמאן

**** איך האב געלערנט מיט אים אין ישיבה קטנה אין קאשוי, ער פלעגט זיין א מורא'דיגע שוויצער, ער האט אנגעפירט דיַ גאנצע שבת התחזקות, כ'ווייס אבער נישט ווי ווייט ער לערנט, באט פאר א ווייב קען ער זיין גוט.....

*** כ''וואוין אין זיין געגנט, כ'בין אמאל אהיים געקומען פון א חתונה, איי קאדענט ביליוו מיי סעלף, ס'געווען דאכצעמיר 1:00 פארטאגס, און זיינע העדלייטס האבן געארבעט, כ'כ'כאניש געקענט פארשטיין וואס ער טוט דארט אזוי שפעט, בין איך געגאנגען פון בעק שטיל, און נישט מער און נישט ווייניגער זעה איך ווי ער האט א טאמענעכּיילע ראכמאנעניצלאן. אבער אזוי ווי כ'הער יעדן טאג א האטליין פון שמיראסהאלאשען, בין איך אים דן אז ער ניצט עסַ לצוירעכפארנאסע. - א אייוועלט ליינער.
משה פרידמאן: איך האב נאר איין הערה. ווען ס'איז געווען די קאשוי'ער ישיבה קטנה (איך האב אויך דארט געלערנט) איז נאכנישט געווען קיין טמא'נע כלים. יא. העדלייטס פון קארס איז שוין געווען...!

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 8, 2022 1:22 pm

· #499577
ער’ בערל: די שרעקליכע מאדע פון א באקל פאסיק איז שוין געווען יענע יארן ?
געב ארויס וואס איז דעמאלטס געווען די שייגעץ זאכן ?