berlbalagulehוואלווי: איך מיין אז ערגעץ איז דיר פארלוירן געגאנגען איין שורה. לויט ווי איך ווייס (מפי השמועה.) האט א גט 12 שורות. איך האב נאך (ב"ה) קיינמאל נישט געזעהן אן עכטן גט. אין ריעל לייף. איך האב געלערנט מסכת גיטין אין חדר. אבער אין די גמרא איז נישט דא קיין פיקטשערס...!
גוגל מגילת אסתר י"א שיטין.
_______
די גמ' וואלט בעצם יא געהאט בילדער אין די בעק, נאר אלס אכשר דרא קען מען נישט האבן בילדער פון נשים אין סדר נשים.
וואס זאל מען טוהן, די רוב ש'ס פרינטערס זענען חרדים.
berlbalagulehוואלווי: איך מיין אז ערגעץ איז דיר פארלוירן געגאנגען איין שורה. לויט ווי איך ווייס (מפי השמועה.) האט א גט 12 שורות. איך האב נאך (ב"ה) קיינמאל נישט געזעהן אן עכטן גט. אין ריעל לייף. איך האב געלערנט מסכת גיטין אין חדר. אבער אין די גמרא איז נישט דא קיין פיקטשערס...!
נאך א מזל ס'נישט דא קיין פיקטשערס. ווי אזוי וואלט אויסגעזען די ציור פון מצא בה ערות דבר...?
לויט ווי די משנה רעכענט דארט אויס איינע פון זאכן, מקדיח תבשילו, וואלט מען ווען געגענט מאלן א בילד ווי זי דערלאנגט עם א פארברענטע פעינעצ'ל אדער א אפגעברענטע פארשווארצטע טשולענט וכדומה
וואלוויberlbalagulehוואלווי: איך מיין אז ערגעץ איז דיר פארלוירן געגאנגען איין שורה. לויט ווי איך ווייס (מפי השמועה.) האט א גט 12 שורות. איך האב נאך (ב"ה) קיינמאל נישט געזעהן אן עכטן גט. אין ריעל לייף. איך האב געלערנט מסכת גיטין אין חדר. אבער אין די גמרא איז נישט דא קיין פיקטשערס...!
נאך א מזל ס'נישט דא קיין פיקטשערס. ווי אזוי וואלט אויסגעזען די ציור פון מצא בה ערות דבר...?
😂
ופרשו את השמלה, ס'גייט זיין הייסע נייעס, אזוי ווי ביי א חליצה מאכט מען א גאנצע מצב מענטשן קימען קיקען, לכאורה איז געוועין א מעמד פרישת השמלה, היסטאריקער זאגן אז דער עולם איז אהיימגעגאנגען אנגעווארעמט פונעם מעמד 😉
מ'איז געווען אינטערן רושם ביז אין די גאר שפעטע נאכט שעות...
ופרשו את השמלה וואלט אויסגעזעהן מיט דער זעלבע אינטרעסאנטקייט ווי דער רב וואס באקוקט די גאטשעס. געקוקט געדרייט אהער און אהין, און אויפגעפלאמט, בתולים!!!! און אויב נישט, קעטשאפ!!!!!
היסטאריעופרשו את השמלה וואלט אויסגעזעהן מיט דער זעלבע אינטרעסאנטקייט ווי דער רב וואס באקוקט די גאטשעס. געקוקט געדרייט אהער און אהין, און אויפגעפלאמט, בתולים!!!! און אויב נישט, קעטשאפ!!!!!
אדער ווי מהר"א ציט ארויף די טייץ אויפן האנט צי זעין אויב ס'איז דורכזיכטיג.
אין פרשת שלח שטייט... ויעפילו לעלות ההרה.
פרעגט איין עם הארץ זיין חבר, ווי אזוי פאלט מען ארויף אויף א בארג?
ענטפערט ער, עס איז נאר א דג'אוק
פון ווי ווייסטו? פרעגט ער ווידער.
עס איז בפירוש א רש"י, אויף דער פסוק ויעפילו לעלות ההרה זאגט רש"י לשון חוזק
פאלאצ'ינטא: איך מיין טאקע דארט ביי דעם ענין זאגט רש"י לשון חוזק אונגר"ש בלע"ז...!
berlbalagulehפאלאצ'ינטא: איך מיין טאקע דארט ביי דעם ענין זאגט רש"י לשון חוזק אונגר"ש בלע"ז...!
יא יא איך האב עס יעצט נאךגעקוקט
עס שטייט אין די מגילה, אז אחשורוש האט געהערט די בשורה פון 'איש צר ואויב המן הרע הזה' איז ער ארויסגעגאנגען זיך בארוהיגן,
ווען ער צוריקגעקומען און געזען 'המן נופל על המיטה' האט ער געזאגט 'הגם לכבוש את המלכה עמי בבית'.
שטעלט זיך די קשיא, לכאורה המן איז דאך נאר א יחיד, און כיבוש יחיד לא שמיה כיבוש?
ועוד קשה, עס שטייט אין יורה דעה, אז כדי עפעס זאל ווערן אסור דורך כבוש מוז עס זיין מעת לעת, און דא איז דאך אחשורוש נאר ארויס אויף עטליכע מינוט?
די תירוץ איז, אז וועגן דעם שטייט הגם לכבוש את המלכה 'עמי' בבית, מיטן מלך, וואס אין מלך בלא עם, ממילא איז עס שוין א כיבוש רבים
און מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די צווייטע קשיא, ווייל אז עס איז דא מלך (זאלץ) ווערט כבוש סאך שנעלער (משיתחיל להרתיח, ונקטו הפוסקים שהוא י''ח מינוט)
אויב אזוי האט געקענט זיין א כיבוש אין די צייט.
עס איז דא א סתירה אין די מגילה,
איין פלאץ שטייט 'ותמתו בערה בו' אז די שוויגער פון אחשורוש האט געהייסן, מרס 'בערה בו'
און א צווייטע פסוק שטייט, וחמת המלך 'שככה' אז זי האט גאר געהייסן מרס 'שככה'
די תירוץ איז, אז די מגילה זאגט דאך שוין אז, 'ושתי עשתה 'משתי' נשים', זי איז געווען געמאכט פון צוויי פרויען, אויב אזוי איז דא צוויי שוויגערס...
עצי שטיםגעהערט פון איינעם
עצי שיטים: איך האב געהערט אז אין א שטעטל נישט ווייט פון שיבויגען, אין וויסקאנסין זוכט מען א פורים רב. דער לאנגיעריגער רב זיכרוינע ליבראכעה איז ל"ע ול"ע נפטר געווארן. נאכ'ן זיך איבערעסן מיט די פרישע האלאפטצעס וואס זיין רביצין זיכרונה לבראכעה האט געמאכט לכבוד פורים תשפ"ב...! זי האט אריינגעלייגט א ביסל מער פעפער ווי די פאפא רעסיפי בוק האט פארלאנגט. און דאס האט אויסגעציפט דעם רבינ'ס מאגן...א פרייליכן פורים (קטן)...!
יעדע עיבור געבוירט א קטן,
וואס פארא קטן געבוירט א שנת העיבור?
א פורים קטן....
וועגען דעם ווארט מען דרייסיג טעג ביז מ'פייערט א פורים גדול ווייל ביז דעמאלס איז ער נאכנישט א בר קיימא
וואלווימ'איז געווען אינטערן רושם ביז אין די גאר שפעטע נאכט שעות...
וועלוועל זעץ זיך לערנען וועסטו זעהן אז דאס איז נישט ממש ליטערלי אין דא צופאלט דיין ווירטעל חלום דמיון הרהורים והוא רחום יכפר
רש"י ברענגט..."אמר ר' שמעון בר יוחאי, הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב.. די גמ' זאגט אויך (ערגעץ. איך בין זיכער.)...מנוח עם הארץ היה... שנא' וילך מנוח אחרי אשתו...! אויך שטייט אין מגילת איכה א פסוק...ולא מצאה מנוח לכף רגלה...מ'קען אפשר זאגן עפ"י דרש. אז די אידן קלאגן (אין איכה) אז זיי האבן נישט געטראפן קיין איין גוי וואס איז אן עם הארץ (א מנוח). אלע גויים ווייסן פון די הלכה אז עשיו שונא ליעקב ...!