☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דף היומי ע"י נשים

דף היומי ע"י נשים

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15126
בלאט: 1 2 3

יעקב מעקסוועל » מיטוואך פעברואר 2, 2022 4:30 pm

· #493960
דף היומי ע"י נשים
וויאזוי זעט אויס ווען א פרוי לערנט גמרא..? דא האט איר קורצע שיעורים אין דף היומי געגעבן דורך מרים אנזובין... אויף א לייכטע לשון געמאכט פאר היינטיגע יונגווארג 😂

הזהרה, עס איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען הומאר ווען מען רעדט פון תנאים און אמוראים, אויך נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן אומאיידעלע ווערטער. און דער עיקר, זהירות נשים! זהירות קול באשה!

מועד קטן ט"ז

https://www.youtube.com/watch?v=T51XmYacHOs

מועד קטן י"ז

https://www.youtube.com/watch?v=DxSJ2l-OcIY

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 2, 2022 5:05 pm

· #493967
יעקב מעקסוועל: ייש"כ. זייער שיין. איך האב עטליכע הערות. ערשטנס רעדט זי (די מגידה שיעור) צו שנעלל. צווייטנס. זי האט נישט דעם יראת הכבוד וואס מ'דארף צו האבן פאר די ווערטער פון די תנאים און אמוראים. די גמרא איז נישט קיין דזשאוק בוק.

נאר ס'איז דא אין ארץ ישראל 2 פרויען וועלכע זענען ערנסטע תלמוד שטודירערס. איינע איז א מזרחי (כמו) רביצין. א חוזרת בתשובה . זי זאגט שיעורים מיט ערנסטע חידושים פון די אחרוני גדולי מפרשי הש"ס. די צווייטע פרוי (כ'האב פארגעסן איהר נאמען). איז פון יאיר לפיד'ס יש עתיד פארטיי. זי האט פארגעלערנט א שטיקל גמרא ביי די עפענונג פון די כנסת סעסיע ווען יאיר לפיד איז צום ערשטן מאל אריינגעקומען אין כנסת. די פראבלעם מיט איהר צוגאנג איז אז זי איז נישט קיין שומרת תורה ומצוות. זי נעמט ארויס די לימודים פאר איהר פעמיניסטישע אגענדא פון אלע מאמרי חז"ל...!

היסטאריע » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 8:33 am

· #494029
זי נעמט ארויס די לימודים פאר איהר פעמיניסטישע אגענדא פון אלע מאמרי חז"ל

זי איז מן הסתם נאך אזוי גערעכט ווי אונזערע שאלעשידעס תורה וואס נעמט ארויס פין חז"ל דברים אשר לא שערום

היסטאריע » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 8:38 am

· #494030
יעקב מעקסוועל
וויאזוי זעט אויס ווען א פרוי לערנט גמרא..? דא האט איר קורצע שיעורים אין דף היומי געגעבן דורך מרים אנזובין... אויף א לייכטע לשון געמאכט פאר היינטיגע יונגווארג 😂

הזהרה, עס איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען הומאר ווען מען רעדט פון תנאים און אמוראים, אויך נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן אומאיידעלע ווערטער. און דער עיקר, זהירות נשים! זהירות קול באשה!

מועד קטן ט"ז

https://www.youtube.com/watch?v=T51XmYacHOs

מועד קטן י"ז

https://www.youtube.com/watch?v=DxSJ2l-OcIY

https://www.tiktok.com/@miriamanzovin

מלא טעם. ווען עס וואלט געוועהן א זכר, ווייס איך נישט.

מאנטריאל » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 8:44 am

· #494031
Re: דף היומי ע"י נשים
Michele cohen אויף Spotify לערנט פאר זייער גוט איך הער אויס אפאר מאל

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 5:01 pm

· #494062
היסטאריע
זי נעמט ארויס די לימודים פאר איהר פעמיניסטישע אגענדא פון אלע מאמרי חז"ל

זי איז מן הסתם נאך אזוי גערעכט ווי אונזערע שאלעשידעס תורה וואס נעמט ארויס פין חז"ל דברים אשר לא שערום

מיט וואס ביסטו שוין ווידער נישט צופרידן. דער רב/רבי וואס זאגט שלש"ס תורה צווינגט נישט קיינעם צו פאלגן וואס ער זאגט. אויב דו ווילסט הער אויס. ווען נישט, נוץ אויס די צייט צו כאפן א דרימל אין טונקלן ביהמ"ד. נאר מאך זיכער אז דו זאלסט זיך אויפוועקן צו ..."ברכו"...!

בענבען » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 5:32 pm

· #494070
יעקב מעקסוועל
וויאזוי זעט אויס ווען א פרוי לערנט גמרא..? דא האט איר קורצע שיעורים אין דף היומי געגעבן דורך מרים אנזובין... אויף א לייכטע לשון געמאכט פאר היינטיגע יונגווארג 😂

הזהרה, עס איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען הומאר ווען מען רעדט פון תנאים און אמוראים, אויך נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן אומאיידעלע ווערטער. און דער עיקר, זהירות נשים! זהירות קול באשה!

מועד קטן ט"ז

https://www.youtube.com/watch?v=T51XmYacHOs

מועד קטן י"ז

https://www.youtube.com/watch?v=DxSJ2l-OcIY

איז דא די לינקס אויף דרייוו אדער דראפבאקס?

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 7:03 pm

· #494078
בענבען
יעקב מעקסוועל
וויאזוי זעט אויס ווען א פרוי לערנט גמרא..? דא האט איר קורצע שיעורים אין דף היומי געגעבן דורך מרים אנזובין... אויף א לייכטע לשון געמאכט פאר היינטיגע יונגווארג 😂

הזהרה, עס איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען הומאר ווען מען רעדט פון תנאים און אמוראים, אויך נישט פאר ווער עס וויל נישט הערן אומאיידעלע ווערטער. און דער עיקר, זהירות נשים! זהירות קול באשה!

מועד קטן ט"ז

https://www.youtube.com/watch?v=T51XmYacHOs

מועד קטן י"ז

https://www.youtube.com/watch?v=DxSJ2l-OcIY

איז דא די לינקס אויף דרייוו אדער דראפבאקס?

גארנישט אינטערעסאנט, סה"כ א נקבה מאכט ליצנות פון די גמ'

טיכטיגער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 1:46 pm

· #494692
טיימס אוו איזראעל מיט אן ארטיקל אויף דער מגיד שיעור'טע תחי'

https://www.timesofisrael.com/raunchy-t ... discourse/

קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:56 pm

· #494729
https://youtu.be/aNyp6-kyGko

זי איז ציקער זיס מיט אזא בלכענעם פנים omg

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 13, 2022 1:08 am

· #494828
קאצקע ציקער: איך בין נישט אזוי שטארק טהרילל'ד מיט איהר סענס אוו היומאר. ווייל די גמרא איז נאך איינס פון די לעצטע היסטארישע פעסטונגען וואס זענען פארבליבן ביי אונז אלס אידן. און אויב מ'מאכט עס (ח"ו) צו שאנד און צו שפאט פארשעמט עס אונז לעיני כל הגויים. ס'איז א גרויסער חילול ה'. אויב זי ווילל ארויסווייזן איר טאלאנט אין הומאר, זאלל זי זיך זוכן א צווייטן סאבדזשעקט. קיין איינער פון אלע קאמידיענס, ספעצעיל פון אידישן אפשטאם האבן זיך נישט געוואגט אפצושפעטן פון תלמוד...!

שמן למאור » זונטאג פעברואר 13, 2022 1:18 am

· #494829
צו וועליכע געמיינדע געהערט זי? מאדערן ארטעדאקס?

לבי ובשרי » זונטאג פעברואר 13, 2022 1:42 am

· #494831
צו וויסן פון וועמען די רעדע איז,
📎 Cap.PNG

היסטאריע » זונטאג פעברואר 13, 2022 4:21 am

· #494833
און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

מונטסורי » זונטאג פעברואר 13, 2022 11:47 am

· #494843
היסטאריע
און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

מי כעמך ישראל, אוואו איז רבי לוי יצחק?

שמן למאור » זונטאג פעברואר 13, 2022 12:15 pm

· #494846
היסטאריע
און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

איך געדענק ווי איינע פון מיינע מגידי שיעור האט אמאל געוואלט מסביר זיין פארן עולם ווי זיס די תורה איז,
האט ער פארציילט אז און א''י האט איינער אמאל באמערקט שבת ווי א פרייע איד מיט א בלויזן קאפ זיצט מיט א גמרא און הארעוועט אין לערנען, בשעת ער פארייכערט זיך א ציגארעטל,
האט ער אים געפרעגט וואס איז פשט?
האט ער געענטפערט, אז ער איז נישט רעליגיעז, אבער די טעם פון א בלאט גמרא, דאס האט ער נישט און ערגעץ...

והוסיף, אז מען האט עס פארציילט פאר ר' מיילעך בידערמאן, האט ער געזאגט, 'יא' איך האב געקענט אפאר אזעליכע אידן ליידער...

דער גאלדענער אדלער » זונטאג פעברואר 13, 2022 2:10 pm

· #494860
Re: דף היומי ע"י נשים
עצי שטים
היסטאריע
און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

איך געדענק ווי איינע פון מיינע מגידי שיעור האט אמאל געוואלט מסביר זיין פארן עולם ווי זיס די תורה איז,
האט ער פארציילט אז און א''י האט איינער אמאל באמערקט שבת ווי א פרייע איד מיט א בלויזן קאפ זיצט מיט א גמרא און הארעוועט אין לערנען, בשעת ער פארייכערט זיך א ציגארעטל,
האט ער אים געפרעגט וואס איז פשט?
האט ער געענטפערט, אז ער איז נישט רעליגיעז, אבער די טעם פון א בלאט גמרא, דאס האט ער נישט און ערגעץ...

והוסיף, אז מען האט עס פארציילט פאר ר' מיילעך בידערמאן, האט ער געזאגט, 'יא' איך האב געקענט אפאר אזעליכע אידן ליידער...
און וואס טוט זיך מיט'ן המאור שבה.....

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 13, 2022 2:19 pm

· #494861
מונטסורי
היסטאריע
און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

מי כעמך ישראל, אוואו איז רבי לוי יצחק?

מונטסורי: איך מיין ר' לוי יצחק וואלט איהר אריינגעגעבן א גוטע פארציע מוסר פארוואס זי נעמט אזוי לייכטזיניג די ווערטער פון די גמרא.

וואס ער וואלט געזאגט כלפי שמיא, איז א צווייטע זאך. אבער פאר איהר וואלט ער געגעבן א פארציע מוסר. די וועלט מאכט א טעות. מ'מיינט אז ווייל ס'גייען ארום די לעגענדארע מעשיות פון זיין לימוד זכות אויף אידן איז ער נישט געווען קיין מוכיח. ער האט אלעס צוגעלאזט. און צוגעשאקלט מיט'ן קאפ. פארקערט. ער איז געווען זייער א שטרענגער מוכיח. מ'האט איהם אפילו פארטריבן פון א געוויסע שטאט (זעליחוב) ווייל ער האט געזאגט צופיהל מוסר פאר די מענטשן. ביי א יעדע געלגנהייט וואו ער האט געזעהן אז מ'טוט עפעס נישט ריכטיג האט ער געזאגט מוסר. אין ספר קדושת לוי ברענגט ער א מעשה אז דער בארדיטשוב'ער רב ווען ער איז נאך געווען א יונגערמאן, איז ער אמאל געקומען צו א שטאט ווען מ'האט געדאוונט שחרית. איז צוגעקומען צו איהם א קצב און ער פרעגט איהם אויב ער איז א שוחט. האט ער געענטפערט אז יא. זאגט דער מענטש צו איהם. איך האב א פאר בהמות וואס איך וויל דו זאלסט שעכטן פאר מיר. האט דער קדו"ל איהם געזאגט..."איך וועל דיר באלד ענטפערן. שפעטער גייט ער צו צו יענעם קצב און פרעגט איהם אויב ער קען איהם בארגן 500 רובל. זאגט דער קצב..."איך קען דיר דאך נישט. פון וואו ווייס איך אויב דו וועסט מיר אפגעבן מיין געלט. זאגט איהם דער קדו"ל..."אזוי. דו קענסט מיר נישט. אפשר ביניך א שווינדלער וואס זאגט אז ער איז א שוחט. אבער עכט איז ער נישט. ביי געלט טראסט דו מיך נישט. אבער ביי שחיטה פארלאזסטו דיך אויף מיין ווארט...!

היסטאריע » זונטאג פעברואר 13, 2022 2:52 pm

· #494863
מ'האט איהם אפילו פארטריבן פון א געוויסע שטאט (זעליחוב) ווייל ער האט געזאגט צופיהל מוסר פאר די מענטשן. ביי א יעדע געלגנהייט וואו ער האט געזעהן אז מ'טוט עפעס נישט ריכטיג האט ער געזאגט מוסר

איז דאס א זאך וואס שטייט ערגעץ?

היסטאריע » זונטאג פעברואר 13, 2022 3:03 pm

· #494865
זי איז אביסל פיסד אויף דעם וואס דער משנה פטר'ט פרויען פין ראיה. ווי אויך א הינקעדיגע, וואס איז געשעהן מיט דער צלם אלקים שרייט זי?

איך שיהיה, ווער עס ווייסט וויאזוי דער משקרות עינים וואס זי טוט, הייסט אויף ענגליש, זאל ביטע אויסזאגן. עס נייגערט.

וואלווי » זונטאג פעברואר 13, 2022 4:16 pm

· #494877
דער גאלדענער אדלער
עצי שטים
היסטאריע
און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

איך געדענק ווי איינע פון מיינע מגידי שיעור האט אמאל געוואלט מסביר זיין פארן עולם ווי זיס די תורה איז,
האט ער פארציילט אז און א''י האט איינער אמאל באמערקט שבת ווי א פרייע איד מיט א בלויזן קאפ זיצט מיט א גמרא און הארעוועט אין לערנען, בשעת ער פארייכערט זיך א ציגארעטל,
האט ער אים געפרעגט וואס איז פשט?
האט ער געענטפערט, אז ער איז נישט רעליגיעז, אבער די טעם פון א בלאט גמרא, דאס האט ער נישט און ערגעץ...

והוסיף, אז מען האט עס פארציילט פאר ר' מיילעך בידערמאן, האט ער געזאגט, 'יא' איך האב געקענט אפאר אזעליכע אידן ליידער...
און וואס טוט זיך מיט'ן המאור שבה.....

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

מ'דארף דאס באמת וועלען. וואס האסטו געמיינט, אז מיט טינקעלע ברילן זאל מען קען זעהן די זין?

אז מ'מיינט עס ערענסט העלפט די באשעפער...

בענבען » זונטאג פעברואר 13, 2022 4:24 pm

· #494878
ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 13, 2022 6:53 pm

· #494895
בענבען
ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

Social media

yesiknow » זונטאג פעברואר 13, 2022 7:12 pm

· #494896
berlbalaguleh
קאצקע ציקער: איך בין נישט אזוי שטארק טהרילל'ד מיט איהר סענס אוו היומאר. ווייל די גמרא איז נאך איינס פון די לעצטע היסטארישע פעסטונגען וואס זענען פארבליבן ביי אונז אלס אידן. און אויב מ'מאכט עס (ח"ו) צו שאנד און צו שפאט פארשעמט עס אונז לעיני כל הגויים. ס'איז א גרויסער חילול ה'. אויב זי ווילל ארויסווייזן איר טאלאנט אין הומאר, זאלל זי זיך זוכן א צווייטן סאבדזשעקט. קיין איינער פון אלע קאמידיענס, ספעצעיל פון אידישן אפשטאם האבן זיך נישט געוואגט אפצושפעטן פון תלמוד...!

גיט געזאגט בערעלע,.
פאר אביסעל עטטענשאן זענען מאנכע גרייט צו טין דאס מערסטע פאריקטע ענינים ביי איר קען מען זיך פייגערט פאר אביסעל (אסאך) עטטענשאן.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 13, 2022 8:39 pm

· #494904
היסטאריע
און דאך פארברענגט זי אפאר שעה א טאג צו לערנען דער דף.

אט דאס האבן די חז"ל געמיינט מיט דעם מאמר איבער תורה..."זכה נעשה לו סם חיים. לא זכה נעשה לו..." די פארקערטע. ספעציעל איינע א פארשוין וואס ווייזט ארויס אומרעספעקט צו דברי חז"ל. וואס אפילו די צווייטע פרוי (כ'האב פארגעסן איהר נאמען) פון יאיר לפיד'ס פארטיי טוט אויך נישט. זי האט איהר פעמיניסטישע אגענדא. אבער זי באציעט זיך מיט רעספעקט צו דברי חז"ל...!

בענבען » זונטאג פעברואר 13, 2022 9:34 pm

· #494910
קאצקע ציקער
בענבען
ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

Social media

ווי?

דער גאלדענער אדלער » זונטאג פעברואר 13, 2022 11:53 pm

· #494920
Re: דף היומי ע"י נשים
בענבען
קאצקע ציקער
בענבען
ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

Social media

ווי?
YouTube

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

יין שרף » מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:12 am

· #494926
בענבען
ווי קען מען זעהן און באקומען אלע שיעורים?

Check on Torah anytime .com

היסטאריע » מאנטאג פעברואר 14, 2022 8:11 am

· #494937
דא איז דא לינקס, און ער פרעגט א שאלת תינוק.

היסטאריע » מאנטאג פעברואר 14, 2022 8:14 am

· #494938
זי הייסט מרים, מאכט זי א צימעס פין דער מרים מגדלא נזיא
https://www.tiktok.com/@miriamanzovin/v ... 4614291758

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:30 pm

· #494956
איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:38 pm

· #494957
Re: דף היומי ע"י נשים
קלוגע יודל
איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?
זי איז אויף יוטוב, זי האט איר אייגענע טשענעל מיט נאענט צו טויזענט איינגעשריבענע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:45 pm

· #494958
דער גאלדענער אדלער
קלוגע יודל
איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?
זי איז אויף יוטוב, זי האט איר אייגענע טשענעל מיט נאענט צו טויזענט איינגעשריבענע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

אבער די אלע וואס זעהן עס אויף טיקטאק מאכט זי נישט קיין געלט, זי וואלט געדארפט לייגן נאר גוטע שטיקלעך אויף טיקטאקף מיט א לינק צו יוטוב, אזוי וועט זי האבן אסאך מער יוטוב VIEWS

לדוגמה: מועד קטן י"ב האט זי 14,700 VIEWS אויף טיקטאק, און נאר 2,600 אויף יוטוב. (נישט אלע האט זי אזוי סאך, נאר איך האב דווקא גענומען א בלאט וואס זי האט אסאך VIEWS אויף טיקטאק)

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:51 pm

· #494963
קלוגע יודל
איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?

אויב דאס הייסט תורה לשמה זעמיר אויף געהאקטע צרות...!

וואלווי » מאנטאג פעברואר 14, 2022 5:53 pm

· #494974
וואס דען איז עס? תורה לשמו?
ס'איז ריכטיגע תורה לשמ"ה

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 14, 2022 9:02 pm

· #494996
Re: דף היומי ע"י נשים
קלוגע יודל
דער גאלדענער אדלער
קלוגע יודל
איך זעה אז זי האט אסאך views, איז פארוואס גייט זי נישט אויף יוטוב ווי זי קען מאכ'ן עפעס געלט דערפון?

אפשר וויל זי לערנען תורה לשמה?
זי איז אויף יוטוב, זי האט איר אייגענע טשענעל מיט נאענט צו טויזענט איינגעשריבענע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

אבער די אלע וואס זעהן עס אויף טיקטאק מאכט זי נישט קיין געלט, זי וואלט געדארפט לייגן נאר גוטע שטיקלעך אויף טיקטאקף מיט א לינק צו יוטוב, אזוי וועט זי האבן אסאך מער יוטוב VIEWS

לדוגמה: מועד קטן י"ב האט זי 14,700 VIEWS אויף טיקטאק, און נאר 2,600 אויף יוטוב. (נישט אלע האט זי אזוי סאך, נאר איך האב דווקא גענומען א בלאט וואס זי האט אסאך VIEWS אויף טיקטאק)
קען זיין זי טוט עס נישט פאר געלט, נאר פשוט להגדיל תורה ולהאדירה! ולשמה![emoji3]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

קאצקע ציקער » מאנטאג פעברואר 14, 2022 9:52 pm

· #494999
איז זי רעליגעס?

לבי ובשרי » מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:38 pm

· #495012
קאצקע ציקער
איז זי רעליגעס?

היינט נישט. האט זי געזאגט אין אן אינטערוויו

שמן למאור » דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:02 pm

· #495062
לבי ובשרי
קאצקע ציקער
איז זי רעליגעס?

היינט נישט. האט זי געזאגט אין אן אינטערוויו

איך טרעף נישט די אינטערוויו,
אפשר גיב א לינק?

יעקב מעקסוועל » דינסטאג פעברואר 15, 2022 5:06 pm

· #495080
קען זיין ער מיינט די אינטערוויו.

https://www.chochmatnashim.org/up-close ... -episode-8

היסטאריע » דינסטאג פעברואר 15, 2022 6:10 pm

· #495094
לבי ובשרי
קאצקע ציקער
איז זי רעליגעס?

היינט נישט. האט זי געזאגט אין אן אינטערוויו

א שאד. שוין יא דא א פרוי וואס קען גמרא, איז זי נישט רעליגיעז

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 15, 2022 7:26 pm

· #495103
יעקב מעקסוועל: ייש"כ פאר דעם לינק. איך האב געקוקט א ביסל די פיקטשערס (יא. פון נשים, רחמנא ליצלן. יו סיק פערווערטס אוט דהעיר.). אלע פיקטשערס זענען זייער שיין און היימליך. זיי ווייזן וויאזוי (ערליכע) אידן לעבן אידישליך און מענטשליך.

אנאנים (זצוק"ל) האט אסאך גערעדט איבער די ערשיינונג. דאס איז אמאל נישט געווען. ס'איז אפילו נישט געווען קיין הוה אמינא צו מאכן אן אישו פון דעם. די פרומסטע צייטונגען און זשורנאלן האבן געברענגט פיקטשערס פון פרויען אין פארשידענע סעטינגס. אנגעטון מיט דעם צניעות'ידגן לבוש. עד שבאו. ביז ס'זענען אנגעקומען עטליכע נישט געזונטע פארשוין און זיי האבן עפעס געהאט א מאדנע, אומהיימליכע רעאקציע צו זעהן בילדער פון פרויען וועלכע זענען געווען צניעות'דיג געקליידעט. שטאטס זיי זאללן גיין צו א דאקטער אויסצופארשן דעם מקור פון זייער מחלה. און זוכן א היילונג, האבן זיי עס אריינגעשטעקט אין אידישקייט. אין פרומקייט. און זיי האבן אנגעהןויבן צו שרייען בקול רעש גדול. אז ס'איז קעגן די גדרי הצניעות צו ברענגען בילדער פון נשים. און עטליכע עדיטארס האבן זיך געשראקן פאר זייער צירקולאציע. האבן זיי נאכגעגעבן פאר די משוגעים. און דאס האט זיך פארמערט ווי שוועמלעך נאך א רעגן. ביז ס'איז געווארן א חלק פון אידישקייט. איך געדנק נאך זעהענדיג פיקטשערס פון די סאטמאר'ע רביצין הרבנית אלטא פיגא ווען זי איז געווען באזוכן אין בנות ירושלים. און אין בית לפליטות. די אלטע, ירושלימ'ער אידישע ליכט האט געברענגט די פיקטשערס. ואין פוצה ומצפצף...!

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 2:37 pm

· #495293
א מחאה קעגן די שיעורים.

https://rabbiefremgoldberg.org/taking-s ... HPWjUBCPrU

היסטאריע » דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 2:52 pm

· #495294
הייליג גערעכט

שפילער » דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:42 pm

· #495343
נאכאמזל זי האט נישט גענימען אויפן צימבל חגיגה דף ה'

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:01 am

· #495367
שפילער
נאכאמזל זי האט נישט גענימען אויפן צימבל חגיגה דף ה'

זי האט געטוויט דערוועגן:

Shalom, friends!! While I (sadly) lack the time to a #dafreactions video for Chagigah 5, I’m sure you all have…opinions about Rav Kahana hiding under the bed of Rav & Rav’s wife. What do you imagine her reaction might have been to this…situation? #valentinesday

היסטאריע » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 10:41 am

· #495630
חגיגה ט-י איז זי מורא'דיג אין כעס אויף די גמרא. היתכן טענה'ט זי, נעמט מען א מעוות לא יוכל לתקון ווען איינער איז מאנס א פרוי, און די גמרא זאגט אז דוקא א אשת כהן איז א מעוות לא יוכל לתקון, ווייל זי ווערט נאסר לבעלה. היתכן דינערט זי מיט א מעכטיג קול, דאס איז די גאנצע פראבלעם? דער מאן'ס פראבלעם? אלעס איז וועגען די מענער שרייט זי, א פרוי ווערט רעיפט, און די גמרא'ס פראבלעם איז אז זי ווערט נאסר לבעלה. און זי גייט ווייטער מיט איר ראנט.

איז אויף איר שווער איין קשיא, די גמרא רעדט נישט וועגען די שרעקליכקייט פין עוולות דא, מען רעדט פין עפעס וואס מען קען נישט פארעכטען, און ווען איינער איז מאנס א אשת ישראל, ווי שרעקליך די עבירה זאל זיין, און מען מעג אים הרג'נן פאר דעם, איז עס דאך יוכל לתקון, ווייל זי קען מוחל זיין, משא"כ א אשת כהן ווערט זי נאסר לבעלה און מען קען נישט פארעכטען. ועוד, איז עס עפעס נאר דער מאנ'ס פראבלעם אז זי ווערט נאסר? זי ווערס נאסר און עס איז פונקט אזוי איר פראבלעם. בקיצור זי זייט אהן א קאשע, און דרייט א קאפ.

https://www.tiktok.com/@miriamanzovin/v ... 6230439215

https://youtu.be/RWYZSUoTsyY

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 5:42 pm

· #495660

זאגסט דאך גוט ר' היסטאריע, איך האלט אז די זאלסט מאכן ווידיא'ס מיטן נאמען reactions to the daf reactions,
וועסט דארטן אפווענדן אירע טענות...

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 7:51 pm

· #495670
היסטאריע
חגיגה ט-י איז זי מורא'דיג אין כעס אויף די גמרא. היתכן טענה'ט זי, נעמט מען א מעוות לא יוכל לתקון ווען איינער איז מאנס א פרוי, און די גמרא זאגט אז דוקא א אשת כהן איז א מעוות לא יוכל לתקון, ווייל זי ווערט נאסר לבעלה. היתכן דינערט זי מיט א מעכטיג קול, דאס איז די גאנצע פראבלעם? דער מאן'ס פראבלעם? אלעס איז וועגען די מענער שרייט זי, א פרוי ווערט רעיפט, און די גמרא'ס פראבלעם איז אז זי ווערט נאסר לבעלה. און זי גייט ווייטער מיט איר ראנט.

איז אויף איר שווער איין קשיא, די גמרא רעדט נישט וועגען די שרעקליכקייט פין עוולות דא, מען רעדט פין עפעס וואס מען קען נישט פארעכטען, און ווען איינער איז מאנס א אשת ישראל, ווי שרעקליך די עבירה זאל זיין, און מען מעג אים הרג'נן פאר דעם, איז עס דאך יוכל לתקון, ווייל זי קען מוחל זיין, משא"כ א אשת כהן ווערט זי נאסר לבעלה און מען קען נישט פארעכטען. ועוד, איז עס עפעס נאר דער מאנ'ס פראבלעם אז זי ווערט נאסר? זי ווערס נאסר און עס איז פונקט אזוי איר פראבלעם. בקיצור זי זייט אהן א קאשע, און דרייט א קאפ.

https://www.tiktok.com/@miriamanzovin/v ... 6230439215

https://youtu.be/RWYZSUoTsyY

גערעכט
אבער די אפטיקס פון די גמ' זענען זייער שלעכט, אז די גאנצע פראבלעים איז נאר אז די מאן בלייבט אן קיין ווייב, אבער פאר די וויקטים געט מען נישט קיין דעמן,
ס'האט מיך אויך געשטערט ווען איך האב עס געלערנט, אבער איך האב מיך נישט געוואגט צי עס זאגן פאר מיין חברותא, מען זאל מיך ח"ו נישט האלטן פאר קיין אויפגעקלערטע 😛

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 8:37 pm

· #495674
קהל'ס נער: די גמרא (אזוי צו זאגן. סאו טו ספיעק, אין ענגליש.) געט נישט קיין רויטן גרייצער אויב די אפטיקס זענען נישט גוט. זיי זענען נישט דא צו געפעלן פאר די פעמיניסטס און אולטרא ליבעראלן. די גמרא (דער תלמוד, אין מאדערן לינגאו) איז נישט קיין פאליטיקלי קארעקט דאקומענט. די חכמי התלמוד האבן דא געהאט א דיסקאשן, סטריקטלי איבער די הלכה. זיי געבן ניקס קיין האאט וואס יוסי שריד וועט זאגן. (פרעג בעסער נישט וואס ער האט געזאגט. אויף יענע ועלט האט מען שוין גענומען קעיר פון איהם..) אדער שולמית אלוני. אדער בעטי פריעדאן. אדער די נייע פעמיניסט'קע וועלכע ..."לערנט"...תלמוד. וואס אויסער ניבול פה און דברי בלע ושחץ זאגט זי גארנישט...!
בלאט: 1 2 3