☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?

וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15053
בלאט: 1 2

petrishke » זונטאג יאנואר 23, 2022 7:33 pm

· #492544
berlbalaguleh
א ברסלב'ער תלמיד וועלכער האט אייביג עליות און ירידות. ער שטארקט זיך אייביג אויף זיינע פרעבלעמען (און יצר הרע). ער הייבט אייביג אן נאכאמאל פון אל"ף. און איז זיך קיינמאל נישט מייאש...!

נאר ער זאלל נישט אויסזעהן ווי ר' חיים. בגן עדן תהא נשמתו...!

כ'האב לעצטענס געהערט אזא אויסדרוק; כ'שפיר מיך ווי א רשע אין גן עדן...

מיין אמת » פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:49 am

· #494744
עצי שטים
זיך שאקלנדיג אזוי פרייטיג צונאכטס ביי מיין רבין'ס טיש, בשעת'ן זיך אריינקאכן אין א פארדווייקעטער כל מקדש, גיט מיר פליצלונג אזא שווים ארויף אין קאפ אזא מחשבה'לע,

יא, איך שטיי דא ווי א ציקוועטשטן חסיד וואס פארשטייט נישט גארנישט ארויס פונעם קעסטל, איינער וואס באטראכט מיר פונעם צווייטן זייט בארענטשע, קלערט ניטאמאל אז איך שרייב אויף אייוועלט, נא אויב אזוי איז אפשר מיין פאר'דבק'טער חברים מימיני ומשמאלי, אויך פון די הויכגעשעצטע קאווע שטיבל שרייבערס?

איך קוק אזוי אראפ אויפן פאדערשטן טיש, דארט זיצט אזא חשובן דיין, אביסל אן אפענער, ער גלעט זיך לייכט זיין לענגליכע רויטע בארד, און קלאפט לייכט זיין האנט צום טאקט פונעם ניגון, און איך טראכט אזוי צו מיר, איז ער נישט אפשר אונזער 'שמעקעדיג'??

פון די אנדערע זייט פארענטשע זעה איך א איד מיט א מיטל סייז שווארצע בארד, ער זינגט אזוי שטיל מיט די ניגון, און איך טראכט אזוי צו מיר, ער איז דאך ממש געאייגנט צו זיין 'רביה''ק זי''ע', נישט אזוי?

ביים עק פונעם אויבן אן זיצט אזוי א חשובן מגי''ש, ער זיצט מיט א קצות, דוקא אינמיטן כל מקדש, ער ציעט בשעת מעשה זיין גרויע בארד, און איך טראכט צו מיר, איז דאס נישט אונזער 'העניך'?

אויבן ביי די בחורים זעה איך אזוי שמועס'ן צוויי בחורים דוקא אינמיטן די ניגון, זיי מאכן זיך נישט צו טון פון די בייזע בליקן וואס די עולם ווארפט אויף זיי, און איך באמערק אזוי ווי איינער איז אזא דארע בחור מיט א שיינע קמץ בארד, אזעליכע שיינע מסודר'דיגע פיאות, און איך גיב א טראכט, אפשר איז ער גאר 'ברוינשטיין'?

איך בעט איבער די איבריגע חבירים וואס איך בין נישט מפרט בפרטיות, באט יו געט די פיקטשער, מיטאמאל זעה איך מיך שטיין אינמיטן א קאווע שטיבל טיש, און ווער ווייסט, אפשר איז די רבי אליין א שריפטשטעלער, אפשר גאר איז די רביצין, אונזער 'בת קול'

איך שטיי אזוי און מיטאמאל זעה איך ווי ס'ווערט שטיל און די עולם קוקט אויף מיר, מען האט פארענדיגט כל מקדש און יעדער באטראכט מיר אזוי, וואס גייט פאר? איך פאנג אן צו ווערן רויט, וואס וויל מען פון מיר? מה חטאתי? און דאן זעה איך ווי די אדמו''ר אליין קוקט מיר אהן, אוי רבש''ע וועגן דעם קוקט מיר יעדער אן, וואס וויל מען פון מיר? האט מען אנטדעקט ווער איך בין?

מיטאמאל שניידט דורך די גבאי'ס קול די שטילקייט ווי א מעסער: ''עצי שטים איז מכובד מיט מנוחה ושמחה''

עצי שטים@wow!
בלאט: 1 2