☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שלום צווישן מהר"א און מהרז"ל?

שלום צווישן מהר"א און מהרז"ל?

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14993
בלאט: 1 2

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:25 pm

· #488215
שלום צווישן מהר"א און מהרז"ל?
שמועות לויפן ארום אז ס'האלט ביים אויסברעכן א שלום צווישן מהר"א און אלע אנדערע פראקציעס.

איינער מיט מער פרטים?

📎 loading=

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:31 pm

· #488217
יעקב מעקסוועל: די בני יואל דרבינו יאסל (וואלדמאן) אויך...?!

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:48 pm

· #488222
ביי באבוב האט מען זיך שוין אויסגעלערנט אז די זאכן ברענגען נישט קיין גוטס, איך לייג נישט קיין גרויסע האפענונג אויף די אסיפה, די בעסטע סענערעיאו וואס איך קען טראכטן איז אז ער גייט מאכן א קאמפעין פאר א פאר מיליאן דאלער, די אנדערע סענערעיאוס וויל איך נישט טראכטן.

מיליאנער » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:25 pm

· #488233
זיי זאגן דאך קלאר אז ס'איז פאר די רוחניות'דיגע עתיד פון קרית יואל סאו איי געסס ס'קומט פרישע תקנות, איך ווייס נישט איבער וועלכע נושא,אבער א קאנטראווערסיע קומט פשטות נישט. מהר''א האט שוין א היסטאריע פון קיינמאל נישט מאכן א לשם יוחד פאר א קאנטראווערסיאלע דרשה, אלעס איז אייביג געווען ספאנטאן ביי די ערשטע געלעגענהייט ווען ער האט געהאט א מייק.

סאו דער עולם זאל זיך בארוהיגן.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:57 pm

· #488237
פליז לאזטס ענק אויף, די אשכול ליגט אין שמייכל פאר א ריזען.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:17 pm

· #488239
איך בין געקומען צו די מסקנא אז מאנרא איז נישט פאר מיר. און איך בין נישט פאר מאנראו. און אויב איך גיי יא וואוינען (אין מיין ווילדסטן חלום) קיין קרית יואל, וועט מען מיך ארויסווארפן דערפאר גיי איך טאקע נישט.

ערשטנס. איך האב א (טמא'נעם) סמארט פאון. אויף וואס איך האב דאונלאודעד גאנץ משנה ברורה און אויך קיצור שו"ע. מסתמא מיט די הילף פון די סיטרא אחרא. (פרעגטס נאר ביי הרב ש.ב. מרגליות. און הרב ישראל מ. סופר). אויך, מיין ווייב גייט אן אויפגעדעקטע שייטל. איך האב א קאמפיוטער (אויף וואס איך שרייב יעצט) מיט (אומגעפילטער'טע) אינטערנעט. אויך ביניך א גרויסער ציוני. (פרעגטס נאר ביי הרב שמעקעדיג). אן ארוני אויך. אבער דאס איז שוין נישט קיין נפקא מינה. אויסער ביי קאווע שטיבל (וואו די נאטשאלסטווא, שאין אני רוצה לפרוט את שמותיהם הק') זענען מכת הזאלונים שי'. אויך נאר לגבי תגובות און לייקס. פארוואס הייס איך אן ארוני?. ווייל איך האלט אז מהר"א שליט"א איז גערעכט מיט די מערסטע פון זיינע מערכות. ווי ס'האטציך שוין ארויסגעוויזן צענדליגער מאל. למשל ביי די מערכה פון גיוס אין ארץ ישראל. וואו מ'האט געמאכט גרויסע אסיפות. און אויך אראפגעברענגט ספרד'ישע שלאף רעבעס וועלכע האבן גערעדט עברית (לשה"ק) בהברה אשכנזית. און מ'האט צוזאמגענימען גרויסע געלטער פאר די פארטיי פון הרב שמואל אויערבאך זצ"ל וועלכע זענען פאר דעים--- און נאכדעים-- אלץ איינס געגאנגען צו די בחירות (הטמאות). און מהר"א שליט"א איז אוועקגעשטאנען. זאגנדיג אז די גאנצע זאך איז אויפגעבלאזן. און פאלש. ווייל דער פראבלעם מיט גיוס איז שוין (ב"ה) מסודר. ווייל די ארגעניזאציע וואס קאסט אפ שווערע גלעטער העלפן פאר בחורים און יונגעלייט מסדר צו זיין דעם דיחוי/פטור פון מיליטער. זיי שיקן אפילו מיט לאיערס ביי די שוערערע קעיסעס. און די בחורים/יונגעלייט פון תלמידי מהר"ש אויערבאך זצ"ל גייען בדווקא נישט ערלעדיגן די פאפירן מיט די מיליטער. מ'לייגט פרעשור אויף זיי אז זיי זאללן נישט. און ווען זיי ווערן ארעסטירט (די רשעים די ציונים) ווייל דאס ברענגט דאך גרעסערע הכנסות פאר זייערע פארטיי פיהרער. מאכט מען א גאנצן טראסק. אויך די אויפטוען פון מהר"א שליט"א ביי אריזאנא ווייטץ און שחיטה מונחת/מהודרת ווערן אוועקגעמאכט דורך די ליצני הדור...!

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:25 pm

· #488244
משנה ברורה אויף דיין פאון? פון דער קאגאן דער אגודה׳סט? דו שעמסט זיך נישט?!!!!!!!!

וואלווי » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:35 am

· #488351
די וועלט זאגט אז מחלוקה ברענגט געלט. אז מ'מאכט נישט שלום זאל חאטש זיין א קאמפיין פון געלט אדער שוה כסף

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 9:11 am

· #488370
נפה
משנה ברורה אויף דיין פאון? פון דער קאגאן דער אגודה׳סט? דו שעמסט זיך נישט?!!!!!!!!

נפה: דאס איז אלעס סיטרא אחרא. פרעג נאר ביי הרב ישראל מ. סופר. אדער זיין קאלעגע הרב ש.ב. מרגליות. אונז (אמת'ע) ערליכע אידן האבן נישט געהאלטן פון קיצור שולחן ערוך אויך...!

נאר דער חפץ חיים איז געווען אזא אגודיסט ווי דער (אלטער) סקולענער רבי זצוק"ל. א איד וואס האט זיך מקריב געווען פאר'ן באשעפער א יעדן טאג. און ווער האט איהם דעם סקולענער רבי'ן געפסל'ט אלס אן אגודיסט? אן אמעריקאנער סטעיק (פר)עסער וועלכער איז עובר זמן קריאת שמע א יעדן טאג. ער פאפט ביז 11 אזייגער...! עולם הפוך...!

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:36 pm

· #488400
ערענסט גערעדט, פארוואס מאכן זיי טאקע נישט קיין שלום?

פרנס החודש » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:40 pm

· #488402
שלום איז שוין לאנג דא, מ'רעדט נאר אז ס'זאל "אויסברעכן" א שלום.

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 4:06 pm

· #488404
ווען זיי וועלען שלום מאכן וועט משיח קומען. אלץ וגר זאב עם כבש. די שאלה איז נאר ווער איז דער זאב און ווער דער כבש

א חסיד פון ווילנא » מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:03 pm

· #488451
אמת, 3 וואכן צוריק ביים פראקאלמירן די (געוועזענע) נייע ביהמ"ד האט מהרז"ל מחזק געווען זיינע מענטשן נישט זיך דערשרעקן פון "רדיפות" נאר ווייטער פייטן צו צוברעכן מהר"א׳ס הנהגה אין קר"י
דאס זעלבע האט ר׳ מענדל שווימער גערעדט פון די מחלוקות און וויאזוי זיי האבן גארנישט געפייט די אלע יארן און זיך אליין געבויעט בלא בלא
צד מהר"א האט שוין יארן נישט דערמאנט אדער אטאקירט רז"ל
און דא פרעגט מען ווער עס פירט מחלוקות

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:09 pm

· #488452
😂 😂 😂

נו נו, גיב עס נאך אפאר יאר ביז די אנגעווייטאגטע אלטע קאקערס וועלן אפשטארבן דערנאך וועט שוין יעדער (אויסער די היסטאריקער וואס האבן פונקטליך ארויס די צאנז-סאדיגורא פייט א.ד.ג) למפרע פארשטיין אז ס׳געווען א בעיבי פייט.

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:12 pm

· #488453
א חסיד פון ווילנא: לדעתי איז די גאנצע מחלוקת געקומען פן די צדדים מהרז"ל/בני יואל אקעגן מהר"א שליט"א. ער האט זיך נאר געשלאגן אנצוהאלטן זיינע (לעגיטימע) רעכטן. יא, זיינע חסידים האבן געשניטן רעדלעך און געבראכן שויבן (ווען און וואו מ'האט געדארפט) אבער דאס איז אלעס נאר געווען אין רעאקציע צו די (פינסטערע) כוחות וואס האבן זיך פארלייגט איהם צו בארויבן פון זיינע רעכטן...!

קהל'ס נער » מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:36 pm

· #488457
berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: לדעתי איז די גאנצע מחלוקת געקומען פן די צדדים מהרז"ל/בני יואל אקעגן מהר"א שליט"א. ער האט זיך נאר געשלאגן אנצוהאלטן זיינע (לעגיטימע) רעכטן. יא, זיינע חסידים האבן געשניטן רעדלעך און געבראכן שויבן (ווען און וואו מ'האט געדארפט) אבער דאס איז אלעס נאר געווען אין רעאקציע צו די (פינסטערע) כוחות וואס האבן זיך פארלייגט איהם צו בארויבן פון זיינע רעכטן...!

בערעלע: געוועינליך שטייסטו אין די לאכסט פון אלע רעבאס, דא ביסטו עפעס מוראדיג ציקאכט, טעיק איט איזי.

מהר"א איז גארנישט אזא רודף שלום, ער איז א פיינע קאנטראל פריק, אפילו מען וועט נישט קיקן אויף די סאטמערע פייט, זיכט ער נאר פראבלעימען, ער האט זיך סתם אזוי אנגעהויבן מיט וויזניץ, וויי נאט, דזשאסט טו שאו ווהא איז טהע באסס, ער שטייט און כאפט גלילות, נאך אביסל וועט מאנסי אויך זיין פון זיינע גלילות, ביזי משוגע מאכן די גאנצע וועלט, פארנימען מיט יענעם'ס דדים, פארשטייט נישט פארוואס רבני עירינו מאנסי זענען פארנימען מיט אנדערע זאכן חוץ באטראכטן ווער ס'איז א מינקת חבירו, ווי פלעיגט בערל זאגן: זיין קאפ ליגט אין יענעמס מ****. סאררי כ'מיין צי זאגן דדים.

איי עם סאררי בערעל טייערע כ'האב מיך ארויס געלאזט דא אין א שטיקל רענט אויף דיין רעבא, ס'איז פשוט דברים היוצאים מן הלב ווי די ווערסט בלינד פאר די מענטש, ווען ס'וואלט געוועין א אנדערע רעבא וואלסטו שוין געהאט אסאך מער ציגיסן אויף עים.

א חסיד פון ווילנא » מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:58 pm

· #488460
קהל'ס נער

אז מ׳ רעדט פון וויזניץ, אפשר זאגסטו מיר פארוואס ער דארף בויען זיין שטעטעל פונקט לעבן קר׳י? פארוואס איז ער נישט געגאנגען לעבן דעם ברודער אין מאנסי? אדער לעבן גיבערס?
לדעתי איז עס געווען די גרעסטע מיסטעיק צו געבן רשות פאר וויזניץ צו קומען אינטער זייער נאז, און דאס קומט ווייל ער איז א קאנטראל פריק?
קר"י איז די איינציגסטע שטאדט ווי יעדער רבילע קען קומען פירן טיש און פראווען שבתים, און ער איז גאר א טעראריסט

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 12:20 am

· #488463
א חסיד פון ווילנא

קר"י איז די איינציגסטע שטאדט ווי יעדער רבילע קען קומען פירן טיש און פראווען שבתים

נאך גוט אז דו זאגסט מיר ווייל מיר האבן געפלאנט צו פראווען א שבת אין בארא פארק, יעצט ווער איך געוואויר אז אין בארא פארק קען מען נישט נאר אין קרית יואל. ❓ 🙄 😕

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 12:42 am

· #488473
א חסיד פון וילנא
קר"י איז די איינציגסטע שטאדט ווי יעדער רבילע קען קומען פירן טיש און פראווען שבתים, און ער איז גאר א טעראריסט

זאג עס פאר בעלזא רבי, ער ווייסט נאכנישט דערפון 😂

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 1:34 am

· #488478
רביה''ק זי''ע
א חסיד פון ווילנא

קר"י איז די איינציגסטע שטאדט ווי יעדער רבילע קען קומען פירן טיש און פראווען שבתים

נאך גוט אז דו זאגסט מיר ווייל מיר האבן געפלאנט צו פראווען א שבת אין בארא פארק, יעצט ווער איך געוואויר אז אין בארא פארק קען מען נישט נאר אין קרית יואל. ❓ 🙄 😕

פאסט נישט פאר אזא חכם צ ענטפערן אזוי טיפשעסדיג

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 1:36 am

· #488480
קהל'ס נער
א חסיד פון וילנא
קר"י איז די איינציגסטע שטאדט ווי יעדער רבילע קען קומען פירן טיש און פראווען שבתים, און ער איז גאר א טעראריסט

זאג עס פאר בעלזא רבי, ער ווייסט נאכנישט דערפון 😂

קענסט אים זאגן

דאס ענטפערט מען ווען מ׳ האט נישט בעסערס

פרנס החודש » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 2:34 am

· #488491
א חסיד פון ווילנא
דאס ענטפערט מען ווען מ'האט נישט בעסערס

מוטה פראנק קען קומען פראווענען אין בית רחל פאראדייס?

א חסיד פון ווילנא » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:00 am

· #488498
פרנס החודש
א חסיד פון ווילנא
דאס ענטפערט מען ווען מ'האט נישט בעסערס

מוטה פראנק קען קומען פראווענען אין בית רחל פאראדייס?

פון אלע רבי׳ס און רבנים האסטו געטראפן איין מוטה פראנק?

די ווייסט זייער גוט דעם תירוץ

אבער אפילו לשיטתך, האסטו געטראפן איינעם, איבעראל לאזט מען נישט קיינעם און מיט רעכט

פרנס החודש » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:36 am

· #488501
א חסיד פון ווילנא

אבער אפילו לשיטתך, האסטו געטראפן איינעם.
איבעראל לאזט מען נישט קיינעם און מיט רעכט.

פון אלע רבי'ס איז געווען איין מוטה פראנק וואס האט זיך דערשראקען...

מיליאנער » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:56 am

· #488538
קהל'ס נער
berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: לדעתי איז די גאנצע מחלוקת געקומען פן די צדדים מהרז"ל/בני יואל אקעגן מהר"א שליט"א. ער האט זיך נאר געשלאגן אנצוהאלטן זיינע (לעגיטימע) רעכטן. יא, זיינע חסידים האבן געשניטן רעדלעך און געבראכן שויבן (ווען און וואו מ'האט געדארפט) אבער דאס איז אלעס נאר געווען אין רעאקציע צו די (פינסטערע) כוחות וואס האבן זיך פארלייגט איהם צו בארויבן פון זיינע רעכטן...!

בערעלע: געווענליך שטייסטו און דו לאכסט פון אלע רעבאס, דא ביסטו עפעס מוראדיג צוקאכט, טעיק איט איזי.

מהר"א איז גארנישט אזא רודף שלום, ער איז א פיינע קאנטראל פריק, אפילו מען וועט נישט קיקן אויף די סאטמערע פייט, זיכט ער נאר פראבלעימען, ער האט זיך סתם אזוי אנגעהויבן מיט וויזניץ, וויי נאט, דזשאסט טו שאו ווהא איז טהע באסס, ער שטייט און כאפט גלילות, נאך אביסל וועט מאנסי אויך זיין פון זיינע גלילות, ביזי משוגע מאכן די גאנצע וועלט, פארנימען מיט יענעם'ס דדים, פארשטייט נישט פארוואס רבני עירינו מאנסי זענען פארנימען מיט אנדערע זאכן חוץ באטראכטן ווער ס'איז א מינקת חבירו, ווי פלעיגט בערל זאגן: זיין קאפ ליגט אין יענעמס מ****. סאררי כ'מיין צי זאגן דדים.

איי עם סאררי בערעל טייערע כ'האב מיך ארויס געלאזט דא אין א שטיקל רענט אויף דיין רעבא, ס'איז פשוט דברים היוצאים מן הלב ווי די ווערסט בלינד פאר די מענטש, ווען ס'וואלט געוועין א אנדערע רעבא וואלסטו שוין געהאט אסאך מער ציגיסן אויף עים.

קודם כל איז מיר א חידוש פארוואס ווען מ'רייסט אראפ מהר''א אלס די ערגסטע פונעם דור קען מען קיינמאל נישט האבן קיין טענות אויף זיינע מעשים זעלבסט, און שטענדיג דארף מען גיין מיט וואס ער האט אין קאפ. ער איז לוחם פאר זמן ר''ת? ער מיינט פאוער. ער איז לוחם קעגן ציונות? ער מיינט צו לייקענען גיוס. ער גייט נישט צום כינוס כלל ישראל? ער וויל ווייזן ער איז אנדערש. ער וויל נישט צולאזן סידור קידושין זאל ווערן א נחלת הכלל? זאגטס אלע מיט.... ער וויל ווייזן ער איז בעל הבית. ער ערלעדיגט פעלדער זאל מאכן א געזעץ לטובת נ.י. חינוך? אני ואפסי. ער האלט א פלאמעדיגע דרשה אז אין גלילות קרית יואל דארף מען זיך פירן אזויווי די מייסד בעיקר האט געוואלט? ער וויל בלויז ווייזן מאכט.

לאמיר עס מאכן בקיצור: יעדע זאך וואס ער טוט איז די טענה ''אאפס! ער מיינט פאוער''. איך מיין עס איז א שאד צו עפענען אשכולות ביי יעדע מערכה, לאמיר איינמאל פאר אלעמאל מגלה דעת זיין מיט רויטע אותיות: וואס מהר''א זאל נאר טון מעכשיו ולאחר מאה ועשרים מיינט ער בלויז זיך און זיך און זיך.

פארוואס קענען די ארוינים טרעפן אייביג אראפצורייסן מהרז''ל פאר זיינע מעשים זעלבסט? למשל זיך דערנענטערן צו אויערבאך, יא גיין צום כינוס כלל ישראל, צוזאמנעמען געלט פאר חינוך עצמאי, גיין אין בג''ץ, מבזה זיין דעם ראב''ד, זיך צוזאמשטעלן מיט יונייטעד מאנרא, און קיינמאל דארפן זיי נישט צוקומען צום לשם שמים קארטל? נישט אז זיי האלטן אז מהרז''ל מיינט נישט זיך, נאר זיי האלטן אז מהרז''ל טוט ראנג זאכן פאר זיין כבוד און די זאליס פארפירן אז מהר''א טוט גוטע זאכן פאר זיין כבוד... און די חידוש איז נאך אז ס'איז א חילוק הימל און ערד די שנאה פון די זאליס קעגן מהר''א צו די שנאה פון די ארוינים קעגן מהרז''ל און מיט דעם אלעם איז די איינציגסטע טענה שוין די לעצטע צענדליגער יארן '' האלאו ער מיינט נאר זיך...''

הדבר בזה אומר דרשוני.

יעצט אבער זע איך די ערשטע מאל א טענה אויף די פעולה זעלבסט פון מהר''א, דהיינו אז מהר''א האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל זאל מען נישט עובר זיין אויף א אפענע הלכה אין שולחן ערוך פון מינקת חבירו, איז אבער דא א טענה הלמאי דו ביסט פארנומען מיט יענעמ'ס דדים... איך מוז מודה זיין אז דאס איז ממש מרפסין איגרא און איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.

יעצט, לגבי די וואס מאכן זיך תמ'וואטע איבער דאס פירן טיש פון פרעמדע רבנים אין קרית יואל, וועל איך עס מסביר זיין ברחל בתך הקטנה: די זעלבע מענטש וואס עטס פארפירטס אז ער מיינט נאר מאכט און אז ער איז שטענדיג פארנומען דערמיט, דער זעלבער האט נישט קיין שום פראבלעם אויב סיי ווער קומט פירן טיש אדער פראווענען א שבת אין זיין שטאט! און נאך בשעת ער פירט זיין אייגענע טיש! אפילו מהרז''ל אליינס האט קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם צו פירן א שבת א האלבע גאס אוועק פון אים, ( ניין, איך רעד נישט אין די צייט ווען די מחלוקה האט געפלאקערט ווען ס'איז געווען א טו-וועי פייט), דער זעלבער מענטש האט אויך נישט קיין שום פראבלעם אז א פרעמדע רבי זאל זיך מאכן א אייגענע שטעטל צוויי מינוט אוועק פון זיין שטאט, און ער האט באקומען א ברייטע רשות פון אים טראץ וואס ער וואלט נישט געקענט טון אזא זאך ביי קיין שום אנדערע קהל'ישע שטאט! גראדע איין פארלאנג האט מהר''א יא געהאט, נישט אז ער זאל נישט שיקן די קינדער אין זיין קעגנערס מוסד, נישט אז ער זאל דוקא נעמען פלייש ביי זיין בית השחיטה, ניין ניין, ער האט פארלאנגט אז ער זאל האלטן שבת ווילאנג ס'איז נאך שבת אין קרית יואל, און איינמאל מ'האט זיך צוגעשטעלט דערצו הערט מען שוין ווייטער נישט קיין מוק פון דעם בעל גאווה...

שטורמישער » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 12:03 pm

· #488539
מ'קען שוין טוישן די קעפל צו "איז מהר"א גערעכט אדער נישט?"

פרנס החודש » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 1:12 pm

· #488543
[ציטאט אראפגענומען]

שיכון סקווירא
קרית פאפא
בבל

מיליאנער » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 1:22 pm

· #488546
קהל'ס נער
א חסיד פון וילנא
קר"י איז די איינציגסטע שטאדט ווי יעדער רבילע קען קומען פירן טיש און פראווען שבתים, און ער איז גאר א טעראריסט

זאג עס פאר בעלזא רבי, ער ווייסט נאכנישט דערפון 😂

בעלזע רבי קען פירן טיש אין קרית יואל די זעלבע ווי ער קען פירן טיש אין וויליאמסבורג....

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 8:44 am

· #488637
מיליאנער

יעצט אבער זע איך די ערשטע מאל א טענה אויף די פעולה זעלבסט פון מהר''א, דהיינו אז מהר''א האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל זאל מען נישט עובר זיין אויף א אפענע הלכה אין שולחן ערוך פון מינקת חבירו, איז אבער דא א טענה הלמאי דו ביסט פארנומען מיט יענעמ'ס דדים... איך מוז מודה זיין אז דאס איז ממש מרפסין איגרא און איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.

מינקת חבירו איז א דין ממונות, כ'זעי נאך נישט אז מהר"א לאזט נישט חתונה מאכן אין קרית יואל פאר יעדער וואס גייט אריין אין מקווה אומבאצאלט.

איך האלט נישא אז מהר"א איז די ערגסטע פון אלע רבי'ס, איך האב עס געהאט געשריבען פאר ווער ס'לאכט פון אלע רבי'ס נאר מהר"א איז קדוש יאמרו לו, זאל וויסן אז ער האט זיך זיינע פעילערס.

נפה » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 9:20 am

· #488640
די עולם זאל געדענקען אז די אשכול איז אין שמייכל

מיליאנער » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:04 am

· #488647
קהל'ס נער
מיליאנער

יעצט אבער זע איך די ערשטע מאל א טענה אויף די פעולה זעלבסט פון מהר''א, דהיינו אז מהר''א האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל זאל מען נישט עובר זיין אויף א אפענע הלכה אין שולחן ערוך פון מינקת חבירו, איז אבער דא א טענה הלמאי דו ביסט פארנומען מיט יענעמ'ס דדים... איך מוז מודה זיין אז דאס איז ממש מרפסין איגרא און איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.

מינקת חבירו איז א דין ממונות, כ'זעי נאך נישט אז מהר"א לאזט נישט חתונה מאכן אין קרית יואל פאר יעדער וואס גייט אריין אין מקווה אומבאצאלט.

איך האלט נישא אז מהר"א איז די ערגסטע פון אלע רבי'ס, איך האב עס געהאט געשריבען פאר ווער ס'לאכט פון אלע רבי'ס נאר מהר"א איז קדוש יאמרו לו, זאל וויסן אז ער האט זיך זיינע פעילערס.

איך מיין אז סיי איך און סיי קהל'ס נער האבן נישט קיין פראבלעם אז די אשכול איז אין שמייכל, זינט מ'דארף באמת אריבערפירן אלע די סארט אשכולות אין שמייכל, ווען איך שרייב בין איך זייער אויפגעלייגט און גוטמוטיג און שמייכלדיג, איך האב הנאה פון די דיסקוסיע.

יעצט לגבי מינקת חבירו, קודם כל ס'נישט קיין דיני ממונות שאלה, אויב עפעס איז עס דיני נפשות ווייל איך האב מורא ס'וועט זיין נעכר חלבה און זי וועט נישט קענען מניק זיין.

און ס'איז א פשוט'ע חילוק פון דעם ביז א מקוה, ביי מינקת איז די חתונה שלא כהלכה, משא''כ ביי אומבאצאלטע מקוה איז נישט דא אין די תורה א עונש פון נישט לאזן חתונה מאכן צוליב גזילה ודו''ק.

אגב בינעך נייגעריג וועלכע רבי האלסטו איז ערגער פון מהר''א?

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:18 pm

· #488703
מיליאנער
קהל'ס נער
מיליאנער

יעצט אבער זע איך די ערשטע מאל א טענה אויף די פעולה זעלבסט פון מהר''א, דהיינו אז מהר''א האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל זאל מען נישט עובר זיין אויף א אפענע הלכה אין שולחן ערוך פון מינקת חבירו, איז אבער דא א טענה הלמאי דו ביסט פארנומען מיט יענעמ'ס דדים... איך מוז מודה זיין אז דאס איז ממש מרפסין איגרא און איך האב נישט קיין תירוץ דערויף.

מינקת חבירו איז א דין ממונות, כ'זעי נאך נישט אז מהר"א לאזט נישט חתונה מאכן אין קרית יואל פאר יעדער וואס גייט אריין אין מקווה אומבאצאלט.

איך האלט נישא אז מהר"א איז די ערגסטע פון אלע רבי'ס, איך האב עס געהאט געשריבען פאר ווער ס'לאכט פון אלע רבי'ס נאר מהר"א איז קדוש יאמרו לו, זאל וויסן אז ער האט זיך זיינע פעילערס.

איך מיין אז סיי איך און סיי קהל'ס נער האבן נישט קיין פראבלעם אז די אשכול איז אין שמייכל, זינט מ'דארף באמת אריבערפירן אלע די סארט אשכולות אין שמייכל, ווען איך שרייב בין איך זייער אויפגעלייגט און גוטמוטיג און שמייכלדיג, איך האב הנאה פון די דיסקוסיע.
ג"א מצטרף
הק' קהל'ס נער

יעצט לגבי מינקת חבירו, קודם כל ס'נישט קיין דיני ממונות שאלה, אויב עפעס איז עס דיני נפשות ווייל איך האב מורא ס'וועט זיין נעכר חלבה און זי וועט נישט קענען מניק זיין.
ס'דיני ממונות ווייל זי נעמט אוועק די מילך וואס קימט זיך פאר איר מאן'ס קינד, אויב איז עס א דין אין יורה דעה וואלטן פרויען נישט געמיעיגט טראגעדיג ווערן תוך 24 חודש אפילו מיט די אייגענע מאן

און ס'איז א פשוט'ע חילוק פון דעם ביז א מקוה, ביי מינקת איז די חתונה שלא כהלכה, משא''כ ביי אומבאצאלטע מקוה איז נישט דא אין די תורה א עונש פון נישט לאזן חתונה מאכן צוליב גזילה ודו''ק.
כנ"ל ס'האט גארנישט מיט די חתונה, זי גנב'ט מילך וואס קימט זיך פאר איר מאן'ס קינד

אגב בינעך נייגעריג וועלכע רבי האלסטו איז ערגער פון מהר''א?די נקודה איז נישט געוועין צי מעסטן ווי שלעכט אדער גיט יעדער איז, כ'האב נאר געוואלט ארויס ברעינגען אז כ'האב גארנישט מער קעיגן מהר"א ווי אנדערע, און אז די גאנצע געשרייבעכץ דא איז נאר להוציא מלבם של אלו וואס גייען משוגע פאר מהר"א בו זמנית וואס זיי לאכן פון אנדערע רבי'ס

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:10 pm

· #488726
קהל'ס נער: וויבאלד איך בין א גרויסער עניו ווייס (וועיס) איך פאר זיכער אז דו האסט נאר מיך געמיינט...! יא. איך בין מודה. איי פליעד גילטי...! נאר נישט אינגאנצן. איך מאך נישט (ח"ו ) חוזק פון אלע רבי'ס. נאר פון די וועלכע מיינען טאקע אז זיי זענען א לעבעדיגע עבודה זרה. דאס איז דער חילוק פון א געוויינליכע ע"ז. די געטשקע קען גארנישט טון. נישט גוטס און נישט שלעכטס. אבער א לעבעדיגער עבודה זרה/רעבע קען יא...!

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 11:21 pm

· #488727
berlbalaguleh
קהל'ס נער: וויבאלד איך בין א גרויסער עניו ווייס (וועיס) איך פאר זיכער אז דו האסט נאר מיך געמיינט...! יא. איך בין מודה. איי פליעד גילטי...! נאר נישט אינגאנצן. איך מאך נישט (ח"ו ) חוזק פון אלע רבי'ס. נאר פון די וועלכע מיינען טאקע אז זיי זענען א לעבעדיגע עבודה זרה. דאס איז דער חילוק פון א געוויינליכע ע"ז. די געטשקע קען גארנישט טון. נישט גוטס און נישט שלעכטס. אבער א לעבעדיגער עבודה זרה/רעבע קען יא...!

מודה (ולא) עוזב ירחם 😂

מפיל קינד » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 9:18 pm

· #488795
קהל'ס נער
מיליאנער

יעצט לגבי מינקת חבירו, קודם כל ס'נישט קיין דיני ממונות שאלה, אויב עפעס איז עס דיני נפשות ווייל איך האב מורא ס'וועט זיין נעכר חלבה און זי וועט נישט קענען מניק זיין.
ס'דיני ממונות ווייל זי נעמט אוועק די מילך וואס קימט זיך פאר איר מאן'ס קינד, אויב איז עס א דין אין יורה דעה וואלטן פרויען נישט געמיעיגט טראגעדיג ווערן תוך 24 חודש אפילו מיט די אייגענע מאן

טעות, די חשש איז נישט אז מען נעמט עפעס אוועק, נאר אז דאס קינד וועט אויסגיין פון נישט האבן וואס צו עסן. אמאל איז נישט געווען קיין פארמילע.

קהל'ס נער » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:36 pm

· #488803
מפיל קינד
קהל'ס נער
מיליאנער

יעצט לגבי מינקת חבירו, קודם כל ס'נישט קיין דיני ממונות שאלה, אויב עפעס איז עס דיני נפשות ווייל איך האב מורא ס'וועט זיין נעכר חלבה און זי וועט נישט קענען מניק זיין.
ס'דיני ממונות ווייל זי נעמט אוועק די מילך וואס קימט זיך פאר איר מאן'ס קינד, אויב איז עס א דין אין יורה דעה וואלטן פרויען נישט געמיעיגט טראגעדיג ווערן תוך 24 חודש אפילו מיט די אייגענע מאן

טעות, די חשש איז נישט אז מען נעמט עפעס אוועק, נאר אז דאס קינד וועט אויסגיין פון נישט האבן וואס צו עסן. אמאל איז נישט געווען קיין פארמילע.

גערעכט, כ'בין יעצט איבער געגאנגען די נושא ס'איז א דין יורה דעה.

נאכן דורך קוקן די פוסקים זעיט מען אזוי.
הגר"ע יוסף איז מתיר בתנאי אז די נייע מאן נעמט זיך אינטער צי אויסהאלטן די קינד, ווייל היינטיגע צייטן פעילט שוין נישט אויס הנקה די טעם פון די דין איז אז די קינד זאל האבן פון וואס צי לעיבן.
הגר"מ פיינשטיין איז מתיר נאך 18 חדשים ווייל ער האלט אז היינטיגע צייטן איז 18 חדשים געניג.
הרב קוק איז מתיר וויבאלד די תקנה איז לטובת די קינד, און היינטיגע צייטן ווען די קינד קען ווען רעדן וואלט ער געזאגט אי אפשי בתקנת חכמים, ווייל ער וויל ענדערש האבן א נערמאלע משפחה, ווי צי האבן מילך פון זיין מאמע וואס פעילט עים נישט אויס אויף צים לעיבן.

נאר וואס, מהר"א גייט מיטן אונגערישן חדש אסור מן התורה קאפ און וואנט, זאל יעדער ליידן, איי זי האט היתרים, ניין, אונז גיי מיר לוחם זיין קעיגן יעדע היתר (פרצה לשיטיתי'), ווייל איך בין עס נישט מתיר כאטש אנדערע זענען יא ביסטו א שייגעץ.

מיליאנער » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 11:13 pm

· #488808
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.

מהר''א האט עפעס סתם מוחה געווען אויף עפעס א פירצה וואס איז דא התירים?

ער האט לוחם געווען אז עס זאל נישט פארקומען אין 'קרית יואל' עפעס וואס ער קוקט אן ווי א פירצה. דו האלטסט טאקע אז אין א סאטמארע שטאט איז מען מחיוב צו לאזן אפהאלטן חתונות וואס האט די היתר פון הרב קוק? ווי קומט דא אריין חדש אסור מן התורה?

מהר''א איז מרא דאתרא אין שטאט ער האט א אחריות אויף אלע פירצות וואס קומען פאר אין שטאט און ער האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל קומט נישט פאר א פירצה לשיטת אונגארן פון ווי די מייסד העיר שטאמט, און זיי האבן טאקע געדארפט אוועקפירן די חתונה קיין מאנסי, און קרית יואל איז געבליבן אפגעהיטן, און מהר''א האט ערפילט זיין אחריות אלס שטאטס רב.

פון דארט און ווייטער האט מהר''א מער נישט גערעדט קיין ווארט פונקט ווי ער איז נישט מוחה אויף פירצות אין בארא פארק ווילאנג ס'האט נישט מיט קרית יואל וואס איז אינטער זיין אחריות, סך הכל האט ער מעורר געווען אז ער האפט אז די גלילות ק''י זאל נישט ווערן ווי מאנסי ווי מ'זאל קענען מאכן אלע חתונות וואס איז נישט ערלויבט אין ק''י גופא.

מיליאנער » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 11:41 pm

· #488812
[ציטאט אראפגענומען]

ניין, די קידושין איז א גוטע קידושין.

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:12 am

· #488814
מיליאנער
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.

מהר''א האט עפעס סתם מוחה געווען אויף עפעס א פירצה וואס איז דא התירים?

ער האט לוחם געווען אז עס זאל נישט פארקומען אין 'קרית יואל' עפעס וואס ער קוקט אן ווי א פירצה. דו האלטסט טאקע אז אין א סאטמארע שטאט איז מען מחיוב צו לאזן אפהאלטן חתונות וואס האט די היתר פון הרב קוק? ווי קומט דא אריין חדש אסור מן התורה?

מהר''א איז מרא דאתרא אין שטאט ער האט א אחריות אויף אלע פירצות וואס קומען פאר אין שטאט און ער האט זיכער געמאכט אז אין קרית יואל קומט נישט פאר א פירצה לשיטת אונגארן פון ווי די מייסד העיר שטאמט, און זיי האבן טאקע געדארפט אוועקפירן די חתונה קיין מאנסי, און קרית יואל איז געבליבן אפגעהיטן, און מהר''א האט ערפילט זיין אחריות אלס שטאטס רב.

פון דארט און ווייטער האט מהר''א מער נישט גערעדט קיין ווארט פונקט ווי ער איז נישט מוחה אויף פירצות אין בארא פארק ווילאנג ס'האט נישט מיט קרית יואל וואס איז אינטער זיין אחריות, סך הכל האט ער מעורר געווען אז ער האפט אז די גלילות ק''י זאל נישט ווערן ווי מאנסי ווי מ'זאל קענען מאכן אלע חתונות וואס איז נישט ערלויבט אין ק''י גופא.

לסיכום.
הגר"ע יוסף איז א שייגעץ, הרב קוק איז א שייגעץ, הגר"מ פיינשטיין איז א פערטל שייגעץ, נאר מהר"א איז א צדיק ואני ועמי הרשעים.

נניח אז ער איז טאקע מרא דאתרא (ער איז נישט אבער דאס איז נישט די נושא דא) איז ער נאר בהע"ב אין קרית יואל, וואס האט ער טענות אויף רבני מאנסי?

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:31 am

· #488819

ווי קומט דא אריין שייגעץ?

הרב קוק, עובדי' יוסף, ר''מ פיינשטיין זכר כולם לברכה זענען נישט געווען אנגענומענע פוסקים ביים סאטמארען חדר. אויב ווילסטו וויסן פארוואס דאן קענסטו פרעגן כ'וועל דיר ענטפערן.

יעצט, מהר''א דארף לאזן אין א סאטמארע שטאט מאכן א חתונה וואס האט התירים פון פרעמדע רבנים?! אין סאטמאר?

ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין טענות אויף רבני מאנסי, איך ווייס נישט וואס ס'מאכט דיך טראכטן אזוי, ער האט ארויסגעברענגט די הפקירות וואס ס'הערשט אין מאנסי און געזאגט אז ער האפט אז גלילות קרית יואל וועט נישט ווערן אזוי, און אלס משל האט ער געברענגט די מעשה צו אפשפיגלען אז יעדע זאך וואס מ'לאזט נישט אין קרית יואל לויפט מען קיין מאנסי, און מ'זאל זען ס'זאל נישט פאסירן דא.

ס'קען אפשר זיין אז די משל איז נישט אזוי אין פלאץ אבער ער האט אפילו איין סעקונדע נישט אראפגעריסן רבני מאנסי אויף דעם. ס'שקר וכזב.

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:38 am

· #488822
ער האט געהאט טענות אויף רבני מאנסי פארוואס זיי לאזן צי די חתונה.
אז סאטמאר וויל זיי נישט אננעמען, i could not care less, אבער איך דארף נישט אננעמען דיינע חומרות.

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:08 am

· #488851
קהל'ס נער
ער האט געהאט טענות אויף רבני מאנסי פארוואס זיי לאזן צי די חתונה.
אז סאטמאר וויל זיי נישט אננעמען, i could not care less, אבער איך דארף נישט אננעמען דיינע חומרות.

נאכאמאל איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט פאר א פאקט.

זאג מיר וואס ער האט געזאגט.

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:51 am

· #488861
מיליאנער
קהל'ס נער
ער האט געהאט טענות אויף רבני מאנסי פארוואס זיי לאזן צי די חתונה.
אז סאטמאר וויל זיי נישט אננעמען, i could not care less, אבער איך דארף נישט אננעמען דיינע חומרות.

נאכאמאל איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט פאר א פאקט.

זאג מיר וואס ער האט געזאגט.

הער איבער די רעקרדירונג.

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:28 am

· #488866
קהל'ס נער
מיליאנער
קהל'ס נער
ער האט געהאט טענות אויף רבני מאנסי פארוואס זיי לאזן צי די חתונה.
אז סאטמאר וויל זיי נישט אננעמען, i could not care less, אבער איך דארף נישט אננעמען דיינע חומרות.

נאכאמאל איבערזאגן א ליגנט מאכט עס נישט פאר א פאקט.

זאג מיר וואס ער האט געזאגט.

הער איבער די רעקרדירונג.

איך האב עס געהערט איינמאל, איך זע נישט פארוואס איך דארף עס איבערהערן, איך האב דיר שוין געזאגט פונקטליך וואס ער זאגט דארט, אויב דו זעסט דארט ווי ער רייסט אראפ רבנים דאן זאג מיר וואו דו זעסט דאס? צו וואס סתם שרייבן און שרייבן? לאמיר רעדן קלאר.

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:31 am

· #488868
[ציטאט אראפגענומען]

יא, ר' יחזקאל ראטה איז א אנגענומענע פוסק.

אבער נישט די פוסק אחרון און ס'דא נאך אנגענומענע פוסקים.

(אין האב א פילינג אז דו צילסט אויפן עירוב)

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 11:22 am

· #488881
[ציטאט אראפגענומען]

פיין, און מהר''א האט געהאלטן אז ביי די ספעציפישע מעשה קען מען נישט מקיל זיין.

איש את רעהו » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 6:40 pm

· #488912
פארוואס איז נאר איין קהילה מקבל פנים די נייע וויזשניצע שכונה נעבן קרית יואל? איז עס נישט פאר יעדן א פרייד אז נאך א ציבור אידן גייען באזעצן דעם געגנט און עס בויען פאר א עיר ואם בישראל?
📎 מזל טוב וויזשניץ.jpeg

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 6:42 pm

· #488913
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

פיין, און מהר''א האט געהאלטן אז ביי די ספעציפישע מעשה קען מען נישט מקיל זיין.

נישטא במציאות א זאך וואס מ׳קען נישט טרעפן א היתר, צ״ל ״וויל ער נישט מתיר זיין״, והכל תלוי ברצון.

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 8:24 pm

· #488920
איש את רעהו
פארוואס איז נאר איין קהילה מקבל פנים די נייע וויזשניצע שכונה נעבן קרית יואל? איז עס נישט פאר יעדן א פרייד אז נאך א ציבור אידן גייען באזעצן דעם געגנט און עס בויען פאר א עיר ואם בישראל?

אגוטע קשיא, ווי קומט עס דא אריין?

וועל דיר ענטפערן בקיצור
ווען די וואס פרייען זיך אזוי צו וויזניץ וואלטן געהאט די פאוער אין קר"י, וואלט וויזניץ קיינמאל נישט באקומען רשות, סא די גאנצע ברוך הבא איז צו שטעכן יענעם, ווייל זיי פארשטייען אז צד מהר"א באדערט עס, זיי האבן געגעבן רשות פאר א ישיבה, נישט פאר קיין קריה
והא ראי׳ אז עס שטערט אזא שטעטעל פאר שכנים, ער איז נישט געגאנגען לעבן מאנסי אדער קיימישע לעיק ווייל זיי האבן נישט געוואלט
א גרויסע מיסטעיק געווען דאס געבן רשות, יעצט איז שוין פארפאלן

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 9:41 pm

· #488931
רביה''ק זי''ע
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

פיין, און מהר''א האט געהאלטן אז ביי די ספעציפישע מעשה קען מען נישט מקיל זיין.

נישטא במציאות א זאך וואס מ׳קען נישט טרעפן א היתר, צ״ל ״וויל ער נישט מתיר זיין״, והכל תלוי ברצון.

גערעכט, איך זע נישט די גרויסע חילוק, מהר''א האט נישט 'געוואלט' מתיר זיין די ספעציפישע פאל.
בלאט: 1 2