א חסיד פון ווילנאדער שבת אחים האט א אבסעסיע מיט׳ן אהבת ישראל
1)דער אהבת ישראל האט געזאגט אז ז"ל איז נישט קיין עבירה?
2) האט ער געזאגט פאר ר׳ מרדכי חנא (הועווער ער איז) צו דעיטן מיידלעך, אדער זיינע קינדער (דמשק אמ"ח און די קינדער און אייניקלעך די היינטיגע צדיקים) געזאגט פאר איינעם צו דעיטן? אדער נאר פאר די מארמאראשע פויערן וואס וואלטן נישט געפאלגט אנדערש
3) איז דער אהבת ישראל געווען א פוסק? איז דא נאך הוראות פון אים וואס אלע אנדערע גדולי דורו (די אחרונים וועם די מאכסט אזוי אוועק) האבן משים געווען לילות כימים צו מברר זיין האט מען עפעס געהערט פון דיין צדיק?
דער אהבת ישראל איז געווען א גרויסער צדיק אבער מ׳ האט שוין געהערט אזוינס, נאך דא אזעלעכע וואס האבן ליב געהאט און געהאלפן יעדען איד און אויך געשמ׳ט מיט גאונות והוראה און הרבצת התורה
אין אמתן אריין וואלט איך דיר נישט געדארפט ענטפערן בכלל, ווייל דו שרייבסט ווי טראלל. און קוקט נישט אויס ווי דו כאפסט וואס איך זאג.
לאמיר פרובירן נאכאיינמאל, אולי יחוס.
די אהבת ישראל קומט נישט אריין דא. רבי מרדכי חנא קומט נישט אריין דא.
די חסידישע אידן אינדערהיים- רוב פון אונזערע זיידעס און באבעס פון די היינטיגע חסידישע אידן האבן געהאט אינגאנצן א אנדערע סיסטעם אין שידוכים ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען אויף דעיטס מיט מיידלעך. און אז א איד איז געקומען צוזיין רבין, למשל די רוזינער רביס, ריבניצער, שטעפענישטער, דזיקוב, ספינקא, אדער צו א יעדער נארמאלע צדיק אריינגערעכנט די אהבת ישראל- וואס איך האב נאר געברענגט אלץ משל- האט געפרעגט צי זיי האלטן קדושה וטהרה נאך פאר די חתונה.
מיין קשיא איז וויאזוי און פארוואס האט זיך עס געטוישט?