☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן

70 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15212
בלאט: 1 2

ברוינשטיין » מיטוואך מערץ 23, 2022 11:36 pm

· #496947
זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
כ'וועל אנהייבן מיט עטליכע וואס ליגן מיך יעצט אין געדאנק, פארשטייט זיך דער עולם איז געבעטן מוסיף צו זיין.

_______

-פאָרן ביינאכט שטייטלעך אין א באקוועם קאַר בשעת עס גייט א גאָס רעגן און דערביי אויסהערן "בּילי אייליש".

-אויפרייסן די פלעסטיק'ס פון די פרישע גראָבע (נאַרישע) פארברייטערטע מאַגאַזינען לכבוד יום טוב.

-אויפשטיין פארטאגס און פארזיכטיג מאכן\טרינקען א גלעזל (עכטע גלאָז) קאווע מיט שטילקייט.

-דעם שוויציגן שלאָף שבת נאכמיטאג.

-זיין ציגאַסט אין די פרעמד, און אזוי ארום זיך ערלויבן זיך צו צעפייערן ביי לכה דודי.

-קויפן פרישטאג פון מאל צו מאל (שטייצעך נישט יעדן טאג, נאר פאַר א "טריט")

-די זיסע מייערן אויף די געפילטע פיש (יאָפ'ס כ'האב עס ליב)

-באַטראַכטן א פארנומענער גאַס פון די הויעכע שטאָקן.

-דאס שמעק פונעם נייעם חומש.

_______

אז כ'העל האבן נאָך וועל איך צולייגן, יעצט ביסטו אין די רייע... קום אריין.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:19 am

· #496949
צו באטראכטן איינעם וואס האלט אינמיטן באטראכטן א צווייטן.

אופצושטיין סוף נאכט צו כאפן א קטונתי, און תיכף דערנאך צוריק איינצושלאפן צו מקיים זיין ויישן ויחלום שנית.

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:52 am

· #496952
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
ווען איך האב עפעס א געדאנק אויף א געוויסע טעמע אבער ס'קומט נישט אריין צו אנהויבן רעדן דערפין, אבער איין שיינעם טאג ביי א קיפקע ברענגט איינער אויף דעם טעמע און דאַן לאז איך ווילדערהייט ארויס מיין מיינונג.

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:54 am

· #496953
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
א ציגארעטל הפסקה יום טוב אינמיטן די סעודה

כמעט אלסווייסער » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:57 am

· #496954
אריינגיין אין א גרויסע געשעפט/מאלל, און ארומשפאצירן אן קיין ציל אדער דעסטינאציע.

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:01 am

· #496955
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
שפאַנצירן אויף א זימער טאָג מיט א קאַלטע גלאָז לעמאָנאַדע אויף די געסעלעך פון צפת

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:02 am

· #496956
שטייטע שפאציר אין א גאס רעגן הערענדיג yanni

בריעדיגע אינענוענדיגע חלק פון א דריי פערטל געבאקענע פאטעטא קיגל

געבן א סינגל וויש מיט די ווייפערס אויף א בארעגענטע ווינדשילד

רייכע וויין שמעק פון אן אנגעטרונקטער

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:07 am

· #496957
ברוינשטיין
א ציגארעטל הפסקה יום טוב אינמיטן די סעודה


נאך שולחן עורך

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:08 am

· #496958
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
וואלווי
שטייטע שפאציר אין א גאס רעגן הערענדיג yanni



מיט א שירעם?

גראַדע אָן א שירעם איז אויך א געדאַנק וויבאלד מען שפאַנט מיט א פעסטקייט ווי כאילו גארנישט קען דיך בייקומען, פרובירט'ס דאס אויס, מאַך אבער זיכער צו גיין מיט א געהויבן קאפ, ס'איז א געוויסער סארט טריפ

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:12 am

· #496959
ברוינשטיין
ווען איך האב עפעס א געדאנק אויף א געוויסע טעמע אבער ס'קומט נישט אריין צו אנהויבן רעדן דערפין, אבער איין שיינעם טאג ביי א קיפקע ברענגט איינער אויף דעם טעמע און דאַן לאז איך ווילדערהייט ארויס מיין מיינונג.


דאס איז שוין בגדר relief פון בויך וויי....

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:15 am

· #496961
ברוינשטיין
וואלווי
שטייטע שפאציר אין א גאס רעגן הערענדיג yanni



מיט א שירעם?

גראַדע אָן א שירעם איז אויך א געדאַנק וויבאלד מען שפאַנט מיט א פעסטקייט ווי כאילו גארנישט קען דיך בייקומען, פרובירט'ס דאס אויס, מאַך אבער זיכער צו גיין מיט א געהויבן קאפ, ס'איז א געוויסער סארט טריפ


בדיוק.


אן א שירעם.

שטייטע שפאציר, געהויבענע קאפ, נאכדעם זעצט מען זיך אראפ און מ'מאכט צו די אויגן, מ'לאזט די ווייסער רינען אויפ'ן פנים.

נאך א שלעפ איז נאך בעסער...

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:15 am

· #496962
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
ליינען אן ארטיקל פון @יואב

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:17 am

· #496963
וואלווי
בדיוק.
אן א שירעם.

שטייטע שפאציר, געהויבענע קאפ, נאכדעם זעצט מען זיך אראפ און מ'מאכט צו די אויגן, מ'לאזט די ווייסער רינען אויפ'ן פנים

די וואַסער אויפן פנים גיבן דיך דעם געפיל פון טרערן, ס'איז א גן עדן!

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:18 am

· #496964
ס'איז די געשמאקע געפול פון ביטול, א let go געפול

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:35 am

· #496965
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
-די גוטע שפירונג נאכן ברעכן

-שאוער מחשבות

-טרעטן אויף אייז וואס האט זיך געשאפן העכער א ליידיגען פּאַט-האול און די הערסט די גערוישעלעך ווי עס צעפיצלט זיך

-פלוצלינג כאפסטו זיך אז דאס קאפ-וויי איז פארשוואונדן

-יFlouting- אויפן וואַסער מיטן פנים צום אָפגרינד (מיט גאַגלס פארשטייט זיך)

-אן אויג פארכאפנדע פאַראנאַמע פון נאַטיר

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:49 am

· #496967
שפאצירן אויף א פארפרוירענע לעיק

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 6:51 am

· #496972
בשעת'ן מאכן א שלשלת'דיגע גרעבטץ, נאכן טרינקען פון די קליינע גרינע פלעשלעך כשר לפסח ווישי וואסער, שטייטסעך נאכן אפיקומן פאר מ'וואשט צעך מאמעחרוינים.

די ערשטע בייס אין די מצות נאך מוציא מצה.

שרייבן אן ארטיקל און פאוסטן אין קאווע שטיבל!

באקומען א באנטש לייקס!

מוצאי פסח נאכן שיין אפוואשן און אוועקפאקן אלע פסח'דיגע געשיר און פארמאכן דעם פסח'דיגן קאך.

וואקן שנעלער פונעם עסקעלעיטאר.

געסן א Wordle ביים דריטן טריי.

דעם ערשטן טעימה פון א פיינעם בוירבאן.

זיך הויך אינטערברימען ווען דער בעל קורא ליינט אן אזלא גרש טראפן.

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 10:23 am

· #496974
פרישע שטייפע קאטשעניא ליל שישי מיט די ווארעמע חלות.

היסטאריע » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:18 am

· #496977
ווען איך דרייוו, און פאר מיר געמיטלעך, א אנגעצויגענע פייפט אונטער מיר, און איך רוק מיר אין דער זייט, און לאז אים אדורך.

אין סופערמארקעט, ווען איינער איילט זיך זייער, פרעג איך אים, איר ווילט גיין פריער? נאו פראבלעם, גיי!

פרעגן א עלטערע איד אין ביהמ"ד אויב ער וויל א קאווע.

געבן א האנט פאר א שווער גייענדיגע איד.

דערוועקט » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:24 am

· #496978
מיטן אצבע אפברעכן א געהענגל הענגעדיגע אייז שפיצן פריש געשאפן נאכן אייז-רעגן שטורעם

ארויסקומען דער ערשטער פארטאגס נאך א שניי - אלע קארס נאך פארקירט אומבארירט, באטרעטן דעם גלאטן ענדלאזער ווייסן טעפיך מיט די ערשטע שיך טריט צום גערויש פון די צוקוועטשענדע שניי ברעקלעך.

עפענען און נוצן יעדן האנטוך - מקטן ועד גדול - אינעם האטעל באדע צימער.

איבערלאזן דעם האטעל צימער א חאזעריי ווי נאך א טעראר אטאקע און ארויסוואקן פון טיר ווי א מחותן.

שטייטליך אפשיילן די פלאסטיק און פערפעקטע פארפאקונג פון א ברענד נייע עלעקטראנישע דעווייס, האלטן דעם גלאנציגן הארטן באקסל פאר א טאג צוויי און דערנאך בלית ברירה ארויסווארפן.

אפרייסן די פרייז טעג פון פרישע מלבושים. שלעפן דעם פלאסטיק ביים פיסק פון א פערסאנעל קעיר קרים און ארויסקוועטשן א גלייכע ליניע טיפה ראשונה. אפהויבלען מיט ביטול די אלומיניום קעפל פון א טייערע וויין פלעשל. אויספליקן די שטאפער רינגלעך פון א צוואנציג אראנדש דשוס באטלעך צווישן מנחה מעריב מוצאי תענית.

צקון לחש » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:27 pm

· #496979
ארויסשלעפן אן אריינגעוואקסענע פוס נעגל

קידוש » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 2:10 pm

· #496983
צק
ווען איך זעה מיין חניאקישע שכן וואס האלט זיך 10 פיס העכער מיר טוט כסדר בליקן אין ריכטונג פון מיין ווייב, און קוקט צוריק ווען זי וואקט אין בעק פון אים..... (און זעהן ווי זיין ווייב בייסט זיך די ליפן.....)

כרם זית » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 3:16 pm

· #496984
לחבבה על בעלה...

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:40 pm

· #496986
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
-שמעוסן מיט איינער וואס איז קלוגער פון מיך

שאלתיאל » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:40 pm

· #496987
א לייק אויף א פאסט אין קאווע שטיבל ( נעע, כ'האב נישט געמיינט 😉 ..)

שאלתיאל » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:46 pm

· #496988
פראקטיצירן מעדיטאציע ביים ברעג פון א שטילן ביטש אויף די זאמד נעבן די רוישיגע כוואליעס...

גיין שפאצירן צווישן בערג ארומגענומען מיט הערליכע אויגפארכאפענדע און הארץ בארואיגענדע לאנדשאפט ווען א קיל אנגענעמע ווינטל בלאזט אויף דיר באגלייט מיט גלעטענדע זון שטראלן און לאזן די מחשבות פריי לויפן...

כאפן א פרישע טיפע 'דערהער' וואס ברענגט מיך צו טראכטן פונקט פארקערט פון פריער..

דיסקוסירן א זאפטיג שטיקל פאליטיק, השקפה, פילאסאפיע און זיך ארויסגעבן דערביי די נשמה..

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:48 pm

· #496989
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
ליגן אויף גראז מיטן פנים אראָפ און שמעקן די פרישע גראָזיגע בליענדע שמעק

pseudonym1 » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 6:28 pm

· #496993
ווען צוויי פון דיינע בעסטע YouTubers מאכן א Collab

ווען דו מיינסט האסט פארלוירן דיין פאון/ בערזל/ שליסלעך, אבער למעשׂה איז עס אין אן אנדערע טאש.... What a relief!!

ווען סיי די שאכטל סיריעל און סיי די באטל מילך ענדיגן זיך פּונקטליך מיט דיין טעלער (נאכן 'רי-פילן' צווי-דריי מאל, פארשטייצעך)

שיילן א Tangerine און די שאלאכץ קומט אראפּ אין איין לאנגע שטיקל.

טרעפן א Parking spot גלייך פארנט פון מיין הויז (נאכדערצו זונטאג און מיטוואך ביינאכט)

ווען איך קליק אפן א פעדער, און איך נוץ אויס די געלעגנהייט צו געבן אזא איבריגע צוואנציג-דרייסיג קליקס, און אזוי אן קוקן בכלל קומט עס אויס אז די לעצטע קליק האט עס געלאזט אפן, און איך שפּאר זיך די לעצטע אומ'חשק'דיגע קליק.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 7:28 pm

· #496997
דערוועקט

איבערלאזן דעם האטעל צימער א חאזעריי ווי נאך א טעראר אטאקע און ארויסוואקן פון טיר ווי א מחותן.

דערוועקט: דיך לאז איך (בלי"נ) נישט (מער) אריין אין מיין האטעל. איך האב מיך טאקע געווינדערט ווער ס'האט איבערגעלאזט א געפערליכע חזיר שטאל אין ביהכ"ס. אויסגעפאטשקעט אלע זייפן. און אויפגעמאכט אלע האנטיכער. דער גוי האט געדארפט שווער ארבעטן אויסצגראדן די חאזעריי וואס דו און דיין משפחה האבן איבערגעלאזט...!

לשם יחוד » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 8:06 pm

· #496999
מוצאי פורים ווען די קינדער שלאפן שוין, אריינרוקן האלב פון די נאש אין די מיסט.

צקון לחש » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 9:30 pm

· #497003
pseudonym1
ווען די מיינסט האסט פארלוירן דיין פאן/בערזל/שליסלעך אבער למעשׂה איז עס אין אן אנדערע טאש
What a relief!!

דאס איז די סארט הנאה פון "דארווח לה זימנא" (קדושין ו:), עס איז זייער אן אינטערסאנטע זאך; עס ווערט א פאזאטיווע הנאה - יש מאין, ד.ה. די ריליעף פון סטרעס איז נישט בלויז א ריליף, נאר א פאקטישע פארגעניגן.
איך גלייב אז עס איז דא אן אפיציעלע טערמין דערויף אינעם ענגלישען שפראך, אפשר ווייסט איינער דערפון, @מי אני?

מי אני » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 10:00 pm

· #497007
איך ווייס נישט אויב דאס איז וואס דו מיינסט אבער אין די סוגיא פון בּיהעיוויאריזם אין פּסיכאלאגיע (לגבי אַפּעראנט קאנדישאנינג) איז דא די פשוט'ע געדאנק פון ריענפאָרסמענט, והיינו שכר ווען מען וויל שטערקערן א געוויסע בּיהעיוויאר וואס איז דאס גורם אלס א קאנסעקווענץ, און פּאָנישמענט, דהיינו עונש ווען מען וויל אפשוואכן א געוויסע בּיהעיוויאר וואס איז דאס גורם אלס א קאנסעקווענץ. אבער בתוך ריענפאָרסמענט [שכר] אליין איז דא א חילוק צווישן פּאזיטיווע ריענפאָרסמענט, וואס איז פשוט ווען מען באקומט א גוטע זאך וואס מ'האט פריער נישט געהאט אדאנק די בּיהעיוויאר וואס מ'האט געטוהן, און נעגאטיווע ריענפאָרסמענט, וואס איז א "שכר" אז א פריערדיגע שלעכטע/נעגאטיווע סטימיולוס וואס איז געווען/מ'האט געהאט ווערט אפגעטוהן אדאנק די בּיהעיוויאר וואס מ'האט געטוהן. (דאס זעלבע, אין פארקערט, איז לגבי צוויי סוגי פּאָנישמענטס - פּאזיטיוו וואס געבט עפעס שלעכט מחמת הבּיהעיוויאר, און נעגאטיוו וואס נעמט אוועק עפעס גוט מחמת הבּיהעיוויאר.)

די משל וואס דו דערמאנסט איז א סארט נעגאטיווע ריענפאָרסמענט, הגם נישט אין די קאנטעקסט פון בּיהעיוויאריזם און "ריענפאָרסמענט".

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:27 pm

· #497010
קראכן באבל Wרעפס....
שלאפן ווען עס גיסט אינדרויסן.

(איי העפין טו לאוו דיס אשכול....)

תנחום » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:44 pm

· #497011
גיין מיט סניקערס ווען די גאנצע שטאט איז אין שטייפע עקאו שיך.

אפשיילען דעם דינעם בלעכל אויפן טעיסטער טשויס באטל און באקומען דעם פרישן קאווע גראך אין פנים אריין.

ברוינשטיין » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 11:58 pm

· #497013
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
-זיין דאס ערשטע ביים אָפשטייגן פונעם פליגער.

-עסן מצה מוצאי פסח (יא! לאָז דיך אָפ פון דעם פיצא בול-___)

-טשולנט פרייטאג צונאכטס נאכן סעודה.

-אויפשטיין ערב יום כיפור איינס אזייגער נאכמיטאג (אין בעסטן פאַל שלאָגן קפרה'ס מיט געלט)

-ביטשן א ביגשאַט

וואלווי » פרייטאג מערץ 25, 2022 10:56 am

· #497022
[ציטאט אראפגענומען]


פארגעניגען פאר דיר, אדער פאר איר...?

הוגה » פרייטאג מערץ 25, 2022 1:39 pm

· #497026
אלע צוזאמען
פרישע שטייפע קאטשעניא ליל שישי מיט די ווארעמע חלות.


פרישע קאטשעניא איז קיינמאל שטייף און שטייפע (פארגליווערטע כצ"ל) קאטשעניא איז נישט פריש. און אפשר לערנסטו אונז אויס וויאזוי מען טונקט חלה אין שטייפע קאטשעניא? 😉

נאר א ווערטל

קידוש » פרייטאג מערץ 25, 2022 2:27 pm

· #497027
עסן מעלאנע שבת נאמיטאג, נאך א דריי-און-א-האלב שעה'יגן 'דרימל'.
זיך אנגיסן א קאפ אראנדזש דזשוס מוצאי תענית 'פאר עלינו'.

ברוינשטיין » פרייטאג מערץ 25, 2022 3:00 pm

· #497029
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
-נייע אויגן גלעזער און זעהן אלעס קריסטאַל קלאָר.

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש מערץ 26, 2022 8:44 pm

· #497034
ווען מיין סעקרעטארין האט מיר אנגעקלאגט אויף געמיינע רילעישענשיפ און ס’איז ארויס ברבים דורך דער רב פון ביהמ"ד וואס האט אויסגעשריגן אז איך בין א מנוול, די בושות זענען געווען שרעקליך און נישט איבערצוטראגן...


ויקץ והנה חלום.... ס'איז בלויז געווען א חלום... אההההה...

שמן למאור » מוצ"ש מערץ 26, 2022 9:38 pm

· #497037
ווען איך זיץ אין ביה''כ פונעם ביה''מ פארן דאווענען, און די שכן דערנעבן סארכעט אהן די גאנצע שטיב און ס'ממש נישט צום אויסהאלטן,
נעם איך א שטיקל טוילעט פאפיר, איך גיב מיר א וויש ווי די אידן האבן גערוהט, איך לייג עס צו צום נאז... אההה א טעם גן עדן ריח נחוח...

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 27, 2022 3:29 am

· #497048
ביטע....

שמן למאור » זונטאג מערץ 27, 2022 1:09 pm

· #497059
[ציטאט אראפגענומען]

יא, ענדליך צו וואס שמחה'לע קאפשטיק האט געשריבן,

עס איז דא א אלטע ווערטל,
וואס איז די בעסטע חלום צו האבן?
וועסטו זאגן אז עס איז צו געווינען א לאטערי טיקעט פון מליאנען דאלארן, איז אבער די פראבלעם, אז ווען מען שטייט אויף פון שלאף האט מען צער אז עס איז בלויז געווען א חלום,
וועסטו זאגן אז די בעסטע חלום איז אז מען פארלירט עטליכע מליאנען, און דאן שטייט מען אויף און מען זעט אז ס'נאר געווען א חלום, איז אבער די פראבלעם אז למעשה בשעת די חלום איז דא די צער פון פארלירן דאס פארמעגן,

נאר וואס דען איז די בעסטע חלום צו האבן?
אז מען עסט טשאלענט און קיגל, און ווען מען ערוועקט זיך טוט די בויך נישט וויי...

יין שרף » זונטאג מערץ 27, 2022 3:31 pm

· #497062
שמעקעדיג
ביטע....

#שמעקעדיג...

בן עיר » זונטאג מערץ 27, 2022 5:58 pm

· #497067
ווען מיין בעבי שמייכלט צו מיר, בפרט די ערשטע שמייכל
אנהייב ווען דאס קינד ווערט געבוירן פילט עס נאך פאר מיר אביסל פרעמד אבער איינמאל דאס קינד שמייכלט צוריק פיל איך א שטארקע קאנעקשאן

פאר'ן דאווענען » זונטאג מערץ 27, 2022 9:26 pm

· #497075
ליינען א גוט שטיקל @ברוינשטיין אויף ק"ש

פאליטיקאנט » מאנטאג מערץ 28, 2022 3:38 am

· #497094
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
- אראפשיילן א בלעטל די צווי זייטן און איבערלאזן נאר א פערפעקט מיטן.

- קראצן די פיס ענדלאז מוצאי שבת.

- אונטערזינגען אין שאוער.

- די לעצטע פינף מינוט פון א 45 מינוטיגע התבודדות אין וואלד.

pseudonym1 » דינסטאג אפריל 12, 2022 1:47 am

· #497965
כ'האב היינט אריינגערוקט א באזיך צום באבען, און זי האט מיר געגעבן די ערשטע taste פון די פּסח cake וועלכע זי האט נארוואס געענדיגט באקן. אנקימענדיג אהיים, איז מיר איינגעפאלן א רשעותדיגע פּלאן. איך וואק אריין אין דיינינג ראם (וואס מהאט נארוואס פּסחדיג געמאכט) און איך פאנג אן צו עסן די cake פארנט פון מיין מאמע און שוועסטערס אויפן couch, מאכענדיג דערביי זיכער אז ווי מער ברעקלעך זאלן פאלן אויף די ערד. די קולות און צעקות פון זייער זייט, בשעת איך שטיי מיט א בלעכענעם פּנים ווי צו זאגן איך ווייס נישט וואס זיי ווילן פון מיר, האבן מיך געגעבן א נייעם באדייט צו דעים ווארט priceless.

(זארגסט ענק נישט, איך האב זיי נאך אפּאר סעקונדעס געזאגט אז עס איז פּסחדיג, און אפי' אויפגערייניגט די ברעקלעך, אבער זיי זענען געבליבן אויפגערעגט for some reason. גיי פארשטיי.)

ברוינשטיין » דינסטאג אפריל 12, 2022 8:03 pm

· #498005
Re: זאַכן וועלכע גיבן דיך פאַרגעניגן
-דער גערויש פונעם גראָז שניידער פרייטאָג נאָכמיטאָג ביים אריינדרימלען.

-אייער לאָקשן

-שמעקן מיין פיאות נאָכן שאוער.

שמן למאור » מאנטאג מאי 16, 2022 9:33 pm

· #500205
אז מען האלט שוין אזוי ווייט אריין אונעם ספירה ציילן, אז מען דארף שוין נישט צירוקמישן דעם בלעטל פונעם קול יעקב סידור, צו זען וועליכע ספירות מען איז מתקן היינט
בלאט: 1 2