ר' יואלי ראטה רעדט צו די חדר קינדער וועגן קדושה
112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15043
ר' יואלי ראטה רעדט צו די חדר קינדער וועגן קדושה
ער זאגט פאר די קינדער אז מען טאר נישט אנכאפן דארט וואו מען מאכט...
צווישן אנדערע זאגט ער צי פאר די קינדער, אז אויב מען כאפט נישט אן דארט, ווען מען ווערט עלטער און מען האט חתונה, וועט מען באקומען א שיינע קאר!
הערט און האט הנאה
<a class="postlink" href="https://breslevcenter.com/video-galleries/%D7%A9%D7%99%D7%A2%D7%95%D7%A8%D7%99%D7%9D">https://breslevcenter.com/video-galleri ... 7%99%D7%9D</a>
איך האב נישט אויסגעהערט די דרשה און איך וועל נישט מגיב זיין איבער באקומען א שיינע קאר. נאר לגבי עניני קדושה בין איך מיט אים, אז מ'דארף רעדן צו קינדער קלאר, זיי זאלן פארשטיין אומצוויידייטוג.
קוקטס נאר נאך אין שערי יצחק וויאזוי מ'פלעגט רעדן צו קינדער
אמת אז ס'איז וויכטיג צולערנען מיט די קינדער איבער די נושא. אבער... וואס ער טוט איז א צווייטע זאך אינגאנצן. ער לערנט מיט זיי עפעס וואס שטייט בכלל נישט אין די תורה, חז"ל, און ער מאכט דאס נאך פאר די “יסוד” - די עיקר אין אידישקייט... און ער האט נאך א עצה פאר די קרומע וועג - נעמען קינדער און זיי חתונה מאכן יונגערהייט...
אנשטאט זיי זאגן דעם אמת! רוב אידן אינדעהיים האבן קיין פראבלעם געהאט מיט די זאכן... דרייט א קאפ! ווען א רומעניער איד איז געקומען צום אהבת ישראל, און געזאגט “רבי, איך גיי ארויס מיט א מיידל” האט ער זיך געפרייט און געפרעגט “האלט איר קדושה וטהרה?” און “ווען גייט זיין די חתונה?”
אין מיין תורה שטייט אז מ'טאר גארנישט צולייגן צו די תורה. דאס איז א גרעסערע עבירה ווי פוגם זיין (וואס איז בכלל נישט קיין עבירה).
זאל ער זאגן דעם אמת! מ'מעג ארויסגיין מיט מיידלעך, סאיז נישטא קיין שום עבירה אין דעם. אויפגעמאכטע מעשיות. נאכגעמאכט די קריסטן...
דרייט א קאפ! מאכט חתונה קליינע קינדער, ווייל ער האט פארדרייט די תורה! זאל ער זאגן פאר די בחורים אז זיי זאלן טוהן וואס אידן האבן געטוהן אין אלע דורת און וואס רוב אידן טוהן היינט! און נישט פייניגן די מענטשהייט!
כ'האב א פראגע, און קען זיין ס'קומט אין א צווייטע אשכול.
אויב מ'האט חתונה ביי 18 און די הארמאנען קומען שוין ביי ערב 13, מה יעשה הבן ולא יחטא?
וואס ווילסטו פונעם בחור? ער האט דאך ניט קיין ברירה אנדערש, און נאכדעם שפירט מען זיך שולדיג... זיי זענען דאך אונסים ביז זיי האבן א כלי מקבל?
איה"נ, פרעגסט דאך זייער גוט. חז"ל זאגן דאך “אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו”.
די תורה איז ליידער היפש פארדרייט געווארן מיט די יאהרן. פון צענדליגער פלגשים ביז פוגם זיין אין די ברית, און נישט האבן בכלל קיין שייכות מיט די אנדערע סעקס איז א היפשע קאצן-שפרונג...
לויט די תורה מעג יעדער זכר האבן 1000 ווייבער ווילאנג זיי גייען מקוה.
“קדושת היסוד” און “קדושת הברית” איז א נייע דערהער אין אידשקייט! א זאך וואס אידן האבן בכלל נישט געהאלטן פאר קיין עבירה פאר טויזענטער יאהרן!!!
ווען ר' יואלי ראטה און די היינטיגע רבנים זאלן זיך האלטן צו די ריינע מסורה און זאגן דעם אמת, וואלט קיין פראבלעם געוועהן...
@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין נדה י"ג עמוד א.
petrishkeכ'האב א פראגע, און קען זיין ס'קומט אין א צווייטע אשכול.
אויב מ'האט חתונה ביי 18 און די הארמאנען קומען שוין ביי ערב 13, מה יעשה הבן ולא יחטא?
וואס ווילסטו פונעם בחור? ער האט דאך ניט קיין ברירה אנדערש, און נאכדעם שפירט מען זיך שולדיג... זיי זענען דאך אונסים ביז זיי האבן א כלי מקבל?
דער בחור שפירט זיך שולדיג ווייל מען מאַכט אים פילן שולדיג.
מאך אים נישט פילן שולדיג און מאך אים נישט חתנה ביי די 13!
ים רויבער@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין נדה י"ג עמוד א.
טוה מיר א טובה! א מאמר חז"ל פון רבי יוחנן. מ'האט נישט גע'פסק'נט אזוי! סאיז דא מאמרי חז"ל אויף כעס, צדקה, גאווה. לשון הרע. ביטול תורה, תורה שלא לשמה וכו' וכו'.
די עיקר איסור אויף פגם הברית האט זיך אנגעהויבן אין די 1200 יאהרן. קיינער פאר דעם האט עס נישט אנגענומען. אפילו נאכן צאמשטעלן די זוהר האט מען פאר הונדערטער יאהרן דאס נישט אנגענומען ביי רובא דרובא אידישע קרייזן.
צווייטענס, דער סטייפלער פסק'נט אז דאס וואס רבי יוחנן זאגט אויף שכבת זרע רעדט זיך דוקא פון איינער וואס האט א ווייב/ווייבער און נאכאלץ איז ער פוגם. נישט איינער וואס האט נישט קיין ווייב. פונקט ווי די מעשה פון ער ואונן.
דריטענס, בחורים ארויסגיין מיט מיידלעך איז נישט קיין שום עבירה, אפילו לויט די הארבסטע שיטות, אפילו לויט רבי יוחנן. פארוואס זאגט ער דעס נישט פאר די בחורים? ער טשערי פיקט וועלכע פסקים פון די תורה ס'געפעלט אים יא, און וועלכע נישט???
הער איך...
איך האב אלץ געמיינט אז ר' נחמן לויפט אהין און צוריק דארט אויבן שלעפנדיג פיאות פון די טיפסטע פייערן.
אלזא לויט דיין חשבון (וועלכע גיבט מיר גייסטישע פארגעניגן) וואס איז ר' נחמן'ס אויפגאבע?
ווילסט מיך זאגן אז ער גייט ליידיג?
.
רבי נחמן איז פארנומען ארויסשלעפן מענטשן פון שאול תחתית וואס האבן עובר געוועהן אויף “בל תוסיף”, ווי די מוהרא”ש און ר' יואלי ראטה וואס האבן פארדרייט די תורה. אדער אידן וואס האבן געמאכט מחלוקת פאר כבוד און געלט ווי די היינטיגע רבנים.
די שיינע מזרח-אידן אויף די וועלט זענען מערב אידן אויף יענע וועלט, די פשוטע מערב אידן אויף די וועלט זענען די שיינע מזרח אידן אויף יענע וועלט, האט דנר אהבת ישראל געזאגט. ער פלעגט זאגן אויף פשוטע אידן וואס האבן קוים געקענט עברי “אין זייער זכות שטייט די וועלט!”
זייער שיין, אבער לויט דיך ווער איז יא אויף גוטע רעלסן?
אגב, דער זעלביקער אהבת ישראל וואס דו ציטירסט פון אים, וועט זיך לכאורה שטארק דינגען מיט דיר.
בקיצור איך האף זייער אז דו זאגסט ריכטיג, אויב דו קאנסט דיך אביסל מער ארויס ברענגען ווי די גרעניצן פון צדיקים לויפן, וואלט איך דאנקבאר געוועזן, אדער צייג אן א אשכול ווי דאס ווערט אויסגעשמועסט.
ייש"כ.
נמחק!
העי, ביז ראַבּעינו.
שבת אחיםים רויבער@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין נדה י"ג עמוד א.
טוה מיר א טובה! א מאמר חז"ל פון רבי יוחנן. מ'האט נישט גע'פסק'נט אזוי!
איים סארי, אבער די הלכה ווערט בפירוש גע'פסק'נט אין שו''ע, נישט 'בלויז' א מימרא אין גמרא,
און איך בין אויך נייגעריג דיין מקור, אז פאר 'הונדערטער' יארן האט מען דאס נישט אנגענומען,
פעטרישקע.....
petrishkeנמחק
אז ר 'יואל ראטה ליינט דעם תגובה וואלט ער זיך געריסן קריעה!
אגב, הער איך לעצטענס שמאלציגע גאסאפ אויף (ר') יואל ראטא (שליט"א)
קום אריין קלארער...
די שיינע מרח-אידן אויף די וועלט זענען מערב אידן אויף יענע וועלט, די פשוטע מערב אידן אויף די וועלט זענען די שיינע מזרח אידן אויף יענע וועלט
אויף דער עולם האמת, ווער דארף זיצען אויפן מזרח?
Re: ר' יואלי ראטה רעדט צו די חדר קינדער וועגן קדושה
מ'קען נישט דא באשמוצן מענטשן!
כ'וועל דיר מוזן אויסשפארן אויב די טוסט דאס נאכאמאל.
מנהל
אין אפטרופות לעריות, און ווער ס'רעדט נאר דערפון, ווערט נאס
וכידוע איז דאס אליינס א סארט תאווה, פון האלטן אינאיין זאגן פאר בחורים וואס מ'טאר '''נישט''' טון.
ברוינשטייןזייער שיין, אבער לויט דיך ווער איז יא אויף גוטע רעלסן?
אגב, דער זעלביקער אהבת ישראל וואס דו ציטירסט פון אים, וועט זיך לכאורה שטארק דינגען מיט דיר.
בקיצור איך האף זייער אז דו זאגסט ריכטיג, אויב דו קאנסט דיך אביסל מער ארויסברענגען ווי די גרעניצן פון צדיקים לויפן, וואלט איך דאנקבאר געוועזן, אדער צייג אן א אשכול ווי דאס ווערט אויסגעשמועסט.
ייש"כ.
וואס וואלט זיך די אהבת ישראל געדינגען מיט מיר? איך ווארט זייער צו הערן...
פרעגט און שטודירט אייך אליינס נאך. די רומעניער אידן זענען געהעריג ארויס מיט מיידלעך נאך מעהר ווי די היינטיגע ליטווישע און מאדערנע קרייזן. דער אהבת ישראל האט קיינמאל נישט געפרעגט “פארוואס דרייסטו זיך מיט מיידלעך?” ס'איז געוועהן א נארמאלע זאך - פארקערט, ער האט געפרעגט צו זיי האלטן “קדושה וטהרה”
נאך פאר די חתונה. פארשטייט זיך נישט אלע אידן זענען געוועהן אזוי. סאיז געוועהן פרומע אויך. אבער רוב רומעניער פרומע אידן זענען ארויס מיט מיידלעך פאר די חתונה פונקט ווי די גאנצע וועלט טוט היינט.
דער אהבת ישראל רעדט טאקע אסאך פון קדושה אין זיינע תורות, אבער נישט אז בחורים זאלן נישט דעיטן מיידלעך. דאס איז געוועהן נארמאל!
שבת אחיםים רויבער@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין נדה י"ג עמוד א.
טוה מיר א טובה! א מאמר חז"ל פון רבי יוחנן. מ'האט נישט גע'פסק'נט אזוי!
@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין אבן העזר סימן כ"ג.
@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה
ברוינשטיין@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה
קוק איבער מיינע תגובות נאכמאל.
מיין עיקר טענה איז אז מ'האט איינגעפירט א נייע מנהג - פון גענצליך אפטיילן די סעקסעס - נישט נאר יואלי ראטה נאר וויזניץ אליינס און אלע אנדערע חסידות אויך.
א זאך וואס מ'האט נישט געטוהן אינדעהיים און פאר דורי דורות ביי אידן. און נישט גענוג מ'טוט דאס. האקט מען זיי אין קאפ אז זרע לבטלה איז די גרעסטע עבירה, בשעת די תורה דערמאנט עס בכלל נישט, און אין חז”ל אויך ממש גארנישט, חוץ די מימרא פון רבי יוחנן אין נדה.
דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?
און לאמיר זאגן ביסט גערעכט שכבת זרע איז א עבירה. פארוואס זאגט נישט יואלי ראטה פאר די בחורים, רבותי ס'איז א מורא'דיגע עבירה - זרע לבטלה. אלזא גייטס היינט נאכט ביי מתמידים אויפזוכן א שידוך...
ער זאגט זיי ליגענט, און בויעט א גאנצע בנין דערויף - טוה מיר א טובה!
די אמת'דיגע סיבה לדעתי פארוואס זיי אלע מאכן חתונה יונג די קינדער - איז נאר ווייל זיי ווייסן אז אזוי איז יעדער איינגעשפארט אין די סיסטעם. יונגערהייט נאך פאר יענער האט א טשאנס צו פארגליטשן נארן זיי אריין צוויי קליינע קינדער חתונה האבן, און נאך דריי יאהר איז דא פיר קינדערלעך קע”ה און זענען אויטאמאטיש סטאק אין די סיסטעם. וואו גייט ער יעצט לויפן???
דאס איז די סיבה! זאל ער זאגן דעם אמת - דאס שטייט אויך אין די תורה!
.
איך וואלט נישט געווען שאקירט
איך פארגין עס נישט פאר זיינע שונאים
ברוינשטייןאגב, הער איך לעצטענס שמאלציגע גאסאפ אויף (ר') יואל ראטא (שליט"א)
אז דו האסט וואס צו דערציילן ביטע שרייב. סתם א סטעיטמענט אז ס'דא גאסיפ און אנרייצן דעם עולם איז רשעות.
שבת אחים
פרעגט און שטודירט אייך אליינס נאך. די רומעניער אידן זענען געהעריג ארויס מיט מיידלעך נאך מעהר ווי די היינטיגע ליטווישע און מאדערנע קרייזן. די אהבת ישראל האט קיינמאל נישט געפרעגט “פארוואס דרייסטו זיך מיט מיידלעך?” ס'איז געוועהן א נארמאלע זאך - פארקערט ער האט געפרעגט צו זיי האלטן “קדושה וטהרה” נאך פאר די חתונה. פארשטייט זיך נישט אלע אידן זענען געוועהן אזוי. סאיז געוועהן פרומע אויך. אבער רוב רומעניער פרומע אידן זענען ארויס מיט מיידלעך פאר די חתונה פונקט ווי די גאנצע וועלט טוט היינט.
די אהבת ישראל רעדט טאקע אסאך פון קדושה אין זיינע תורות, אבער נישט אז בחורים זאלן נישט דעיטן מיידלעך. דאס איז געוועהן נארמאל!
זיינע קינדער האט ער געהייסן גיין דעיטן מיידלעך?
ווארטס נאר, עס וועט נאך פון דער יואלי ראטה סקול אויסוואקסן איין טאג א שבתי צבי ושרה.
שבת אחים
א זאך וואס מהאט נישט געטוהן אינדעהיים און פאר דורי דורות ביי אידן. און נישט גענוג מ׳טוט דאס. האקט מען זיי אין קאפ אז זרע לבטלה איז די גרעסטע עבירה, בשעת די תורה דערמאנט עס בכלל נישט, און אין חז”ל אויך ממש גארנישט, חוץ די ממרא פון רבי יוחנן אין נדה.
אבן העזר סימן כ"ג סעיף א':
ועון זה חמור מכל עבירות שבתורהאון יא, מיר אידען מאמינים בתורת משה גלייבן אין תורה שבעל פה.
ברוינשטיין@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה
עקזעקטלי.
מען רעדט דא פון עניני קדושה, און הקדוש וטהור שבת אחים רעדט פון אן אנדערן ענין לגמרי, פון ארויסגיין מיט מיידלעך.
שבת'ל, ביטע האלד יור הארסעס! מיר זענען א פאלק מיט מסורה מיט הונדערטער צדיקים קדושים וטהורים במשך די יארן, צדיקים בעלי מופתים, בעלי מסירות נפש ובעלי רוח הקודש, אלע פון זיי האבן זיך אכטונג געגעבן און געריסן שטיקער פון זיך, אינטערסאנט ווי פלוצלינג שטייען אויף היינט פוסטע יונגען וואס זענען קלוגער פון זיי אלע און זיי ווייסן בעסער.
איך ווייס נישט וועגן דעם אהבת ישראל, אבער נניח אפילו אז דו ביסט גערעכט, דארפסטו וויסן אז נישט דארט הייבט זיך אן און ענדיגט זיך די תורה!
כאטש א מענטש אדער א בחור פאלט צומאל אדורך אין וואס מען דארף נישט, איז נישט דער מהלך אוועקצומאכן אלעס וואס מיר האבן מקובל אין אן א שיעור מקומות, פון גמרא, שו"ע, רמב"ם, ספרי חסידות ומוסר נאר ווייל איינער וויל נישט פילן גילטי!... טו תשובה און פארטיג.
שבת אחים
דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?
דער אייבערשטער האט אויך כביכול (ח"ו) פארגעסן צו שרייבן אין די תורה ווי אזוי מען מאכט א ברית מילה, עס שטייט סך הכל אז מען דארף מל'ן די "ערלה" עס שטייט נישט וואס דאס איז, אפשר קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס אונז מאכן א ברית מילה באבר המין?
לפי שיטת שבת אחים איז א תירוץ
און לפי ווער ס'פרעגט אפ שבת אחים, וואס ענטפערט איר אויף מיין פראגע?
מ'האט חתונה ביי 18 און די הארמאנען קומען שוין ביי 13, מה יעשה הבן ולא יחטא?
וואס ווילסטו פונעם בחור? ער האט דאך ניט קיין ברירה, און ער שפירט זיך שולדיג...
שטעל דיך פאר ס'איז א עבירה צו קראצן די קאפ ווען ס'קיצעלט???
עס איז נישט דא קיין פשוט'ע תירוץ אויף דעם אויסער עבודת המדות, דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט באריכות אין מאחורי. ודי בזה.
אגב הלכות שחיטה און טריפות ווערט נישט בכלל דערמאנט אין תורה, די מערסטע וואס שטייט איז אז די בהמה דארף זיין טויט פארן עסן (אבר מן החי).
סתם פארדרייטע יודישקייט און א וועג פאר די רע-בנים צו האבען א מאני מעקינג ביזנעס.
תורה האט אויך פארגעסן צו שרייבן אז מ'זאל נעמען אן אתרוג סוכות
שמעקעדיגעס איז נישט דא קיין פשוט'ע תירוץ אויף דעם אויסער עבודת המדות, דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט באריכות אין מאחורי. ודי בזה.
לא די בזה, ווייל ס'איז א פאקט אז יעדער בחור ספעציעל היינטיגע צייטן, פאלט איבער דעם ניסיון זייער אפט, אנגעהויבן פון דרייצן ביז אכצן - פינעף יאר - צו זאגן אז ער איז א מזיד נאכאנאנד?
וואס איז די פשט אויף עפעס וואס איז נישטא קיין אויסוועג?
ס'בלויז דא איין תירוץ, אז ס'מיינט בכלל נישט איינער וואס איז נישט מעגליך צו זיין חתונה געהאט - פאר סיי וועלכע סיבה.
שמעקעדיגברוינשטיין@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה
עקזעקטלי.
מען רעדט דא פון עניני קדושה, און הקדוש וטהור שבת אחים רעדט פון אן אנדערן ענין לגמרי, פון ארויסגיין מיט מיידלעך.
שבת'ל, ביטע האלד יור הארסעס! מיר זענען א פאלק מיט מסורה מיט הונדערטער צדיקים קדושים וטהורים במשך די יארן, צדיקים בעלי מופתים, בעלי מסירות נפש ובעלי רוח הקודש, אלע פון זיי האבן זיך אכטונג געגעבן און געריסן שטיקער פון זיך, אינטערסאנט ווי פלוצלינג שטייען אויף היינט פוסטע יונגען וואס זענען קלוגער פון זיי אלע און זיי ווייסן בעסער.
איך ווייס נישט וועגן דעם אהבת ישראל, אבער נניח אפילו אז דו ביסט גערעכט, דארפסטו וויסן אז נישט דארט הייבט זיך אן און ענדיגט זיך די תורה!
כאטש א מענטש אדער א בחור פאלט צומאל אדורך אין וואס מען דארף נישט, איז נישט דער מהלך אוועקצומאכן אלעס וואס מיר האבן מקובל אין אן א שיעור מקומות, פון גמרא, שו"ע, רמב"ם, ספרי חסידות ומוסר נאר ווייל איינער וויל נישט פילן גילטי!... טו תשובה און פארטיג.
האלד מיי הארסעס?
מיר זענען א פאלק פון מסורה? נא? זיי האבן געטוישט די מסורה און שרייען אז דאס איז די יסוד. חסידישע אידן אין רומעניע, טשעכיי, אוקריינא, אונגארן, רוסלאנד זענען ארויס מיט מיידלעך נישט ווי היינט.
זיי האבן פארדרייט די מסורה. נישט איך!
ענק זענען שוין אזוי פארדרייט. אז ענק האבן ניטאמאל קיין אהנונג וואס די אמתע תורה איז... און ווען איינער זאגט דעם ריינעם אמת ווי איך שרייט מען אויף מיר...
דיין מאמע האלד יור הורסעס!
יואלי ראטה זאל האלטן זיינע הורסעס ער קען נישט קיין הלכה, קיין אידישע היסטאריע, רעדט ווי א בהמה גסה, פארדרייט בחורים א קאפ.
שמעקעדיגברוינשטיין@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה
שבת'ל, ביטע האלד יור הארסעס! מיר זענען א פאלק מיט מסורה מיט הונדערטער צדיקים קדושים וטהורים במשך די יארן, צדיקים בעלי מופתים, בעלי מסירות נפש ובעלי רוח הקודש, אלע פון זיי האבן זיך אכטונג געגעבן און געריסן שטיקער פון זיך, אינטערסאנט ווי פלוצלינג שטייען אויף היינט פוסטע יונגען וואס זענען קלוגער פון זיי אלע און זיי ווייסן בעסער.
כאטש א מענטש אדער א בחור פאלט צומאל אדורך אין וואס מען דארף נישט, איז נישט דער מהלך אוועקצומאכן אלעס וואס מיר האבן מקובל אין אן א שיעור מקומות, פון גמרא, שו"ע, רמב"ם, ספרי חסידות ומוסר נאר ווייל איינער וויל נישט פילן גילטי!... טו תשובה און פארטיג.
די קריסטן האבן אויך א מסורה און הונדערטער גייסטליכע און גלחים האבן געריסן שטיקער פון זיך און בכלל נישט חתונה געהאט. און די בודהיסטן האבן אויך מסורות פון כל מיני פייניגונגען און מעדיטאציעס. פארוואס אז עמיצער האט ליב זיין גוף, האט ליב אנדערע מענטשנ'ס גופים, האט א געשמאק אין עסן, שלאפן און זיך מהנה זיין באיברו איז ער א פוסטער אינג? פארוואס איז נישט דער וואס טוט אדוואקאטירן אויף דאס פארקערטע אן אינקוויזיטאר, א מענטשן און א לעבן פיינט-האבער און א סעלף רייטשעס בעסטערד?
זאג, די אלע אן א שיעור מקורות פון די פיזישע און ביאלאגישע סייענסעס, פיליזאפיע, סאושעל און סאסייעטל סייענסעס וואס ווייזן אז לויפן אויף ריינע אדרענעלין און קארטיזול קען א מענטשן פירן צו פרוסטרעישן, אנוועהרונג פון אפעקשן און אפילו אגרעסיוונעס און דעפרעסיע; ס'איז איז נישט גוט פאר אים און פאר זיינע ארומיגע. דאס האבן מיר אויך מקבל געווען?
ים רויבערשבת אחים
דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?
דער אייבערשטער האט אויך כביכול (ח"ו) פארגעסן צו שרייבן אין די תורה ווי אזוי מען מאכט א ברית מילה, עס שטייט סך הכל אז מען דארף מל'ן די "ערלה" עס שטייט נישט וואס דאס איז, אפשר קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס אונז מאכן א ברית מילה באבר המין?
דאס איז נישט קיין ראיה. מען האט שוין דעמאלטס געוואוסט בקבלה און אין פראקטיס ווי אזוי מען מאכט עס. אין פאקט, אין די תורה הייסט הייסט אפילו נישט גאט אברהם'ן מאכן א ברית מילה. סך הכול זאגט ער פאר אברהם, איך גלייך וואס דו טוטסט, טוה עס ווייטער, פאר דיינע קינדער און עבדים עד סוף כל הדורות. אבער בנוגע ז"ל מאכט סענס אז די תורה האט דוקא נישט גערעדט פון דעם ווייל דאס איז נאר פאר יחודי סגולה. פאר רוב הציבור שאדט דאס!
ים רויבערשבת אחים
דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?
דער אייבערשטער האט אויך כביכול (ח"ו) פארגעסן צו שרייבן אין די תורה ווי אזוי מען מאכט א ברית מילה, עס שטייט סך הכל אז מען דארף מל'ן די "ערלה" עס שטייט נישט וואס דאס איז, אפשר קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס אונז מאכן א ברית מילה באבר המין?
ס׳שטייט אויך נישט קיין פרטים פון תפילין, אתרוג, בשר בחלב וכו׳
אבער כאטש איז דא א מקור אין די תורה וועגן דעם. חז”ל האט אראפגעשריבן און אראפגעלייגט די מסורה- וואס מיינט א פרי עץ הדר וכו׳ ביטע ווייז מיר וואו ס׳שטייט אין די תורה אז מ׳טאר זיך נישט אנרירן אין דעם אותו מקום? וואו פונקטליך שטייט אין די תורה אז א בחור טאר נישט ארויסגיין מיט א מיידל?
און אין די היסטאריע פון אידן איז די זאכן בכלל נישט געוועהן קיין עבירה... ביז ממש לעצטענס!
וואס פארא פארגלייך?
שמעקעדיגעס איז נישט דא קיין פשוט'ע תירוץ אויף דעם אויסער עבודת המדות, דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט באריכות אין מאחורי. ודי בזה.
די עשים און לאווים וואס שטייט אין די תורה איז נישט גענוג אויף אויסצוארבעטן די מידות אז מען דארף אדאפטירן פרעמדע און איינגערעדטע, זאראסטרישע, באבילאנישע און קריסטליכע פרומקייטן?
א נייע Authority ביי אידן- יואלי ראטה בעבעלט נאך די מוהראש, די מוהראש בעבעלט נאך עפעס אפאר אומגעזונטע אחרונים וואס האבן געהאט א אבסעסיע פון סעקס, און נאכגעמאכט די קריסטן. און מיר האבן א נייע תורה... און ווער ס׳זאגט די אמת- שטאטס אים ווייזן וואו ס׳שטייט, און וואו די מקור איז שרייט מען האלד יור הורסעס...
שיינע באבע תירוצים.
אנטשולדיגט מיר אלע זייער שטארק, אבער איך קוק מי ומי ההולכים. שבת'ל מיט טאמבעלע פון איין זייט, אן א שיעור קדושים וטהורים עובדי ה' פון די אנדערע זייט, מיין טשויס איז קלאר. האט גארנישט מיט ר' יואל ראטה אדער מוהרא"ש.
רבינו הקדוש איז נאך דערווייל נישט אריינגעקומען מיט זיינע אנגעפיקעוועטע טעאריעס, אבער ער האט עס שוין געשריבן אין אנדערע מקומות.
איך בין מודה אז געוויסע צדיקים זענען געווען עקסטרעם שארף דערוועגן, אבער נישט פון דעם רעדט מען דא. דער פאקט איז, אז גמרא, שו"ע און רמב"ם און יעדע חסיד'ישע און מוסר ספר איז מעורר אויף קדושה, אינטרעסאנט אז פאר קיינעם פון זיי איז נישט בייגעפאלן צו פרעגן אויב די תורה האט פארגעסן צו רעדן דערפון, עד שבא החכמים זמנינו, האלבע אפיקורסים, און זיי האבן מעמיד געווען הדת ליושנה והמסורה על תילה. גיוו מי עי ברעיק.
און איך זאג עס נאכאמאל הויך, שבת'ל, האלד יור הארסעס.
באמת מיר האבן שוין גענוג אשכולות איבער די נושא, עס פעלט נישט אויך נאכאיינס.
שבת אחיםים רויבערשבת אחים
דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?
דער אייבערשטער האט אויך כביכול (ח"ו) פארגעסן צו שרייבן אין די תורה ווי אזוי מען מאכט א ברית מילה, עס שטייט סך הכל אז מען דארף מל'ן די "ערלה" עס שטייט נישט וואס דאס איז, אפשר קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס אונז מאכן א ברית מילה באבר המין?
ס׳שטייט אויך נישט קיין פרטים פון תפילין, אתרוג, בשר בחלב וכו׳
אבער כאטש איז דא א מקור אין די תורה וועגן דעם. חז”ל האט אראפגעשריבן און אראפגעלייגט די מסורה- וואס מיינט א פרי עץ הדר וכו׳ ביטע ווייז מיר וואו ס׳שטייט אין די תורה אז מ׳טאר זיך נישט אנרירן אין דעם אותו מקום? וואו פונקטליך שטייט אין די תורה אז א בחור טאר נישט ארויסגיין מיט א מיידל?
און אין די היסטאריע פון אידן איז די זאכן בכלל נישט געוועהן קיין עבירה... ביז ממש לעצטענס!
וואס פארא פארגלייך?
איך האב אייך שוין פריער אראפגעברענגט די מקורות אז אין היסטאריע פון אידן זענען די זאכן "יא" געווען אן עבירה און אויב ווילט איר עס נאכאמאל האט איר עס דא: נדה יג עמוד א, רמב"ם הלכות איסורי ביאה סימן כ"א הלכה י"ח, שולחן ערוך אבן העזר סימן כ"ג.
דער שבת אחים האט א אבסעסיע מיט׳ן אהבת ישראל
1)דער אהבת ישראל האט געזאגט אז ז"ל איז נישט קיין עבירה?
2) האט ער געזאגט פאר ר׳ מרדכי חנא (הועווער ער איז) צו דעיטן מיידלעך, אדער זיינע קינדער (דמשק אמ"ח און די קינדער און אייניקלעך די היינטיגע צדיקים) געזאגט פאר איינעם צו דעיטן? אדער נאר פאר די מארמאראשע פויערן וואס וואלטן נישט געפאלגט אנדערש
3) איז דער אהבת ישראל געווען א פוסק? איז דא נאך הוראות פון אים וואס אלע אנדערע גדולי דורו (די אחרונים וועם די מאכסט אזוי אוועק) האבן משים געווען לילות כימים צו מברר זיין האט מען עפעס געהערט פון דיין צדיק?
דער אהבת ישראל איז געווען א גרויסער צדיק אבער מ׳ האט שוין געהערט אזוינס, נאך דא אזעלעכע וואס האבן ליב געהאט און געהאלפן יעדען איד און אויך געשמ׳ט מיט גאונות והוראה און הרבצת התורה
דער רבי זי''ע האט אינדערהיים קנאפע גערעדט פון דעם חטא הידוע.
ביז ווען...
אין קראלי האט ביים רבי'ן גלערענט א פרימער בחור - מיטן נאמען אברהם יצחק האניאד'ער, דער שפעטערדיגער תולדות אהרן רבי זי''ע.
און ער האט ווי באוויסט זיך שטארק געקאכט אין די זעקסטע מידה.
ער האט באמערקט ווי בחורים טוען וואס אלגעמיינע בחורים טוען, איז ער אריינגעגאנגן מסר'ן די בחורים פארן רבי'ן.
דער רבי מיט זיין ברייט פארשטאנד, האט ווארשיינליך נישט געוואלט קאנפראטירן די די בחורים דירעקט, האט ער דאן אנגעהויבן מיט די באוויסטע שובבי''ם תורות...
דער הוסיאטינער צדיק וועלכער איז געווען א פארברענטער ציוניסט, האט זיך געוואנדן צום רבי'ן דורכאויס א באזוך אין ארץ ישראל: סאטמארער רב, מ'זאגט אויף אייך אז איר טוהט אויף גרויסע זאכן, מאכט זיכער צו רעדן וואס מער פון די דאזיגע ענינים, ווארום דער דאזיגער זינד האלט אפ די גאולה שלימה.