פורים תורות
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15119
פורים תורות
רבותי!!! מען האלט שוין ביי שבת מברכים אדר!! און 'משנכנס אדר מרבים בשמחה' סאו טעקניקלי איז שוין דעם קומענדיגן שבת 'אריין אין אדר' ווייל די גאנצע וואך ליגט אינעם פריערדיגן שבת, בקיצור, אין איין ווארט, מען מעג שוין אנהויבן צו זיין בשמחה, גענוג מיט די עצבות די לאנגע ווינטער זמן קומט שוין צו אן ענדע
איי וועסטו שרייען, אבער עס איז נאר אדר א', פורים זעט זיך קוים אהן אויפן האריזאנטל? ולשמחה מה זו עושה??? ניין זאג איך דיר!! טאקע וועגן דעם, מען דארף דוקה פריער זיין בשמחה ווייל אויב וועסטו ווארטן, וועט אפשר שוין ליבאוויטשער רבי פריער דא זיין,
ווי גייט נאר די ווארט פונעם שיכור וואס פלעגט טרינקען אגאנץ יאר, האט דען המן געקענט פארטיליגן די אידן אין איין טאג? היטלערן זאל בראטן, האט עס נישט געקענט באווייזן אין אפאר יאר, נאר וואשזע דען?? המן האט דאך געוויסט אז ס'דא א שאנס אז ער וועט האבן א מפלה און די אידן וועלן מאכן דערפון א יו''ט האט ער אונז נישט פארגינט מער ווי איין טאג!!!
איך ווייס דאך אבער יא פון המן'ס כוונה, ממילא וועל איך מיך נישט לאזן פון אים, און איך טרינק אגאנץ יאר, וכמאמר החכם 'א גאנץ יאר פורים' אדער כמאמר חכם יותר גדול אחר, 'אומאן אומאן ראש השאנא, פורים פורים כל השאנא'...
אונז זענען טאקע נישט אויפן מדריגה פון 'יענעם שיכור' אבער עכ''פ 'חודש אדר' למען השם, מעג מען אביסל געבן א שמייכל און יא! אפילו אדר א', אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, 'לויתן זה יצרת לשחק בו' לויתן איז דאך א פיש, און פיש איז מרמז אויף אדר ווייל מזל אדר דגים, דאס איז פשט אין פסוק,
לויתן זה - דהיינו חודש אדר ,יצרת, פארוואס? לשחק בו- צו לאכן אין דעם, לחיים!! גיבט א שמייכעלע אין חודש אדר
און שטייטצעך אז מיטן מרבה בשמחה פלעגט מיין מגי''ש זאגן מיינט מען די 'תורה' ווייל 'אין שמחה כשמחת התורה' (אגב ווען עס איז געקומען חודש אב האט די ממעטין בשמחה שוין נישט געמיינט תורה, אזוי גייען די קארופטירטע מעשיות, עניוועי)
בין איך מקדש דעם אשכול דא פאר 'פורים תורה' אז מען זאל קענען שרייבן חדושים אייגענע אדער נאכגעהערטע, דער עיקר ס'זאל זיין פורים תורה
ביטע נישט שרייבן קיין עכטע 'תורה' ווייל איך וויל נאך קענען אריינברענגען מיין סמארטפאון אין ביה''כ,
פליז מאכסטס מיר נישט עביוזן מיינע 'שריפשטעלער רעכטן'. 😂
(כ'טראכט יעצט אז אפשר זאל מען יא מעגן קוקן אויף א סמארטפאון תורה אין ביה''כ, ווייל עס איז אזוי 'טמא' אז די תורה דערויף איז נישט הייליג בכלל, אזוי ווי ספר תורה שכותבו מין, בקיצור, איך וועל אנפרעגן ביי די השמעיני את קולך דיינים)
שוין, כ'וועל אנהויבן מיט א שיין ווארט פונעם באקאנטן פ''ר פון סאטמאר ר' שלמה יעקב געלבמאן ע''ה
ס'באוויסט די מעשה אז די טאכטער פון המן האט באגאסן איר טאטע אויפן קאפ מיט א שיסל פון 'יענע סחורה'
לכאורה, אונז ווייסן אז די באשעפער שטראפט מידה כנגד מידה, וואס איז דא געווען די זאך, וואס וועגן דעם איז זיך געקומען פאר המן'ען פינקט אזא מין מאדנע שטראף?
נאר וואס דען, שטייט און מדרש אז המן האט געטענה'ט פאר אחשורוש, 'ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים, ''ואת דתי המלך אינם עושים''
האט ער געזאגט, אז די אידן ארבייטן קיינמאל נישט, זיי האבן יעדן טאג א שבת אדער א יו''ט, שבת היום, פסח היום, און ממילא, ולמלך אין שווה להניחם,
לכאורה האבן דאך די גוים אויכעט חגאות וואס זיי ארבייטן נישט, נו פארוואס האט זיך המן פארטשעפעט מיט אונזערע ימים טובים?
מיז זיין אז ער האט געטענה'ט פאר אחשורושן אזוי, גיב א קוק, ממילא אונז האבן א חגא, יענעם טאג ארבייט מען נישט, אבער א טאג פארדעם איז געהעריג כאילו לא היה, נישטא די גאנצע הכנות,
אבער ביי די אידעלעך איז דא א גאנצע מעשה פון זיך גרייטן, וכמאמר הצדיקים, 'די הכנה איז גרעסער ווי די מצוה אליין' שוין פון דאנערשטיג איז מען פארנומען מיט די הכנות פאר שבת, שוין חדשים פאר פסח, איז מען פארנומען מיט די הכנות פאר פסח וכדו'
קומט אויס אז די עיקר טענה פון המן איז געווען אויף די הכנות, איז מידה כנגד מידה, האט מען אים באגאסן מיט די 'הכנות' אויפן קאפ ארויף...
😂 😂 😂 😉 😂 😂 😂 😉 😂 😂 😂
√
שוין, א סאטמארער, ווען מען רעדט פין הכנות מיינט עס צואה.
ד.מ. ואת דת"י המלך. יעדע מצוה מאכען זיי פארדאס'ט.
העי! האסט פארגעסן אז די זויערע שובבי"ם טעג גייען נאך אן אין פולן טעמפא?! ת"ת פאר גאד סעיק!!
כ'בין נייגעריג וויאזוי @מי אני גייט רעאגירן צו דעם אשכול, און בפרט צו דעם שיינעם פורים תורה? מאטעמאטיקע, פילעזאפיע, אדער סתם עפעס א חקירישע אנווייזונגן.
דער גאלדענער אדלערכ'בין נייגעריג וויאזוי @מי אני גייט רעאגירן צו דעם אשכול, און בפרט צו דעם שיינעם פורים תורה? מאטעמאטיקע, פילעזאפיע, אדער סתם עפעס א חקירישע אנווייזונגן.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נייגעריקייט ברענגט נישט קיין גוטע זאכן
מען זאגט, שושנת יעקב צהלה ושמחה בראותם יחד תכלת מרדכי,
לכאורה וואס איז די גרויסע שמחה אז מרדכי איז געגאנגען מיט תכלת?
(אגב האב איך געהערט אמאל פון האדמו''ר מטאלנע ירושלים, וואס איז ידוע מיט זיין ברייטע שפרייך, ווי ער זאגט נאך בשם א ירושלים אידל וואס איז געווען דריי פערטל משוגה, און מיט די פערטל וואס ער איז יא געווען נארמאל איז ער געווען א ברעסלעווער, בקיצור, האט ער פארענטפערט די קשיא פשוט,
ווייל נאר די ברעסלעווער קענען און ווייסן וויאזוי צו זיין ריכטיג בשמחה, ממילא אז מען האט געזען אז מרדכי גייט תכלת, איז פשט אז ער איז א ברעסלעווער, איז געווארן צהלה ושמחה אין אלע גאסן)
אבער צו פארענטפערן די קשיא אויף אן ערנסטער אופן 😉 🙄 קען מען זאגן אזוי
לכאורה וויאזוי קען מען טרינקען פורים און מקיים זיין דעם חייב איניש לבסימי וכ' עס איז דאך דא א לאו פון , לא תשקרו (תשכרו- מלשון שכרות) איש בעמיתו, דהיינו אז מ'טאר 'נישט' טרינקען אין זיך שיכור'ן
מיז מען דאך צוקומען די 'עשה דוחה לא תשה' די עשה פון חייב איניש איז דוחה די לא תשה פון אל תשכרו
די געדאנק פון 'עשה דוחה לא תשה' לערנט מען ארויס פון ציצות, וואס אויף א בגד פשתן, מעג מען ארויפלייגן א 'פתיל תכלת' וואס איז געמאכט פון וואל
דאס איז פשט, שושנת יעקב צהלה ושמחה, בראותם יחד תכלת מרדכי, מען האט געזען ווי ער גייט תכלת אויף א בגד פשתן, מוז דאך זיין אז 'עשה דוחה לא תשה', אויב אזוי איז די עשה פון 'חייב איניש' דוחה די לאו פון 'לא תשקרו' און מען קען זיך אנשאשקענען פורים עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי,
והעיר שושן צהלה ושמחה....
עצי שיטים: דו האסט אהערגעשטעלט א פורים תורה. נעה א פשט'ל וואס די רבנים פון די גרעסטע שטעט ווי ווארשא , לעמבערג און בודאפעסט וואלטן זיך געקענט באהאלטן פאר דיר. נאר. א בודאפעסטער רב שליט"א איז שוין ב"ה דא. הרהגה"צ און אפשר הגה"ק אויך. מוהרר"ר יואלי לעבאוויטש שליט"א, תמ"ל, צצה"ק (והטהור).
איך האב דיך געפאלגט און שנעלל אריינגעכאפט א געלזעלע צוויי. נאך פאר די ליובאוויטשע רבי קומט צוריק.
אבער פטור בלא כלום אי אפשר. לאמיר זאגן א פורים תורה אויך...אין די מגילה שטייט..."ונח בארבעה עשר". פרעגט די וועלט א קשיא...ווי קומט נח אין די מגילה אריין...נאר המן הרשע האט געזוכט א ברעט וואס איז הויעך 50 אמות. צו בויען א תלייה. האט ער געוואלט נעמען א ברעט פון די תיבה וואס איז געווען פונקט 50 אמות. נח האט נישט געלזאט. האבן זיי זיך אנגעהויבן ראנגלען. ביז המן האט איהם פארשלעפט אין די מגילה אריין...!
כווייס נישט ווי פאני דער עולם דא העט זעהן דעם "פורים תורה" און סהאט בעצם נישט מיט פורים, אבער לחיבת הק העליך זאגן א געוויסער "פורים תורה" וואס ר יעקב עמדין פארציילט אז א פורים רב האט געזאגט בנוכח דעם טאטן דער חכם צבי ביום הפורים און האט הנאה געהאט,
אז די גמ אין מסכת קידושין זאגט דארט "הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת היכן טובת ימיו של זה והיכן אריכות ימיו של זה"
אז די גמ פרעגט וויזוי איז דאס מעגליך אז א געוויסער פארשוין איז ארויפגעקראכן אויף א לייטער צו אראפנעמען פייגלעך פון א נעסט צו ברענגן עסן פארן טאטען, האט ער דאך מקיים געווען 2 זאכן וואסי א סגולה צו אריכות ימים, און אויפן וועג אראפ האט'ר אראפגעטראסקען און געשטארבן, נו ווי איז די אריכות ימים?
האט יענער פורים רב געענטפערט א חידוש נפלא איז אין פסוק שטייט למען יארכון ימיך "על האדמה", נו דער מענטש איז דאך נישט געווען אויף דער ערד ער דאך געווען אויפן לייטער, ממילא איז קיין וואונדער אז ער,ז געשטארבן,
גאלדכווייס נישט ווי פאני דער עולם דא העט זעהן דעם "פורים תורה" און סהאט בעצם נישט מיט פורים, אבער לחיבת הק העליך זאגן א געוויסער "פורים תורה" וואס ר יעקב עמדין פארציילט אז א פורים רב האט געזאגט בנוכח דעם טאטן דער חכם צבי ביום הפורים און האט הנאה געהאט,
אז די גמ אין מסכת קידושין זאגט דארט "הרי שאמר לו אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת היכן טובת ימיו של זה והיכן אריכות ימיו של זה"
אז די גמ פרעגט וויזוי איז דאס מעגליך אז א געוויסער פארשוין איז ארויפגעקראכן אויף א לייטער צו אראפנעמען פייגלעך פון א נעסט צו ברענגן עסן פארן טאטען, האט ער דאך מקיים געווען 2 זאכן וואסי א סגולה צו אריכות ימים, און אויפן וועג אראפ האט'ר אראפגעטראסקען און געשטארבן, נו ווי איז די אריכות ימים?
האט יענער פורים רב געענטפערט א חידוש נפלא איז אין פסוק שטייט למען יארכון ימיך "על האדמה", נו דער מענטש איז דאך נישט געווען אויף דער ערד ער דאך געווען אויפן לייטער, ממילא איז קיין וואונדער אז ער,ז געשטארבן,
די איינציגסטע פאני חלק איז א ר' יעקב עמדין ברעינגט עס.....
איי געס מענטשן האבן געהאט א אנדערער סענס אוו יומער 300 יאר צוריק
berlbalagulehעצי שיטים: דו האסט אהערגעשטעלט א פורים תורה. נעה א פשט'ל וואס די רבנים פון די גרעסטע שטעט ווי ווארשא , לעמבערג און בודאפעסט וואלטן זיך געקענט באהאלטן פאר דיר. נאר. א בודאפעסטער רב שליט"א איז שוין ב"ה דא. הרהגה"צ און אפשר הגה"ק אויך. מוהרר"ר יואלי לעבאוויטש שליט"א, תמ"ל, צצה"ק (והטהור).
בערל: יואלי ריפט זיך נאר 'פעסטער רבי' די 'בודא' חלק איז נאכאלץ פריי
וואס זאגסטו צו דעם?
כ''ק מרן אדמו''ר הגה''ק מבודא שליט''א....!!
סהערט זיך גוט?
berlbalaguleh
לאמיר זאגן א פורים תורה אויך...אין די מגילה שטייט..."ונח בארבעה עשר". פרעגט די וועלט א קשיא...ווי קומט נח אין די מגילה אריין...נאר המן הרשע האט געזוכט א ברעט וואס איז הויעך 50 אמות. צו בויען א תלייה. האט ער געוואלט נעמען א ברעט פון די תיבה וואס איז געווען פונקט 50 אמות. נח האט נישט געלזאט. האבן זיי זיך אנגעהויבן ראנגלען. ביז המן האט איהם פארשלעפט אין די מגילה אריין...!
אז די וועסט אריינקוקן אין פסוק וועסטו זען אז עס שטייט נח ,מלא, מיט א וא''ו כזה 'נוח'
ווייל ווען עס קומט פורים איז נח מלא....
אזוי אויך איז ער געווען די ערשטע שיכור אויפן וועלט, דארף מען אים אריינברענגען אין די מגילה פשוט אלץ ענינא דיומא
אגב עס איז דא א סתירה, איין פלאץ שטייט ונוח בארבעה עשר בו, און א שפעטער שטייט ונוח בחמשה עשר בו, לכאורה ווי האט נח געוואונט בעיר מיקף חומה מימות יהושע בין נון, אדער נישט? האט ער געהאלטן פורים י''ד אדער ט''ו?
ואפשר לומר, אז באמת פלעגט ער נישט זיין אין קיין עיר מוקף חומה, און פלעגט האלטן י''ד, נאר די יאר וואס ער איז געווען אין די תיבה, איז עס דאך געווען א 'מוקף חומה מימות יהושע בין נון', אויף דעם זאגט די פסוק, ונוח בחמשה עשר בו, כנלענ''ד
גאלדאיי געס מענטשן האבן געהאט א אנדערער סענס אוו יומער 300 יאר צוריק
(כמעט) זיכער אזוי.
ווען איך הערן גוי'אישע jokes, קימט עס מיך כמעט צי וויינען, אבער די ערלים שטייט און ווארפט זיך פאר געלעכטער, זעיט מען אז יעדע קולטור, און לכאורה אויך יעדע דור, האט זייער טעיסט פאר jokes.
עצי שטיםberlbalagulehעצי שיטים: דו האסט אהערגעשטעלט א פורים תורה. נעה א פשט'ל וואס די רבנים פון די גרעסטע שטעט ווי ווארשא , לעמבערג און בודאפעסט וואלטן זיך געקענט באהאלטן פאר דיר. נאר. א בודאפעסטער רב שליט"א איז שוין ב"ה דא. הרהגה"צ און אפשר הגה"ק אויך. מוהרר"ר יואלי לעבאוויטש שליט"א, תמ"ל, צצה"ק (והטהור).
בערל: יואלי ריפט זיך נאר 'פעסטער רבי' די 'בודא' חלק איז נאכאלץ פריי
וואס זאגסטו צו דעם?
כ''ק מרן אדמו''ר הגה''ק מבודא שליט''א....!!
סהערט זיך גוט?
מ'וועו זיך אנהייבן שלאגן אויף די גלילות......והיבין מבין
קהל'ס נערגאלדאיי געס מענטשן האבן געהאט א אנדערער סענס אוו יומער 300 יאר צוריק
(כמעט) זיכער אזוי.
ווען איך הערן גוי'אישע jokes, קימט עס מיך כמעט צי וויינען, אבער די ערלים שטייט און ווארפט זיך פאר געלעכטער, זעיט מען אז יעדע קולטור, און לכאורה אויך יעדע דור, האט זייער טעיסט פאר jokes.
דאס איז ווייל די פארשטייסט נישט זייער שיחת חולין. איינמאל וועסט אנהייבן צו פארשטיין בין איך דיר גארנישט מקנא.
היסטאריעקהל'ס נערגאלדאיי געס מענטשן האבן געהאט א אנדערער סענס אוו יומער 300 יאר צוריק
(כמעט) זיכער אזוי.
ווען איך הערן גוי'אישע jokes, קימט עס מיך כמעט צי וויינען, אבער די ערלים שטייט און ווארפט זיך פאר געלעכטער, זעיט מען אז יעדע קולטור, און לכאורה אויך יעדע דור, האט זייער טעיסט פאר jokes.
דאס איז ווייל די פארשטייסט נישט זייער שיחת חולין. איינמאל וועסט אנהייבן צו פארשטיין בין איך דיר גארנישט מקנא.
פון דאס רעד איך טאקע, איך זעי נישט פארוואס ווען מען נעמט א קארני joke און מען באפעפערט עס מיט שמיץ ווערט עס פאני?
פארוואס איז נישטא קיין ספיקא דיומא פורים?
ר' אהרן. אונז האבן נישט בקבלה וויאזוי צו זיין שיכור צוויי טעג, איז נישט.
ר' ז"ל. פורים פירט מען זיך מיט נישט קיין שיינע מדות, איז עס נאר איין טאג.
פאפא, עס איז יא דא צוויי!! שושן פורים האט מען אין פאפא געהאלטען. (ר' אהרן האט געזאגט אז ער זאגט א קלוגע זאך).
ר' מענדל וויזניץ. גזירה שוה צו י"ב שבט איז נאר דא איין טאג, ווי אויך איז המן געוועהן א באטשי, אן עם הארץ, אפילו נישט געוויסט וויאזוי די אידן הייסן, געזאגט ישנו עם אחד.
באבוב 48, איין פורים איז דא, ווער עס זאגט אנדערש ווארפט מען ארויס.
באבוב 45, עס איז דא מיט א צונאמען, שושן פורים, און עס איז אויך פורים אפילו עס האט נאך א נאמען.
גער. פארפירט נישט מיט קיין קשיות. אזעלכע קשיות ברענגט צו כפירה. אויב דיין טאטע פרעגט דער קשיא, קום צו יאספנו.
שאול, שרייבט אהן א נאות דשא מיט בליצענדע חידושים. און צום סוף, וה' יראנו נפלאות מתורתו.
קהל'ס נערהיסטאריעקהל'ס נערגאלדאיי געס מענטשן האבן געהאט א אנדערער סענס אוו יומער 300 יאר צוריק
(כמעט) זיכער אזוי.
ווען איך הערן גוי'אישע jokes, קימט עס מיך כמעט צי וויינען, אבער די ערלים שטייט און ווארפט זיך פאר געלעכטער, זעיט מען אז יעדע קולטור, און לכאורה אויך יעדע דור, האט זייער טעיסט פאר jokes.
דאס איז ווייל די פארשטייסט נישט זייער שיחת חולין. איינמאל וועסט אנהייבן צו פארשטיין בין איך דיר גארנישט מקנא.
פון דאס רעד איך טאקע, איך זעי נישט פארוואס ווען מען נעמט א קארני joke און מען באפעפערט עס מיט שמיץ ווערט עס פאני?
אהן אריינגיין לעמקו פין זייערע ווערטלעך. אבער דער רעיון פין פאני ווען מען נעמט דער נארמאלער ענין און מען ניצט עס אנדרעש. טאמער דער נארמאלער ענין איז נישט א זאך וואס די זאגסט רעדסט וכדומה וועסטו נישט כאפן דער ווערטעל. דער רגע וואס די פארשטייסט וויאזוי זיי רעדן נארמאל, ביסטו....
כ'האב אלץ געמיינט אז איך ווייס אלעס ארום די סאבג'עקט, זעיט אויס אז מען קען אלץ גיין העכער, יאלא קים אריין קלאר, ניפגש במאחורי.
בשיטה גיי איך נישט אהין.
געווען אמאל א רב, א וואוילער יוד (די אידן פריערדיגן דור האבן איהם אלע געקענט), נאר א געשוואלענער ע"ה. האט ער אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד מנחה אין מאנרא. ביי שמונה עשרה האט ער געזאגט מודים דרבנן...ווען מ'האט איהם (נאכ'ן דאווענען) געפרעג פארוואס ער האט געזאגט מודים דרבנן האט ער געענטפערט...ס'הייסט איך בין דאך א רב...לאל...!
איך מיין ביי דעם זעלבן רב האטציך אמאל געטראפן אזא מעשה. א איד האט געהאלטן זיין קליין קינד אויף די שויס. און א ביסל מילעך האט אריינגעטראפט אין די טשולנט. איז דער איד געקומען פרעגן א שאלה. האטציך דער רב אנגערופן צו זיין זוהן. ברענג מיר נאר דעם שו"ע הילכות שבת. פרעגט דער איד פארוואס פונקט הילכות שבת? ענטפערט דער רב...ווייל שבת עסט מען טשולנט...!
די מעשה האט א המשך...! איך האב געהאט אמאל א באס רבי א קנאפער חכם. האביך איהם געפרעגט...וואו דארף מען עכט נאכקוקן? האט ער געענטפערט ביי הילכות טריפות....לאל
זייער שיין בערל, נאר די האסט זיך פארבלאנדזעט, דא איז די פורים תורה אפטיילונג, נישט די מילתא דבדיחתא אפטיילונג
😉
עצי שיטים: דו ביסט גערעכט. איך האב טאקע מסופק געווען אויב איך זאלל עס דא אריינלייגן אדער אין מילתא דבדיחותא. נאר וויבאלד ס'האט צו טון מיט א רב א גרויסער תענית חלום. וואס מישט אויס בין הודו לכוש. ובין הודו לזכר קדשו. האביך עס דא אריינגעלייגט. ואתו הסליחה...!
עצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
berlbalagulehעצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
כדי צי מאכן א זכר צי מלחמת עמלק, אשר "קרך" בדרך.
די מרור איז מרמז אויף עמלק, און בשר פסח איז מרמז אויף די אידן, וועיגן דעים טינקט מען אים אין חרוסת צי זאגן אז די יודן האבן געמאכט חרוסת מיט עמלק.
קהל'ס נער: ייש"כ. דו האסט מיר פארענטפערט די קשיא. איך האב מיך נישט געקענט גיין וואשן צו מלוה מלכה...!
berlbalagulehקהל'ס נער: ייש"כ. דו האסט מיר פארענטפערט די קשיא. איך האב מיך נישט געקענט גיין וואשן צו מלוה מלכה...!
כ'פלאן ארויס צי געיבן א ספר מיט מיינע תורות, ס'גייט הייסן.....פי האתון.
berlbalagulehגעווען אמאל א רב, א וואוילער יוד (די אידן פריערדיגן דור האבן איהם אלע געקענט), נאר א געשוואלענער ע"ה. האט ער אמאל געדאוונט פאר'ן עמוד מנחה אין מאנרא. ביי שמונה עשרה האט ער געזאגט מודים דרבנן...ווען מ'האט איהם (נאכ'ן דאווענען) געפרעג פארוואס ער האט געזאגט מודים דרבנן האט ער געענטפערט...ס'הייסט איך בין דאך א רב...לאל...!
איך מיין ביי דעם זעלבן רב האטציך אמאל געטראפן אזא מעשה. א איד האט געהאלטן זיין קליין קינד אויף די שויס. און א ביסל מילעך האט אריינגעטראפט אין די טשולנט. איז דער איד געקומען פרעגן א שאלה. האטציך דער רב אנגערופן צו זיין זוהן. ברענג מיר נאר דעם שו"ע הילכות שבת. פרעגט דער איד פארוואס פונקט הילכות שבת? ענטפערט דער רב...ווייל שבת עסט מען טשולנט...!
די מעשה האט א המשך...! איך האב געהאט אמאל א באס רבי א קנאפער חכם. האביך איהם געפרעגט...וואו דארף מען עכט נאכקוקן? האט ער געענטפערט ביי הילכות טריפות....לאל
און ווען סאיז געווען די שערוריה וועגן ביצים צו סאיז כשר צו נישט איז געווען א מיטינג דערוועגן אין התאחדות הרבנים האט מען דעמאלטס געשמיעסט אז עפעס א רב (איך וועל נישט פורש בשמו זיין)... האט געברענגט צום מיטינג א מסכת ביצה...
berlbalagulehעצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
ווייל עס גראמט מיט שלחן עורך
קהל'ס נערberlbalagulehקהל'ס נער: ייש"כ. דו האסט מיר פארענטפערט די קשיא. איך האב מיך נישט געקענט גיין וואשן צו מלוה מלכה...!
כ'פלאן ארויס צי געיבן א ספר מיט מיינע תורות, ס'גייט הייסן.....פי האסון.
ר' שלום אליער דים האט אמאל געמאלדן אז ער גרייט זיך ארויסצוגעבן א ספר אויפן מגילה,
עס וועט הייסן 'טפח מגולה'...
פון וואו האט ער נישט געזאגט. וועגן..."מכסה טפחיים"...!
דער גאלדענער אדלערהעי! האסט פארגעסן אז די זויערע שובבי"ם טעג גייען נאך אן אין פולן טעמפא?! ת"ת פאר גאד סעיק!!
דאס זאגט ער דאך, אז די קומענדיגע צוויי וואכן פון ת"ת וועט זיין פרייליך, נישט זויער!
וליכא מידי דלא רמיזא, האט מען היינט אין שול געליינט פרשת תרומה (די ערשט ת' פון ת"ת) און איך הער דער בעל קורא זאגט 'ועצי שטים'! איז דאך געדרינגען אז עצי שטים ווייסט וואס תרומה איז אלל אבאוט!
קען דאס גערעכנט ווערן פאר א פורים תורה? כאטש א פורים קטן תורה?
Re: פורים תורות
וועגן דאס אז המנ׳ס טאכטער האט באגאסן המנ׳ס מקור בהלכה. עס שטייט (חולין קלט) המן מן התורה מנין "המן העץ" (בראשית ג יא) און עס איז דא א מן דאמר אז די עץ הדעת איז געווען א ווייצל (ברכות מ) און די הלכה פארלאנגט (פסחים ו) המוציא חמץ ביום טוב של פסח כופין עליו בכלי און המן האט געפירט מרדכי אין פסח האט איר טאכטער געזעהן די חמץ די ווייצל האט זי איהם צוגעדעקט מיט א כלי
אלבערט איינשטייןוועגן דאס אז המנ׳ס טאכטער האט באגאסן המנ׳ס מקור בהלכה. עס שטייט (חולין קלט) המן מן התורה מנין "המן העץ" (בראשית ג יא) און עס איז דא א מן דאמר אז די עץ הדעת איז געווען א ווייצל (ברכות מ) און די הלכה פארלאנגט (פסחים ו) המוציא חמץ ביום טוב של פסח כופין עליו בכלי און המן האט געפירט מרדכי אין פסח האט איר טאכטער געזעהן די חמץ די ווייצל האט זי איהם צוגעדעקט מיט א כלי
דאכצעך אז עס איז א תורה וואס ר' יונתן אייבשיץ האט מחדש געווען אלץ קינד,
מען דארף נאר צולייגן אז עס שטייט 'גידל המלך אחשורוש את המן', קומט אויס אז ער האט געוואקסן, און א ווייצל וואס וואקסט איז חמץ
(סתם ווייץ איז נישט חמץ)
אבער וואו טרעפט מען אזא גרויסע כלי צוצודעקן המן? וועגן דעם האט אסתר געזאגט (מגילה טו:) "קֵלי קֵלי" למה עזבתני...
ווי אויך, וויבאלד המן איז דאך יעצט געווארן א "סירחא" איז ער דאך געווארן טריפה ווייל א "סירכא" בריאה איז דאך טריפה (יו"ד סימן לט). נו, ווי אזוי קען דאס חל זיין אויף אים? ער איז דאך שוין חמץ ואין איסור חל על איסור? נאר דא איז עס טאקע געווען "בבת אחת", זיין איינציגסטע טאכטער, און אין אזא פאל איז עס חל (יבמות לג.)...
{פון מיין טאטן אלס בחור. ער'ט עס געזאגט ביים סעודת פורים פונעם בעל עזר מיהודה}
Re: פורים תורות
איך האב איינמאל אלץ יונג בחור׳ל געלייענט א תורה און איך געדענק נישט אלע פרטים. אויב איינער קען מיר העלפן מסדר זיין די תורה צו א קלארקייט וואלט איך זייער דאנקבאר געווען ווייל ווי איך געדענק האס איך זייער הנאה געהאט
די תורה גייט אסתר בעהט תנתן חן בעיני המלך. אין די אויג פארוואס דוקא אויג און עס האט אריין געמישט מיט נוח אין די תיבה און המן מיט בראשית און עוג מלך הבשן אויפן תיבה פארדעם האט אסתר געדארפט דערמאנען עוג. אויב איינער קען די ווארט זאל עס ביטע אריינקומען קלאר
פראפעסאר איינשטיין: די תורה ווייס איך נישט. אבער וויאזוי מ'מאכט אן אטאמישע באמבע קען איך דיר יא זאגן. אויב דו ביסט אינטרעסירט...!
פאריאר האט ר' יוסף חיים ראטנשטרייך געזאגט א גוט ווארט אויפן 'משנכנס אדר מרבין בשמחה'
והנה, ווען מען שרייבט ארויס דעם ווארט 'אדר' במלוי, קומט עס אויס אזוי
אל''ף דל''ד רי''ש
יעצט די מיטלסטע אותיות דערפון איז א ל' ל' י'
וואס באטרעפט 70 כמספר 'יין'
דאס איז פשט
משנכנס אדר- ווען מען גייט אריין אין די מיטן פון די ווארט 'אדר' קען מען טרעפן די סוד וויאזוי צו זיין א 'מרבים בשמחה'...
עצי שיטים: ייש"כ. דאס איז זייער א גוט ווארט. נאכדעים איז דא אן אנדער (פורים) תורה... ערגעץ איז דא א מאמר חז"ל...נכנס יין , יצא סוד...יי"ן איז בגימטריא 70. סו"ד איז אויך בגימטריא 70... נכנס יין. דו לייגסט אריין דאס ווארט יי"ן יצא סו"ד קומט ארויס סו"ד. ביידע ווערטער זענען בגימריא 70...לחיים. לאמיר טרונקען געזונטערהייט. עד דלא ידע...!
berlbalagulehעצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
בליל הסדר מאכט מען א זכר פארן קרבן פסח און קרבן חגיגה און פינעם מרור'דיגען גלות, איי פארוואס מאכט מען נישט קיין זכר פונעם ׳וְאַחֲרֵי כֵן יֵצְאוּ בִּרְכֻשׁ גָּדוֹל׳? פארדעם קימט הילל און גענימען דעם קורח/כורך אלס א זכר פינעם רייכקייט פון קורח און עסט עז אויף אינגאנצאן וויל פינעם גאנצן רכוש גדול איז גארנישט נישט מעהר געבליבלן, מען האט אלס שוין אופגעגעסן.
Re: פורים תורות
קבצו זקניםberlbalagulehעצי שיטים: איך האב א האלבע פורים תורה. ווי קומט קורח /כורך אריין אין די הגדה? דערווייל האביך נאכנישט קיין תירוץ. ווער ס'האט א תירוץ ווערט געבעטן זיך אנרופן. (ס'מעג זיין א גימטריא אויך)...!
בליל הסדר מאכט מען א זכר פארן קרבן פסח און קרבן חגיגה און פינעם מרור'דיגען גלות, איי פארוואס מאכט מען נישט קיין זכר פונעם ׳וְאַחֲרֵי כֵן יֵצְאוּ בִּרְכֻשׁ גָּדוֹל׳? פארדעם קימט הילל און גענימען דעם קורח/כורך אלס א זכר פינעם רייכקייט פון קורח און עסט עז אויף אינגאנצאן וויל פינעם גאנצן רכוש גדול איז גארנישט נישט מעהר געבליבלן, מען האט אלס שוין אופגעגעסן.
ואיבעית אימא, אז נאכן מקיים זיין די מצוה פון לחם עוני איז מקויים געווארן דעם ואחרי כן יצאו רכוש גדול
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
כלומר מען האט אויסגעגעבן דעם רכוש גדול פאר טייערע מצות און געווארן א עני...
פארוואס הייבט זיך די מגילה אהן מיט א גוי?
ווייל מיט א איד הייבט מען זיך נישט אהן
עצי שטיםפארוואס הייבט זיך די מגילה אהן מיט א גוי?
ווייל מיט א איד הייבט מען זיך נישט אהן
בנוסח אחר: פארוואס הייבט זיך די מגילה אן ויהי בימי אחשורוש און נישט ויהי בימי אסתר?
נאר מיט א פרוי הייבט מען זיך נישט אן.
פארוואס הייסט די מגילה "מגילת אסתר"?
ווייל נאר א פרוי קען מאכן א מגילה פון יעדע קליינע זאך.
נישט געוואוסט אז די מגילה איז א קליינע זאך...
שמעקעדיגנישט געוואוסט אז די מגילה איז א קליינע זאך...
י"א שיטין איז געווענליך א קליינע סייז....
עס שטייט אין די מגילה, 'ונחתום בטבעת המלך אין להשיב'
שטעלט זיך די קשיא, וויאזוי פיט אריין די בעקער (נחתום) אין די רינגל פונעם קעניג?
וויאזוי פיט א בעקער (וואס איז געווענליך צו דער פעשליכער זייט) אריין אין אזא קליינע לאך?
עס איז אזא שווערע קשיא אז די מגילה אליין זאגט אויף דעם 'אין להשיב' עס האט נישט קיין גוטע תירץ...
וואלווי: איך מיין אז ערגעץ איז דיר פארלוירן געגאנגען איין שורה. לויט ווי איך ווייס (מפי השמועה.) האט א גט 12 שורות. איך האב נאך (ב"ה) קיינמאל נישט געזעהן אן עכטן גט. אין ריעל לייף. איך האב געלערנט מסכת גיטין אין חדר. אבער אין די גמרא איז נישט דא קיין פיקטשערס...!