☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'

א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15130
בלאט: 1 2

שמן למאור » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 8:43 pm

· #494164
א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'
וויפיל מחלוקת, בלוט פארגיסונג, און סתם שלעגערייען האט שוין די נושא אנגעברענגט, דיני תורות וואס האבן זיך געצויגן פאר יארן לאנג, מיט ענדלאזע קאנסעקווענצן וואס לאזן נאך זייערע פינגער אפדריקן טיף אריינגעדריקט אין די נשמה פון אסאך חצירות'ן,

די 'גרעסטע' שטאלץ וואס יעדע 'חצר הקודש' פארמאגט, איז די 'נאמען פון די חסידות'. מיט דעם טוט זיך די חסיד אינדענטיפיצירן, דאס שטייט אין די צענטער פונעם גרויסן 'בית צדיקים יעמוד' טאוול, און דאס איז די יסוד פון די גאנצע חסידות, זאל עס זיין בעלז, סאטמאר, פאפא, סקווירא, וויזניץ, באבוב, גור, וכ' וכ' וכ'.

איך לכשעצמי האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען דעם קאנצעפט. מילא די צדיקים וואס זענען געקומען פון אייראפע, און האבן זיך דא באזעצט, פארשטיי איך, נעם למשל סאטמאר רב, ער איז געווען רב אין שטאט סאטמאר אינדערהיים, און איז געווען 'סאטמאר רב' און ווען ער איז געקומען קיין וויליאמסבורג ווי עס איז געווען נאך אסאך אדמורי''ם, האט ער זיך נישט גערופן די וויליאמסבורגע רב, נאר איז געבליבן מיט זיין אמאליגן טיטל פון 'סאטמאר רב', אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, וואס אין די וועלט האבן די היינטיגע סאטמארע רעבעס צו טון מיט סאטמאר? וואס האבן זיי איינגעשטויסן מיט דעם מאדנעם אונגארישע נאמען?

מ'קען מיינען אז עס ליגט גרויסע סודות התורה, אדער גאר שמות הקדושים אין די נעמען פון די 'חצרות הקודש' ווען אין די ווארהייט איז עס בלויז גויאישע נעמען פון שטעט אין אייראפע, אין עס ליגט גארנישט דערינען (צומאל איז עס אפילו טמא'נע נעמען ווי למשל סאטמאר, וואס איז נקראת על שם עפעס א עבודה זרה 'סאטו מארא', וואס וועגן דעם פלעגן אסאך ארומטוישן די לשון און זאגן 'סאקמאר' רב').

ווי האט נאר א גוטזאגער אמאל געזאגט, ער וואלט געוואלט זיין ביי די town hall מיטינג, אין אונגארן, ווען מען האט געגעבן די נאמען פון די שטאט 'הודו-נאנוש' איר מאדנע נאמען, ער איז נייגעריג וועלעכע 'אנדערע' נעמען זענען געווען אויפן טיש, און מען האט זיי גע'פסל'ט צוליב זייער מאדנעקייט אדער אימפאסיגקייט, 'ביז' איינער איז אויפגעקומען מיט די קלינגעדיגע נאמען 'הודו-נאנוש'...

עכ''פ, עס ליגט נישט גארנישט אין דעם, נישטא קיין שום חכמה אדער ענינים אין די 'הייליגע נעמען'.

אפאר וואכן צוריק בין איך איינגעשטאנען ערגעץ אין מאנסי אויף מעפל עוועניו, דארט האב איך געדאווענט אין א ביה''מ אין די געגנט וואס איך געדענק אפילו נישט די נאמען פונעם שול, עפעס א מאדנע נאמען פון א שטעטל אין כ'ווייס נישט וואו, א גאנץ שבת האב איך מיר איינגע'חזר'ט דעם נאמען עס צו קענען איבערזאגן ווען איינער וועט מיר פרעגן וואו איך האב געדאוונט, איך האב דאן געטראכט צו מיר, 'פארוואס קען די שול נישט הייסן 'מעפל שול'? זאל זיך די רב ריפן די מעפלער רב, ושלום על ישראל!

פארוואס מוז מען בלייבן סטאק מיט עפעס אן אלטע נאמען פון א ציקוועטשטן דארף אין גאליציע, ווען דו קענסט ריפן די נאמען פונעם חסידות על שם די גאס וואס די ביה''מ איז אויף? (כל הכבוד צום 'פארשעי' רבי, ס'פעלט אים עפעס?)

אין פתח תקוה איז דא א גרויסע מעין גאס וואס הייסט ז'יבוטינסקי, אויף דעם גאס איז דא א רבי'לע מיט זיין ביה''מ וואס ריפט זיך מעזיבוז, (אזוי ליגט מיר אין קאפ די נעמען פון די מעשה, אויב פארדריי איך די נעמען ביטע פארעכטן), האט ער אריינגעגעבן א ביטע צו די שטאט אז מען זאל טוישן די נאמען פון די גאס על שם די נאמען פון די חסידות, ס'זאל הייסן 'רחוב מעזיבוז', נאך א שטיק צייט איז די שטאט צוריקגעקומען מיט א תשובה, אז זיי האבן דורכגעטון די זאך, און זיי האבן מחליט געווען אז ער זאל זיך ענדערש טוישן די נאמען פון זיין חסידות צו 'ז'יבוטינסקי'...

איך האב שטארק געלאכט ווען איך האב געהערט די מעשה, אבער באמת, וואס איז א חילוק פון מעזיבוז מיט ז'יבוטינסקי? ביידע זענען מאדנע נעמען וואס האבן נישט קיין שום פשט, בלויז ווייל מ'איז שוין צוגעוואוינט צו די נאמען 'מעזיבוז' אלץ א הייליגע נאמען מיינט נישט גארנישט, מיט די יארן וועט מען זיך אויך צוגעוואוינען צו ז'יבוטינסקי...

(כ'האק אריין מיט א גוט ווארט, ווי האט איינער געזאגט, זיין זיידע האט נאך געוואוינט אין דערהיים אין 'תולדות אהרן' און פון די צווייטע זייט שטאמט ער פון דעם באקאנטן דערפל 'אמונת ישראל'...)

מען האלט שוין היינט אז עס איז דא עטליכע מנינים פון וויזניצע אדמורי''ם, עס איז דא א וויזניץ- מאנסי- קייעמישע, מיט א וויזניץ- מאנסי-וויליאמסבורג, מיט א וויזניץ-מאנסי- בארא פארק, וכו', (אגב, וויזניץ איז פונקט אזא נאמען ווי מאנסי, וויזניץ איז א דערפל אין רומעניע, און מאנסי איז א דארף אין ניו יארק, נישטא קיין גרויסע חילוק, פאר דער וואס כאפט נישט...)
דערווייל איז עס נאך אביסל אונטער קאנטראל, ס'נאכנישט אזוי קאנפיוזינג, אבער גיב עס א אפאר יאר, עס וועט זיין א וויזניץ- מאנסי- וויליאמסבורג- ירושלים- בארא פארקע רבי, מיט א וויזניץ- מאנסי- ירושלים- וויליאמסבורג- בארא פארקע רבי, מיט א וויזניץ- בני ברק- ירושלים- וויליאמסבורג- בארא פארקע רבי, און אלע אויף די זעלבע גאס!
עס וועט זיין אזא דור הפלגה אז מ'קען זיך נישט פארשטעלן, מען וועט אפזאגן א שידוך ווייל מען האט געמיינט אז ער געהערט צו וויזניץ-מאנסי-בני ברק, אבער די שדכן האט פארדרייט, און ער געהערט באמת צו וויזניץ- בני ברק- מאנסי....

מען דארף אפשטעלן די מגיפה באצייטנס...!

מיט אזא מהלך פון זיך עדזשאסטן צו די נאמען פון די גאס וועט אין קרית יואל ווערן מסודר איימאל פאר אלעמאל. פארוואס זאל סאסוב'ע ביה''מ זיין אויף דינוב קארט, און דינוב'ע ביה''מ זיין אויף קאזניץ לעין, קאזניצע ביה''מ אויף אפטע סטריט, אין אפטע שול אויף ברעסלעב עוועניו, און ברעסלעבע שול אויף טשערנאבל סטריט... די קאפ קען ממש שווינדלען!
פארוואס זאל מען נישט מאכן ריסעט, און יעדע שול און רב זאל זיך פאררופן אויף די נאמען פון די גאס וואס זיין שול איז אויף, איי זיין ווייב איז א שטיף אור-אייניקל פון קאלובע רב? אבער למען השם ער וואוינט אויף לעלוב לעין! זיין זיידע האט אויך נאר געהייסן 'קאליבער רב' ווייל ער האט געוואוינט אין שטאט קאלוב, יעצט אז דו ביסט סטאנציאנירט אויף לעלוב לעין, וועסטו הייסן 'לעלובע רבי'!

איך זאג נישט ח''ו אז די מרה דאתרא זאל הייסן האדמו''ר מגארפילד, חס ושלום, מאן דכר שמיה, ער איז דאך רב אויפן 'גאנצן' שטעטל נישט נאר אויף זיין גאס, אבער פארוואס זאל ער הייסן האדמו''ר מסאטמאר, וואס האט הודו מיט קוש מיך? ער זאל הייסן כ''ק מרן אדמו''ר מקרית יואל שליט''א!

אין בארא פארק וועט די זאך זיין סאך פשוט'ער. אנשטאט די מאדנע נעמען, קען מען לכתחילה הייסן לויט די נומערן, כ''ק מרן אדמו''ר מ15, כ''ק מרן אדמו''ר מ51, וכהנה וכהנה, עס וועט אסאך גרינגער מאכן די לעבן, נעם אוועק די 'באבוב' פונעם 45, און רוף זיך לכתחילה האדמו''ר מ45 אדער 49, און די אנדערע וועט הייסן האדמו''ר מ48, ושלום על ישראל.

אין וויליאמסבורג זאל פאפא טוישן איר מאדנע נאמען צו 'בעדפארד', ס'קלינגט סאך בעסער, כ''ק מרן אדמו''ר מבעדפערט שליט''א, סאטמאר זאל הייסן האדמו''ר מראדני שליט''א, און עס וועט אפילו זיין א כ''ק מרן אדמו''ר מפלאשינג שליט''א,

(אגב אין וויליאמסבורג איז דא איינער וואס רופט זיך די אפטע רב, פארציילט מען אז ער האט אמאל באקומען א טעלעפאון קאל,
ער הייבט אויף די טרייבל,
''א גוטן דא רעדט די אפטע רב, ווער רעדט''?
יענער ענטפערט
''אה א גוטן, דא רעדט די קאזניצער מגיד''...)

איך זאג נישט אז מיט די מהלך וועט ווערן א תיקון השלם, ס'נאכנישט ממש משיח'ס צייטן, עס וועט מסתמא זיין א דין תורה צווישן סאטמאר מיט נייטרא ווער זאל הייסן ראדני רבי, אדער צווישן וויען מיט וויזניץ ווער וועט הייסן האדמו''ר מ'לי, אבער איך מיין אז מען קען זיך אן עצה געבן, פונקט ווי עס איז דא חסידות'ן מיט צוויי נעמען ווי למשל צאנז- קלויזנבורג, קרעטשניף- סיגוט וכדו', קען מען דא אויך מאכן אזוי, איינער הייסט האדמו''ר מ'לי- ווילסאן, און די צווייטע וועט זיין האדמו''ר מ'לי- טעילער, ביי סאטמאר און נייטרא, וועט איינער הייסן ראדני- לי, און די צווייטער ראדני- בעדפארד, (אדער אפשר קען סאטמאר הייסן האדמו''ר מוויליאמסבורג סטריט, עס איז דאך דא אן אריינגאנג פון דארטן אויך).

עכ''פ איך מיין אז מיט אזא מהלך וועט שטארק געלינדערט ווערן די געפערליכע קריזיס פון די 'נעמען פון חסידות'ן'

תרמב » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 9:00 pm

· #494166
מ'זאגט נאך פונעם לאשאנצע רב אז ער האט געקלערט זיך צו רופן האדמור מפאטעיטא טשיפ שליט"א אזוי וועלן זיך זיינע קינדער נישט מוטשענען מיט נעמען, די עלסטע וועט זיין האדמור מפאטעיטא טשיעפ פלעין, און די אנדערע וועלן הייסן האדמור מגארליק פאטעיטא טשיפ די נעקסטער בארבעקיו פאטעיטא טשיפ וכן הלאה, די אייניקלעך קענען הייסן ריפל פאטעיטא טשיפ....

לעצטנס איז אלעסקע רב פון בארא פארק אוועק, האט איינער מציע געווען אז די קינדער זאלן זיך רופן אלעסק, באלעסק, גאלעסק, דאלעסק, האלעסק, וואלעסק, און אזוי ווייטער וויפיל קינדער ס'איז דא....

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 9:03 pm

· #494167
תרמב
מ'זאגט נאך פונעם לאשאנצע רב אז ער האט געקלערט זיך צו רופן האדמור מפאטעיטא טשיפ שליט"א אזוי וועלן זיך זיינע קינדער נישט מוטשענען מיט נעמען די עלסטע וועט זיין האדמור מפאטעיטא טשיעפ פלעין, און די אנדערע וועלן הייסן האדמור מגארליק פאטעיטא טשיפ די נעקסטער בארבעקיו פאטעיטא טשיפ וכן הלאה, די אייניקלעך קענען הייסן ריפל פאטעיטא טשיפ....

לעצטנס איז אלעסקע רב רב פון בארא פארק הראט איינער מציע געווען אז די קינדער זאלן זיך רופן אלעסק, באלעסק, גאלעסק, דאלעסק, האלעסק, וואלעסק, און אזוי ווייטער וויפיל קינדער ס'איז דא....

דא אין קאווע שטיבל פאר יארן צוריק איז געווען געקרוינט כ"ק מרן אדמו"ר מ’מילקשעיק שליט"א [זי"ע] ווער ס’געדענקט...

געדאנקן » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 9:16 pm

· #494169
תרמב
מ'זאגט נאך פונעם לאשאנצע רב אז ער האט געקלערט זיך צו רופן האדמור מפאטעיטא טשיפ שליט"א אזוי וועלן זיך זיינע קינדער נישט מוטשענען מיט נעמען, די עלסטע וועט זיין האדמור מפאטעיטא טשיעפ פלעין, און די אנדערע וועלן הייסן האדמור מגארליק פאטעיטא טשיפ די נעקסטער בארבעקיו פאטעיטא טשיפ וכן הלאה, די אייניקלעך קענען הייסן ריפל פאטעיטא טשיפ....
דער לאשאנצער רב פלעגט זיך דאך ריפן אב"ד וואלאבאוט.

היסטאריע » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 9:42 pm

· #494171
מאשלוי איז טאקע אויף דער נאמען פין א גאס.

אזוי אלעסק באלסעק וכו', איז סאקמער און קאקמער אויך גוט. ווי

קהל'ס נער » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 9:46 pm

· #494172
די אמת'ע נאמען פון צעילים איז "דויטש קרויץ" (מיינט עס די ס.ס. סימבאל?) מען האט עס נישט געוואלט רופן אזוי האט מען עס געגעיבן א שפעט נאמען צלם איז עס שוין געבליבען מיטן אונגערישן צעילים.

פאליטיקאנט » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 9:56 pm

· #494173
Re: א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'
עצי שטים

איך האב שטארק געלאכט ווען איך האב געהערט די מעשה, אבער באמת, וואס איז א חילוק פון מעזוביז מיט ז'יבוטינסקי? ביידע זענען מאדנע נעמען וואס האבן נישט קיין שום פשט, בלויז ווייל מ'איז שוין ציגעוואונט צו די נאמען 'מעזעבוז ' אלץ א הייליגע נאמען מיינט נישט גארנישט, מיט די יארן וועט מען זיך אויך ציגעוואונען צו ז'יבוטינסקי...

(


ז'בוטינסקי איז על שם זאב ז'בוטינסקי, א רעכטע ציוניסט און די ערשטע אויפצושטעלן א שטיקל אידישע מיליטער - לח"י.

<a class="postlink" href="https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96%D7%90%D7%91_%D7%96%27%D7%91%D7%95%D7%98%D7%99%D7%A0%D7%A1%D7%A7%D7%99">https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96% ... 7%A7%D7%99</a>

פאליטיקאנט » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 9:57 pm

· #494174
Re: א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'
על הטוב יזכר האדמו"ר מדובשינה והגלילות וועלכע רופט זיך דובשינה על שם Division Ave און והגלילות כדי צו האבן מנין....

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 10:05 pm

· #494176
עצי שיטים: ייש"כ. דו האסט מיך ממש מחיה געווען מיט דיין חמין במוצ"ש. נאר עטליכע הערות זענען אין פלאטץ. ערשטנס סאטמאר הייסט נישט על שם עפעס אן עבודה זרה. די ווארט סאטו- מארע איז אן אויבערזעצונג פון דעם ווארט ..."מארע"... וואס מיינט א טייך אין ראמעניש. נישט איך זאג עס. גוגל זאגט עס...!

צווייטנס, ווען מ'האט געגעבן דעם נאמען הוידו-נאנאש, ביניך זיכער אז ס'איז געווען דארט עטליכע אידן אדער לכה"פ איין איד. ער האט געוואלט מ'זאלל א נאמען געבן נאך הודו אין סידור'ל. נאנאש ווייס איך נישט וואס ס'מיינט.

דער נאמען שאראש פאטאק, מיינט א בלאט'יגער טייך. ס'איז אויך געווען א איד וועלכער האטציך גערופן סאראק-ראד'ער רב . ער איז געקומען קיין אמעריקע און געמאכט א סאך געלט אלס סאראק'ראד'ער רב שליט"א. איינמאל האט ער אנגעטראפן א גרויסן ביזנעסמאן וואס האט געשטאמט פון אונגארן. ער קומט אריין צו יענעם אין אפיס. ער שטעלט זיך פאר אלס סאראקראדער רב. יענער האט איהם געגעבן אזא קבלת פנים וואס ער האט נישט אזוי שנעל פארגעסן. ווייל דער ווארט מיינט אונגאריש. איך מ--.. מיך אויס אויף דיר... יענער האט איהם געזאגט (אין אונגאריש) איך מאך מיך אויס אויף דיר. פוץ אפ פון דא ווי אמשענלסטן...!

נאר דו ביסט גערעכט אז ס'שווינדלט איינעם פאר די אויגן די סאך נעמען און צוגעטשעפעטע נעמען פון א סאך פון די היינטיגע רעבעס.

ועוד: אויב מ'זוכט פאני נעמען איז ב"ה דא בשפע פון די נעמען אין אמעריקע אליינס. למשל, וואס איז שלעכט מיט דעם שטעטל שיבויגן, וויסקאנסין. אדער האקענזאק, ניו דזשערזי. אדער הא-האוקוס, ניו דזשערסי. שטעלט אייך פאר ביי א מיטינג אין התאחדות הרבנים וועט דער יושב ראש , אדער זיין ממלא מקום אויסרופן. צוערשט וועט דער שיבויגענער רב זאגן א פאר ווערטער. נאכדעים וועט רעדן דער האהאוקוס'ער רב. און שפעטער וועט דער האקענסאק'ער רב זאגן דברי כבושין...!

תרמב » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 10:14 pm

· #494181
די בעסטע וועט נאך זיין אז איינער פון דעטרויט וועט זיך רופן דער מישיגענער......

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 10:21 pm

· #494185
קהל'ס נער
די אמת'ע נאמען פון צעילים איז "דויטש קרויץ" (מיינט עס די ס.ס. סימבאל?) מען האט עס נישט געוואלט רופן אזוי האט מען עס געגעיבן א שפעט נאמען צלם איז עס שוין געבליבען מיטן אונגערישן צעילים.

קהל'ס נער: גערעכט. און וואס מיינסטו איז דער טייטש פון די ..."ביאלא"? דער נאמען איז ע"ש א אן עבודה זרה. דער פולער נאמען איז ..."ביאלא צערקווא"... די ווייסע טשוירטש...! גור. די גרויסע און הייליגע חסידות גור הייסט אויף פויליש..."גארא קאלוואריא"... קאלוואריא איז א שם עבודה זרה. און דאס אלעמען באקאנטע הייליגע שטעטל קערעסטיר מיינט אויף אונגאריש... דער צלם פון יאשקע..."קערעסט-אור"...!

דער הייליגער צדיק ר' מאיר מ'פרימישלאן (השני) איז אויך געווען א גוטער ווערטלזאגער. ווען מ'איז געקומען זאגן פאר איהם אז ס'איז דא א פארשלאג אז דער הייליגער רוזינער זאלל זיך אריבערציען קיין סאדיגור. האט ער פארבעסערט און געזאגט... ס'הייסט נישט סאדיגור (שדה גרוע). נאר סאדיטוב. (שדה טוב). ער האט געזאגט אז דער רוזינער וועט הייסן סאדיטוב'ער רבי...!

היסטאריע » מוצ"ש פעברואר 5, 2022 11:51 pm

· #494193
צאנזער רב האט נישט געזאגט נאמען פין שטעט.

מיליאנער » זונטאג פעברואר 6, 2022 12:55 am

· #494196
אין וויליאמסבורג איז דא א ביהמ''ד בית מרדכי ד'קלעסאן אויף פרענקלין עוועניו, נאכדעם וואס די רב האט פארמאכט זיין ביהמ''ד אויף קלעסאן עוו און געמופט אויף פרענקלין און געבליבן קלעסאנער רב....

ענליך צו דעם איז פיטסבורגער רבי פון ארץ ישראל.

און גראדע דושינסקיא איז שוין עקסטרעם, ווען די גאנצע קהילה איז אויפן לעצטן נאמען פונעם רבי'ן, אזש די יונגע דור וועט שוין נישט וויסן וואס איז פאני ווען איינער וועט זאגן אז ער האט געוואוינט אין שטאט דושינסקיא אין די אלטע היים.... אפשר זאל סאטמאר זיך רופן האדמו''ר מטייטלבוים שליט''א.... נשיא מרכז מוסדות טייטלבוים העולמי...

תרמב » זונטאג פעברואר 6, 2022 1:29 am

· #494199
אז דו רעדסט פון קלעסאן האב איך זיך דערמאנט א ווערטל וואס מ'האט געזאגט ווען ס'האט זיך געעפענט גלייך דערנעבן דער וואלקאנע בית מדרש, אז א שווארצע וואלקען האט זיך אראפגעלאזט אויף קלעסאן......

בת קול » זונטאג פעברואר 6, 2022 1:45 am

· #494200
מיליאנער
אין וויליאמסבורג איז דא א ביהמ''ד בית מרדכי ד'קלעסאן אויף פרענקלין עוועניו, נאכדעם וואס די רב האט פארמאכט זיין ביהמ''ד אויף קלעסאן עוו און געמופט אויף פרענקלין און געבליבן קלעסאנער רב....

ענליך צו דעם איז פיטסבורגער רבי פון ארץ ישראל.

און גראדע דושינסקיא איז שוין עקסטרעם, ווען די גאנצע קהילה איז אויפן לעצטן נאמען פונעם רבי'ן, אזש די יונגע דור וועט שוין נישט וויסן וואס איז פאני ווען איינער וועט זאגן אז ער האט געוואוינט אין שטאט דושינסקיא אין די אלטע היים.... אפשר זאל סאטמאר זיך רופן האדמו''ר מטייטלבוים שליט''א.... נשיא מרכז מוסדות טייטלבוים העולמי...



דאכצעך די זעלבע איז מיט באסטענע רבי.

שמעון וואלף » זונטאג פעברואר 6, 2022 1:49 am

· #494201
באסטאן, פיטסבורג, און היינט האמיר שוין אויך אדמו"ר מ'קליוולאנד אין ארץ ישראל. אלעס ע"ש אמעריקאנע שטעט

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 6, 2022 1:58 am

· #494202
שמעון וואלף: ס'ועט זיין דער תיקון השלם (פול סירקל) ווען אין די שטאט סאטמאר וועט זיין ראדני'ער רבי. און אין וויזשניץ וועט זיין מאנסי'ער רבי אדער בני ברק'ער רבי.

וואלווי » זונטאג פעברואר 6, 2022 2:30 am

· #494209
מיליאנער

און גראדע דושינסקיא איז שוין עקסטרעם, ווען די גאנצע קהילה איז אויפן לעצטן נאמען פונעם רבי'ן, אזש די יונגע דור וועט שוין נישט וויסן וואס איז פאני ווען איינער וועט זאגן אז ער האט געוואוינט אין שטאט דושינסקיא אין די אלטע היים.... אפשר זאל סאטמאר זיך רופן האדמו''ר מטייטלבוים שליט''א.... נשיא מרכז מוסדות טייטלבוים העולמי...


לכאורה די סיבה פארוואס ביי דושינסקי איז די רביסטעווע נאמען א משפחה נאמען, ווייל באמת איז די נאמען פון די מוסדות וקהילה ע"ש מהרי"ץ דושינסקיא, און אויף דעם הייסט עס דושינסקיא. ס'איז נישט אנדערש ווי תו"א און תוא"י

וואלווי » זונטאג פעברואר 6, 2022 2:33 am

· #494210
תרמב
די בעסטע וועט נאך זיין אז איינער פון דעטרויט וועט זיך רופן דער מישיגענער......


אין קארלין איז דא א דעטרויט'ער....

שמן למאור » זונטאג פעברואר 6, 2022 3:37 am

· #494214
ס'איז היינט באקאנט די באלונער רבי, וואס מאכט פארשטעלונגען מיט באלונען,
ער זאגט כסדר אז ער איז שטארק ציקריגט און וויל זיך קיינמאל נישט טרעפן מיטן 'באסטענע רבי'...

מרדכי מרדכי » זונטאג פעברואר 6, 2022 7:29 am

· #494219
איך מיין די ריזען עס געשעט נישט איז צוליב אויב וועט זיך א רעבע מאווען וועט מען דארפן טוישן אלע לעדערהעד'ס און אויך די גרויסע אותיות אויף די בניני המוסדות
(קאליב האט זיכער נישט וואס ציצזארגן מיט די טמא'נע נאמען ווייל די רבי האט עס זיכער געהייליגט ציזאמען מיט די ניגונים)

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 6, 2022 3:33 pm

· #494252
וואלווי
תרמב
די בעסטע וועט נאך זיין אז איינער פון דעטרויט וועט זיך רופן דער מישיגענער......


אין קארלין איז דא א דעטרויט'ער....

אבער ער רופט זיך נישט דעטרויט והגלילות. ווייל דאמאלס וועט מען פרעגן אין וועלכע גלילות איז דעטרויט...!

וואלווי » זונטאג פעברואר 6, 2022 3:41 pm

· #494254
berlbalaguleh

אבער ער רופט זיך נישט דעטרויט והגלילות. ווייל דאמאלס וועט מען פרעגן אין וועלכע גלילות איז דעטרויט...!

בלומינג גראוו.

אז בלומינג גראוו קען זיין אתריה דמר, קען דעטרויט זיין גלילות דמר מיט חצי שיעור תרי טעמא דהואיל ומתוך דהותרה לצורך שכר מצוה בהאי עלמא...

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 6, 2022 4:02 pm

· #494259
וואלווי: נו, פיהר נאך דעם פשט'ל ווייטער. דו האסט נאכנישט גערעדט איבער די י"ג מידות של רחמים שהתורה נדרשת בהן... ס'איז שוין באלד פורים קטן...!

פאלאצ'ינטא » זונטאג פעברואר 6, 2022 8:57 pm

· #494283
עס איז שוין דא... פיטסבורגער, באסטענער, קליוולאנדער. מאשלאוער צוביסלאך נעמט מען איין אמעריקא

איך אויך » זונטאג פעברואר 6, 2022 9:00 pm

· #494284
עז פאר עז איי קנוא איז מאשלא דער איינציגסטער וואס הייסט נאך א הייוועי mosholu parkway .

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 6, 2022 9:26 pm

· #494289
ר' שעיעלע קערעסטירער האט געהאט א ברידער אין אמעריקא, כ'געדעינק נישט זיין ערשטע נאמען, מען האט עים געריפען ר' פלוני ניו יורקער.

תרמב » זונטאג פעברואר 6, 2022 10:47 pm

· #494295
פון דעם איז געווען פלענטי, משה מאנראויער, משה קרוינהייטס, און נאך.

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:32 pm

· #494300
פארוואס זאל מען נאר טוישן די נעמען פון חסידות'ן די משפחה נעמען דארף מען אויך טוישן.
פארוואס אקערמאן, ער ווייסט נישט אפילו וויאזוי א אקער אייזן זעיט אויס,
קליין ווייל זיין זיידע איז געוועין א קליינע מענטש,
פארקאש האט איינער א אנונג וואס דעיס מיינט בכלל
שמעלצער, ער האט נישט קיין אנונג וויאזוי מען שמעלצט און די זעלבע זאך מיט שניצלער.

בקיצור מען דארף נייע נעימען, וכזה
יואלי הויזפליפער
בערל (בעלעגלה) טעקסידרייווער
משה קאמפיוטערפראגרעמער
חיים קריתיואלער (והגלילות)
ברוך זלויני
הערשל הצלהמעמבער
משה מקווהווייקער
לוי לחיימטרינקער
דוד דראגדיעלער

גראדע מאטל שיכור און יוסל גנב וואלט מען נאך רואיג געקענט ניצען היינט.

היסטאריע » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:33 pm

· #494301
אפשר מישט איר מיט ר' משה נויארקער פין ניקלסבורג (ר' מיכל). איך מיין ער איז געוועהן באשריבן דא אין ק"ש באריכות.

היסטאריע » זונטאג פעברואר 6, 2022 11:34 pm

· #494302
פארקאש האט איינער א אנונג וואס דעיס מיינט בכלל


נעם ארויס די ריש, און איך האב נישט קיין איינונג וואס עס מיינט, אבער מען הערט עס פין ערלים אסאך.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 7, 2022 1:27 am

· #494318
קהל'ס נער
פארוואס זאל מען נאר טוישן די נעמען פון חסידות'ן די משפחה נעמען דארף מען אויך טוישן.
פארוואס אקערמאן, ער ווייסט נישט אפילו וויאזוי א אקער אייזן זעיט אויס,
קליין ווייל זיין זיידע איז געוועין א קליינע מענטש,
פארקאש האט איינער א אנונג וואס דעיס מיינט בכלל
שמעלצער, ער האט נישט קיין אנונג וויאזוי מען שמעלצט און די זעלבע זאך מיט שניצלער.

בקיצור מען דארף נייע נעימען, וכזה
יואלי הויזפליפער
בערל (בעלעגלה) טעקסידרייווער
משה קאמפיוטערפראגרעמער
חיים קריתיואלער (והגלילות)
ברוך זלויני
הערשל הצלהמעמבער
משה מקווהווייקער
לוי לחיימטרינקער
דוד דראגדיעלער

גראדע מאטל שיכור און יוסל גנב וואלט מען נאך רואיג געקענט ניצען היינט.

קהל'ס נער: איך בין מחולק מיט דיר. בערל בעל עגלה וועט אייביג זיין אקטועל. א באס דרייוער אדער עירליין פיילאט איז נאכאלץ א בעל עגלה. ס'איז נאר אן אנדער מין וואגן. איך געב פאר מיינע פערדלעך צו עסן לאו סולפור דיזעל פיול שטאטס שטרוי און האבער...!

אויך. האסטו פארגעסן פון 2 חשוב'ע מעמבערס פון אונזער קהילתינו הקדשה. הר"ר נתן נטע טראמפייטערפליקער. און הרה"ג ר' יונה האניגקוועטשער...!

פאליטיקאנט » מאנטאג פעברואר 7, 2022 3:28 am

· #494321
Re: א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'
פאליטיקאנט
עצי שטים

איך האב שטארק געלאכט ווען איך האב געהערט די מעשה, אבער באמת, וואס איז א חילוק פון מעזוביז מיט ז'יבוטינסקי? ביידע זענען מאדנע נעמען וואס האבן נישט קיין שום פשט, בלויז ווייל מ'איז שוין ציגעוואונט צו די נאמען 'מעזעבוז ' אלץ א הייליגע נאמען מיינט נישט גארנישט, מיט די יארן וועט מען זיך אויך ציגעוואונען צו ז'יבוטינסקי...

(


ז'בוטינסקי איז על שם זאב ז'בוטינסקי, א רעכטע ציוניסט און די ערשטע אויפצושטעלן א שטיקל אידישע מיליטער - לח"י.

<a class="postlink" href="https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96%D7%90%D7%91_%D7%96%27%D7%91%D7%95%D7%98%D7%99%D7%A0%D7%A1%D7%A7%D7%99">https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96% ... 7%A7%D7%99</a>
נכון, ווען איך האב געשריבן אז עס האט נישט קיין פשט, מיינט נישט אז מען האט סתם געשאסן אלפעבעטן און ס'איז ארויס א נאמען, אודאי איז עס נאך א מענטש אדער א חפץ אדער געשעעניש,
אבער ז'יבוטינסקי איז נישט אנדערש ווי די אנדערע ע''ז נעמען וואס די עולם איז אריינגעקומען קלאר דערמיט


אנטשולדיגט. האט איר פשוט עביוזט אייער שריפטשטעלער רעכטן און אריינגעלייגט אייער ווערטער אין מיין תגובה????

ליפא » מאנטאג פעברואר 7, 2022 3:53 am

· #494322
קהל'ס נער
פארוואס זאל מען נאר טוישן די נעמען פון חסידות'ן די משפחה נעמען דארף מען אויך טוישן.
פארוואס אקערמאן, ער ווייסט נישט אפילו וויאזוי א אקער אייזן זעיט אויס,
קליין ווייל זיין זיידע איז געוועין א קליינע מענטש,
פארקאש האט איינער א אנונג וואס דעיס מיינט בכלל
שמעלצער, ער האט נישט קיין אנונג וויאזוי מען שמעלצט און די זעלבע זאך מיט שניצלער.

בקיצור מען דארף נייע נעימען, וכזה
יואלי הויזפליפער
בערל (בעלעגלה) טעקסידרייווער
משה קאמפיוטערפראגרעמער
חיים קריתיואלער (והגלילות)
ברוך זלויני
הערשל הצלהמעמבער
משה מקווהווייקער
לוי לחיימטרינקער
דוד דראגדיעלער

גראדע מאטל שיכור און יוסל גנב וואלט מען נאך רואיג געקענט ניצען היינט.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6574">viewtopic.php?f=24&t=6574</a><!-- l -->

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:00 pm

· #494342
פאליטיקאנט
פאליטיקאנט
עצי שטים

איך האב שטארק געלאכט ווען איך האב געהערט די מעשה, אבער באמת, וואס איז א חילוק פון מעזוביז מיט ז'יבוטינסקי? ביידע זענען מאדנע נעמען וואס האבן נישט קיין שום פשט, בלויז ווייל מ'איז שוין ציגעוואונט צו די נאמען 'מעזעבוז ' אלץ א הייליגע נאמען מיינט נישט גארנישט, מיט די יארן וועט מען זיך אויך ציגעוואונען צו ז'יבוטינסקי...

(


ז'בוטינסקי איז על שם זאב ז'בוטינסקי, א רעכטע ציוניסט און די ערשטע אויפצושטעלן א שטיקל אידישע מיליטער - לח"י.

<a class="postlink" href="https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96%D7%90%D7%91_%D7%96%27%D7%91%D7%95%D7%98%D7%99%D7%A0%D7%A1%D7%A7%D7%99">https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96% ... 7%A7%D7%99</a>
נכון, ווען איך האב געשריבן אז עס האט נישט קיין פשט, מיינט נישט אז מען האט סתם געשאסן אלפעבעטן און ס'איז ארויס א נאמען, אודאי איז עס נאך א מענטש אדער א חפץ אדער געשעעניש,
אבער ז'יבוטינסקי איז נישט אנדערש ווי די אנדערע ע''ז נעמען וואס די עולם איז אריינגעקומען קלאר דערמיט


אנטשולדיגט. האט איר פשוט עביוזט אייער שריפטשטעלער רעכטן און אריינגעלייגט אייער ווערטער אין מיין תגובה????

ס'געווען א טעות, כ'האב עס שוין פאראכטן,
שכח פארן אנמערקן, ואתך הסליחה

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 7, 2022 12:01 pm

· #494343
פאליטיקאנט
עצי שטים

איך האב שטארק געלאכט ווען איך האב געהערט די מעשה, אבער באמת, וואס איז א חילוק פון מעזוביז מיט ז'יבוטינסקי? ביידע זענען מאדנע נעמען וואס האבן נישט קיין שום פשט, בלויז ווייל מ'איז שוין ציגעוואונט צו די נאמען 'מעזעבוז ' אלץ א הייליגע נאמען מיינט נישט גארנישט, מיט די יארן וועט מען זיך אויך ציגעוואונען צו ז'יבוטינסקי...

(


ז'בוטינסקי איז על שם זאב ז'בוטינסקי, א רעכטע ציוניסט און די ערשטע אויפצושטעלן א שטיקל אידישע מיליטער - לח"י.

<a class="postlink" href="https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96%D7%90%D7%91_%D7%96%27%D7%91%D7%95%D7%98%D7%99%D7%A0%D7%A1%D7%A7%D7%99">https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%96% ... 7%A7%D7%99</a>


נכון, ווען איך האב געשריבן אז עס האט נישט קיין פשט, מיינט נישט אז מען האט סתם געשאסן אלפעבעטן און ס'איז ארויס א נאמען, אודאי איז עס נאך א מענטש אדער א חפץ אדער געשעעניש,
אבער ז'יבוטינסקי איז נישט אנדערש ווי די אנדערע ע''ז נעמען וואס די עולם איז אריינגעקומען קלאר דערמיט

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 8, 2022 3:28 am

· #494440
[ציטאט אראפגענומען]

אבער כ'האב געהערט אז דער באסטענער האט די סופארט פון גור נדלען.

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 7:17 am

· #494668
קהל'ס נער
יוסל גנב וואלט מען נאך רואיג געקענט ניצען היינט.


דאס נישט ווייל דאס איז שוין א רבי'שע משפחה און עס איז שוין דא מער ווי גענוג

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 7:20 am

· #494669
איך אויך
עז פאר עז איי קנוא איז מאשלא דער איינציגסטער וואס הייסט נאך א הייוועי mosholu parkway .


דאס איז נישט קיין שלעכטע פלאן.

ווען וויק'ער רבי
ווערעזאנאו רב
בי קיו עי רבי
( זיין איידים קען זיך רופען בי קיו עי 278)

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 7:38 am

· #494671
פאלאצ'ינטא
איך אויך
עז פאר עז איי קנוא איז מאשלא דער איינציגסטער וואס הייסט נאך א הייוועי mosholu parkway .


דאס איז נישט קיין שלעכטע פלאן.

ווען וויק'ער רבי
ווערעזאנאו רב
בי קיו עי רבי
( זיין איידים קען זיך רופען בי קיו עי 278)


שטעל דיך פאר, אדמו"ר מ'עדעם קלעיטען פאוועל ג'וניאר באלעווארד.......והגלילות

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 8:11 am

· #494672
איך אויך
עז פאר עז איי קנוא איז מאשלא דער איינציגסטער וואס הייסט נאך א הייוועי mosholu parkway .

און דער הייוועי הייסט נאך א גאס (און א געגנט)...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 8:14 am

· #494673
קהל'ס נער
פאלאצ'ינטא
איך אויך
עז פאר עז איי קנוא איז מאשלא דער איינציגסטער וואס הייסט נאך א הייוועי mosholu parkway .


דאס איז נישט קיין שלעכטע פלאן.

ווען וויק'ער רבי
ווערעזאנאו רב
בי קיו עי רבי
( זיין איידים קען זיך רופען בי קיו עי 278)


שטעל דיך פאר, אדמו"ר מ'עדעם קלעיטען פאוועל ג'וניאר באלעווארד.......והגלילות

קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. די (פאני) אונגערישע, פויליש/גאליציאנער און רוסישע נעמען זענען גארנישט בעסער...!

ועוד: אויב ס'וועט (ח"ו) זיין באשערט אז די אידן זאללן צוריק איינוואנדערן אין מזרח אייראפע'אישן גלות וועלן שוין די אייניקלעך און אור אייניקלעך נישט וויסן דעם חילוק פון עדעם קלעיטאן פאועל בלווד. ביז ביאלא (צערקווא) אדער קערעסטור. אדער גארא קאלוואריא (גור)

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 8:16 am

· #494674
berlbalaguleh
איך אויך
עז פאר עז איי קנוא איז מאשלא דער איינציגסטער וואס הייסט נאך א הייוועי mosholu parkway .

און דער הייוועי הייסט נאך א גאס (און א געגנט)...!


פארקערט, די הייוועי הייסט נאך די רבי 😂

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 8:25 am

· #494675
מורי ורבי הגה"ק מ'יארמא שליט"א איז מרגלא בפומיה (ביי א יעדע חתונה און שבע ברכות.) צו פרעגן די (רעטארישע) קשיא..."פארוואס הייסט די שטאט דעברעצין, דעברעצין? (כלשונו הטהור)...ווייל דער דעברעצינער רב האט דארט געוואוינט...!

היסטאריע » פרייטאג פעברואר 11, 2022 11:45 am

· #494770
ווי אויך, קרעטשניף, איז נאר כ'רעטשניף, אזוי ווי דער אמת'ער רעטשניף. און א קמיע ארבעט נאר כ'מאה, אזוי ווי א אמת'ע הונדערטער, ווייל א מאה ארבעט בעסער.

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 11, 2022 11:53 am

· #494771
די יארמע יושבים פלעגן נאכזאגן אזא עובדא פונעם רבי'ן שליט"א.

א בריסקער האט געוואלט שלאגן כפרות מיט א קיה, פארוואס? ווייל ער וויל נישט קיין כ'פרות, ער וויל די פרה אליינס!

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 13, 2022 12:34 am

· #494826
היסטאריע
ווי אויך, קרעטשניף, איז נאר כ'רעטשניף, אזוי ווי דער אמת'ער רעטשניף. און א קמיע ארבעט נאר כ'מאה, אזוי ווי א אמת'ע הונדערטער, ווייל א מאה ארבעט בעסער.

היסטאריע: דאס איז אויך א ווארט פונ'ם הייליגן יארמער רבי שליט"א. ער זאגט (בלשונו הטהור). א ק'מיע העלפט אמאל. א מאה העלפט אייביג...!

ערבי נחל » זונטאג פעברואר 13, 2022 9:05 am

· #494837
תשית לראשו עטרת פז
הגה’’צ ר יעקב מאסקאוויטש שליט"א בן הגה"צ ר יצחק אלעזר שליט"א אבדק’’ק שאץ וחתן כ’’ק אדמו’’ר מקאלוב לרפו’’ש ווערט אויפגענומען אין די טעג אלס אבדק’’ק ניטרא טשעסטער בווילאמסבורג נאכן דינען די לעצטרע יארן אלס אבד"ק אור תורה בווילאמסבורג מזל טוב מזל טוב

בנו יהיה אבדק״ק ניטרא טשעסטער ווילאמסבורג במאנסי

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 18, 2022 9:13 am

· #495376
די נעמען פון חסידות האט צוטוהן מיט די גרינדוגנ פון חסידות. די בעש”ט מיט די מעזריטשער מגיד און זייערע תלמידים האבן פארשפרייט א נייע דרך אין אידישקייט וואס האט געראטעוועט אידישקייט אין מזרח-אייראפע און מחזק געוועהן די צובראכענע ארימע אידן אין די קליינע שטעטלעך. אנגעהויבן האט זיך עס אין אוקריינא, און פון דארט האבן די תלמידים פון די בעש״ט, די מעזריטשער מגיד, די חוזה פון לובלין, פארשפרייט די נייע דרך אין גאנץ מזרח-אייראפע. יעדער תלמיד האט אביסל אנדערש אפגעלערנט די נייע תורת החסידות ממילא איז ארויסגעוואקסן פארשידענע אנדערע denominations פון חסידות. די אלטע רבי, די בעל התניא האט פארשפרייט חסידות אין רוסלאנד, רבי יעקב קאפיל חסיד׳ס קינדער און אייניקלעך- די קאסוב-וויזניצער רביס. און די מעזריטשער מגיד’ס אייניקלעך- די רוזינער רביס האבן פארשפרייט חסידות אין רומעניע און אוקריינא. די שר שלום פון בעלזא (א תלמיד פון די חוזה מלובלין) האט פארשפרייט חסידות אין גאליציע (היינט אוקריינא). די חידושי הרי”ם-גור (תלמיד פשיסחא און קאצק) האט פארשפרייט חסידות אין פולין. רבי אייזיקל קאלובער האט פארשפרייט חסידות אין אונגארן. רבי אהרן הגדול מקארלין (תלמיד פון די מעזריטשער מגיד) האט פארשפרייט חסידות אין ליטע (היינטיגע בעלארוס). און אזוי ווייטער.

חסידות און איר גרינדונג האט דווקא צוטוהן מיט מזרח אייראפע און האט קיין שייכות נישט מיט מאשלוי פארקוועי...

להערה בעלמא: איר שרייבט וויזניץ אין רומעניע. אמאל געוועהן. היינטיגע צייטן איז וויזניץ אין אוקריינא (דערווייל... ביז פוטין וועט עס איינעמען, דאן וועט וויזניץ זיין אין רוסלאנד גאר...) אין די אובלאסט פון טשערנאוויץ (אובלאסט מיינט א שטאט- אזויווי אמעריקע האט פופציג שטעט האט אוקריינא 24 אובלאסטס. די אובלאסט פון טשערנאוויץ איז גלייך לעבן די אובלאסט פון זאקראפאטיע, אין יענע ראיאן איז מארמארוש- די גרויסע שטעט איז סיגוט, חוסט, ווישעווע)

די היינטיגע אוקריינא איז די גרינדונג פון חסידות. די אלע שטעט געפינען זיך אין די היינטיגע אוקריינא

אונגוואר
אוסטילא
אוסטראה
אורשיווא
אליק
אלעסק
אלעווסק
אלעקסאנדריע
אָזשעראַן
אנטוניא
באיאן
בארדישוב
באלחוב
בוטשאטש
בורשטין
בישטינא
בעלזא
בערעגסאז
בערעזנע
ברסלב
ברעזשאן
בראדי
דאלינע
דאמבראביצא
דובנא
הארנסטייפל
האניפאלי
הוסיאטין
וויזניץ
ווילחאוויץ
זאלישטיק
זוועהיל
זלאטשוב
זידיטשוב
זיטאמיר
חוסט
חמלניצקי/פרוסקורוב
טארנאפאל
טולטשין
טולנא
טריסק
טשארטקוב
טשערנאוויץ
טשערנאביל
טשערקאס
לעמבערג
מאכניווקא
מונקאטש
מעזריטש
מעזבוז
נאדבורנא
נעשכיז
סאדיגורא
סאמבור
סאסוב
סאווארן
סקווירא
סטרעליסק
סטאניסלוב
סטרוזניץ
סטרעטין
סטאנוב
סעליש
פולנאה
פערמישלאן
פראהביטש
קאמארנא
קאמינקא
קאָלק
קאָנסטאַנטין
קאפישניץ
קאריץ
קאסאן
קאסוב
קאסטאפּאל
קיטוב
קיצמאן/קאצמאן
ראחוב
ראחמסטריווקא
רוזין
שפאלע
שפטיווקא

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 18, 2022 9:16 am

· #495377
די אלע שטעטלעך געפינט זיך אין די היינטיגע רומעניע:


אראד
אויוואר
באניע
בארשע
באקאו
בוהוש
בוטשאן
בראשוב
גורא הומאָרא
גרויסווארדיין
דעש
וואסלוי
וואשארהיי
טאשנאד
טעמעשוואר
יאס/יאסי
סיגוט
סאטמאר
סערט
ספינקא
פאלטישאן
קראלי
קרעטשניף
קלויזנבורג
ראדאוויץ
שאץ
שאמלוי/שימלוי
שארמאש
שטעפינעשט
בלאט: 1 2