☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז

"ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15073

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:46 pm

· #491292
שוין, פלעג איך מיינען אז איך קען יוצא זיין מיט׳ן זאגן איין מאל א יאר, פון היינט און ווייטער וועלן מיר מוזן זאגן יעדן טאג.

וואלווי » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:00 am

· #491294
באלד וועט זיך נאך אנהייבן די רוח אז סוכ"ס נתפשט המנהג בכלל ישראל וכו', אם אינם נביאים בני נביאים וכו', הלא דבר הוא וכו'

מ'קען קיינמאל נישט געווינען מיט דע חברה..

כפתור » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:00 am

· #491295
וואס טוט מען מיט די עקסטערע געלטער וואס מ'האט באקומען דורכאויס אלע יארן וואס מ'האט שוין געזאגט?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:09 am

· #491298
וואלווי
באלד וועט זיך נאך אנהייבן די רוח אז סוכ"ס נתפשט המנהג בכלל ישראל וכו', אם אינם נביאים בני נביאים וכו', הלא דבר הוא וכו'

מ'קען קיינמאל נישט געווינען מיט דע חברה..

ווער זאגט אז מ׳דארף געווינען, ס׳שטערט איינעם אז זיי זאגן? זאלן זיי זאגן און פרעפלען ביז דאס מויל וועט זיי וויי טוהן, I couldn't care less.

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:30 am

· #491302
ווער איז "דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין"?
קיינמאל געהערט פון אים.

וואלווי » דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:28 am

· #491308
רביה''ק זי''ע
וואלווי
באלד וועט זיך נאך אנהייבן די רוח אז סוכ"ס נתפשט המנהג בכלל ישראל וכו', אם אינם נביאים בני נביאים וכו', הלא דבר הוא וכו'

מ'קען קיינמאל נישט געווינען מיט דע חברה..

ווער זאגט אז מ׳דארף געווינען, ס׳שטערט איינעם אז זיי זאגן? זאלן זיי זאגן און פרעפלען ביז דאס מויל וועט זיי וויי טוהן, I couldn't care less.


די פראבלעם מיט ב"ש איז נישט די דרשה אדער די ארטיקל אין די מידיע, און אודאי נישט אז א מענטש זאגט א פרק חומש און פרשת בשלח שמו"ת. ב"ש איז א קאראפשאן פאר סאסייעטי. א מענטש קען נישט לעבן אן סאסייעטי, אבער ס'אויך היבש שווער מיט סאסייעטי, ער לעבט סוף כל סוףַ פון וואס עס ליגט פאר עם, און ער קען נישט זאגען כ'מאך שבת פאר זיך און בלייבן אן איש אמת פאר זיך.

ב"ש איז א מיינדסעט וואס די קרימקייט דערפון וועט אייביג נאכלויפן. סך הכל פון די אלע ב"ש וואס מ'האט אריינגערוקט ביי חסידות, מנהגים, חומרות וכו' האט נאך קיינמאל קיינעם נישט קיין טובה געטוהן. ס'איז א שאד די רייכע ספיריטואלע גייסט פון יודישקייט זאל נעמען שאדן פון ב"ש, ווייל צום סוף קראכט עס אויס און ס'איז מזלזל אין וואס ר'"ר מענדעלע זי"ע האט באמת יא געזאגט.

פארשטייט זיך דאס איז נאר טאמער מ'איז באזארגט פאר די עתיד פון פאלק בעיקבתא דמשיחא. חוץ מזה, בדיל ויעבור ומפטירין כדאתמול...

פערינא » דינסטאג יאנואר 11, 2022 8:35 am

· #491312
א סגולה פאר גוטע קינדער אויך, אז מ'האט שוין געזאגט ליגענט פאר די מוסדות קען מען עס כשר'ן מיט פרשת המן.
📎 IMG-20220111-WA0015.jpg

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 11, 2022 11:37 am

· #491328
[ציטאט אראפגענומען]


די פירכא דארף נישט זיין שטערקער פון די מקור, אז די מקור איז אויך נאר אזוי געבויעט אויף הינער פיס וואס האלט אינמיטן ווערן גאלע, דארף ער נישט צישטעלן עפעס בעסער.

תפארת » דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:51 pm

· #491369
שמעון וואלף
ווער איז "דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין"?
קיינמאל געהערט פון אים.


ווער ס'טוט אביסל אין יחוס ווייסט פון איהם צו זאגן. אין ארץ ישראל איז ער פון די גרעסטע חוקרי יוחסין.

תפארת » דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:55 pm

· #491370
מילא ווען ער וויל פארענפערן א שמועה פון אן אדם מוסמך פארשטיי איך, אבער סתם צו פארענפערן פאיער רב?

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 11, 2022 7:51 pm

· #491384
עס קען נישט זיין, מיליאן מענטשן גלייבן נישט אויף איינמאל אין קיין שטותים

מחצה''ק » דינסטאג יאנואר 11, 2022 7:57 pm

· #491385
שמעון וואלף
ווער איז "דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין"?
קיינמאל געהערט פון אים.

וקשטיין האט שוין אראפגענימען אסאך בנש''קלעך פון די מאפע

תוהו ובוהו » דינסטאג יאנואר 11, 2022 9:11 pm

· #491393
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
[ציטאט אראפגענומען]
גא''מ.
ליינענדיג דעם ארטיקל בינעך געווען זיכער אז קריינא דאיגרתא איהו הפרוונקא און ער האט עס אליין דורכגעטוהן, צו ער וועט כאטש ברענגן פון איינעם וואס האט דאס דורכגעטוהן און יענער זאגט אז ער האט געזעהן די כתבים וכדו'.

ביזדערווייל זעה איך נאר מער שמועות ווי אינעם עצם סגולה (במאמר וכו', בשם קונטרס כנגן המנגן, אח''כ בדקו ומצאו.. ווער?)

און האט נישט מורא כ'געב נישט קיין דעקל אפילו אויב פאיע רב זאל עס יא האבן געזאגט, אבער אפפרעגן א שמועה קען מען נאר מיט באווייזן, נישט מיט די זעלבע סארט הוכחות ווי די סגולות זעלבסט, וכנפסק בשו''ע אין משיבין ב''ש בב''ש.

מאנטריאל » דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:40 pm

· #491402
איז עס טאקע נאר דרייסיג יאר די מנהג? ווייל מיין באבע ע"ה פלעגט נאך רופן אלע אירע קינדער נישט צו פארגעסן פרשת המן.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:45 pm

· #491403
קהל'ס נער
[ציטאט אראפגענומען]


די פירכא דארף נישט זיין שטערקער פון די מקור, אז די מקור איז אויך נאר אזוי געבויעט אויף הינער פיס וואס האלט אינמיטן ווערן גאלע, דארף ער נישט צישטעלן עפעס בעסער.

קהל'ס נער: אבער די עיקר טענה איז אז מ'בויעט אויף די אזוי-גרופענע רעפיוטעישן פון דעם בעל המימרא. אן דעם וואס ער זאלל ברענגען א ראיה צו זיין סטעיטמענט...!

מונטסורי » מיטוואך יאנואר 12, 2022 8:20 am

· #491436
אויב עס איז א פארשפרייטע סגולה שוין פאר דרייסיג יאר קען דאך נישט זיין עס קומט פון כתבים וואס מ׳האט געטראפען הערשט לאחר פטירתו פון פאיע רב ז״ל

עסקן בדברים » מיטוואך יאנואר 12, 2022 8:39 am

· #491439
מונטסורי
אויב עס איז א פארשפרייטע סגולה שוין פאר דרייסיג יאר קען דאך נישט זיין עס קומט פון כתבים וואס מ׳האט געטראפען הערשט לאחר פטירתו פון פאיע רב ז״ל

ער זאגט ר' שלמה יהודה, לכאורה איז דאס די באגאדער רב, די זיידע פון די פריערדיגע פאיע רב ר' משה דוב. אפשר האט עס דער פאיער רב ר' משה דוב מפרסם געווען נאכ'ן זעהן (און זיך טועה זיין אין) זיין זיידע'ס כתבים.
ווער עס וויל קען קאנטעקטן הרב וועקשטיין צו מברר זיין זיינע ווערטער. זיין אימעיל איז <!-- e --><a href="mailto:076v5v104905@gmail.com">076v5v104905@gmail.com</a><!-- e -->. (גענומען פון <a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=8104&start=250">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=250</a> )

שמן למאור » מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:39 pm

· #491704
ר' שמעלקע איז אויפגעשטאנען דינסטאג בשלח אינדערפרי, ער גייט אריין און ביה''מ, די זייגער קלאפט שוין 11:15, ער גייט אריין גראד און קאווע שטיבל, אבער אויפן וועג טרעפט ער פייוול, 'פייוול' הע.. ס'אלעס שטיתים, אויסגעטראכעטע זאכן...די גייסט זאגן פרשת המן? ס'האט נישט קיין שום מקור, עפעס פון פייע רב, אבי גערעדט,

ער גייט אריין אין קאווע שטיב, דארט איז שוין דא א גרויסע קופקע, מען רעדט אהער אין אהין, יא מקור נישט מקור, שמעלקע קומט אריין קלאר מיט קראנטע סחורה, סתם א אויסטרעף און גאנץ כלל ישראל האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם ווי נאר'אנים, ר' מענדעלע מרומונוב פלעגט זאגן פערציג יאר תורה אויף פרשת המן, און איינמאל האט מען עס איבערדערציילט אויף ג' בשלח, און פון דארט נעמט זיך די טעות

שמעלקעלע לויפט אין מקוה, כאפט די חצות מנין, און שפאצירט אריין אין די גרויס ביה''מ, ער גייט צו צי יעדער איינער וואס זאגט פרשת המן, 'זאג נאר, נאר היינט זאגסטו? אדער יעדן טאג? הא? די סגולה איז צו זאגן יעדן טאג! ס'האט גארנישט צעטון מיט היינט, די גאנצע זאך האט גאר א שוואכע וואקלדיגע מקור!

שמעלקע לויפט און כולל, זיין חברותא ווארט שוין אויף אים, 'ווייסט'? זאגט שמעלקע, מען קען איינרעדן כלל ישראל וואס מען וויל, און די עולם לאזט זיך נאר'ן, אז מען וועט מארגן אנטפלעקן אין צפת די קבר פונעם 'ההוא גברא' און דערנעבן די 'ההוא איתתא' וועט מען אויך לויפן מיט ר' מיילעך בידערמאן מאכן דארט א גאנצע טאראראם, איך ווייס נישט וואס איז געווארן מיטן 'עם חכם ונבון'

שמעלקע גייט אהיים כאפט א דרימל, ער גיבט זיך א כאפ אויף פופצן מינוט פארן זמן ר''ת, אוי!! מען קען נאך זאגן פרשת המן?!?!?! ער שפרינגט אויף, כאפט זיין הוט און רעקל און שלעפט ארויס פון ספרים שאנק דעם שנים מקרא, און הייבט שנעל אהן זאגן מיטן טראפ, 'ויאמר ה' אל משה הנני ממטיר לכם לחם מן השמים'...

אזא פנים האבן מיר, אונז האבן אלע ליב צו גלייבן, צום סוף גלייבט מען, יא אמת נישט אמת, יא מקור נישט מקור, פון אזא טייג זענען אונז געקנויטן

קרעדיד: אברהם מרדכי מלאך

געדאנקן » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 12:04 am

· #494012
מחצה''ק
שמעון וואלף
ווער איז "דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין"?
קיינמאל געהערט פון אים.

וקשטיין האט שוין אראפגענימען אסאך בנש''קלעך פון די מאפע

וויאזוי?

לאכעדיג » דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:05 pm

· #546118
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
אויב האט מען פארגעסן צו זאגן פרשת המן היינט .
קען מען זאגן מארגן און יוצא זיין מיטן אויסרייד פון ספיקא דיומא?

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:18 am

· #546145
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
לויט רוב פוסקים נישט ממש, ס'איז אזוי ווי שיקן משלוח מנות שושן פורים.

א נייגעריגע קאטשקע » מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:26 am

· #546148
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
וקשטיין פארשטייט צו פאיע רב ווי איך פארשטייט צו אן איזרעלי באבא!!!
פאיע רב'ס קינדער אין אייניקלך זאגן עס נאך בשמו אז זיי האבן כמה פעמים געהערט אז ג' בשלח איז א יום סגולה
סאיז וואר אז מען דארף זעהן זיין מחברת העט מען קלוגער ווערן

Salford » מיטוואך יאנואר 24, 2024 2:48 pm

· #546257
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
שמעקעדיג #
לויט רוב פוסקים נישט ממש, ס'איז אזוי ווי שיקן משלוח מנות שושן פורים.
יש נוהגים כך

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:26 pm

· #546282
Re:
כפתור #
וואס טוט מען מיט די עקסטערע געלטער וואס מ'האט באקומען דורכאויס אלע יארן וואס מ'האט שוין געזאגט?
איך האב געזאגט פ' המן אום ג' בשלח פאריאר. איך האב (כמעט) געווינען דעם "פאוערבאלל" גרויסן געווינס. אזוי האביך געמיינט. נאר די נאמבערס זענען אריינגעקומען שלא כסדרן...!

חב''ד הויזן » מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:16 pm

· #546296
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
ר' שמעון שפיצער האט גערעדט נעכטן און ארויסגעברענגט אז די משוגעת פון ג' בשלח איז גאר א עוולה, ווייל די סגולה איז בפירוש אויב מ'זאגט פרשת המן בכל יום דהיינו אז מ'חזרט זיך איין אז פרנסה שיקט די באשעפער פונקט ווי די מן. אבער יעצט מיינען רוב מענטשן אז דאס איז עפעס א לחש וואס מ'זאגט איינמאל א יאר. טראכט וויפיל אידן וואלטן געזאגט פרשת המן טעגליך ווען נישט פרשת המן גייט סינאנים מיט ג' בשלח...

ארכיטקט » מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:19 pm

· #546333
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
חב''ד הויזן #
ר' שמעון שפיצער האט גערעדט נעכטן און ארויסגעברענגט אז די משוגעת פון ג' בשלח איז גאר א עוולה, ווייל די סגולה איז בפירוש אויב מ'זאגט פרשת המן בכל יום דהיינו אז מ'חזרט זיך איין אז פרנסה שיקט די באשעפער פונקט ווי די מן. אבער יעצט מיינען רוב מענטשן אז דאס איז עפעס א לחש וואס מ'זאגט איינמאל א יאר. טראכט וויפיל אידן וואלטן געזאגט פרשת המן טעגליך ווען נישט פרשת המן גייט סינאנים מיט ג' בשלח...
ער פירט שוין לאנג א מערכה מיט דעם

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:36 pm

· #546339
למעשה טוט די פרשת המן סגולה סערווירן א גוטע cause, ס'דא אסאך אידן וואס ווילן זיי פרום און ערליך אבער דאך האבן א פלאץ וואו זיי קענען אויסדרוקן זייער אויפגעקלערטקייט און אפיקורסת, וכאן מצאו מקום לגבות חובם.

קליינע צדיק » מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:38 pm

· #546342
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
רוב מענטשן זאגן עס למעשה ביז סוף טאג
איינער נאכן אפפרעגן די מקור און אריינפליקן פיל מיט מענטשן וועגן דעם סוף טאג אין א ווינקל
און איינער מיט א שמייכל ביים אנהייב טאג און האלט אז זיין פרנסה קומט פון דעם

צומישט און צוחישט » מיטוואך יאנואר 24, 2024 7:11 pm

· #546355
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
חב''ד הויזן #
ר' שמעון שפיצער האט גערעדט נעכטן און ארויסגעברענגט אז די משוגעת פון ג' בשלח איז גאר א עוולה, ווייל די סגולה איז בפירוש אויב מ'זאגט פרשת המן בכל יום דהיינו אז מ'חזרט זיך איין אז פרנסה שיקט די באשעפער פונקט ווי די מן. אבער יעצט מיינען רוב מענטשן אז דאס איז עפעס א לחש וואס מ'זאגט איינמאל א יאר. טראכט וויפיל אידן וואלטן געזאגט פרשת המן טעגליך ווען נישט פרשת המן גייט סינאנים מיט ג' בשלח...
ס'איז א אלטע דרשה פון אפאר יאר צוריק.