☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » צייט פאר א רעוואלוציע אין סאטמאר! קהל אחדות ד'סאטמאר!

צייט פאר א רעוואלוציע אין סאטמאר! קהל אחדות ד'סאטמאר!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15271

גאלד » מאנטאג מאי 2, 2022 4:25 pm

· #499049
צייט פאר א רעוואלוציע אין סאטמאר! קהל אחדות ד'סאטמאר!
סאטמאר חסידים זענען שוין פעד-אפ פון די דרעק
די עקסיוזעס זיך צו גראדשען אין זיך ארומרייסן העט זיך קיינמאל ענדיגען
גלייבטס מיר דער יצר הרע האט קיין שום פלאן צו רעטייערן,
היינט איז עס א סידור קידושין מארגן סתם א העצערישע דרשה איבערמארגן א געשרייעכטס,
וויפיל איז די שיעור מיט די מעשה ילדות?
וויפיל איז די שיעור מיט די שווענצעריי
ס'גרוילט שוין און איבעלט,
פארוואס דעזערוו מיר נישט צו לעבן ווי נארמאלע מענטשן,
מיט ליבשאפט, מיט פארגינען, מיט אהבת ישראל,
פארוואס? פארוואס? פארוואס?
ס'צייט פאר א רעוואלוציע!!
צייט פאר א נייע סאטמארע קהילה!!

קהל אחדות ד'סאטמאר!


און דעם קהילה מעג מען זיין סיי וועמען'ס חסיד!!!!
אין דעם קהילה מוז נישט זיין קיינעם'ס חסיד!!!
והעיקר! אין דעם קהילה מוז מען יעדן רעספעקטירן און קיינעם קריטיקירן!!!

די קהילה גייט נישט האבן קיין כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א קיין מוסדות הק', קיין בנינים, קיין מלוכה, קיין ארמיי, ס'עט זיין ווי א פרענטשייס מיט א סימבאל,
סיי וועלכער קבוצה סאטמארע חסידים וואס העלן וועלן אדאפטירן דעם אידעלאגיע פון סאטמאר באחדות רשות בידם צו גרינדן אזא קהילה ווי זיי ווילן.


ווען משיח ווען קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער די זענען די אידן וואס האבן מקרב געווען די גאולה שלימה!!!!!!

signout » מאנטאג מאי 2, 2022 4:28 pm

· #499050
האט עפעס מיט קהילת אחים?

ליפא » מאנטאג מאי 2, 2022 4:59 pm

· #499052
שוין דא אזאנס. בני יואל

גאלד » מאנטאג מאי 2, 2022 5:38 pm

· #499053
ליפא
שוין דא אזאנס. בני יואל
נאופ!! דארט איז מען מזלזל אויף ר' אהרן מיטן ברך משה.

קלאר נגד תקנות הקהילה החדשה,

דא רעספעקטירט מען יעדן!!

יעדער קען האלטן א דרשה ביי אונז (אויב פעלט זיך אויס), ר' זלמן לייב, ר' אהרן, ר' בני יואל רבי (הו עווער דעט איז)

גאלד » מאנטאג מאי 2, 2022 5:46 pm

· #499054
דער קהילה גייט איינעמען סאטמאר מיט א שטורעם, ס'גייט זיין א יחיד במינו!!

א קהילה פון סאטמארע חסידים וואס האט ליב, און רעספעקטירן יעדן איינעם אנע אויסנאם, זאל ער הייסן ר' אהרן טייטלבוים, צו טשאטער רבי, צו ר' יאסל וואלדמאן, צו ר' זלמן לייב טייטלבוים, צו ר' שאול פערלשטיין, אנשים אחים אנחנו, איין גרויסע ליבלעכע סאטמארע פעמילי,

פאר ווער ס'וויל, פארשטייט זיך, מ'צווינג מיר קיינעם

אז איינער וויל דוקא נעבעך זיך ארומרייסן און מזלזל זיין און טרעפן תירוצים צו פיינט האבן אנדערע, רח"ל, אונז העמיר דיך אויך ליב האבן אבער מוז אונז נישט דשוינען, ער קען זיך ווייטער גראדשען און זיך שלאגן אין זיין קהילה, אבער מיר האבן ליב יעדן איינעם!

מי לה' אלי!!

שמן למאור » מאנטאג מאי 2, 2022 6:27 pm

· #499058
משיח צדקינו וועט זיין רב אין דעם ביה"מ,
אפשר גאר ליבאוויטשער רבי...

גאלד » מאנטאג מאי 2, 2022 6:43 pm

· #499062
[ציטאט אראפגענומען]

כ'ווייס נאך נישט פונקטליך וועגן די סידור קידושין מ'דארף מיר נאך דאס אויסהאמערן,
אבער איין זאך מיין איך ווייס מיר שוין, שישי מיט ה' מלך דעם ערשטן שבת באקומט הרה"צ ר' טשאדעלע שליט"א,

פארוואס העט איר אוואדי פרעגן.

BECAUSE WE LOVE YOU!!!!

גאלד » מאנטאג מאי 2, 2022 7:04 pm

· #499068
כ'קען נישט קאנפארמירן אויף 100% אבער עפעס שמועסט מען אז די נייע "קהל אחדות ד'סאטמאר" פלאנט צו צישטעלן טעראפי בחנם פאר די מחלוקה-איבערלעבער זאלן זיך קענען איינגעוויינען צום נייעם לייף-סטייל,
ווי מ'ערווארטעט העט זיין זייער שווער פאר די אלע בעלי תשובה צו הערן א גוט ווארט אויף זייער אלטע שונאים, ווי למשל ר' טשאדעלע אויף ר' אהרן'ען אדער ר' גאלד אויף ר' זלמן לייב'ן,
ממילא העט זיין א שטאב מיט פראפעשענל טעריפיסטן וואס העט געבן לעקציעס און ציביסלעך זאגן קליינע שבחים אויף די אלטע שונאים, זאל נישט אזא פיינפולער שאק,
אזוי ציביסלעך בעזהי"ת העט מען ארויסטרייבן די מחלה הממארת פון "לא תשנא את אחיך בלבבך".

ווי איך הער זוכט מען נאר א נדבן.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מאי 2, 2022 7:27 pm

· #499074
מ'גייט זיין באחדות און ליב האבן יעדן איד פון סיי וואספארא חסידות אדער נישט חסידות?? אבער יעדע איד ממש? דאן שליס איך אן! אויב אדער גייט מען נאר צוריק גיין צו די כ' ל' יארן פון סאטמאר, דאן מיט וואס רוקט עטס ענק פאראויס?!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 2, 2022 9:53 pm

· #499105
דער גאלדענער אדלער: אפילו (רעליגיעזע, און נישט רעליגיעזע) ציונים אויך? דאמאלס ביניך א חלק פון דעים . ויהי חלקנו עימהם...! און אפשר אזוי וועללן מיר זוכה זיין מקבל צו זיין פני משיח צדקנו. בב"א.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 2, 2022 10:17 pm

· #499107
אוי, ר' בערל.... אין יעדע אשכול ממש? אפשר דאך קען מען אויסלאזן איין אשכול אן אריינמישן די חזיריי...

אוי כ'האב פארגעסן, דא איז א אחדות אשכול

גאנצל » מאנטאג מאי 2, 2022 10:51 pm

· #499118
אין רוב סאטמארע בתי מדרשים ווי ברך משה סקילמאן בנין בראך קעסקעיד בית ברוך קר"י ישמח משה קר"י ברך משה קר"י סאטמאר מאנסי 13 סאטמאר בפ 53 לעבט מען אזוי ווי אין די נייע קהלה

שמן למאור » מאנטאג מאי 2, 2022 11:17 pm

· #499124
.

גאלד » מאנטאג מאי 2, 2022 11:48 pm

· #499135
ר' טשאדעלע דא איז די אחדות אשכול, ביהעיוו.

גאלד » מאנטאג מאי 2, 2022 11:56 pm

· #499137
גאנצל
אין רוב סאטמארע בתי מדרשים ווי ברך משה סקילמאן בנין בראך קעסקעיד בית ברוך קר"י ישמח משה קר"י ברך משה קר"י סאטמאר מאנסי 13 סאטמאר בפ 53 לעבט מען אזוי ווי אין די נייע קהלה
כאב הנאה דאס צו הערן, אבער נישט מיינט דער פסוק, די אלע שולן זענען למעשה ארונישע שולן ווי ר' אהרן איז דער קאק אדמער, און מ'טאלערירט זאליס, ווערי נייס,
אבער נאופ! דאס איז נישט גענוג פאר מיר,

אין אונזער קהלה גייען אלע סאטמארע מנהיגים פון אלע פראקציעס, זיין די זעלבע מחותנים שוה בשוה, יעדער העט באקומען די העכסטע מאס רעספעקט, קיינער גייט נישט שפירן קיין ידו על העליונה, קיינער גייט שפירן כאילו איך בין דער גאסט דא, יעדער גייט זיין דער תושב און די האוסט...

מחצה''ק » דינסטאג מאי 3, 2022 12:01 am

· #499138
הלוואי זאל זיין א קהילה לאזן די גארביטש אינעם אינטערשטען שטאק חיות אינמיטן אין אינז מענטשן אויבען ווי נארמאלע מענטשן 😃 😃 😃

גאלד » דינסטאג מאי 3, 2022 12:06 am

· #499139
דער גאלדענער אדלער
מ'גייט זיין באחדות און ליב האבן יעדן איד פון סיי וואספארא חסידות אדער נישט חסידות?? אבער יעדע איד ממש? דאן שליס איך אן! אויב אדער גייט מען נאר צוריק גיין צו די כ' ל' יארן פון סאטמאר, דאן מיט וואס רוקט עטס ענק פאראויס?!
פון א פראקטישן שטאנדפונקט איז דאס קיין שאלה, כ'גלייב נישט אז סאטמארע חסידים האבן יעצט א יצה"ר צו ווידער אויפוועקן אלטע עקספייערטע מחלוקת'ן פון 60 יאר צוריק.

יא זיכער דער קהילה גייט פרעדיגן צו בעצם ליב יעדן איד, אבער ס'העט זיין א "סאטמארע" קהילה, פאר "סאטמאר" לייק-מיינדעד מענטשן, דאס איז קיין שום סתירה.

אדרבא, אונז זעמיר גרייט צו הערן קאמענטארן און חיזוק,

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 3, 2022 12:34 am

· #499142
ס'הערט זיך אלץ פיין אין וואיל, אבער די פראבלעם איז אלץ געווען אז די בעלי מחלוקת האבן איינגעוויקעלט זייערע רשעות אין די תורה.
איינעם וועט נישט שמעקן וואס ראובן טיט, אדער אים סתם נישט פארגינען וועט ער מוחה זיין, העי! די ציברעכסט די אחדות קהילה! א צווייטער וועט שרייען אויף שמעונ'ן דיין ווייב גייט מיט ביי האר.
איך זעה נישט ווי דאס זאל ארבעטן.

די נאמען פון די קהילה דארף זיין קהל אחדות ישראל. די שטאטוטן דארף זיין געבויעט אויפ'ן שלחן ערוך און מ'דארף אויפנעמען א רב אדער בית דין וואס זאל האבן דאס לעצטע ווארט ועל פיהם ישק כל דבר. ווער ס'וויל א רבי קען זיך גיין דארט ווארעמען אינדרויסן פון די ראמען פון די קהילה.

נאך א זאך,
וואס מיינט מ'רעספעקטירט יעדן? יעדע איד? יעדער וואס גייט מיט א בעקיטשע אינדערוואכן? טאמער איינער טיט עפעס אומריכטיג טאר מען עס נישט פארדאמען?

מאנרא יונגערמאן » דינסטאג מאי 3, 2022 12:45 am

· #499146
פארוואס נאר סאטמאר גאנץ כלל ישראל בעלז גר וויזניץ ליטוויש ספארדיש מאדערן יעדע אידיש קינד

בת קול » דינסטאג מאי 3, 2022 1:03 am

· #499152
ציונים מעג מען אויך ליב האבן?

ס'איז גוט פאר די וועלט ווען סאטמאר רייסט זיך ארום צווישן זיך.
זיי פארגעסן צו טיילן מכות פאר די רעשט פון די יודנטום.

קלויזענבורג, בעלזא, פאפא, וויזניץ, אדג. יעדער אטעמט אפ.

די וועלט בענעפיט. גייט אן ווי ביפאר.

גאנצל » דינסטאג מאי 3, 2022 6:52 am

· #499158
[ציטאט אראפגענומען]
רובא דמינכרא פון סאטמארע אידן בכללם יוצאי ישיבת קווינס וכדו'בשפירן זיך זייער ברודערליך אין די פאר סאטמארע בתי מדרשים וואס איך האב פריערד אויסגערעכנט אן הערן יעדע 2 מינוט א אויסברואך פון עפעס א אנגעווייטיגטן

מ'קען דאך נישט ממש יעדן צופרידן שטעלן

גאלד » דינסטאג מאי 3, 2022 10:02 am

· #499163
שמעון וואלף
ס'הערט זיך אלץ פיין אין וואיל, אבער די פראבלעם איז אלץ געווען אז די בעלי מחלוקת האבן איינגעוויקעלט זייערע רשעות אין די תורה.
איינעם וועט נישט שמעקן וואס ראובן טיט, אדער אים סתם נישט פארגינען וועט ער מוחה זיין, העי! די ציברעכסט די אחדות קהילה! א צווייטער וועט שרייען אויף שמעונ'ן דיין ווייב גייט מיט ביי האר.
איך זעה נישט ווי דאס זאל ארבעטן.

די נאמען פון די קהילה דארף זיין קהל אחדות ישראל. די שטאטוטן דארף זיין געבויעט אויפ'ן שלחן ערוך און מ'דארף אויפנעמען א רב אדער בית דין וואס זאל האבן דאס לעצטע ווארט ועל פיהם ישק כל דבר. ווער ס'וויל א רבי קען זיך גיין דארט ווארעמען אינדרויסן פון די ראמען פון די קהילה.

נאך א זאך,
וואס מיינט מ'רעספעקטירט יעדן? יעדע איד? יעדער וואס גייט מיט א בעקיטשע אינדערוואכן? טאמער איינער טיט עפעס אומריכטיג טאר מען עס נישט פארדאמען?

זאגסט א שטארקע און שיינער רעיון, אבער דאס איז אינגאנצן נישט פון וואס מ'רעד מיר דא,
דאסי אפשר דאס פונקט פארקערטער פון אונזער רעיון,
ווייל ס'משמע פון דיר אז סאטמאר און אחדות קען נישט גיין צוזאמען און מ'מוז ארויסרייסן די סאטמאריזם כדי צו זיין באחדות,
הי' לא תהי'!!
אונז וויל מיר דא א רעוואלוציע, א שפאגעל נייעם רעיון: סאטמארע חסידים באחדות!!

פונקט ווי למשל א ברסלאווער אדער זידיטשובער קהילה פאלט קיינעם ביי אז ס'האט מיט א געוויסער פארטיי אדער מ'איז קעגן דעם אדער יענעם,
די זעלבע מיט סאטמאר, למה נגרע?

היסטאריע » דינסטאג מאי 3, 2022 11:46 am

· #499173
וועט נישט ארבעטען.

סאטמאר אהן מחלוקת איז ווי א פיש אהן וואסער. און כסדר לעכצט ער נאך פרישע וואסער, און פרישע מחלוקת.