רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15169
רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
ס'טוט זיך אין די נייעס טישן און בענק ס'איז לעבעדיג מיט די נייעס אז רוסלאנד האט אנגעהויבן א אינוואזיע אריין קיין אוקריינא, און דא אויף קאווע שטיבל הערשט א טויטעניש קיין ווארט ווערט נישט דא דערמאנט, איך האב געעפענט דעם אשכול אויב איינער וויל דאך עפעס אפדעיטן זאל מען קומען דא.
ווי מ'שטייט יעצט קומט פאר באמבארדירונגען אין פילע שטעט איבער די לענג און די ברייט פון אוקריינא אפילו נאנט צו פוילין, ס'איז שוין דא הויפענעס פון טויטע, און די מערב וועלט האלט אינמיטן דורך שלאפן די נאכט רואיג און מארגן וועט מען זיך איבערקלערן ווי שארף די פארדאמונגען זאלן זיין, סענאטאר רוביא לייוו טוויט די אפדעיטס ווי מ'האלט, היות ער האט אינפארמאציע אלץ ווייס טשעירמאן פון די אינטעליזשענס קאמיטעי.
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
און גארנישט.
מ'קען טוען וואס מ'וויל אן ליידן קאנסעקווענצן.
די פאקט אז די מערב וועלט האט גארנישט געטוען פאר די אלע אגרעסיעס וואס פוטין האט אונטערגעדרייט ביז יעצט, ווייזט ווי שוואך, קורצזיכטיג און נאריש אונזערע (מערב) וועלט פירער זענען (נישט נאר ביידען). און ברענגט נאר ארויס ווי באקוועם און אומבאהאלפן די מערב וועלט איז געווארן אין די לעצטערע יארן.
פשוט'ע היסטאריע האבן זיי פארגעסן.
די עקאנאמיע גייט אונטער, די ווירדן זענען שוין אויך אויסגעטריקנט, און יעצט די מיליטערישע (שלום היטנדע...) שטארקייט גייט א גאנג...
(היוצא לנו מכל זה, פירטס ענק אויף ווי מענטשן און דרייטס נישט אן קיין שנאה אויף אידן, ווייל קיינער גייט אונז נישט באשוצן ח"ו)
End rant.
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
אלס איינער וואס גלייכט זייער פאליטיק, האב איך אסאך נאגעפאלגט די קריזיס. און וויפיל איך שוים אז דער רוס ווייזט יעצט אויף די מינוט אסאך גבורה, קען איך נישט באשלוסן וואס וואלט ווען געווען בעסער.
איך האב געטוישט מיין שפעקולאציע פון יעצט ביז א פאר שעה צוריק. און נישט נאר היינט, נאר די לעצטע פאר וואכן אזוי.
לדוגמא, ערשט האב איך שפעקאלירט אז די רגע וואס רוסלאנד האט געבראכן אונטערנאציאנאלע געזעץ מיטן אינוואדירן א פרידליכע לאנד, וואלט די מערב וועלט געדארפט ענטפערן מיט הייס פייער. אפילו אויב געזעצליך קען זיין אז זיי האבן נישט עכט קיין לעגאלע בארעכטוגונג.
למעשה ווייס איך נישט. קען זיין, אויפן יעצטיגן מאמענט לוינט יא ענדערש געבראטענע סאנקציעס ווי איידער מיליטערישע מאכט. וואס איז אויב צום ביישפיל, כינע ווארט אויף די מאמענט וואס די מערב וועלט ווערט אראפגעבינדן אין א שווערע מלחמה מיט רוסלאנד און זיי צופירן זיך די הענט?
מיין נקודה איז נישט אז איך בארעכטיג די אמעריקאנער רעגירונג זאל שוואך רעאגירן ווייל,"אפשר אהער און אפשר אהין". אדער אז עס איז שווער צו מאכן די ריכטיגע באשלוס ווייל עס איז קאמפליצירט. און צוליב דעם טוה איך בארעכטיגן דעם פרעזידענט אויב וועט ער זיך באנארישן און טון די נישט ריכטיגע מאוו.
סך הכול וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז עס נאך זייער זייער פרי אין די רוסישע געמבל צו באמת וויסן ווער וואס נעמט די ריכטיגע שריט. אויף די מינוט נעמען ביידע זייטן גאר אסאך ריסק, און עס איז גאר שווער אויסצורעכענען וואס גייט זיך האבן געלוינט. אויף די מינוט שפילן פוטין און ביידן שאך. מען דארף נאך אסאך אויסווארטן צו קענען באמת רופן א געווינער/פארלירער.
#מיינע_צוויי_צענט
און אז דו רעדסט שוין פון כינע, איז כדאי צו דערמאנן אז כינע קוקט שוין ארויס יארן איינצושלינגן טייוואן, און קען אפילו זיין אז זיי גייען עס בקרוב טוהן זעהנדיג וויאזוי די מערב וועלט וועט רעאגירן אויף די רוסן פאר זייער אייננעמען אוקריינע. די שוואכע מערב וועלט.
די אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..
וואס טוט זיך אין יוקרעין איז נישט אזוי ווייט נוגע אונז קאווע שטיבל שרייבער, פונקטליך די נייעס, וויסן וואס דער האט געזאגט און יענער האט געשטאמעלט, אבער וואס מען זעהט יא איז, אז הבטחות פון אנדערע מדינות זענען ווערט א רעטעך, און טאמער איז מען נישט אליין באוואפענט מיט א שטארקע ארמיי, קען מען קוקן ווי א הערש אין די העדלייטס און ווארטן צו וועען איינגענומען.
כלפי מה הדברים אמורים? מען האט אונז געגעבן א אייגענע לאנד, ארץ־ישׂראל, און אפאר קנאים גייען קאפ אין וואנט אז מען טאר נישט, איי וואס וועט זיין מיט א היטלער וואס ווילן הרג'נען אלע אידן? נעה זאגן די קנאים, די אומות העולם וועלן נישט צולאזן. יא, די זעלבע אומות העולם וואס האבן פארדאמט די רציחות פון היטלער, פארדאמען די רציחות פון פוטין, אבער פון פארדאמען לעבט מען נישט.
אהן דעם וואס אונז האבן א אייגענע מדינה און א ארמיי וואס שרעקט אפ אלע שונאי ישראל אז זיי זאלען נישט חלומ'ן פון רציחה און פארגיסען אידיש בלוט, האבן אונז נישט קיין זכות קיום.
דאס דערמאנט אונז די מלחמה אין אוקריינא. אז די אמעריקאנער לינקע וואס זענען שוין די כלומר'שט בעלי רחמנות, טוען גארנישט צו פראטעקטען יוקרעין, חוץ ווען זיין זוהן דארף פארדינען אפאר דאלאר דאמאלס איז ער דא. בושה און א חרפה.
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
דאס האב איך שוין לאנג צוריק איינגעזען.
נאך די האלאקאוסט איז געווען א ריזיגע 'מאוומענט' "נעווער עגעין" וועלכע האבן קאמפיינט און מכלומר'שט געטוישט וועלט פאליסיס צו זיכער מאכן אז די 'וועלט' גייט נישט צולאזן נאכאמאל קיין דשענאסייד.
למעשה האבן זיי גארנישט אויפגעטאן און צענדליגע דשענאסיידס זענען פארגעקומען אין די לעצטע זעכציג יאר בשעת די וועלט האט איינגענומען א שווייגעניש.
באסניע, קאמבאדיע, און רוואנדע זענען בלויז פון די מער באקאנטע, סאדאם כוסעין האט אפגע'שחט'ן טויזענטער און די וועלט האט זיך נישט געמישט ביז ווילאנג עס האט זיי נישט אפעקטירט.
בלויז א קנאפע זעקס יאר צוריק האט אייסיס געמארדעט אין די מאסן און קיינער האט זיך נישט געמישט ביז עס האט געשטערט די אייגענע אינטערעסען.
יעצט אין אוקריינא איז (נאך דערווייל) אביסל אנדערש, ווייל עס איז א געהעריגע מלחמה געבויעט אויף מאכט און פאליטיק צווישן צוויי לענדער און נישט קיין פארטיליגונג פון א פאלק / ראסע / גרופע, דעריבער האלט איך נישט אז מיליטערישע מאכט דארף זיין די ענטפער. אבער די שוואכקייט איז ממש שרייענד!
ווען פוטין האט אינוואדירט קריימיע און פרעך גע'טענה'ט אז ס'איז נישט עם... און נאכדערצו דערנאך אראפגעשאסן א ציווילע פליגער (אפי' אויב בטעות) און די וועלט האט "גארנישט געטוען" האב איך שוין דאן איינגעזען ווי אין דער ערד די מערב וועלט איז.
ווי זענען געווען די ערענסטע סאנקציעס וועלכע האבן געזאלט אפשרעקן פוטין פון ווייטער גיין און אנדערע פון נאכטוען? פארוואס האט נישט די מערב וועלט אפגעהאקט נאנטע באציאונגען מיט זיי? פארוואס נישט אוועקנעמען מערב וועלט טעכנאלאגיע פון רוסלאנד (ווי טראמפ האט געטוען צו כינע)?
אפי' יעצט האט די וועלט אגאנצן צייט נאר געזאגט אז "אויב / ווען רוסלאנד גייט אינוואדירן, דאן גייט קומען קאנסעקווענצן". אהא, הייסט אקט פון אגרעסיעס / מלחמה איז אקעי? האט מען זיך נישט אויסגעלערנט אז פון אפיעזן (appease) אן אגרעסאר קומט מען אין ערגעץ נישט אן?
דאס איז אויך א לעקציע פאר'ן פריוואטע לעבן; קיינער (חוץ נאנטע משפחה און 'אמת'ע פריינט) גייט נישט ארויסגיין פון זייער קאמפארט זאנע / גיין קעגן זייער אינטערעסן פאר דיר! ברגע האמת איז יעדער פאר זיך.
צוריק צו געלט און כבוד.
טאמבל סאסדי אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..
טאמבל סאס: דאס איז אויך אמת. מיין הארץ בלוטיגט נישט צו שטארק פאר זיי. נאכמער. פוטין האט געניצט אט דעם תירוץ פאר 3 יאר צוריק ווען ער האט אינוואדירט די אנדערע חלק פון אוקראינע. אז ער שיקט אריין זיין מיליטער כדי צו באשיצן די אידן פון אנטיסעמיטיזם אין אוקראינע...!
פאליטיקאנטדאס האב איך שוין לאנג צוריק איינגעזען.
נאך די האלאקאוסט איז געווען א ריזיגע 'מאוומענט' "נעווער עגעין" וועלכע האבן קאמפיינט און מכלומר'שט געטוישט וועלט פאליסיס צו זיכער מאכן אז די 'וועלט' גייט נישט צולאזן נאכאמאל קיין דשענאסייד.
למעשה האבן זיי גארנישט אויפגעטאן און צענדליגע דשענאסיידס זענען פארגעקומען אין די לעצטע זעכציג יאר בשעת די וועלט האט איינגענומען א שווייגעניש.
באסניע, קאמבאדיע, און רוואנדע זענען בלויז פון די מער באקאנטע, סאדאם כוסעין האט אפגע'שחט'ן טויזענטער און די וועלט האט זיך נישט געמישט ביז ווילאנג עס האט זיי נישט אפעקטירט.
בלויז א קנאפע זעקס יאר צוריק האט אייסיס געמארדעט אין די מאסן און קיינער האט זיך נישט געמישט ביז עס האט געשטערט די אייגענע אינטערעסען.
יעצט אין אוקריינא איז (נאך דערווייל) אביסל אנדערש, ווייל עס איז א געהעריגע מלחמה געבויעט אויף מאכט און פאליטיק צווישן צוויי לענדער און נישט קיין פארטיליגונג פון א פאלק / ראסע / גרופע, דעריבער האלט איך נישט אז מיליטערישע מאכט דארף זיין די ענטפער. אבער די שוואכקייט איז ממש שרייענד!
ווען פוטין האט אינוואדירט קריימיע און פרעך גע'טענה'ט אז ס'איז נישט עם... און נאכדערצו דערנאך אראפגעשאסן א ציווילע פליגער (אפי' אויב בטעות) און די וועלט האט "גארנישט געטוען" האב איך שוין דאן איינגעזען ווי אין דער ערד די מערב וועלט איז.
ווי זענען געווען די ערענסטע סאנקציעס וועלכע האבן געזאלט אפשרעקן פוטין פון ווייטער גיין און אנדערע פון נאכטוען? פארוואס האט נישט די מערב וועלט אפגעהאקט נאנטע באציאונגען מיט זיי? פארוואס נישט אוועקנעמען מערב וועלט טעכנאלאגיע פון רוסלאנד (ווי טראמפ האט געטוען צו כינע)?
אפי' יעצט האט די וועלט אגאנצן צייט נאר געזאגט אז "אויב / ווען רוסלאנד גייט אינוואדירן, דאן גייט קומען קאנסעקווענצן". אהא, הייסט אקט פון אגרעסיעס / מלחמה איז אקעי? האט מען זיך נישט אויסגעלערנט אז פון אפיעזן (appease) אן אגרעסאר קומט מען אין ערגעץ נישט אן?
דאס איז אויך א לעקציע פאר'ן פריוואטע לעבן; קיינער (חוץ נאנטע משפחה און 'אמת'ע פריינט) גייט נישט ארויסגיין פון זייער קאמפארט זאנע / גיין קעגן זייער אינטערעסן פאר דיר! ברגע האמת איז יעדער פאר זיך.
צוריק צו געלט און כבוד.
א. נישט נאר סאדאם כועסין האט געהארגעט מענטשען נאך די קריג נאר די פרייע אמעריקע גאר האט פונקט אזוי געהארגעט מענטשען אין איראק, אפגאניסטאן, וויעטנאם וכו׳ וכו׳
ב. וואס קען אמעריקע טוהן יעצטס למעשה? אריינגיין אין מלחמה מיט רוסלאנד מיינט “א דריטע וועלט מלחמה”.
ג. פארוואס פארלאנגט יעדער אז אמעריקע זאל אייביג זיין די פאליס פון די וועלט? ווייל אונז האבן די מערסטע געלט? אונז קענען נישט עדיוקירן די יונגען, נישטא קיין געלט פאר העלטקעיר פאר די אלטע, ניטאמאל פאר די פארוואונדערטע סאלדאטן פון די פריערדיגע מלחמות קענען אונז געהריג קעיר נעמען, זאלן מיר ווייטער גייען אין א מלחמה ווייל א לאנד אין די אנדערע זייט וועלט,
טויזנטער מיילן אוועק פון אונז האט אטאקירט א צווייטע לאנד? וואס עפעס? ווען דיין קינד זאל יעצט זיין אין די אמעריקאנער ארמיי וואלסטו געוואלט אז מזאל פארדעם איינשטעלן זיין לעבן?
וואס עפעס אמעריקע? ער האט אונז נישט אטאקירט (חוץ מיט cyber attacks) און ער פלאנט אונז נישט לכאורה צו אטאקירן.
אפשר זאל אייראפע יעצט מלחמה האלטן מיט אים זיי זענען נענטער. סאיז נישט אמעריקע׳ס פראבלעם. סאיז א פראבלעם פאר די גאנצע פרייע וועלט. און די איינציגסטער וועג איז נאר סאנקציעס. אז איינער טשעפעט א צווייטע לאנד און איז אגרעסיוו וועלן מיר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט זיי, אבער הייס געווער, שיקן אונזערע סאלדאטן אין א שלאכטפעלט קעגן די רוסישע בער? נישט קיין גוטע עצה.
ד. דאס געשעהט ווען א מדינה לאזט צו אז די גאנצע מאכט זאל בעלבאטעווען איין מענטש און אלעס זאל זיך פירן לויט זיין גוסטע...
אין אמתן אריין פארוואס דארף פוטין אוקריינא, א ארימע צוריקגעשטאנענע לאנד?
נאר די היינטיגע רוסן זענען נישט מוחל פארן צונעמען אוקריינא פון די מוטער-רוסלאנד. די אנדערע דרייצן לענדער זענען זיי מוחל, אוקריינא קוקן זיי אן ווי סאיז ממש רוסלאנד, און ווי unfinished business.
פאר מעהר זעהט די קליפ:
<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=VF0IuCGO6Yc">https://m.youtube.com/watch?v=VF0IuCGO6Yc</a>
שבת אחים.אפשר זאל אייראפע יעצט מלחמה האלטן מיט אים זיי זענען נענטער. סאיז נישט אמעריקע׳ס פראבלעם. סאיז א פראבלעם פאר די גאנצע פרייע וועלט, און די איינציגסטע וועג איז נאר סאנקציעס. אז איינער טשעפעט א צווייטע לאנד און איז אגרעסיוו וועלן מיר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט זיי, אבער הייס געווער, שיקן אונזערע סאלדאטן אין א שלאכטפעלט קעגן די רוסישע בער? נישט קיין גוטע עצה.
סאנקציעס האט נאך קיינמאל נישט געהאלפן, אז די מערב וועלט זאל זיך אריינמישן מיליטעריש, איז די איינציגסטע לעזונג צו די קריזיס, און טאקי רוב 'אמעריקאנער' עגריען מיט @שבת אחים און ווילן נישט אז אונז זאלן שיקן אונזערע זעלנער אהין, סאנקציעס אליין גייט נישט און קען נישט העלפן, סייבער אטאקעס אפשר.
נישט ממש
@שבת אחים. זיי דארפן [ווארימע] לאנד. רוב רוסלאנד איז אנהאביטאבל. נישט אוממעגליך אבער גאר הארשע וועטער. זע לינק <a class="postlink" href="https://www.rbth.com/lifestyle/333980-population-in-russia-density">https://www.rbth.com/lifestyle/333980-p ... ia-density</a>
שבת אחיםא. נישט נאר סאדאם כועסין האט געהארגעט מענטשען נאך די קריג נאר די פרייע אמעריקע גאר האט פונקט אזוי געהארגעט מענטשען אין איראק, אפגאניסטאן, וויעטנאם וכו׳ וכו׳
ב. וואס קען אמעריקע טוהן יעצטס למעשה? אריינגיין אין מלחמה מיט רוסלאנד מיינט “א דריטע וועלט מלחמה”.
ג. פארוואס פארלאנגט יעדער אז אמעריקע זאל אייביג זיין די פאליס פון די וועלט? ווייל אונז האבן די מערסטע געלט? אונז קענען נישט עדיוקירן די יונגען, נישטא קיין געלט פאר העלטקעיר פאר די אלטע, ניטאמאל פאר די פארוואונדערטע סאלדאטן פון די פריערדיגע מלחמות קענען אונז געהעריג קעיר נעמען, זאלן מיר ווייטער גייען אין א מלחמה ווייל א לאנד אין די אנדערע זייט וועלט,
טויזנטער מיילן אוועק פון אונז האט אטאקירט א צווייטע לאנד? וואס עפעס? ווען דיין קינד זאל יעצט זיין אין די אמעריקאנער ארמיי וואלסטו געוואלט אז מזאל פארדעם איינשטעלן זיין לעבן?
וואס עפעס אמעריקע? ער האט אונז נישט אטאקירט (חוץ מיט cyber attacks) און ער פלאנט אונז נישט לכאורה צו אטאקירן.
אפשר זאל אייראפע יעצט מלחמה האלטן מיט אים זיי זענען נענטער. סאיז נישט אמעריקע׳ס פראבלעם. סאיז א פראבלעם פאר די גאנצע פרייע וועלט. און די איינציגסטער וועג איז נאר סאנקציעס. אז איינער טשעפעט א צווייטע לאנד און איז אגרעסיוו וועלן מיר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט זיי, אבער הייס געווער, שיקן אונזערע סאלדאטן אין א שלאכטפעלט קעגן די רוסישע בער? נישט קיין גוטע עצה.
ד. דאס געשעהט ווען א מדינה לאזט צו אז די גאנצע מאכט זאל בעלבאטעווען איין מענטש און אלעס זאל זיך פירן לויט זיין גוסטע...
דעי טענה האט מען זיך שוין אויסגעלערנט פון היסטארי איז נישט קיין גוטע טענה און צווייטענס ווען אוקריינא איז ווען אין נאטא וואלסטו יא פארשטאנען אז אמעריקא דארף אריינגיין?
פאר וועם?
כ'האב נישט געוואלט עפענען א באזונדערע אשכול, לייג איך עס אהער.
און 'פוטין' האט ענדליך אויסגעפירט, דאס וואס די 'מערב וועלט' שרייט שוין פאר א חודש אז ער גייט טון, נעמליך אינוואדירן, און אפשר אויך איינעמען 'אוקריינע', די לופט באמבעדירונגען האבן זיך אנגעהויבן און די פארטאגס שעה'ן דארט, און האט נאכגעפאלגט מיט אן ערד אינוואזיע, און די מלחמה גייט אן מיט'ן פולן קראפט.
יעדע זאך וואס פאסירט אין די וועלט, ברענגט מיט די אידישע אספעקט און אידישע בליק אויף די געשעהעניש, איז פארוועם דארפן די אידן האפן אין די קאנפליקט, ווער איז בעסער פאר אחינו בני ישראל, די גראדע תירוץ איז, שטילקייט, ווען ס'נישטא קיין געשלעגן אוו עס איז רואיג, דאן איז די געשמאק'סטע פאר יעדעם איינעם, און דעריבער אויך פאר אונז אידן, אבער יעצט אז די שלאכטן זענען שוין און פולן קראפט, די פולווער, נישט נאר וואס מ'שמעקט עס, מ'פילט עס שוין אויף די ביינער, די קאנאנען, טאנקען, און הארמאטן שיסער, זענען שוין געלאזט געווארן אין גאנג, פאר וועם?
די ערשטע איז פאר אונזערע ברודער'ס אויף ביידע זייטן פון די פראנט, און אויף אונזערע געשוויסטער פון 'אוקריינע', וואס ווערן אטאקירט, זיי דארפן אונזערע תפילות, אונזערע צדקות, און אונזערע מעשים טובים פאר א זכות, צו געראטעוועט ווערן, כיון שנתנה רשות להשחית...
יא, 'פוטין' איז אן אגרעסיווער דיקטאטור, און א פראפעסיאנאלע מאפיאנער און מערדער וואס ברענגט אונטער זיינע שונאים איינס צוויי, יא 'זעלענסקי' איז גערעכט אז מ'האט אים אוועקגעכאפט דער 'קריימיער האלב אינזל' שוין אין 14', און ער איז דער נרדף דא, אבער העולם נברא אלא בשבילי, און פאר כלל ישראל, ווער איז בעסער פאר אונז? די רוסן, מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן וויפיל טויזענטער אידן זיי האבן אפגעהארגעט בגשמיות, און נאכמער ברוחניות, סיי אונטער די צאר'ן ימש''ם, און סיי אונטער דער אכזר נורא 'סטאלין' ימ''ש, אבער היינט הערשט דארט דעמאקראטיע, לגבי אידישקייט, ביז ווי לאנג מ'פארטשעפעט זיך נישט מיט'ן פירער 'פוטינ'ען גייט אידישקייט אן מיט די פולסטע שטארקייט, ס'וואקסט און ס'בליט הפצה חב''דסקע סטייל, ימה קדמה וצפונה ונגבה, האט 'פוטין' און זיינע רוסישע פויערן ליב דעם איד, לכאורה נישט, אבער ס'הערשט נישט קיין שנאת ישראל אפיציעל.
אריבער די גרעניץ קיין 'אוקריינע', איז ווידער, מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן די בלוט פון די טויזענטע קדושים וטהורים וואס די אוקריינע רוצחים האבן אויסגעשאכטן, דורכאויס די יארן, צו די צווייטע וועלט מלחמה, ווי די אוקריינער זענען געווען אקטיווע שותפים מיט די פארשאלטענע נאציס ימ''ש, צו זאל עס זיין די ביטערע גזירת ת''ח ות''ט, ווי דער אוקריינער גוי איז אויפגעשטאנען מיט א ציל להשמיד ולהרוג את כל היהודים, און אויסגעריסן גאנצעטע שטעט און קהילות, פעסט פארווערד אפאר הונדערט יאר שפעטער, און די תש''פ יארן, יא ס'נישט איינגעשריבן אינעם געזעץ אז מען מוז פיינט האבן דעם איד, אבער ווער עס איז שוין דארט געווען, ווייסט אז די אוקריינער אנאלפאבעטן זענען די גרעסטע אנטיסעמיטן אויף די אייראפע'שע קאנטינענט, איין חוץ איז דא, די מוסלומענער וואס האבן אינוואדירט אייראפע די לעצטערע יארן, אלס פליטים, אחוץ זיי, שטייט דער קיעוו'ער קאזאק אויפ'ן אויבן אן מיט א פעסטקייט.
נאך מער פון דעם, די איינציגסטע אזויגערופענע ציוויליזירטע לאנד אויפ'ן כדור הארץ, וואס האט אויף זייער וואלוטע די פנים פון איינע די גרעסטע אידן מערדער'ס איז 'אוקריינע', ווי 'בוגדאן כמעלנעצקי' שר''י פנים פיגורירט אויפ'ן 5 באנקנאט, און נישט נאר דארט, דער רשע איז די העלד מיט די ''ה'' הידועה אין די בלוט דורכגעווייקטע לאנד, צענדליגע געסער טראגן זיין נאמען, א שטאט נאך אים, הונדערטער סטאטוען און שיפן, א נאציאנאלע האלידעי פאר אים, און וואס נישט.
אזאנס אז א מדינה זאל שטאלצירן מיט איינע פון די גרעסטע אידן פיינט, דאס איז א מעסער אין די רוקן פון די היינטיגע יודנטום, און דעריבער, ניין, ס'קומט זיך זיי נישט מיין סימפאטיע, קיין איין ברעקל.
שבת אחיםא. נישט נאר סאדאם כועסין האט געהארגעט מענטשען נאך די קריג נאר די פרייע אמעריקע גאר האט פונקט אזוי געהארגעט מענטשען אין איראק, אפגאניסטאן, וויעטנאם וכו׳ וכו׳
ב. וואס קען אמעריקע טוהן יעצטס למעשה? אריינגיין אין מלחמה מיט רוסלאנד מיינט “א דריטע וועלט מלחמה”.
ג. פארוואס פארלאנגט יעדער אז אמעריקע זאל אייביג זיין די פאליס פון די וועלט? ווייל אונז האבן די מערסטע געלט? אונז קענען נישט עדיוקירן די יונגען, נישטא קיין געלט פאר העלטקעיר פאר די אלטע, ניטאמאל פאר די פארוואונדערטע סאלדאטן פון די פריערדיגע מלחמות קענען אונז געהריג קעיר נעמען, זאלן מיר ווייטער גייען אין א מלחמה ווייל א לאנד אין די אנדערע זייט וועלט,
טויזנטער מיילן אוועק פון אונז האט אטאקירט א צווייטע לאנד? וואס עפעס? ווען דיין קינד זאל יעצט זיין אין די אמעריקאנער ארמיי וואלסטו געוואלט אז מזאל פארדעם איינשטעלן זיין לעבן?
וואס עפעס אמעריקע? ער האט אונז נישט אטאקירט (חוץ מיט cyber attacks) און ער פלאנט אונז נישט לכאורה צו אטאקירן.
אפשר זאל אייראפע יעצט מלחמה האלטן מיט אים זיי זענען נענטער. סאיז נישט אמעריקע׳ס פראבלעם. סאיז א פראבלעם פאר די גאנצע פרייע וועלט. און די איינציגסטער וועג איז נאר סאנקציעס. אז איינער טשעפעט א צווייטע לאנד און איז אגרעסיוו וועלן מיר נישט מאכן קיין ביזנעס מיט זיי, אבער הייס געווער, שיקן אונזערע סאלדאטן אין א שלאכטפעלט קעגן די רוסישע בער? נישט קיין גוטע עצה.
ד. דאס געשעהט ווען א מדינה לאזט צו אז די גאנצע מאכט זאל בעלבאטעווען איין מענטש און אלעס זאל זיך פירן לויט זיין גוסטע...
יא יא,
פינקט דאס האט טשעמבערלעין געטענה'ט ווען היטלר האט איינגענימען עסטרייך און טשעכסלאוואקיע, אינז אלע ווייס מיר וויאזוי די מעשה האט זיך געענדיגט.
טאמבל סאסדי אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..
די פראבלעים איז נישט אז די אוקראינה'ר רוצחים כאפן פעטש, די פראבלעים איז אז פוטין נעמט איבער די וועלט.
@אלע צוזאמען, די דייטשן האבן אונז נאך מער געפייניגט, און נאך אלץ, זאל קומען א מדינה און פאר גארנישט אנהויבן א בלוט באד אין דייטשלאנד און אקופירן א פרידליך לאנד איז סתם השחתה און בלוט דורשטיגקייט און עפעס וואס מיר דארפן פארדאמען און זיכער נישט האבן סיי וועלכע סימפאטיע מיט דעם מושחת פוטין.
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
@שבת אחים כ'האב קיינמאל פארגעשלאגן מיליטערישע לעזונגען, כ'רעד פון עקאנאמישע סאנקציעס און אפשר סייבער אטאקעס.
פאליטיקאנט: זיי נישט ברויגז. אבער ווען ס'קומט צו סייבער אטאקעס האלט פאניע גנב א סאך ווייטער ווי אמעריקע. אפשר קענסטו מיר זאגן פון וועלכע ראיאן די מערסטע סייבער אטאקעס און איידענטיטי טהעפט קומט...?!
עהעם, א שיינער חלום. דער סי איי עי האלט פין ווייטער פין זיי. זיי מאכן נישט קיין גניבות, אבער זיי זענען ביי יעדן אין קאמפיוטער און סמארט פאן. אפילו די פליפ פאנס. זיי קענען זיך אינטערהערען און אריין קוקען אין יעדעס קאמפיוטער.
די רוסישע חברה נוצען טאקע נישט ווינדאס, אדער אנדערע אמעריקאנער סיסטעמס, ווייל זיי ווייסן דאס.
זיי זענען געהעריגע פאראזיטן וואס קענען אביסל גנב'נען, אבער צו זאגן אז זיי זענען ווייטער ווי אמעריקא אין טעכנעלאגיע פאסט נישט פאר אייך.
צדיק, טשעמבערליין איז נישט אמעריקע, נאר ענגלאנד וואס איז אין אייראפע.
נו? איך זאג אז ענגלאנד, פראנקרייך, איטאליע, דייטשלאנד, האבן טאקע א גרויסע פראבלעם און זיי זאלן גייען אין מלחמה אריין!
אמעריקע דארף יעצט לויפן אין מלחמה אריין יעדע שני וחמישי מיט יעדער איינער וואס טשעפעט זייערע שכנים אין די אנדערע עק וועלט? אלעס וועגן טשעמבערליין?
איך בין נאר נייגעריג צי דו ביסט גרייט מארגן זיך איינצושטעלן דיין לעבן, אדער די לעבן פון דיין קינדער יעדער מאל עפעס א דיקטעטאר אין די אנדערע עק וועלט מאכט א הויכע נפיחה?
די אלע וואס שרייען אייביג די העכסטע אז מ׳דארף גייען אין מלחמה האבן קיינמאל נישט קיין קינדער אין די ארמיי. ביי די איראקער מלחמה איז נישט געוועהן דאכצעך אפילו איין איינציגסטער פון די קאנגערסלייט וואס האט געשיקט זיינע קינדער אין ארמיי. נאר זיי שיקן ארימע שווארצע זאלן מלחמה האלטן פאר זיי.
קהל'ס נערטאמבל סאסדי אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..
די פראבלעים איז נישט אז די אוקראינה'ר רוצחים כאפן פעטש, די פראבלעים איז אז פוטין נעמט איבער די וועלט.
איינגענומען די וועלט?
ער איז שוין אויפן בענקל בערך דרייסיג יאהר. רוסלאנד האט פארלוירן 14 לענדער. און ער האט דערווייל צוריק גענומען צוויי קליינע טעריטאריעס, א קליינע חלק פון גרוזיע, און Crimea וואס באלאנגט טאקע פאר רוסלאנד, און רוב מענשטען דארטן ווילן אז סזאל זיין רוסלאנד.
דאס הייסט איינגענומען די וועלט?
ער האט נישט קיין שום חלום איינצונעמען די וועלט. ער איז קלוגער פון דעם, נישט אפילו זיכער אויב ס’גייט אים געלונגען צונעמען אוקריינא. ער פלאנט נישט צונעמען עסטרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, ענגלאנד וכו׳
און אויב גייט ער יא ווייטער דארף מען אים טאקע אפשטעלן. איך פרעג נאר פארוואס איז אייביג אמעריקע די פאליס פון די וועלט? די אנדערע לענדער האבן נישט קיין ארמיי? נאטא האט nuclear וואפן האט פראנקרייך געזאגט די וואך. נא? זאלן זיי גייען אין מלחמה. וואס עפעס אמעריקע?
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
שבת אחים נאר זיי שיקן ארימע שווארצע זאלן מלחמה האלטן פאר זיי.
מיין פראבלעם מיט ליבעראלן איז אז כאטש אסאך מאל איז די טענות גאנץ צו דער זאך, דאך וועלן זיי אלס אריינווארפן עפעס אן אנדערע אגענדע וואס הייבט נישט אן מאכן סענס.
נאך א משל איז דשאן קערי היינט מיט זאגן אז ער איז באזארגט אז די אוקריינא קריזיס גייט אוועקנעמען די וועלט'ס פאקוס פון די גלאבאלע אנווארעמונג אישו.
פאליטיקאנטשבת אחים נאר זיי שיקן ארימע שווארצע זאלן מלחמה האלטן פאר זיי.
מ
יין פראבלעם מיט ליבעראלן איז אז כאטש אסאך מאל איז די טענות גאנץ צו דער זאך, דאך וועלן זיי אלס אריינווארפן עפעס אן אנדערע אגענדע וואס הייבט נישט אן מאכן סענס.נאך א משל איז דשאן קערי היינט מיט זאגן אז ער איז באזארגט אז די אוקריינא קריזיס גייט אוועקנעמען די וועלט'ס פאקוס פון די גלאבאלע אנווארעמונג אישו.
און מיין פראבלעם מיט קאנסערוועטיווע איז, אז ווען עפעס געפעלט זיי נישט זאגן זיי אז עס מאכט נישט קיין סענס-
פינטל!-אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען!
שעפלע טייערע סאיז א אלטע פאקט!!! מלחמה- זאגט די רבי דזארדזש קארלין, מיינט פשוט “רייכע ווייסע מענטשען שיקן ארימע שווארצע אויפן שלאכטפעלד צו פראטעקטען אויף זייער פראפערטי און ריעל עסטעיט”
די שאלה איז נישט וואס מאכט סענס פאר דיר אדער נישט די שאלה איז צי סאיז אמת???
ביטע קוק אויף, פון אלע קאנגערסלייט און סענעטארס אין וואשינגטאן וואס האבן געשריגן אז אמעריקע זאל אטאקירן איראק, וויפל פון זיי האבן געשיקט זייערע קינדער אין מילטער?
אויב בוש האט געהאלטן אז סאיז אזוי וויכטיג אריינצוגיין אין איראק פארוואס האט ער נישט געשיקט זיינע צוויי טעכטער קיין איראק? זיי זענען געוועהן אין די יאהרן וואס מ׳גייט אין די ארמיי?
יענעמס קינדער?
כהאב ליב די נייע טונא-בייגל טראמפ-רעפובליקאנער. ס׳ארבעט אזוי: אלע פון זיי לעבן אויף די חשבון פון די גאווערמענט, אלע פון זיי וואס איך קען האבן געכאפט קאוויד-געלטער- וואס קיין איינציגער רעפובליקאנער אין סענאט האט געוועהלט דערפאר! אלע פון זיי זענען מוראדיגע הייסע שטיצער פון מלחמה, געשימפט ווען ביידען האט ענדליך ארויסגענומען די אמעריקאנער טרופן פון איראק- נאך צוואנציג יאהר! שרייען אז אמעריקע דארף שוין זאפארט אריינגיין און זיך שלאגן מיטן רויסישען בער אבער קיינער פון זיי שיקט נישט די קינדער אין מיליטער!!!
אוואדי זענען זיי חסידים פון טראמפ, זענען פונקט אזעלעכע היפאקריטן ווי אים, און ס׳באדערט זיי נישט קיין היפאקראסיע.
איך וויל נאר פארשטיין ענקער חשבון. אמעריקע האט נאכנישט געוואונען קיין מלחמה ווען זיי האבן זיך אריינגעמישט אין יענעמס טאפ, נישט אין וויעטנאם, נישט אין קארעא, נישט אין איראק, נישט אין אפגאניסטאן. און די אלע זענען קליינע צוריקגעשטאנענע לענדער פארוואס מיינט איר אז יעצט גייען זיי יא געוואונען? קעגן רוסלאנד? וואס האט אמעריקע געהאט פון די אלע מלחמות חוץ געקאסט געלט, בלוט, קרבנות, חובות, און אנגעמאכט שונאים אין די גאנצע וועלט?
גארנישט מיט נישט!
די רעפובליקאנער שלעפן גלייך ארויס די גאנס! זיי זענען אייביג גרייט זיך צושלאגן. ווייל זיי זענען אומציוויליזרטע חיות וואס לעבן מיט די אמאליגע שטייגער, על חרבך תחיה.
שווער צו האבן א מיינונג פון אידישן שטאנדפונקט
אויב קוקט מען אויפ'ן עבר זענן סיי רוסלאנד און סיי אוקריינע פארשמירט מיט אידיש בלוט, וויפיל האט מען גערודפט אידן אין רוסלאנד, ווי איז געווען דער צאר און סטאלין ימ"ש? ווי האט קאמאנוזים אונטערגעברענגט אידישקייט ברוחניות ובגשמיות אויב נישט אין רוסלאנד? די הלכה בידוע איז אייביג געווען און איז ווייטער דא עד ביאת המשיח
דאס זעלבע מיט די אוקראנישע רוצחים ווי שוין דערמאנט
אבער היינט צו טאג, איז נישט דא נאך א וועלט פירער ווי פוטין וואס איז אזוי נאענט מיט זיין אידישע קאמיונעטי און זייער רב ווי פוטין, ער איז פאניע בראט מיט ר' בערל לאזאר און גייט צו יעדע מאורע אין מאסקאווע
אויך אוקריינע איז די איינציגסטע לאנד (חוץ מדנ"י פארשטייט זיך) וואס האט א אידישע פרעזידענט וואס י"א אז ער לייגט תפילין יעדען טאג, אויב רוב אוקריינע זענן אזעלעכע אנטעסעמיטן וואלטן זיי נישט ערוועלט אזא פירער
סה"כ בלייבט אונז איין עצה, בעטן השי"ת אז עס זאל נישט געשען קיין שום שאדן פאר אידן דארט ביידע זייטן און אין די גאנצע וועלט
@שבת אחים1. ווי קימט דא אריין ראסע?
סה"כ 20% פון די ארמיי באשטייט פון טינקעלהויטיגע, סאו די זאך אז ווייסע שיקן שווארצע אויפן שלאכטפעלד צי פראטעקטירן זייער ריעל עסטעיט, איז סתם א פאליטישע ספין, צי מאכן א יעדע פאליסי וואס מען האט נישט ליב צי עס סאמהאוו קאנעקטען צי ראסיזם, (אזוי ווי די יוד וואס שרייט אז די פאליציאנט וואס געט עים א טיקעט פאר ספידן 30 מייל אווער די לימיט, אז ער איז סתם א אנטעסימיט).
2. די ביסט דאך דער אויפגעקלערטער ליבעראל יא, וואס הייסט אז בוש האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין מיליטער, זייט ווען שיקט מען קינדער אין מלחמה, קינדער מאכן זייער אייגענע החלטה צי זיי ווילן גיין אין מיליטער, גארנישט ציטין מיט זייער טאטע, נישט קיין נ"מ צי ער איז א קאנגרעסמאן צי א פרעזידענט.
אין די פאראייניגטע שטאטן, יעדער איינער אין מיליטער איז דארט מיט זיין פילן ווילן, דאס איז זייער job, ס'פינקט ווי א קאנסטראקשען ארבייטער זאל טענה'ן "די ווילסט האבן א שיינע הויז, דארף איך ריזיקירן מיין לעיבן?", די תירוץ איז , ער דארף נישט, ער וויל, ער האט אליין אויסגעוועילט די job.
אגב, דיין סמארטפאון, יא דו שבת, דיין סמארטפאון, איז געמאכט געווארען דארך כינעזער שקלאפן, אויב ביסטו אזוי אנטי קנעכטשאפט זיי מוחל ווארף אוועק דיין פאון.
שבת אחיםקהל'ס נערטאמבל סאסדי אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..
די פראבלעים איז נישט אז די אוקראינה'ר רוצחים כאפן פעטש, די פראבלעים איז אז פוטין נעמט איבער די וועלט.
איינגענומען די וועלט?
ער איז שוין אויפן בענקל בערך דרייסיג יאהר. רוסלאנד האט פארלוירן 14 לענדער. און ער האט דערווייל צוריק גענומען צוויי קליינע טעריטאריעס, א קליינע חלק פון גרוזיע, און Crimea וואס באלאנגט טאקע פאר רוסלאנד, און רוב מענשטען דארטן ווילן אז סזאל זיין רוסלאנד.
דאס הייסט איינגענומען די וועלט?
ער האט נישט קיין שום חלום איינצונעמען די וועלט. ער איז קלוגער פון דעם, נישט אפילו זיכער אויב ס’גייט אים געלונגען צונעמען אוקריינא. ער פלאנט נישט צונעמען עסטרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, ענגלאנד וכו׳
און אויב גייט ער יא ווייטער דארף מען אים טאקע אפשטעלן. איך פרעג נאר פארוואס איז אייביג אמעריקע די פאליס פון די וועלט? די אנדערע לענדער האבן נישט קיין ארמיי? נאטא האט nuclear וואפן האט פראנקרייך געזאגט די וואך. נא? זאלן זיי גייען אין מלחמה. וואס עפעס אמעריקע?
ליין אביסל היסטאריע, טשעמבערליין האט געזאגט פינקט וואס די זאגסט,
"עסטרייך איז בעצם א אפגעבראכענע חלק פון דייטשלאנד, און טשכסלאוואקיע האט אסאך פאלקסדויטשע, במילא וועיגען דעים האט עס היטלער איינגענימען, אבער ער גייט נישט איינעמען פוילן פראנקרייך וכו' ווייל ער זיכט בכלל נישט איינצינעמען די וועלט, זיכער נישט ענגלאנד וואס איז אזוי ווייט פון דייטשלאנד"
אויב למשל וואלט רוסלאנד געזאגט זיי נעמען צו אלאסקא, וואלטען די לינקע בהמות אויך געזאגט וואס דארף מען אלאסקא, קאלט און סטופיד, דרילען פאר אויל און געז איז דאך נישט גוט פאר די גלאבאלע ווארימונג, און געבן אלע מענטשן וואס וואוינען יעצט אין אלאסקע א הויז ערגעץ אנדערש איז ביליגער ווי א מלחמה מיט פוטין. זאלען זיי האבן אלאסקא. עס איז סתם א אומפארגינערישקייט ווייל מען פארגינט נישט פוטין. און מיט אזעלכע תירוצים של הבל.
און בכלל פארוואס זאלען מענטשן געהרגט ווערען צו ראטעווען דער שטאט פין שרה פאלין. און נאך שווארצע צו דעם.
"ענדערש זאל די מלחמה מיט רוסלאנד זיין איבער אוקראינה, ווי איבער ניו יורק"
שבת אחים
ער איז שוין אויפן בענקל בערך דרייסיג יאהר. רוסלאנד האט פארלוירן 14 לענדער. און ער האט דערווייל צוריק גענומען צוויי קליינע טעריטאריעס, א קליינע חלק פון גרוזיע, און Crimea וואס באלאנגט טאקע פאר רוסלאנד, און רוב מענשטען דארטן ווילן אז סזאל זיין רוסלאנד.
דאס הייסט איינגענומען די וועלט?
ער האט נישט קיין שום חלום איינצונעמען די וועלט. ער איז קלוגער פון דעם, נישט אפילו זיכער אויב ס’גייט אים געלונגען צונעמען אוקריינא. ער פלאנט נישט צונעמען עסטרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, ענגלאנד וכו׳
און אויב גייט ער יא ווייטער דארף מען אים טאקע אפשטעלן. איך פרעג נאר פארוואס איז אייביג אמעריקע די פאליס פון די וועלט? די אנדערע לענדער האבן נישט קיין ארמיי? נאטא האט nuclear וואפן האט פראנקרייך געזאגט די וואך. נא? זאלן זיי גייען אין מלחמה. וואס עפעס אמעריקע?
ער האט טאקע נישט קיין פלאן צו איינעמען די וועלט, ער וויל סך הכל צירוק אויפבויען די רוסישע אימפעריע לשנים קדמוניות, ווי אונטער די סאוויעטן.
ווער איז נאטא אויב נישט אמעריקע?
און פארוואס אמעריקע איז די פאליס אויפ'ן וועלט? וועגן די אמעריקאנע פרעזידענטן זיך אויף די מהלך,ניין נישט די אמעריקאנע פאלק וויל עס, די אמעריקאנע פירער מישן זיך אריין אין יענעמ'ס טשאלענט טאפ.
קהל'ס נערליין אביסל היסטאריע, טשעמבערליין האט געזאגט פונקט וואס דו זאגסט,
"עסטרייך איז בעצם א אפגעבראכענע חלק פון דייטשלאנד, און טשכסלאוואקיע האט אסאך פאלקסדויטשע, במילא וועיגען דעים האט עס היטלער איינגענימען, אבער ער גייט נישט איינעמען פוילן פראנקרייך וכו' ווייל ער זיכט בכלל נישט איינצונעמען די וועלט, זיכער נישט ענגלאנד וואס איז אזוי ווייט פון דייטשלאנד"
קהל'ס נער: לויט דעם חשבון דארף פוטין אויך וועלן אייננעמען אמעריקע (און קענעדע) ווייל דא וואוינען א סאך רוסישע אימיגראנטן...!
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
כ'בין ווייט נישט קיין גרויסע מלחמה אדער Geopolitical אנאליסט.
אבער כ'בין דאך א פאליטיקאנט.... על'ך ארויסלייגן מיין אפיניאן וויאזוי די וועלט דארף זיך פירן:
-אינגאנצן אפהאקן די דיפלאמאטישע באציאונגען מיט רוסלאנד אריינגערעכנט אלע אמבאסאדעס, רעדן האט שוין געוויזן העלפט נישט.
די מעסעדש דארף זיין קלאר און דייטליך; שפיל נישט קיין שפילן, אדער זיי אפגעטיילט פון די ציוויליזירטע וועלט.
-שטיצן אוקריינא מיט אלעס חוץ פון מענטשן. געלט, וואפן, שפיאנאזש, אא"וו.
-ארויסווארפן רוסלאנד פון אלע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס אריינגערעכנט פינאנציעלע אינסטיטוציעס.
-אפהאקן פינאנציעלע באציאונגען און איינשטעלן שווערע סאנקציעס.
-ענדליך אוועקגיין פון רוסישע גאַז, לייגן דרוק אויף אפעק זיי זאלן פראדוצירן מער, עפענען די קיסטאון פייפליין, און איינשטעלן אנדערע ענערגיע אלטערנאטיוון ווי נוקלעארע פאוער פלענטס (כ'פארשטיי סתם אזוי נישט פארוואס מ'בויעט דאס נישט בגדול).
-קלארשטעלן פאר טשיינע אז אויב וועלן זיי שטיצן רוסלאנד (מיליטעריש צו וואס), וועט די מערב וועלט אפיציעל אנערקענען "טייוואן" אלס א זעלבסשטענדיגע לאנד און אפשר גאר אנשליסן אין נאטא.
יא עס וועט אויך קאסטן א פרייז פאר די מערב וועלט, אבער פארפאלן, עס וועט כאטש אפהאלטן אנדערע און די עתיד.
ביסט טאקע א גוטער פאליטיקאנט, און דיין מהלך איז הערליך אויף פאפיר! אבער אין מציאות ארבייט עס נישט. קוק למשל די לענדער וואס די מערב וועלט האט איזאלירט דורך סאנקציעס, ווי צפון קארעא, קובא, וויעטנאם, ווענזועלע, און נאך, זיי גייען ווייטער אן מיט זייערע מענטשן רעכט פארלעצונגען, קאמוניזם און קארופציע.
קודם כל די סאנקציעס אויף די לענדער זענען נישט אזוי שטארק ווי דאס וואס כ'האב אויבן פארגעשלאגן און נישט דורך אסאך לענדער.
צווייטענס און בעיקר, די אלע לענדער האבן קיינמאל געהאט קיין גרויסע עקאנאמיעס, און בכלל געהאט ווייניג "טרעיד" מיט אנדערע לענדער. משא"כ רוסלאנד וואס רוב פון איר עקאנאמיע קומט פון אויל און גאז עקספארט.
קען זיין עס וועט נישט ארבייטן, אבער שלימזל'דיג סטראשען און גארנישט טוען ארבייט זיכער נישט.
ענדליך אוועקגיין פון רוסישע גאַז, לייגן דרוק אויף אפעק זיי זאלן פראדוצירן מער, עפענען די קיסטאון פייפליין, און איינשטעלן אנדערע ענערגיע אלטערנאטיוון ווי נוקלעארע פאוער פלענטס (כ'פארשטיי סתם אזוי נישט פארוואס מ'בויעט דאס נישט בגדול
מען דארף עס טוהן, אבער ער האט פאר וועמען צו פארקויפן. איראן האט אייביג געהאט קונים פאר אויל.
קלארשטעלן פאר טשיינע אז אויב וועלן זיי שטיצן רוסלאנד (מיליטעריש צו וואס), וועט די מערב וועלט אפיציעל אנערקענען "טייוואן" אלס א זעלבסשטענדיגע לאנד און אפשר גאר אנשליסן אין נאטא.
זאג דאס און טשיינע גייט מארגען אריין אין טייוואן, און פארדעם איז דאך רוסלאנד אריין אין יוקרעין.
שבת אחיםפאליטיקאנט
סאיז א אלטע פאקט!!! מלחמה- זאגט די רבי דזארדזש קארלין, מיינט פשוט “רייכע ווייסע מענטשען שיקן ארימע שווארצע אויפן שלאכטפעלד צו פראטעקטען אויף זייער פראפערטי און ריעל עסטעיט”
כהאב ליב די נייע טונא-בייגל טראמפ-רעפובליקאנער. ס׳ארבעט אזוי: אלע פון זיי לעבן אויף די חשבון פון די גאווערמענט, אלע פון זיי וואס איך קען האבן געכאפט קאוויד-געלטער- וואס קיין איינציגער רעפובליקאנער אין סענאט האט געוועהלט דערפאר! אלע פון זיי זענען מוראדיגע הייסע שטיצער פון מלחמה, געשימפט ווען ביידען האט ענדליך ארויסגענומען די אמעריקאנער טרופן פון איראק- נאך צוואנציג יאהר! שרייען אז אמעריקע דארף שוין זאפארט אריינגיין און זיך שלאגן מיטן רויסישען בער אבער קיינער פון זיי שיקט נישט די קינדער אין מיליטער!!!
אוואדי זענען זיי חסידים פון טראמפ, זענען פונקט אזעלעכע היפאקריטן ווי אים, און ס׳באדערט זיי נישט קיין היפאקראסיע.
איך וויל נאר פארשטיין ענקער חשבון. אמעריקע האט נאכנישט געוואונען קיין מלחמה ווען זיי האבן זיך אריינגעמישט אין יענעמס טאפ, נישט אין וויעטנאם, נישט אין קארעא, נישט אין איראק, נישט אין אפגאניסטאן. און די אלע זענען קליינע צוריקגעשטאנענע לענדער פארוואס מיינט איר אז יעצט גייען זיי יא געוואונען? קעגן רוסלאנד? וואס האט אמעריקע געהאט פון די אלע מלחמות חוץ געקאסט געלט, בלוט, קרבנות, חובות, און אנגעמאכט שונאים אין די גאנצע וועלט?
גארנישט מיט נישט!
מאכסט א גרויסן פארדארבענעם לאקשן קיגל,
קודם כל איז די ארמיי אין אמעריקע אפשענול, ס'נישטא קיין דרעפט, און ס'שטיתים צו זאגן אז 'ווייסע' שיקן די 'שווארצע' זיי צו באשיצן
צוויטענס, טראמפ איז געווען א אנטי מלחמה רעפאבליקאנער, און די אלע טראמפ חסידים האלטן אויך קעגן מלחמה, עס איז די עסטעבלישמענט וואס שטיפן צו גיין שטערקער אויף רוסלאנד (א שטייגער ווי לינדזי גרעהם וכדו') די טראמפ חברה זענען דאך קעגן די RINO's,
בנוגע דיין מהלך צו מלחמה בין איך גאנץ שטארק מיט דיר, אונז האבן זיך נישט וואס אריינצימישן, ביז מען וועט זען אז פוטין זיכט טאקע יא אנצינעמען די גאנצע וועלט אזוי ווי היטלער, אבער ווי לאנג עס איז בלויז אוקריינע, וואס גייט עס מיר אהן? בעסער געזאגט, עס גייט מיר טאקע אהן, אבער ס'דא גרעסערע דאגות אויפן טיש, און אמעריקע זאל עס טאקע פארדאמען אבער זיך נישט אריינמישן
ס'נאר אינטרעסאנט אז א ליבעראל ווי דיר, באמבלט נאך די טראמפ-רעפאבליקאנער טאקער קארלסאן ווארט ביי ווארט
<a class="postlink" href="https://youtu.be/PqfyZ618Bks">https://youtu.be/PqfyZ618Bks</a>
<a class="postlink" href="https://youtu.be/eHrv38It9_I">https://youtu.be/eHrv38It9_I</a>
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
רוסלאנד האט פארלוירען!!
פאר בלויז א קארגע וואך צוריק איז געווען די אנגענומענע מיינונג אז און פאל פוטין באפאלט אוקריינע, וועט עס נישט נעמען קיין גאנצע 48 שעה
ביז ער וועט האבען פולקאם קאנטראל איבער אוקריינע. אוודאי האט מען זיך פארגעשטעלט אז אוקריינע וועט נישט תיכף אויפגעבן. מען האט געגלייבט אז ער וועט האבען צוטוהן מיט מחוצפים דא און דארט במשך א וואך צוויי, און דאן וועט די וועלט צוריקגיין צום עולם כמנהגו מיט א מציאות פון א רוסיש געפירטע אוקריינע. דאס איז געווען אנגענומען ביי יעדן, אמעריקא, נאטא, און אוקריינע זעלבסט!!
פאר דעם סיבה האט קיין שום לאנד נישט געוואלט געבן סיי וואספארא זאכליכע שטיצע פאר אוקריינע, רעכענענדיג אז די זאך איז פארלוירען, נו פארוואס זיך סתם רייצען מיט א בער.
פוטין אליינס האט דאס אויך אזוי געשאצט, און זיך בלויז צוגעגרייט צו אזא מעגליכקייט. ער איז געווען ברור אז ער דארף בלויז א וועג אריין פאר זיין מיליטער, אן קיין געהעריגע פלאן פאר עסן, שלאפען, גאזאלין און סופליי. ער האט געלאכט פון סיי וועלעכע סאנקציעס מעגליכקייט ווייל ביז א וואך וועט יעדער פארגעסן וואס ער האט געטוהן, זיין שטארקייט וועט נאר ווערן גרעסער און די וועלט וועט זיך שנעל צוגעוואוינען און אראפ נעמען אלע קורץ טערמיניגע סטראשערייען.
טעג זענען פאראיבער און די וועלט קראצט זיך דעם שטערן פון וואס גייט דא פאר. אוקריינע, אן אפגעריסען ארעם לענדל, אן קיין אינערליכע הילף פון קיין שום לאנד, שטעלט אן העפטיגע ווידערשטאנד אנקעגן ״אנגעבליך״ איינע פון די שטערקסטע מיליטער און די וועלט! דאס איז מח אפשטעלנדע שטארקייט פון אוקריינע!
דערווייל, ווי א טאג שפעטער, קומען אריין באריכטען אז די רוסישע מיליטער אין אוקריינע מוטשעט זיך געפערליך מיט סופליי פראבלעמען. זיי לויפען ארום גנב׳ן עסן און גאזאלין פון לאקאלע געשעפטן און איינוואוינער. דאס איז די רוזאלטאט פון די רוסישע סורפרייז. מען האט נישט פארגעגרייט קיין שום פלאן איבער זיצען לאנגע טעג און אוקריינע, די רוסישע סאלדאטען און אוקריינע האבען שוין געזאלט זיין אויפען וועג ארויס פרייטאג.
עס הייבט אן באקומען מער האפט אז מיט ערענסטע געווער סופליי פון די וועלט, שטייט אוקריינע אויס א מעגליכקייט צוריק צושטויסען דעם בער און וואלד. די וועלט ווייסט דאס און טאקע דערפאר האט זיך אנגעהויבען אן ערענסטע מאוומענט צי שיקען געווער עד אין סוף. און די זעלבע צייט טרעפט זיך פוטין מיט סאנקציעס און היץ שטערקער ווי געראכטן. ער האט געפלאנט אויף א קורצע בליץ קריג און זיין אינדערויסען פאר סיי וואס סאנקציעס פאלט און פלאץ.
ווי מיר שטייען דערווייל, ווי א מינוט לענגער עס גייט אריבער, האלט און איין פאלען די פחד פונעם בער, די וועלט הייבט אן זעהן א בילד פון א שוואכערן רוס ווי געמיינט.
דאס איז קלאר נישט וואס פוטין האט געזוכט צי אויפטוהן. גייענדיג ווייטער איז שוין נישט קיין חילוק וואס די ענדע וועט זיין, דאס איז אמאל קלאר פוטין האט שוין פארלוירען!!
די פחד פונעם רוסישן בער איז געפאלען צי האלב!
דיס איז מיי אפיניען
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
והיינו טעמא דאיראן, והיינו טעמא דצפון קוריה, זיי קענען רעדן זייער שטרעינג , און סטראשענען ווי משיגע, אבער ווען ס'קימט למעשה, זענען זיי בכלל נישט עפעס מורא'דיג, והיינו דאמרי אינשי: חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם.
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
ווייסט איינער וואס די מצב פון האלץ איז אין רוסלאנד? האבן זיי איבריג?
דער פוטין איז לעצטענס געווארן א גאר פארנומענער מענטש און ער מאכט כסדר מיטינגען. אבער אלץ זעה איך אים זיצן ביי א מאדנעם גאר לאנגען טיש. ווייסן די רוסן נישט ווי אזוי צו בויען א רעכטן טיש? ווייסן די רוסן אז האלץ קען מען שניידן? האט פוטין גאר לאנגע פיס? אפשר פעלט אים סאציאלע סקילס און ער שעמט זיך. וואס גייט דארט פאר?
א זיסע meme פון פוטין'ס טיש.
📎 FLEJQj-XwAAtiNa.jpg
סאיז מן הסתם א נארישע קשיא, אבער אויב געבן לענדער וואפן פארוואס שיקען זיי נישט צענדליגע דראונס צו אראפ נעגלען די לאנגע געשלענגעלטע קאנוואויס? ביז דערווייל האבן טערקישע דראונס אראפ גענומען נאר אפאר טענק. פארוואס?
החוקרווייסט איינער וואס די מצב פון האלץ איז אין רוסלאנד? האבן זיי איבריג?
דער פוטין איז לעצטענס געווארן א גאר פארנומענער מענטש און ער מאכט כסדר מיטינגען. אבער אלץ זעה איך אים זיצן ביי א מאדנעם גאר לאנגען טיש. ווייסן די רוסן נישט ווי אזוי צו בויען א רעכטן טיש? ווייסן די רוסן אז האלץ קען מען שניידן? האט פוטין גאר לאנגע פיס? אפשר פעלט אים סאציאלע סקילס און ער שעמט זיך. וואס גייט דארט פאר?
דער לעבט אין א פאראנויא, ציטערט ער צו גיין נאנט צו מענטשן,
צו א פאראנויא פון כאפן קאוויד וכו', אדער אז מען וויל איהם פאר'סמ'ען (קען זיין אז ער איז גאר גערעכט)
מיט די אמאונט פון מענטשן וואס ער האט שוין פאר'סמ'ט האט ער טאקע וואס מורא צי האבן....
No fly zone - טוט זיך א גאנצע צייט אויב מען זאל יא איינשטעלן א נאו פליי זאן, אדער אויב אמעריקע זאל דאס איינשטעלן. כ'מיין וויאזוי איז מעגליך איינצושטעלן אזא מעזשער, רוסלאנד וועט זיך זיכער אריינפייפן, וואס איז די מעדזשיק פון נאו פליי זאן, כאילו מען קען דאס אינפארסן.
מ'זאגט א ווערטל אז סקווירא רבי האט גערופן פוטין אז ער זאל זיך נישט וואגן צו גיין אין די מייל פון סקווירא.....
טאמבל סאסדי אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..
איך וויל ברבים צוריקציען פון די דאזיגע ווערטער. דיע זענען אוודאי נישט די זעלביגע וואס האבן אונז געהארגעט אזוי ווי אונז זענען נישט די זעלבע וועם זיי האבן געהארגעט. אז אומשולדיגע מענטשן קומען אום פון ביידע זייטן, אריינגערעכנט די זעלנער זעלבסט, איז עס א גרויסע צער און אומרעכט! נארוואס, עס איז מעגליך אז צווישן די וואס פינאנצירן און אגיטירן פאר דעם קאנפליקט זענען יא דא אזעלכע קאנסידערעישנס... דאס אז אזויפיהל פון די רוסישע אוליגראכס זענען אידן און דאס אז צווישן רוסלאנד און אוקריינא טוט איזרעאל זיך שטעלן אויף רוסלאנד'ס זייט, כאטש זעלינסקי איז א איד, און דאס אז פוטין האט אסאך גענוצט דעם נעא-נאצי פאראורווארף לידינג אפ צו דעם קריג; דאס אלס איז מסתמא נישט קיין צופאל... איך האף אז די פאליאקן קומען נעקסט.. אוי געוואלד, איך ציה דאס אויך שוין צוריק!
איך האב א געפיל אז דער סיבה פארוואס אלע מערב וועלט פירער זענען ארויס בחרב וחנית קעגן פוטין - איז לאו דווקא [בלויז] צוליב זיין אומרעכט וואס ער באגייט מיט אינוואדירן און באמבאדירן אוקריינא, נאר ס’איז א אלטע שנאה כבושה וואס מען האט אקעגן רוסלאנד בכלל און פוטין בפרט, היות דער פוטין איז א פארשטינקענער בעל גאווה- זיין גאנצע פרעזידענטשאפט האט ער קונה געווען דורך ארויפלייגען א שרעק ארום זיך נוסח KGB וואס זיין גאנצע ווירטשאפט איז צוגעגעאנגען אויף דעם רשעותדיגען אופן. א ריכטיגער דיקטאטור מיט אלע מפרשים. און אנגעזייט א פחד און א פויסט פאר יעדעם וואס איז איהם געשטאנען אין וועג.
וואס די וועלט וויל יעצט איז פשוט צוצורייסען דעם "פאפירענעם טייגער" און אראפנעמען דעם שרעקדיגען מאסק פונעם גרויליגען דל גאה - און אויפדעקן דעם פנים פון דעם שקרן הדור- אז ער איז בכלל נישט דער רוסישער בער וואס מען האט אלע יארן געמיינט.
און ווי פלעגט מיין באבע זאגן... " מען זאגט די זופ און מען מיינט די קניידלעך"....
לא מאהבת המן אלא משנאתם אל מרדכי...
פון וויקי, שרעקעדיג!
📎 Screenshot 2022-03-01 154627 - Copy.png📎 Screenshot 2022-03-01 154656 - Copy.png
עס איז טאקע געוועהן א געפערליכע זמן, די גוים אין אוקריינא זענען געוועהן פויערען, נישט עדיוקירטע, און די מאסען זענען געווארען אינספארירט דורך פראפאגאנדע סיי דורך גלחים, סיי דורך די דייטשען וואס האבען מפרסם געוועהן שקרים וועגען אידען, און זיי זענען געוועהן שרעקליכע רוצחים און בעלי אכזריות, נאך מער ווי די נאציס, אזש אז די נאציס האבען באווינדערט די אכזריות פין די אוקריינא גוים.
און דאס איז געוועהן א שנאה פין דורות לאנג.
לאמיר האפען אז די שנאה איז שוין נישטא, צו שרעקליך קען די שנאה נישט זיין אויב א איד איז ערוועלט געווארען צו זיין דער ראש הממשלה, אנהאלטען אלטע שנאה איז זינלאז.
א טוויט האט איך געזעהן, אז די 400 מערצענעריס (געדינגענע רוצחים) וואס פוטין האט אריין געשיקט אין אוקריינא מיט דער ציל צו הרג'נן זעלענסקי, ווערט אנגערופען "וואגנער" על שמו פין דער נאצי רוצח. ווי אויך שפילט פוטין א געים מיט זאגן אז ער גייט אויסראטען די נאציס פין אוקריינא. און עס איז דא א שמץ אמת אין דעם, ווייל אין אוקריינא איז דא נאצישע מאוומענט. אבער אים גייט עס אן אין לינקע פאה (אופס, לינקע טשופ).
זאלען אונז פראבירען אפלאזען אלטע שנאה, אונז מעגען ווייטער פיינט האבען די אלטע טויטע נאציס וואס האבען אומגעברענגט אונזערע זיידעס, צוזאמען מיט אלע רשעים דורך די דורות, אבער די אייניקלעך זייערע, אויב זיי זענען נישט ממשיך בדרך אבותיהם, איז זינלאז אנצוהאלטען אלטע שנאה.
Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא
הגיוןNo fly zone - טוט זיך א גאנצע צייט אויב מען זאל יא איינשטעלן א נאו פליי זאן, אדער אויב אמעריקע זאל דאס איינשטעלן. כ'מיין וויאזוי איז מעגליך איינצושטעלן אזא מעזשער, רוסלאנד וועט זיך זיכער אריינפייפן, וואס איז די מעדזשיק פון נאו פליי זאן, כאילו מען קען דאס אינפארסן.
א נאו פליי זאון קען מען איינשטעלן כדי צו באשיצן ציווילע, די UN האט עס שוין געטוען א שיינע פאר מאל, מען קען עס אינפארסירן מיט פליגערס אדער בעיקר סורפעיס טו עיר מיסילס.
פאליטיקאנטדאס האב איך שוין לאנג צוריק איינגעזען.
נאך די האלאקאוסט איז געווען א ריזיגע 'מאוומענט' "נעווער עגעין" וועלכע האבן קאמפיינט און מכלומר'שט געטוישט וועלט פאליסיס צו זיכער מאכן אז די 'וועלט' גייט נישט צולאזן נאכאמאל קיין דשענאסייד.
למעשה האבן זיי גארנישט אויפגעטאן און צענדליגע דשענאסיידס זענען פארגעקומען אין די לעצטע זעכציג יאר בשעת די וועלט האט איינגענומען א שווייגעניש.
באסניע, קאמבאדיע, און רוואנדע זענען בלויז פון די מער באקאנטע, סאדאם כוסעין האט אפגע'שחט'ן טויזענטער און די וועלט האט זיך נישט געמישט ביז ווילאנג עס האט זיי נישט אפעקטירט.
📎 IMG_20220301_113404_789.jpg