☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה

גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14995

שרה־רחל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 9:17 pm

· #488289
גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה
איך בין די רעדאַקטאָרשע פֿונעם פֿאָרווערטס, איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר וועט דער ווידעאָ וואָס מיר האָבן הײַנט אַרויפֿגעשטעלט געפֿעלן אַ טייל פֿון אײַך: הרבֿ אלימלך בידערמאַן גיט אַ גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה:
<a class="postlink" href="https://forward.com/yiddish/479635/video-a-talmud-lesson-on-the-pandemic/">https://forward.com/yiddish/479635/vide ... -pandemic/</a>

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:12 pm

· #488295
ברוכה הבאה.

עס איז אינטערסאנט אז די פארווערטס זאל ארויפלייגן אזא שיעור. די שאלה איז, איר ווילט מאכן די ליינער פונעם פארווערטס חסידים פון ר' מיילעך, אדער די חסידים פון ר' מיילעך ליינער פונעם פארווערטס..?

(אגב, איר מיינט אוודאי ר' אלימלך)

----------

אזויווי עס מאכט זיך פון צייט צו צייט אז ניקס געבן זיך אן אלס עכטע מענטשן, האלט איך עס וואלט געווען פאסיג צוצולייגן א סימבאל ווען איינער איז וועריפייד אלס עכטע מענטש.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:21 pm

· #488297
און וואס איז מיט׳ן קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא??? (העי, למעשה האסטו זיך אנגערופן, נישט איך 😛 😎)

שרה־רחל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:25 pm

· #488298
תּיקון־טעות
געמיינט האָב איך אַוודאי אלימלך (נישט אליעזר) בידערמאַן!

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:16 pm

· #488313
יעקב מעקסוועל
אזויווי עס מאכט זיך פון צייט צו צייט אז ניקס געבן זיך אן אלס עכטע מענטשן, האלט איך עס וואלט געווען פאסיג צוצולייגן א סימבאל ווען איינער איז וועריפייד אלס עכטע מענטש.

בפרט ווען צוויי יוסף בן שמעון זאגן אז זיי זענען איינס
שרה רחל שעכטער
און
שרה רחל

שרה־רחל » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:09 am

· #488318
שׂרה־רחל און שׂרה־רחל שעכטער זענען ביידע איך
יעקב מעקסוועל, איך האָב זיך צו ערשט רעגיסטרירט מיט ביידע נעמען אָבער געמיינט אַז ס׳איז נישט דורכגעגאַנגען, האָב איך אָנגעהויבן פֿון ס׳נײַ מיט איין נאָמען. ווי זשע מעק איך אָפּ איינע פֿון זיי?

נפה » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:14 am

· #488319
דארפסט רעדן צו @סדרן

רביה''ק זי''ע » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:17 am

· #488320
פיינע נייעס דאס (כ׳מיין דאס אז שרה רחל שעכטער איז מיט אונז, די שיעור בין איך נאכנישט אנגעקומען צו קוקן), כ׳האף אז זי וועט אנהאלטן לענגער פון @vaybertaytsh. 😛

אויסערדעם בין איך נייגעריג, אויב דאס געשפרעך און דיאלאג צווישן אידישסטן (חסידים בלעז) און יידישיסטן וועט זיך פארברייטערן אויפ׳ן געוועב וואסערע ווירקונג וועט עס האבן אויף אונזער שפראך, וויאזוי וועלן אונזערע אייגנארטיגע זשארגאנס עוואלוון?

נפה » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:24 am

· #488323
איך ווארט נאך אויך דער בלויע טשעק ביי די זייט פון איר נאמען צו זיין זיכער,
איינער האט איר קאנטאקט אינפא צו קענען וועריפייען מיט די ארגינעלע שרה רחל צו זי איז עס טאקע?

פאליטיקאנט » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:48 am

· #488325
Re: גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה
יעקב מעקסוועל

אזויווי עס מאכט זיך פון צייט צו צייט אז ניקס געבן זיך אן אלס עכטע מענטשן, האלט איך עס וואלט געווען פאסיג צוצולייגן א סימבאל ווען איינער איז וועריפייד אלס עכטע מענטש.


וויאזוי גייט מען וועריפייען אז איך בין דער פאליטיקאנט?

נפה » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:50 am

· #488326
מען גייט בעטן אז די זאלסט אריינשיקן אן ID מיטן נאמען פאליטיקאנט אויב דו גייסט נישט קענען אריינשיקען גייט מען אויסמעקן דיין ניק
למשל דא איז מיין ID card
📎 817E646D-38A3-4C62-BB6F-FA609348032F.jpeg

יָדוֹרָש » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 10:02 am

· #488375
שרה־רחל
איך בין די רעדאַקטאָרשע פֿונעם פֿאָרווערטס, איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר וועט דער ווידעאָ וואָס מיר האָבן הײַנט אַרויפֿגעשטעלט געפֿעלן אַ טייל פֿון אײַך: הרבֿ אלימלך בידערמאַן גיט אַ גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה:
<a class="postlink" href="https://forward.com/yiddish/479635/video-a-talmud-lesson-on-the-pandemic/">https://forward.com/yiddish/479635/vide ... -pandemic/</a>


שיינע זאך. שטעלט פאר ר' מיילעך פאר ברייטן, סעקולארע, אידישיסטישער ציבור.

@שרה־רחל איר זעהט א פארלאנג פאר אזלעכע ארטיקלען?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:26 am

· #488496
נפה
איך ווארט נאך אויך דער בלויע טשעק ביי די זייט פון איר נאמען צו זיין זיכער,
איינער האט איר קאנטאקט אינפא צו קענען וועריפייען מיט די ארגינעלע שרה רחל צו זי איז עס טאקע?

נפה: און ווען זי הייסט שפרינצא גיטל איז עפעס שלעכט...?!