☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » לילי (אלי) ראזען קומט ארויס פון שאפע- זיי געטריי זיך אליין

לילי (אלי) ראזען קומט ארויס פון שאפע- זיי געטריי זיך אליין

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15122

בת קול » זונטאג יאנואר 30, 2022 2:21 am

· #493381
לילי (אלי) ראזען קומט ארויס פון שאפע- זיי געטריי זיך אליין
אין שטוינענדע נייעס איז אלי ראזען ארויסגעקומען אלץ טראנסגענדער. אין דעם זעלבן צייט געבט זי ארויס א בוך אין אידיש פאר קינדער איבער זיין טרענסגענדער, כדי אידיש רעדנדע קינדער זאלן זיך נישט פילן פרעמד אויב זענען זיי טרענסגענדער.
איך בין נישט זיכער וווער פון זיי וועלן האבן אקסעס צום ביכל, אבער אפשר וועלן דאס חסידישע ערוואקסענע ליינען.
דאס ביכל איז געשריבן אין א אידישיסטישן אידיש.
זעהט דעם ארטיקל דא.
פאר דעם סטעיטמענט פון לילי איבער דעם גענדער טויש זעהט דא.

א חבל אויף א פארלוירענעם אקטאר. זי האט גוט געשפילט אלץ א חסידישע רבי, און האט אפילו גערעדט אז עס האט געשמעקט צו באקומען דעם אקט.

לילי מיטן נייעם צירה און דעם נייעם בוך
📎 999EC874-529A-441E-B08A-01FBB698CC14.jpeg

אויף Unorthodox
📎 D8330E64-0EB1-4974-91CB-D9964F2CB5DD.jpeg

בת קול » זונטאג יאנואר 30, 2022 2:24 am

· #493382
דאס בילד האט א נייע באדייט.

📎 0A52BD9C-10CE-4182-A9C0-20B2E452FF80.jpeg

דערהויבענע איד » זונטאג יאנואר 30, 2022 2:57 am

· #493385
וואי וואי דאס איז גרויסע נייעס....

כ'האב געהערט אז ער איז אמאל געווען א לויער, און אפגעמאכט צו ווערן אן אקטיאר און אלעס אוועקווארפן, און יעצט האלט מען שוין ביים ווערן א נקיבה...ס'נייעס

נעקסט לעוועל » זונטאג יאנואר 30, 2022 11:03 am

· #493415
Re: לילי (אלי) ראזען קומט ארויס פון שאפע- זיי געטריי זיך אלי
בת קול
אין שטוינענדע נייעס איז אלי ראזען ארויסגעקומען אלץ טראנסגענדער. אין דעם זעלבן צייט געבט זי ארויס א בוך אין אידיש פאר קינדער איבער זיין טרענסגענדער, כדי אידיש רעדנדע קינדער זאלן זיך נישט פילן פרעמד אויב זענען זיי טרענסגענדער.
איך בין נישט זיכער וווער פון זיי וועלן האבן אקסעס צום ביכל, אבער אפשר וועלן דאס חסידישע ערוואקסענע ליינען.
דאס ביכל איז געשריבן אין א אידישיסטישן אידיש.
זעהט דעם ארטיקל דא.
פאר דעם סטעיטמענט פון לילי איבער דעם גענדער טויש זעהט דא.

א חבל אויף א פארלוירענעם אקטאר. זי האט גוט געשפילט אלץ א חסידישע רבי, און האט אפילו גערעדט אז עס האט געשמעקט צו באקומען דעם אקט.

לילי מיטן נייעם צירה און דעם נייעם בוך
📎 999EC874-529A-441E-B08A-01FBB698CC14.jpeg

אויף Unorthodox
📎 D8330E64-0EB1-4974-91CB-D9964F2CB5DD.jpeg
א בליק אריין אינעם ביכל האסטע ?


Sent from my iPhone using Tapatalk

בת קול » זונטאג יאנואר 30, 2022 11:30 am

· #493421
די בוך איז אן איבערטייטשונג פון You be You געשריבן דורך Jonathon Branfman.

מען קען עס יעצט pre-orderen. נאך נישט דא צו באקומען.

📎 EBA3EBAF-1FA3-453F-A5DF-9F2C726F4CC7.jpeg

📎 D9BDB247-E7C9-4FB0-8F95-E3D3468A5E1A.jpeg

שמן למאור » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:49 pm

· #493431
העכסט אינרעסאנט, אזא שאד ער האט זייער גוט געשפילט רב, אפשר וועט ער יעצט קענען שפילן רעביצן

סמבטיון » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:05 pm

· #493436
וואס טרייבט א מענטש צו טוהן אזא שענדליכע אקט?

שמן למאור » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:09 pm

· #493437
סמבטיון
וואס טרייבט א מענטש צו טוהן אזא שענדליכע אקט?

קוק ווי מרס/הרב שטיין איז מסביר די נושא

<a class="postlink" href="https://youtu.be/wRoDa5huL8s">https://youtu.be/wRoDa5huL8s</a>

מי אני » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:10 pm

· #493438
אויב פרעגסטו לגבי טרענזישענינג בפרט איז עס דזשענדער דיספאָריא. ועיין באשכול זו.

קאמארנער » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:19 pm

· #493439
ווער איז דער אלי ראזען? א פרומע? היימישע?

yatzmachp » זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

· #493450
נעבעך

קורקלענד » זונטאג יאנואר 30, 2022 8:18 pm

· #493475
געמעקט דורך בת קול

סמבטיון » זונטאג יאנואר 30, 2022 9:44 pm

· #493500
.

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:02 am

· #493578
בת קול
די בוך איז אן איבערטייטשונג פון You be You געשריבן דורך Jonathon Branfman.

מען קען עס יעצט pre-orderen. נאך נישט דא צו באקומען.

📎 EBA3EBAF-1FA3-453F-A5DF-9F2C726F4CC7.jpeg

📎 D9BDB247-E7C9-4FB0-8F95-E3D3468A5E1A.jpeg



יעדע גרופע, סאסייעטי, און קולטור האט א אייגנארטיגע מסורה און א קאוד וויאזוי זיך אויפצופירן, וואס מיינט נארמאל, און וואס הייסט איבערגעצויגן די שטריק.

מסורה- מיינט ירושה פון עלטערן צו זייערע קינדער וויאזוי דורכצולעבן אין א שרעקליכע וועלט וואס איז אנגעפילט מיט שטרויכלינגן.

געווענטליך איז עס מנהגים, פארשלאגן, לייזונגען, א גאנצע טוץ מיט “באבסקע רפואת” באזירט אויף די דעמאלטסדיגער שטייגער, פארשטאנד, רעליגיע און די social norms מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן געווארן.


מסורה איז זייער חשוב אין אלע קולטורן אפילו ביי די חיות און בהמות. און האט געשפילט א גרויסע ראלע אין אונזער היסטאריע און עקזיסטענס.

אבער וואס געשעהט ווען איין קינד זאגט
איך האב געהערט וואס מיינע עלטערן זאגן, און מיט דעם אלעמען בין איך מסופק/ מחולק דערינען?
וואס טוט מען דאן?
וואס טוט מען ווען אייגענע קינדער טשאלאנטשן די אויסגעטרעטענע וועג?

אפשר אזא וועלטס-חכם און גאון ווי @מי אני קען אונז באלייכטן און מרחיב זיין מיט אלע שיטות אין די נושא.

מי אני » מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:08 am

· #493586
קיין קלארע תשובה האב איך נישט (אויב עס איז בכלל מעגליך צו האבן אין דעם). אבל להיפטר בלא כלום, אז @שבת אחים בעהט, אי אפשר.

בנוגע די שאלה פון ״וואס טוהט מען יעצט?״, וואס די שאלה איז דאך נוגע סיי צו די עלטערן און סיי צום קינד, גלייב איך אז דאס איז בעיקר א שאלה אינעם פעלד פון עטיקס; ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט ווי אזוי מענטשן פיהלן וכדומה. איך האב סאָבּמיטעד אן ארטיקל צום וועקער דערין איבער ווי אזוי ירמיה בּענטאם׳ס פעליסיפיק קאלקולוס האט א שייכות דערצו, באזירט אויף מיין אייגענע עקספּיריענס צווישן מיינע געשוויסטער און מיינע עלטערן.

‏דא הא׳מיר אראפגעברענגט פון דר. בנימין בית-הלחמי די אונטערליגענדע פסיכאלאגישע סיבות און אומשטענדן וואס מאכן איינעם מער לייקלי צו ״אפפארן״. אויב איז נישט צו שפעט קען מען דאך זעהן צו טוישן די אנטעסיִדענטס. אולי.

ובסתם דארף דאס אויסברייטערונג פון טאלעראנץ זיין אן אידעאל צו וואס יעדעס מענטש דארף שטרעבן.

דערהויבענע איד » מאנטאג יאנואר 31, 2022 7:46 pm

· #493696
לילי שרייבט אז ווען ער וואלט געוויסט אלס טינעזשער פון טרענסזשענדער וואלט זיין לעבן געווען אנדערש.


שטעלט זיך נאר די שאלה ער איז שוין פריי ווייסעך וויפיל יאר, וואס איז געווען די גאנצע צייט?