☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'

א לעזונג צו די פראבלעם פון די 'נעמען פון חסידות'ן'

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15130
בלאט: 1 2

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 18, 2022 9:19 am

· #495378
די אלע שטעטלעך געפינט זיך אין היינטיגע פולין:

אלכסנדר
אמשינוב
אפטא
איזשביצא
בייטש
ביליגאריי
באבוב
בארנוב
בלאזוב
ביאליסטאק
גארליץ
גור
גלאגוב
דאמבראווא
דאמבראוויצא
דאנציג
דינוב
דזיקוב
דעמביץ
ווארקא
וויזשניצא
זאמושץ
זמיגראד
זעליחוב
חענטשין
לאדזש
לאנצוט
לינסק
ליזענסק
לעלוב
לובלין
מאגלניצא
מודזשיץ
מעליץ
סאכאטשוב
סטריקוב
סטריזוב
פאריסוב
פלאצק
פשיסחא
פשעווארסק
פיאסעצנע
פאזן-פאזנא
פיעטרקוב
צאנז
קאזניץ
קאליש
קשאנוב
קוצק
קוזמיר
קראקא
ראדומסק
ראדאשיץ
רימינוב
ראפשיץ
שינאווע
שעדליץ
שענדישוב

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 18, 2022 9:20 am

· #495379
די אלע שטעטלעך געפינט זיך אין היינטיגע בעלארוס:

בריסק
וויטבעסק
וואלאזשין
לעכאוויטש
מינסק
פינסק
קארלין
קוידינוב
קראסנא
סטאלין
סלונים

שבת אחים » פרייטאג פעברואר 18, 2022 9:22 am

· #495380
די תגובה הייבט זיך באמת אן פריערדיגע בלאט:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/495376">viewtopic.php?p=495376#p495376</a><!-- l -->

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 18, 2022 10:04 am

· #495385
שבת אחים

חסידות און איר גרינדונג האט דווקא צוטוהן מיט מזרח אייראפע און האט קיין שייכות נישט מיט מאשלוי פארקוועי

זייער שיין שבת, א שיינע ארבייט געמאכט,
אבער די נעמען זענען גוט פאר היסטאריקער ווי דיר, חסידות האט נישט צו טון מיט מאשלוי פארקוועי און אויך נישט מיט מזרח אייראפע,
די מאכסט עס כאילו ווען נישט די בעש''ט האב געוואוינט אין אוקריינע וואלט ער נישט געמאכט זיין דרך החסידות,
סך הכל איז ער דארט געווען סטאנציאנירט ווען עס איז געגרינדעט געווארן, און די חסידות'ן האבן זיך פאריפן אויף די נעמען פון ווי די רבי האט געוואוינט,
היינט אז די רבי איז אויף מאשלוי פארקוועי, קען ער זיך רוהיג ריפן אדמו''ר ממאשלוי, אויף מיין אחריות...
און וויזניצע רבי מעג זיך אויך רוהיג ריפן כ''ק מרן אדמו''ר מכתר ווילידז שליט''א, ס'וועט גארנישט געשען...

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 21, 2022 5:53 am

· #495468
עצי שטים

די תורת מרדכי האט זיך טאקע געוואלט לכתחילה רופן מאנסיער רבי. נאר די חסידים האבן פארפירט און ביז רבי אלי ניימאן ז״ל האט אים מסביר געוועהן אז די רבי איז דאך נישט רבי אויף גאנץ מאנסי? סאיז דאך דא אנדערע קהילות? איז עס געבליבן וויזניץ מאנסי.

חב״ד, רוזין, סאדיגורא, באיאן, בוהש, שטעפנישט, טשורטקוב, צאנז, באבוב, טשערנאביל, טולנא, סקווירא, ראחמסטריווקא, קאסוב, וויזניץ, דזיקוב, בעלזא, נדבורנה, ספינקא, ברסלב, קארלין, גור, אלכסנדר, ראדמוסק, סאכאטשוב, זענען ברענד-נעימס אין חסידות. שטעלט אייך פאר די בעה״ב פון Apple, Amazon, chase Manhattan bank, לאזט איבער די ביזנעס פאר די קינדער און זיי טוישן דעם נאמען.

איך וואלט נישט געטוישט פון Apple צו Orange...

און ווען מזאגט וויזניץ אדער צאנז איז עס א connection צו די אמאליגע היים, צו א געוויסע פלאץ ווי חסידות האט זיך געגרונדעט און פארשפרייט געווארן, און צו א געוויסע אייגענארטיגע דרך פון יענע חסידות.

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:05 am

· #495476

שבת שפיר קא אמרת
די פראבלעים פון חסידות היינטיגע צייטן איז אז עס איז געווארען א קאמפאני מיט א ברענד נעים, ווען חסידות וואלט געוועין היינט אזוי ווי ס'איז ארגינעל געוועין דהיינו א דרך אין עבודת ה' וואלט נישט געוועין קיין נ"מ וויאזוי מען הייסט.

און די משל מיט apple איז אזוי אמת, apple האט היינט פייערדיגע חסידים, דערווייג דיך נאר צי רעדן אגעיגן apple צי א apple פען, ער וועט דיך באשייגעצען פינקט ווי ווען איינער רעדט אויף מיין העיליגע רבי, און וואס apple זאל נאר טין איז גיט, זיי ניצן גיט אויס זייער קאסטעמערס און זיי אלע גייען כצאן לטבח, און זיי פארענטפערען מיט כל מיני פשעטלעך פארוואס apple טיט יא גיט וכו'

לע"נ שטיוו בן ג'אבס אדמו"ר מעפפל והגלילות זצוקללה"ה

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 21, 2022 12:39 pm

· #495483
שבת אחים
עצי שטים
שבת אחים

וויזניצע רבי מעג זיך אויך רוהיג ריפן כ''ק מרן אדמו''ר מכתר ווילידז שליט''א, ס'וועט גארנישט געשען...

די תורת מרדכי האט זיך טאקע געוואלט לכתחילה רופן מאנסיער רבי. נאר די חסידים האבן פארפירט

וויזניץ, וכדו' זענען ברענד-נעימס אין חסידות. שטעלט אייך פאר די בעה״ב פון Apple, לאזט איבער די ביזנעס פאר די קינדער און זיי טוישן דעם נאמען.
איך וואלט נישט געטוישט פון Apple צו Orange...

און ווען מזאגט וויזניץ איז עס א connection צו די אמאליגע היים,

קשיא רישא לסיפא
די ברענגסט אליין אז די תורת מרדכי האט זיך געוואלט טוישן און דערנאך ברענגסטו כל מיני סברות פארוואס מען זאל נישט טוישן,
ושאלת חכם חצי תשובה, די שרייבסט ''נאר די חסידים האבן פארפירט''
ווי קהל'ס נער האט שוין ערווענט, אז זיי האבן אנגעקוקט חסידות ווי א קאמפעני

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 22, 2022 11:33 pm

· #495576

די תורת מרדכי האט געהאט א סיבה דערביי. קען זיין ווייל ער האט זיך נישט געוואלט אינדיפיצירן אלץ אגודיסט און געוויסע זאכן האט ער געהאלטן אז די ברודער טוט נישט ריכטיג וכדומה. אדער אפשר, אנדערע סיבות. ווען מהאט ארויסגעווארפן רבי ישראל פון וויזניץ האט ער נאכמאל געקלערט דעמאלטס צי ער זאל זיך טוישן די נאמען. ער האט געטראכט זיך צורופן “ווילחאוויץ”- די שטאט ווי זיין פאטער די אמרי חיים איז געוועהן רב. למעשה איז ער געבליבן וויזניץ אדער מאנסי-וויזניץ.

אבער אין אמתן אריין איך זעה נישט די פראבלעם. אויב פארגינט זיך יעדער איינער מיטן צווייטן.

וויזניץ אין זייער היסטאריע האבן געהאט אין יעדער דור מעהר ווי איין רבי. און זיי האבן זיך אלעמאל געהאלטן צוזאמען. די אהבת ישראל׳ס ברודער׳ס זענען געוועהן גרויסע רביס ווי אויך די אמרי חיים מיט זיינע ברודער און אין יעדע ראיאן איז געוועהן א צווייטע האגער וואס דארט איז ער געוועהן די רב. א וויזניצער חסיד וואס האט געוואוינט נענטער צי בארשע איז געקומען יו״ט קיין בארשע און אנטוניע חסיד וואס האט געוואוינט נענטער צו גרויסווארדיין איז געקומען יו״ט צום אהבת ישראל, (עיין בספר מארמארוש- מאה ושישם קהילות ק׳- גראס, כהן) נישט געוועהן קיין שום מחלוקות אדער פירוד לבבות. סאיז באוואוסט אין וויזניץ אז די גרעסטער וויזניצער חסיד אין היסטאריע רבי מרדכי חנא וואס האט יעדן טאג תשובה געטוהן ווייל ער האט איינמאל פארפאסט צוהערן די ברכות פון שחרית פון די אהבת ישראל האט אויך איינמאל געגעבן א קוויטל פארן אנטוניער רבי. יעדער וואס באשרייבט מארמארוש אינדערהיים ברענגט ארויס אז סאיז בעיקר געוועהן צוטיילט אין דריי. די חסידים פון משפחת האגער- קאסוב- וויזניץ. די חסידים פון משפחת טייטלבוים סיגוט-סאטמאר און די חסידים פון משפחת אייכענשטיין- ווייס זידיטשוב- ספינקא- דאלינע. ווי אויך אין מיינע צייטן פלעגן די בני ברק-וויזניץ און סערט-וויזניץ חסידים קומען קיין מאנסי אויב סהאט זיך געמאכט א יאר וואס זיי האבן נישט געקענט פארן קיין אר”י. כ׳געדענקט ווי ר׳ אברהם מאנדל- מחסידי ב״ב וויזניץ בוויליאמסבורג פלעגט זאגן אדער זעקס דאללער פאר די באס קיין מאנסי אדער זעקס הונדערט פאר א טיקעט קיין אר”י (לויט די אמאליגע פרייזן...) און ווען איינער האט געפרעגט ר׳ שמואל אברהם סימקאוויטש פארוואס ער קומט קיין מאנסי, ער איז דאך א בני-ברקער חסיד? האט ער געזאגט ראש השנה איז די “יום הדין” און געווענטליך ביי א פראצעס נעמט א מענטש א לויער, אבער נישט יעדע יאר קען מען אנקומען צום גרעסטן לויער אין די וועלט, אויב קען איך נישט אנגעקומען צום גרעסטן לויער זאל איך נישט נעמען די צווייטע גרעסטע לויער???

היינטיגע צייטן איז דא אין יעדע היימישע שטאט א האגער- וואס איז א אייניקל פון די אהבת ישראל וואס ער איז וויזניץ אין יענע שטאט. און ווען מזאגט וויזניץ וויליאמסבורג ווייסט מען שוין פון וועמען מ׳רעדט.

שיכון וויזניץ- אדמור הגה״צ רבי ישראל בן הישועות משה
בני ברק מרכז- אדמור ר’ מענדל בן הישועות משה
ירושלים- הגה״צ ר׳ אליעזר זאב בן התורת מרדכי
חיפה- הגה״צ ר׳ יעקב בן החכמת אליעזר מסערט-ויזניץ
בית שמש- הגה״צ ר׳ ברוך שמשן בן התורת מרדכי
אשדוד- הגה״צ ר׳ יצחק ישעי בן אדמור רבי ישראל מב״ב
אלעד- הגה״צ ר׳ יעקב מרדכי בן אדמור רבי ישראל מב״ב
מאנסי- הגה״צ רבי ישראל
קיימישע- הגה״צ ר׳ מענדל
וויליאמסבורג- הגה״צ רבי יצחק יוחנן
בארא פארק הגה״צ מו”ר ר׳ יעקב יוסף בן הגה״צ ר׳ פ”ש בן התורת מרדכי
מאנטריאל- הגה״צ ר׳ אהרן
לאנדאן הגה״צ ר׳ דוד לרפו״ש
דזעשקסאן ניו דזשערזי (לעיקוואד) הגה״צ רבי יעקב יוסף טווערסקי
בן הגה״צ רבי אברהם דוב חתן התורת מרדכי

היכי דמי » מאנטאג פעברואר 28, 2022 2:33 pm

· #495828
אלע רעבישע אייניקלעך וואס הערן איצט קול מבשר פון די אוקריינא קריג ווערן געוואויר פול מיט נייע שטעט וואס זיי האבן נישט געוואוסט ביז איצט, איז ערווארטעט פרישע נעמען פאר חסידות'ן...

וואלווי » מאנטאג פעברואר 28, 2022 7:39 pm

· #495846
היכי דמי
אלע רעבישע אייניקלעך וואס הערן איצט קול מבשר פון די אוקריינא קריג ווערן געוואויר פול מיט נייע שטעט וואס זיי האבן נישט געוואוסט ביז איצט, איז ערווארטעט פרישע נעמען פאר חסידות'ן...

די אייבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אז פון דא און ווייטער זאל שוין זיין אן קיין קריגערייען...

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 28, 2022 7:52 pm

· #495847
היכי דמי
אלע רעבישע אייניקלעך וואס הערן איצט קול מבשר פון די אוקריינא קריג ווערן געוואויר פול מיט נייע שטעט וואס זיי האבן נישט געוואוסט ביז איצט, איז ערווארטעט פרישע נעמען פאר חסידות'ן...

און אפילו די וועלכע מ'האט געוואוסט פון פריער זענען יעצט געווארן באשטעטיגט/קאנפירמ'ד. ווייל די אלע שטעט וואו די פריער'דיגע חסיד'ישע רבי'ס האבן געוואוינט אין אוקריינע און רוסלאנד האמיר אונז נאר געליינט אין מעשה ביכלעך.

די קלארסטע בילד פון דעם איז געווען ווען די נוקלעארע רעאקטאר האט אויפגעפלאצט אין טשערנאביל. ביז דאמאלס האבן אלע קינדער (און טאטעס און מאמעס) נאר געהערט דעם נאמען אדער געליינט אין מעשה ביכלעך. דאמאלס האט מען אויסגעפונען אז דאס איז אן עכטע שטאט...!

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 9:53 pm

· #496040
איך האב אמאהל געפרעגט דעם יארמער רב, ווי איז דאס יארמא?

האט ער מיר גע-עפענט, דו ווייסט ווי קראקע איז?
יא זאג איך.

עס איז זייער ווייט פון דארט ענטפערט ער

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מערץ 3, 2022 9:58 pm

· #496042
ירושלים- הגה״צ ר׳ אליעזר זאב בן התורת מרדכי

ער געפעלט מיר.
ער הייסט ירושלים רבי
ער וואוינט אין בורו פרק
און זיין בית מדרש איז אין לעיקוואוד

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 5, 2022 11:05 pm

· #496078
ער איז א רבי ביי רעמאוט קאנטראל. ווען ער 'עט חתונה מאכן וועט שטיין אויף איין זייט פון די פלאקאטן כ"ק הגה"ק מ'וויזשניץ. מונסי, בורופרק, בני ברק, לייקווד, ירושלים, ...קעיפ טאון, מלבוירן, סידני, מונטווידעאו, בונעס איירס....!

קהל'ס נער » מוצ"ש מערץ 5, 2022 11:11 pm

· #496080
berlbalaguleh
ער איז א רבי ביי רעמאוט קאנטראל. ווען ער 'עט חתונה מאכן וועט שטיין אויף איין זייט פון די פלאקאטן כ"ק הגה"ק מ'וויזשניץ. מונסי, בורופרק, בני ברק, לייקווד, ירושלים, ...קעיפ טאון, מלבוירן, סידני, מונטווידעאו, בונעס איירס....!

איין וויכטיגע זאך האסטו פארגעסן........והגלילות

פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:35 pm

· #499438
קהל'ס נער
berlbalaguleh
ער איז א רבי ביי רעמאוט קאנטראל. ווען ער 'עט חתונה מאכן וועט שטיין אויף איין זייט פון די פלאקאטן כ"ק הגה"ק מ'וויזשניץ. מונסי, בורופרק, בני ברק, לייקווד, ירושלים, ...קעיפ טאון, מלבוירן, סידני, מונטווידעאו, בונעס איירס....!
איין וויכטיגע זאך האסטו פארגעסן........והגלילות
דאס נישט.
דער מאנראער סאטמרער האט שוין קונה געוועהן והגלילות

בורו פארק » דאנערשטאג מאי 5, 2022 8:58 pm

· #499442
היסטאריע
פארקאש האט איינער א אנונג וואס דעיס מיינט בכלל
נעם ארויס די ריש, און איך האב נישט קיין איינונג וואס עס מיינט, אבער מען הערט עס פין ערלים אסאך.
ס'מיינט "וואלף" אין אינגעריש קרעדיט: Google Translate
בלאט: 1 2