קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14981
קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
איך ווייס נישט וואס מהר"א גייט מעלדן ביי די גרויסארטיגע אסיפה, אבער לויט שמועות גייט דער גרויסער רבי גייט אריינגיין אין דיטי דיטעילס צו איינטיילן פאר אידן מיט ווייסע בערד וואס זיי מעגן לייענען, עסן און הערן.
מען רעדט נישט פון זאכן וואס האבן צו טאן מיט כשרות אדער הלכה אדער אפילו פרומקייט, נאר פשוט די משוגעת'ן פון אפאר קליינע קינדער מיט ווייסע בערד גייט מען ארויפצווינגען אויף א גרויסן ציבור אידן.
אלס טעראפיסט קומט מיר אפט אויס צו דיעלן מיט קרית יואל'ער יונגעלייט און איך האב שוין אסאך מאל באמערקט אז קרית יואל'ער אידן, אפילו אזעלכע וואס זענען פערציג, פופציג יאר אלט, לעבן אונטער א פחד פונעם מנהל און פונעם מלמד, פונקט ווי קינדער ערגעץ אנדערש.
אין קרית יואל שפארט מען צו די שויערס ביי א געוויסער צייט, און די קאווע ביי אן אנדערער צייט. מען זאגט פאר זיבעציג יעריגע אידן אז איר זענט נישט גענוג מעטשור צו מאכן אייערע אייגענע החלטות אויף פשוט'ע קליינליכע ענינים. קענסט נישט קויפן קיין סושי אין גאנצן שטעטל ווייל איין נארישער מענטש מיט פאוער פון א דיקטאטאר האט מחליט געווען אזוי און יעדער ווארפט זיך אונטער זיינע שגעונות.
אין קרית יואל איז אן אפטע ערשיינונג אז אויב עמיצער מאכט א מנין נישט ווען ס'שטייט אויפ'ן צעטל קומט צו לויפן א גבאי און טיילט מכות כאילו ער וואלט געדיעלט מיט קליינע קינדער וועלכע האבן נישט געפאלגט דעם מלמד. דאס זעלבע איז מיט אנדערע "החלטות הקהילה" וואס עמיצער האט זיך נישט געהאלטן דערצו, וואס מען דיעלט דערמיט דורכ'ן באפאלן יענעם ברבים און אים גוט אנפראסקענען למען ישמעו ויראו.
איין טאטע האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט געשיקט זיינע קינדער אין די קרית יואל'ער מוסדות און מען האט אים געמאכט אונטערשרייבן די תקנות לגבי סעלפאנס וכדו'. דער איד האט נאר א פליפ פאון אבער מען האט אים אויסגעפארשט צי ער האט נישט אן אומלעגאלן סמארט פאון אין טאש, פונקט ווי א בחור אין ישיבה וואס מען טראסט נישט אויפ'ן ווארט, און דערנאך איז מען אים נאכגעגאנגען און נאכגעקוקט. לעצטנס האט ער זיך געצויגן קיין לינדען, וואו ער האט געדארפט אונטערשרייבן די זעלבע תקנות. אבער אלעס איז געטאן געווארן אזוי פראפעסיאנעל. מען האט אים געגעבן די פילינג אז ער איז א גראון אפ, אן ערוואקסענער מענטש, נישט איינער וואס פירט נאך א קאץ-און-מויז שפיל מיט א מנהל.
זאגט ער מיר אז ער האט זיך ערשט יעצט אנגעפאנגען כאפן אז דער וועג וויאזוי מען דיעלט מיט אידן אין קרית יואל איז דיקטאטוריש. ער האט זיך באלד געכאפט ביים ווארט און געזאגט אז ס'איז נישט דיקטאטוריש נאר פשוט קינדיש. אפאר לאו-איי קיו אידן פירן א גאנצע קהילה ווי זיי וואלטן געווען קינדער אין א תלמוד תורה. נאר דאס מעגסטו עסן און נאר דאס מעגסטו לייענען. וועלכער יונגל ס'שויערט זיך נישט ביז יענער און יענער צייט קען נישט גיין אין שויער, וכו'.
א קליענט מיינער, וואס וואוינט גראדע אין וויליאמסבורג, האט מיר אמאל פארציילט אז שטייענדיג ביים באגלייטן מוצאי שבועות אין קרית יואל האט ער געהערט ווי דער מנהל פון בית רחל גיט אנווייזונגען פאר א ציבור פון ערוואקסענע אידן ווי פאלגנד:
"אלע טאטעס שטייען שיין אויף די סטעפס פון בית המדרש, אלע פרויען גייען שיין אריבער די אנדערע זייט" וכו'.
זאגט ער מיר אז ער האט געטראכט פאר א סעקנד אז ס'איז מאדנע אזוי צו רעדן צו ערוואקסענע אידן אבער דאן האט ער זיך געכאפט אז דאס איז קרית יואל, דאס איז דער מענטאליטי, און דאס איז וויאזוי מען באהאנדלט דעם ברייטן ציבור, ווי זיי וואלטן געווען קליינע קינדער.
נאר וואס דען? יעדע פאר יאר פאנגען אן צו בלאזן ווינטן פון דעמאקראטיע; איך וויל זיין אן ערליכער איד אבער טייל מיר נישט איין וואו צו דאווענען אדער מיט וועמען צו לערנען אדער וואספארא (ערליכע) ביכער איך מעג לייענען אדער ווען צו טרינקען א קאווע אדער וואס צו עסן פאר פרישטאג, און די פיצלעך קינדער מיט די ווייסע בערד כאפן זיך אז זיי פארלירן די שליטה פון אונטער זייערע הענט, לויפן זיי אריין צום רבי'ן און מען זאגט אים אז ס'איז ממש צרות, די שטאט גייט אונטער. אויב זאלן אידן מעגן קויפן סושי איז די גאנצע הארעוואניע פונעם רבי'ן אונטערגעגאנגען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל ס'טוט זיך יעצט א שטארקע געקויפעכץ און געמופעכץ, איך זאג עס פשוט אלס אן עצה טובה פאר מיינע קליענטן און פאר גאנץ כלל ישראל. שטייט אוועק פון דעם פלאץ פאר אייער מענטעל העלט, אזוי לאנג ווי די זיידע-בעיביס זענען אין טשארדזש פון דער קהילה. גייט קיין מאנסי, קיין לעיקוואוד, קיין לינדען, וואו אימער. גייט נישט צו א פלאץ וואו מענטשן טוען זיך אפלעבן זייערע גאנצע אכציג-ניינציג יאר אן וויסן וואס ס'מיינט פשוט באהאנדלען א גראון-אפ ווי א גראון-אפ.
ס'איז דא א סיבה פארוואס אין גאנץ אמעריקע רעוואלטירט מען יעצט קעגן די מאנדאטן. מענטשן זאגן פאר לאו-איי-קיו לידערס וואס האבן באקומען א געשמאק אין איינטיילן פאר אנדערע מענטשן וואס צו טאן: לאמיך צורו. איך ווייס אליין וואס ס'איז גוט פאר מיין געזונט. קריך אראפ פון מיר.
דיין פאינט איז הייליג גערעכט, איך וויל נאר קלאר שטעלן איין נקודה, דהיינו, אז פון די ארטיקל קען מען באקומען די געפיל אז קרית יואל איז עפעס אזויווי שיכון סקווירא, ווען אין אמת'ן איז עס בכלל נישט דומה. אין סקווירא זענען טאקע דא עטליכע אויפגעקלערטע אבער די זענען די יוצא מן הכלל. ביי דעפאלט איז דער עולם דארט פאלגזאם און זיי האלטן אז ס'דארף זיין א שטארקע הנהגה (וכמובן אז דאס וועט זיך אינגאנצן טוישן לאחר אריכת ימיו פונעם היינטיגן רבי), חוץ די עטליכע "יוצא מן הכלל'ס".
אין קרית יואל אבער איז אן אנדערע מעשה. אפגערעדט פון די בערך האלב איינוואינער וועלכע האבן עמטליך נישט קיין שייכות מיט קהילת מהר"א, נאר אפילו די וואס באלאנגן יא אהין אפיציעל זענען רוב עולם נישט אינטערעסירט אין די גאנצע קאנטראל וואס מ'וויל ארויפצווינגן.
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
נח בער
א קליענט מיינער, וואס וואוינט גראדע אין וויליאמסבורג, האט מיר אמאל פארציילט אז שטייענדיג ביים באגלייטן מוצאי שבועות אין קרית יואל האט ער געהערט ווי דער מנהל פון בית רחל גיט אנווייזונגען פאר א ציבור פון ערוואקסענע אידן ווי פאלגנד:
"אלע טאטעס שטייען שיין אויף די סטעפס פון בית המדרש, אלע פרויען גייען שיין אריבער די אנדערע זייט" וכו'.
די מעשה איז אמת? [emoji23]
א שיינע תגובה.
שאלה/הערה:
1. עפעס א ספעציפישער אסיפה גייט אצינד פארקומען אין קהילת מהר"א?
2. קענענדיג אידן פון מערערע קהילות איז עס ליידער נישט באגרעניצט צו קהילת מהר"א.
רוב קהילות אין די טריי-סטעיט געגנט ווערט אזוי געפירט, און סיי ווער "ס'באלאנגט" צו די קהילות וועט אדורכגיין אזא באהאנדלונג.
יא, עס איז געווען גערופן א וויכטיגע אסיפה פאר היינט נאכט, אבער איצט זע איך אז זיי שטופן עס אפ פאר נעקסטע וואך. קען זיין אז זיי האבן זיך דערשראקן פון די אשכול.
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
א גוטן ר' נח בער ני''ו
זייער שיין געשריבען אבער מיט ריאליטעט האט עס נישט קיין סך,
ק''י איז היינט זייער א סאפיסטיקירטע שטעטל מיט אלע מין מענטשן, ריכטיג איז אז בימים ההם איז געווען די ניווא פון די פירער אויף אן אויפ'ן ווי מען פירט א חדר אבער אזוי איז אויך געווען אין וויליאמסבורג ווען דער ראה"ק ר' סענדער ז''ל האט ארויס געגעבען די רעזאלוציע פון קהל. אבער בזמן הזה זענען זאכן וועי מאר סאפיסטיקירט און עס ווערט שוין נישט געפירט אזא חדר ווי אמאל.
מיר ווייסען נישט וואס דער רעבע שליט''א וויל, און גייט זאגען ביי די אסיפה. עס איז נאך נישטא קיין שום אפיציעלע ליק, אבער מיט געדולד וועלן מיר ווארטן פאר א נייער סאמעטוכא וואס דער רעבע מיט די ארומיגע לייגן זיך איצטערט אריין. אויף דערווייל קומט א פרישער א' שמות ווייל עס איז געווארן נדחה. בשבול חלשות רבינו שליט''א
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
אונטער חכםנח בער
א קליענט מיינער, וואס וואוינט גראדע אין וויליאמסבורג, האט מיר אמאל פארציילט אז שטייענדיג ביים באגלייטן מוצאי שבועות אין קרית יואל האט ער געהערט ווי דער מנהל פון בית רחל גיט אנווייזונגען פאר א ציבור פון ערוואקסענע אידן ווי פאלגנד:
"אלע טאטעס שטייען שיין אויף די סטעפס פון בית המדרש, אלע פרויען גייען שיין אריבער די אנדערע זייט" וכו'.
די מעשה איז אמת? [emoji23]
די מעשה קאן זיין אמת ווייל אין די צייטן אמאל איז הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן נ''י געווען דער אפציעלער אויסרופער ביי גרעסערע מעורת. נא וואס האסטו עקספעקטעד? אבער דוכט זיך מיר היינט איז עס שוין נישט אזוי.
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
מאך זיכערמיינונגזאגערבשבול חלשות רבינו שליט''א
בשביל חלשות רביך ל"ע גייט ער געבן די דרשה, נישט עס אפשטופן...
[emoji23]
Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגערא גוטן ר' נח בער ני''ו
זייער שיין געשריבען אבער מיט ריאליטעט האט עס נישט קיין סך,
ק''י איז היינט זייער א סאפיסטיקירטע שטעטל מיט אלע מין מענטשן, ריכטיג איז אז בימים ההם איז געווען די ניווא פון די פירער אויף אן אויפ'ן ווי מען פירט א חדר אבער אזוי איז אויך געווען אין וויליאמסבורג ווען דער ראה"ק ר' סענדער ז''ל האט ארויס געגעבען די רעזאלוציע פון קהל. אבער בזמן הזה זענען זאכן וועי מאר סאפיסטיקירט און עס ווערט שוין נישט געפירט אזא חדר ווי אמאל.
מיר ווייסען נישט וואס דער רעבע שליט''א וויל, און גייט זאגען ביי די אסיפה. עס איז נאך נישטא קיין שום אפיציעלע ליק, אבער מיט געדולד וועלן מיר ווארטן פאר א נייער סאמעטוכא וואס דער רעבע מיט די ארומיגע לייגן זיך איצטערט אריין. אויף דערווייל קומט א פרישער א' שמות ווייל עס איז געווארן נדחה. בשבול חלשות רבינו שליט''א
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
אפשר דער ציבור איז נישט ווי אמאל.
די פירערשאפט ווייסט נישט פון קיין שום טויש.
דער פאקט איז אז מען פארקויפט נישט קיין סושי אין קרית יואל און אזוי אויך פארקויפט מען נישט קיין מאגאזינען. דער ציבור קען זאגן וואס זיי ווילן, אבער די געציילטע נארישע בריונים קאנטראלירן דאס לעבן פונעם גאנצן עולם.
דו ביסט נישט אזוי אינפארמירט, הרב נח בער, מען פארקויפט סושי און מעגעזינען.
יא דער איין איינציגער לאנגער פארפירט נאך מיט קולות אריבער זיין האלז אבער ער איז שוין ממש א געלעכטער אין שטאט און אין שוהל און זיינע שוגעונען זענען שוין א פארבייגייענדער נפיחה.
די גאנצע אסיפה הערט זיך ווי א "סקווירא-נישט-וואוינען-אין-די-מייל" סטייל אסיפה
עפעס קוועטשט דארט, אז די עולם פארשפרייט זיך אביסל צו ווייט
📎 unnamed (2.png
א' שמות... 😂 😂 😂
בבחינת april fools
היינט געווען א אסיפה מיט די רבנים פון אינדרויסן
עס ברענגט מיר צו לאכן ווען מענטשן זענען מסביר פארוואס זיי זענען אויפגעקלערט...
אונז זענען נישט ווי לב טהור, זיי זענען א "עכטע" קולט.
מיין רבי איז נישט ווי הרב מענדעלע, ער איז "עכט" משוגע.
ביי אונז קאנטראלט מען נישט ווי אין סקווירא, דארטן איז מען עכטע שעפעלעך.
ביי די אנדערע צד איז סאך ערגער, אונזער עולם פארשטייט.
אמאל איז טאקע געווען צרות, היינט איז שוין סאך בעסער, דער עולם איז אויפגעקלערט.
יעדער איינער לעבט אין א באבל, איך ווייס כאטש אז איך בין אויך אין א באבל...
מחצה''קהיינט געווען א אסיפה מיט די רבנים פון אינדרויסן
דהיינו?
יעקב מעקסוועלעס ברענגט מיר צו לאכן ווען מענטשן זענען מסביר פארוואס זיי זענען אויפגעקלערט...
אונז זענען נישט ווי לב טהור, זיי זענען א "עכטע" קולט.
מיין רבי איז נישט ווי הרב מענדעלע, ער איז "עכט" משוגע.
ביי אונז קאנטראלט מען נישט ווי אין סקווירא, דארטן איז מען עכטע שעפעלעך.
ביי די אנדערע צד איז סאך ערגער, אונזער עולם פארשטייט.
אמאל איז טאקע געווען צרות, היינט איז שוין סאך בעסער, דער עולם איז אויפגעקלערט.
יעדער איינער לעבט אין א באבל, איך ווייס כאטש אז איך בין אויך אין א באבל...
דער פראבלעם איז נישא די באבל. מאך עס נישט ערגער ווי עס איז.
אכן נודע הדבר, וואס איז דאס די פלוצלינגע עמערזשענסי אסיפה נחוצה עס קען שוין נישט ווארטן במס א' שמות מען האט עס גאר געמוזט נאך אמאל רוקען אויף צוריק ליל שישי פר' ויחי די אוויר וויקענד וועט ממש הארגענען נאך אפאר אום וואקסינירטע איינוואוינער אין שטעטל.
והנה,
עס איז דא א גראסעריי אין די הייליגע שטעטל אויף דער דינובער בארג (נישט ווייט פון ריפרעש סופער מארקעט וואס דער אינוועסטירער און בעה"ב איז נישט מער און נישט ווייניגער דער פריץ פון שטאט און דער איינציגער בעה"ב איבער די שטאט ר' מאיר הירש) וואס הייסט פעפערמינט. דער בעל הגראסעריי איז ממש א בעל מידות א בעל השגה, ווייניג בעלי בתים פארמאגן זיינע השגות. זיין חסד איז למעלה מן המשוער, עס איז נישט קיין סוד, פרעגט סיי וועם אין שטעטל וועגן דעם בעל הבית פון פעפערמינט, כולם יענו ויאמרו אן איש חסד במלוא מובן המלה.
איין שרעקליכער עוולה וואס ער טוהט יא, ער רעכענט זיך עפעס נישט מיט די הייליגע אינסטיטוציעס פון ק''י און ער דערוועלט זיך יא צו פארקויפן ווארעם'ס מוצאי שבת וכדו', און ווי אויך די אלע זאכען וואס מען טאר נישט פארקויפן, ווי למשל דזשעֱרָאקִי מיט די הכשר פון טארניפאל. דאס מיינט אז אט גייט מען דא פארקויפן פלייש אין גראסעריי מיט הכשרים וואס עס שטימט נישט איין מיט די סאטמארער בית השחיטות געוואלד, עס איז נאך נישטא קיין איין גראסעריי וואס דערוואגט זיך פארקויפן טארניפאלי פלייש, דאס מיינט אז אט אט וועט דא קענען ווערן אן עווערגרין מיט פליישן פון סיי וואו און דער עולם וועט וויסן וואספארא מאסן שחיטה פון געלט וואס קומט פאר אויף פלייש דירעקט, געוואלד דאס טאר מען נישט צו לאזן.
די ליעס פון די סטאר ענדיגט זיך בקרוב בימינו און אן הודעה פון אויבן, די ליעס ווערט נישט רינָוט פאר אפי' כל הון דעלמא. אז האט מען נישט קיין ברירה עפענט מען א גרויסער שיינע נייע באקוועמע גראסעריי צווישען בלומינגראוו און די שטעטל ווי כל הרוצה קוקה קולה און סושי וועט קענען אהין גייןַ
און דערפאר לכאורה ווערט דער גאנצער עולם גערופן צו א דרינגענדע אסיפה ווי די ענינים העומדים על הפרק וועלן ווערן פראקלאמירט, און בדרך אגב וואס דאס איז דער עיקר פאשען אין פרעמדע פעלדער איז יהרג ואל יעבור.
עס איז נישט קראנט אבער עס זעצט זיך אויפן שכל.
די גע'ליק'טע רעזאלאציעס פון די אסיפה
📎 fd.jpg
אלע טאטעס גייען קומען צו די היסטארישע אסיפה מיט מעכטיגע טראנספארטעישאן און מגייט זעהן די פארצווייגטער סאונד סיסטעם
📎 markup_67139886.png
ששון ושמחהדי גע'ליק'טע רעזאלאציעס פון די אסיפה
זייט ווען איז ערכאות עכו״ם אסור? 😂
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
ששון ושמחהדי גע'ליק'טע רעזאלאציעס פון די אסיפה
אינטערסאנט דאס טווילער"ס איז שוין אסור נאר פאר "בנות ישראל"
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
מהר״א יעצט ביים אסיפה: מאנסי איז א עיר פרוצה און די רבינו העיר קענען נישט טון נישט גארנישט, און אין די גלילות שנייד מען זיך די בערד און די נשים דרייווען, און מ׳עסט זאכן אן הכשרים.
ערבי נחלמהר״א יעצט ביים אסיפה: מאנסי איז א עיר פרוצה און די רבינו העיר קענען נישט טון נישט גארנישט, און אין די גלילות שנייד מען זיך די בערד און די נשים דרייווען, און מ׳עסט זאכן אן הכשרים.
טאקע א שרעקליכער שטאט.
[ציטאט אראפגענומען]
.
אזוי, וויאזוי וועט מען דאס מאכן?
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
איך מיין אז מ'קען באשטימען דאס מאנרא וואודבורי און בלומינג גראוו זענען אין די גלילות פון מאנסי און האבן גארנישט מיט קרית יואל און שלום על ישראל מען זאל דארט אויך עפענען עקסטרע מוסדות
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
פרנס החודשאיך אז מ'קען באשטימען דאס מאנרא וואודבורי און בלומינג גראוו זענען אין די גלילות פון מאנסי און האבן גארנישט מיט קרית יואל און שלום על ישראל מען זאל דארט אויך עפענען עקסטרע מוסדות
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
האט נישט הרה״צ יואל ראטה אזוי גסטראשעט אפאר יאר צוריק ?
Sent from my iPhone using Tapatalk
די מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.
די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.
פרייוויליגדי מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.
די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.
אויב האסטו נישט געטראפן עפעס בעסערס צו זאגן אויף די דרשה קוקט עס אויס צו זיין א קנאקעדיגע דרשה, וועלן מיר עס הערן שפעטער.
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
פרייוויליגדי מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.
די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.
פון די מלחמת (מצוה?) פון די זיידע דער קדושת יו"ט האט געפירט קעגן ר' קלמן כהנא פון סיגוט האט ער נישט דערמאנט ביי די דרשה??
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
פרייוויליגדי מערסטע ווערטער געזאגט געווארן ביי די דרשה פון ר' אהרן, איז: צאנזער רב, דער רבי זי"ע, דער זיידע צאנזער רב, דער פעטער, און אז סאנצער רב איז געווען זיין זיידע.
די איבריגע איז נישט אינטערסאנט.
נו, עס איז אלעס ריכטיג. וואס איז שלעכט?
עס גייט מיר אין קאפ נישט אריין, אפשר קען איינער אונז דא באלייכטן. וואס איז איצטערט געשעהן, וואס איז די פחד איצט. ווער האט מורא פארוואס. איז דאס אלעס נאר אדאנק מייזעלס, א"כ וואלט מען געדארפט נאכאמאל באפעסטיגן די פאזישאן פון מרא דאתרא. אויפדערווייל הערעך נאכנישט אזא תקנה. "איך בין רב, אזוי וויל איך, און אזוי וועט זיין"!
עס איז מער ווייניגער געווען א מעסעדזש פאר די אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין די גלילות קרית יואל אז זיי זאלן זיך נישט איינרעדן אז מ'וועט קענען טון וואס מ'וויל דארט, און אז מ'וועט דארט נישט פטור ווערן פון די קרית יואל מאכט.
דאס איז געווען די ציל פון די אסיפה און די ציל פון די מצב.
אגב האט מהר''א געזאגט א זעלטן שטארקע דרשה, איך מיין אז ס'לוינט זיך אפילו פאר זיינע שונאים אויסצוהערן די דרשה.
.
📎 IMG-20211216-WA0076.jpg
מיינונגזאגערעס גייט מיר אין קאפ נישט אריין, אפשר קען איינער אונז דא באלייכטן. וואס איז איצטערט געשעהן, וואס איז די פחד איצט. ווער האט מורא פארוואס. איז דאס אלעס נאר אדאנק מייזעלס, א"כ וואלט מען געדארפט נאכאמאל באפעסטיגן די פאזישאן פון מרא דאתרא. אויפדערווייל הערעך נאכנישט אזא תקנה. "איך בין רב, אזוי וויל איך, און אזוי וועט זיין"!
אטטא דאס איז די גאנצע ציל. אז דער עולם זאל זיך ווינדערן און פראבירן פארשטיין די ציל, און ס'זענען דא גענוג תמימי לב וואס וועלן קומען צום מסקנה אז עפעס געפערליכע זאכן האבן געדראעט אינטערצוברענגן די שטאט, נאר א דאנק די שטייפע צוגאנג פון די "מרא דאתרא" איז די שטאט אפגעראטעוועט געווארן.
דעטס איט.
יעך פארשטיי נישט.
ביי כינוס כלל ישראל האט עם געקרענקט תקנת מיהאלאוויץ, יארן ארום וועט אן אייניקל זיינע קרענקען תקנות קרית יואל, חוט המשולש לא במהרה ינתק און כלל ישראל האט זיך פארזיכערט אן עתיד
[ציטאט אראפגענומען]
וואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?
דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.
דער עיקר איז אז מ'זאל וויסן ווער ס'איז באלעבוס...
מעסידזש רעסיווט לאוד ענד קלער...
(אין די ווירקליכקייט האט מען געוואלט רעדן וועגן מאסקעס און וואקסין ארויפגעצווינגעכצער, נאר ס'פאסט דאך נישט, האט מען אפיר געקראצט אלטע תקנות)
די מאכט הונגערע פארשוינען פייגערן נישט אפ קיינמאל.
מיליאנערוואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?
דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.
אבי געהאקט אין קאפ, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א קינד, אין די ל' יארן זענען די עווערעדזש סאטמערע פרויען געגאנגען מיט קליידער וואס זענען קוים אנגעקומען ביז די קניען, ולא עד בכלל! אויב דו מיינסט אז איך בין מגזם, קענסטו טוהן איינע פון די צוויי זאכן, אדער נאכקוקן בילדער פון יענע צייטן, אדער פרעגן @בערל בעל עגלה וואס איז נאך עלטער פון מיר און ער וועט דיר פינקטלעך אראפלייגן די מצב הצניעות פון יענע יארן.
נאר וואזשע דען, די גאנצע וועלט איז געווען נארמאלער דעמאלטס, די רעבעס מיט די רביצין'ס מיט די עמך אידן זענען נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן. כ'זאג נישט, סאטמארער רבי דער בעל דברי יואל האט געהאט זיינע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, אבער ס'האט זיך ארום געדרייט איבער צוויי זאכן, און דאס איז אויך געווען צוטיילט צו צוויי זמנים אינעם יאר, ציונית, איז ער פארנומען געווען מערסטענסטייל אין די זומער חדשים, ש"ס תורות, דאמאלטס ווען ס'איז אויסגעפאלן די באקאנטע בנש"ק תורות. און די חטא הידוע מיט וואס ער האט געהאמערט אין ווינטער וואכן ביי די שובבי"ם ת"ת סעזאן, אבער וזהו. חוץ מזה איז ער געווען היפש א פראקטישער מענטש און האט פארשטאנען גאנץ גוט צו זיין עולם און האט בשו"א נישט טאלערירט עקסטרעמיזם, במילא האט טאקע נישט אויסגעפעלט קיינע תקנות.
און אז דו טראכסט אריין נאכמער וועסטו פארשטיין אז טאקע די צוויי זאכן מיט וואס ער איז געווען אזוי עקסטרעם, האט בעצם נישט בארירט קיינעם פערזענליך פון זיין עולם, ווייל ציונות בעיקר אין אמעריקע איז סתם לופט, ס'מיינט גארנישט, און חטא איז אויך לופט בעצם, ואכמ"ל.
למה נקרא גאלדענע, על שם גאלדענע פענע שישנו שם,
גוט געשריבען, כ'פארשטיי נאר נישט פארוואס חטא הידוע איז ליפט, און פארוואס ציונות איז נישט חל אין אמעריקא?
די גאנצע אסיפה האט געמיינט דער נייער יישוב פון א געוויסער חסידות אין בלומינגראוו.
וואס מיינסטו צו זאגן? אז יענע חסידות קויפט די אלע מאגאזינען? 🙄
שמעקעדיגוואס מיינסטו צו זאגן? אז יענע חסידות קויפט די אלע מאגאזינען? 🙄
אז מען האט געדארפט 23 תקנות צו באהאלטן וועם מען צילט.
דער גאלדענער אדלערמיליאנערוואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?
דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.
אבי געהאקט אין קאפ, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א קינד, אין די ל' יארן זענען די עווערעדזש סאטמערע פרויען געגאנגען מיט קליידער וואס זענען קוים אנגעקומען ביז די קניען, ולא עד בכלל! אויב דו מיינסט אז איך בין מגזם, קענסטו טוהן איינע פון די צוויי זאכן, אדער נאכקוקן בילדער פון יענע צייטן, אדער פרעגן @בערל בעל עגלה וואס איז נאך עלטער פון מיר און ער וועט דיר פינקטלעך אראפלייגן די מצב הצניעות פון יענע יארן.
נאר וואזשע דען, די גאנצע וועלט איז געווען נארמאלער דעמאלטס, די רעבעס מיט די רביצין'ס מיט די עמך אידן זענען נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן. כ'זאג נישט, סאטמארער רבי דער בעל דברי יואל האט געהאט זיינע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, אבער ס'האט זיך ארום געדרייט איבער צוויי זאכן, און דאס איז אויך געווען צוטיילט צו צוויי זמנים אינעם יאר, ציונית, איז ער פארנומען געווען מערסטענסטייל אין די זומער חדשים, ש"ס תורות, דאמאלטס ווען ס'איז אויסגעפאלן די באקאנטע בנש"ק תורות. און די חטא הידוע מיט וואס ער האט געהאמערט אין ווינטער וואכן ביי די שובבי"ם ת"ת סעזאן, אבער וזהו. חוץ מזה איז ער געווען היפש א פראקטישער מענטש און האט פארשטאנען גאנץ גוט צו זיין עולם און האט בשו"א נישט טאלערירט עקסטרעמיזם, במילא האט טאקע נישט אויסגעפעלט קיינע תקנות.
און אז דו טראכסט אריין נאכמער וועסטו פארשטיין אז טאקע די צוויי זאכן מיט וואס ער איז געווען אזוי עקסטרעם, האט בעצם נישט בארירט קיינעם פערזענליך פון זיין עולם, ווייל ציונות בעיקר אין אמעריקע איז סתם לופט, ס'מיינט גארנישט, און חטא איז אויך לופט בעצם, ואכמ"ל.
איך מיין ס'איז דא א מיספארשטענדעניש דא.
@המלוכה האט געברענגט די תקנות וואס זענען געמאכט געווארן בזמנו של בעל דברי יואל (לענ"ד איז ער נישט געווען צופיל איוואלווד ווייל ס'געווען אין די נישט געזינטע יארן, אבער שוין), לכאורה ארויסצוברענגן די חילוק אז יענע תקנות זענען געווען פאר בעיסיק אידישקייט אנדערש ווי די היינטיגע תקנות וואס זענען בלויז צו קאנטראלירן די מאסן און בויען די אייגענע כבוד.
איז געקומען @מיליאנער און מסביר געווען אז בעצם וואלט די בעל דברי יואל אויך געמאכט די היינטיגע תקנות נאר ס'האט פשוט נישט אויסגעפעלט ווייל דער עולם האט עס איינגעהאלטן פון זיך אליינס.
עם איי רייט?
שמעון וואלף
איז געקומען @מיליאנער און מסביר געווען אז בעצם וואלט די בעל דברי יואל אויך געמאכט די היינטיגע תקנות נאר ס'האט פשוט נישט אויסגעפעלט ווייל דער עולם האט עס איינגעהאלטן פון זיך אליינס.
עם איי רייט?
איז געקומען דער גאלדענער אדלער און מסביר געווען אז ס׳איז סתם געפלוידערט, דער עולם האט געליינט בעסערע זאכן ווי דעם מאמענט, ווער האט בכלל געהאט א פולע בארד אין יענע יארן? אבי געפלאפלט.
רביה"ק זי"ע: נישט נאר דער מאמענט, נאר די שרייבערס פון מאמענט זענען נאכנישט געבוירן אין די צייטן פון דברי יואל. דער עולם האט געליינט דעילי ניוס און ..."לייף"... מעגעזין אין גרויסן...! נאר ס'זענען געווען אידן מיט גאנצע בערד. אבער אויך א סאך געשעיווטע און געשטיצטע בערד...!
אבשלום בן מעכהדי גאנצע אסיפה האט געמיינט דער נייער יישוב פון א געוויסער חסידות אין בלומינגראוו.
וויאזוי האט עס געצילט צו יענע חסידות זיי זענען זייער פרומע מענטשן.
[ציטאט אראפגענומען]
צוריקגעריקט? עס האט געדארפט זיין זונטאג פאר דעים, די רבי האט נישט גוט געפילט, און די נעקסטע געלעגנהייט איז געווען דאנערשטאג
ד"א געהערט פון א מקורב צו וויזניצער רבי אז יעדע פעולה פרעגט ער און עס איז ברשות המרא דאתרא מהר"א
זיי האבן געקויפט די לאט פון עקיבא הערש קליין, ער וואלט עס קיינמאל נישט פארקויפט בלי הסכמת מהר"א
אויך זאגט ער אז די ראש ישיבה׳ס גיין צו די גרויסע פארטי ווי מ׳ האט אנאנסט די נייע ביהמ"ד ע"ה איז געווען צו ווארפן א ביינדעל פאר רז"ל
טשאדעלע, פארוואס רעדסטו נישט פון די נייע ביהמ"ד אין קר"?
ווי האלט עס? הא, פון דעים ווילסטו נישט רעדן
Re: קרית יואל לאו-איי-קיו פירער ווילן איינפירן מאנדאטן
עקיבא הערש קליין פרעגט מהר"א ווען צו פארקויפען אדער נישט פארקויפען לאטס......
Sent from my SM-G930V using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא[ציטאט אראפגענומען]
ווי מ׳ האט אנאנסט
די נייע ביהמ"ד ע"ה איז געווען צו ווארפן א ביינדעל פאר רז"ל
טשאדעלע, פארוואס רעדסטו נישט פון די נייע ביהמ"ד אין קר"?
ווי האלט עס? הא, פון דעים ווילסטו נישט רעדן
די בהמ''ד איז אראפ פון טיש? מען האט אפגעשטעלט די דיעל?