☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » דע בני אהובי - וויסן זאלסטו מיין ליב קינד

דע בני אהובי - וויסן זאלסטו מיין ליב קינד

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15075

זבולון » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:39 pm

· #491341
דע בני אהובי - וויסן זאלסטו מיין ליב קינד
זיי זאגן אז דו פארמאגסט אין מיין הארץ נישט קיין פלאץ ,
און אז פון מיין טיש ביסטו פארטריבן פאר אייביג,
זיי וועלן דיר דערמאנען וואס דו פראבירסט אייביג באהאלטן,
אז דיין גאנצע קערפער וועט פון בושה ציטערן.
זיי וועלן גוט אוישפילן אויף דיינע אלע טעותים.
דיין נארישקייט, דיין ליבשאפט צו שלעכטס.

זיי וועלן שאקלען מיטן קאפ, עס איז געווען אין דיינע הענט.
און איצט - האסטו מער נישט קיין וועג אויף צוריק.

און דו וועלסט זיך צוהערן צו זיי,
און דו וועלסט גלייבן זיי.

זיי וועלן דיר אויפווייזן אז אויף מיין רחמנות איז דא א גרעניץ.
וואס דו האסט אדורכגעטראטן מיט דיינע פוס.
קיין געשריי, קרעכץ אדער וואס נאר וועט צוריקברענגען מיין פנים צו דיר

זיי וועלן דערציילן וועגן א בת קול וואס שרייט שובו בנים שובבים א חוץ פון דיר,
זיי וועלן דיר עצה זאגן, אז דו ביסט שוין אין נעץ - בלייב דארטן און ענדזשוי לייף

הער זיי נישט!
גלייב זיי נישט!

וויסן זאלסטו מיין ליב קינד, אז פון מיין הארץ ביסטו נישט אויסגעריסן,
פאר מיר ביסטו אייביג - דאס ליב קינד, מיין טשאטקע.
אמת, אז איך האב ליב בארעכטיגקייט,
אבער מער פון דעם האב איך ליב דאס רחמנות.




נישט אז עס איז נישט פארהאן קיין אמת אין זייערע ווערטער,
דו האסט דאך אויף וואס על-חטא צו קלאפן,
זאכן וואס דו האסט געקענט בעסער טוהן,
און דו האסט נישט געהאט די שטאלץ צו חרטה האבן.

פונדעסטוועגן, מיין ליב קינד,
פארשיק פון דיין הארץ יעדע געפיהל פון פחד און שרעק,
פון אונטער יעדע שטעכעדיגע אמת איז באהאלטן דעם ריינעם אמת.


הער זיי נישט!
גלייב זיי נישט!

וויסן זאלסטו מיין ליב קינד, אז פון מיין הארץ ביסטו נישט אויסגעריסן,
פאר מיר ביסטו אייביג - דאס ליב קינד, מיין טשאטקע.
אמת, אז איך האב ליב בארעכטיגקייט,
אבער מער פון דעם האב איך ליב דאס רחמנות.



מקור: דע בני אהובי, פון שולי רנד

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:45 pm

· #491343
איך הער, אבער ווער זאגט?

ברוינשטיין » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:46 pm

· #491344
דאס איז דאך מעכטיג שטארק עס קען צעלאזן א שטיין!

ברוינשטיין » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:48 pm

· #491345
היסטאריע
איך הער, אבער ווער זאגט?

קיינער ווייסט נישט גארנישט אויף זיכער, בסך הכל גלייבט מען,
נו, לאמיר גלייבן פאזיטיוו.

אלע צוזאמען » דינסטאג יאנואר 11, 2022 2:07 pm

· #491350
היסטאריע
איך הער, אבער ווער זאגט?

נאום השם

תרמב » מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:08 am

· #491448
זייער ווארעמע דיבורים!
איך האב נאר א קלאץ קשיא, מיט וואס איז דאס פאעזיע, איך זעה נישט אז ס'זאל גראמען אדער גיין אין א פעטערן, איך בין נישט אזא מבין אין פאעזיע, איך פרעג נאר פון אומוויסנהייט.

ברוינשטיין » מיטוואך יאנואר 12, 2022 9:16 am

· #491452
עס איז א פאעמע, לכאורה גייט א פאעמע יא אריין אין פאעזיע,

תוהו ובוהו » מיטוואך יאנואר 12, 2022 1:46 pm

· #491468
תרמב
זייער ווארעמע דיבורים!
איך האב נאר א קלאץ קשיא, מיט וואס איז דאס פאעזיע, איך זעה נישט אז ס'זאל גראמען אדער גיין אין א פעטערן, איך בין נישט אזא מבין אין פאעזיע, איך פרעג נאר פון אומוויסנהייט.

ס'איז איבערגעטייטשט פון עברית, אין עברית גראמט עס און קלינגט היפש בעסער

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=1esJ4m8F0FE">https://www.youtube.com/watch?v=1esJ4m8F0FE</a>

הם יספרו לך שמליבי נעקרת
ומעל שולחני גליתַ לעד
הם יזכירו לך דברים שהסתרת
עד שכל גופך מבושה ירעד
הם יעמדו היטב על כל טעויותיך
טיפשותך, חיבתך אל הרע
הם ינודו לך זה היה בידיך
ועכשיו אין לך דרך חזרה

ואתה תקשיב להם
ואתה תאמין להם

הם יוכיחו לך לרחמנותי יש גבול
אותו חצית בפחז רגליך
שום צעקה שום אנחה שום תעלול
לא יחזירו את פניי אליך
הם יספרו לך על בת קול שלוחשת
שובו בנים שובבים
כולם חוץ ממך
הם יציעו לך
משנלכדת ברשת
עכשיו פרפר בה להנאתך

אל תקשיב להם
אל תאמין להם

דע בני אהובי
כי מליבי לא נעקרת
לעולם אתה לי
ילד חן בן שעשועים

מדבריהם האמת לא נעדרת
הן יש לך על מה להכות על חטא
דברים שיכולת לבחור אחרת
ולא מצאת את העוז להתחרט
אף על פי כן אהובי הרחק מליבך
כל מחשבת פחד בעתה
מתחת כל אמת דוקרת מסתתרת
האמת לאמיתה

אל תקשיב להם
אל תאמין להם

דע בני אהובי
כי מליבי לא נעקרת
לעולם אתה לי
ילד חן בן שעשועים
נכון שאני אוהב את הצדק
אבל למעלה מזאת
אני אוהב את הרחמים

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 2:36 am

· #491543
הערליך און הארציג!

איז דאס געשריבן ספעציעל לכבוד שובבים?....

מנחם ציון » דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 10:08 am

· #491559
מדבריהם האמת לא נעדרת
הן יש לך על מה להכות על חטא
דברים שיכולת לבחור אחרת
ולא מצאת את העוז להתחרט
אף על פי כן אהובי הרחק מליבך
כל מחשבת פחד בעתה
מתחת כל אמת דוקרת מסתתרת
האמת לאמיתה

best part, love it.

not like others in todays days ignoring everything that might sound "negative" he demands but in the same time heals.
שמאל דוחה וימין מקרבת