☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15169
בלאט: 1 2

קהל'ס נער » דינסטאג מערץ 1, 2022 2:06 pm

· #495886
פאליטיקאנט
פאליטיקאנט
דאס האב איך שוין לאנג צוריק איינגעזען.

נאך די האלאקאוסט איז געווען א ריזיגע 'מאוומענט' "נעווער עגעין" וועלכע האבן קאמפיינט און מכלומר'שט געטוישט וועלט פאליסיס צו זיכער מאכן אז די 'וועלט' גייט נישט צולאזן נאכאמאל קיין דשענאסייד.
למעשה האבן זיי גארנישט אויפגעטאן און צענדליגע דשענאסיידס זענען פארגעקומען אין די לעצטע זעכציג יאר בשעת די וועלט האט איינגענומען א שווייגעניש.
באסניע, קאמבאדיע, און רוואנדע זענען בלויז פון די מער באקאנטע, סאדאם כוסעין האט אפגע'שחט'ן טויזענטער און די וועלט האט זיך נישט געמישט ביז ווילאנג עס האט זיי נישט אפעקטירט.


דער רעדט דברים חוצבים, כאטשיג איך האב נישט קיין איבריגע ליבע צי די אוקריינע שקצים, טענה'ט ער זייער שטארק, מה הועילו חכמים בתקנתם? וואס האבן מיר פון שרייען נעווער עגעין, ווען מיר איגנארירען פאלקס-מארד מיט א קאלטקייט.

פאליטיקאנט » דינסטאג מערץ 1, 2022 2:21 pm

· #495888
טויזענט פראצענט גערעכט, נאר ס'איז נישט די ערשטע מאל זייט 'נעווער עגעין'...... די וועלט האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אפצושטעלן מארד.

שמן למאור » דינסטאג מערץ 1, 2022 2:58 pm

· #495889
.

שמן למאור » דינסטאג מערץ 1, 2022 2:59 pm

· #495890
מען שטיצט אוקריינע אין ניו יארק
📎 -4967507326164642387_121.jpg

קויפער » דינסטאג מערץ 1, 2022 5:04 pm

· #495894
עצי שטים
מען שטיצט אוקריינע אין ניו יארק


אין וויליאמסבורג:
📎 IMG_0430.JPG

שמן למאור » דינסטאג מערץ 1, 2022 5:06 pm

· #495895
קויפער
עצי שטים
מען שטיצט אוקריינע אין ניו יארק


אין וויליאמסבורג:

כ'האב עס געברענגט אויבן, אבער נאכדעם האב איך געזען ווי א צווייטער האט עס שוין געברענגט אין 'מילתא דבדוחתא' האב איך עס אויסגעמעקט

פערינא » מיטוואך מערץ 2, 2022 4:12 am

· #495932
וו זענען די אלע מאלאטאוו באטלעך. מ'זעט נישט גארנישט.

אלע צוזאמען » מיטוואך מערץ 2, 2022 4:49 pm

· #495954
UN
די UN איז געגרינדעט געווארן נאכן צווייטן וועלט מלחמה, און אלץ א דירעקטע רעזולטאט פון די בלוטיגע קריג, און די עיקר ציל פון די ארגענעזאציע איז געווען צו פארמיידן און די צוקנופט א קריג, דורכ'ן פארמירן א פארזאמלונג ווי מ'זאל זיך קענען דורכרעדן און אויסגראדן קאנקורירינדע דיפערענצן.

ווי האט דער מלאך געזאגט פאר'ן מלך הכוזרי, 'די כוונת זענען גוטע, אבער די מעשים נישט', דאס קען געזאגט ווערן לגבי די UN, ס'איז געבויעט מיט א גוטע מחשבה, אבער ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט פון די ערשטע מינוט, איז די פאראייניגונג צו א שוואכע, ווען ס'קומט צו א סופערמאכט ווי 'אמעריקע, רוסלאנד, אדער כינע', די לענדער האבן געטון וואס און ווען זיי האבן געוואלט, נישט פרעגענדיג און נישט זיך צוגעהערט צו קיינעמ'ס עצות און ראט, די קערפערשאפט האט אויך נישט געקענט האבן א שליטה אויף 'איראן און מדינת ישראל', די צוויי לענדער אפיציעל זענען זיי אונטער און הערן זיך צו, צ'י די UN, אבער און ווארהייט טוען זיי מה שליבם חפץ, ווארפן ארויס די אינספעקטארס, ברענגן צירוק, לאזן נאר גיין דא, נישט דארט, מדנ''י לייקענט נאך אלץ 'דימונה'.


אלזא די וואוילטעטיגע פארבאנד איז נאר געבליבן מיט קראפט ווען קליינע ארימע לענדעלעך ווי 'אוגאנדא' מיט 'ריוואנדא' קריגן זיך ארום, דעמאלט זענען זיי דא מיט די גאנצע מאכט, שיקן שלום טרופן, און טיילן הומאניטערישע הילף פאר די באפעלקרונג, און דאס איז טאקע די איינציגסטע עכט זאכליכע אויפגאבע וואס די UN טוט נאך היינט, די הילף פעקלעך וואס זיי פארטיילן נאך א קאטעסטראפע, נאטורליך צו נישט, איז גאר א גוטע זאך, וואס הגם רוב פאנדינג קומט פון איין לענד, 'אמעריקע'.

אלזא, וואס איז די UN היינט, גארנישט, זיי האבן נישט קיין פאקטישע כח, די סופערפאוער'ס זיצן ביים וועטא טישל, און זיי צווישן זיך, זענען זעלטן אויפ'ן זעלבן בלאט, ווען די מערב וועלט וויל יא, זענען 'פוטין' און 'דזשינפינג' ביי די ניין מיינונג, סא חוץ פון אפאר ליידיגערס מיט שיינע סוט'ס, ארום די וועלט וואס פילן זיך גוט טוט די ארגענעזאציע א גרויסן אפס.

יעצט ביי די 'אוקריינע' קריזיס זעהט זיך שטארק ארויס, די UN'ס אומבאלופערקייט, די גאנצע כדור הארץ האט מיטגעהאלטן ווי 'פוטין' בויט אויף, און פארשטערקערט זיין מיליטער ביים 'אוקריינ'ישן גרעניץ, יעדע עטליכע טעג האט 'רוסלאנד' געמאלדן אז זיי טראגן שוין אהיים די סאלדאטן, אבער ס'האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש, און עס איז געווען זייער קלאר וואס זיין ענדגילטיגע ציל איז, 'אמעריקע' האט זאגאר געהאט אינערליכע אינפארמאציע ווען און ווי די אינוואזיע גייט זיך אנהייבן, און דאך איז גארנישט געטון געווארן, נישט מצד קיין איין לאנד באזונדער, און זיכער נישט מטעם די UN.

און אפילו נאך וואס די שלאכטן זענען שוין געווען טיף אינטערוועגענס, זענען די קארפן קעפ ביים וועלט'ס טישל געזיצן פארקלאצט, און זיך גארנישט דערוואגט צו טון, וויבאלד די אנגענומענע מיינונג איז געווען אז 'פוטין' גייט איינשלינגען 'אוקריינע' איינס צוויי, איז וואס זיך סתם רייצן, נאר נאך עטליכע טעג וואס די 'אוקריינישע' קרעפטן האבן שטארק צירוקגעקעמפט און געוויזן פאר די וועלט אז זיי קענען צירוקשלאגן, האבן לענדער אנגעהויבן צו שיקן וואפן, און ניטאמאל דורך די ליגע, נאר יעדער פאר זיך.

איז, ווי איז די פאראיין, פארוואס עקזיסטירן זיי, ווייל חוץ פון א וואלקאוט וואס די דיפלאמאטן האבן אפגעהאלטן, ווען די רוסישע אמבאסאדאר האט גערעדט ביי א זיצונוג האבן זיי נאך גארנישט דעליווערט.

היסטאריע » מיטוואך מערץ 2, 2022 8:12 pm

· #495976
איין זאך שרייבט איר נישט ריכטיג לענ"ד, עס איז געגרינדעט געווארען צו פארמיידן א וועלט מלחמה, נישט סתם א קריג ווי די שרייבסט.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 4, 2022 4:18 pm

· #496062
קהל'ס נער
@שבת אחים
1. ווי קימט דא אריין ראסע?
סה"כ 20% פון די ארמיי באשטייט פון טינקעלהויטיגע, סאו די זאך אז ווייסע שיקן שווארצע אויפן שלאכטפעלד צי פראטעקטירן זייער ריעל עסטעיט, איז סתם א פאליטישע ספין, צי מאכן א יעדע פאליסי וואס מען האט נישט ליב צי עס סאמהאוו קאנעקטען צי ראסיזם, (אזוי ווי די יוד וואס שרייט אז די פאליציאנט וואס געט עים א טיקעט פאר ספידן 30 מייל אווער די לימיט, אז ער איז סתם א אנטעסימיט).

.


אין אמעריקע זענען רוב איינוואוינער ווייסע, נאר בערך 12 פראצענט זענען שווארצע. בערך האלב פון די היינטיגע אמעריקאנער מילטער באשטייט פון ארימע מינארעטיס, שווארצע, ספאנישע, און ארימע ווייסע. און רבי דזשארדזש קארלין רעדט בכלל נישט פון היינטיגע צייטן, נאר פון מלחמה אין די היסטאריע פון אמעריקע, אמאל איז עס געוועהן נאך ערגער.

נאכמאל, 12 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען שווארצע, און נאר 20 פראצענט פון די מילטער זענען שווארצע זאגסטו?

קענסט רעכענען?

יעצט טוה מיר א טובה און קוק וויפל פראצענט פון די אויבערשטע פון די שטייסל שיקן זייערע קינדער אין די מיליטער היינטיגע צייטן. די רייכע קאנגערסלייט וואס מאכן די Decisions ווען און וואו אמעריקע גייט מלחמה האלטן, די חברה שיקן בדרך כלל נישט די קינדער אין מיליטער, נאר די ארימע און שווארצע וואס האבן נישט קיין ברירה, זיי זוכן א דזשאב און א פאסטן, און זיי recruit מען געווענטליך, די ארמיי אין אמריקע שיקן אראפ אגענטס צו אריינכאפן יונגען אין מיליטער, די חברה דרייען זיך אין ארימע געגענטער אין גרויסע שטעט ווי זיי רעדן איין די חברה אז זיי וועלן אויפגעלויכטן ווערן אויב זיי גייען זיך שטעלן אין מיליטער אריין, און אז זיי גייען זיין העלדן פאר זייער לאנד און אנדערע ליגענט און פראפאגאנדע. ביי די איראק מלחמה איז ניטאמאל געוועהן איינער פון די גאנצע קאנגרעס וואס האט געשיקט זייערע קינדער אין די ארמיי.

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 5, 2022 10:31 pm

· #496073
שבת אחים: אבער דו פארפאסט די הויפט נקודה. די רעגירונג אדער איינער אנדערש צווינגט נישט קיינעם לויט די קריטעריאנען פון ראסע אדער קלאס זיך איינצושרייבן אין מיליטער. ס'איז סטריקטלי אן עקאנאמישע דעסיזשן.משל למה"ד (למה הדבר דומה, פאר די מענטשן פון האבאוקען, ווי ראש לימבאו ז"ל פלעגט צו זאגן.) אז איך וועלל קומען מיט טענות פארוואס די רייכע מענטשן (און דראג דילערס און סתם קרוקס) קענען זיך ערלויבן צו פארן מיט א לעקסוס. און איך נישט.דער תירוץ איז. דער עושר קען יא. און איך נישט. אויסער אין א סאציאליסטישע סאסייעטי. וואו א יעדער איז גלייך (אין דער ערד.)...!

קהל'ס נער » מוצ"ש מערץ 5, 2022 11:09 pm

· #496079
שבת אחים
קהל'ס נער
@שבת אחים
1. ווי קימט דא אריין ראסע?
סה"כ 20% פון די ארמיי באשטייט פון טינקעלהויטיגע, סאו די זאך אז ווייסע שיקן שווארצע אויפן שלאכטפעלד צי פראטעקטירן זייער ריעל עסטעיט, איז סתם א פאליטישע ספין, צי מאכן א יעדע פאליסי וואס מען האט נישט ליב צי עס סאמהאוו קאנעקטען צי ראסיזם, (אזוי ווי די יוד וואס שרייט אז די פאליציאנט וואס געט עים א טיקעט פאר ספידן 30 מייל אווער די לימיט, אז ער איז סתם א אנטעסימיט).

.


אין אמעריקע זענען רוב איינוואוינער ווייסע, נאר בערך 12 פראצענט זענען שווארצע. בערך האלב פון די היינטיגע אמעריקאנער מילטער באשטייט פון ארימע מינארעטיס, שווארצע, ספאנישע, און ארימע ווייסע. און רבי דזשארדזש קארלין רעדט בכלל נישט פון היינטיגע צייטן, נאר פון מלחמה אין די היסטאריע פון אמעריקע, אמאל איז עס געוועהן נאך ערגער.

נאכמאל, 12 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען שווארצע, און נאר 20 פראצענט פון די מילטער זענען שווארצע זאגסטו?

קענסט רעכענען?

יעצט טוה מיר א טובה און קוק וויפל פראצענט פון די אויבערשטע פון די שטייסל שיקן זייערע קינדער אין די מיליטער היינטיגע צייטן. די רייכע קאנגערסלייט וואס מאכן די Decisions ווען און וואו אמעריקע גייט מלחמה האלטן, די חברה שיקן בדרך כלל נישט די קינדער אין מיליטער, נאר די ארימע און שווארצע וואס האבן נישט קיין ברירה, זיי זוכן א דזשאב און א פאסטן, און זיי recruit מען געווענטליך, די ארמיי אין אמריקע שיקן אראפ אגענטס צו אריינכאפן יונגען אין מיליטער, די חברה דרייען זיך אין ארימע געגענטער אין גרויסע שטעט ווי זיי רעדן איין די חברה אז זיי וועלן אויפגעלויכטן ווערן אויב זיי גייען זיך שטעלן אין מיליטער אריין, און אז זיי גייען זיין העלדן פאר זייער לאנד און אנדערע ליגענט און פראפאגאנדע. ביי די איראק מלחמה איז ניטאמאל געוועהן איינער פון די גאנצע קאנגרעס וואס האט געשיקט זייערע קינדער אין די ארמיי.

אז די שווארצע וואלטן געוועין אנדער-רעפרעזענטעד אין מיליטער, וואלסטו גע'טענה'ט די מיליטער איז ראסיסטיש ווייל זיי נעמען נישט אריין געניג שווארצע, בקיצור יעדער איינער איז א ראסיסט ממה נפשך, אדער זענען די שווארצע אנדער רעפרעזענטעד אדער אווער רעפרעזענטעד, מילא יעצט זענען אלעס וואס די זאגסט אמת, ווייל יענער איז א ראסיסט לשיטתך, איך האב דיר נייעס, די ראסיסט ספין האט שוין לאנג עקספייערט, די עולם איז שוין קראנק און מיד דערפון, ס'גיט פאר א פאלעטישען אין א שווארצע געיגענט צי אויפרייצן די מאסען, אבער פאר אינטעליגענטע מענטשן ארבעט עס נישט.

היסטאריע » מוצ"ש מערץ 5, 2022 11:38 pm

· #496082
דער פרעמיער מיניסטער פין ישראל איז געפארען קיין רוסלאנד היינט שבת קודש, כאטש ער איז א פרומער איד, צו פראבירן רעדן וועגן א סיז פייער.

בעננעט האט געזאגט אז ער האט גוטע קשרים מיט ביידע זייטען ממילא איז ער דער פאסיגער קאנדידאט צו פרובירען שלום.

ווי אויך, זאגט ער, אז זייער זעלענסקי האט אים געבעטן ער זאל רעדן מיט פוטין.

ער האט גערעדט מיט פוטין וועגן ארלעדיגען א זיכערע וועג פאר די אידן אין אוקריינא צו קענען פארלאזן דער לאנד.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג מערץ 6, 2022 12:51 am

· #496088
היסטאריע
דער פרעמיער מיניסטער פין ישראל איז געפארען קיין רוסלאנד היינט שבת קודש, כאטש ער איז א פרומער איד.

טאקע ווייל ער איז א פרומער איד האט ער געברויכט פארן אום שבת וועגן פיקוח נפש דוחה שבת!

קאצקע ציקער » זונטאג מערץ 6, 2022 1:39 am

· #496092
כאילו מען מעג נישט פארן אום שבת וואספונקטליך וועלכע מלאכה איז ער עובר ?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 6, 2022 2:07 am

· #496093
ער טראגט, אין רוסלאנד איז נישטא קיין עירוב. 😎

פאליטיקאנט » זונטאג מערץ 6, 2022 3:20 am

· #496099
שבת אחים

יעצט טוה מיר א טובה און קוק וויפיל פראצענט פון די אויבערשטע פון די שטייסל שיקן זייערע קינדער אין די מיליטער היינטיגע צייטן. די רייכע קאנגרעסלייט וואס מאכן די Decisions ווען און וואו אמעריקע גייט מלחמה האלטן, די חברה שיקן בדרך כלל נישט די קינדער אין מיליטער, נאר די ארימע און שווארצע וואס האבן נישט קיין ברירה, זיי זוכן א דזשאב און א פאסטן, און זיי recruit מען געווענטליך, די ארמיי אין אמעריקע שיקן אראפ אגענטס צו אריינכאפן יונגען אין מיליטער, די חברה דרייען זיך אין ארימע געגענטער אין גרויסע שטעט ווי זיי רעדן איין די חברה אז זיי וועלן אויפגעלויכטן ווערן אויב זיי גייען זיך שטעלן אין מיליטער אריין, און אז זיי גייען זיין העלדן פאר זייער לאנד און אנדערע ליגענט און פראפאגאנדע. ביי די איראק מלחמה איז ניטאמאל געוועהן איינער פון די גאנצע קאנגרעס וואס האט געשיקט זייערע קינדער אין די ארמיי.

אויף דעם האט שוין @קהל'ס חכם געעטנטפערט אויבן;

קיינער שיקט נישט זיינע קינדער אין ערגעץ, יעדער "קינד" קען מחליט זיין צו טוען וואס ער וויל.

ס'איז העכסט צייט זאלסט פארשטיין דעם טיפן נקודה.

קהל'ס נער » זונטאג מערץ 6, 2022 9:21 am

· #496108
שמעקעדיג
ער טראגט, אין רוסלאנד איז נישטא קיין עירוב. 😎

ער איז שוין מילא א מומר לאותו דבר ווייל אין וויליאמסבורג איז אויך נישטא קיין עירוב....

היסטאריע » זונטאג מערץ 6, 2022 12:28 pm

· #496112
.

דוראק » זונטאג מערץ 6, 2022 11:45 pm

· #496132
טאמבל סאס
די אוקראייאינער האבן גענוג פון אונז געהרגט. יעצט זאלן זיי אביסל שלעק כאפן..

און די אידן אין אוקרײנע וואָס זײנען זיי נעבעך שולדיק?
אַ חבר מײנער האָט געמוזט פאַרלאָזן זײן שטוב אין כאַרקאָוו. נאָך אַ באַקאַנטער מײנער איז כמעט דער׳הרג׳עט געוואָרן אין זאַפּאָראָזשיע. נאָך איינער אין זשיטאָמיר האָט אַרויסגעשיקט זײן משפחה און ער איז פאַרבליבן העלפן דער אידישער קהילה...

לֹא יוּמְתוּ אָבוֹת עַל בָּנִים וּבָנִים לֹא יוּמְתוּ עַל אָבוֹת

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מערץ 7, 2022 12:56 am

· #496135
וואו קומט דא אריין די פסוק?? די אידן זענען סתם אזוי נישט שולדיג דא, די אידן האבן נאר געליטן אלע יארן פון אוקריינע רשעים.
ער רעדט פון די אוקריינישע גוים.

דוראק » מאנטאג מערץ 7, 2022 3:14 am

· #496137
די סיפא פאַרענטפערט טאַקע די רישא.

קויפער » מאנטאג מערץ 7, 2022 4:59 am

· #496139
📎 6978EFB4-F5F4-4919-8A2B-185B1E4C7005.jpeg

אלע צוזאמען » דאנערשטאג מערץ 10, 2022 5:24 pm

· #496352
פוטין דער רעטער!
אוי איז 'דזשאן קערי' געווען גערעכט, ווען ער האט זיך אויסגעדריקט אין די ערשטע טעג פון די מלחמה, אז ער האט מורא אז די קריג זאל אוועקנעמען די וועלט'ס פאקוס פון גלאבאלע אנווארעמונג, און ווי ס'קוקט אויס איז דא פארווירקליכט געווארן די גמרא אז זינט די חורבן הבית איז נבואה איבערגעגעבן געווארן פאר שוטים, און וואס א טאג לענגער די שלאכטן ציען זיך, אלץ מער טוט די לינקע אפגאט, קלימאטן טויש, אפשטארבן.

'פוטין' האט מיט אינוואדירן 'אוקריינע', באוויזן צו מאכן, דאס וואס די רעכטע אין 'אמעריקע' שרייען שוין לאנג אז 'אייראפע' זאל טון, נעמליך זיך באפרייען פון רוסישע גאז און אויל, די EU האט זיך געטראפן געבינדען די הענט, בנוגע סאנקציעס, ווייל 'רוסלאנד' קען יעדע ליאדע מינוט צושפארן די וואלוו פון די גאז פייפ, און א האלב 'נאטא' פריזט אפ צום טויט, וויאזוי איז מען צוגעקומען צו אזא מצב, ווייל די לינקע אריבער דעם אטלאנטיק, פונקט ווי די לינקע דא אינדערהיים, גייען ראטעווען די פלאנעט דורכ'ן אפשפארן די מערסט עפעקטיווסטע קוועלער פון ענערגיע, און מ'גייט גיין גרין.

די בעיה איז אבער אז די ריינע ענערגיע איז נאך גרין רוי, און ס'נישט גענוג צו אנווארעמען דאס הויז, מוז מען צירוקגיין צו די פארפיינטע גאז אבער מ'האט דאך ציגעזאגט פאר די וויילער נישט צו, מוז מען גיין שאפינג אין אויסלאנד, צו א לאנד וואס האט נישט קיין פראבלעם צו טון וואס איז גוט פאר ביזנעס, און די בעסטע קאנידאט פאר דעם האט מען געטראפן אין די פארפרוירענע מאמע רוסלאנד, ווי דער דיקטאטור פוטין האט נישט קיינע רחמנות אויפן וועטער, און גראבט נאטירליכע גאז קוועלער אנע זיך אפשטעלן, אזוי האבן זיך די גרעסטע אייראפע'שע מאכטן געטראפן פאר'משכונ'ט צום רוסישן בער.

ווען די רעכטע אין 'אמעריקע' פון פרעזידענט טראמפ ביז סענאטאר קרוז, האבן געשריגן אז דאס איז נישט קיין גוטע פלאן, און אז ס'איז א וועג צו א קאטעסטראפע, האבן די סאציאליסטן זיך אויסגעלאכט, יעצט נאכן צאלן די העכסטע פרייז, און היסטאריע, ביים געז פאמפ איז די שמייכל אויסגעמעקט געווארן, אבער יעצט איז שוין אביסעלע שפעט, נישט צו שפעט, און דעריבער האבן די אייראפע'ר גענומען שריט זיך צו באפרייען פון די רוסישע יאך, און איינס ביי איינס האבן די לענדער געמאלדן אז זיי גייען צירוק אנהייבן גראבן פאר גאז און אויל, דאס איז אבער א פראצעס וואס נעמט א שטיק צייט, גייט מען דארפן ווארטן און לאזן 'אוקריינע' צושמעטערט ווערן, אזוי ביני לביני האט מען זיך געטראפן אז 'פוטין' געראטעוועט די וועלט פון צושמאלצן ווערן פון גלאבאלע אנווארעמונג.
בלאט: 1 2