☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15137
בלאט: 1 2

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 13, 2022 3:55 pm

· #494873
קורקלענד
[ציטאט אראפגענומען]

פון וואנעט נעמט יענער די דאזיגע ציפערן?


ס'דא פאר יעדעם מוציא'ס. די נומערס איז נאר פאר מענטשן וואס ווילן דאס גלייבן. עס מאכט זיכער היבש לייכטער אויפן געוויסן פאר די וואקסינירטע.

טיף אריין ביים ענדע פון די קומענדע סענטרי וועט מען זיך נאך טענהען אויב די וואקסין איז עפל דזשאס, א פּלאסיבא עפעקט, א פראטעטייפ אויף די מענטשהייט, אדער א ישועה מן השמים.

יין שרף » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 8:28 pm

· #496035
או יש לומר איפכא, אז יעדע טויטפאל איז דאך אטאמאטיש געווען דו טו קאוויד, נישט קיין חילוק אויב מען איז געשטארבן פון א עקסידענט אדער הארץ אטאקע. ממילא איינס די טויט ציפערן איז נידריגער געווארן, אטאמאטיש פאלן די קאוויד נומערן...

תנחום » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 10:29 pm

· #496043
די מלאך המוות איז יעצט פארנומען אין אוקריינע.

מלאך המוות מה לי הכא מה לי התם שוין איינמאל...

הקטן » פרייטאג מערץ 4, 2022 8:43 am

· #496053
[ציטאט אראפגענומען]

אויב זאל דאס זיין דער פאקט דאן
זעט אויס ס'האט נישט גארנישט איינגעלייגט מיט מאסקס\טעסטס און אימיאזעשען - וואס אינזער ציבור האט נישט גענימען ערענסט נישט אמאל און נישט היינט



תנחום איז מיר גראדע יא געפאלן נאך וואס איך האב פארשטאנען וואס ליגט אינטער זיין דשאק איך בין נישט זיכער ער האט צי דעם מכוון געווען
און יין שרף האט אויך געענפערט צי דער זאך

יָדוֹרָש » דינסטאג מערץ 22, 2022 10:00 am

· #496832
מענטשן פאלן ווי פליגן. אין די לעצטע פאר טעג זענען אוועק א צאל אינגע מענטשן פון צװישן אונז. וואס גייט דא פאר און וואס קען מען טון דערצו?

אונטער חכם » זונטאג מערץ 27, 2022 11:01 pm

· #497081
Re: וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?
[ציטאט אראפגענומען]
האלטסט נאך חשבון אויף די נאמבערס אין די איד יעדע וואך?

איך מיין עס איז שוין צייט פאר אן אפדעיט מיט די פונקטליכע נאמבערס די לעצטע איינס אהאלב יאר.

היסטאריע » מאנטאג מערץ 28, 2022 6:10 am

· #497098
[ציטאט אראפגענומען]


און די מאסקעס נישט פארגעסן.

יעקב מענטש » מאנטאג מערץ 28, 2022 2:41 pm

· #497112
און די לעצטע חודש האבן א קנאפע 3 מנינים קינדער געבענטשטע משפחות פארלוירן איינע פון די עלטערן, ה"י
בלאט: 1 2