☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שלום צווישן מהר"א און מהרז"ל?

שלום צווישן מהר"א און מהרז"ל?

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14993
בלאט: 1 2

מיליאנער » מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 10:51 pm

· #488935
[ציטאט אראפגענומען]

האסט נאכנישט געברענגט א מורה הוראה וואס האט מתיר געווען דעי פאל.

חוץ פון דעם, מהר''א האט בכלל נישט געפירט א מערכה מיט מינקת חבירו, איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען, אבער מהר''א האט געהאלטן אז מ'טאר נישט מאכן די חתונה, איך ווייס נישט צו זיי האבן געהאט א היתר בכלל, קען זיין אז ווען זיי האבן ווען א היתר פון א פוסק וואלט עס מהרא דורכגעשמועסט מיט יענעם און ס'וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין האט מהר''א געהאלטן אז ס'איז אסור, און אלס מרא דאתרא האט ער געהאלטן אז אזא חתונה טאר נישט פארקומען אין שטאט, האבן זיי אריבערגעפירט די חתונה קיין מאנסי. עד כאן המעשה.

יעצט, ביי די דרשה האט מהר''א סך הכל ארויסגעברענגט א נקודה אז מ'זעט אז ווען מ'לאזט עפעס נישט אין קרית יואל דארף מען עס טראגן קיין מאנסי, האפט ער אז ס'זאל נישט ווערן א מצב אז וואס מ'לאזט נישט טון אין קרית יואל זאל מען קענען טון אין די גלילות ק''י, ס'זאל נישט ווערן ווי מאנסי. פינטל. דאס איז די גאנצע מעשה, ער האט נישט אראפגעריסן רבנים, ניטאמאל די משפחה האט ער אראפגעריסן, ער האט בכלל נישט געצילט אויף דעם.

א שטורעם אין א גלעזל וואַסער.

אבשלום בן מעכה » מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 11:16 pm

· #489171
לאמיר ווארטן א יאר צוויי, וועלן מיר זען זייער פיין וואס ער האט געמיינט.

good news » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:15 pm

· #489398
איך זעה אז מען רעדט פון מאכן שלום. איך בין גרייט צו פארהאנדלען מיט זיי, נאר אויב איך קען פארהאנדלען צווישן די צוויי ברידער אליין, אן קיין גבאים.

רבי'ס, עטס זענט גרייט?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:25 pm

· #489403
די רבי'ס קענען (יעצט) נישט ענטפערן. אין ביהכ"ס טאר מען נישט רעדן. אדער שרייבן. אפשר אויף קאווע שטיבל מעג מען יא...!

מיליאנער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 11:40 pm

· #489410
good news
איך זעה אז מען רעדט פון מאכן שלום. איך בין גרייט צו פארהאנדלען מיט זיי, נאר אויב איך קען פארהאנדלען צווישן די צוויי ברידער אליין, אן קיין גבאים.

רבי'ס, עטס זענט גרייט?

נא, אפשר געסטו ארויס דיין סוד, וואס גייט זיין דיין מהלך? ביסט עפעס אזוי זיכער אז די רבי'ס זענען גרייט פאר שלום?האסט עקספערטיז?
בלאט: 1 2