ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קריג
98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15011
Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר
ר' אברהם נועם כאמסקי
הגם ער איז געבוירן נאך פארן קריג, אבער פונדעסטוועגן קען ער ווערן באצייכענט אלץ איינע פין די גרעסטע גדולים פין נאך די מלחמה.
שמעון וואלףא חסיד פון ווילנאאיך וואלט געפרעגט ווער האט די מערסטע אויפגעטון פאר ערליכע אידישקייט נאך די קריג
אוועקגעגעבן זיין רוחניות און אוודאי זיין גשמיות צו אויפבויען אידישקייט
נו ווער?
לכאורה די ברך משה
האסט אוודאי געמיינט דער ויואל משה

ס'איז באקאנט די ווערטל, ווען א מוכר ספרים האט געהאנגן א טאוועל; כל ספרי רבינו הקדוש חצי בחינם; און א יונגערמאן האט געכאפט א סעט משניות - וואס כידוע האט עס רבינו הקדוש מחבר געווען...
האט דער מוכר ספרים פאר'ראכטן דעם טאוועל; כל ספרי רבינו הקדוש
והטהור...
פיניער' אברהם נועם כאמסקי
הגם ער איז געבוירן נאך פארן קריג, אבער פונדעסטוועגן קען ער ווערן באצייכענט אלץ איינע פין די גרעסטע גדולים פין נאך די מלחמה.
פיניע: מיט ר' אברהם נועם'ס (זיכרונו לק-לה/לקלקלה)תיקון עולם וואלטן מיר געהאט אן ערגער פנים ווי די צדיקים פון סדום...!
אין דעם היינטיגן דור איז ר' מרדכי אליהו מהר נופת צוף (וכל טעם) בלי שום ספק איינער פון די גרעסטע צדיקי הדור ומזכי הרבים. ער איז אזוי שטארק איבערגעגעבן פאר אידישקייט אז ער האט איין יאר געבאקן המן טאשן פאר פורים צוזאמען מיט זיין כינעזער גוי'טע. אויך האט ער געהאלטן א דרשה אין כינעזיש פאר א געפאקטן עולם אין בעידזשינג, יצ"ו.
ס'זעהט אויס אז ער האט געמאכט דעם זעלבן טעות וואס די טעכטער פון לוט האבן געמאכט. זיי האבן געמיינט אז די וועלט האטציך געענדיגט. ער האט אויך געמיינט אז ס'איז שוין נישט דא קיין אידישע מיידלעך מיט וועם מ'קען חתונה האבן. איז ער געפארן צו אונזערע קאזינס אין טשיינע זוכן א כלה. אייגנטליך איז די כלה שוין געקומען אהער קיין אמעריקע...!
petrishkeס'איז באקאנט די ווערטל, ווען מוכר ספרים האט געהאנגן א טאוועל; כל ספרי רבינו הקדוש חצי בחינם; און א יונגערמאן האט געכאפט א סעט משניות - וואס כידוע האט עס רבינו הקדוש מחבר געווען...
האט דער מוכר ספרים פאר'ראכטן דעם טאוועל; כל ספרי רבינו הקדוש והטהור...
😂
דא הא׳מיר מעורר געווען אז אזא טיטל איז דאך לפי המסילת ישרים א זו ואין צריך לומר זו…
פיניער' אברהם נועם כאמסקי
הגם ער איז געבוירן נאך פארן קריג, אבער פונדעסטוועגן קען ער ווערן באצייכענט אלץ איינע פין די גרעסטע גדולים פין נאך די מלחמה.
נישטא קיין מענטש לכאורה וואס האט אמאל געלעבט אויף דעם עולם השפל, וואס האט געהאט אזוי סאך אינפארמאציע אין זיין מוח ווי פראפעסאר כאמסקי. וואס ער ליינט אין איין טאג, ליינען רוב מענטשען נישט אין אפאר יאהר! ער קען אלעס! ממש אלעס! A walking Wikipedia.
דאס מיינט נישט אז ער איז הייליג און אייביג גערעכט. אבער א חכם און א גאון עולם? זיכער! נאכנישט געוועהן אזאנס!
גוצאpetrishkeלאזט הערן אייער אייגענעם מיינונג, ווער איז דער הייליגסטער בשר ודם, וואס האט געלעבט, נאכן חורבן אייראפע???
גאנדי ז״ל.
ובימינו, די דאלאו לאמא.
די Dalai Lama איז טאקע א הייליגע מענטש. כבין זיין חסיד. ער מיינט נאר גוטס, ווי אויך די היינטיגע פויפסט. הגם איך האלט נישט פון זיין נערישע רעליגיע. אבער ער אליינס איז א ערליכע אמתע מענטש.
berlbalagulehיָדוֹרָשpetrishkeלאזט הערן אייער אייגענעם מיינונג, ווער איז דער הייליגסטער בשר ודם, וואס האט געלעבט, נאכן חורבן אייראפע???
אלבערט איינשטיין
Sent from my Kyocera 4g LTE flip phone
פעטרישקע: אלבערט איינשטיין איז געווען א איד. און סוף ימיו א מאמין אויך. אבער א !..."הייליגער"...קענמען איהם נישט אנרופן
רבי בערל, איר האט שוין כמה פעמים געשריבן אז איינשטיין איז געווארן א מאמין אויף דער עלטער. איך וואלט געקענט באשטיין איר זאלט מיר זאגן פון וואנעט איר נעמט די אינפארמאציע. ווייל קיין איין היסטאריקער זאגט דאס נישט. אריינגערעכנט זיין משפחה, זיין אייניקל וואס האט אסאך געשריבן וועגן אים, זיינע ביאגראפיערס וכו׳
פארקערט גאר, איינשטיין אלץ יונגע בחור איז געווארן רעליגעיז פאר א קורצע צייט, אנגעטוהן תפילין, וכו׳ און דערנאך זיין גאנץ לעבן געלעבט אלץ א פרייער-איד secular. ער שרייבט אז ער גלייבט נישט אז די אידישע רעליגיע איז מעהר אמת ווי אלע אנדערע, און ער נעמט נישט אן די עם הנבחר נאראטיוו.
ס׳מאכט נישט גאט ב״ה גרעסער אדער קלענער אויב איינשטיין האט יא געגעלייבט אדער נישט! אבער דעם אמת טאר מען נאכאלץ נישט פארדרייען, איינשטיין איז געוועהן א פרייער איד. זיינע צוויי גרעסטע רביס אין פילאסאפיע זענען געוועהן ברוך שפינוזה, די ערשטע אפענע סעקיולער איד. און ארטור שאפענהאוער די ערשטע גענצליכער פרייע פילאסאפער (איינשטיין האט געהאט דריי בילדער הענגן אין דייטשלאנד העכער זיין ארבעטס טישל, מייקל פאראדעי, מעקסוועל, און מיין רבי ארטור שאפענהאוער)
ערענסט גערעדט. איך האב נישט ליב צו מעסטן קיין צדיקים און גרויסע מענטשען. יעדער האט געהאט אנדערע מעלות. אבער זייטס נישט בייז, אויב איך מוז דוקא יא אויסוועהלן פון אלע חסידישע רביס נאכן קריג די גרעסטער איד לדעתי, וואלט איך געגעבן די פרייז פארן הייליגען “דמשק אליעזר” פון וויזניץ. הגם ער איז אוועק ממש ווען די קריג האט זיך גענעדיגט אין 1946.
די הייליגער דמשק איז געוועהן אנגענומען אין די גאנצע חרדישע וועלט אלץ א צדיק, קדוש וטהור. ער האט געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען נאר האבן! מהאט געזאגט אויף אים “ער איז אוועק יונג ווייל ער האט שוין אלעס אויפגעטוהן אויף די וועלט, ער האט נישט געהאט קיין איין איינציגער מתנגד”!!!
פאר ענק סאטמארער שרייען אויף מיר, קוקטס קודם אויף די נאנטע שייכות וואס ענקער רבי רבי יואליש האט געהאט מיטן דמשק אין ארץ ישראל. וואס ער האט געזאגט אויף אים אויפן וועג אהיים פון זיין לוי׳ אין תל אביב. און די ליבשאפט און רעספעקט וואס סאטמארער רב האט אים ארויסגעוויזן ווען זיי האבן זיך געטראפן אפאר מאל, און זיך מפלפל געוועהן מיט אים אין תורה פאר אפאר שעה.
די וועלט האט אנגענומען אז רבי אהרן בעלזער איז געוועהן א קדוש. אבער ער איז געוועהן א קדוש פאר זיך אליינס. ער האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט די מענטשען. ער האט כמעט קיינמאל גארנישט גערעדט. און נישט געוועהן קיין עסקן, ער איז נישט ארומגעגאנגען נאך געלט פאר צדקה, און זיך פערזענליך געזארגט פאר ארימעלייט, צובראכנע מענטשען, יתומים און אלמנות. ווידער די דמשק איז געוועהן א קדוש פאר זיך, און אויך א מענטש וואס איז געוועהן “צווישן אונז” Down to earth. און א מענטש וואס האט פארשטאנען צו די “מענטשהייט” צו יעדע נפש, און א גרויסע עסקן חוץ א גרויסע יחסן און א גרויסע רבי, א ראש ישיבה וואס האט אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים אין בוקעווינא.
א שאד ער האט נישט געלעבט לענגער!
איך גראדע בין יא א מתנגד קעגן דעם דמשק, פשוט אז דו זאלסט נישט קענען זאגן אז ער האט נישט קיין איין מתנגד...
אבער באמת גערעדט, איז א טעות צו מאכן איין כללות'דיגע פראגע, און מ'דארף עס צוטיילען אזוי; ווער צווישן יודען איז בזמננו - פון תש''י ביז תש''פ - דער הייליגסטער 'ביי אייך'!
איך וואלט סתם ארויסגעלייגט א קליינע רשימה'לע, און איר קענט לייגן אייער רשימה...
מיכאל שניצלער
יואלי ראטה
מנשה לוסטיג
דער ינוקא מסדיגערע
רעב-שויל
קיטשי סורי
שפיטיווקער
זשיגעלע
קים גאן אול
ואחרון חביב אמנון יצחק
אדונינו מורינו ורבינו
גאון ישראל וקדושו
גדול מרבן שמו
רבינו שלמה זצוק"ל
תורתו מגן לנו
שבת אחיםפיניער' אברהם נועם כאמסקי
הגם ער איז געבוירן נאך פארן קריג, אבער פונדעסטוועגן קען ער ווערן באצייכענט אלץ איינע פין די גרעסטע גדולים פין נאך די מלחמה.
נישטא קיין מענטש לכאורה וואס האט אמאל געלעבט אויף דעם עולם השפל, וואס האט געהאט אזוי סאך אינפארמאציע אין זיין מוח ווי פראפעסאר כאמסקי. וואס ער ליינט אין איין טאג, ליינען רוב מענטשען נישט אין אפאר יאהר! ער קען אלעס! ממש אלעס! A walking Wikipedia.
דאס מיינט נישט אז ער איז הייליג און אייביג גערעכט. אבער א חכם און א גאון עולם? זיכער! נאכנישט געוועהן אזאנס!
איינשטיין...?!
חכמת שלמהאדונינו מורינו ורבינו
גאון ישראל וקדושו
גדול מרבן שמו
רבינו שלמה זצוק"ל
תורתו מגן לנו
וואס זאלל איך זאגן? כ'זאג גארנישט...!
berlbalagulehחכמת שלמהאדונינו מורינו ורבינו
גאון ישראל וקדושו
גדול מרבן שמו
רבינו שלמה זצוק"ל
תורתו מגן לנו
וואס זאלל איך זאגן? כ'זאג גארנישט...!
אויב איך מעג זאגן, האב איך צו זאגן
petrishkeאיך גראדע בין יא א מתנגד קעגן דעם דמשק, פשוט אז דו זאלסט נישט קענען זאגן אז ער האט נישט קיין איין מתנגד...
אבער באמת גערעדט, איז א טעות צו מאכן איין כללות'דיגע פראגע, און מ'דארף עס צוטיילען אזוי; ווער צווישן יודען איז בזמננו - פון תש''י ביז תש''פ - דער הייליגסטער 'ביי אייך'!
איך וואלט סתם ארויסגעלייגט א קליינע רשימה'לע, און איר קענט לייגן אייער רשימה...
מיכאל שניצלער
יואלי ראטה
מנשה לוסטיג
דער ינוקא מסדיגערע
רעב-שויל
קיטשי סורי
שפיטיווקער
זשיגעלע
קים גאן אול
ואחרון חביב אמנון יצחק
דו ביסט א מתנגד פארן הייליגען דמשק? מרעדט דא נישט פון דיר. מרעדט נאר פון מענטשען וואס האבן געלעבט אין יענע יאהרן! ווער ביסטו צורעדן אויף אזא הייליגער איד ווי די דמשק אליעזר? האסט אים געקענט? וואס דרייסטו א קאפ??? וואס ביסטו מתנגד אויף אים? ביטע לאמיר הערן.
ביסט נישט cute, לייגסט אריין די הייליגער דמשק צווישן אפאר משוגעים. שעם דיך אין דיין פנים אריין! א איד וואס האט זיך מוסר נפש געוועהן פאר פשוטע אידן אינדערהיים. א איד וואס האט זיך אוועקגעגעבן פארן כלל. וואס געהאלפן און מחזק געוועהן יעדען צובראכנע מענטש? אפגעפליקטער בהמה וואס דו ביסט! דו גרויליגער מענטש וואס דו ביסט! שוטה! קראנקע זכור! פוי! שעם דיך אין דיין פנים אריין! איך האב נישט קיין ווערטער פאר אזא רשע מרושע ווי דו!
מעק עס דיין גרויליגע תגובה און זיי מודה אז דו האסט נישט די מינדעסטע אהנונג ווער די דמשק אליעזר איז געוועהן ווייל ווען ער האט געלעבט איז נישט קיין איינער נישט קיין חילוק פון וועלכע חדר, חסידות וואס האט געהאט די חוצפה צורעדן אנטעקן אזא אויסגעארבעטער הייליגער איד!!! קיין איינער נישט! פאקט! ער איז זיכער נישט גערעסער פונעם ויואל משה
שבת אחים: איך בין זיכער מסכים מיט דיר אז מ'דארף נישט (און מ'קען נישט) אריינלייגן אזא . הייליגן איד ווי דער דמשק מיט פשוט'ע, טאג טעגליכע, גאנץ וואוילע מענטשן. אבער צו וואס פעהלן אויס די פערזענליכע אטאקעס און צו נעמען. מ'קען האבן א ציוויליזיר'טע דעבאטע אן די סייד עפעקטס אויך...! (נישט אזוי ווי דער (עקל'דיגער), קאק לעפל וואס אטאקירט אומשולדיגע מענטשן על לא דבר. מיט די גרעסטע מאס חוזק און בזיונות. וואס מ'קען אים צוריקגעבן מנה אחת אפיים אז ער זאלל האבן צו געדענקען. און אנדערע רישעות. אויסער זיין מתכבד זיין זיך בקלון חבירו...!
petrishkeער איז זיכער נישט גערעסער פונעם ויואל משה
דאס קענסטו זאגן. דו האסט די רעכט צוהאלטן וואס דו ווילסט. און אז דער ויואל משה איז געוועהן גרעסער ווי די דמשק אליעזר. אבער שרייבן אז דו ביסט א מתנגד קעגן אים? ווען דו האסט אים ניטאמאל געקענט? דו האסט נישט קיין מינדעסטע אהנונג פון וועמען מרעדט. און דיין תגובה לייגסטו אים אריין מיט אפאר משוגעים?
כבעט דיך א טובה? גיי צוריק צו טעלעגראם, חיימא׳ס סטאטוס און די טונא בייגלעך און דריי א קאפ פאר א צווייטן. איך בין זעקס טאג עלטער ווי די שיט!
האסט אמאל געזעהן א בילד פונעם דמשק? קוק אויף אזא “הייליגער צורה”. מקען זעהן אויף א מענטש׳ס צורה וואס פארא מענטש ער איז!
קוק אויף די בילדער. אזא הייליגער צורה ווי א “מלאך אלקים” די רבי פון ביידע סקולענער רביס וואס האבן געטוהן אזויפיל חסד פאר אידן!
די טשערנאוויצער רבי האט מספיד געוועהן זיין גרויסער טאטען גאב״ד מאנטשעסטער און ער זאגט “סאיז נישט דורך איין טאג אין זיין לעבן וואס ער זאל לכה״פ איינמאל דערמאנען זיין רבין דער דמשק און דער אהבת ישראל. גערעדט און זיך געקאכט אין זיי טאג און נאכט”
נישט געוועהן אזא געלונגער מענטש לדעתי נאך זיין טאטען די אהבת ישראל. נישט געוועהן! נישט די רוזינער, נישט צאנזער רב, נישט די רבי ר׳ אלימלך, נישט די בעש״ט.
קיינער נישט! אזא געלונגער מענטש געשעהט נישט יעדן טאג... הייב אן צו ליינען וועגן אים. וועסטו זעהן אז איך טרייב גארנישט איבער.
berlbalagulehשבת אחים: איך בין זיכער מסכים מיט דיר אז מ'דארף נישט (און מ'קען נישט) אריינלייגן אזא . הייליגן איד ווי דער דמשק מיט פשוט'ע, טאג טעגליכע, גאנץ וואוילע מענטשן. אבער צו וואס פעהלן אויס די פערזענליכע אטאקעס און צו נעמען. מ'קען האבן א ציוויליזיר'טע דעבאטע אן די סייד עפעקטס אויך...! (נישט אזוי ווי דער (עקל'דיגער), קאק לעפל וואס אטאקירט אומשולדיגע מענטשן על לא דבר. מיט די גרעסטע מאס חוזק און בזיונות. וואס מ'קען אים צוריקגעבן מנה אחת אפיים אז ער זאלל האבן צו געדענקען. און אנדערע רישעות. אויסער זיין מתכבד זיין זיך בקלון חבירו...!
קען זיין ביסט גערעכט! איך פארליר מיך אפשר טאקע צו שנעל. נא דארף מען דאך טאקע תשובה טוהן...
שבת אחים: פון איין זאך האב איך געוואלדיג הנאה. אז דו ביסט (ב"ה) דא צו פראטעקטן און זיך אננעמען פאר די גאנצע קאסוב-וויזשניצער גזע. הלואי וואלטן די טשערנאבילער גזע (וועם איך האב נישט עקסטער ליעב) געהאט אזא מענטש דא אין קאווע שטיבל. יא. זיי האבן געהאט. מנשה לוסטיג. אבער ער האט איבערגעצויגן דאס שטריקל. און מ'האט איהם ארויסגעשיצט...לאל
כמיין מאיר כהנא פאר די מתנחלים
ר’יואל ט”ב פאר די סאטמארע
ר’ מ”מ שנייערסאן פאר די חבדסקע
די ריווניצער פאר די מופתים גלויביגע
ר’ משה בער בעק פאר די אראבער
ר’ יצחק לעבעוויטש פאר אויבער חכמים
רב שך פאר די ליטאים
די בעל הפתק פאר די נ נחכים
בערלאנד פאר די שמוציענעס
לאו דווקא יצחק לעבאוויטש, יעדע פון די האט זיך א קליקע אויבערחכמים וואס שוואנצונען פאר איהם.
רביה''ק זי''עלאו דווקא יצחק לעבאוויטש, יעדע פון די האט זיך א קליקע אויבערחכמים וואס שוואנצונען פאר איהם.
אויף ר' יצחק האב איך געהערט אמאל א גוט ווארט פון איינעם, אז ער האקט אזוי קעגן די אמונת טפילות אז די זאלסט אין אים אויך נישט גלייבן
איך מוז מוסר מודעה זיין אז די לייקס וואס איך האב דא געגעבן פאר שבת מיינט נישט אז איך בין מסכים מיט אלעס וואס שטייט אין יענע תגובה
Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר
שבת אחיםpetrishkeער איז זיכער נישט גערעסער פונעם ויואל משה
דאס קענסטו זאגן. דו האסט די רעכט צוהאלטן וואס דו ווילסט. און אז דער ויואל משה איז געוועהן גרעסער ווי די דמשק אליעזר. אבער שרייבן אז דו ביסט א מתנגד קעגן אים? ווען דו האסט אים ניטאמאל געקענט? דו האסט נישט קיין מינדעסטע אהנונג פון וועמען מרעדט. און דיין תגובה לייגסטו אים אריין מיט אפאר משוגעים?
כבעט דיך א טובה? גיי צוריק צו טעלעגראם, חיימא׳ס סטאטוס און די טונא בייגלעך און דריי א קאפ פאר א צווייטן. איך בין זעקס טאג עלטער ווי די שיט!
האסט אמאל געזעהן א בילד פונעם דמשק? קוק אויף אזא “הייליגער צורה”. מקען זעהן אויף א מענטש׳ס צורה וואס פארא מענטש ער איז!
קוק אויף די בילדער. אזא הייליגער צורה ווי א “מלאך אלקים” די רבי פון ביידע סקולענער רביס וואס האבן געטוהן אזויפיל חסד פאר אידן!
די טשערנאוויצער רבי האט מספיד געוועהן זיין גרויסער טאטען גאב״ד מאנטשעסטער און ער זאגט “סאיז נישט דורך איין טאג אין זיין לעבן וואס ער זאל לכה״פ איינמאל דערמאנען זיין רבין דער דמשק און דער אהבת ישראל. גערעדט און זיך געקאכט אין זיי טאג און נאכט”
נישט געוועהן אזא געלונגער מענטש לדעתי נאך זיין טאטען די אהבת ישראל. נישט געוועהן! נישט די רוזינער, נישט צאנזער רב, נישט די רבי ר׳ אלימלך, נישט די בעש״ט.
קיינער נישט! אזא געלונגער מענטש געשעהט נישט יעדן טאג... הייב אן צו ליינען וועגן אים. וועסטו זעהן אז איך טרייב גארנישט איבער.
האסט אמאל געזען א בילד פון דזאסטין ביבער?
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
שבת אחים, אל יחר אפך, אבער כ'מוז זאגן איין הערה.
אויב דער דמשק האט געטון און גע'עסק'ט מוז זיין ער האט עפעס קעגנער, ווייל ס'נישטא קיין איין עסקן וואס האט נישט.
ומאידך גיסא, אויב האט ער נישט געלאזט הערן פון זיך, איז דאך א דבר פשוט אז קיינער האט עהם נישט קעגן געזאגט.
און אויב דו האסט עהם נישט געקענט פערזענליך, ביסטו נישט באגלייבט צו גלייבן וואס ס'שטייט אויף מציבות און וואס מ'זאגט ביי הספדים
שבת אחיםpetrishkeאיך גראדע בין יא א מתנגד קעגן דעם דמשק, פשוט אז דו זאלסט נישט קענען זאגן אז ער האט נישט קיין איין מתנגד...
אבער באמת גערעדט, איז א טעות צו מאכן איין כללות'דיגע פראגע, און מ'דארף עס צוטיילען אזוי; ווער צווישן יודען איז בזמננו - פון תש''י ביז תש''פ - דער הייליגסטער 'ביי אייך'!
איך וואלט סתם ארויסגעלייגט א קליינע רשימה'לע, און איר קענט לייגן אייער רשימה...
מיכאל שניצלער
יואלי ראטה
מנשה לוסטיג
דער ינוקא מסדיגערע
רעב-שויל
קיטשי סורי
שפיטיווקער
זשיגעלע
קים גאן אול
ואחרון חביב אמנון יצחק
דו ביסט א מתנגד פארן הייליגען דמשק? מרעדט דא נישט פון דיר. מרעדט נאר פון מענטשען וואס האבן געלעבט אין יענע יאהרן! ווער ביסטו צורעדן אויף אזא הייליגער איד ווי די דמשק אליעזר? האסט אים געקענט? וואס דרייסטו א קאפ??? וואס ביסטו מתנגד אויף אים? ביטע לאמיר הערן.
ביסט נישט cute, לייגסט אריין די הייליגער דמשק צווישן אפאר משוגעים. שעם דיך אין דיין פנים אריין! א איד וואס האט זיך מוסר נפש געוועהן פאר פשוטע אידן אינדערהיים. א איד וואס האט זיך אוועקגעגעבן פארן כלל. וואס געהאלפן און מחזק געוועהן יעדען צובראכנע מענטש? אפגעפליקטער בהמה וואס דו ביסט! דו גרויליגער מענטש וואס דו ביסט! שוטה! קראנקע זכור! פוי! שעם דיך אין דיין פנים אריין! איך האב נישט קיין ווערטער פאר אזא רשע מרושע ווי דו!
מעק עס דיין גרויליגע תגובה און זיי מודה אז דו האסט נישט די מינדעסטע אהנונג ווער די דמשק אליעזר איז געוועהן ווייל ווען ער האט געלעבט איז נישט קיין איינער נישט קיין חילוק פון וועלכע חדר, חסידות וואס האט געהאט די חוצפה צורעדן אנטעקן אזא אויסגעארבעטער הייליגער איד!!! קיין איינער נישט! פאקט!
שבת די האסט געקענט דעם דמשק? ניין, זאגסט נאך וואס די האסט געהערט פון דיינע עלטערן, זיי זענן געווען דורות וויזניצע חסידים, איז דער דמשק הייליג ביי דיר פונקט ווי די אנדערע וויזניצע אייניקלעך
איך האב קיינמאל נישט ספעציעל געהערט פון דמשק אויסער פון דיר, אפילו פון אמרי חיים האב איך מער געהערט, און ח"ו איך רעכען אים נישט צווישן די אנדערע אבער זאגן אז מער פון בעש"ט, ר"ר אלימלך? וכדומה, איז אויך חוצפה און נאריש, ווער נישט אזוי ווילד פון איינער וואס זאגט אנדערש
וואס האלט טאקע דער ציבור, ס'דא בדורינו איינער וואס איז גרעסער פונעם ויואל משה?
[מ'רעדט פונעם ארטאדאקסישן יודישער ציבור]
יא
למשל ר' מרדכי שטיינער?
דער ריבניצער?
הרב זמיר כהן?
ר' יעקב מאיר שעכטער?
קלויזנבורגער רב?
דער בית ישראל?
דער סקווער קאלאראשער?
ר' עובדיה?
יעדער פון זיי האט געמאכט פאזעטיווע מהפיכות אינעם דור
חאצאצקע רבי האט א גדלות וואס די ויואל משה האט נישט געהאט. ער טוט פאר יתומים וואס די רבי האט נישט געקאנט טאן.
פערינאחאצאצקע רבי האט א גדלות וואס די ויואל משה האט נישט געהאט. ער טוט פאר יתומים וואס די רבי האט נישט געקאנט טאן.
דער דברי יואל האט ערנסט גערעדט אסאך צדקה געגעבן
אוי וויי, מנשה איז צוריק?! 😲 😲 😲
Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר
מ'קען נישט דא באשמוצן קיין מענטשן אן קיין שום באווייזן.
מנהל
Re: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר
petrishkeוואס האלט טאקע דער ציבור, ס'דא בדורינו איינער וואס איז גרעסער פונעם ויואל משה?
[מ'רעדט פונעם ארטאדאקסישן יודישער ציבור]
עד שאתה שואלני אם יש גדול מרבינו הקוה״ט , תשאלני אם רבינו יואל נחשב לצדיק בכלל… על פי אמות מידה של תורה[emoji2962][emoji2959][emoji777]
א רבניש קינד אין א וומסב״ג שטיבל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בזה הלשון : דער סאטמער רבי האט געמאכט זייער ווייניג טעותים אין זיין לעבן! היינט זעען שוין אלע איין … אפילו די מיזרחיסטן…
האט זיך איינער א חכם אנגערופן:
איר זענט גערעכט, ער האט טאקע געמאכט ווייניג גרייזן… איר ווייסט פארוואס?… ווייל זיין גאנצער לעבן און שאפן איז געווען ניטמער ווי איין ריזיגן טעות!…
וואס טראכט דער עולם וועגן דעם???
Sent from my iPad using Tapatalk
שבת אחיםpetrishkeער איז זיכער נישט גערעסער פונעם ויואל משה
דאס קענסטו זאגן. דו האסט די רעכט צוהאלטן וואס דו ווילסט. און אז דער ויואל משה איז געוועהן גרעסער ווי די דמשק אליעזר. אבער שרייבן אז דו ביסט א מתנגד קעגן אים? ווען דו האסט אים ניטאמאל געקענט? דו האסט נישט קיין מינדעסטע אהנונג פון וועמען מרעדט. און דיין תגובה לייגסטו אים אריין מיט אפאר משוגעים?
כבעט דיך א טובה? גיי צוריק צו טעלעגראם, חיימא׳ס סטאטוס און די טונא בייגלעך און דריי א קאפ פאר א צווייטן. איך בין זעקס טאג עלטער ווי די שיט!
האסט אמאל געזעהן א בילד פונעם דמשק? קוק אויף אזא “הייליגער צורה”. מקען זעהן אויף א מענטש׳ס צורה וואס פארא מענטש ער איז!
קוק אויף די בילדער. אזא הייליגער צורה ווי א “מלאך אלקים” די רבי פון ביידע סקולענער רביס וואס האבן געטוהן אזויפיל חסד פאר אידן!
די טשערנאוויצער רבי האט מספיד געוועהן זיין גרויסער טאטען גאב״ד מאנטשעסטער און ער זאגט “סאיז נישט דורך איין טאג אין זיין לעבן וואס ער זאל לכה״פ איינמאל דערמאנען זיין רבין דער דמשק און דער אהבת ישראל. גערעדט און זיך געקאכט אין זיי טאג און נאכט”
נישט געוועהן אזא געלונגער מענטש לדעתי נאך זיין טאטען די אהבת ישראל. נישט געוועהן! נישט די רוזינער, נישט צאנזער רב, נישט די רבי ר׳ אלימלך, נישט די בעש״ט.
קיינער נישט! אזא געלונגער מענטש געשעהט נישט יעדן טאג... הייב אן צו ליינען וועגן אים. וועסטו זעהן אז איך טרייב גארנישט איבער.
איך דארף האלטן פון עם די הייליגסטע ווייל טשערנאוויטצע רבי האט אזוי געזאגט?
די חוזה הייסט איז שוואכער ווי טשערנאוויטצע רבי?
איך האב גראדע געליינט פונעם דמשק אזא געשטאלט מאכט זיך יא
מיט מיין ארימע דעת בינעך מער באגייסטערט פונעם טשעבינע רב
petrishkeוואס האלט טאקע דער ציבור, ס'דא בדורינו איינער וואס איז גרעסער פונעם ויואל משה?
[מ'רעדט פונעם ארטאדאקסישן יודישער ציבור]
זייער אינטערסאנט, מיר קוקט אויס אז דיין כוונה ביים עפענען דעם אשכול איז געווען אז איינער זאל ענטפערן אז סאטמארע רבי איז געווען די הייליגסטע מענטש און דו וואלסט ארויסגעברענגט אז דו האלסט נישט אזוי, (אזוי בין איך משער פון זעהן דיינע תגובות אין אנדערע אשכולות) למעשה האט זיך עס עפעס נישט אויסגעארבעט ביז דו האסט עס געמוזט ארויסברענגען הערשט אויף די פערטע בלאט.
די גאנצע אשכול געפעלט מיר נישט סתם אזוי, באלד וועסטו פרעגן וועלכע מענטש איז געווען די טמא'נסטע זייטן קריג, אדער ווער איז געווען די הייליגסטע ציווישן די תנאים אדער ווער ווייסט וואס נאך ס'וועט דיר נאך בייפאלן.
דורש אמתשמעון וואלףרביה''ק זי''עלאו דווקא יצחק לעבאוויטש, יעדע פון די האט זיך א קליקע אויבערחכמים וואס שוואנצונען פאר איהם.
אויף ר' יצחק האב איך געהערט אמאל א גוט ווארט פון איינעם, אז ער האקט אזוי קעגן די אמונת טפילות אז די זאלסט אין אים אויך נישט גלייבן
זיין שותף און חסיד מובהק, ר אייזיק קעפעטש האט זיך אויסגעדרוקט: א לאנגע צייט האב איך געמיינט אז ר יצחק איז א גרויסער מענטש מיט שוואכקייטן ביז איך בין דערגאנגען אז ער איז א קליינער מענטש מיט גרויסקייטן.
Sent from my iPad using Tapatalk
ס'מיר בכלל א חידוש פארוואס ר' אייזיק קעפעטש זאל קלעבן צום וואודריטשער רב, היות ר' אייזיק איז אזאנס איש האשכולות, און וואס זיין זון ר' יואל קען, איז עס נאר פונעם פאטער.
אז ער איז געווארן א פרומער - מער פון זיין פאטער - ניחא... אבער ר' אייזיק שפיקח הוא, וואס האט ער זיך אנגעקלעבט אין עהם?
קען זיין אגב חורפי' שבשתא...
פעטרישקע: ווייל ר' אייזיק קעפעטש איז געווען איינער פון די ערשטע תלמידים פון ר' יצחק. נאך פון פאר די בראשית יארן. אויך איז ער מיט די צייט געווארן זיין הויפט תלמיד און אונטערשטיצער. נאר מיט די צייט האבן זיי געהאט אן (אומפריינטליכע) צושיידונג. פאר נישט באוואוסטע אורזאכן...!
איין זאך איז זיכער אז ר' יצחק לעבאויטש האט געהאט א זייער שטורמישן לעבן מיט שטענדיגע עליות און מורדות אין די סאציאלע וועלט פון חרד'ישן אידנטום.
ווען ס'וועט זיין ווער ס'וועט באשרייבן זיין לעבנס געשיכטע וועט דאס זיכער זיין א מאנומענטאלע ווערק פון עטליכע בענדער...!
berlbalagulehפעטרישקע: ווייל ר' אייזיק קעפעטש איז געווען איינער פון די ערשטע תלמידים פון ר' יצחק. נאך פון פאר די בראשית יארן. אויך איז ער מיט די צייט געווארן זיין הויפט תלמיד און אונטערשטיצער. נאר מיט די צייט האבן זיי געהאט אן (אומפריינטליכע) צושיידונג. פאר נישט באוואוסטע אורזאכן...!
איין זאך איז זיכער אז ר' יצחק לעבאויטש האט געהאט א זייער שטורמישן לעבן מיט שטענדיגע עליות און מורדות אין די סאציאלע וועלט פון חרד'ישן אידנטום.
ווען ס'וועט זיין ווער ס'וועט באשרייבן זיין לעבנס געשיכטע וועט דאס זיכער זיין א מאנומענטאלע ווערק פון עטליכע בענדער...!
איך בין נישט באקאנט מיט'ן וואודריטשער רב'ס געשיכטע, אפשר זאגסטו מיר טאקע, וואס איז די אונטערשייד צווישן עהם און דער מאכאליסטער...
ביידע האבן זיך דאך זעלבסט געקרוינט, איז פארוואס פונעם וואודריטשער איז ווייניגער באקאנט.
דורש אמתשמעון וואלףרביה''ק זי''עלאו דווקא יצחק לעבאוויטש, יעדע פון די האט זיך א קליקע אויבערחכמים וואס שוואנצונען פאר איהם.
אויף ר' יצחק האב איך געהערט אמאל א גוט ווארט פון איינעם, אז ער האקט אזוי קעגן די אמונת טפילות אז די זאלסט אין אים אויך נישט גלייבן
זיין שותף און חסיד מובהק, ר אייזיק קעפעטש האט זיך אויסגעדרוקט: א לאנגע צייט האב איך געמיינט אז ר יצחק איז א גרויסער מענטש מיט שוואכקייטן ביז איך בין דערגאנגען אז ער איז א קליינער מענטש מיט גרויסקייטן.
מע דערציילט אז סע איז געווען א שטינק .................
דעמאלטס האט קעפעטש זיך אנגענומען פארן חשובן רב שליטא.
וויאזוי האט דער וואודרידזשער ................. ?…
זייער פשוט יעדער בחור איז געווען מחוייב זיך מתוודה צו זיין כסדר אויף חטאת נעורים…
איז דאס אמת אז אין זיין ישיבה , ווי אויך אין סאטמאר .................
Sent from my iPad using Tapatalk
איך האב ארויס גענומן די מיאוס'ע ציטירן, כדי ווען מ'פארמעקט יענער תגובה זאל עס נישט בלייבן ביי מיר.
עס איז אבער זינלאז ביז גאר צו טראכטן אז דער וואודרידזשער רב איז חשוד אויף אזעלכע זאכן. ער רעדט כמעט קיינמאל נישט פון די סארט נושאים, ער איז נישט איבערגענומן מיט דעם און עס רעדט בכלל נישט צו אים. איך קען אים שוין צוואנציג יאר, און איך זאג דיר אז דאס גייט פשוט נישט אריין אין קאפ אז ער זאל רעדן, טון אדער וועלן אזוי.
איך געדענק זיין שמועסן צו די בחורים אין ישיבה ווען ער האט געהאט אזוינס, און ער האט גערעדט די זעלבע זאכן וואס ער זאכט פאר ערוואקסענער. אז זיי זאלן זיך אויפפירן ערליך פאר זייער אייגענע וואוילזיין, אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון די גאס און זייער דזשורנאלן און פלאקארטן, און זיי זאלן זען צו לערנן פארטאגס און נישט עסן צו פיל. ער האט גערעדט לאנג און ברייט וועגן קדושת עם ישראל וכדו', אבער נישט פון פערזענליכע קדושה. חטאת נעורים וכדו' זענען נישט געווען זיין נושא בכלל.
אבי מוציא לעז געווען אויף א מענטש על לא דבר.
איך פארשטיי פון די שאלה און די תשובות ביז אהער, אז דא ווערט נישט ערווארטערט ס'זאל ארויסקומען א תשובה וואס איז אן אבסעלוטער אמת, נאר יעדער האט זיין הייליגסטער מענטש, און אין אמת'ן קען אפי' די זעלבער מענטש האבן פארשידענע תקופות און לעבן, וואס אין יעדער פון זיי האט ער אנאנדער הייליגסטער מענטש, אויך קען א מענטש האבן און פארשידענע נושאים וואס און דער הינזיכט איז דאס ביי אים דאס מערסט הייליגע מענטש, די הגדרה איז וועלכע הייליגע מענטש ווערסטו די מערסטע בטל פאר זיין דעה, און/אדער ווער האט געהאט די מערסטע השפעה צו טויש'ן דיין לעבן/בליק אויפ'ן לעבן וכו'.
על כן וועל איך מיטטיילען מיינע הייליגסטער מענטשן, דהיינו הייליגע מענטשן, וואס האבען געמאכט און מאכן אויף מיר דו מערסטע השפעה און טוישן מיר כנ"ל און איך פיל א געוואלדיגע ביטול און זייער געגנווארט (א חוץ די לעצטע און די ליסט וואס כ'האב קיינמאל נישט באגעגנט פערזענליך אבער כ'שטעל מיר פאר ס'וואלט געווען אזוי...)
(אין מוקדם ומאוחר ס'איז פשוט כפי די סדר וואס כ'האב זיך באקענט מיט זיי)
@שליחמיין רביJordan B. PetersonRe: ווער איז דער הייליגסטער מענטש - זייט נאכ'ן 2טן וועלטס קר
ליטוואק פון בודאפעסטדורש אמתשמעון וואלףרביה''ק זי''עלאו דווקא יצחק לעבאוויטש, יעדע פון די האט זיך א קליקע אויבערחכמים וואס שוואנצונען פאר איהם.
אויף ר' יצחק האב איך געהערט אמאל א גוט ווארט פון איינעם, אז ער האקט אזוי קעגן די אמונת טפילות אז די זאלסט אין אים אויך נישט גלייבן
זיין שותף און חסיד מובהק, ר אייזיק קעפעטש האט זיך אויסגעדרוקט: א לאנגע צייט האב איך געמיינט אז ר יצחק איז א גרויסער מענטש מיט שוואכקייטן ביז איך בין דערגאנגען אז ער איז א קליינער מענטש מיט גרויסקייטן.
מע דערציילט אז סע איז געווען א שטינק .................
דעמאלטס האט קעפעטש זיך אנגענומען פארן חשובן רב שליטא.
וויאזוי האט דער וואודרידזשער ................. ?…
זייער פשוט יעדער בחור איז געווען מחוייב זיך מתוודה צו זיין כסדר אויף חטאת נעורים…
איז דאס אמת אז אין זיין ישיבה , ווי אויך אין סאטמאר .................
Sent from my iPad using Tapatalk
איך האב ארויס גענומן די מיאוס'ע ציטירן, כדי ווען מ'פארמעקט יענער תגובה זאל עס נישט בלייבן ביי מיר.
עס איז אבער זינלאז ביז גאר צו טראכטן אז דער וואודרידזשער רב איז חשוד אויף אזעלכע זאכן. ער רעדט כמעט קיינמאל נישט פון די סארט נושאים, ער איז נישט איבערגענומן מיט דעם און עס רעדט בכלל נישט צו אים. איך קען אים שוין צוואנציג יאר, און איך זאג דיר אז דאס גייט פשוט נישט אריין אין קאפ אז ער זאל רעדן, טון אדער וועלן אזוי.
איך געדענק זיין שמועסן צו די בחורים אין ישיבה ווען ער האט געהאט אזוינס, און ער האט גערעדט די זעלבע זאכן וואס ער זאכט פאר ערוואקסענער. אז זיי זאלן זיך אויפפירן ערליך פאר זייער אייגענע וואוילזיין, אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון די גאס און זייער דזשורנאלן און פלאקארטן, און זיי זאלן זען צו לערנן פארטאגס און נישט עסן צו פיל. ער האט גערעדט לאנג און ברייט וועגן קדושת עם ישראל וכדו', אבער נישט פון פערזענליכע קדושה. חטאת נעורים וכדו' זענען נישט געווען זיין נושא בכלל.
אבי מוציא לעז געווען אויף א מענטש על לא דבר.
דו קענסט אים פאר די לעצטע 20 יאר? איך האב מקבל געווען די אינפארמאציעס מיט איבער 20 יאר צוריק; ווי אלט ביסטו דעמאלטס געווען?… דאס ערשטע און די דריטע האב איך געהערט פון א רעוול - אן אדמור. לויט זיין נוסח איז דאס לכאורה שוין אנגעקומען צו די אינסטאנצן און דערפאר האט ער געברויכט ר אייזיקס פארטיידיגונג.
די מיטלסטע האב איך געהערט אין די 90ער יארן פון א איש תמים ומיתמם וואס איז עי -סעקסואל; קיינמאל ניט געהאט קיין תאווה צו מישגל… ער האט בשעתו געלערנט מיט בחורים אין וואודרידזש… זיינע תלמידים האבן אים דערציילט אין ריעל טיים וועגן זייערע ווידויים פארן ראש ישיבה.
ואתכם הסליחה… אויב דאס איז אייך ניט ניחא געווען
Sent from my iPad using Tapatalk
א מאדנע שאלה מיט מאדנע תשובות...
אין אפוטרופוס לעריות
און ווער ס'רעדט אויף אנדערע גרויסע איז ער פגום
אבער דאך איז יעדער יוד בחזקת כשרות ביז ס'דא ראיות פארקערט.
מ'רעדט דא טאקע יעדער וואס ער שפירט איז ביי עהם דער עמוד אור וואס ער קוקט דאס מערסטע ארויף.
וואס ער האט געטון בחדרי חדרים ווייס איך נישט. אבער צוואנציג יאר צוריק בין איך שוין געווען נאך די צוואנציג, און איך האב א פיינעם בילד פון זיין ישיבה פון דעמאלס (אין די אלטע צימערן אונטער זיין שטוב). עס האבן געהאנגן צעטלך על דא ועל הא, געווידמעט לויט וואס ער האט געהאלטן די בחורים דארפן הערן. און 'קדושה וטהרה' איז נישט געווען זיין נושא כלל וכלל.
@טאמבל סאס זאגט אז ער האט געלערנט ביי אים, וואס זאגט ער צו אזא בילד?
ווען מ'זאל אפירנעמען די בינטל נעמען וואס האבן נאכלויפערס - אזעלכע וואס זענען מתנגדים פון אנדערע... קען מען לייכט אנ'הויפענען אויף יענע כלומרשט כשר'ע צדיקים'לעך א איבערפוהלע קופה של שרצים להפליא.
אבער, אויב דו האסט עהם ליב, און איך נישט, קען איך נישט האבן טענות, ווייל יעדער דארף זיין שופט פאר זיך, און נישט פאר יענעם.