☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » Who to trust ? ווער איז באגלייבט

Who to trust ? ווער איז באגלייבט

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14998
בלאט: 1 2

petrishke » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:24 pm

· #488604
דו מוזט מודה זיין אז פאפא רב און צעלימער רב האבן נישט טעראריזירט ווי סאטמאר האט געטון. און דאס האט אטאמאטיש געמאכט אויסקוקן ווי כאילו ער איז באלעבוס אויפ'ן כלל.

ר' משה פיינשטיין איז געווען א אנגענומענער פוסק ביי אלע, אבער אויסער עהם, ווייסיך נישט אויב מיר האבן א פרייוויליגער רב זייט דעמאלטס - פאר'ן גרויסער כלל. ווייל ווער ס'האט געקלערט אנדערש, איז אנטלאפן פון דארט, און געבליבן זענען די וואס זענען געווארן נכנע מיט כח.

היינט איז טאקע חוזק די גאנצע זאך, און מ'שלאגט זיך צווישן זיך, אבער מיר זעמער געבליבן אנע קלארע פסק, ווען מ'וויל אויסקלארן עיקרי הדת, ווייל דאס וואס סאטמאר רב האט דעמאלטס געזאגט, איז אנגענומען געווארן מיט צוואנג.

פרנס החודש » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:46 pm

· #488608
Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט
מסכים , אבער אין אלגעמיין האט מען נישט געדארפט טעראריזירען די פרויען זיך אפצוגאלען דאס קאפ , אפאר שבת שובה דרשות האבן געטון די ארבייט.... נייטרא וויען צעהלים פאפא ובאבוב יוכיחו אז מען האט נישט טעראריזירט און זיי זענען גארנישט צוריקגעבליבן פון סאטמאר .
נאר די פראבלעם הויבט זיך אן מיט'ן נעקסטען דור.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

פרנס החודש » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:56 pm

· #488609
Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט
איך מיין דאס איך האב אן ענטפער צו דיין פראגע.
היסטאריע איז באגלייבט, א זאך וואס" יעדער" טוט שוין פאר דריי הונדערט יאר איז נישט על לא דבר , דוק ותשכח .
נאר גיב אכטונג נישט צו ווער פארנארט צו גלייבן אז א מנהג פון אפאר פארפרומטע באבעס פאר צוויי דריי דורות , איז געווען אנגענומען אין כלל ישראל פאר הונדערטער יארן.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 12:49 am

· #488613
למעשה אויף די עניינים ווי שערן די האר האבן די היינטיגע רבנים נישט עכט קיין אוטאריטעט. ווער עס שערט וכדו'איז אדער ווייל ער אליין האלט אזוי אדער וועגן דרוק פון משפחה און די קהילה

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 12:51 am

· #488614
בכלל, מיר זענען צוריק צו די מצב ווי די קהילה איז די שטערקסטע אוטאריטעט אין אידנטום ַ. דער רבי/רב נעמט זיין כח פון דעם וואס די קהילה שטייט מיט אים.

שמעון וואלף » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:11 am

· #488618
@petrishke
קודם שלום עליכם, און ס'קוקט אויס אז די ברענגסט חיות דא אין שטיבל. איך האף אז דער עולם האט דיך שיין אויפגענומען.

די ברענגסט ארויף אינטערעסאנטע טעמעס, אבער אביסול צעמישט. מ'דארף מיר פאקסען אויף איין זאך און דאס אדרעסירן אן פארפארן מענין לענין.

די האסט אנגעפאנגן די תגובה מיט די שאלה וועם מ'קען טראסטן. די פשוט'ע ענטפער איז "קיינער". און די סיבה איז ווייל קיינער קען דיר נישט אויפווייזן אז ס'דא א באשעפער און אז תורה איז מן השמים. דאס דארף זיך אנהייבן ביי דיר, אז די זאלסט האבן אפגעמאכט אז די גלייבט אין די י"ג עיקרים.

איינמאל דאס איז קלאר קענסטי גיין ווייטער און מברר זיין וואס די תורה פארלאנגט. טאמער האסטי נישט די נערווען און צייט זיך אריינצולייגן דערין קענסטי פשוט טון ווי דיין טאטע האט דיך געלערענט און אויפזיכן א רב וואס איז א תלמוד חכם און ערליך. אזא איינע קענסטי טראסטן און אפילו טאמער הייסט ער דיר אמאל טון עפעס וואס איז נישט ריכטיג ביסטי אן אונס וואס רחמנא פטריה.

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:13 am

· #488621
Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט
שמעון וואלף

פארוואס זאל איך נישט קענען טראסטן א קלוגער מענטש וואס זאגט א זער האט דורכגעטאן די נושא און האלט אז לאגיק ווייזט א עס איז דא א בורא?

Sent from my Kyocera 4g LTE phone

שמעון וואלף » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:18 am

· #488622
יָדוֹרָש

אויב די ווילסט קענסטי אים טראסטן אבער די דארפסט וויסן אז ס'זענען דא אנדערע קלוגע מענטשן וואס האבן דאס אויך דורכגעטון און זענען געקומען צו אנדערע מסקנות.

יָדוֹרָש » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:19 am

· #488623

נו, קען איך דאך נישט נאכלויפן יעדן קלוגן מענטש. אזויווי ווען מען זוכט אן עצה, רעדט מען צו די קלוגע וואס מען קען, ודי בזה.

Sent from my Kyocera 4g LTE phone

petrishke » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 8:00 am

· #488634
סך הכל, נעמט זיך יעדער אן וואס - לכל הפחות - זיין טאטע צו רב האט עהם איבערגעגעבן מסורה.

מיין פראגע איז קעגן די הוהא קהילה וואס מאכט דעם אויסקוק אז ס'איז תורה מסיני. און דאס איז נוגע היבש צענטראלע טעמעס, ווי ציוניזם, כשרות, וכדו'. וואס איז געווארן אזא שטעמפל, אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן, וואס התאחדות הרבנים, צו התאחדות הקהילות, איז עפעס א פושע מומר, צו אין בעסטן פאל עפעס א יהודי למחצה.

how about אז אברהם אבינו איז געווען איינער אליינס, און איז געווען היבש גערעכט? און מיר זענען יחידים און זענען מער יודען ווי טויזענטע ברוקלינער וואס כפו עלינו ההר כגיגית?
ס'זאל אייך ניט וויי טון, אבער צו אראפרייסן יעדער וואס איז ציון געשטימט, איז א היבשע מאס שנאה וואס קומט פון גוים, און אפלאכן פון אנדערע רבנים - וואס איז נישט הויעך גערעדט - א דירעקטע פעולה פונעם סאטמארער רב - א היבשע שטיק השכלה בתפארתה, אין פארעם פון קנאות און חרדיסיזם.

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 12:52 am

· #488734

ביסט אבער נישט מסביר פארוואס די זאלסט טראסטן יענע קלוגע מענטש. אפשר האט ער עפעס א טעות וואס דאס מאכט אים צוקומען צו נישט ריכטיגע מסקנות? אפשר האט ער נגיעות?

petrishke » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 12:59 am

· #488735
ווייל אויב איז עס עפעס וואס 'איך' האב אויסגעוועלט פון מיין פרייע ווילן, איז עס שוין ריכטיג פון מיין זייט. און אויב ס'האט מיר געשמעקט, איז עס פאר מיר פאסיג.

מה שאין כן, ווען מ'צווינגט ארויף זאכן, וואס טרייבט אוועק די רצון און אהבה צום לעבן, איז עס לויטער אויסגעצאפטע סחורה פונעם דוימען.

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 12:59 am

· #488736
petrishke
סך הכל, נעמט זיך יעדער אן וואס - לכל הפחות - זיין טאטע צו רב האט עהם איבערגעגעבן מסורה.

מיין פראגע איז קעגן די הוהא קהילה וואס מאכט דעם אויסקוק אז ס'איז תורה מסיני. און דאס איז נוגע היבש צענטראלע טעמעס, ווי ציוניזם, כשרות, וכדו'. וואס איז געווארן אזא שטעמפל, אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן, וואס התאחדות הרבנים, צו התאחדות הקהילות, איז עפעס א פושע מומר, צו אין בעסטן פאל עפעס א יהודי למחצה.

how about אז אברהם אבינו איז געווען איינער אליינס, און איז געווען היבש גערעכט? און מיר זענען יחידים און זענען מער יודען ווי טויזענטע ברוקלינער וואס כפו עלינו ההר כגיגית?
ס'זאל אייך ניט וויי טון, אבער צו אראפרייסן יעדער וואס איז ציון געשטימט, איז א היבשע מאס שנאה וואס קומט פון גוים, און אפלאכן פון אנדערע רבנים - וואס איז נישט הויעך גערעדט - א דירעקטע פעולה פונעם סאטמארער רב - א היבשע שטיק השכלה בתפארתה, אין פארעם פון קנאות און חרדיסיזם.

די האלטסט אין איין ברענגן משלים פון עוולות וואס זענען געטון דורך סאטמאר רב אדער התאחדות. ס'גיט עפעס א רושם ווי די ביסט אן X סאטמערע און די מיינסט אז נאר דארט איז אידישקייט פארדרייט.

יעצט לגבי דיין פאינט ביסטי גערעכט. דאס אז סאטמאר האט טויזענטע אנהענגער ווייזט בכלל נישט אז זייער מהלך איז עפעס מער אויסגעהאלטן ווי אנדערע. נאך מער. סאטמאר רב אליינס האט דאך דאס געשריגן, אז אפילו כמעט גאנץ כלל ישראל איז פארכאפט אין ציונות טאר מען נישט נתפעל ווערן

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:01 am

· #488737
petrishke
ווייל אויב איז עס עפעס וואס 'איך' האב אויסגעוועלט פון מיין פרייע ווילן, איז עס שוין ריכטיג פון מיין זייט. און אויב ס'האט מיר געשמעקט, איז עס פאר מיר פאסיג.

מה שאין כן, ווען מ'צווינגט ארויף זאכן, וואס טרייבט אוועק די רצון און אהבה צום לעבן, איז עס לויטער אויסגעצאפטע סחורה פונעם דוימען.

וואס האט דאס א שייכות מיט טראסטן?

petrishke » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:14 am

· #488738
כ'בין א ברוקלינער, און מיינע עלטערן זענען אמאל געווען פון ווילי, און זענען אנטלאפן פון דארט מיט'ן לעצטער באן... דערפאר איז דאס מיר פאר'ן נאז.
אבער באמת, ביסטו גערעכט אז מיין נקודה איז נישט בלויז זיי. אבער! איז נישט אפציעל סאטמאר די הויפט פאן טראגער פון די איבערגעטריבענע איסורים מיט כח התורא?

איך האב אבער נאך צוויי פראגעס; [אדרבה, אויב דו קענסט מיר דאס מסביר'ן.]

אחת; פארוואס זעט טאקע נישט סאטמאר איין, [כ'מיין נישט התאחדות, כ'מיין די פאלק אין סאטמאר,] אז ס'פארהאנען נאך כלל ישראל, און ס'דא א שיטה פון ציונות איז לעגעטים?
דהיינו, אט די דאזיגע קהילה ייטב לב, וואס טוהט אזויפיל חסד מיט אנדערע - צו זייערע פולע ארגאניזאציעס - זאלן שפירן די רעכט פון אנדערע שיטות ביי ''ערליכע קהילות בישראל''.

שנית;
[כ'קען פרעגן אין דעטאלן נאך אזעלכע פראגעס, אבער דאס איז בכללות] וויפיל סתירות זענען פארהאנען אינעם שטאנד פון אט די קהילות, פון איין זייט איז פרי פאר אלל, מ'קען מאכן שולען און שטיבלעך, און מוסדות און אלסדונג, ווייל מיסודו של רביה''ק איז ממילא ראביסטעווע א געלעכטער, און לא די אז ס'איז נשתכח, איז אויך די היינטיגע מצב הרבנים - וואס זענען נישט לצידו - אין איין מדריגה כאחת הריקים.
מ'האלט זיך צו איין זאך מיט קנאות עד הסוף [די סוף איז אז ס'איז חוזק...] און מצד שני לאכט מען אויס יעדער איינער וואס איז נישט אין שפאן, מיט דעם מהלך וואס איז אפציעל אונטער התאחדות.

קען מען איינעם גלייבן? איז עס נישט סתירה'דיג מיסודו???

שורה תחתונה, איך קען פונקט אזוי זיין א סאטמארער געשטימט - אלץ א פורק עול. און פונקט אזא עקס סאטמארער - ווען כ'טוה וואס איז נישט איינשטימיג מיט דעם שיטה גאנג, וואס איז לפי די ''בוק אף רולס''...

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:28 am

· #488739
petrishke
כ'בין א ברוקלינער, און מיינע עלטערן זענען אמאל געווען פון ווילי, און זענען אנטלאפן פון דארט מיט'ן לעצטער באן... דערפאר איז דאס מיר פאר'ן נאז.
אבער באמת, ביסטו גערעכט אז מיין נקודה איז נישט בלויז זיי. אבער! איז נישט אפציעל סאטמאר די הויפט פאן טראגער פון די איבערגעטריבענע איסורים מיט כח התורא?

ניין. סקווירא, בעלז, גור, ליבאוויטש, קלויזענבורג און ליטווישע האבן אויך פרומקייטן וואס איז נישטא ערגעץ אנדערש.

איך האב אבער נאך צוויי פראגעס; [אדרבה, אויב דו קענסט מיר דאס מסביר'ן.]

אחת; פארוואס זעט טאקע נישט סאטמאר איין, [כ'מיין נישט התאחדות, כ'מיין די פאלק אין סאטמאר,] אז ס'פארהאנען נאך כלל ישראל, און ס'דא א שיטה פון ציונות איז לעגעטים?
דהיינו, אט די דאזיגע קהילה ייטב לב, וואס טוהט אזויפיל חסד מיט אנדערע - צו זייערע פולע ארגאניזאציעס - זאלן שפירן די רעכט פון אנדערע שיטות ביי ''ערליכע קהילות בישראל''.

די עומדים בראש פון די סאטמערע חינוך פאר די לעצטע 50 יאר האבן נישט געהאלטן ביים ארבעטן אויפצובויען די קינדער און יונגעלייט צו זיין שטאלץ מיט זייער וועג פון אידישקייט. ס'איז זיי גרינגער געווען די מהלך פון אראפרייסן און חוזק מאכן פון אנדערע אזוי וועט די סאטמערער זיך גוט שפירן און טאנצן "והבדלנו מן התועים".

שנית;
[כ'קען פרעגן אין דעטאלן נאך אזעלכע פראגעס, אבער דאס איז בכללות] וויפיל סתירות זענען פארהאנען אינעם שטאנד פון אט די קהילות, פון איין זייט איז פרי פאר אלל, מ'קען מאכן שולען און שטיבלעך, און מוסדות און אלסדונג, ווייל מיסודו של רביה''ק איז ממילא ראביסטעווע א געלעכטער, און לא די אז ס'איז נשתכח, איז אויך די היינטיגע מצב הרבנים - וואס זענען נישט לצידו - אין איין מדריגה כאחת הריקים.
מ'האלט זיך צו איין זאך מיט קנאות עד הסוף [די סוף איז אז ס'איז חוזק...] און מצד שני לאכט מען אויס יעדער איינער וואס איז נישט אין שפאן, מיט דעם מהלך וואס איז אפציעל אונטער התאחדות.

קען מען איינעם גלייבן? איז עס נישט סתירה'דיג מיסודו???

די תירוץ איז בערך די זעלבע ווי אויף די פאריגע שאלה

שורה תחתונה, איך קען פונקט אזוי זיין א סאטמארער געשטימט - אלץ א פורק עול. און פונקט אזא עקס סאטמארער - ווען כ'טוה וואס איז נישט איינשטימיג מיט דעם שיטה גאנג, וואס איז לפי די ''בוק אף רולס''...

petrishke » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 9:13 am

· #488750
איין זאך מוזטו מודה זיין, אז רוב חסידות'ן שעצט מען אנדערע, און אוודאי וועסטו נישט הערן פון א מנהיג זאל אפלאכן פון יענעמס מסורה.

און - וויט אלל דע רעספעקט - רבינו יואל האט געהאלטן ס'נישטא קיין צדיקים, אבער ער יא? די דרך החסידות איז פארגעסן, און זיין מסורה נישט?... זיין כח הזיכרון איז בעסער פון יעדן?... צו - אני ואפסי עוד?
איך האלט אז יעדער יוד האט א חזקת כשרות, און יעדע רבי קען זיין איז גערעכט, אבער אז ער איז זיך סותר - צו נאך ערגער, איז דאס א כפירה אין די יסודות המסורה והחינוך לדורות.

כלומר;
ווען איינער שעצט יענעמס וועג אויך, קען איך טראסטן דיין וועג. אבער ווען איינער זאגט, וואס איז געווען איז פארגעסן, און אלע אנדערע מנהיגים זענען גארביטש, נאר איך איך איך... דאס שמעקט זייער נישט גוט!

יָדוֹרָש » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:37 am

· #488753

ר' יואל האט זיך נישט געהאלטן פאר קיין ''צדיק''. ער האט געהאלטן אז זיין שיטה איז אויסגעבויט אין הלכה, און האט טאקע געשפירט פאר וויכטיג צו מסביר זיין זיין שיטה און שרייבן א גאנצע ספר צו ווייזן פון ווי ער קומט. אנדערש ווי די צדיקים וואס האבן געזאגט וואס זיי האלטן און מען האט דאס געמוזט אננעמען כמסיני.

Sent from my Kyocera 4g LTE phone

בונה של טוב » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 2:10 pm

· #488768
רביה''ק זי''ע
דא און דא

א דאנק פאר׳ן ציטירן!
כ׳האב נאכנישט געליינט דעם צווייטן אשכול אבער דאס ערשטע דערמאנט מיר די מאמר פון גמרא כחא דהתירא עדיף

דורש אמת » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 2:35 pm

· #488770
Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט
דער בריסקער רב ר׳ יאשע בער, האט גע׳פסקנ׳ט לחומרא ווען א איד איז געקומען צו אים מיט א שאלה וועגן כשרות; און באלד אויפ׳ן פלאץ האט ער ארויסגענומען געלט פון טאַש און באצאלט דעם איד פאר די שאדן… & ער האט געזאגט: ס׳דא צוויי דעות, און אויב בין איך מחמיר קען איך עס נאר טון אויף מיין אייגענעם חשבון! (און ממילא האט ער געפילט מחיוב צו באצאלן)

נאך א זאך וואס מ׳קען צולייגן: די משנה זאגט עבירות שבין אדם למקום איז יום כיפור מכפר, אבער עבירות בין אדם לחבירו איז אפילו יו״כ נישט מכפר. וואס פאסירט אויב א רב מאכט א טעות און געט א גרייזיגע פסק? אויב האט ער מתיר געווען, אין א פלאץ ווי ס׳איז אסור האט ער עובר געווען; אבער אויב האט ער גע׳פסק׳נט לחומרא, איז לויט דעי אויבנדערמאנטע משנה אסך הארבער, ווייל די שאדן פון געלט/צייט/צער וכו׳ איז אפילו יום הקדוש נישט מכפר.

טאמער וועט איינער זאגן אז דאס הערט זיך מאָדערן און נישט לפי דרך רבותינו, לאז איך דיר וויסן אז דאס איז געשריבן געווארן דורך ר׳ אלעזר פלעקעלעס (בעל תשובה מאהבה) פאר צוויי הונדערט יאר צוריק… ס׳נישט קיין נייע זאך

טאמער ווילסטו זאגן אז דאס שטימט מיט׳ן דרך המתנגדים און נישט לויט׳ן חסידישן שטייגער, האב איך דיר נייעס אז דאס ווערט אויך אראפגעברענגט דורכ׳ן חסידישן רבי׳ן ר׳ סיני זמיגראדער- (צאנזער אייניקל)

petrishke » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 6:05 pm

· #488787
בשנות תש''י - תש''ל ווער האט ארויפגעצווינגען אויפ'ן כלל איין מהלך? איז דאס געווען דרך ההלכה צו טון אזוי?
האט מען געוויזן פאר'ן דור א לעקציע אין חינוך, אז מ'דארף איבערבעטן וועמען מ'האט טעראריזירט? איז דאס אין איינקלאנג מיט תורה ושו''ע?
פון וואו שטאמט די מהלך וואס רוב רובו פונעם יהדות ניו יורק איז היינט תוצאות פון דעם? פון יושר והלכה ואמת?

ניין!

טא, וויאזוי גענוי איז באגלייבט סיי וועלכער רב וואס פאררופט זיך נוטה צו דעם מהלך הישן והמעוקם?
ס'וואלט ווען געדארפט צעריסן ווערן דאס גאנצע אלטע מהלך אויף פתות פיתים, און אנהייבן א מהלך חדש, וואס זאל פארגעסן די אלטע עבירות פון רציחה און אביוס - אין נאמען פון שלחן ערוך - אונטער די פליגלען פון שיטה הקדושה ולמעלה בטיפשות

דורש אמת » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:58 pm

· #488806

תיקון טעות: ניט חס ושלום ״פארגעסן די אלטע עבירות פון רציחה און אביוס״ … ניין די תורה האט אונז אנגעזאגט לא תשכח! מיר וועלן קיינמאל ניט פארגעסן, די עמלקישע סאטמארע שטיק! נאר דעמאלטס איז דא א האפענונג פאר די קינדער און אייניקלעך אונזערע!

די תכלית פון תורה איז טובת קיום האנושי, עשות משפט ואהבת חסד, יושר וצדק
.
ווען סאטמארער רב , רבי יואליש ( אדער רבי יאולאק, ווי ער איז גערופן געווארן ביי די אשכנזים אין סאטמאר) זיכרונו לברכה האט דערקלערט אז מע דארף פיינט האבן יעדן מענטש וואס איז נישט קיין סאטמארער חסיד און אז די גאנצע תורה באשטייט פון שנאה האט ער נישט נאר פארבייגט פון די מסורה נאר ער האט אויסגעריסן דעם יסוד און תכלית פון תורה.
ער האט איינגעפרעגלט די דאזיגע שנאה און סם המוות אין דורות פון קינדערשע הערצער אין נאמען פון גאט און תורה.

איז שייך א גרעסערער חילול השם און בזיון התורה?…

ניט נאר אידישקייט האט ער אויסגעריסן נאר די גאנצע מענטשליכקייט. דרך ארץ (=מענטשלעכקייט) קדמה לתורה בעשרים וששה דורות.
אם אין דרך ארץ אין תורה ד. ה. תורה אן מענטשלעכקייט איז ניט ווערט קיין האלבע קאָפיקע.
.
דאס קען מען רופן תורה? רעליגיע? אידישקייט? דאס איז ענדערש א קאָלט וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א דיקטאטאר וואס האט א שטארקער פחד פון קאנקורענץ. ער באטראכט זיך אליינס און זיין קליקע פאר די אמתע אידן - און כלל ישראל פון דער אנדערער זייט זענען אלע אפיקורסים…

דערמיט האט ער זיך אליינס אויסגעשלאסן פון כלל, זיך אליין און אויך יעדן וואס גלייבט אין זיין תורה.
.
ער אליין האט ניט געגלייבט אין זיינע תורות , ווי רבי ברוכל מונקאטשער זצל האט שוין אנגעמערקט, נאכמער , ער האט צום רבין אליין געזאגט: ״איך האב אייך זייער ליב, סאטמארער רב, ווייל… איר אליינס זענט נישט קייו סאטמאר חסיד!״…
פונקט ווי יעדער מוסלעמענער דארף נעמען אחריות אויף מוכאמאדס תורה, אזוי דארף יעדער חסיד וואס פאררופט זיך אויף זיין נאמען, און מוז נעבעך שיקן די קינדער אין די מוסדות הקדושים, זיך מאכן אליינס א שטיקל חשבון הנפש, וועגן דעם וואס ער איז געצוואונגען מקריב צו זיין די קינדערלעך פארן פאלשן אפגאט ׳מולך׳ = מלכות סאטמאר!

דער כתב סופר ווייזט אויף אז אן עבירה וואס דער שכל האט פארבאטן איז אפילו הארבער ווי אן עבירה וואס גאט האט פארבאטן!

( דער רבי זאגט טאקע אין נאמען פון רמב״ם אז מענטשליכקייט און אָרנטלעכקייט וואס נעמט זיך נישט פון בארג סיני האט ניט קיין שום ווערט ניט פאר אידן און ניט פאר גויים!
וועגן דעם דאזיגן עם הארצישן גרייז - אן אנדערש מאל אם ירצה השם.)

פאר די אלע מעשים מתועבים וואס דער רבי זכיסעיוגענעליינע… האט אנגעפירט במשך זיין גאנץ לעבן דורך זיינע געטרייע הינט (פארשטייט זיך אלץ לשם שמים) פאדערט זיך טאקע א פארסמטע הארץ. אויף א חלק פון זיי האט די משנה אפגעפסקנט ״אין לו חלק לעולם הבא״.

רבי חיים ליבערמאן זל האט נישט געהערט וועגן די פורים תורה פון די פתיחה אין די ישיבה (תשיט) אבער זיין אינטואיציע האט אים נישט גענארט ווען אינעם זעלביגן יאר האט ער געשריבן: ״ מיט חוצפה און גאווה האבן זיי געפאנגען די תורה צו רעדן אין איר נאמען״, און אז ״די גרעסטע פארברעכן פון סאטמאר איז דאס וואס זיי האבן געטוהן צו די אייגענע קינדער״ (דער רבי און דער שטן).

אויב אויף הרב קוק זצל האט דער חפץ חיים געזאגט אז ער איז ״א גאון וואס רעדט עם הארצות, א צדיק וואס רעדט אפיקורסות״ קען מען דאס זיכער זאגן אויף רבי יואליש. (הגם אז לגבי די טיטלען פון גאון און צדיק איז נאך א שטיקל ספק!).

Sent from my iPad using Tapatalk

petrishke » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 11:20 pm

· #488810
איך וואלט נישט גערעדט אזוי שארף
אבער די זאך איז ווערד אויסצוקלארן, און זיך נישט נאר'ן, אין וועמען גלייבט מען, וועמען טראסט מען, כלומר; וואס ווילן מיר דערגרייכן לבסוף, פאר די תוצאה פון חינוך פאר די דורות ווייטער.
זיכער נישט לייקענען די פאקט, אז באשמוצן יענעם דאס איז תורה ויראה, און בארעדן רבנים מאכט דיך פאר רשכבה''ג.

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:39 am

· #488823
Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט
איך וואלט זייער געגליכן אויב איינער קען באשרייבן ווי אזוי די מהלך המחשבה פון די טשאלמעס האט זיך אנגעקלעבט אין סאטמאר.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

petrishke » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:48 am

· #488824
כ'וואלט געגליכן איינער זאל מיר מסביר'ן, וויאזוי סאטמאר שעמט זיך נישט צו רופן ר' יואליש מיט'ן טיטול ''רבן של כל בני הגולה'' - ווען רוב פונעם כלל ישראל האט דווקא נישט מיט עהם און זיין שיטה געהאלטן בכלל.

יו נעים איט!

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:59 am

· #488829
Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט
על שם העתיד.... אז אלע וואס וועלן זיך קלאמערן צו די מסורה וועט עס זיין נאר דורך זיין השפעה.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:04 am

· #488830
חברה,
מיין שעצונג פאר סאטמאר איז זייער לימיטעט, ווי מ'קען זיך איבערצייגן פון מיינע תגובות, אבער עפעס גריצעלט מיר ווען איך ליין די אשכול. ס'קוקט מיר אויס ווי אנגעווייטיגטע אידן האבן געטראפן א פלאץ זיך אויסצוגעבן און מ'פאקט אויס די באגאזשן וואס האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס.
ס'דא אסאך ביקורת וואס מ'קען אויסשמועסן איבער סאטמאר רב און זיין קהילה, און מ'קען דאס דורכטון אויף א העכערע לעוול.

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:12 am

· #488834
Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט
נו אדרבה! פארוואס זענען די סאטמארע אזוי אנגעווייטאגט?

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

petrishke » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:12 am

· #488835
שמעון וואלף
חברה,
מיין שעצונג פאר סאטמאר איז זייער לימיטעט, ווי מ'קען זיך איבערצייגן פון מיינע תגובות, אבער עפעס גריצעלט מיר ווען איך ליין די אשכול. ס'קוקט מיר אויס ווי אנגעווייטיגטע אידן האבן געטראפן א פלאץ זיך אויסצוגעבן און מ'פאקט אויס די באגאזשן וואס האט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס.
ס'דא אסאך ביקורת וואס מ'קען אויסשמועסן איבער סאטמאר רב און זיין קהילה, און מ'קען דאס דורכטון אויף א העכערע לעוול.

סאטמאר האט אויך געארבעט מיט אזא העכערע לעוול וואס דו וואונטשט דיך פון אונז?

פרנס החודש » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 1:15 am

· #488836
Re: Who to trust ? ווער איז באגלייבט
טאקע דא דארף מען זען נישט אריינצופאלען אינעם זעלבען גרוב

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

petrishke » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 6:27 am

· #488849
פרנס החודש
טאקע דא דארף מען זען נישט אריינצופאלען אינעם זעלבען גרוב

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

מיר שטעלן ווארענוג טאוולען דא...
בלאט: 1 2