דער גאלדענער אדלערמיליאנערוואס ווילסטו זאגן יעצט? אז סאטמאר רבי האט נישט געמאכט די תקנות ווייל ער איז נישט געווען דערקעגן? מאכסטעך נאריש?
דעמאלטס האט נישט אויסגעפעלט צו מאכן תקנות פון דעם, קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו טון די אלע זאכן, ליידער ליידער היינט דארף מען שוין רעדן פון דעם.
אבי געהאקט אין קאפ, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א קינד, אין די ל' יארן זענען די עווערעדזש סאטמערע פרויען געגאנגען מיט קליידער וואס זענען קוים אנגעקומען ביז די קניען, ולא עד בכלל! אויב דו מיינסט אז איך בין מגזם, קענסטו טוהן איינע פון די צוויי זאכן, אדער נאכקוקן בילדער פון יענע צייטן, אדער פרעגן @בערל בעל עגלה וואס איז נאך עלטער פון מיר און ער וועט דיר פינקטלעך אראפלייגן די מצב הצניעות פון יענע יארן.
נאר וואזשע דען, די גאנצע וועלט איז געווען נארמאלער דעמאלטס, די רעבעס מיט די רביצין'ס מיט די עמך אידן זענען נישט געווען קיין עקסטרעמיסטן. כ'זאג נישט, סאטמארער רבי דער בעל דברי יואל האט געהאט זיינע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, אבער ס'האט זיך ארום געדרייט איבער צוויי זאכן, און דאס איז אויך געווען צוטיילט צו צוויי זמנים אינעם יאר, ציונית, איז ער פארנומען געווען מערסטענסטייל אין די זומער חדשים, ש"ס תורות, דאמאלטס ווען ס'איז אויסגעפאלן די באקאנטע בנש"ק תורות. און די חטא הידוע מיט וואס ער האט געהאמערט אין ווינטער וואכן ביי די שובבי"ם ת"ת סעזאן, אבער וזהו. חוץ מזה איז ער געווען היפש א פראקטישער מענטש און האט פארשטאנען גאנץ גוט צו זיין עולם און האט בשו"א נישט טאלערירט עקסטרעמיזם, במילא האט טאקע נישט אויסגעפעלט קיינע תקנות.
און אז דו טראכסט אריין נאכמער וועסטו פארשטיין אז טאקע די צוויי זאכן מיט וואס ער איז געווען אזוי עקסטרעם, האט בעצם נישט בארירט קיינעם פערזענליך פון זיין עולם, ווייל ציונות בעיקר אין אמעריקע איז סתם לופט, ס'מיינט גארנישט, און חטא איז אויך לופט בעצם, ואכמ"ל.
איז אזוי, די ערשטע זאך איז, דו ביסט דאך נישט קיין סאטמארער. איז אויב ווילסטו האקן אויף סאטמאר, פיין קען מען הערן, מ'קען אפילו ענטפערן, אבער אויב קומסטו איינטיילן פאר סאטמאר וואס סאטמאר איז אמאל געווען, און וויאזוי סאטמאר ברויך זיך פירן, איז בעצם יעדע ווארט א שאד, פון דיין הודעה זע איך אז דו האסט ניטאמאל משפחה סאטמארע, ניטאמאל א שכן גלייב איך האסטו א סאטמארער און דו קומסט ווי א גאנצע היסטאריקער מסביר זיין וואס אויטענטישע סאטמאר איז.... אבער אז דו רעדסט, איז לאמיר דיר אביסל ענטפערן (ווילאנג עס איז אומזיסט).
איז דו טענה'סט אז אין די צייטן פון סאטמאר רבי'ן האט מען נישט גע'אסרט די אלע תקנות, איז לאמיר זען:
1) שניידן די בארד הערשט דא א צומישעניש @רביה'ק זי''ע טענה'ט אז עס איז נישט געווען קיין פולע בארד אין יענע צייט, דאס איז א שקר מוחלט! ס'נישט געווען אזא זאך אז א היימישע איד זאל זיך אנרירן די בארד. יא, די ערשטע יארן נאך די מלחמה האט מען נאכנישט געזען צופיל בערד אבער דאס האט זיך זייער שנעל געטוישט, א סאטמארע חסיד האט זיך נישט געוואגט צו טאטשן די בארד. עטס קענטס אלע די ניגון פון ליפא שמעלצער פון בארד ווי איז דיין איד... די מעשה קומט פון סאטמאר רבי'ן אז מ'האט אים געפרעגט מיט וואונדער פארוואס ער איז מקרב א איד אן א בארד האט ער גענטפערט די באקאנטע ווארט, לשיטת @גאלדענע אדלער שטימט אפילו די מעשה???
2) טעלעוויזיע דארף איך ניטאמאל רעדן.(אפשר יא? גאלדענע אדלער האלט מסתם אז די רבי האט געהאט טיווי ביי אים אינדערהיים...)
3) האר ביי פרויען האט די רבי פארפירט ווען ער האט נאר געקענט 4) קיין שום פרוי האט נישט געדרייוט אדער געפארן מיט א בייק 5) רבינו תם איז געווען דעם רבינ'ס נשמה 6) סווימינג פול מיט מחיצות, דארף איך מיך נאך נאכפרעגן... 7) די רבי האט באפוילן נישט אריינצולאזן אין ווייבער שול אפענע שייטלעך 8) נישט געווען אזא זאך א לאנגע שייטל, ווער רעדט נאך קורלי וכדו', אדרבה קוקטס ביי די זעכציג יעריגע ( סאטמארע) פרויען 9) מקוואות און עירובין, יחוד ביי ארבעטס פלעצער, מסירה וערכאות, צניעות ביי עקסערסייז, נישט פארקויפן בגדים פרוצות, האט מיט שולחן ערוך און נישט מיט סאטמאר 10) אינטערנעט איז נאך דעמאלטס נישט געווען 11) רעדן איבער אויסגעהאלטענע עדס איז אפילו נישט בייגעפאלן, ווען די עדס זענען מער ווייניגער געלאפן ''קומטס צו ברוך שמואל'ס בעסטע פיש....'' 12) איבער ענגלישע צייטונגען, איז די איינציגסטע פלאץ ווי ס'איז דא א שטיקל אמת, דער עולם, פארשטייט זיך מער די בעל בתישע עולם, האט געליינט די אלגעמיינע צייטונגען, און דאס האט טאקע געקרענקט דעם רבי'ן און פארדעם האט מען אפגעקויפט דער איד, ס'זיכער אז זאגן אז אין צייטן פון סאטמאר רבי'ן איז נישט געווען קיין שום פראבלעם צו ליינען פרעמדע צייטונגען איז ווייטער פארדרייט די פאקטן, די היינטיגע תקנות וואס נעמט אריין אויך צב'ש די היימישע בילדער מאגאזינען איז שוין טאקע היבש עקסטרעמיסטיש, אבער די עמי, משפחה, וכדו' איז פשוט אסור פאר איינער וואס וויל זיינע קינדער זאלן זיין סאטמארע. 13) ארבעטער זאלן אוועקגיין גענוג פרי פאר שבת איז אויך נישט מיט סאטמאר נאר א פשוט'ע פארשטענדליכע תקנה פאר א ריין אידישע שטאט פאר ווער עס קען אביסל שולחן ערוך איבער זילותא דשבת וכו'.
בלייבט איבער די תקנה פון נישט האלטן אפן רעסטאראנטן אין די נאכט שעות וואס דאס איז זיכער אז אין צייטן פון סאטמארער רבי האט נישט אויסגעפעלט צו רעדן פון דעם, איך האלט גראדע אויך אז ס'איז אביסל עקסטרעם, אבער אלע יארן איז דאס געווען איינגעפירט אין קרית יואל אפילו פאר די היינטיגע רבי און אפילו פארן פריערדיגע רבי.
די איבריגע זענען מער ווייניגער סטראשונקעס אז מ'גייט נישט אננעמען אין די מוסדות, ארגעניזאציעס, נישט פארדינגען קיין דירות, וואס איינמאל די תקנות בעצם זענען פארשטענדליך האט מען דאך שוין א רעכט צו אינפארסירן די תקנות.
אינטערשטע שורה אלע תקנות זענען שוין געווען אנגענומען פאר א דבר פשוט אלע יארן אין סאטמאר, און אויב איינער איז מחולק און ער האט א אנדערע מיינונג איבער די אלע נושאים איז כל הכבוד, אבער למעשה האט די שטאט קרית יואל געגרינדעט סאטמארע רבי און ביי אים זענען די אלע תקנות געווען זייער הארב ממילא איז נישט מער ווי יושר אז דער וואס האט היינט די קאנטראל אויפ'ן שטאט זאל זיכער מאכן אז אלעס וואס די מייסד האט געוואלט האלט ווייטער אן, פונקט ווי די פאונדינג פאדערס פון אמעריקע האבן געשריבן א קאנסטיטוציע וואס פון דעם קענסטו זיך נישט אוועקרירן, און יעדער פארשטייט דאס, זיי האבן געגרינדעט דאס לאנד זיי האבן זיך געשלאגן פאר דעם, האבן זיי א רעכט אוועקצושטעלן דאס לאנד וויאזוי זיי ווילן, אז דו ביסט נישט צופרידן מאך א אייגענע רעוואלוציע אה, דאס ווילסטו שוין נישט, שלאגן ווילסטו דיך שוין נישט, די זעלבע זאך ביי קרית יואל אז דו האלטסט אז די תקנות זענען עקסטרעם און נישט אויסגעהאלטן, גיי האק אויס אפאר בײמער אין וואלד און טו די זעלבע זאך וואס סאטמאר רבי האט געטון, קום נישט אויף זיין בלוט און שווייס און מאך די שטאט פאר א ליבעראלע צענטער.
נאכאמאל, איך האלט אויך אז צוויי פון די תקנות איז עקסטרעם, ווייל עס איז נישטא קיין שום אינדיקעישאן אז סאטמאר רבי וואלט איינגעפירט אזא זאך דאס איז די אידישע מאגאזינען און רעסטאראנטן (כאטש וואס די צווייטע איז מער פארשטענדליך, איז עס נאך אלס אביסל עקסטרעם) אבער צו אראפרייסן די איבריגע איין אין צוואנציג תקנות איז פארדרייט פאקטן און געהאקט אין קאפ.
און דאס וואס דו זאגסט אז סאטמאר רבי האט גערעדט פון ציונות נאר זומער איז א געלעכטער, ער האט גערעדט דערפון ווען ער האט געהאט א געלעגענהייט, זאל עס זיין א של''ס תורה (א גאנץ יאר), ביי א דינער, פריוואטע שמועסן, ס'אפילו א שאד צו רעדן... סאטמאר וואלט נישט געווען אנטי ציוני ווען ער רעדט ווען זומער ביי של''ס קעגן ציונית...
און צו זאגן אז ציונות אין אמעריקע איז ליפט... שוין.... גיי לערן א... ברטנורא, די רבי האט געשריגן אז ווער עס האט נאר א מחשבה פון ציונות זאל שוין ארויסגיין פון בית המדרש, ער האט געהאלטן אז ציונית איז גאר א צווייטע זאך ווי וואס רוב וועלט האלט.
און די חטא איז אויך ליפט.... שוין, העמיר זיך אפשטעלן דא..