☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים

א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15028
בלאט: 1 2

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:24 pm

· #489923
א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
אוי, גלויב מיר ברידער געליבטע,
מיר טוהט דאס אויך שטארק באנג,
די שרייערס זענען די פארפירטע,
פארן אמת וועט נישט נעמען לאנג.
לאמיר בלייבן צוזאמען פאלאירטע,
און זיך נישט לאזן פאלן אין ראנג,

איך טהו אין לעבן, אויף מיר קוקן,
קיין דעקל געבן, אויף שלעכטע בליקן,
מיין שטרעבן, איז זיך מיטן רב דערקוויקן.

ער איז הייליג,
זיי זענען לאנגווייליג,
ער איז דערהויבן,
זיי טוען נישט גלויבן,
ער ווייסט אלעס,
זיי פרעגן שאלות,
ער איז א גוטער,
זיי וועלן אפשניידן ביטער.


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:32 pm

· #489925
ער איז אן אלטער
מיט א מהות א קאלטער
ער איז א קאפ העכער
מיט מליצות א שטעכער
א פנים א שיינעם
אבער קען קיין קוויטל נישט ליינען
פירט א סטאדע
דורך זיין א בעל גאוה
איבערגענומען די עבודה
אבער פארלאזט זיין מסורה
ער האט אבער נאך צייט
צו ווערן א לייט

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:40 pm

· #489927
אזעליכע שטיתים רעדסטו צאם,
די פארשעמסט דער מישג פונעם גראם,

ווער עס האט נאר א גראדע מוח,
האט נישט פאר די אלע נארישקייטן קיין כח,

א רפואה שלימה בקרוב פאר דיר,
כ'האף די ביסט נישט ברוגז אויף מיר,

נעם עס נישט פאר א טשעפע א פראזענליכע,
איך מאך נאר א פוינט א געווענליכע,

פאר קינדערישקייטן איז נישט די פלאץ דא,
וואקס שוין אויף און א מזלדיגע שעה,

שמן למאור » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:41 pm

· #489928
די ווערטער זענען געוואנדן צו ברוינשטיין, נישט בת קול

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:03 pm

· #489932
איך האף די פארשטייסט
מיין רבי האט א הייליגע גייסט
ביטע טוה מיך נישט אויפקלערען
איך וויל קיין אפיקורס ווערען
מען זאגט מיר פין אלץ קינד
חילול כבוד בעלזא איז די גרעסטע זינד
איך קען נישט אנדרעש דערהייבען
אויב וויל איך אין גאט גלייבען

סמבטיון » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:21 pm

· #489936
בת קול , איך ווייס נישט ווי דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אויף א יוד א צדיק וואס ליינט שוין קוויטלעך פאר 55 יאהר און האט שוין געפוילט ישועהס פאר טויזענטע יודן פון אלע שיכטן אין קרייזן, ואני בתוכם וואס איז געהאךפן געווארן מיט א גרויסע ישועה , אז ער קען נישט ליינען קיין קוויטלעך.
בדרך אגב דאס וואס דו שרייבסט אז ער איז אוועק פון מסורה דאס לערנט מען אויך אין די 12טע קלאסס?

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:27 pm

· #489939
סמבטיון
בת קול , איך ווייס נישט ווי דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אויף א יוד א צדיק וואס ליינט שוין קוויטלעך פאר 55 יאהר און האט שוין געפוילט ישועהס פאר טויזענטע יודן פון אלע שיכטן אין קרייזן, ואני בתוכם וואס איז געהאךפן געווארן מיט א גרויסע ישועה , אז ער קען נישט ליינען קיין קוויטלעך.


ווער האט אים אויסגעלערנט ליינען קוויטלעך? די רעבעצין?
ליינען א פאפיר קען איך אויך.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:30 pm

· #489941
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
סגייען זיך יעצט אנריקן די לצני הדור, און ארויסזייגן פארדאשענע אלטע ווערטליך אויפן רביצין?


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:33 pm

· #489944
איך מאך נישט קיין ווערטל. די רעבעצין האט כאטש רעבישע יחוס און האט צוגעזעהן ווי איר טאטע ליינט קוויטלעך.
פון וואנעט האט זיך די רב געדארפט לערנען? ער איז געווען א יתום. זיין פעטער האט אים דאס נישט איבערגעגעבן.
דאס איז נישט אויסשליסלעך צו בעלזא. יעדע רב/ רבי וואס נעמט קוויטלעך און האט זיך נישט געלערנט ביים א פריערדיגן רבי מאכט לצנות פון זיינע מענטשן.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:47 pm

· #489953
ביסט מיר ליב און טייער, אבער ס'איז שוין די צווייטע מאל היינט וואס די אטאקירסט א מעמבער פון ק"ש פערזענליך. כ'שפאר דיר אויס פאר א טאג.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:49 pm

· #489955
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:52 pm

· #489957
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
בת קול
איך מאך נישט קיין ווערטל. די רעבעצין האט כאטש רעבישע יחוס און האט צוגעזעהן ווי איר טאטע ליינט קוויטלעך.
פון וואנעט האט זיך די רב געדארפט לערנען? ער איז געווען א יתום. זיין פעטער האט אים דאס נישט איבערגעגעבן.
דאס איז נישט אויסשליסלעך צו בעלזא. יעדע רב/ רבי וואס נעמט קוויטלעך און האט זיך נישט געלערנט ביים א פריערדיגן רבי מאכט לצנות פון זיינע מענטשן.
און ביי וועם האט זיך דער פריערדיגער געלערענט/געברויכט לערנען?? ס'פארלאנגט זיך סמיכה אויף דעם? און אפשר גאר שימוש אויך?? און ביז וואו אהין גייט דאס קוויטל ליינען סקיל צוריק, ביז משה רבינו אדער גאר ביז נח איש צדיק תמים?

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

בת קול » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:56 pm

· #489958
א דאנק אייך מנהל.

שפילער » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 1:01 am

· #489968
בת קול
איך מאך נישט קיין ווערטל. די רעבעצין האט כאטש רעבישע יחוס און האט צוגעזעהן ווי איר טאטע ליינט קוויטלעך.
פון וואנעט האט זיך די רב געדארפט לערנען? ער איז געווען א יתום. זיין פעטער האט אים דאס נישט איבערגעגעבן.
דאס איז נישט אויסשליסלעך צו בעלזא. יעדע רב/ רבי וואס נעמט קוויטלעך און האט זיך נישט געלערנט ביים א פריערדיגן רבי מאכט לצנות פון זיינע מענטשן.

How about זיין שווער און זיידע האבן עים געלערנט?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 1:36 am

· #489970
דער גאלדענער אדלער
און ביי וועם האט זיך דער פריערדיגער געלערענט/געברויכט לערנען?? ס'פארלאנגט זיך סמיכה אויף דעם? און אפשר גאר שימוש אויך?? און ביז וואו אהין גייט דאס קוויטל ליינען סקיל צוריק, ביז משה רבינו אדער גאר ביז נח איש צדיק תמים?

אן אריינגיין אין די בעלזע סומאטוכע וואס אינטערעסירט מיר פונקט ווי אלע אנדערע CEOs המכונים רביס איזליינען קוויטלעך פונקט ווי יעדע אנדערע פאך, דאס דארף מען לערנען פון איינעם פונקט ווי דאקטעריי אדער מאטעמאטיק. איי דארט קענסטו אויך פרעגן ביז ווי גייט דאקטעריי און מאטעמאטיק צוריק, ביז גאלענוס אדער ניוטאן? א נארישע פראגע, די זאכן זענען נישט אראפגעקומען קאמפליעט מיט מוחאמד׳ס אייזל, זיי האבן זיך דעוועלאפד דורכאויס הונדערטער יארן, און כ׳וועלט דיר אויסזאגן א סוד, ס׳דעוועלאפט זיך נאכאלץ... די דאקטעריי פון אמאל איז נישט די זעלבע ווי די דאקטעריי פון היינט, און די דאקטעריי פון היינט איז נישט די זעלבע ווי די דאקטעריי פון מארגן, זאכן האלטן זיך אין איין טוישן.

היסטאריע » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 6:27 am

· #489978
גלייבסט מיר, די רבי'ס זעהן דארט דער זעלבע וואס דו.
נארט אייך נישט.
פראבירט עס אליין. לא ידעו ולא יבינו בחשיכה יתהלכו.

בת קול » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:01 am

· #489986
שפילער
בת קול
איך מאך נישט קיין ווערטל. די רעבעצין האט כאטש רעבישע יחוס און האט צוגעזעהן ווי איר טאטע ליינט קוויטלעך.
פון וואנעט האט זיך די רב געדארפט לערנען? ער איז געווען א יתום. זיין פעטער האט אים דאס נישט איבערגעגעבן.
דאס איז נישט אויסשליסלעך צו בעלזא. יעדע רב/ רבי וואס נעמט קוויטלעך און האט זיך נישט געלערנט ביים א פריערדיגן רבי מאכט לצנות פון זיינע מענטשן.

How about זיין שווער און זיידע האבן עים געלערנט?



דאס איז מיין שאלה.
האבן זיי טאקע?
למעשה איז זיין שווער געווען זייער אויפגערעגט אז ער האט געבראכן די תנאי פון שידוך.

סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:03 am

· #489987
א רחמנות צו זעהן ווי היימישע יונגעלייט האבן נאך קיינמאל נישט עקספירענסט וויאזוי א חסיד פילט ווען זיין רבי ליינט זיין קוויטל. איי געסס איך דריי מיר אין די ראנג פלאטץ.
בת קול דו רעדסט צאם אזעכע נארישקייטן אז עס קומט צו ברעכן, גראדע הייסט עס אז זיין זיידע וואס האט אים ליב געהאט אהבת נפש האט אים אויסגעלערנט ליינען קוויטלעך.

ב.א. איך מיין אז דיינע קינדער ווארטן זייער מאמע זאל זיי באגלייטן אויפן באס. לייג אוועק דעם פאון פאר א שעה צוויי, און נאכדעם זאלסטו צוריקקומען ביתר שאת וביתר עז, ווי עס פאסט זיך פאר א יודישע מאמע.

mevakesh » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:53 am

· #489999
סמבטיון
א רחמנות צו זעהן ווי היימישע יונגעלייט האבן נאך קיינמאל נישט עקספירענסט וויאזוי א חסיד פילט ווען זיין רבי ליינט זיין קוויטל. איי געיס איך דריי מיר אין די ראנג פלאטץ..

א חבר מיינע א חסיד פון דער הייליקער וויזניצער רבי טענהט די זעלבע זאך

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:38 am

· #490004
סאיז אזוי אינטערסאנט צו זיין אסאך מאל ווי אפגעפארענע אדער קאלטע אינגען וואס גלייבן נישט אין גארנישט און לאכן פון אלעם, ווען ס'קומט צו כבוד בית בעלזא פארלירט מען די גלייכגעוויכט..... ממש מ'איז גרייט צו צורייסן מענטשן, מקען לאכן פון יעדן רבין אבער סקומט צום רב איז מען גרייט צו גלייבן אין אלעם, ער קען לייענען קוויטלעך, מופתים, רוח הקודש.......

סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:51 am

· #490005
איך ווייס נישט צו וועם דו באציסט זיך, אבער איך האב נאך אויף קיין איין רבי נישט געהאקט אדער גערעדט שלעכטס זייט איך קען שרייבן. ביי מיר אינדערהיים איז יעדער רבי חשוב און געשעצט, איך בין שוין א מעמבער דא צום גוטן אין קאווע שטיבעל פאר כמעט 10 יאהר, קענסט דורך נישטערן אלע מיינע תגובות! וועסט נישט טרעפן קיינמאל א ווארט אויף א רבי וויאזוי ענק אלע רעדן דא אויף בעלזער רב. כ'קען האקן אויף א שיטה, אויף א מהלך, אבער קיינמאל וועל איך נישט חוזק מאכן פון א גדול בישראל, ווער ס'האט צייט זאל עס נאכקוקן, (חוץ אויף העלבראנץ..) ביי מיר אינדערהיים איז דא ר' אהרן מיט א ר' זלמן לייב, ר' בנציון און ר' מרדכי דוד, וכו', נישט קיין חילוק וויפיהל איך האלט פערזענליך פון יעדעם פריוואט, איך געב יעדן אפ די ריכטיגע כבוד. און איך וועל קיינמאל נישט רעדן מיאוס און חוזק מאכן פון א מנהיג בישראל.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:52 am

· #490008
תרמב
סאיז אזוי אינטערסאנט צו זיין אסאך מאל ווי אפגעפארענע אדער קאלטע אינגען וואס גלייבן נישט אין גארנישט און לאכן פון אלעם, ווען ס'קומט צו כבוד בית בעלזא פארלירט מען די גלייכגעוויכט..... ממש מ'איז גרייט צו צורייסן מענטשן, מקען לאכן פון יעדן רבין אבער סקומט צום רב איז מען גרייט צו גלייבן אין אלעם, ער קען לייענען קוויטלעך, מופתים, רוח הקודש.......

פונקט ווי יעדע חסיד פון זיין חסידות, גארנישט ווייניגער! עז לאנג ביסט א חסיד אפילו נאקעט אן מצוות, ער וועט גארנישט האלטן, איינמאל ער איז חסיד, פון סיי וועלכע חסידות, איז עס די זעלבע קרענק אומעטום!

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 10:09 am

· #490016
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
לאמיר עס לאזן אפעטיטלעך
צו פאעזיע זיך האלטן אויסדריקלעך
אויב שרייבסטו, שרייב שיינע שטיקלעך,
אזוי וועלן מיר ביידע בלייבן גליקלעך.

דער עולם האט אסאך אויפן בויך,
נישט בלויז די, נאר איך אויך,
שטעל דיר אפ און טראכט פאמעלעך,
וועלן דיינע טריקענע רייד ווערן גראמעלעך.

ביטע זיך באציען אויף א וועג פון שעצן,
נישט פראבירן קיינעם ארינטערזעצן,

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 2:34 pm

· #490051
סמבטיון
א רחמנות צו זעהן ווי היימישע יונגעלייט האבן נאך קיינמאל נישט עקספירענסט וויאזוי א חסיד פילט ווען זיין רבי ליינט זיין קוויטל. איי געיס איך דריי מיר אין די ראנג פלאטץ.
בת קל דו רעדסט צאם אזעכע נארישקייטן אז עס קומט צו ברעכן, גראדע היייסט עס אז זיין זיידע וואס האט אים ליב געהאט אהבת נפש האט אים אויסגעלערנט ליינן קוויטלעך.

ב.א. איך מיין אז דיינע קינדער ווארטן זייער מאמע זאל זיי באגלייטן אויפן באס, לייג אוועק דעם פאון פאר א שעה שוויי , און נאכדעם זאלסטו צוריק קומען ביתר שאת וביתר עז, ווי עס פאסט זיך פאר א יודישע מאמע.

סמבטיון: אויב זי איז א (אידישע) מאמע... און נישט קיין באק...!

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 2:45 pm

· #490052
סמבטיון
איך ווייס נישט צו וועם דו באציסט זיך, אבער איך האב נאך אויף קיין איין רבי נישט געהאקט אדער גערעדט שלעכטס זייט איך קען שרייבן. ביי מיר אינדערהיים איז יעדער רבי חשוב און געשעצט, איך בין שוין א מעמבער דא צום גוטן אין קאווע שטיבעל פאר כמעט 10 יאהר, קענסט דורך נישטערן אלע מיינע תגובות! וועסט נישט טרעפן קיינמאל א ווארט אויף א רבי וויאזוי ענק אלע רעדן דא אויף בעלזער רב. כ'קען האקן אויף א שיטה, אויף א מהלך, אבער קיינמאל וועל איך נישט חוזק מאכן פון א גדול בישראל, ווער ס'האט צייט זאל עס נאכקוקן, (חוץ אויף העלבראנץ..) ביי מיר אינדערהיים איז דא ר' אהרן מיט א ר' זלמן לייב, ר' בנציון און ר' מרדכי דוד, וכו', נישט קיין חילוק וויפיהל איך האלט פערזענליך פון יעדעם פריוואט, איך געב יעדן אפ די ריכטיגע כבוד. און איך וועל קיינמאל נישט רעדן מיאוס און חוזק מאכן פון א מנהיג בישראל.

איך מיין נישט קיינעם פערזענליך,
ס'קוקט מיר אויס אז אין דעם הינזיכט זענען די בעלזא אויסערגעווענליך

כבוד בית בעלזא ביי זיי איז לכאורה,
די ערשטע מצווה אין תורה

דאס איז נישט קיין נייע זאך,
די אלטע יושבים האבן שוין געקענט דעם פאך.....

בת קול » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 3:15 pm

· #490057
איך גלייך נישט פעלשקייט
און כ'האב א גוטן שמעק
ווען יראת שמים פעלט
און מעניפיולאציע נעמט אוועק

פון די אויטנטישקייט פון חסידות
רעגט עס מיר אויף
ווייל א רודף אחר הכבוד
קען נישט פירן א הויף

ס'איז נישט גענוג צו קענען
כל התורה כלה אויף איין פיס
די היינטיגע רב
פארשעמט זיין יחוס

די עיקר פון א פירער
איז מידות און עניוות
אויב נישט איז ער סתם א בולי
וואס קעניגט איבער די חסידות.

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 3:24 pm

· #490058
בת קול מייק,
שיינע נקודות,
איבער מידות,
איך דריק לייק.

אבער און דעם פאל,
האסטו פארדרייט,
א זויבערע הייליגקייט,
צו א הויפן גאַל,

בת קול » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 3:43 pm

· #490059
טראכט אריין
עס מוז זיין א סיבה
פארוואס אזויפיל בעלזא יושבים
האבן פארלאזט זיין סביבה

נישט נאר מיט א האלבע וועלט
האט ער זיך געקריגט
נאר אויך מיט זיין אייגענע
וויאזוי איז דאס א זיג?

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:01 pm

· #490062
עוד הפעם,
א שיינע גראַם,
אבער ביינעזאם,
מיט העץ פלאם,

דערפאר עוד הפעם,
א לייקל פארן גראם,
מיט דעם ביינעזאם,
א דיסלייק פארן העץ פלאם

יָדוֹרָש » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:05 pm

· #490063
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
קען מיר איינער זאגן
קען מיר איינער ערקלערן
וואס אין בעלזא האט פאסירט
אזויפיל פאעזיע אינספירירט

Sent from my Kyocera 4g LTE flip phone

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:10 pm

· #490064
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
גאט, האט, זיין וועלט'ל פיין אויסגעפירט,
אז ריינע הערצער פון א שיינע קהילה,
זאל זייער פענע זיין אויסשטעפירט,
מיט חכמה דעת און בינה, מיט פאעזיע אפילו,

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

יעקב מעקסוועל » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:25 pm

· #490065
איך האב נישט קיין אנונג
איך וועל זאגן מיין מיינונג
ברוינשטיין איז א פיינע טראלל
לאכט מיט א פולע מויל

איין מינוט א בחור
מעשיות מיט א זכר
דערנאך איז ער מחנך זיינע קינדער
כאטש ער זוכט נאך א שידוך א וואונדער

שוין, איך האב שוין נישט קיין געדולד פאר די גראמען, נעמטס נישט אזוי ערנסט זיינע ווערטער. די גאנצע סיבה ער מאכט פיוטים אויף בעלז איז נאר ווייל עס צינדט אן מענטשן סיי פראו און סיי אנטי. לדעתי האט ער גארנישט מט בעלז, און ער איז קיינמאל געווען קיין שיינע בחור. מוז בכלל נישט זיין איך בין גערעכט, איך זאג סך הכל מיין מיינונג.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:34 pm

· #490068
איך שטים מיט אויף הונדערט פראצענט. לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט דער איז נאך א ניק פונעם זכר הטראלל הידוע.

עכ''פ כבדהו וחשדהו, אבער נעמט אלעס מיט א לעפל זאלץ.

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:39 pm

· #490071
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
ברוינשטיין
לאמיר עס לאזן אפעטיטלעך
צו פאעזיע זיך האלטן אויסדריקלעך
אויב שרייבסטו, שרייב שיינע שטיקלעך,
אזוי וועלן מיר ביידע בלייבן גליקלעך.

דער עולם האט אסאך אויפן בויך,
נישט בלויז די, נאר איך אויך,
שטעל דיר אפ און טראכט פאמעלעך,
וועלן דיינע טריקענע רייד ווערן גראמעלעך.

ביטע זיך באציען אויף א וועג פון שעצן,
נישט פראבירן קיינעם ארינטערזעצן,
מיסטער איך אויך,
איינגעהאלטן זיין מ'ברויך.

ווי אויך,
נעם צייט,
טראכט שטייט,
פאבראציר א גראם,
האסט דאך א מויל מיט טעם,
כאפ נישט קיין הייסע יועך

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

סמבטיון » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:41 pm

· #490072
מיסטער ברוינשטיין געב מיר א שובבים ברעיק.
פליז סטאפ מיט די נארישקייטן. און ניץ דיין כח אויף צו שרייבן שיינע באלערנדע ארטיקלעך

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:45 pm

· #490074
שוין, די קאץ איז ארויס פון זאק, מיר ווארטן געשפאנט אויפ׳ן נעקסטן ניק.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:51 pm

· #490076
כ'הייס טאקע איך אויך
אבער כ'האב נישט ליב מעשיות פונעם בויך

שרייבסט בליציג
אבער דרייסט מיטן שמיטשיק

איינגעהאלטן קען זיין מ'ברויך.
אבער הייסע פאנטזיעס ברויכן בלייבן אין בויך

האסט טאלאנטן פיינע
אבער דארפסט גיין אויף וועגן ריינע

מען האט דיר שוין געזאגט מער פון איינמאל
אבער דו דערלערנסט דיך נישט קיינמאל

אנשטאט פאנטאזירן רבנות בבל און שיינקייט
באנעם דיך מיט ריאליקייט.

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:02 pm

· #490078
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
פאעזיע איז ביי ענק נישט ווערד?
אוי ווי טיף אין די ערד,
דארף מען זיין אזוי צו קלערן,
שוין, זאל ענקער דעת פון פריש געבוירן ווערן.

מיסטער איך אויך און רבינו הקדוש שליט"א,
איך אלץ גראמער בין אפשר נישט פון די עליטע,
אבער איז דאס נישט מער ווערדפול,
ווי איידער בלייבן שטיל?

א שאנדע!




Sent from my SM-A125F using Tapatalk

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:03 pm

· #490080
רביה''ק זי''ע
שוין, די קאץ איז ארויס פון זאק, מיר ווארטן געשפאנט אויפ׳ן נעקסטן ניק.

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:38 pm

· #490083
רביה''ק זי''ע
שוין, די קאץ איז ארויס פון זאק, מיר ווארטן געשפאנט אויפ׳ן נעקסטן ניק.

פון סאטמאר איז געווארן בעלז?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:42 pm

· #490085
ס׳האט זיך מיר פארגלוסט אויך ארויסצוקומען פון די קלאזעט 😂 😂

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:48 pm

· #490086

נקודה » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 6:35 pm

· #490089
אויב נעמט מיר פינף מינוט א ליין אין אידיש צו שרייבן,
וועט פארביי גיין א שעה אויב וועל איך עס מאכן אין גראמען.

דעפאר מחילה איך בעט,
אויב שרייבן פשוט איך מעג.

מיין ציל יעצט איז נישט צו שרייבען שיין,
נאר פשוט איך וויל פארשטיין,
וויאזוי דער יונג ברוינשטיין,
טוט פאר בעלז און פייער גיין.

איך מיין נישט דווקה אים,
אבער ער איז דאך די פותח אשכול געווען.

איך וויל באמת פארשטיין,
וואס דא טוט פארגיין.

וואס איז פשט פון מענטשען וואס זענען אויפגעקלערט, ברייט וכו. שעלטען אויפן סיסטעם, ווילען איינפירען נייע דערהערען און אונזער געמיינדע, האלטען אז אונזער מהלך איז ראנג נישט נאר פון א קאמאן סענס פוינט אוו וויא נאר אפילו נישט תורה'דיג אין אונזער גאנצע יודישקייט איז סתם א פארדרייטע תורה אבער צו די זעלבע צייט וועלן זיי זיין פלאמעדיגע חסידים פון א רבי וואס זיי וויסען קלאר אז טאמער ווייזט די רבי וואס ער שרייבט דא איז ער אים מחרים פאר אייביג אייביגייטען.

איך וועל אנכאפען נאר די לעצטע נושא וואס די האסט לעצטנעס געמישט לגבי שידוכים אין אונזערע קרייזען.
די האלסט אז די סיסטעם איז א חורבן, פלעין א משוגעת פון נאכן קריג (אן אמעראצעס בד"וו), יונגלעך דארפען ווען זיך טרעפען מיט מערערע מיידלעך און שמועסען און זיך צונויפטרעפען פריוואט, און נאך און נאך. סאיז ממש א רשעות וואס מ'טוט צו אונזערע נאיווע קינדער און מ'נערט זיי אריין פאר לייף!

דאס אמאל זיכער אז דיין רבי איז פארט פון די פראבלעם! שטעל די פאר די זאלסט מאכן א קאמפיין אין בעלז אז בחורים זאלען זיך טרעפען מיט מיידלעך און א גרויסע זאל וכו וכו די פארשלאגן פון די אנדערע אשכול, די וואלסט זיכער געווארן פארשטויסן דורכן רבין אליין.

איך כאפ נאר אן איין דוגמה און אויך נאר איין ניק אבער און דזשענעראל זענען דא אזויפיל מענשטען וואס האלטען גאר ווייט אוועק פון זייער חסידות און ניין, איך רעד נישט פון די וואס זענען פשוט קיל אדער באמעס, ליידיגייער אבער נישט בשיטה, איך רעד פון די וואס בשיטה האלטען זיי אז די סאסייעטי איז ראנג, אידישקייט עס איט איז איז ראנג, אבער נאך אלס א פייערדיגע חסיד.
וויאזוי ביזטו א חסיד פון א רבי וואס אין זיינע אויגן זענען דיינע שיטות אפיקורסעס?
וויאזוי ביזטו א חסיד פון א רבי וואס אין דיינע אויגן איז ער אלעס וואס איז ראנג מיט אידישקייט און נאך גאר אין שפיץ דערויף?

איך קען גיין מיט מער דוגמאות צו ארויסברעגען די היפאקרעסי קלארער אבער תן לחכם.

#איך וויל דיר פארשטיין

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 7:12 pm

· #490099
מאך זיכער
מאך נאך גראמען גיכער!

מען דארף נאך אזעלכע שרייבער
מענער אדער ווייבער!

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 7:17 pm

· #490101
Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים
מזל טוב! מזל טוב!
מיינע צוויי אויערן האבן זיך נארוואס משדך געווען, דער שדכן איז געווען א שמייכל וועלכע טוט צעפליקן מיינע ליפן!

(מיין פרייליכקייט שטורעמט, אזש איך קען קיין גראמען נישט צאמקלאפן)


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:47 pm

· #490114
😂
רביה''ק זי''ע
ס׳האט זיך מיר פארגלוסט אויך ארויסצוקומען פון די קלאזעט 😂 😂

נקודה » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:48 pm

· #490115
מאך זיכער
וואס זאל איך זאגן
עס טוט נאגן

וואו זענען די היתרים
אויף ברוינשטיינ׳ס חרם

ער שרייבט א געדיכט
איר פארלירט גלייכגעוויכט

קיין חילוק טאטע צו בחור
אדער בכלל א זכר

ציפט אייך די שלייקעס?
גיבט נישט קיין לייקעס!


איך טו מיט דיר צושטימען,
אויף זיינע שיינע שרייבערייען טו איך נישט קרומען.

זיינע טאלאנטען איז נישט די נושא,
ער איז געוואלדיג איך בין מודה

איך האב געשטעלט א פארשטענדליכע פראגע,
דיין ענטפער איגנארירט עס געראדע.

איך וויל באמת פארשטיין און וויסען,
וויאזוי דבר והפיכו טוט שטומען

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:49 pm

· #490116
רביה''ק זי''ע
ס׳האט זיך מיר פארגלוסט אויך ארויסצוקומען פון די קלאזעט 😂 😂

איז קלאר שוין אויס איינמאל פאר אלעמאל,
יא בחירות אדער נישט בחירות?? 😉

קאצקע ציקער » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:54 pm

· #490119
קען איינער אויסלערנען דעם פאך
וויזוי מען טוט גראמען מאכן א זאך?

בת קול » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:57 pm

· #490120
סתם פאר אינטערעסאנטקייט-
בעלזא בלוט איז ביליג
ווען איך שרייב אויף בעלזא
איז יעדער וויליג.

ווארט נאר ווארט נאר
ביז איך נעם זיך צו סאטמארס ביינער
סוויט גיסן פעל און שוועבל
ווארפן בערג מיט שטיינער.

איך האב שוין דעם עקספיריענס
פון אן אנדערן פארום
אויף יעדעם מעג מען רעדן
חוץ פון סאטמארע (רביס) חטאים.
בלאט: 1 2