☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » אילן מאסק קויפט אפ טוויטער

אילן מאסק קויפט אפ טוויטער

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15254

שאלתיאל » מאנטאג אפריל 25, 2022 3:05 pm

· #498559
אילן מאסק קויפט אפ טוויטער
טוויטער האט אנגענומען דער פארשלאג פון אילן מאסק אפצוקויפן טוויטער פאר די סומע פון 44 מיליארד דאלאר (54.20 פאר יעדער שעיר). אן אפציעלע אנאסמענט איז ארויס.

וואס איז זיין פלאן?

מאסק האט געטוויט היינט אז ער האפט אז 'אפילו זיינע ערגסטע קריטיקירער וועלן פארבלייבן אויף טוויטער, ווייל דאס איז דעא באדייט פון פרידאם אוו ספיטש''.

מאסק וועלכע האט רעגלמעסיג קריטיקירט טוויטער איז ערווארטעט איינצופירן פארשידענע טוישונגען אינעם פלאטפארמע, אריינגערעכנט אין די נושא פון פרי ספיטש ווי ער פלאנט צו זיין מער קאנסערוואטיוו און איינגעהאלטן ביים זיך אריינמישן אין דער אינהאלט פון די באנוצער אנדערש ווי ביז יעצט וואס טוויטער נעמט אן אקטיווע חלק ביים צענזורירן, בלאקירן טוויטס און אקאונטס וואס זענען נישט לויט זייער גייסט. ביים רעכטן לאגער האפט מען אז מאסק וועט ער וועט צוריק אקטוויזירן פארמער פרעזידענט'ס טראמפ'ס אקאונט. רעפובליקאנער קאנגעספרוי גרין וועלכע איר אקאונט איז סופסענדירט געווארן האט אויסגעדריקט האפענונג אז מאסק וועט צוריק אויפלעבן איר אקאונט.

שאלתיאל » מאנטאג אפריל 25, 2022 3:06 pm

· #498560
📎 2022-04-25 (1).png

אלע צוזאמען » מאנטאג אפריל 25, 2022 6:20 pm

· #498567
פרעזידענט טראמפ האט שוין געמאלדן אז ער גייט זיך נישט צירוקקערן צו טוויטער, נאר ער גייט אנהייבן צו ניצן זיין נייע 'טראטה' פלאטפארמע און די נעקסטע 7 טעג.
אנדערע גרויסע קאנסערוואטיווע נעמען זענען שוין צירוק אויף טוויטער, מארק לעווין.

פאליטיקאנט » דינסטאג אפריל 26, 2022 4:12 am

· #498598
Re: עלן מאסק קויפט אפ טוויטער
איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?

היסטאריע » דינסטאג אפריל 26, 2022 7:57 am

· #498601
ער האט שוין.

כרם זית » דינסטאג אפריל 26, 2022 9:02 am

· #498606
Re: עלן מאסק קויפט אפ טוויטער
פאליטיקאנט
איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?
וועם וועט ער צוריק לאזן?

בן עיר » דינסטאג אפריל 26, 2022 9:26 am

· #498608
כרם זית
פאליטיקאנט
איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?
וועם וועט ער צוריק לאזן?

ער וועט זיין מער ביזי צו ארויסווארפן און צענזורירן

פאלגזאם » דינסטאג אפריל 26, 2022 1:07 pm

· #498625
היסטאריע
ער האט שוין.


איז עס קאנפירמד? ווי האסטו געהערט דערוועגן?

היסטאריע » דינסטאג אפריל 26, 2022 6:43 pm

· #498638
נעקסט וויל מאסק אויסקויפען דער איד און דער בלאט און מאכט איינס.

תרמב » דינסטאג אפריל 26, 2022 8:57 pm

· #498640
און נאכדעם גייט משיח קומען.... ווייל ער ווארט נאר אויף די שלום אין סאטמאר......

שאלתיאל » דינסטאג אפריל 26, 2022 10:44 pm

· #498644
אינטערסאנט: בלויז עטליכע שעה נאך וואס מאסק האט אפגעקויפט טוויטער איז דער אקאונט פון טאקער קארלסאן צוריק געפנט געווארן נאך וואס ס'איז געווען סופסענדירט צוליב וואס ער האט זיך באצויגן צו א טראנסדזשענדער פרוי ווי א מאן.

פאלגזאם » דינסטאג אפריל 26, 2022 11:05 pm

· #498645
היסטאריע
נעקסט וויל מאסק אויסקויפען דער איד און דער בלאט און מאכט איינס.


איך קוילער מיך פאר געלעכטער. אונז ווערמיר חברים איא?

קהל'ס נער » מיטוואך אפריל 27, 2022 10:42 pm

· #498699
פאליטיקאנט
איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?
@רביה"ק זי"ע די קימסט ציריק אויב מען קאנפירמד אז מארדי גץ האט אפגעקויפט ק"ש? 😂 😂

שאלתיאל » דינסטאג מאי 10, 2022 7:49 pm

· #499836
ווי ערווארטעט: היינט ביי אן עווענט פון דער בריטישע צייטונג 'פיינענשעלי טיימס'' האט אילאן מאסק געזאגט אז ער פלאנט צוריק צו אקטיוויזירן טראמפ'ס טוויטער אקאונט אויב דער דיעל מיט טוויטער וועט זיך אויסארבעטן ביזן סוף און ער וועט ווערן באס אויף טוויטער. מאסק זאגט אז עס איז געווען ''א טיפשותדיגע און נארישע שריט'' צו בלאקירן דעם פרעזידענט'ס אקאונט. מאסק איז נאך נישט דער אפציעלע באס פון טוויטער אבער ער טענה'ט אז דער יעצטיגע ceo דארסי האלט ווי אים.
טראמפ פון זיין זייט האט שוין געמאלדן ענדע אפריל אין אן אינטערוויו צו פאקס ניוז אז ער פלאנט נישט צוריקצוגיין צו טוויטער נאר ענדערש זיך באנוצן מיט זיין אייגענע פלאטפארמע Truth social,

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 11, 2022 11:47 pm

· #513660
מאנכע זאגן אז אילאן מאסק האט ל''ע א קינד וואס האט זיך דערקלערט טראנס, און דער קינד וויל זיך מיט איהם נישט אסאסיאירן. דאס גיבט א שטיקל אינערליכע בליק פארוואס ער איז אויף אזא אימפולסיווע קרייצצוג אקעגן די גאנצע נאנסענס.

קורקלענד » מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 1:01 am

· #513666

מצפצף » דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 5:31 pm

· #513784
קורקלענד
מאנכע זאגן אז אילאן מאסק האט ל''ע א קינד וואס האט זיך דערקלערט טראנס, און דער קינד וויל זיך מיט איהם נישט אסאסיאירן. דאס גיבט א שטיקל אינערליכע בליק פארוואס ער איז אויף אזא אימפולסיווע קרייצצוג אקעגן די גאנצע נאנסענס.
או כלך לאידך גיסא, ווייל ער איז אויף אזא אימפולסיווע קרייצצוג אקעגן די גאנצע 'נאנסענס', וויל זיך זיין קינד נישט אסאסיאירן מיט אים.

היימלינד » מיטוואך מאי 29, 2024 5:47 pm

· #563688
Re: עלן מאסק קויפט אפ טוויטער
כרם זית #
פאליטיקאנט
איז אמת אז מארדי געטץ קויפט אפ קאווע שטיבל?
וועם וועט ער צוריק לאזן?
מאחורי וועט זיין אפען פאר אלעמען...

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 29, 2024 5:50 pm

· #563689
Re: אילן מאסק קויפט אפ טוויטער
ער'ט נאך אנקומען קיין קאווע שטיבל. דאמאלס 'עט זיין עכט צרות.