☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!

צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15273

יעקב מעקסוועל » מאנטאג מאי 2, 2022 11:05 pm

· #499121
צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!
אין ליכט פון די שרעקליכע פירצה פון אינשי דלא מעלי וואס האבן זיך צוזאמגענומען צו מאכן אן אזוי גערופענע "רעוואלוציע אין סאטמאר", נעמען זיך צוזאם אידן יראים דבר ה', אשר לא כרעו לבעל, צו אויסשרייען א קול מחאה!

מי לה' אלי!


מיר וועל זיך נישט צוזאם שטעלן צו מאכן א פאלשע אחדות פון התחברת לרשעים! מיר וועלן וויטער גיין בדרך המסורה לנו מדור דור!

אידן פון אלע שיכטן און קרייזן נעמען זיך צוזאם צו שטיין פעלזן פעסט קעגן די אלע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט א בונד קעגן באשעפער!

נישט קיין חילוק פון וואו איר קומט קענט איר זיך צושטעלן צו די מערכה קעגן די וואס האבן זיך מתחבר געווען צו כל מיני "אידן". אידן וואס רופן אפן אויס זייער ווילן צו אפשוואכן די כח פון אדמורי"ם, רבנים, מוסדות הק'. און אלע הייליגע מערכות געפירט משנים קדמונית. אידן וואס רעדן על ה' ועל משיחותיו.


סידור קידושין איז א וויכטיגע יסוד ביי כלל ישראל!
קדושת בית החיים איז אייביג געווען פארהייליגט ביי אונז!
מען דארף זיין אויסגעקאכט אין עניני ירושה צו וויסן ווער עס איז די "עכטע יורש"!
מען דארף וויסן ביז וואו גלילות גייט!

והעיקר! נישט רעספעקטירן קיין רשעים, און קריטיקירן יעדע פירצה!

ווען משיח וועט קומען, וועט ער ווייזן מיט די מיטעלסטע פינגער...

שמן למאור » מאנטאג מאי 2, 2022 11:18 pm

· #499125
😂 😂 😂

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מאי 3, 2022 12:53 am

· #499148
Re: צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!
אויב ברויך מען צוזאם שטעלן שבעה טובי העיר אדער א פארשטאנד קען מען זיך רעכענען אויף מיר

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מאי 3, 2022 12:58 am

· #499150
Re: צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!
דער ייטב לב ווייסט גארנישט וואס ער האט געטוהן מיט זיין דרשה, איינע פון די זאכן, ער האט אויפגעלעבט קאווע שטיבל! חברה וואס שרייבן שוין נישט א לאנגע צייט האבן זיך מיטאמאל אויפגעוועקט! @גאנצל @אנאנים @יעקב מעקסוועל @גאלד ועוד ניקים חשובים כ'האב פשוט נישט די ליסטע יעצט הענדי

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מאי 3, 2022 1:00 am

· #499151
Re: צייט פאר א קאונטער-רעוואלוציע אין סאטמאר!
[ציטאט אראפגענומען]
ניין! קלאר אז נישט! אבער אין @יעקב מעקסוועל 'ס קהילה פעהלט עס נישט אויס

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

גאנצל » דינסטאג מאי 3, 2022 6:57 am

· #499159
נו זיכער אז איינער משלהם האט זיך אויפגעוועקט מיט א רעדע האבן זיך אלע אויפגעוועקט.....

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג מאי 5, 2022 4:41 pm

· #499402
דער גאלדענער אדלער
דער ייטב לב ווייסט גארנישט וואס ער האט געטוהן מיט זיין דרשה, איינע פון די זאכן, ער האט אויפגעלעבט קאווע שטיבל! חברה וואס שרייבן שוין נישט א לאנגע צייט האבן זיך מיטאמאל אויפגעוועקט! @גאנצל @אנאנים @יעקב מעקסוועל @גאלד ועוד ניקים חשובים כ'האב פשוט נישט די ליסטע יעצט הענדי

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
אבער "יעקקקוב" איז פארשווינדען

ייעעקקבב » דאנערשטאג מאי 5, 2022 4:44 pm

· #499404
איך בין געהעריג דא

מיליאנער » דאנערשטאג מאי 5, 2022 4:58 pm

· #499406
ייעעקקבב
איך בין געהעריג דא
ביסט פארנומען מיט ספיטש טעראפי?

berlbalaguleh » זונטאג מאי 8, 2022 8:19 pm

· #499606
יעקקקבבב: לאמיר דיר פארציילן א מעשה. מ'האט אמאל אנגעטראגן א שידוך פאר א גרויסן גביר א בחור א למדן וירא שמים. און א פיקח . מיט אלע מעלות. ער האט נאר איין פעילער. ווען ער הייבט אן רעדן שטאטערט ער. אבער נאכדעים רעדט ער נארמאל. האט דער מחותן געזאגט פאר'ן שדכן אויב נאר דאס איז דער פעילער איז ער מסכים צום שידוך. האט ער ארויפגעשיקט דעם בחור צו זיין צוקונפטיגן מחותן אויפ'ן צווייטן שטאק. דער מחותן מאכט אויף די טיר און דער בחור זאגט..."שלללום עעעללליייכם. שפעטער זאגט דער גביר פאר'ן שדכן אז ער וויל נישט דעם שידוך. האט דער שדכן געפרעגט..."דו האסט דאך געזאגט אז אויב נאר דאס איז דער פעילער ביסטו מסכים צום שידוך"? ענטפערט דער גביר. איך זעה אז דער בחור איז קיין חכם אויך נישט. ווייל ער וואלט געקענט אנהייבן רעדן ביז ער גייט ארויף די סטעפס...איז א סימן אז ער איז נישט קיין חכם...! You get the joke?

ייעעקקבב » זונטאג מאי 8, 2022 8:37 pm

· #499607
ניין