☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וועלכע מאכן דיך Upset

זאכן וועלכע מאכן דיך Upset

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15219

פאר'ן דאווענען » מיטוואך מערץ 30, 2022 12:33 pm

· #497232
זאכן וועלכע מאכן דיך Upset
לאור די געלונגענע אשכול פון @ברוינשטיין זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן מאך איך אן אשכול פון זאכן וואס מאכן אפסעט אדער אויפגערעגט און העמיר זען וועלכע האט מער זאכן 🙄

איך הייב אן מיט צוויי,
1) האסט געמיינט אז די ליין וואס די האסטיך געשטעלט ביים גראסערי גייט גיין די שנעלסטע, און דערווייל האלט שוין די דערנעבינדיגען קעשיר ביי די פינפטע מענטש וואס איז געקומען נאך דיר
2) די קומסט אן צום גאס ווי די ברויכסט אנקומען נאכן זיצן אין טרעפיק 10 מינוט, און די זעהסט ווי איינער האט יעצט געכאפט א ספאט דארט ווי די האסט געדארפט, און יעצט דארפסטו ארום פארן די גאנצע זאך נאכאמאל

וואלווי » מיטוואך מערץ 30, 2022 4:57 pm

· #497248
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1519">viewtopic.php?f=4&t=1519</a><!-- l -->

פאר'ן דאווענען » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:45 pm

· #497347
יישר כח פארן צוצייכענן נעקסט טיים וועל איך מאכן זיכער צו מאכן א בעסערע סירטש.

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 9:11 pm

· #497355
Re: זאכן וועלכע מאכן דיך Upset
-אַז יעדעס אשכול האט שוין א מאַמע אשכול ווי אלעס איז שוין אויסגעדראָשן. ( כ'מיין אז מ'מעג אַמאָל אָנהייבן פון פריש)

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 2, 2022 10:10 pm

· #497385
ברוינשטיין: דו דארפסט דאך זיכער צו וויסן. אין איינס פון דיינע גילגולים ביסטו דאך געווען אן אלטער (שייסער) איד...!

דאס דערמאנט מיך. איך האב אמאל געהאט א שכן אין ביהמ"ד א איד פון 97 יאר לאורך ימים ושנים . ווילאנג ער האט געלעבט...ער פלעגט מיר אייביג דערציילן מעשיות פון דער אלטער היים. און גוטע ווערטלעך. ווען ער האט שוין אנגעהויבן פארציילן די זעלבע מעשה'לע 3 מאל נאכאנאנד האביך געוויסט אז ס'איז נאנט צו שקיעת החמה...!

וואלווי » מוצ"ש אפריל 2, 2022 11:02 pm

· #497386
berlbalaguleh
ברוינשטיין: דו דארפסט דאך זיכער צו וויסן. אין איינס פון דיינע גילגולים ביסטו דאך געווען אן אלטער (שייסער) איד...!

דאס דערמאנט מיך. איך האב אמאל געהאט א שכן אין ביהמ"ד א איד פון 97 יאר לאורך ימים ושנים . ווילאנג ער האט געלעבט...ער פלעגט מיר אייביג דערציילן מעשיות פון דער אלטער היים. און גוטע ווערטלעך. ווען ער האט שוין אנגעהויבן פארציילן די זעלבע מעשה'לע 3 מאל נאכאנאנד האביך געוויסט אז ס'איז נאנט צו שקיעת החמה...!


האלט מען שוין ביי איינס. ווען איז די נעקסטע צויי...?

ישן מלא חדש » מוצ"ש אפריל 2, 2022 11:07 pm

· #497387
עס האט מיר זייער אויפגערעגט די שבת ווען א (חשוב'ע) יוד איז אנגעקומען שפעט צו פסוקי דזמרה און מען האט אים מכבד געווען מיט שחרית.
ער האט אפגעחיפערט א פסוקי דזמרה אנגעקומען צו שחרית מיט די בעל תפילה (קפיצת הדרך) און נאכדעם אלץ א כפרה האט ער מיט אונז אלע געשלאגן כפרות און געשלעפט און געזינגען ווי מען האט נאר געקענט.

וואלווי » זונטאג אפריל 10, 2022 6:13 am

· #497859
ישן מלא חדש
עס האט מיר זייער אויפגערעגט די שבת ווען א (חשוב'ע) יוד איז אנגעקומען שפעט צו פסוקי דזמרה און מען האט אים מכבד געווען מיט שחרית.
ער האט אפגעחיפערט א פסוקי דזמרה אנגעקומען צו שחרית מיט די בעל תפילה (קפיצת הדרך) און נאכדעם אלץ א כפרה האט ער מיט אונז אלע געשלאגן כפרות און געשלעפט און געזינגען ווי מען האט נאר געקענט.


קומען אביסל שפעטער קען העלפן מיט די פראבלעם...

ברוינשטיין » מיטוואך אפריל 13, 2022 10:18 pm

· #498123
Re: זאכן וועלכע מאכן דיך Upset
עלערדזשיז מאַכן מיר אָפסעט.

עס האט זיך היינט אָנגעהויבן מיט אַ מעכטיגקייט, מיין נאָז קיצלט און וויצלט מיר אויף אַ שטילע פאַרנעם, אָבער יעדעס צען מינוט גיב איך אַ טאַנץ אויף ווייל די מילדע לאַנגזאַמע קיצלנישען האָבן איבערגעצויגן דאָס שטריק, איך נעם אַ ווייכע טישו קלערנדיג אַז דאָס וועט עס אָפענדיגן, אָבער אַ פייג! עס דערמאַנט מיך ווידער אַמאָל פונעם געשמאַקן זיידע אין שוהל (בערל?) וועלכע פלעגט קינצליכערהייט מיר קיצלען מיט די עקן פון זיינע ציצית פעדימער.

אַלערגיעס איז ווי היישעריקן זאָל ווען זיצן אין דיין נאָניע, עס שפילט מיט הייקעלע נערוון און מאַכט שוואַך, דיזי, פאַרנעפלט, אָנגעצויגן, מיד, טרערן'דיג, אומבאַקוועם.

אויף (כמעט) אַלע רוסן געזאָגט!

חיים שמייסער » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:29 pm

· #498129
ברוינשטיין ס׳דא אן עצה פאר דעם. Immunotherapy.

היסטאריע » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:59 pm

· #498132
די וואס שישקען ביים דאווענען אדער ליינען, און רעדן אליין ווען זיי ווילען.

ישן מלא חדש » פרייטאג אפריל 15, 2022 5:24 pm

· #498278
טוביה מאיר ניימאן

גענוג איז גענוג
אראפ מיט זיין קאפ